לקוטים וענינים לפרשת פנחס

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

לקוטים וענינים לפרשת פנחס

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 04, 2007 2:41 pm

אזוי וואו דער עולם איז נאך העפטיג פארנומען מיט'ן עול פונעם פרה אדומה און מיט דעם רשע בלק, שטייט זיך דער פנחס פאר'יתום'ט און פאר'אבל'ט מיט אזא מינע וואס זאגט "נישט שבעה עשר בתמוז, נישט יואלי פיר טא ווען יא, מתי יגיעו מעשי למעשי הקרעטשמע?" איז און א בחינה פון במקום שאין אנשים וועל איך זיין דער מתחיל בפנחס ואומרים לשאר בני היכלא ובאי שער הקרעטשמע גמור.

ר' מאיר שמחה פון דווינסק זאגט פשט אויף די טענה פון די בנות צלפחד 'ולא היה בעדת קרח וכו' כי בחטאו מת' אז די שוועסטערס זענען געווען דרשניות וואס האבן געוואוסט פון די הלכה 'הרוגי בי"ד נכסיהן ליורשין, הרוגי מלכות נכסיהן למלך' ממילא האבן זיי גע'טענה'עט 'ולא היה בעדת קרח' וועלכער האט מורד געווען במלכות משה רבינו האט ער א דין פון הרוגי מלכות, 'כי בחטאו מת' איז ער דאך פון די הרוגי בי"ד אויב אזוי 'למה נגרע'? ודפח"ח

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 04, 2007 9:49 pm

שקויעך מיללער, פארן דערמאנען די וואכעדיגע סדרה, און פארן נאכברענגן ר' מאיר שמחה'ן, ס'איז א טיפישע ווארט פונעם משך חכמה.
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 04, 2007 10:43 pm

בני היכלא האט געשריבן:שקויעך מיללער, פארן דערמאנען די וואכעדיגע סדרה, און פארן נאכברענגן ר' מאיר שמחה'ן, ס'איז א טיפישע ווארט פונעם משך חכמה.

דאס איז א טיפישע בני היכלא תגובה:
1) מוז אריינרעדן
2) קאמפלימענטירן
3) צולייגן צוויי סענט אפי' ווען סאיז אומנויטיג
4) ווייזן בקיאות

-------
"ווער ס'וועט בויען מיינע אשכולות וועל איך בל"נ נישט שולדיג בלייבן (מיללער ז"ל אצל דינער לטובת הקרעטשמע בה'גזונטע יארן')

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יולי 04, 2007 10:49 pm

ouchhhh
עי... אזוי טיף, זעקס ריפ-ביינער איז דיר נישט גענוג געווען, האסט געמוזט גיין ביזן זיבעטען, נו נו, איך וועל דיר ווייזן, איך זע דו רעדסט פאר קנאה, יצא עיניך, איך וועל דיר הערשט ווייזן יעצט ונראה מה יהי' חלומותיו.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג יולי 14, 2008 12:44 pm

איך האב יארן צוריק געהערט א ווארט פון אדמו"ר מזלאטושוב נתני' שליט"א.

רש"י שרייבט אויף בקנא את קנאתי, 'שקצף הקצף שהי' לי לקצוף' ע"כ.

בלעם האט געזאגט אין פרשת בלק, מה אקב לא קבא קל, מה אזעום לא זעם ה'. זאגן חז"ל אז בלעם האט געוואוס אז קל זועם בכל יום, וכמה זעמו, רגע. האט ער געוואלט מכוון זיין צו שעלטען דוקא אין דער רגע מיט די ווארט 'כלם', און אזוי אומצוברענגן כלל ישראל ח"ו. אבער דערווייל האט די אייבישטער ברוב רחמיו וחסדיו נישט זועם געווען אין יענע טאג און פארדעם האט בלעם נישט געקענט שעלטן.

וואס איז טאקע פשט אז די אייבישטער כביכול רעגט זיך? פארוואס? נאר די תי' איז ווייל עס שטייט לעולם ירגיז אדם יצר טוב על יצר הרע, כדי בייצוקומען די יצר הרע מוז די מענטש מאכן א רוגזה. אבער בעצם אילמלא הקב"ה עוזרו לא יוכל לו. די אייבישטער איז זועם יעדען טאג פאר איין רגע, און דאס איז עוזר אז אלע רוגזה'ס יענע טאג אקעגן די יצר הרע זאלן אים בייקומען. און ווען נישט וואס די אייבישטער איז זועם א יעדע טאג וואלט מען טאקע נישט געקענט בייקוען די יצר הרע.

אין יענע טאג האט די אייבישטער נישט געוואלט זועם זיין כדי בלעם זאל נישט קענען שעלטן. וואס איז געשעהן? פלוצלינג האבן די אידן מער נישט געקענט בייקומען זייער יצר הרע און ויחל העם לזנות וגו'. פנחס זעענדיג אז די אידן זינדיגען אויף אזא געפערליכע אופן האט באלד געכאפט וואס דא איז געשעהן, ער האט פארשטאנען אז עס פעלט די געטליכער רוגזה צו קענען בייקומען די יצר הרע. האט ער מחליט געווען אז ער וועט מוזן מקנא זיין מיט אזא שטארקע רוגזה דקדושה כדי די אידן זאלן קענען האבן די כח צו מרגיז זיין זייער יצר טוב אויף זייער יצר הרע. איז ער מיט א רוגזה דקדושה געקומען און געטון וואס ער האט געטון. און די מעשה האט זיך אפגעשטעלט.

דאס איז פשט שקצף הקצף שהיה לי לקצוף. ער האט דאך מגביר געווען די רוגזה אויף די יצר הרע אנשטאט די אייבישטער ווייל די אייבישטער האט דאך נישט זועם געווען אין יענער טאג.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 14, 2008 6:09 pm

שיינער טייטש, יישר כח.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג יולי 15, 2008 10:06 am

די מאור ושמש טייטשט די וואך די פסוק
בני גד למשפחותם לצפון משפחת הצפוני לחגי משפחת החגי לשוני משפחת השוני.
זאגט ער אז עס גייט ארויף אויף נותני צדקה ווייל גד איז ר"ת "גומל דלים", עס איז דא דריי זאכן וואס מען דארף וויסן און טוהן ביי צדקה געבן, די ערשטע זאך איז מען זאל נישט פארשעמען דעם ארימאן מען זאל געבן באהאלטן דאס איז פשט לצפון משפחת הצפוני א לשון פון צפון פין דעם אפיקומן אז עס דארף זיין מתן בסתר, צווייטנס אז מען זאל געבן בשמחה מיט א מאור פנים מאכן דעם ארימאן גוט שפירן דאס איז פשט לחגי משפחת החגי אז עס זאל זיין א יו"ט ווען מען געט, די דריטע זאך איז אז מען זאל נישט מיינען אז מיט איין מאל האט מען יוצא געווען נאר נתון תתן אפילו הונדערט מאל אזוי ווי די גמרא זאגט, דאס איז פשט לשוני משפחת השוני אז מען דארף איבערחזר'ן און געבן אסאך מאל.

ליצר משפחת היצרי לשלם משפחת השלמי
טייטשן די חסידישע ספרים עפ"י הגמרא הבא לטהר מסייעין אותו והבא ליטמא פותחין לו, דאס איז פשט ליצר אויב ווייל מען גיין מיטן יצר הרע משפחת היצרי איז דא גאנצעטע משפחות דיר צו העלפן, אבער להבדיל לשלם אז א יוד וויל דינען הקב"ה בשלימות משפחת השלמי איז דא אסאך יודן אין צדיקי הדור וואס זענען גרייט צו צוהעלפן און אנווייזן די ריכטיגע וועג.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג יולי 15, 2008 12:19 pm

הרב המ'פואר, יישר כח. זייער א שיין חסידישער רמז'ל, דאס צווייטער טייטש דיינער. ווער איז דער מקור?

פארוואס פרעג איך אייך? ווייל איך האב א שטיקל הערה דערויף. ס'איז א גרויסער חילוק צו די הילף וואס מ'קריגט פון די 'משפחת היצרי' לגבי די הילף וואס מ'קריגט פון 'משפחת השלמי'. דער מקור פון די מימרא איז "הבא ליטמא 'פותחין' לו והבא ליטהר 'מסייעין' אותו". זענען די מפרשים מסביר דעם חילוק בין פתיחה למסייע, אז הבא ליטמא איז בלויז 'פותחין' לו, ס'טייטש מ'לאזט אים אפן אלע טויערן פון טומאה און מ'נעמט אים נישט אוועק די בחירה, ווילסט גיין צו די טומאה רח"ל? גיי געזונטערהייט, כ'לאז. אבער, הבא ליטהר איז נישט בלויז אז ס'אפן די טויערן און מ'לאזט דיר עפ"י בחירה גיין אהין, נאר ס'איז 'מסייעין' אותו, מ'שטעלט דיר צו א פלייצע פון הימל, א גאנצע משפחת השלמי...

דאכט זיך אז די גמרא אין שבת זעלבסט מאכט דעם חילוק. די גמרא זאגט דארט אז וועגן דעם איז דער אות ה"א אינגאנצן אפן פון אונטן און ביי די לינקע זייט האט דאס בלויז א קליינעם פתח, ווייל דער אונטערשטער עפענונג קומט מרמז זיין אז דער מענטש האט אן אפענער פתח און א פרייע בחירה, ער קען זיך קלויבן צו גיין וואו ער וויל, דער זייטיגער עפענונג קומט אבער ווייזן אז הבא ליטהר 'מסייען' אותו. כלומר, אפילו א מענטש איז ליידער פארפארן רח"ל אין די טומאה, איז נאך אבער אלץ געבליבן א פתח אפן און ווען אימער דער מענטש קומט נאר צוגיין איז דאס טירל אפן פאר הילף צוריק אריינצונעמען דעם מענטש. (כ'מיין אז איין פלאץ זאגט דאס די גמרא אויפן ה"א און אויף א צווייט פלאץ אויפן קו"ף).

אלנספאל, א יישר כח. ס'איז א שיין חסידיש רמז'ל און כ'וואלט דאס געוואלט נאכזעהן בפנים.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג יולי 17, 2008 2:43 am

אין אגרא דכלא אויף די וואכעדיגע סדרה (עג ע"ב) ברענגט ער דאס בשם דער זלאטשעווער מגיד זי"ע.(און די מונקאטשער דרוק איז דאס אין רפו ע"ב)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יולי 23, 2008 5:36 pm

 א
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל (כה-יב)
דער מדרש זאגט "בדין הוא שיטול שכרו" (עס קומט זיך פאר פנחס זיין שכר) איז שווער, די גמרא זאגט דאך אין מסכת קידושין (לט:) "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא" (אויף דער וועלט באקומט מען דאך נישט קיין שכר פאר די מצוות) אויב אזוי פארוואס האט פנחס יא באקומען זיין שכר אויף דער וועלט?
נאר מ'קען עס פארענטפערן, ווייל דער טעם פארוואס מען באקומט נישט קיין שכר אויף די וועלט פאר די מצות איז ווייל עס קען ח"ו פאסירן אז מען זאל פארן שטארבן זינדיגן, ווי מיר טרעפן ביי יוחנן כהן גדול וואס האט געדינט אין בית המקדש 80 יאהר און צום סוף איז ער געווארן א צדוקי. אבער חז"ל זאגן דאך אז "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו" (אויב איינער איז מזכה את הרבים וועט ער קיינמאהל נישט זינדיגן) און פנחס האט דאך דא מזכה געווען און געראטעוועט כלל ישראל, קומט דאך אויס אז ער וועט שוין קיינמאהל נישט זינדיגן, אויב אזוי קען מען איהם יא באצאלן אויף די וועלט.
(ר' יוסף נאטאנזאהן ז"ל)

 ב
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן:
פרעגט רש"י הק' פארוואס דארף שטיין אז פנחס איז געווען אן אייניקל פון אהרן הכהן ? ענטפערט רש"י, ווייל די שבטים האבן אים פארשעמט און געזאגט "עטץ האטץ געזעהן דעם אייניקל פון יתרו וואס ער האט גע'הרג'ט א נשיא פון די אידן"? בא הכתוב ויחסו אחר אהרן, וועגן דעם קומט דער פסוק און רעכענט אויס זיין יוחס נאך אהרן הכהן.
דארף מען פארשטיין, מיט וואס האבן זיך די שבטים בארואיגט ווען דער אויבערשטער האט געזאגט אז פנחס איז אן אייניקל פון אהרן הכהן ?
נאר מען קען דאס פארענטפערין, עס שטייט אין זוהר הקדוש אז ווען פנחס האט געוואלט הרג'ענען זמרי איז פון גרויס שרעק זיין נשמה ארויס געפלויגן פון אים און דער אויבערשטער האט אים צוריק געגעבן די נשמה פון נדב און אביהוא, וואס זיי זענען געווען די קינדער פון אהרן הכהן.
דאס זאגט דער פסוק: פנחס וואס ער איז ביז יעצט געווען נאר בן אלעזר איז יעצט געווארן בן אהרן הכהן א זון פון אהרן הכהן ווייל ער האט באקומען די נשמה פון נדב און אביהוא וואס זיי זענען די קינדער פון אהרן הכהן. דאס זאגט רש"י בא הכתוב ויחסו אחר אהרן דער פסוק קומט און זאגט ער איז אהרן'ס קינד, ממילא איז ער שוין נישט יתרו'ס אייניקל.
(תכלת מרדכי)
 ג
ושם איש ישראל המכה... זמרי בן סלוא.
רש"י זאגט: כשם שייחס את הצדיק לשבח כך ייחס את הרשע לגנאי, איז דאך שווער א קשיא, וואס איז דער גרויסער יוחס מיט דעם רשע אז מען דארף אים אויסרעכענען ?
די רבי זי"ע פארענטפערט דאס מיט אן אנדערע קשיא,
דער אור החיים הק' פרעגט פארוואס פאריגע וואך אין פ' בלק וואו עס שטייט די מעשה פון זמרי שטייט נישט דער נאמען פון דעם רשע, און דא אין פ' פנחס שטייט יא זיין נאמען ? אויב די תורה וויל דאס זאגן פארוואס זאגט ער דאס נישט פאריגע וואך אין פ' בלק ביי די מעשה. אויב די תורה וויל נישט דערציילן ווער דאס איז געווען, פארוואס שטייט די וואך פ' פנחס יא זיין נאמען ?
נאר ענטפערט די רבי זי"ע, ווען פנחס האט געזעהן אז זמרי האט געזינדיגט האט ער אריינגעשטאכן א שפיז אין אים און האט אים אויפגעהויבן און ארום געפירט צווישן די אידן, און עס איז געשען אסאך ניסים (12. מדרש), איינע פון די ניסים איז געווען, אז ווילאנג ער האט אים ארום געפירט איז ער נאך געבליבן לעבן. און ער איז געווארן אינגאנצן פארשעמט אז א נשיא זאל טוהן אזא גרויסע עבירה, און דעמאלטס האט זמרי זיכער תשובה געטוהן אויף די עבירה וואס ער האט געטוהן.
וועגן דעם, אין פ' בלק וואו עס ווערט דערמאנט אז ער האט געזינדיגט, און ער איז געווען א רשע, ווערט נישט דערמאנט זיין נאמען, ווייל מען מען האט נישט קיין יוחס ווען מען זינדיגט, אבער יעצט נאך דעם וואס פנחס האט אים ארום געטראגן און ער איז געווארן פארשעמט און ער האט תשובה געטוהן איז ער דאך שוין מער נישט קיין רשע, קען שוין די תורה דערמאנען זיין נאמען.
פארדעם שטייט זיין יוחס, ווייל ער איז שוין צוריק געווארן א איש ישראל .
(דברי יואל)
 ד
ויהי אחרי המגפה. (כו-א)
לכאורה האבן מיר דאך א כלל אז ווען עס שטייט "ויהי" איז דאס א לשון צער, וואס איז די צער אויב ער האט אפגעשטעלט די מגפה ? נאר די צער איז אז פנחס איז אנגעקומען ווען עס האט זיך שוין אנגעהויבן די מגפה "ויהי" די צער איז געווען אז "אחרי המגפה" ער איז אנגעקומען נאך די מגפה, און עס איז נעבאך אויסגעהרגעט געווארן זייער אסאך.
(בית יוסף בשם המהרי"ט)
 ה
בני גד למשפחותם לצפון... לחגי... לשיני...
עס איז דא דריי זאכן וואס בשעת מען גיט צדקה פאר אן ארימאן דארף מען אויף דעם אכטונג געבן.
מען דארף געבן באהאלטענערהייט, כדי דער ארימאן זאל זיך נישט שעמען. 2) מען דארף געבן בשמחה פרייליכערהייט, דער הייליגער רבי ר' מענדל'ע מרימאנאוו זי"ע האט געזאגט אז וועגן דעם מאכט מען נישט קיין ברכה אויף די מצוה פון געבן צדקה, ווייל רוב מענטשן טוהן דאס נישט מיט שמחה. 3) מען דארף, געבן אפילו 100 מאל אפילו מען האט שוין געגעבן איינמאל דארף מען געבן נאכאמאל און נאכאמאל.
דאס לערענט אונז דא די תורה הקדושה: בני ג"ד ר"ת גומל דלים, דאס מיינט ווען איינער גיט צדקה, 1) לצפון טייטש באהאלטן, דארף ער געבן באהאלטענערהייט. 2) לחגי א לשון פון חג א יום טוב מען דארף געבן פרייליכערהייט. 3) לשיני איז א לשון פון איבער חזר'ן, מען דערף געבן איינמאל און נאכאמאל.
(מאור ושמש)
 ו
לאזני משפחת האזני. (כו-טז)
אומר אני שזו משפחת אצבון ואיני יודע למה לא נקראת משפחתו על שמו. (רש"י) מ'קן אפשר זאגן אז די צוויי נעמען "אזני און אצבון" האבן א שייכות, ווייל אזני איז א לשון פון אן אויר, און אצבון איז א לשון פון א פינגער, און די גמרא זאגט אין כתובות ה: פארוואס זענען די פינגערס פון א מענטש שפיציג ? כדי אז אויב א מענטש זאגט א זאך וואס מ'טאהר נישט הערן, זאל מען זיך קענען פארשטאפן די אויערן מיט די שפיץ פינגער, פון דא זעהן מיר אז אצבע (די פינגער) האט א שטארקער שייכות מיט אוזן (די אויר) פארשטייט מען שוין פארוואס די תורה נוצט די נאמען אזני (אויער) אנשטאט אצבון (פינגער).
(של"ה הקדוש)
 ז
לאזני משפחת האזני.
זאגט רש"י: אומר אני שזה אצבון:
דארף מען פארשטיין וואס פאר א שייכות האבן די צוויי נעמען אזני מיט אצבון, אז די זעלבע משפחה ווערט גערופן מיט די ביידע נעמען ?
נאר חז"ל זאגן אז דער אויבערשטער האט באשאפן די פינגער פון א מענטש לאנג און דין, כדי אויב ח"ו מען וועט הערן ווי איינער רעדט לשון הרע אדער זאכן וואס מען טאר נישט, זאל מען קענען פארשטאפן די אויערן מיט די פינגער'ס.
דאס איז פשט אין פסוק: לאזני צום אויער דארף מען האבן אצבון די קליינע פינגער, כדי נישט געשטרויכעלט צו ווערן מיט הערן ווערטער וואס מען טאר נישט. ממילא פארשטייט מען שוין זייער גוט וואס די ביידע נעמען האבן שייכות איינע מיט די אנדערע.
(קול אליהו – ווילנא גאון)
 ח
ויקרב משה את משפטן אל ה'.
איז דאך שווער, משה רבינו האט דאך געזאגט פאר די אידן והדבר אשר יקשה מכם תקריבון אלי, אז יעדע שווערע דין תורה זאל מען אים פרעגן און ער וועט דאס פסק'נען, אויב אזוי פארוואס האט משה רבינו דא געדארפט פרעגן פון אויבערשטען דעם דין ?
נאר, ווייל משה רבינו האט זיך געהאלטן זייער קליין, אזוי ווי עס שטייט והאיש משה עניו מאוד ווען ער האט געהערט פון די בנות צלפחד די ווערטער והוא לא היה בעדת קרח, אז זיי ווילן אים זאגן אז זייער טאטע האט זיך נישט געקריגט מיט משה רבינו כדי משה רבינו ע"ה זאל פסק'ענען גוט פאר זיי, האט משה רבינו געטראכט אז אפשר איז דאס אזוי ווי שוחד, און ער וועט נישט קענען ריכטיג פסק'ענען זייער שאלה. וועגן דעם האט ער געזאגט: ויקרב משה את משפטן אל ה', דער אויבערשטער וועט דאס פסק'ענען.
(ארץ החיים)
 ט
יפקוד ה' אלוקי הרוחות וגו' אשר יצא לפניהם ואשר יבא לפניהם ואשר יוציאם ואשר יביאם ולא תהיה עדת ה' כצאן אשר אין להם רעה (כז-טז יז)
א געווענטליכע פאסטוך איז געטריי צו זיינע שעפעלעך נאר וועגן זיינע אינטערעסע, דאס הייסט פאר זיין אייגענע געלט, אבער אז עס זאל זיך מאכן אז די שעפעלעך זאלן זיין אין א סכנה, וועט ער שנעל אוועקלויפן אז ער זאל נישט געשעדיקט ווערן, משה רבינו דער געטרייער פאסטוך איז אבער נישט אזוי געווען, אויב זיי זענען געווען אין א צרה איז ער נישט אנטלאפן נאר ער האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן פאר די יודישע שעפעלעך, כאטש אז ער שטעלט זיך אין א סכנה. דאס זאגט משה רבינו צום אייבערשטן, יפקוד ה' אלוקי הרוחות וגו' אשר יצא לפניהם ואשר יבא לפניהם, דאס מיינט איינער וואס זאל גיין און קומען "לפניהם" ער לויפט צו זיי און אן עת צרה, נישט אז ער לויפט אוועק פון זיי כדי אז עס זאל גארנישט געשען צו איהם.
(כתב סופר)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יולי 23, 2008 5:41 pm

ליקוטים נפלאים [בלשה"ק]

- א -
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי. (כה יא)
במדרש רבה: אמר הקב"ה בדין הוא שיטול שכרו.
יש להקשות הרי אמרו חז"ל (קידושין לט:) "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא" ואם כן מה נשתנה פנחס שיטול שכרו בעולם הזה?
ויש לומר, דהנה הקשו המפרשים הרי הקב"ה מקיים את מצות התורה, והרי כתיב "לא תלין פעולת שכיר אתך עד בוקר" ואם שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, הרי הקב"ה עובר בבל תלין?
ויש לומר דאין אדם גומר שום מצוה בהאי עלמא, כגון; אי אפשר לו לומר שכבר גמר מצות הנחת תפילין אחר שחולצם בלילה, כי גם כל הלילה צריך להיות שומר ומצפה עד עלות השחר להניחם, וחייב אדם להתאוות לקיים כל המצות תמיד, וכיון שנאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאלו עשאה, ופועל שלא גמר מלאכתו אין הבעל הבית עובר עדיין בבל תלין, ובזה אתי שפיר דאין הקב"ה מחויב לשלם אותנו בהאי עלמא משום שלא נגמר מלאכתנו.
אך מצוה זו שעשה פנחס לקנאות ברשעים אי אפשר להתאוות עליה שתבוא לידו ח"ו, אדרבא יתפלל שלא יארע עוד כזאת בישראל, ואם כן "בדין הוא שיטול שכרו" דהיינו בעולם הזה שכבר גמר מצותו הלז.
חת"ם סופר
- ב -
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי. (כה יא)
במדרש רבה: אמר הקב"ה בדין הוא שיטול שכרו.
יש להקשות הרי אמרו חז"ל (קידושין לט:) "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא" ואם כן מה נשתנה פנחס שיטול שכרו בעולם הזה?
ויש לומר, דהנה הקשו המפרשים הרי הקב"ה מקיים את מצות התורה, והרי כתיב "לא תלין פעולת שכיר אתך עד בוקר" ואם שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, הרי הקב"ה עובר בבל תלין?
ותירצו המפרשים שדין זה נאמר דוקא כשבעל הבית בעצמו צוה לשכירו לעשות מלאכתו, אבל אם שכרו להמלאכה על ידי שליח אינו עובר בבל תלין. והנה תורת ה' ניתנה על ידי משה רבינו, על כן אין חיוב תשלום שכר בעולם הזה.
אך במה דברים אמורים בכל התורה כולה שקיבל משה מסיני ומסרה לנו, אבל כאן שנתעלמה הלכה ממשה, ופינחס בעצמו זכה להשיג ההלכה על ידי שהקב"ה בעצמו נתן בו השכל לכך, נמצא שמצוה זו קיבל פינחס לא על ידי שליח אלא מהקב"ה בכבודו ובעצמו, על כן "בדין הוא שיטול שכרו" דהיינו שצריכים לשלמו בעולם הזה מן הדין, כי בזה שייך המצוה דלא תלין.
אמרי נועם
- ג -
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי. (כה יא)
במדרש רבה: אמר הקב"ה בדין הוא שיטול שכרו.
יש להקשות הרי אמרו חז"ל (קידושין לט:) "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא" ואם כן מה נשתנה פנחס שיטול שכרו בעולם הזה?
ויש לומר דהנה הטעם שאין נותנין שכר בהאי עלמא הוא משום שחוששין ששכרו יגרום לו לחטוא ח"ו, כמו שכתוב "וישמן ישורון ויבעט". והנה אמרו חז"ל (אבות פ"ה) "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו" לכן פינחס שהיה מזכה את הרבים כדכתיב "ויכפר על בני ישראל", בוודאי לא יבוא לידי מכשול אם ינתן לו שכרו בעולם הזה. וזהו שאמר המדרש "בדין הוא שיטול שכרו".
חתם סופר
- ד -
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן. (כה יא)
ברש"י: לפי שהיו השבטים מבזין אותו, הראיתם בן פוטי זה שפיטם אבי אמו עגלים לעבודה זרה, והלך והרג נשיא שבט מישראל, לפיכך בא הכתוב ויחסו אחר אהרן.
וקשה מה הועיל הכתוב, והלא סוף סוף עדיין נכדו של יתרו הוא, ואיך יסתם בזה פי השבטים?
ויש לומר, דלכאורה תמוה על השבטים הקדושים שבאו לבזות איש קדוש כפינחס, היתכן דבר זה?
ונראה דטענתם היתה שלא היה לו להרוג את זמרי, כי כשם שזקנו יתרו היה שטוף בעבודה זרה ואף על פי כן נתגייר ונתהפך לטוב על ידי שמשה רבינו קירבו לתחת כנפי השכינה, כן פינחס היה לו לקרב את זמרי ולהחזירו בתשבוה שלימה. וזהו שאמרו "הראיתם בן פוטי זה שפיטם אבי אמו עגלים לעבודה זרה" ואף על פי כן נתהפך אחר כך לטוב, "והלך והרג נשיא שבט מישראל" בתמיה, מדוע הרגו לזמרי, היה לו ללמוד מזקנו יתרו שעדיין פתח התשובה פתוח לפני זמרי.
אולם מצינו במסכת אבות שאמרו על אהרן שהיה "אוהב שלום ורודף שלום", וקשה על כפל הלשון, וכן צריכים להבין הלשון "רודף שלום". ויש לפרש כי אהרן הכהן היה אוהב את השלום, אבל אף על פי כן היה לפעמים רודף ודוחה את השלום ממנו, כי לא רצה לעשות שלום עם פושעים ורשעים גדולים. ודבר זה למד אהרן ממעשה העגל, שראה שמחמת רוב אהבתו לישראל ומגודל טובו ומדת השלום שבו לא רצה להתקוטט עם הערב רב ולא דחה וגירש אותם מישראל, ומזה יצא ענין העגל, אז נוכח לראות כי אין שלום לרשעים אלא רשעים לדחקם בזרוע.
וזהו שסיים רש"י על טענת השבטים שאמרו שהיה לו לפינחס לקרב את זמרי בדרכי שלום, "לפיכך בא הכתוב ויחסו אחר אהרן", להגיד שגם זקנו אהרן שהיה סמל השלום, אף על פי כן היה גם כן רודף ומגרש לפעמים את השלום, ופינחס הבין בדעת קדשו שגם בנידון זה היה אסור לרחם ולקרב את זמרי.
עטרת ישועה
- ה -
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השית את חמתי במדרש רבה בדין הוא שיטול שכרו (כה, יא).
יש ליישב, דידוע שכר מצוה בהאי עלמא ליכא וכתבו המפרשים דאין הקב"ה עובר בבל תלין, דאין אדם גומר שום מצוה בהאי עלמא שא"א לו לומר שכבר גמר מצות הנחת תפילין אחר שחולצם בלילה, כי גם כל הלילה יהי' שומר ומצפה עד עלות השחר להניחם, וחייב אדם להתאוות לקיים כל המצות תמיד, וכיון שנאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאלו עשאה ופועל שלא גמר מלאכתו אין הבעל הבית עובר עדיין בבל תלין, וא"ש. אך מצוה זו שעשה פנחס לקנאות ברשעים א"א להתאוות עלי' שתבוא לידו ח"ו אדרבא יתפלל שלא יארע עוד כזאת בישראל, וא"כ "בדין הוא שיטול שכרו בעוה"ז שכבר גמר מצותו הלז".
תורת משה, חת"ם סופר
- ו -
פנחס בן אלעזר וגו' השית את חמתי (כה, א).
כבר כתבתי בזה, וכעת נראה לי דהנה בתוספתא דפאה אמרו מעש' בחסיד אחד שהגיד לו בנו ששכח עומר בשדה וצוה להביא לו זבח ושמח מאד, וא"ל בנו מה זה שמח היום יותר מכל המצות, וא"ל כל המצות הם בדעתי וברצוני ומצוה הלז הוא דוקא בשכחה. והנה גם כאן פנחס באמת שאם בא לשאול אין מורין לו ורק הקנאין ברצותם לקנאות לה' אז יוכלו למסור עצמם למות שבאמת אם נהפך זמרי והרג לפנחס אינו נהרג ונמצא שהמצוה הלז הוא ג"כ כשאינו מיישב עצמו ובלי כוונ' ולכך אמר "בדין היא שיטול שכרו", ודו"ק.
דברי שאול
- ז -
פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי וגו' לכן אמור הנני נותן לו את בריתי שלום.
ובמדרש: אמר הקב"ה בדין הוא שיטול שכרו (כה, יא).
והוא פלאי, מה משמיענו המדרש בזה. אכן בהעיר לב ושום שכל י"ל, דלכאורה מה הי' השבת החימה שעשה פנחס, הלא מצינו שכל אלו שחטאו בבעל פעור באמת נענשו, ועד כמה הי' צריך להמית מישראל, עד שהוצרך פינחס להשיב את חמתו ית"ש. אכן י"ל כי כללות ישראל הם ערבים זה לזה, ומצד הערבות נתחייבו אז כל ישראל ח"ו, וע"י קנאת פינחס שככה חמתו ית"ש.
והנה הוקשה להמדרש, הלא ידוע ומפורסם בדברי חז"ל (קידושין לט:) ואנו מאמינים בזה 'שכר מצוה בהאי עלמא ליכא' וא"כ מה זה שאמר השי"ת למשרע"ה 'פינחס בן אלעזר וגו' הנני נותן לו את בריתי שלום והיתה לו ולזרעו אחריו', הלא זה העולם אין בו כדאי להשתלם בו שכר מצוה.
אכן י"ל דהנה פינחס למד ממשרע"ה ההלכה דבועל ארמית קנאין פוגעין בו (סנהדרין פב.), ובראותו מעשה זמרי העיר את לבבו לקיים מצוה זו ולקנא קנאת ה' צבאות, בלתי שום כוונה אחרת, אך ממילא נסתעף מזה שהשיב את חמתו ית"ש שלא יתחייבו בנ"י כלי' עבור הערבות, וא"כ אף שהשכר על המצוה ממש שעשה לש"ש לקנא קנאת ה' צבאות קיים לעד ולעולמי עולמים לעוה"ב, אבל על מה שנסתעף ממצוה זו שהשיב את חמתו ית' על דבר זה נטל פינחס שכרו בהאי עלמא.
וזהו מפורש ג"כ באר היטב בפסוק "השיב את חמתי" - על ידי "בקנאו את קנאתי" היינו שהוא עשה רק בכוונה זו לקנא קנאתי ועי"ז נסבב הדבר ממילא שהשיב את החימה שלי מעל בנ"י, "לכן אמור וגו' תחת אשר קנא לאלקיו" היינו דבר זה שקיים המצוה לקנא קנאת ה' צבאות עוד נוסף לזה "ויכפר על בני ישראל" ולזה "בדין הוא שיטול שכרו" אף בעוה"ז, אבל שכר מצוה גופא קיים ועומד לו לעולם הנצחי שכולו טוב, והבן כ"ז היטב.
אוהב ישראל
- ח -
ובני קרח לא מתו. ופרש"י ז"ל מקום גבוה נתבצר להם בגיהנם וישבו שם (כו, יא).
י"ל מה כוונת רש"י ז"ל להביא הדרש הלזה אשר לכאורה לא נצרך הדרש להפשט. אולם י"ל כי הי' קשה לרש"י ז"ל למה נכתב זה הלשון "לא מתו" ולא כתיב חיו. אך הנה ידוע מהקדמונים שהענין שאירע לקרח שפיקח הי' הסיבה מאת הי"ת. למען היות שני עדים בני בשר ודם בשמים ממעל ובארץ מתחת להעיד על יחודו ואחדותו ית' ולזה ויתהלך חנוך להעיד בשמים ממעל, וקרח לארץ מתחת, והמה מעידים על יחודו ואחדותו ועל משה ותורתו כי אמת הוא. והנה על כי מוכרח הי' הדבר מאת הי"ת שקרח יהא שם בגיהנם כנ"ל לזאת גם בני קרח הוכרחו להיותם בבחי' מקום אביהם כדברי חז"ל שלא יהא אביו בגיהנם ובנו בג"ע. אך יען כי על לא דבר שם היו. ע"כ נתבצר להם שם מקום גבוה. ולזה לא כתיב אצלם לשון חיו כי הי' במשמע לשון עלי' בג"ע. ודו"ק.
צמח דוד

- ט -
צרור את המדינים וגו' על דבר פעור, ועל דבר כזבי בת נשיא מדין. (כה יז יח)
יש להקשות הלא באמת היתה עצת בלעם להכשיל את ישראל בזנות, אלא שזה גרם גם עון עבודה זרה (כמבואר ברש"י כה ב), ואם כן למה הקדים הפסוק "על דבר פעור" שהוא עון עבודה זרה, ורק אחר כך כתוב "ועל דבר כזבי בת נשיא מדין" שהוא עון זנות, והלא איפכא מסתברא?
ונראה דהנה המסית את חבירו לעבירה אינו נענש על העבירה, כי קיימא לן (קידושין מב:) "אין שליח לדבר עבירה" דאומרים לשליח "דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין".
אולם בעון עבודה זרה קיימא לן (סנהדרין כט.) "אין טוענין למסית", והטעם הוא משום שהלא המסית אומר שהעבודה זרה היא הרב והשליט, ואם כן מוכיח לו שעליו לשמוע בדברי העבודה זרה הזה, והוא מבטל את הטענה של "דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין", לכן נענש המסית.
ולפי זה אם היו המדינים מסיתין את ישראל על עון זנות בלבד, לא היו חייבין בשום דבר, דהיו יכולים לטעון "דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין". אבל השתא שנכלו להם על דבר פעור, והחליפו את הרב מלך חי וקים באל אחר, ונסתר טענת "דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין", שוב חייבין המדינים גם על דבר כזבי, כיון שהסיתו את ישראל לחטוא בהוכיחם להם שאין להם לשמוע דברי הרב ושליט ח"ו, ומובן מה שמקדים עון עבודה זרה, כי לולא זה אין מגיע להם עונש.
תפארת יהונתן
- י -
אבינו מת במדבר והוא לא היה בתוך העדה, ויקרב משה את משפטן לפני ה'. (כז ג)
הנה איתא בגמרא כי המקושש לשם שמים נתכוין, דכיון ששמעו ישראל (במדבר יד לה) 'במדבר הזה יתמו ושם ימותו' עמדו וחללו שבת, וכיון שהיה בלא עדים והתראה לא נענשו, עמד הוא וחילל שבת בעדים והתראה ונהרג, וכוונתו היה למען לא יחללו עוד ישראל את השבת. והטעם שסברו ישראל שמותר לחלל השבת, משום דאיתא בספרי 'כל המחלל שבת אין נוטל חלק בארץ', דארץ ישראל ניתן להם בזכות השבת, וכעת ששמעו במדבר הזה יתמו ושם ימותו, שלא יטלו חלק בארץ ישראל, לא היו מקיימין השבת.
ובאמת לפי דברי הספרי דהמחלל שבת אין נוטל חלק בארץ קשה כיון דצלפחד שהיה מקושש (שבת צו:) חילל שבת, האיך יטול חלק בארץ, על זה טענו בנות צלפחד "אבינו מת במדבר" מפני תיבת "במדבר" הזה יתמו, שעמדו ישראל וחללו שבת, ועמד הוא וחילל ונהרג, "והוא לא היה בתוך העדה" שחיללו שבת שלא לשם שמים, רק לשם שמים נתכוין, ואם כן מגיע לו חלק בארץ, ולכך "ויקרב משה את משפטן לפני ה'" כי רק הקב"ה יודע מחשבות אם לשם שמים נתכוין.
הגה"ק רבי יהונתן אייבשיץ זצ"ל
- יא -
אשר יוציאם ואשר יביאם (כז, יז).
נראה לפי הידוע דברי האלשיך הק' ז"ל, דהא דאחז"ל (אבות ג, יז) אם אין קמח אין תורה - אם אין תורה אין קמח, כי זה הוא טענת הקב"ה עם ישראל, שהקב"ה אומר אם אין תורה אין קמח, שמקודם ילמדו תורה ואח"כ ישפיע להם פרנסה. וישראל טוענים אם אין קמח אין תורה, שמקודם ישפיע להם פרנסה ואח"כ ילמדו תורה כי א"א ללמוד מתוך הדחק. והנה הצדיקים צריכים לפעול עבור ישראל שהקב"ה ישפיע להם מקודם פרנסה.
והנה פרנסה יכונה בשם 'יציאה' כדכתיב (דברים לג, יח) שמח זבולן בצאתך שיוצא עבור פרנסה, וזהו שבקש משה מהשי"ת שימנה להם איש כזה "אשר יוציאם ואשר יביאם" היינו שישפיע מקודם פרנסה המכונה יציאה, ואח"כ "יביאם" לפנים לישב באהלה של תורה, ע"כ כתוב מקודם "אשר יוציאם" ואח"כ "אשר יביאם" כטענת ישראל לפני הקב"ה.
עטרת ישועה
- יב -
ונתת מהודך עליו.
אמרו חז"ל (בבא בתרא עה) ונתת מהודך ולא כל הודך, פני משה כפני חמה, ופני יהושע כפני לבנה, זקנים שבאותו דור היו אומרים אוי לה לאותה בושה ואוי לה לאותה כלימה.
יש לדייק מדוע דוקא הזקנים אמרו כך ולא הנערים? ויש לומר שהיה מקום לומר שמשה רבינו ע"ה לפי שהיה זקן לכך מעלתו גדולה מיהושע שעודו צעיר לימים, ולכן לא עלה עוד כל כך במעלות השלימות.
לכן אמרו זקנים שבאותו הדור שהם הכירו את משה רבינו ע"ה בעודנו בבחרותו כמו יהושע עתה, המה ראו כן תמהו על מעלת משה רבינו ע"ה, כי לו נאה כי לו יאה כתר מלוכה.
קול אליהו

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יולי 23, 2008 5:44 pm

טעמים פארוואס לייענט מען פרשת
פנחס אין די ימי המצרים
- א -
דער טעם פארוואס ס'קומט אויס,אז מ'לייענט פרשת פנחס אין די טעג פון"בין המצרים", איז לויט ווי ס'ווערט געברענגט אין נאמען פון הרה"ק מלובלין זצ"ל אז ווען משיח וועט קומען, וועט שבעה עשר בתמוז זיין דער ערשטער טאג יו"ט, און ט' באב וועט זיין דער לעצטער טאג יו"ט, און די טעג פון בין המצרים וועט זיין ווי חול המועד. (דער ראפשיצער רב זצ"ל האט צוגעלייגט אז עס וועט זיין עטוואס אנדערש, תשעה באב וועט זיין ווי די ערשטע טעג יו"ט, שבעה עשר בתמוז ווי די צווייטע טעג יו"ט, דער גאנצער יאר אינדערמיט ווי חול המועד, און די דריי וואכען ווי געווענליכע טעג). דעריבער לייענט מען אין די טעג פרשת פנחס וואו ס'ווערט דערמאנט די קרבנות פון די ימים טובים, ווייל די טעג וועלן בקרוב נתהפך ווערן צו ימים טובים, וואו ס'שטייט אין פסוק (ירמי' ל"א) והפכתי אבלם לששון, בב"א.
(הרה"ק מרוזשין זצ"ל)
- ב -
נאך א טעם, ווייל דורך דעם וואס מ'לייענט די פרשה פון די קרבנות וואס אידן פלעגן מקריב זיין בזמן שבית המקדש היה קיים, כאפט אן א בענקעניש צום בנין בית המקדש השלישי, און דאס ערוועקט רחמים אויבן אין הימל אז דער בית המקדש זאל שוין געבויט ווערען בקרוב.
(שפת אמת)

- ג -
נאך א טעם, ווייל אין די טעג קלאגן די אידן אויפ'ן חורבן בית המקדש, און ס'איז מעגליך אז מ'זאל אין די טעג אריינפאלן ח"ו אין א טרויער און עצבות ר"ל, וואס דאס איז א געפערליכע מדה, דעריבער לייענט מען די פרשה פון ימים טובים וואס ברענגט אריין אין הארץ שמחה און האפענונג אז בקרוב וועלן מיר דערפרייט ווערן.
(בני יששכר)
- ד -
עס קומט אויס אז אין אלע יארן פאלט אויס דאס ליינען פרשת פנחס אין די וואכן פון בין המצרים, ווייל אין מדרש ווערט געברענגט אז דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו אז ווען אידן וועלן לייענען פאר אים די פרשיות הקרבנות, וועט פאררעכנט ווערן ווי גלייך מ'איז מקריב בפועל די קרבנות. הגם יעדן טאג זאגט מען פארשידענע פרשיות פון קרבנות, אבער עס קומט קיינמאל נישט אויס אז מ'זאל דאס לייענען אין א ספר תורה מיט אלע הלכות, דערפאר, דוקא אין די טעג ווען ס'איז בטל געווארן די קרבנות בעוונותינו הרבים, האט מען מתקן געווען צו לייענען די פרשיות כדי דערמיט זאל פאררעכנט ווערן ווי גלייך מיר האבן מקריב געווען די קרבנות.
(מאור ושמש)
- ה -
מ'קען זאגן נאך א טעם פארוואס מיר לייענען די פרשה אין די טעג פון בין המצרים, לויט ווי דער מהר"ל מפראג ערקלערט א טעם פארוואס מ'עפענט די טיר ביי שפוך חמתך, ווייל ווען ס'איז מסוגל מתפלל צו זיין אויף די גאולה ווילן מיר מרמז זיין דאס וואס מיר האבן בקבלה אז פאר משיח וועט קומען וועט אליהו הנביא אונז פארבערייטן און מודיע זיין אז משיח איז שוין אונטערוועגנס. דאס ווייזן מיר אויך מיט דעם וואס מיר לייענען פרשת פנחס אין די טעג פון בין המצרים, ווייל חז"ל זאגן דאך פנחס זה אליהו הנביא זכור לטוב, זענען מיר מתפלל אין די טעג פון בין המצרים אז אליהו הנביא זאל שוין בקרוב מבשר זיין די בשורה טובה אויף וועלכע מיר ווארטן שוין אזויפיל יאהר.
(דברי יואל)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 23, 2008 5:52 pm

וועלקאם בעק זיידעניו, מיר האבן געווארט אויף אייך.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יולי 23, 2008 5:56 pm

מפרשים
פר' פנחס

(כ"ה, י"א) "פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל בקנאו את קנאתי בתוכם וגו'". דורך דעם וואס פינחס האט געצערנט און ער האט געטוען דעם העלדישע מעשה, האט ער אפגעשטילט דעם כעס פון דער אויבערשטער, און ער האט נישט פארלענד די אידן ח"ו.
וואס פאר א שייכות האט די מעשה פון פינחס אפצושטילן דעם כעס פון די אידן? זאגט דער ספורנו, ווייל די כעס וואס איז געווען אויף די אידן, איז געווען ווייל זיי האבן נישט מוחה געווען אויף די גרויסע עבירות וואס האבן זיך אפגעטוען צווישן שבט שמעון. יעצט ווען זיי האבן געזעהן אז פינחס האט געהרג'עט א נשיא בישראל, און זיי האבן געלאזט, און זיי האבן נישט מוחה געווען, דאס האט מכפר געווען מדה כנגד מדה, וואס זיי האבן נישט מוחה געווען אויף די עבירות.
זאגט דער ספורנו, דאס איז די כונה פון די ווארט "בתוכם", פינחס האט געטוען זיין מעשה קנאות "בתוכם" צווישן די אידן, זיי האבן געזעהן און זיי האבן נישט געשטערט, און דאס האט גורם געווען אז דער אויבערשטער זאל זיי מוחל זיין די עבירה וואס זיי האבן נישט מוחה געווען אויף די עבירה פון שבט שמעון.

(כ"ה, י"ב) "לכן אמר הנני נתן לו את בריתי שלום". רש"י לערנט, אז דער אויבערשטער האט געהייסן אז משה זאל אים שיקן א גריס פון דער אויבערשטער, און פון דעם גריס וועט ער זוכה זיין צו כהונה.
דער ספורנו לערנט, אז די כונה פון בריתי שלום איז, אז דער אויבערשטער האט אים דא געגעבן א מתנה אז ער וועט זייער לאנג לעבן. די סיבה וואס טוט גורם זיין אז א מענטש זאל ווערן קראנק און ער זאל שטארבן, דאס נעמט זיך פון דעם וואס עס איז נישט דא קיין שלום צווישן די חלקים וואס א מענטש איז פון זיי צוזאמען געשטעלט. אויב איינער פון די חלקים טוען זיך מתגבר זיין אויף די אנדערע, דאס איז גורם די הפסד פון דער מענטש. ווען עס איז דא שלום צווישן זיינע טיילן, דאס איז גורם אז ער זאל לאנג לעבן.
דאס האט אים דער אויבערשטער געזאגט, אז איך וועל דיר געבן א ברית פון שלום אין דיינע איברים, וואס דאס וועט גורם זיין אז דו וועסט לאנג לעבן. דער ספורנו ברענגט פון פסוקים אין תנ"ך, ווי מיר זעהן אז פינחס האט טאקע זייער לאנג געלעבט, און בפרט לויט וואס די חז"ל זאגן, אז פינחס זה אליהו, קומט אויס אז ער לעבט נאך אלס, ווייל אליהו איז דאך ארויף געגאנגען אין הימל לעבעדיגערהייט.

(כ"ה, י"ג) "והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהנת עולם תחת אשר קנא לאלקיו ויכפר על בני ישראל". רש"י ברענגט פון די גמרא אין זבחים, אז פינחס איז נישט געווען א כהן, פאר ער האט געהרג'עט זמרי, און נאכדעם איז ער געווארן א כהן. עס ווערט געברענגט פון דער זוהר הק', אז וועגן דעם האט דער אויבערשטער אים נישט געמאכט פאר א כהן פאר דעם, כדי ער זאל קענען הרג'ענען זמרי, ווייל אויב ער וואלט געווען א כהן, וואלט ער נישט געקענט הרג'ענען זמרי, ווייל א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין צו א מת.
דער דעת זקנים בעלי תוס' ברענגט א דעה אין די חז"ל וואס האלט, אז ער איז יא געווען א כהן פאר ער האט געהרג'עט זמרי, און ווען ער האט אים געהרג'עט האט ער זיך נישט מטמא געווען, ווייל ווען זמרי האט נאך געגוסס'ט האט ער זיך אפגעשייד פון אים, און ער איז נישט טמא געווארן.
די גמרא אין מסכת סנהדרין איז מסביר די טעם פארוואס זיין שכר איז געווען צו ווערן א כהן, ווייל איז געווען מדה כנגד מדה, אזוי ווי ער האט מיט זיין מעשה מכפר געווען אויף די אידישע קינדער, וועגן דעם איז ער געווארן א כהן, וואס ער וועט ווייטער כסדר מכפר זיין אויף די אידישע קינדער, דורך דעם וואס ער וועט מקריב זיין די קרבנות וואס זענען מכפר.
(שם) ברש"י ד"ה ראש אומות, "ולפי שנהג בזיון בעצמו להפקיר בתו מנאו שלישי". פרעגט דער גור ארי', אויב אזוי, פארוואס רעכנט מען אים נישט אויס צום לעצט? ענטפערט דער גור ארי', ווייל אויב מען וואלט אים אויסגערעכנט צום לעצט, וואלט מען געקענט מיינען, ווייל ער איז דער חשוב'סטע וועגן דעם רעכנט מען אים אויס לעצט, אלס אחרון אחרון חביב, אז אפילו אים האט מען אויך געהרג'עט. אבער יעצט אז מען רעכנט אים אויס אינדערמיט, זעהט מען קלאר פון דעם, אז ער האט וועגן א געוויסע טעם פארלוירן זיין חשיבות.

(כ"ה, י"ח) "כי צררים הם לכם בנכליהם אשר נכלו לכם על דבר פעור וגו'". פרעגט רש"י, פארוואס האט דער אויבערשטער נישט געהייסן אז מען זאל אויך מלחמה האלטן מיט מואב, זיי זענען דאך אויך געווען פארמישט אין די שלעטע עצות אויף די אידישע קינדער?

ברענגט רש"י פון די גמרא אין מסכת בבא קמא, אז וויבאלד עס האט געדארפט ארויס קומען מואב, די גרויסע צדיקת רות, וועגן דעם האט דער אויבערשטער נישט געוואלט אז מען זאל זיי הרג'ענען.
דער רמב"ן ענטפערט, ווייל דער אויבערשטער האט שוין געהאט פון פריער געווארנט די אידן, אז זאל נישט טשעפן מואב און מען זאל נישט האלטן קיין מלחמות מיט זיי, אזוי ווי עס שטייט אין ספר דברים (ב', ט') "אל תצר את מואב". דער רמב"ן ברענגט ראיות, אז כאטש עס שטייט שפעטער, אבער דאס איז שוין געזאגט געווארן פאר די מעשה פון שטים וואס ווערט דערמאנט אין די סוף פון די פריער'דיגע פרשה. וויבאלד דער אויבערשטער האט שוין פון פריער געזאגט אז מען זאל נישט מלחמה האלטן מיט מואב, האט דער אויבערשטער נישט געוואלט יעצט משנה זיין, אז מען זאל יא מלחמה האלטן מיט זיי.
פרעגט דער רמב"ן, פארוואס טאקע האט דער אויבערשטער געהייסן אז מען זאל נישט טשעפן מואב און מען זאל נישט מלחמה האלטן מיט זיי? ענטפערט דער רמב"ן, ווייל זיי זענען געווען אייניקליך פון לוט, און דער אויבערשטער האט פאר זיי געגעבן דעם לאנד, אלס א שכר פארדעם וואס לויט איז מיט געגאנגען מיט אברהם אבינו ווען דער אויבערשטער האט אים געהייסן אוועק גיין פון זיין פאטער'ס שטוב. לוט האט אויך פארלאזט זיין שטוב און ער איז געווען גרייט מיט צו וואנדערן מיט אברהם און ער האט אים משמש געווען. וועגן דעם האט דער אויבערשטער נישט געוואלט אז מען זאל דאס צונעמען פון זיי.

(כ"ו, א') "ויהי אחרי המגפה ויאמר ה' אל משה וגו'". זאגט רש"י אין דער ערשטער פשט, "משל לרועה וכו' והוא מונה אותן לידע מנין הנותרות". פרעגן די מפרשים, ביי דער אויבערשטער איז נישט שייך דעם טעם, ווייל ער ווייסט דאך די צאל פון די אידן אן דעם וואס מען זאל דארפן ציילן, אויב אזוי פארוואס האט ער געהייסן אז מען זאל זיי ציילן?
ענטפערן די מפרשים, אז ער האט געהייסן ציילן, נישט ווייל ער האט געדארפט וויסן וויפיל זיי זענען, נאר כדי צו ווייזן פאר משה ווי באליבט זיי זענען ביי אים, און דאס וועט זיין פאר אים א רמז, אז ער זאל זיי היטן בלב ונפש און מיט דער ריכטיגע נאמנות, ווייל ער וועט וויסן ווי שטארק באליבט זיי זענען ביים הייליגער באשעפער.
דער בעל הטורים זאגט, אז וועגן דעם האט מען געשטעלט א "פ" אין מיטן פון די פסוק, ווייל ער האט געוואלט מאכן א הפסק צווישן די ווארט "מגיפה" און דער צווי פון ציילן די אידן, כדי עס זאל נישט שולט זיין א מגיפה אין זייער צאל.

(כ"ו, ה') "ראובן בכור ישראל בני ראובן חנוך משפחת החנכי לפלוא משפחת הפלאי". פרעגט דער רמב"ן, פארוואס זענען דא געציילט געווארן יעדע משפחה באזונדער? ענטפערט דער רמב"ן, אונז צו לערנען, אז מען האט איינגעטיילט די חלק פון יעדן שבט לויט וויפיל משפחות עס זענען געווען, און אזוי האט מען עס געטיילט פאר יעדן משפחה באזונדער, און עס איז נישט געווען אויסגעמישט די משפחות אין די גאנצע טייל פון דער שבט, נאר יעדע משפחה איז געווען פאר זיך.

(כ"ו, ט'-י') "ובני אליאב נמואל ודתן ואבירם וגו' ותפתח הארץ את פיה ותבלע וגו'". , פרעגט דער רמב"ן, פארוואס האט די תורה דא געשריבן די גאנצע ענין פון דתן ואבירם? ענטפערט דער רמב"ן, די תורה האט אונז געוואלט דא מרמז זיין, אז נמואל האט באקומען די חלק אין ארץ ישראל וואס האט געדארפט גיין פאר דתן ואבירם. דתן ואבירם זענען געווען פון די יוצאי מצרים, וואס האבן געהאט א חלק אין ארץ ישראל, און וויבאלד זיי זענען געשטארבן, האט נמואל באקומען זייערע חלק.
נאכדעם ברענגט דער רמב"ן פון די חז"ל וואס זאגן, אז דתן ואבירם האבן פארלוירן זייערע חלק אין ארץ ישראל. אויב אזוי וועלן מיר זאגן לויט די חז"ל פונקט פארקערט, אז די תורה וויל אונז דא מרמז זיין, אז זיי האבן פארלוירן זייערע חלק אין ארץ ישראל, און נמואל האט נישט באקומען זייערע חלק אין ארץ ישראל.

(כ"ו, י"א) "ובני קרח לא מתו". ברענגט רש"י א גמרא אין מסכת סנהדרין (דף ק"י) "הם היו בעצה תחלה ובשעת המחלוקת הרהרו תשובה בלבם לפיכך נתבצר להם מקום גבוה בגיהנם וישבו שם". עס איז דא עטליכע פשטים אין די מפרשים, אין די כונה פון דעם חז"ל.
א- די כונה פון די ווארט "גיהנם" מיינט דער פלאץ וואו זיי זענען איינגעזינקן געווארן. די בני קרח זענען למעשה איינגעזינקן געווארן. אבער וויבאלד זיי האבן מהרהר געווען בתשובה, זענען זיי נישט אינגאנצן איינגעזינקן געווארן, נאר זיי זענען געבליבן אויף זייער פלאץ ביים עפענונג פון די פי הארץ, און זיי האבן דארט געזאגט שירה, און נאך א שטיק צייט, זענען זיי פון דארט ארויסגעקומען און זיי זענען געבליבן לעבן.
א ראי' צו דעם פשט אז זיי זענען געבליבן לעבן, ווייל מיר טרעפן אין דברי הימים א' ו', אז שמואל מיט זיינע קינדער וואס זענען געווען משוררים פון שבט לוי, זענען געווען אייניקליך פון קרח, זעהן מיר אז זיינע קינדער זענען געבליבן לעבן.
ב- זיי זענען קיינמאל נישט ארויסגעקומען פון דארט, און דאס וואס זיי האבן מהרהר געווען בתשובה האט נאר געהאלפן אויף דעם אז זיי זענען נישט געפאלן טיף אין שאול תחתית אריין, נאר זיי זענען געבליבן העכער, און איין מאל אין דרייסיג טעג טוט מען זיי דן זיין.
לויט דעם פשט דארפן מיר פארשטיין, ווי אזוי זענען געווען אייניקליך פון קרח אין די צייטן פון דער בית המקדש? ענטפערן די מפרשים, אז אין זוהר הק' איז מבואר, אז די פלאץ וואו זיי זענען געווען איינגעזינקן, איז דא א רצועה וואס טוט מחבר זיין צו דער וועלט. די קינדער פון קרח האבן נישט געקענט ארויף קומען, אבער זיי האבן דארט געהאט קינדער, און די קינדער זענען שפעטער ארויף געקומען פון דארט דורך די רצועה וואס טוט מחבר זיין יענע פלאץ צו דער וועלט.
דער יונתן בן עוזיאל קריגט זיך מיט די חז"ל וואס רש"י ברענגט, און ער לערנט אז די קינדער פון קרח זענען געווען צדיקים און זיי האבן נישט געהאט קיין שום שייכות מיט זייער טאטע בשעת די מחלוקת. זיי זענען נאכגעגאנגען די לערנונג פון משה און זיי זענען נישט פארברענגט געווארן פון די פייער און זיי זענען נישט איינגעשלינגען געווארן. דער רמב"ן אין פרשת קרח לערנט אויך אזוי ווי דער תרגום יונתן.

(כ"ו, י"ג) "לזרח משפחת הזרחי לשאול משפחת השאולי". זאגט רש"י, "לשון צוהר וכו' וכן אצבון לגד". זאגן די מפרשים, אז עס איז דא א טעות הדפוס און מען דארף גורס זיין "וכן ישוה לאשר", ווייל רש"י אליין זאגט ווייטער אין פסוק ט"ז (ד"ה לאזני) אז אצבון ווערט דא אנגערופן אזני, ממילא קומט דאך אויס, אז משפחת אצבון איז נישט בטל געווארן. אבער ישוה וואס ווערט אויסגערעכנט אין פרשת ויגש, ווערט דא נישט אויסגערעכנט, ממילא דארף מען גורס זיין ישוה לאשר.
רש"י ברענגט ווייטער פון דער ירושלמי, אז זיבן משפחות זענען בטל געווארן. אין אונזער ירושלמי איז די גירסא "אכט" משפחות, ווייל דער ירושלמי רעכנט אויס סיי ישוה פון שבט אשר און סיי אצבון פון שבט גד. (קרבן העדה)

(כ"ו, ט"ז) "לאזני משפחת האזני לערי משפחת הערי". זאגט רש"י, אומר אני שזו משפחת אצבון ואיני יודע למה לא נקראת משפחתו על שמו. דער אור החיים הקדוש ברענגט א פסיקתא וואס זאגט אויך אזוי, אז אזני און אצבון זענען די זעלבע, און ביידע מיינען די זעלבע. אזני איז א לשון פון הערן און אצבון איז אויך א לשון פון הערן, עס איז א לשון פון "אצית והאזין".
פירט אויס דער אור החיים הקדוש, אז עס האט אויפגעשיינט דער רוח הקודש אין רש"י, און ער מכוין געווען צו די רייד פון די הייליגע חז"ל.

(כ"ו, כ"ד) "לישוב משפחת הישבי וגו'". זאגט רש"י, אז "ישוב" איז דער זעלבע ווי "יוב" וואס ווערט אויסגערעכנט אין פרשת ויגש. אין ילקוט פרשת נשא שטייט, אז וועגן דעם האט מען געטוישט זיין נאמען פון יוב צו ישוב, ווייל ער האט זיך מיישב געווען צו לערנען תורה, און ישוב איז א לשון פון באזעצן, ער האט זיך באזעצט צו לערנען תורה.
דער ר"ן זאגט, אז זיין טאטע יששכר, האט אים געגעבן דער נאמען יוב, און ער האט געהאט טענות אויף זיין טאטע, ווייל יוב איז געווען א נאמען פון אן עבודה זרה. האט זיין טאטע אים געזאגט, איך האב אן איבריגע שין אין מיין נאמען, וועל איך דיר געבן איין שין, און אזוי איז געווארן פון יוב ישוב.
זאגט דער חזקוני, אז וועגן דעם ליינט מען דער נאמען יששכר מיט איין שין און נישט מיט ביידע, ווייל ער האט איינס אוועק געגעבן פאר זיין זון.
(שם בסוף רש"י ד"ה לישוב) "ובפלגש בגבעה נתקיימה כולה". ביי די מעשה פון פלגש בגבעה, האבן דיאידן אויסגעהרג'עט כמעט די גאנצע שבט בנימין, און עס איז נאר איבער געבליבן פיר הונדערט מענטשן פון שבט בנימין. עס איז געווען א סכנה אז דער גאנצע שבט זאל אונטערגיין, ווייל די אידן האבן געמאכט א נדר, אז קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי. שפעטער האט מען מבטל געווען די נדר און מען האט זיך אנגעהויבן משדך זיין מיט זיי. דאס איז געווען אין ט"ו באב, און דאס איז איינער פון די טעמים וואס די גמרא זאגט אין מסכת תענית פארוואס ט"ו באב איז א יום טוב.

(כ"ו, כ"ט) "בני מנשה למכיר וגו' אלה בני אפרים וגו'". פרעגט דער רמב"ן (אויבן אין פרשת במדבר) אויבן אין פרשת במדבר רעכנט מען אויס ערשט שבט אפרים, און דא רעכנט מען אויס קודם שבט מנשה? ענטפערט דער רמב"ן, ווייל אפרים איז געווען דער ראש פון די דגל, און אויך האט אים יעקב מקדים געווען פאר מנשה ווען ער האט זיי געבענשט, וועגן דעם האט די תורה אים אויך מקדים געווען ביים ציילן. דא אין פרשת פינחס האט די תורה מקדים געווען מנשה וועגן צוויי טעמים.
א- ווייל ביים יעצטיגן ציילן האט שבט מנשה איבערגעשטיגן שבט אפרים מיט זיין צאל. אין פרשת במדבר איז אפרים געווען מער פון מנשה און יעצט איז מנשה מער פון אפרים.
ב- ווייל יעצט האט מען געציילט וועגן די ענין פון געבן ארץ ישראל פאר א נחלה, און שבט מנשה האט גענומען זייער חלק פאר אפרים, ווייל חצי שבט מנשה האט גענומען בעבר הירדן צוזאמען מיט שבט ראובן און שבט גד.

(כ"ו, ל"ו) "ואלה בני שותלח לערן משפחת הערני". זאגט רש"י, שאר בני שותלח וכו' ומבני לוי שמונה וכו'. פרעגן די מפרשים, רש"י האט דאך אויבן געזאגט, אז פון שבט לוי איז נאר געווען פיר משפחות און די אנדערע פיר משפחות זענען אונטער געגאנגען, און דא זאגט רש"י, אז עס זענען געווען אכט משפחות פון שבט לוי?
ענטפערט דער משכיל לדוד, אז מען קען אפשר זאגן, אז רש"י רעכנט דא גרשם און אליעזר, די קינדער פון משה און אלעזר ואיתמר די קינדער פון אהרן, פאר באזונדערע משפחות און אזוי קומט אן די חשבון צו זיבעציג.

(כ"ו, מ"ו) "ושם בת אשר שרח". די מפרשים שטעלן זיך, פארוואס רעכנט אויס די תורה די טאכטער פון אשר, וואס איז נישט נוגע דא, ווייל די פרויען האבן דאך נישט באקומען א חלק אין ארץ ישראל? עטליכע תירוצים זענען דא אויף דעם.
א- רש"י זאגט, ווייל די תורה האט אונז דא געוואלט ווייזן א חידוש, אז זי האט נאך געלעבט. זי איז יעצט געווען מער פון צוויי הונדערט און פופציג יאר, און זי איז געווען די איינציגע פון די וואס זענען אראפ געגאנגען קיין מצרים וואס האט נאך געלעבט.
ב- דער רמב"ן ברענגט פון תרגום אונקלוס אז ער טייטשט אויף דעם פסוק, "ושום בת אתת אשר סרח", די נאמען פון די טאכטער פון די ווייב פון אשר איז געווען סרח. (אין אונזער תרגום שטייט נישט אזוי, נאר עס שטייט "ושום בת אשר סרח") זאגט דער רמב"ן, אז די כונה פון אונקלוס איז, אז סרח איז נישט געווען א טאכטער פון אשר, זי איז געווען א טאכטער פון די ווייב פון אשר, וואס זי האט איר געבוירן פון אן אנדערע מאן.
זאגט דער רמב"ן, אז לויט אונקלוס פארשטייען מיר פארוואס די תורה רעכנט איר אויס, ווייל זי האט יא באקומען א חלק אין ארץ ישראל. אזוי ווי די בנות צלפחד האבן באקומען די חלק פון זייער טאטע, ווי באלד עס איז נישט געווען א זון וואס זאל אים ירש'ענען, אזוי אויך האט שרח באקומען איר טאטע'ס חלק, ווייל איר טאטע האט נישט געהאט קיין זון וואס זאל אים ירש'ענען. (אויב איך לערען פשוט, אז סרח איז געווען א טאכטער פון אשר, קען מען נישט אזוי לערנען, ווייל אשר האט געהאט קינדער וואס האבן געירש'ענט א חלק אין ארץ ישראל, ממילא איז סרח בכלל נישט קיין יורש).
פרעגט דער דעת זקנים מבעלי תוס', ווער איז געווען דער ערשטער מאן פון די ווייב פון אשר, וואס ער איז געווען דער טאטע פון סרח. אויב עס איז געווען איינער פון די שבטים, אויב אזוי, וואלט מען געדארפט מיחס זיין סרח צו אים און נישט צו אשר. אויב עס איז געווען א פרעמדער מענטש נישט פון די שבטים, אויב אזוי פארוואס טוט די פסוק איר בכלל מיחס זיין צו יעקב אבינו? (עיין בפני ירושלים על הרמב"ן מה שתירץ בשם התכלת מרדכי)
ג- דער רמב"ן לערנט, אז וועגן דעם האט די תורה דא אויסגערעכנט סרח, ווייל ווי באלד עס איז ארויס געקומען א גרויסער משפחה פון איר, און די משפחה איז גערופן געווארן אויף איר נאמען ווייל זי איז געווען א גרויסע צדיקת, וועגן דעם רעכנט מען איר אויס באזונדער צווישן די משפחות פון שבט אשר.

(כ"ו, נ"ד) "לרב תרבה נחלתו ולמעט תמעיט נחלתו איש לפי פקדיו יתן נחלתו". עס איז דא א מחלוקת רש"י און דער רמב"ן, ווי אזוי עס איז איינגעטיילט געווארן ארץ ישראל. רש"י לערנט, אז מען האט געגעבן פאר יעדן שבט אן אנדערע חלק, לויט ווי גרויס דער שבט איז געווען. פאר א גרויסער שבט האט מען געגעבן א גרעסערע חלק און פאר א קליינע שבט האט מען געגעבן א קלענערע חלק.
דער רמב"ן איז מאריך מיט ראיות אז מען האט נישט אזוי געטיילט, נאר מען האט איינגעטיילט ארץ ישראל אין עלף גלייכע חלקים און יעדע שבט האט באקומען איין טייל. דאס וואס עס שטייט אין פסוק, "לרב תרבה נחלתו ולמעט תמעיט נחלתו", דאס גייט ארויף אויף דער שבט אליין, אז ווען מען האט איינגעטיילט אין דער שבט פאר יעדן משפחה, האט מען געגעבן א גרעסערע טייל פאר א גרעסערע משפחה און א קלענערע טייל פאר א קלענערע משפחה.

(כ"ו, נ"ו) "על פי הגורל תחלק נחלתו בין רב למעט". זאגט רש"י, הגורל היה מדבר כמו שפירשתי מגיד שנתחלקה ברוה"ק לכך נאמר על פי ה'". זאגט דער מזרחי, אז עס איז נישט באקאנט אויף וועלכע פסוק רש"י מיינט, ווען ער זאגט אז עס שטייט אין פסוק "על פי ה'". מיר טרעפן נישט קיין פסוק ביי די ענין פון נחלה אז עס זאל שטיין על פי ה'.

(כ"ו, נ"ז) "ואלה פקודי הלוי למשפחתם לגרשון משפחת הגרשני וגו'". פרעגט דער רמב"ן, פארוואס ציילט יעצט די תורה שבט לוי, זיי האבן דאך נישט געהאט קיין חלק אין ארץ ישראל? ענטפערט דער רמב"ן צוויי תירוצים.
א- צו לאזן הערן, אז צו די מענטשן וואס ווערן דא געציילט האט מען געגעבן די אכט און פערציג שטעט וואס מען האט געגעבן פאר שבט לוי, און נישט פאר די מענטשן וואס זענען געווען געבוירן נאכדעם.
ב- ווי באלד מען האט געציילט כלל ישראל, פאסט נישט אז מען זאל זיי נישט ציילן, ווייל דעמאלס וועט עס אויסזעהן אזוי ווי מען קוקט נישט אויף זיי, אזוי ווי מען קוקט אויף די איבריגע חלק פון כלל ישראל, וואס מען האט זיי געציילט. קומט אויס אז די גאנצע טעם וואס מען האט זיי געציילט, איז געווען אן ענין פון ארויס ווייזן כבוד פאר שבט לוי.

(כ"ו, נ"ט) "ושם אשת עמרם יוכבד בת לוי אשר ילדה אתה ללוי במצרים וגו'". דער דעת זקנים מבעלי תוס' זאגט, אז די ווייב פון לוי האט געהייסן "אותה". דאס איז די כונה פון פסוק, "אשר ילדה אתה ללוי", וואס אותה האט איר געבוירן צו לוי אין מצרים.

(כ"ז, ח') "ואל בני ישראל תדבר לאמר איש כי ימות ובן אין לו והעברתם את נחלתו לבתו". דער רמב"ן פרעגט, פארוואס רעכנט נישט אויס די תורה, אז אויב א זון שטארבט און ער האט נישט איבער געלאזט קיין קינדער, טוט דער טאטע אים ירש'ענען, אזוי ווי די חז"ל זאגן אז אזוי איז די הלכה מן התורה? ענטפערט דער רמב"ן פיר תירוצים.
א- דאס פארשטייט זיך אליין, ווייל וויבאלד די תורה זאגט, אז א זון ירש'ענט א טאטע, פארשטייט מען אליין, אז דער טאטע ירש'ענט דער זון, ווייל דאס גייט ביידע וועגן.
ב- וויבאלד ירושה גייט נאר פון ארויף אראפ אדער פון אונטן ארויף און עס גייט נישט צו די זייטן, און פון דעסטוועגן זאגט די תורה אז אויב איינער שטארבט אן קינדער, טוט דער ברידער אים ירש'ענען. דאס מוז גיין דורך דער טאטע. ווען דער קינד איז געשטארבן האט דער טאטע וואס ליגט אין קבר אים געירש'ענט, און פון אים גייט עס צו דער אנדערע זון. ממילא ווייס איך שוין פון דעם פסוק, אז דער טאטע ירש'ענט דעם קינד.
ג- די פסוק וויל נאר רעדן בדרך ברכה, ווען א טאטע שטארבט פאר א קינד. די תורה וויל נישט רעדן בדרך קללה ווען א קינד איז געשטארבן פאר זיין טאטע.
ד- וויבאלד עס האט נישט פאסירט ביי קיינעם אין די מדבר, אז איינער זאל שטארבן ביים לעבן פון זיין טאטע, האט די תורה נישט גערעדט פון דעם פאל, ווייל די תורה רעדט דאך צום דור המדבר, און ביי זיי איז נישט געווען נוגע דעם פאל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יולי 23, 2008 5:57 pm

פרפראות

א. חז"ל אומרים, לא נתכהן פנחס, עד שהרגו לזמרי. כי בפרשת תצוה, כאשר מינו את הכהנים, כתוב "ואתה הקרב אליך את אהרן אחיך ואת בניו אתו וכו'", ולא נזכר שמו של פנחס, כי לא התמנה אז לכהן. יש מפרשים, בגלל שכהנים קפדנים הם, ולא יאמרו שפנחס הרג את זמרי מתוך קפדנותו.
(תורה תמימה)
ב. חז"ל אומרים, שכאשר בא פנחס להרוג את זמרי, פרחה נשמתו, וה' נתן לו את נשמתם של נדב ואביהוא. ולכן כתוב "פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן".
(האר"י ז"ל).
ג. "השיב את חמתי", בתיבת "חמתי" יש את האותיות חי מת, - פי', בגלל שהרג את זמרי, השיב את ישראל לחיים.
(תורת הפרשה)
ד. "לכן הנני נותן לו את בריתי שלום", אומרים חז"ל, בדין שיטול שכרו, אם הציל את ישראל, על כל שעה ושעה מגיע לו לחיות 600,000 שעות, אם-כן, חי לעולם, כדי לשלם לו שכרו.
ה. כתוב במדרש, שמי שמשתתף בברית-מילה, מכפרים לו על כל עוונותיו, וזה מרומז בכתוב "ויכפר על בני-ישראל". ומובא במס' פסחים דף קי"ד בתוס', שכל הנהנה מסעודת ברית-מילה, ניצל מדינה של גיהנם.
(מדרש)
ו. אם אחד עושה מצוה, צריך לחזקו, שנאמר "הנני נותן לו את בריתי שלום".
(מפרשים)
ז. המלה "שלום", יש בה וי"ו קטועה, אומרים חז"ל, כהן צריך שיהיה שלם – בלי מום, ובאמת לומדים את-זה כבר מפרשת אמור, אך שם מדובר במזיד, ומכאן למדים בשוגג (קידושין ס"ו). ויש מפרשים, שזה בא לרמז, שמי שבא לברית-מילה, נהיה שלם – בלי עוונות.
ח. תוס' אומר במס' זבחים דף ק"א, שמפנחס יצאו 380 כהנים-גדולים, 80 בבית-ראשון, ו 300 בבית- השני. וזה מרומז בכתוב "שלום" – גמטריא 380, כי הוי"ו הקטועה נחשבת כמו י'.
(מעינה של תורה)
ט. מספרים, שהיה בית-כנסת שמתפלליו היו עמי-הארץ, הוציאו ספר-תורה, וראו שהוי"ו קטועה, אמרו שזה בוודאי פסול, הוציאו ס"ת אחר, וגם שם ראו כך, ואמרו שזה וודאי פסול, והוציאו ס"ת שלישי, ואז ראו שאינה קטועה, (כנראה שהסופר שכח לעשותה קטועה) ואמרו, הנה ס"ת כשר. וכך נראים עמי-הארץ – שאינם לומדים.
י. ה"אור החמה" מסביר, למה לא כתוב שמו של זמרי בסוף פר' בלק, אלא רק בפר' פנחס, כי בפר' פנחס הקב"ה רצה לציין שבחו של פנחס – שהתגבר להרוג אפילו נשיא בישראל, כמו זמרי, אך אין התורה מספרת סתם לשון-הרע שלא לתועלת.
(אור החמה)
יא. "לפוה משפחת הפוני" אומר ה"אור החיים", פוה – לשון פה, כי פה הלומד תורה הוא ככלי-שרת, שצריך לפנותו מלאכול מותרות, ומלדבר דיבורים-אסורים, כי הם מונעים את קיום התורה, וזהו שנאמר פוה זה פה, פוני לשון פנוי – לפנות את הפה מדברים-אסורים.
יב. פנחס, נקרא "אליהו מלאך הברית", כתוב בזוהר הק', שבגלל שאמר לה' (בנ"ך מלכים) כלל ישראל עברו בריתך, לכן אמר לו ה', אתה מקטרג על ישראל, חייב אתה לבא לכל ברית-מילה. מסביר האר"י, איזה עונש זה שצריך להשתתף בברית, אדרבא, זה מצוה גדולה, אלא, שהוא מפסיד מהחידושים מישיבה-של-מעלה, כי באמצע החידוש, הוא צריך לרדת להשתתף בברית.
הבדלים, בין פקודים ראשונים, לאחרונים
פקודים הראשונים, בפר' במדבר פקודים האחרונים, בפר' פנחס
בתחילת 40 שנה בסוף 40 שנה
ע"י משה ואהרן ע"י משה ואלעזר (כי אהרן מת)
במדבר סיני בערבות מואב
603,550 601,730
שבט לוי היו 22,300 שבט לוי היו 23,000
יג. מספרים, שפעם אחת השתתף גאון אחד, בברית-מילה לנכדו, ואמר, שכתוב במדרש, שאליהו אמר לה', שאינו יכול לסבול לבא במקום שיש עוברי-עבירה, [כמסופר ב"תנא דבי אליהו, שפעם אחת הלך ר' יהושע בן לוי עם אליהו, ואמר ריב"ל שהוא מרגיש ריח-רע של נבילה, ואינו יכול לסבול, אמר לו אליהו, שאינו מרגיש בשום ריח-רע, ואח"כ הלכו למקום אחר, ואמר לו אליהו, שאינו יכול לעמוד כאן, כי יש ריח-רע, והסביר, מפני שיש כאן עוברי-עבירה, וריב"ל לא הרגיש] ואמר שאינו יכול לבא לבריתות, אמר לו הקב"ה, אני אכפר על עוונותיהם של המשתתפים בברית. ושאל הגאון, האם ברית-מילה חשוב יותר מיום-הכיפורים – שאמרו חז"ל שיוהכ"פ מכפר רק ע"י תשובה, וכן פסק הרמב"ם, (רק רבי, סובר שיוכ"פ מכפר גם בלי תשובה). וחידש חידוש, שכמו שיש מטהר-אויר גשמי, יש גם מטהר אויר רוחני, אמר לו הקב"ה לאליהו, אני אטהר את האויר מהעוונות, ואז תוכל להשתתף בבריתות, מבלי להרגיש את עוברי העבירות. אך בוודאי שבברית-מילה יש אז עת-רצון להתקרב לה'. ובברית-מילה הנ"ל השתתף שם גאון אחרת, ואמר, שבמדרש אין כתוב שום חילוקים, אלא כתוב שה' מכפר בכל ענין. ובספר "בני יששכר" מובא מדרש על הכתוב "תחת אשר קינא לא' ויכפר על בני ישראל" שה' נתן כח בפנחס – זה אליהו, לכפר בכל ברית-מילה, עד סוף כל הדורות.
יד. "לפוה משפחת הפוני" הרי היה צריך לכתוב משפחת הפוי, ומפרש ה"בעל הטורים", פוני לשון פונים – שכולם פונים אליו ללמוד מתורתו.
טו. סדר ירושה: בן, בת, אב, אח.
טז. לכל ישראל, יש להם יורשים, חוץ מן הגר, שכל הקודם זכה.
יז. "הוא דתן ואברם", חז"ל אומרים, חמשה צדיקים, וחמשה רשעים, כתוב בהם הוא: חמשה צדיקים – הוא אברהם, הוא אהרן ומשה, הוא משה ואהרן, הוא חזקי', הוא עזרא. חמשה רשעים – אצל נמרוד, הוא היה גבור ציד, הוא עשו אבי אדום, הוא דתן ואבירם, הוא המלך אחז, הוא אחשורוש.
(תרגום שני – מגילת אסתר)
יח. במשפחות השבטים, כתוב בהם שם י-ה – החנכי הפלאי וכו'. מפרש רש"י הטעם, כדי שלא יאמרו המצריים, שבני-ישראל נתערבו והתחתנו בם והם פגומים, לכן רשום בהם שם ה' בכל משפחה – שבטי י-ה עדות לישראל. שואלים, הרי השם י-ה, הי' לפני הה', ולמה רשום בהם הה' לפני הי', ומתרצים, שחז"ל אומרים, איש ואשה שכינה שרויה ביניהם,- כי בזכר יש את האות י' – איש, ובנקבה יש את האות ה' – אשה, ואם אין מתנהגים ע"פ דרך-התורה, אז נהיה אש ואש, אם-כן, האות ה' אצל האשה, ובמצרים הצטיינו הנשים יותר מהאנשים, שבזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו ממצרים, לכן כתוב במשפחות, קודם האות ה'.
(מעינה של תורה)
יט. ה"תרגום יונתן" אומר, שש-מאות-אלף מלאכים העלו את שרח בת אשר לגן-עדן. "ושם בת אשר סרח" – ר"ת: וזאת שנכנסה מחיים בעדן, תגמול אשר שיר רחשה, שיוסף רב חי.
כ. "לאזני משפחת האזני", אומר רש"י, שמשפחת אזני זו אצבון, שכתוב בפר' ויגש. יש מרמזים, על-זה שאמרו חז"ל, שהאצבעות ניתנו לאדם, שאם ישמע לשון-הרע, שיסתום את האוזן עם האצבע, וזה מרומז בכתוב לאזני – לשון אוזן, הוא משפחת אצבון – לשון אצבעות.
(מעינה של תורה)
כא. "לישוב משפחת הישובי" – אומר רש"י, זה יוב שכתוב בפר' ויגש. ה"בעל הטורים" אומר, יוב – הם היו בעלי-ישיבה ולומדי תורה, כי משבט יששכר היו בעלי-תורה.
כב. ה"דעת זקנים" אומר בפר' ויצא, שאחרי שנתן ישכר לבנו את השם יוב, אמר יששכר, אין זה שם הגון – [יש אומרים, מפני שזה היה שם של עבודה-זרה], נטל יששכר אות שי"ן אחד משמו, ונתנו ליוב, ונהיה השם ישוב. ולכן קוראים לו ישכר – בשי"ן אחד, כי שי"ן אחד נתן ליוב. ויש קהלות, שבתורה עד פר' פנחס, קורין בשם יששכר.
כג. "ונתת מהודך עליו" – דרשו חז"ל, ולא כל הודך, זקנים שבדור אמרו, פני משה כפני חמה, ופני יהושע כפני לבנה, אוי לאותה בושה, ואוי לאותה כלימה.מפרש החיד"א, שיהושע, אע"פ שהיה גדול בתורה, לא התבייש, והיה מסדר בבית-המדרש את השולחנות והספסלים, והזקנים התביישו לעשות כן, ואחרי שראו שיהושע זכה להיות מנהיג ישראל, אמרו אוי לאותה בושה – הם היו מתחרטים על-זה שהתביישו לסדר את בית-המדרש, כיהושע. הרב אומר לתלמידים, אין להתבייש לסדר את הספרים והספסלים בכתה ובבית-הכנסת, כי זה זכות גדולה להיות ממזכי הרבים, כאשר אנו רואים אצל יהושע.
כד. ה' אמר למשה, תמנה את יהושע למנהיג, והעמדת אותו לפני אלעזר הכהן. מפרש רש"י, כדי שישאר הכבוד לשבט לוי – ע"י שיהושע ישאל שאלות מאלעזר הכהן. וכתוב בגמ', שאלעזר נענש, מפני שהורה הלכה בפני רבו – בגעולי מדין, לכן, לא שאל יהושע אף-פעם שאלות באורים-ותומים, ע"י אלעזר.
(עירובין ס"ג)
כה. בקרבן-מוסף של חג-הסוכות, הקריבו 70 פרים, ביום הראשון הקריבו 13 פרים, ובכל יום פחתו פר אחד – וזהו כנגד ע' אומות-העולם, שיהיו פוחתין והולכין ובכל-זאת, בזמן המקדש, היו הקרבנות מגינות עליהן. ואמרו חז"ל, אילו היו יודעים הגויים, כמה שבית-המקדש עושה להם טובה, היו מעמידים שומרים יומם ולילה, לא לגעת בו. ומרוב טפשותם, החריבוהו.
כו. "ליצר משפחת היצרי, לשלם משפחת השלמי" – בדרך שאדם רוצה לילך, מוליכין אותו, - ליצר – אם הוא רוצה ללכת בדרכי היצר-הרע, משפחת היצרי – יש לו חברים רעים. לשלם – אם רוצה בשלמות, משפחת השלמי – יהיו לו חברים טובים.
כז. מסופר, שאחד שלח מכתב ל"חזון איש", והתאונן על בעיותיו וצרותיו, השיב לו החזו"א מכתב, ובו כתוב מ"י מ"י, והתכוין בזה למה שנאמר במס' עדיות פ"ה מ"ז – מעשיך ירחקוך, מעשיך יקרבוך, - איך שהוא מתנהג, כך טובה יהיה לו.
מוספי החגים
ר"ח פסח שבועות ראש השנה יום כיפור שמחת תורה
2 פרים
1 איל
7 כבשים
1 שעיר לחטאת 2 פרים
1 איל
7 כבשים
1 שעיר לחטאת 2 פרים
1 איל
7 כבשים
1 שעיר לחטאת 1 פר
1 איל
7 כבשים
1 שעיר לחטאת 1 פר
1 איל
7 כבשים
1 שעיר לחטאת 1 פר
1 איל
7 כבשים
1 שעיר לחטאת
כח. כל החטאות של החגים, באים לכפר על טומאת מקדש וקדשיו. בראש-חודש כתוב "חטאת לה'" – אמר הקב"ה, הביאו כפרה עלי, שמעטתי את הלבנה.
כט. פרים – כנגד אברהם, שנאמר "ואל הבקר רץ אברהם. אילים – כנגד יצחק, בעקידה. כבשים – כנגד יעקב, "והכבשים הפריד יעקב".
ל. כתוב ברש"י, מה ענין עצרת אחרי שעבר חג-הסוכות, כי הקב"ה אומר לישראל קשה עלי פרידתכם. בעלי- מוסר אומרים, שהקב"ה אומר "קשה עלי פרידתכם" – שקשה לו פירוד הלבבות בישראל, שצריכים להיות באחדות, ואז יהיה הצלחה גדולה.
לא. כתוב בקיצשו"ע, ג' הפטרות דפורענותא הרי הם סימן דש"ח –דברי ירמיהו, שמעו דבר ה', חזון ישעיהו. בעלי-מוסר אומרים, שצריך לשמור על דברי – על הדיבור, שמעו – על השמיעה, חזון – על הראיה.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג יולי 24, 2008 5:31 am

זיידעניו, וואס איז געשען מיט דיר ביזט שוין האלט געווארען, ווייסט אז מ'האלט שוין פרשת מטות?.
קום כ'וועל דיך העלפן צו גיין.. גיי אריין דא

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג יולי 28, 2008 1:42 pm

זעליג האט געשריבן:אין אגרא דכלא אויף די וואכעדיגע סדרה (עג ע"ב) ברענגט ער דאס בשם דער זלאטשעווער מגיד זי"ע.(און די מונקאטשער דרוק איז דאס אין רפו ע"ב)


נו, איר ווייסט דאך אז א נאר כאפט א חכמה הערשט מיט א וואך-צוויי שפעטער...

איך האב זיך הערשט יעצט דערמאנט אז איך בין שולדיג א יישר כח פאר ר' זעליג'ן, פאר'ן צוצייכענען דעם פונקטליכן מראה מקום פון דאס חסידיש ווארט. יישר כחך וחיליך לאורייתא.

איך האב נאכגעקוקט בפנים אין אגרא דכלה, און געזען אז ער צייכנט ניטאמאל אן די גמרא פון הבא לטהר וכו'. אינטערסאנט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 12:37 pm

ענינא דיומא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 12:59 pm

לעווי האט געשריבן:איך האב יארן צוריק געהערט א ווארט פון אדמו"ר מזלאטושוב נתני' שליט"א.

רש"י שרייבט אויף בקנא את קנאתי, 'שקצף הקצף שהי' לי לקצוף' ע"כ.

בלעם האט געזאגט אין פרשת בלק, מה אקב לא קבא קל, מה אזעום לא זעם ה'. זאגן חז"ל אז בלעם האט געוואוס אז קל זועם בכל יום, וכמה זעמו, רגע. האט ער געוואלט מכוון זיין צו שעלטען דוקא אין דער רגע מיט די ווארט 'כלם', און אזוי אומצוברענגן כלל ישראל ח"ו. אבער דערווייל האט די אייבישטער ברוב רחמיו וחסדיו נישט זועם געווען אין יענע טאג און פארדעם האט בלעם נישט געקענט שעלטן.

וואס איז טאקע פשט אז די אייבישטער כביכול רעגט זיך? פארוואס? נאר די תי' איז ווייל עס שטייט לעולם ירגיז אדם יצר טוב על יצר הרע, כדי בייצוקומען די יצר הרע מוז די מענטש מאכן א רוגזה. אבער בעצם אילמלא הקב"ה עוזרו לא יוכל לו. די אייבישטער איז זועם יעדען טאג פאר איין רגע, און דאס איז עוזר אז אלע רוגזה'ס יענע טאג אקעגן די יצר הרע זאלן אים בייקומען. און ווען נישט וואס די אייבישטער איז זועם א יעדע טאג וואלט מען טאקע נישט געקענט בייקוען די יצר הרע.

אין יענע טאג האט די אייבישטער נישט געוואלט זועם זיין כדי בלעם זאל נישט קענען שעלטן. וואס איז געשעהן? פלוצלינג האבן די אידן מער נישט געקענט בייקומען זייער יצר הרע און ויחל העם לזנות וגו'. פנחס זעענדיג אז די אידן זינדיגען אויף אזא געפערליכע אופן האט באלד געכאפט וואס דא איז געשעהן, ער האט פארשטאנען אז עס פעלט די געטליכער רוגזה צו קענען בייקומען די יצר הרע. האט ער מחליט געווען אז ער וועט מוזן מקנא זיין מיט אזא שטארקע רוגזה דקדושה כדי די אידן זאלן קענען האבן די כח צו מרגיז זיין זייער יצר טוב אויף זייער יצר הרע. איז ער מיט א רוגזה דקדושה געקומען און געטון וואס ער האט געטון. און די מעשה האט זיך אפגעשטעלט.

דאס איז פשט שקצף הקצף שהיה לי לקצוף. ער האט דאך מגביר געווען די רוגזה אויף די יצר הרע אנשטאט די אייבישטער ווייל די אייבישטער האט דאך נישט זועם געווען אין יענער טאג.

דאס ווארט שטאמט פון איינער פון די בעלזער רביים זי"ע (נישט נאכגעקוקט אינעווייניג צו וויסן וועלכע פון די הייליגע רבי'ס).

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דאנארשטאג יולי 09, 2009 2:43 pm

א דאנק הער קרעמער, סאמהוי האט אונזער געווענליכער זוכעניש , דעם אנפאנג וואך, נישט געפונען דעם אשכול.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 3:00 pm

זעליג האט געשריבן:אין אגרא דכלא אויף די וואכעדיגע סדרה (עג ע"ב) ברענגט ער דאס בשם דער זלאטשעווער מגיד זי"ע.(און די מונקאטשער דרוק איז דאס אין רפו ע"ב)

דאס איז דער לשון:
ליצר משפחת היצרי לשלם משפחת השלמי (במדבר כו מט). נאמר לי רמיזת הפסוק בשם הרב הק' מהרז"ב זצוק"ל שאמר בשם אביו הרב הק' מהרי"מ זצוק"ל, שהפסוק מרמז ליצר, כשהאדם חפץ לילך אחר עצת היצר באיזה דבר, משפחת היצרי הרבה משפחות וסייעתות יהיו לו לילך אחר היצר. לשל"ם כשרוצה להלוך בשלימות העבודה, משפחת השלמי כנ"ל. והשלים הוא ז"ל ואמר גם כן על דרך זה לתחן משפחת התחני (במדבר כו לה), כשאדם רוצה להתפלל ולהתחנן, אזי משפחת התחני, וכנ"ל:

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 4:46 pm

א שטיקל ליקוט וואס איך האב צוזאמגעשטעלט (נעזרתי קצת מספר ציונים יקרים, קונטרס ליקוטי ענינים [חבורת חומש רש"י שע"י ישיבת סאטמאר קווינס], וליקוטי זיידעניו פה היימישע קרעטשמע).

פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל בקנאו את קנאתי בתוכם ולא כליתי את בני ישראל בקנאתי. ברש"י לפי שהיו השבטים מבזים אותו הראיתם בן פוטי זה שפיטם אבי אמו עגלים לע"א והרג נשיא שבט מישראל, לפיכך בא הכתוב ויחסו אחר אהרן.

דהנה יעקב ביקש שלא יזכירו אותו במעשה זמרי (רש"י בפסוק בסודם אל תבא נפשי, בראשית מ"ט, ו'), ומזה שיחסו לפנחס אחר אהרן ניכר שכוונתו לשם שמים דאל"כ למה יחסו אחר אהרן קדוש ה' אשר לא לכבוד. (דברי שאול)

הקושיא ידועה שגם הם ידעו שהוא נכד אהרן. וי"ל עפ"י כתבי האריז"ל שפרחה נשמת פנחס ונכנס בו נשמת נדב ואביהוא. דהנה נדב ואביהוא חטאו באש זרה "אשר לא צוה אותם", ומבואר בסה"ק דהאש היה גבוה מאד וחסרונם היה מה שעשו בלי ציווי, ופנחס שעשה מעשה קנאות בלא ציווי (דהבועל ארמית קנאין פוגעין בו הוי הלכה שאין מורין כן), תיקן בזה חטא נדב ואביהוא, וזהו בא הכתוב ויחסו אחר אהרן, שתיקן חטא בני אהרן. (ישמח ישראל)

השבטים אמרו שהוא נכד יתרו שפיטם עגלים לע"ז, והפסוק אומר שהוא בן אהרן ולא בן אלעזר, על ידי נשמת נדב ואביהוא שנכנס בו, ושוב אינו נכד יתרו. (תכלת מרדכי)

**
במדרש (במדבר רבה פרשה כ"א סי' א') אמר הקב"ה בדין הוא שיטול שכרו.

עפ"י כל העושין לו נס מנכין לו מזכיותיו, דכל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, כי החיצונים מתקנאים מאד ומתגרים בו להחטיאו, וכל שנעשה לו נס לשדד מערכות הטבע בשבילו מתקנאים מאד במעלתו ומתגרים בו עד שיחטיאו אותו ועבירה מכבה מצוה ומנכין לו מזכיותיו (אברהם נתיירא אחר מלחמת המלכים דע"י שנעשה לו נס יתגברו עליו להחטיאו, א"ל הקב"ה אל תירא אברם אנכי מגן לך מן החטא ועי"ז שכרך הרבה מאד ולא ינוכה מזכיותך). בשבת (נ"ג ע"ב) אחד שנתפלחו לו דדים להניק בנו, אמר רב יוסף כמה גדול אדם זה שנעשה לו נס גדול כזה, ואביי אמר כמה גרוע אדם זה שנשתנו לו סדרי בראשית. ולא פליגי דרב יוסף איירי בשעת הנס שבודאי היה ראוי שישדדו המערכת בשבילו, ואידך איירי אח"כ שיתגרו בו וינכו זכיותיו. אך יש עצה לזה לזכות הרבים ואין חטא בא על ידו, וז"ש בל יאמרו שאין מגיע שכר לפנחס כי י' נסים נעשו לו ונוכו זכיותיו, כי זיכה הרבים ויכפר על בנ"י. (ארץ חמדה מלבי"ם)

דאם אדם מקיים מצוה שרבים מקיימים אותה אין כאן מקום לקבל כל כך שכר, אבל המקיים מצוה שאין רבים מקיימים הוא מצוה שיש לו שכר גם בעוה"ז. והנה הבא על ארמית קנאין פוגעין בו , וכשבא למלוך אין מורין לו, רק אם מתעורר מעצמו לעשות כן הוי מצוה. וכיון שפנחס התעורר מעצמו לעשות מצוה זו – ובלעדי זה היה המצוה מתבטל, דהבא למלוך אין מורין לו כן – בדין הוא שיטול שכרו. (דברי שאול)

או יאמר עפ"י טעם חדש דשכר מצוה בהאי עלמא ליכא, דיתכן שיהא תוהה על הראשונות ואכל דלאו דיליה. ובזה יובן מש"כ הרמב"ם (ריש פאה) דעל בין אדם לחבירו יש שכר בעוה"ז, דאף אם הוא תוהה עליהן עכ"פ חבירו נהנה. והנה פנחס הטיב לישראל שלא כליתים בקנאתי, וגם אמרו המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו ובודאי לא יתהה על הראשונות, לכך בדין שיטול שכרו. (דברי שאול)

שכר מצוה בהאי עלמא ליכא דשכירות משתלמת לבסוף, לכן היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, אבל פנחס יצאה נשמתו ונכנס בו נשמת נדב ואביהוא לכך נאמר בו "בן אהרן הכהן" מצד נשמתו, א"כ הוי כאילו כבר מת ובדין נוטל שכרו ולכן דוקא שכר "מצוה" בהאי עלמא ליכא אבל "תורה" אדם כי ימות וגו' במסירת נפש שפיר מקבל שכר דהוי כאילו מת. (אך פרי תבואה)

פנחס זה אליהו וחי לעולם, נמצא שאין סוף לעבודתו, וא"כ בדין הוא שיטול שכרו לאלתר בעולם הזה. (קומץ המנחה)

דטעם שכר מצוה בהאי עלמא ליכא דאין אדם גומר שום מצוה בהאי עלמא, שאין לומר שגמר מצות תפילין כשחולצם בלילה, כי גם בלילה מוטל עליו להיות שומר ומצפה עד עלות השחר להניחם – מתי יבא מצוה זו לידי ואקיימנה, ופועל שלא גמר מלאכתו ליכא בל תלין, דשכירות אינה משתלמת אלא בסוף. אבל פנחס עשה מעשה קנאות שאין לצפות מתי יבא עוד הפעם לידו, שפיר נגמר המצוה. (חתם סופר)

אדמו"ר מ'לעלוב זצ"ל ביאר טעם שקיבל פנחס בשכרו ענין הכהונה, דבשעה שקם להרוג את זמרי אפשר שהתערב לו מחשבה של קיבול שכר, אבל בודאי לא עלתה במחשבתו להיות כהן כי כהן שהרג את הנפש לא ישא את כפיו, ולכן ניתן לו ברית כהונת עולם – לפי"ז אתי שפיר דשכר מצוה ליכא מטעם שיעשה על מנת לקבל פרס, אבל שכר שלא חישב עליו כלל שפיר נותנין לו גם בעוה"ז, לכן נתנו לפנחס שכרו בעוה"ז שיהא כהן. (אדמו"ר מ'לעלוב שליט"א – קונטרס ציונים יקרים)

**
לכן אמור הנני נותן לו את בריתי שלום.

כל הדברים נדונים על שם התכלית, דאם האדם רוצה ללחום כדי שישלימו אתו זה לא נקרא מלחמה אלא מלחמה בשלום, וכן הרופא המחתך בבשר החי כדי שלא יצטרך אח"כ לחתוך כל האבר אינו נקרא "חובל" אלא "רופא אומן" שכל כוונתו להחיות הגוף. והנה ענין הרציחה אסרה התורה מאד (וכבר כ' הזוה"ק שפנחס נפסל לכהונה בשביל ששפך דם – אלא שתמוה דכהן שהרג אינו נפסל לעבודה [ואדרבה, תועלתו שיתרגל לשפוך דם קרבנות ועי"ז לא יהרוג נפשות, כמו שאמרו במי שנולד במאדים שיהא מוהל או רוצח ח"ו] אלא לנשיאות כפים), רק דבאמת פנחס לא נתכוין לרצוח אלא שלא יפשה המספחת ח"ו בישראל, לכן חתך בבשר החי והרג את זמרי לכפר על ישראל. נמצא שההריגה היה לתכלית השלום, ולכך הנני נותן לו מדה כנגד מדה את בריתי שלום. ולא עוד אלא "ברית כהונת עולם" שהריגה זו פעל לו הכהונה אף שכהן הוא מסטרא דחסד [זוה"ק שחיטה בזר דוקא, דכהן הוא חסד] שחסד עשה פנחס בזה. (דברי שאול)

וזהו וי"ו קטיעא להורות שחתך אבר חי מישראל כדי להציל השאר. (שם)

הסמ"ק כתב דאף שגואל הדם עושה מצוה (לחד מאן דאמר במכות י' ע"ב) אין זה אלא כשמכוין לשם שמים, אבל בעושה לשם נקמה נקרא שופך דמים. [מטעם זה קנאין פוגעין בו הלכה ואין מורין כן, דשמא יש בלב ההורג איזה טעם אחר, והעידה תורה על פנחס בקנאו את קנאתי ולא היה בלבו שום דבר אחר (אך פרי תבואה)]. ולפי"ז אם היה לפנחס קצת שנאה לא נחשב ההריגה למצוה ואדרבה לשופך דם יחשב. ומי מעיד אם כוונתו לשם שמים – רק הקב"ה בוחן מחשבות.
זהו לכן אמור וגו' אני מעיד בדבר. והיינו נמי מה שיחסו הכתוב אחר אהרן לומר שכוונתו לשמים. (דברי שאול)

**
ועל דבר כזבי בת נשיא מדין "אחותם".

רצונו לומר אחותם של ישראל! דאיתא בכתבי אריז"ל שזמרי היה גלגול שכם בן חמור, וכזבי היתה גלגול דינה. (אך פרי תבואה)

**
לאזני משפחת האזני (במדבר כ"ו, ט"ז), וברש"י אומר אני שזו משפחת אצבון ואיני יודע למה לא נקראת משפחתו על שמו. בפסיקתא מבואר להדיא שאזני הוא אצבון, ואצבון ג"כ מלשון אצית והאזין. (אוהחה"ק)

אצבון מלשון אצבע, ונקרא אזני שהיה נותן אצבע באוזן שלא לשמוע דבר שאינו הגון, כדאיתא בפ"ק דכתובות מאי דכתיב ויתד תהיה לך על אזניך אל תקרי וכו' אלא אוזניך שאם ישמע וכו'. (שלה"ק)

שבט זה היו שכינים עם ראובן ושמעון שהיה בהם כמה רשעים, דתן ואבירם ור"נ איש וזמרי בן סלוא וכ"ד אלף המתים במגיפה, ועל כן שם גד אצבעו באזנו כדי שלא ישמע מהם דבר שאינו הגון, ועל כן כתיב שם אצבון, ועכשיו שכבר נסתלקו ונשארו רק צדיקים על כן הסיר אצבעו ונקרא אזני. (חתם סופר)

**
לישוב וגו' (במדבר כ"ו, כ"ד), הוא יוב (רש"י). בדברי דוד (להטורי זהב) מביא בשם הר"ן שאביו יששכר קראו בתחלה יוב, והיה יוב מתרעם על זה, שיוב היה שם של איזה עבודה זרה בימים ההם, והיה מתבייש בשם זה, והשיב לו אביו הנה בשמי יש שי"ן יתירה, אוסיף אותו על שמיך ותקרא ישוב עיי"ש. ובחזקוני כ' דמשו"ה קוראין אותו ישכר כאילו כתוב רק בשי"ן אחד (קונטרס ליקוטי ענינים)

**
ויהיו פקודיהם שלשה ועשרים אלף כל זכר מבן חדש ומעלה כי לא התפקדו בתוך בני ישראל כי לא נתן להם נחלה בתוך בני ישראל (במדבר כ"ו, ס"ב).

הקדמונים (עי' רמב"ן במדבר ג', י"ד) נתפלאו מדוע שבט לוי היה מעט במספרו נגד שארי השבטים, וראיתי שנותנים טעם שבת קול אמרה וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, והם לא היו בקושי השעבוד, לכן לא היו בכלל כן ירבה וכן יפרוץ.

אבל מדוע לא נתרבו במדבר תמוה, כי במנין הראשון היו שנים ועשרים אלף. ורש"י (לעיל פסוק י"ג) הבין מן הירושלמי דיומא שנהרגו כמה משפחות. אולם לדעתי יתכן כי לו נתכנו עלילות, והיה צופה ומביט כי שבט לוי, לגיון של מלך, לא ינחלו נחלה, רק ערי מגרש בתוך ב"י, ואם בני לוי יהיו רבים במספר, הלא יצעקו מדוע נגרע חלקם, וגם על בנ"י יהיה כבד הדבר לכלכל עם גדול כמוהו, וכאשר מצאנו בבני יוסף (יהושע י"ז, י"ד) שצעקו כי ד' ברכם בעם רב והמקום צר להם לשבת, לכן היה מחכמת הבורא לבלי הרבות אותם ע"ד הנסיי, רק יהיה מספרם בדרך טבעי, והיו כ"ג אלף מבן חדש ומעלה.

ויתכן לכלול זה בכוונת הפסוק ויהיו פקודיהם שלשה ועשרים אלף כל זכר מבן חדש ומעלה, לכן היה מנינם מבן חדש, כי לא התפקדו בתוך בנ"י, שמנינם היה מבן עשרים, ולמה היה מנינם פחות כ"כ רק כ"ג אלף במספר, כי לא נתן להם נחלה בתוך בנ"י לכן היו מעטים במספר ולא חלה עליהם הרבוי המופלג מברכת אלקי. ודו"ק. ובמנין ראשון היו נמנין מבן חדש, כדי לפדות הבכורים מבן חדש, לכן לא היו נמנין בתוך בנ"י. ודו"ק. (משך חכמה)
**

ונתתה מהודך עליו (במדבר כ"ז, כ') ולא כל הודך, נמצינו למדין פני משה כחמה פני יהושע כלבנה (רש"י). בגמ' ב"ב (ע"ה ע"א) זקנים שבאותו הדור אמרו פני משה כפני חמה פני יהושע כפני לבנה. למה דוקא הזקנים, אלא דאיתא ברבינו חננאל שכל מ' שנה במדבר לא קידשו עפ"י הראיה אלא עפ"י חשבון, שע"י העננים לא ראו חמה ולבנה, א"כ הצעירים לא הכירו החמה ולבנה כלל... (נפתלי שבע רצון)
**

ובחמשה עשר יום לחודש השביעי וגו', "ושעיר עזים" אחד חטאת וגו'. וביום השני וגו' "ושעיר עזים" אחד חטאת וגו'. וביום השלישי וגו' "ושעיר" חטאת אחד וגו'. וביום הרביעי וגו' "ושעיר עזים" אחד חטאת וגו'. וביום החמישי וגו' "ושעיר" חטאת אחד וגו'. וביום הששי וגו' "ושעיר" חטאת אחד וגו'. וביום השביעי וגו' "ושעיר" חטאת אחד וגו'. וצ"ב השינוי. וי"ל דהנה דרשו חז"ל ע' פרים שבחג נגד ע' אומות, ואיתא בזוה"ק דישמעאל ועשו הם ראש האומות ושאר האומות יונקין מהם. עוד איתא בזוה"ק דישמעאל נקרא "שעיר עזים" ועשו נקרא "שעיר" סתם. והשתא אתי שפיר כמין בושם לשון הפסוקים, דהנה היו צריכין להקריב ל"ה פנים כנגד ישעמאל ול"ה נגד עשו, וביום א' הקריבו י"ג נגד ישמעאל (בן אברהם שהוא קשיש מעשו), ולכן כתיב ביום א' שעיר עזים. גם ביום ב' הקריבו י"ב פרים נגד ישמעאל הרי לו כ"ה. אבל ביום ג' הקריבו נגד עשו, דאילו הקריבו י"א פרים נגד ישמעאל כבר היו לו ל"ו, וזה יותר מחלקו המגיעו, ולכך נאמר ביום ג' שעיר סתם נגד עשו. וביום ד' הקריבו י' פרים נגד ישמעאל להשלים לו ל"ה, ובימי ה' ו' וז' נאמר שעיר סתם נגד עשו להשלים לו ל"ה. (קול אליהו)
**

וחגותם חג לד' שבעת ימים (במדבר כ"ט, י"ב). לא כתב כאן בסוכות תשבו כמו שכתב מצות יאכל בפסח, ובראש השנה יום תרועה יהיה לכם, משום דבחג היו צריכים כולם להראות לפני ד' בשילה או בבית העולמים, וכי יעלו כולם אז פטורים מדין הולכי דרכים ומשום מצטער ופטורים מסוכה (סוכה כ"ו ע"א), לכן לא הזכיר זה. ואולי מכאן סמכו חכמים לזה. (משך חכמה)

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מוצ"ש יוני 26, 2010 10:22 pm

ארויף

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יולי 12, 2011 8:10 am

גבאי ביהמד האט געשריבן:ארויף

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג אוקטובער 02, 2011 12:57 am

לעווי האט געשריבן:איך האב יארן צוריק געהערט א ווארט פון אדמו"ר מזלאטושוב נתני' שליט"א.

רש"י שרייבט אויף בקנא את קנאתי, 'שקצף הקצף שהי' לי לקצוף' ע"כ.

בלעם האט געזאגט אין פרשת בלק, מה אקב לא קבא קל, מה אזעום לא זעם ה'. זאגן חז"ל אז בלעם האט געוואוס אז קל זועם בכל יום, וכמה זעמו, רגע. האט ער געוואלט מכוון זיין צו שעלטען דוקא אין דער רגע מיט די ווארט 'כלם', און אזוי אומצוברענגן כלל ישראל ח"ו. אבער דערווייל האט די אייבישטער ברוב רחמיו וחסדיו נישט זועם געווען אין יענע טאג און פארדעם האט בלעם נישט געקענט שעלטן.

וואס איז טאקע פשט אז די אייבישטער כביכול רעגט זיך? פארוואס? נאר די תי' איז ווייל עס שטייט לעולם ירגיז אדם יצר טוב על יצר הרע, כדי בייצוקומען די יצר הרע מוז די מענטש מאכן א רוגזה. אבער בעצם אילמלא הקב"ה עוזרו לא יוכל לו. די אייבישטער איז זועם יעדען טאג פאר איין רגע, און דאס איז עוזר אז אלע רוגזה'ס יענע טאג אקעגן די יצר הרע זאלן אים בייקומען. און ווען נישט וואס די אייבישטער איז זועם א יעדע טאג וואלט מען טאקע נישט געקענט בייקוען די יצר הרע.

אין יענע טאג האט די אייבישטער נישט געוואלט זועם זיין כדי בלעם זאל נישט קענען שעלטן. וואס איז געשעהן? פלוצלינג האבן די אידן מער נישט געקענט בייקומען זייער יצר הרע און ויחל העם לזנות וגו'. פנחס זעענדיג אז די אידן זינדיגען אויף אזא געפערליכע אופן האט באלד געכאפט וואס דא איז געשעהן, ער האט פארשטאנען אז עס פעלט די געטליכער רוגזה צו קענען בייקומען די יצר הרע. האט ער מחליט געווען אז ער וועט מוזן מקנא זיין מיט אזא שטארקע רוגזה דקדושה כדי די אידן זאלן קענען האבן די כח צו מרגיז זיין זייער יצר טוב אויף זייער יצר הרע. איז ער מיט א רוגזה דקדושה געקומען און געטון וואס ער האט געטון. און די מעשה האט זיך אפגעשטעלט.

דאס איז פשט שקצף הקצף שהיה לי לקצוף. ער האט דאך מגביר געווען די רוגזה אויף די יצר הרע אנשטאט די אייבישטער ווייל די אייבישטער האט דאך נישט זועם געווען אין יענער טאג.

דאס ווארט קומט פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע
?I DON'T CARE, DO YOU


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט