מיט א טיפערן בליק - שבועות תשע"ד - ממלכת כהנים וגוי קדוש

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

מיט א טיפערן בליק - שבועות תשע"ד - ממלכת כהנים וגוי קדוש

תגובהדורך שלום ואחדות » דינסטאג יוני 03, 2014 1:01 am

מיט א טיפערן בליק
חג השבועות תשע"ד
ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש..!

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די הייליגע ספירה טעג קומען שוין אט אט צו אן ענדע, געבליבן איז אונז נאך אפאר געציילטע טעג אין די מדה פון 'מלכות', לתקן עולם במלכות ש-ד-י, ס'איז אונזער ארבעט צו ברענגן די וועלט נענטער צו השראת השכינה און מקדש זיין דעם בורא עולם'ס נאמען אויף די וועלט, שטייענדיג ביים שוועל פון זמן מתן תורתינו, ווי נעמט מען נאך אזעלכע זיסע טעג, אט גייען מיר נאכאמאל שטיין ביים מעמד הר סיני, הערן די עשרת הדברות און זאגן נעשה ונשמע, דער חציו לכם וועט אויך נישט זיין צו אונטערשטעליג, די אלע ערליי קעז-טארטן מיט שמעקעדיגע דופטיגע בלומען און רויזען... אה מחיה... טאקע א קורצע אבער גאר א געשמאקע יום טוב, אינטערעסאנט איז צו באמערקן אז דוקא דער קורצער יום טוב רופט זיך מיט אזויפיל נעמען חג השבועות, חג הקציר, חג הביכורים, חג העצרת, זמן מתן תורתינו, אפילו די תורה וואס גייט געלערנט ווערן ביים תיקון ליל שבועות איז מער ווי ביי אנדערע ימים טובים מען גייט מאכן חזרה אויף תורה נביאים כתובים משניות תרי"ג מצוות, זהר א.א.וו. מיט די הערליכע חרוזים פון יוצר, אקדמות, תנאים-כתובה און מגילת רות, בקיצור א קורצע אבער גאר א רייכער יום טוב, בלייבט נאר איבער צו וואונטשן אז השי"ת זאל אונז געבן דעם זכות מקיים צו זיין דעם יום טוב מיט אַן אמתע שמחה במקום אשר יבחר ה' אלוקיך, צוזאמען זאלן מיר אלע אידישע קינדער ארויף גיין קיין ירושלים עיר הקודש און מקיים זיין די מצוה פון עליה לרגל, שתי הלחם און ביכורים ווי בזמן שבית המקדש היה קיים.

די וואך האבן עטליכע פון די חברים געבעטן אז מיר זאלן אביסל ארום רעדן איבער די גרויסע טעג הבאים עלינו לטובה, אביסל אויסשמועסן וואס איז דאס יו"ט שבועות? ווי איינער זאגט יא איך זאג/לערן תיקון ליל שבועות, איך זינג אקדמות מיט געפיל און הער אויס די עשרת הדברות באימה וביראה, כ'רעד אפילו נישט ביז כתר, מקיים בין איך שמחת יום טוב ווי ס'דארף צו זיין, אבער וואס נעם איך מיט? וואס לערנט מיר שבועות? ווען שבועות גייט פארביי און מען שטייט ביי אסרו חג וואס ווייס איך מער??? איז דערפאר לאמיר אריינקוקן אביסל טיפער און זעהן וואס הייסט דאס זמן מתן תורתינו.

שטייענדיג שוין נאך דעם גרויסן "שבת-באווארפן" ווען מען האט געליינט די הערליכע פסוקים ווי די תוה"ק זאגט אונז 'נשא את ראש' - מען דארף זיך דערהייבן דעם קאפ מיט שטאלצקייט, וויל דאך איעדער פארשטיין פארוואס און מיט וואס הייבט מען זיך די קאפ? טייערע ברידער דערהייב זיך ווייל פאר 3326 יאר צוריק איז פארקומען א דעקלעראציע אויף די וועלט ווי הקדוש ברוך הוא האט אונז אויסגעוועלט פון אלע פעלקער, אין דעם גרויסן טאג פון ב' סיון וואס ווערט אנגערופן "יום המיוחס", זענען מיר געווארן מיוחסים! פון אלע פעלקער איבער די וועלט האט הקב"ה אונז דערוועלט אשר בחר בנו מכל העמים, און דערנאך אונז געגעבן די תורה הקדושה ונתן לנו את תורתו. אז מען טראכט אריין איז אין א געוויסע זין, דער טאג נאך מער דערהויבן פון מתן תורה אליין, ווייל אין דעם טאג זענען מיר אויסדערוועלט געווארן, דעם טאג זענען מיר געקרוינט געווארן, אלץ א ממלכת כהנים וגוי קדוש א הייליג פאלק, צו זיין הקב"ה'ס אוצר דער עם סגולה, וואס טאקע דערפאר ווייל מיר זענען זיין פאלק, האבן מיר דערנאך באקומען די תורה הקדושה, פארשטייט זיך אז סתם צו ווערן אויסדערוועלט איז נאך נישט גענוג, ווי מיר טרעפן אז ווען שלמה המלך איז געווארן קעניג ביי די צוועלעף יאר, האט ער נאכנישט געקענט פירן קיין מלוכה, ווען א מענטש ווערט דערהויבן דארף ער וויסן וואס צו טוען מיט זיין דעהויבענקייט, דערפאר האט הקב"ה אים געגעבן א געוואלדיגע מתנה בדרך נס וה' נתן חכמה לשלמה, הערשט דערנאך האט ער געקענט פירן די קעניגרייך, פונקט אזוי דא אז איין מאל השי"ת האט אונז אויסגעוועלט האט אלץ א נאכפאלג געמוזט פארקומען א קבלת התורה, לאמיר טאקע דערפאר אריינקוקן אין די פסוקים פון "יום המיוחס" און פרובירן פארשטיין פארוואס מיר זענען דערוועלט געווארן און וואס אונזער ארבעט איז אויף דער וועלט.

די ווערטער פון די תוה"ק ווי כלל ישראל ווערט באקרוינט אלץ דער "עם המיוחס" א מיוחס'דיגער פאלק, געפונט זיך אין פרשת יתרו הארט פאר מתן תורה, די ווערטער וואס מיר ליינען/לערנען אינעם יו"ט שבועות, דאס זענען די דריי פסוקים וואס הקב"ה זאגט צו משה: אלה הדברים אשר תדבר לא פחות ולא יותר... די רייד זאלסטו איבערגעבן פאר כלל ישראל נישט מער און נישט ווייניגער, פארשטייט זיך אז מיר וועלן גוט אפלערנען די דאזיגע דריי פסוקים וועלן מיר גוט פארשטיין וואס הקב"ה וויל פון אונז, און דאס וועט אויך דינען אלץ דער מעסעדזש וואס מיר דארפן מיטנעמען מיט זיך צו אונזער טאג טעגליכן
לעבן, מיר וועלן פארשטיין וואס די בורא עולם זאגט פארן עם הנבחר אינעם טאג וואס מיר זענען אויסגעוועלט געווארן פאר די אייביגע שליחות צו זיין א ממלכת כהנים וגוי קדוש.

די תוה"ק זאגט אונז: "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, אַתֶּם רְאִיתֶם אֲשֶׁר עָשִׂיתִי לְמִצְרָיִם, וָאֶשָּׂא אֶתְכֶם עַל כַּנְפֵי נְשָׁרִים, וָאָבִא אֶתְכֶם אֵלָי, וְעַתָּה אִם שָׁמוֹעַ תִּשְׁמְעוּ בְּקֹלִי, וּשְׁמַרְתֶּם אֶת בְּרִיתִי, וִהְיִיתֶם לִי סְגֻלָּה מִכָּל הָעַמִּים כִּי לִי כָּל הָאָרֶץ, וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים, וְגוֹי קָדוֹשׁ, אֵלֶּה הַדְּבָרִים אֲשֶׁר תְּדַבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל" – "אזוי זאלסטו זאגן פאר די הויז פון יעקב, און פארציילן פאר די אידישע קינדער, עטץ האטס געזעהן וואס איך האב געטוען פאר די מצריים, און איך האב ענק דערהויבן העכער די פליגלען פון אדלער, און איך האב ענק געברענגט צו מיר, און יעצט אז עטץ וועטס צוהערן צו מיין שטימע, און אפהיטן מיין בונד, וועט עטץ זיין צו מיר פאר א באליבטע אוצר מער פון אלע פעלקער ווייל צו מיר באלאנגט די גאנצע וועלט, און עטץ וועטס זיין צו מיר א קעניגרייך פון כהנים, און א הייליג פאלק" דאס זענען די רייד וואס די [משה] זאלסט רעדן צו די אידישע קינדער.

אז מיר קוקן זיך ארום, וועלן מיר באמערקן אז די וועלט דרייט זיך אויף די נוממער צען (10), ספעציעל ווען עס ווערן אראפגעשטעלט יסודות'דיגע זאכן, ווי בריאת העולם וואס די וועלט איז באשאפן געווארן מיט צען מאמרות, אויך זעהן מיר אז צען זאכן זענען באשאפן געווארן בין השמשות, צען דורות צווישן אדם און נח, צען דורות צווישן נח און אברהם, די צען נסיונות וואס אברהם אבינו איז אריבער ביז הקב"ה האט אים אויסדערוועלט אלץ דער טאטע פון כלל ישראל, די צען מכות מיט וואס הקב"ה האט געוויזן פאר די וועלט אז ער איז דער בורא מנהיג ומקיים, די עשרת הדברות וואס שטעלט אוועק די יסודות פון די מצות בין אדם למקום און בין אדם לחבירו, די צען נסיונות פון כלל ישראל אין מדבר, יעצט אז מיר וועלן ריכטיג אפלערנען די פסוקים פון דער יום המיוחס וועלן מיר זעהן אז אויך דארט ווי עס ווערט אוועקגעשטעלט די יסודות פונעם עם הנבחר, לערנט אונז די תוה"ק דוקא צען זאכן וואס פארבינדט אונז עם ישראל מיטן בורא עולם. טייערע ברידער שטייענדיג אין די גרויסע טעג פון מתן תורה איז דאך יעצט דער ריכטיגער צייט אפצולערנען די צען נקודות וואס די תוה"ק איז אונז מרמז אין די הייליגע פסוקים, לאמיר עס צוזאמען אדורכלערנען און פארשטיין:

א. כה תאמר לבית יעקב - דאס לעבן פון א איד פאנגט זיך אָן מיטן כה תאמר לבית יעקב, וואס דאס מיינט אז אין איעדע איד איז פארהאן א חלק וואס רופט זיך "בית יעקב- אמירה רכה" די חלק הפשוט, די פשוטע קלארע אפטייטש פון זיין א איד, די שו"ע און הלכה למעשה ווי אזוי א איד דארף זיך פירן, ווי אזוי א אידיש לעבן דארף אויסקוקן, און פונקט ווי מיר טרעפן אז די תוה"ק געבט אונז קלארע אנווייזונגען אויף א פשוטע אופן, אט אזוי דארפן מיר טוען און נאכגיין די אנווייזונגען, נעשה ונשמע מיט א געוואלדיגע פשטות, קלארקייט און תמימות אָן קיין שום חכמות, דאווענען, לערנען טוען מצות, בקיצור לעבן ווי אזוי א איד דארף.

ב. ותגד לבני ישראל - פון די צווייטע זייט איז פארהאן א חלק וואס רופט זיך "ותגד לבני ישראל"- הגדה שמושך את הלב, וואס דאס איז די העכערע חלק פון איעדער איד וואס רופט און בענקט כסדר פאר מער, פאר עפעס העכער, ס'רופט פאר פנימיות, ס'רופט צו פארשטיין דבר מתוך דבר, ס'איז דער ארבעט פון איעדע איד אריין צו גיין אין זיין חלק הפנימי און זוכן ווי מער, זיך ריקן העכער פון מדריגה צו מדריגה, אריין גיין אין די ליכטיגקייט פון אידישקייט, אין די חלק הפנימי וואס דארט איז מען טועם דעם טעם גן עדן התחתון, יא אמת אז עס פאנגט זיך אָן מיטן בית יעקב אבער אונזער ארבעט איז צו גיין ווייטער ותגד לבני ישראל שטעל זיך נישט אפ נאר גיי ווייטער צו לעבן מיט א דערהויבענע השקפה.

ג. אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים - עטץ האטס געזעהן וואס איך האב געטוען פאר די מצריים, פאר די גאנצע בריאה האט הקב"ה געוויזן ווער ס'איז דער פירער, די גאנצע וועלט האט געזעהן די אלע ניסים און וואונדערליכע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט, אז אפילו די פשוט'סטע איד האט זוכה געווען צו זעהן מער ווי די גרויסע נביאים, נו קען דאך דער מענטש מיינען אז ער האט שוין געזעהן די גרעסטע, ער האלט ביים העכסטן זאגט אונז די תוה"ק, ניין וְלֹא נָתַן ה' לָכֶם לֵב לָדַעַת וְעֵינַיִם לִרְאוֹת וכו' אז מיר דארפן געדענקן אז כאטש מען האט געזעהן די אלע גרויסע ניסים ונפלאות ענדיגט זיך עס נישט ביי דעם, ווען דער מענטש מיינט אז ער האלט ביים העכסטן איז נאך אלץ פארהאן אסאך מער צו גיין און איינקויפן, ווען ס'קומט צו השגות אין עבודת ה' איז עס אין-סוף, וויפיל מען פארמאגט איז מען נאך ווייט, דאס ביסל וואס מיר האבן איז א מתנה פון השי"ת און וויפיל מיר האבן איז נאר א קליין חלק, מיר דארפן ארבעטן און ארבעטן, איינקויפן נאך און נאך אָן אויפהער, און זיך קיינמאל אפשטעלן.

ד. ואשא אתכם על כנפי נשרים - איך האב ענק אויפגעהויבן העכער די פליגלען פונעם אדלער, אין תנ"ך ווען מיר טרעפן דעם לשון 'נשר' בדרך כלל מיינט עס די אומות העולם-שונאי ישראל וואס ווילן זיך דערהייבן מיט די פליגלען העכער די אידישע קינדער זיי שלעכטס צו טוען, זאגט אונז השי"ת איך האב ענק אויפגעהויבן נאך אסאך העכער פון די אלע פעלקער פון די וועלט, דער איד איז מער הייליגער און טייערער, וואס דאס מיינט פאר אונז אז ווען ס'קומט צו אונזער עבודת ה' דארפן מיר געדענקן אז השי"ת הייבט אונז אויף העכער די אלע רשעים, העכער אלע שטערונגען, ס'איז נישט דא קיין שום זאך אויף די וועלט וואס קען אונז שטערן, שטיין אין וועג, אדער אוועק נעמען פון אונזער עבודת ה', און כאטש אמאל זעט עס אויס אז על פי דרך הטבע וועט עס נישט גיין, ס'איז נישט מעגליך צו לערנען, דאס דאווענען גייט נישט, דינען השי"ת ס'גייט נישט... געדענק אז מיר דארפן נאר טוען דאס ארבעט מיט די ריכטיגע מחשבה און השי"ת טוט אונז גאראנטירן אז גארנישט אין דער וועלט וועט אונז שטיין אין וועג, ווייל מיר זענען העכער פון אלעס אויף די וועלט, השי"ת האט אונז אויפגעהויבן.

ה. ואבא אתכם אלי - איך האב ענק געברענגט צו מיר, דער אבא אתכם אלי דאס איז די העכסטע מדריגה פון נאנטשאפט צווישן די אידישע קינדער און אבינו שבשמים, וואס דאס שטעלט זיך אויס ווען די אידישע קינדער וואוינען אין ארץ ישראל און מיר זענען זוכה מקיים צו זיין 'אלע' תרי"ג מצוות (היינט בעוונותינו הרבים קענען מיר נאר מקיים זיין 271 מצות, 342 פעלט פון אונז ווייל מיר האבן נישט דעם ביהמ"ק און סנהדרין), טייערע ברידער די פסוק זאגט אונז אז דער איד דארף כסדר האבן פאר זיך גרויסע שאיפות, שטרעבן אויף די העכסטע און גרעסטע, און דאס איז אז מיר דארפן אלע צוזאמען אנקומען קיין ירושלים עיר הקודש, בויען א בית המקדש און ענדליך זוכה זיין צו לעבן און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות... יא מיר האלטן שוין טאקע נאך די ערשטע פיר נקודות ווי געשמועסט ביז איצט, דער מענטש דינט השי"ת מיט פנימיות, ער איז זוכה נישט געשטערט צו ווערן וכו', אבער געדענקן דארפן מיר אונזער ציעל, די שטרעבן פון א איד, ווי מיר דארפן אנקומען, נישט זיין צופרידן מיט אפאר מצות, נאר שטרעבן פאר די בעסטע, אזוי ווי אין די צייטן פון שלמה און חזקי' המלך ווי עם ישראל איז אויף די שענסטע העכסטע מדריגה ברוחניות ובגשמיות.

ו. ועתה אם שמוע תשמעו בקלי - און יעצט אז עטץ וועטס צוהערן צו מיין שטימע, חז"ל זאגן אונז בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת וכו', יא דער בת קול גייט ארויס איעדן טאג, ווען דער אידעלע לייגט צו זיין אויער צום הארץ, וועט ער גלייך הערן ווי דער קול ה' אלוקים פון גן עדן רופט אים, ס'בעט זיך ביי אים טו און לעב רצון ה', דער בת קול מאנט ביי אונז טאג טעגליך און טוט אונז דערמאנען אז מיר האבן מקבל געווען די תוה"ק, ס'דערמאנט אונז אז אין איעדע מצב וואס א איד געפינט זיך איז פארהאן די שש מצוות תמידיות, אמונה בה', לא יהיה לך אלוהים אחרים, ייחוד ה', אהבת ה', יראת ה', לא תתורו, אונזער נשמה רופט אונז כסדר און בעט זיך ..זיי נישט מסיח דעת פארגעס נישט פון דער מלך העולם אונזער באליבטע טאטע, אונזער ארבעט איז צוצולייגן דעם אויער און דערהערן דעם קול וואס רופט אונז.

ז. ושמרתם את בריתי - השי"ת זאגט אונז אז דא איז פארהאן א ברית א בונד וואס פארקניפט אונז מיטן בורא עולם לנצח נצחים, דער ברית האט צוויי זייטן השי"ת'ס חלק און כלל ישראל'ס חלק, השי"ת לאזט אונז וויסן אז פונקט ווי ער האלט איין זיין חלק פונעם ברית, ווי דער ברית פונעם קשת-רעגנבויגן וואס ווייזט אויף זיין אייביגע ליבשאפט צו די מענטשהייט אז ער וועט זיי קיינמאל מער נישט אומברענגן, דער ברית וואס ער האט געשוואוירן פאר די אבות אז ער וועט אונז געבן ארץ ישראל און אונז מאכן פאר א גרויס הערליך פאלק, און דער ברית אז ער וועט אונז געבן אלע ברכות און גוטע השפעות, דאס אלעס ווענדט זיך אין אונז, אז מיר זאלן מקיים זיין אונזער זייט, ווי דער ברית פון מילה צו היטן אויף אונזער קדושה אז דער יסוד זאל נישט ווערן גערירט, דער ברית פון היטן שבת, פון לערנען און מקיים זיין די תורה, פון נישט מאכן א נייע ברית ח"ו מיט די פעלקער וואס וואוינען ארום אונז מיט זייערע עבודה זרה'ס, נישט פארגעסן די אלע הלכות פון עבודת ה' אין בית המקדש ווי ברית מלח און ברית כהונה, די ברית פון טראגן אחריות איין איד אויפן צווייטן-ערבות, און איבער אלעמען די ברית פון די עשרת הדברות וואס איז ארויפגעקריצט אויף די לוחות העדות וואס ווערט ארום געטראגן אינעם ארון הברית, דאס ווייזט שטענדיג פאר די וועלט אז מיר זענען איינס מיטן איינציגן באשעפער.

ח. והייתם לי סגלה מכל העמים כי לי כל הארץ - און עטץ וועטס זיין צו מיר פאר א באליבטע אוצר א פאלק מער פון אלע פעלקער ווייל צו מיר באלאנגט די גאנצע וועלט – טייערע איד'עלע דערהער די געוואלדיגע ווערטער וואס השי"ת זאגט אונז – מיר אידישע קינדער זענען דעם אוצר חביב דאס באליבטע אוצר, און אונז האט הקב"ה אויסדערוועלט מער פון אלע פעלקער און ניטאמאל איז פארהאן איינער וואס קען נעמען אונזער פלאץ, השי"ת זאגט 'כי לי כל הארץ' איך קען די גאנצע וועלט, און יא איך קען אלע אנדערע פעלקער, אבער נאר דיך דער אידעלע האב איך אויסגעוועלט ווייל נאר די האסט די כוחות צו לעבן א אידיש אפגעהיטן לעבן, נאר די האסט די כוחות זוכה צו זיין צו די הויכע מדריגות וואס ווארטן פאר דיר, און דערפאר ביסטו מיין טייערע אוצר, קיינמאל וועל איך ענק נישט אויפטוישן מיט אַן אנדער פאלק, אז מען טראכט אריין אין די ווערטער כאפט זיך פשוט א טענצל אשרינו מה טוב חלקנו, ומה נעים גורלנו, ומה יפה ירושתנו, ווי גליקלעך זענען מיר וואסערע זכות מיר האבן.

ט. ואתם תהיו לי ממלכת כהנים - און עטץ וועטס זיין צו מיר א קעניגרייך פון כהנים, פונקט ווי די שבט הכהונה האט נישט געהאט זייער אייגענער נחלה אין א"י, נאר געוואוינט צושפרייט צווישן עם ישראל כדי צו באדינען עם ישראל, זיי האבן געפסק'נט שאלות און געטוען די עבודה אינעם בית המקדש וכו', געהאט די ערי מקלט אריינצונעמען די זינדיגע און זיי העלפן מיט תשובה, אזוי דארף עם ישראל די ממלכת כהנים באדינען די וועלט, מיר זענען די וואס דארפן אריין שיינען אין זיי ליכטיגקייט, לתקן את העולם במלכות ש-ד-י, אויף אונז ליגט דער חיוב צו באלייכטן השי"ת'ס נאמען איבער די וועלט, און פונקט ווי ביי די כהנים וואס אלע האבן צו זיי ארויסגעקוקט, דארפן מיר געדענקן אז אלע פעלקער קוקן צו אונז ארויס און איעדע ריר פון א איד קען זיין א קידוש ה' אדער חלילה דאס פארקערטע, אויף אונז ליגט די חיוב צוריק צוברענגן די וועלט צו איר ריכטיגע תיקון ווי די כהנים בעבודתם, דערפאר זענען מיר געווארן אויסגעוועלט, געדענק די אחריות וואס ליגט אויף אונז.

י. וגוי קדוש - און א הייליג פאלק, דערין ליגט צוויי נקודות, א פאלק מיינט ווען א גאנצע געמיינדע האלט זיך צוזאם דעמאלטס ווערן זיי גערופן 'א פאלק', וואס דאס מיינט אז ווען השי"ת רופט אונז א פאלק טייטשט עס ברודער וואס לעבן בשלום ואחדות, כאיש אחד בלב אחד אזוי ווי מיר זענען געשטאנען ביים בארג סיני, און ערשט דערנאך קומט די צווייטע שטאפל פון זיין א הייליג פאלק, קדושים תהיו כי קדוש אני השי"ת פארלאנגט פון אונז הייליגקייט, א איד דארף זיך פירן הייליג, לעבן הייליג, טראכטן הייליג, כדי מיר זאלן קענען אויספירן אונזער שליחות ווי ס'דארף צו זיין דארפן מיר זיין "א הייליגע פאלק", איעדער יחיד דארף פאר זיך זיין הייליג, און אויך דער גאנצער פאלק צוזאמען דארף זיין הייליג, אה ווי ליכטיג איז עס ווען מיר זענען זוכה צו אחדות און הייליגקייט געקניפט און געבינדן, נאר ווען מיר פארמאגן די צוויי זענען מיר גענוג רייף צו העלפן די וועלט, און מיר האבן די כוחות צו פאררעכטן די גאנצע וועלט.

דאס זענען די צען השקפות מיט וואס א איד געדענקט אז ער איז א מיוחס, אז ער איז א כהן און א הייליגער, דורך דעם וואס מיר וועלן זיי אריין נעמען אין זיך, טיף אין אונזערע מוחות און הערצער, צו לעבן די צען מאמרות פון יום המיוחס, וועלן מיר זוכה זיין צו שטייגן העכער און העכער, זוכה זיין אויפצוהייבן אונזער אייגענע וועלט, די וועלט פון אונזער משפחה, חברים, און די גאנצע וועלט, לתקן עולם במלכות ש-ד-י, דאס איז אונזער ציעל, מיר זענען דא אויף א ספעציעלע מיסיע און מיר טארן קיינמאל נישט פארגעסן פארוואס מיר זענען דא און וואס הקב"ה וויל פון אונז, די גאנצע יום טוב קומט אונז דערמאנען און זאגן ביסט א נבחר ביסט א אויסדערוועלטער, הייב דיך אויף, די ביסט העכער פון די גאנצע וועלט, די קענסט אנקומען צו די העכסטע פלאץ, געדענק בנים אתם לה' אלוקיכם, מיט שטאלץ און מיט א געהויבענע געמיט לאמיר זיך באהעפטן מיט די אור פון זמן מתן תורתינו, מיט א דערהויבענקייט זאגן שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, די פייערליכע מאמענט זאל זיך אריינקריצן אין אונז און אונזערע קינדער אז די פייער פון מתן תורה דער קול גדול ולא יסף וואס ווערט נישט אפגעהאקט זאל ווייטער אונז טראגן על כנפי נשרים מיט פרייד און גליק, "והודעתם לבניך ולבני בניך יום אשר עמדת לפני ה' אלקיך בחרב" איבערגעבן פאר אלע דורות די קריאה פון מתן תורה ווייטער און ווייטער ביז מיר וועלן זוכה זיין צו דעם גרויסן טאג ואבא אתכם אלי השי"ת וועט אונז צוריק אהיים טראגן בב"א.

לסיכום געדענק:
א. כה תאמר לבית יעקב – מען דארף דינען השי"ת מיט א געוואלדיגע פשטות, קלארקייט און תמימות.
ב. ותגד לבני ישראל – דערנאך איז אונזער ארבעט צו גיין העכער, זוכן מער, טועם זיין דעם טעם פונעם חלק הפנימי.
ג. אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים – ביי עבודת ה' וויפיל מען האט איז עס נאר א קליין חלק, שטעל זיך נישט אפ...
ד. ואשא אתכם על כנפי נשרים – מיר זענען העכער אלע שטערונגען, קיין שום זאך קען אונז נישט צוריק האלטן.
ה. ואבא אתכם אלי - שטרעב אויף די העכסטע און גרעסטע מקיים צו זיין אלע תרי"ג מצוות אין ירושלים עיר הקודש.
ו. ועתה אם שמוע תשמעו בקלי – דערהער דעם בת קול וואס רופט פון אינעווייניג, זיי נישט מסיח דעת פון הקב"ה.
ז. ושמרתם את בריתי – געדענקן אז מיר דארפן איינהאלטן אונזער חלק פונעם ברית, פונקט ווי השי"ת האלט איין זיין חלק.
ח. והייתם לי סגלה מכל העמים כי לי כל הארץ – מיר אידישע קינדער זענען דעם באליבטע אוצר צו השי"ת.
ט. ואתם תהיו לי ממלכת כהנים – אויף אונז ליגט די אחריות צו באלייכטן השי"ת'ס נאמען איבער די וועלט.
י. וגוי קדוש – מיר זענען א הייליגע פאלק, דער איד טראכט הייליג, לעבט הייליג, פירט זיך הייליג, כי קדוש אני אונזער טאטע איז הייליג!

א לעכטיגע יום טוב שבועות!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דינסטאג יוני 03, 2014 1:05 am


אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג יוני 03, 2014 11:06 am

א גרויסן ישר כח. אזוי שיין און קורץ געקאווערט אלעס.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג מאי 17, 2018 7:19 pm

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט