דיונים ועיונים בפרשת בלק

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

שוין זינטאג פר' בלק תשע"ו לפ"ק
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך קלער אריין.

דער בלק האט דאך געהאנדעלט ווי אן אויסגערופענער נאר, בלעם'ס גאנצע רעזומעי איז דאך געוועזן די נבואה פון "על כן יאמרו המושלים באו חשבון תבנה ותכונן - אלס- עיר סיחון" וואס דארט איז אים געלונגען די נבואה און קללה ונתקיימה, שוטה וואס דער איז, זעהט נישט דען נישט בלק אז דאס אלעס איז דאך געוועזן לטובת ישראל? ווען ס'איז ווען מואב'ס וואלטן דאך די אידן עס נישט געמעגט / געקענט איינעמען!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וואזשנע געדאנק!
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

יגרסהדותא האט געשריבן:מ'פרעגט א קשיא די וואך אויף רש"י, וואס שרייבט אויפן פסוק: הן עם כלביא יקום וכארי יתנשא: כשהן עומדין משינתם שחרית, הן מתגברים וכו' לחטוף את המצוות, 1. ללבוש ציצית 2. לקרוא את שמע 3. ולהניח תפילין. פארוואס דרייעט רש"י אויס דעם סדר, עולא זאגט דאך (ברכות יד:) "כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו"?

ס'איז דא וואס ברענגן צו דעם א ראי' אז מ'דארף קודם ליינען קרי"ש נאך ברכת התורה אפי' מ'דאווענט און מ'ליינט קרי"ש פאר'ן סזקר"ש.

לפי"ז - א זייטיגע הערה - קומט אויס אז מ'זאגט 5 מאל א טאג קרי"ש.

נאך ברכת התורה, ביים דאווענען, תפלין דר"ת, מעריב, קרי"ש שעל המטה.

ראה בדעת תורה, וכן כתב השם משמואל כאן.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

יגרסהדותא האט געשריבן:מ'פרעגט א קשיא די וואך אויף רש"י, וואס שרייבט אויפן פסוק: הן עם כלביא יקום וכארי יתנשא: כשהן עומדין משינתם שחרית, הן מתגברים וכו' לחטוף את המצוות, 1. ללבוש ציצית 2. לקרוא את שמע 3. ולהניח תפילין. פארוואס דרייעט רש"י אויס דעם סדר, עולא זאגט דאך (ברכות יד:) "כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו"?

ס'איז דא וואס ברענגן צו דעם א ראי' אז מ'דארף קודם ליינען קרי"ש נאך ברכת התורה אפי' מ'דאווענט און מ'ליינט קרי"ש פאר'ן סזקר"ש.

לפי"ז - א זייטיגע הערה - קומט אויס אז מ'זאגט 5 מאל א טאג קרי"ש.

נאך ברכת התורה, ביים דאווענען, תפלין דר"ת, מעריב, קרי"ש שעל המטה.

פין די רש“י זעהט מען אויך אז מען דארף ליינען קריאת שמע מיט ציצית וכמבואר במג“א סכ“ד סק“ג בשם הזוה“ק
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת בלק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה הָעָם הַזֶּה לְעַמְּךָ בְּאַחֲרִית הַיָּמִים
זאגט הגאון רבי שמעי' שליט"א פון רבי'ן זי"ע אז ס'וועט קומען א צייט וואס די אידן וועלן רח"ל טון זנות פאר די גוים, ווי גיוס בנות וכו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”