דיונים ועיונים בפרשת קרח
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
שוועמל, די וואך ביי של"ס האט דער רב אין מיין ביהמ"ד געזאגט תורה אויף דעם.
דתן ואבירם האבן נישט אנטייל גענומען אין דעם "קאנטעסט", און זייער הארבער שטראף איז געקומען צוליב דעם וואס זיי האבן געמישט פרעמדע טעפלעך....
ממילא קרח און די ר"נ איש, האבן געוואלט ווערן כה"ג, האבן זיי זיך געקריגט, אבער דתן ואבירם האבן זיך "סתם געקריגט", צוליב דעם האט זיי משה רבינו גערופן "האנשים הרשעים האלה", אזוי ווי איך האב שוין אויבן געשריבן.
לייבי, עס זעט אויס פשטות, אז עס איז געווען א געהעריגע פייער און עס האט זיי געהעריג פארברענט אינגאנצן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, "וירם את המחתות מבין השרפה".

איך ציטיר פון שערי אהרן (במדבר ט"ז, ל"א-ל"ג) וועגן קרח אליינס:
יש בזה מחלוקת בסנהדרין (ק"י ע"א) א"ר יוחנן קרח לא מן הבלועים ולא מן השרופים, לא מן הבלועין דכתיב ואת כל האדם אשר לקרח, ולא קרח, ולא מן השרופים דכתיב באכול האש את חמשים ומאתים איש, ולא קרח. במתניתא תנא קרח מן השרופים ומן הבלועים, מן הבלועים דכתיב ותבלע אותם ואת קרח, מן השרופים דכתיב כאן ואש יצאה מאת ה' ותאכל את חמשים ומאתים איש, וקרח בהדייהו. וכתב שם רש"י דמ"ש מן הבלועים ומן השרופים היה, הכוונה שנשרפה נשמתו וגוף קיים, ואח"כ נתגלגל עד מקום הבלועים ונבלע. וכ"ה דעת התנחומא כו' (עיין שם אריכות גדול ונלאיתי להעתיק)

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
די וואך געזען, כל מחלוקת שהיא לש"ש סופה להתקיים ושאינה לש"ש אין סופה להתקיים. איזהוי מחלוקה שהיא לש"ש זו מחלוקת הלל ושמאי, ואיזהו מחלוקה שאינה לש"ש זו מחלוקת קרח ועדתו.
בפשטות איז די משה א הוראה לדורות אז ווען מען זעט א מחלוקה וואס איז לש"ש זאל מען דאס אנהאלטן און אויב נישט זאל מען אוועקשטיין דערפון. פרעגט זיך די קשיא נו פון וואנעט זאל דאס א מענטש וויסן? וויאזוי קען מען דען וויסן וועלכע מחלוקה איז לש"ש און וועלכע נישט.
די תירוץ איז אז א מחלוקה וואס די צדדים זענען צווישן זיך פאראייניגט דאס איז א סימן אז עס איז לש"ש, אבער דארטן ווי מען קריגט זיך אינערליך אויכעט דאן איז א סימן שזו אינה לש"ש.
דעריבער שטייט ביי קרח "מחלוקת קרח ועדתו", לכאורה דארף שטיין "קרח ומשה"? נאר קרח האט זיך מיט זיינע אייגענע מענטשן אויך געשלאגן, דאס הייסט ער זעלבסט קריגט להיותו בן שני, דתן ואבירם קריגן להיותם בני ראובן הבכור, ור'ן איש קריגן פאר אנדערע סיבות דעריבער האבן זיי צווישן זיך אויך זיך ארומגעקריגט.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
פארוואס איז קרח נישט געווען גערעכט?
דער קרח האט דאך געהאט גוטע טענות פון טלית שכולו תכלת, בית מלא ספרים וכו', לכאורה וואלט דאס טאקע געברויכט פטר'ן די בגד אדער בית. נו מיר געפונען נישט אז משה זאל אים האבן געענטפערט דערויף עפעס?
האב איך געהערט פון ר' ישראל דוד בשם רבו א כלל גדול בתורה, אז באמת איז דא א שטערקערע קושיא, מיר וויסן דאך אז תכלת דומה לים והים לרקיע ורקיע דומה לכסא הכבוד, נו קען א מענטש טראכטן אויב איז די עיקר ציהל די כסא הכבוד וועל איך גיין צום ים אדער גאר זיך איינווייקן דערין אזוי וועט דער דמיון זיין סאך נאנטער צום כסא הכבוד, טא צו וואס פעלט מיר די גאנצע תכלת דדומה לדומה דדומה?
נאר דער תירוץ איז אז קען טאקע זיין עס איז א דמיון נענטער אבער נישט *דאס* איז די ציווי השם, דער רבוש"ע וויל דוקא אז די דמיון זאל צוגיין דורך דעם אופן פון תכלת דומה לים וכו' אבער נישט דורך אן אנדער וועג, אויב מאכסטו אליינס חשבונות קענסטו אלעס האבן מיט די גרעסטע לומדות'ן אבער קיין עשיית המצוה איז נישט פארהאן. דאס זעלבע איז ביי קרח, ער האט געמאכט א גוטער חשבון פון טלית שכולו תכלת אבער איין טעות האט ער געהאט, עשיית המצוות קומט נישט מיט קיין אייגענע חשבונות און קאלקיולאציעס, בלויז דער ציווי השם איז דאס וואס ווירקט און דאס וואס מאכט עס פאר א מצוה. ודפח"ח.
***
איך האב אמאל געוואלט מחזק זיין איינעם יענער האט געהאט א טענה, ווי קען אביסל תהלים העלפן קעגן אזוינע גראבע עבירות? נו גאנץ א שטארקע טענה ווי קען עס טאקע העלפן.
האב איך גענוצט זיין אייגענע בא בטענה אים צו ענטפערן, דאס הייסט ווי קען פון אזא קליינטשיגע גשמיותדיגע מעשה ווערן אזא גראבע עבירה? צי פארשטייסטו דען פארוואס מיטן עסן דעם שטיקל נבילה איז אזא געפערליכע זאך? נאר וואס איז די אמת, דער אמת איז אז דאס איז דער ציווי השם, דעם פלייש מעגסטו יא און יענער נישט, עס איז נישט שייך דערביי קיין אייגענע חשבונות. ממילא פונקט ווי ביי די עבירה גלייבסטו אז סיז א גרויסע עבירה ווייל דאס איז דער ציווי השם, פארשטיי אויך אז ביי די מצוה פון תשובה וועט דאס ווירקן אויסצומעקן די עבירה ווייל דאס איז דער ציווי השם! דער זעלבער באשעפער וואס זאגט יענץ איז א חטא דער זעלבער זאגט אז דעס איז א מצוה, דיינע חשבונות קומען דא בכלל נישט אריין.
מיט דעם אויבנדערמאנטן ווארט האב איך געטראפן סמוכין לדברי בע"ה וואס זאגט ממש דאס.
און צוגאב צו דעם האט יגר אויבן געברענגט מעין זה ממש בשם הברך משה, אז די נכסי קרח איז נישט געווען פון די וואס איז געקומען מתוך הציווי השם יתברך פון וישאלו איש מאת רעהו וגו' נאר דאס האט קרח פון זיך אליינס געטראפן די אוצרות יוסף הצדיק, ממילא פון אזא זאך טאר מען נישט נהנה זיין ווייל דאס איז נישט געווען דער ציווי השם.
הוי פרשתן כולו בסגנון אחד.

- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
שיינע פשט, א דאנק פארן אפשרייבן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
- געשמאקער
- שר האלף
- תגובות: 1576
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
- לאקאציע: נישט צום געפונען
שיינע פשטים, א דאנק
זעה דא נאך
זעה דא נאך
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....
קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

והי' כי ישאלך בנך: וואס ענטפערט מען
ביי די שבת'דיגע סעודה פארגאנגענעם פ' קרח העעל"ט, האב איך נאכגעזאגט וואס ס'שטייט פון ארי' הק' אז צדיק כתמר יפרח איז ס"ת קרח, אז ווען משיח וועט קומען ב"ב, וועט קרח זיין כהן גדול. (וכדאיתא בבאמ"ח באריכות).
האט מיך בני היקר געפרעגט, פארוואס הייסט דאס נישט וזאת התורה לא תהא מחולפת? אז די תורה זאגט אז נאר אהרן ובניו זענען ראוי לכהונה, וויאזוי קענען מיר זאגן אז ווען משיח וועט קומען ועט זיין פונקט פארקערט?
מיין תשובה: אז ס'איז א מחלוקת אין די גמרא במס' נידה (ס"א ע"ב) צי די מצוות וועלן בטל ווערן, איז לויט דעם גארנישט שווער. אבער אפילו מיר נעמען אן אז ס'ועט נישט בטל ווערן, וועלן אלע זאכן זיין גאר אנדערש, ממילא איז נישט קיין סתירה אז קרח וועט זיין כהן גדול.
ער האט אבער נישט פארשטאנען, און ווייטער געפרעגט, אז אויב אזוי האט דאך קרח געזיגט. אמת ער האט איינגעזינקען אויף דעם עולם, אבער בעולם העליון האט ער מנצח געווען און זיין טענה איז א גוטע טענה, אז ער דארף זיין כהן גדול, איי דער בוכ"ע האט געזאגט פאר משה רבינו אז אהרן דארף זיין, מעג ער דאך קריגן ווייל בעלמא דקשוט איז דער אמת אז ניין, און ער וועט זיין כהן גדול.
איז נישט נאר אז קרח איז גערעכט, נאר יעדער בעל מחלוקה וועט זיך נאך קענען אפלערנען אז מ'מעג קריגן אויף משה רבינו, איי מ'וועט איינזינקען ויאבדו מתוך הקהל, דאס איז נאר אויף דעם עולם הגשמי, אבער בעולם שכולו טוב וועט ער גאר זיין דער געווינער? (לויטן אב"ע שטייט פארקערט אז קרח האט יא פארלוירן ביידע וועלטן, ובגמ' סהדרין משמע שרק עדת קרח אין להם חלק לעולם הבא, אבל על קרח בעצמו, שמא לא נכלל עם עדתו, וצ"ע).

- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
farshlufen האט געשריבן:דער אבן עזרא זאגט אויף ויאמרו לא נעלה "יתכן שהי' אהל מועד בתוך המחנה במקום גבוה ע"כ מלת העלו מסביב", מיר איז קשה ערשטנס וואו קומט א מקום גבוה אין מדבר?
ראה בהעמק דבר עה"פ 'ומנחליאל במות' (כ"א י"ט) שמביא כן מתוספתא בסוכה פ"ג 'וכך היתה הבאר כו' שורה כנגדן במקום גבוה כנגד פתחו של אוהל מועד', ובאמת איתא כן במד"ר פר' חוקת פי"ט פט"ז 'ועוד אע"פ שהיה הענן עושה כל המדבר מישור היה מניח מקום גבוה למשכן שהוא חונה שם'.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35242
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- גין-גאלד
- שר מאה
- תגובות: 222
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
- לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין
א שיינע זאך געטראפן אין מדרש (רבה), אז משה רבינו האט גענומען איין איינציג שטעקן און דאס צוטיילט אויף 12 שטעקענעס,
און פון דעם האט יעדע שבט באקומען איין שטעקן.
כדי מ'זאל נישט קענען זאגן אז די קוואליטעט פונעם שטעקן האט גורם געווען דאס יא אדער נישט בליען. און די מדרש לייגט עס אריין אין פסוק
וּמַטֵּ֥ה אַֽהֲרֹ֖ן ''בְּת֥וֹךְ'' מַטּוֹתָֽם: (יז, כא).
אגב, פשטות האט שבט יוסף געהאט נאר איין שטעקן, אינטערעסאנט.
נאך שטייט דארט, אז משיח צדקינו וועט קומען צו גיין מיט אט דעם ''מאנדל-שטעקן'' אין האנט, ונזכה ונחיה ונראה.

האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
מצלמה איך פארשטיי נישט די קשיא. דאס מיינט נישט אז קרח האט געזיגט, אדרבה ער האט פעסט פארלוירן, ווייל ער האט "שוין יעצט" געוואלט האבן די כהונה, און למעשה איז ער אראפ אין די אדמה צוליב זיין זיך קריגן מיט משה רבינו.
משה רבינו איז אויך מסכים צו קרח אז לעתיד לבא וועט זיין אזוי ווי קרח האט געוואלט, אז קרח וועט זיין א כהן, די עיקר מחלוקה איז געווען צו מען קען שוין יעצט זיך אזוי פירן אזוי ווי לעתיד לבא, און אויף דעים האט משה רבינו געזיגט, און קרח איז פארלוירן געווארן מיט א מיתה משונה.
אגב, אסאך ברענגען אז עס איז א טעות. עס שטייט נישט אין ערגעץ אז קרח גייט זיין "כהן גדול" עס שטייט נאר אז קרח גייט זיין א "כהן". (ובמק"א אחד כתב והוא רק טעות הדפוס שכת "כה"ג" וצ"ל "כהן") און דער קאמארנאר זי"ע אין זוהר חי שרייבט אז קרח "וואלט ווען געדארפט זיין כהן גדול לעתיד לבא" נאר ער האט דאס פארלוירן ממילא גייט ער נאר זיין א פשוט'ע כהן. (עי' עוד בזה בספר יפה נוף שרבינו מסאטמאר הי' ג"כ אומר לכותבי תורותיו שזה הוא טעות)

EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
געהערט א שיינע קשיא אבער אנע תירוץ...
משה האט געזאגט צום אייבערשטן קל אלקי הרוחות לכל בשר האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף, איז שווער ממה נפשך, אויב האט משה אויך געוואוסט אז נאר איינער איז דער זינדיגער, טא פארוואס דארף ער צולייגן אלקי הרוחות לכל בשר כאילו נאר דער אייבערשטער ווייסט, אמער דו אליין ווייסט דאך אויך.
און אויב האט ער נישט געוואוסט נאר געמיינט אז אלע ר"נ איש זענען זינדיג פארוואס עפעס זאל אים בייפאלן צו זאגן פארן אייבערשטן האיש אחד יחטא?
משה האט געזאגט צום אייבערשטן קל אלקי הרוחות לכל בשר האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף, איז שווער ממה נפשך, אויב האט משה אויך געוואוסט אז נאר איינער איז דער זינדיגער, טא פארוואס דארף ער צולייגן אלקי הרוחות לכל בשר כאילו נאר דער אייבערשטער ווייסט, אמער דו אליין ווייסט דאך אויך.
און אויב האט ער נישט געוואוסט נאר געמיינט אז אלע ר"נ איש זענען זינדיג פארוואס עפעס זאל אים בייפאלן צו זאגן פארן אייבערשטן האיש אחד יחטא?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
שוועמל האט געשריבן:געהערט א שיינע קשיא אבער אנע תירוץ...
משה האט געזאגט צום אייבערשטן קל אלקי הרוחות לכל בשר האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף, איז שווער ממה נפשך, אויב האט משה אויך געוואוסט אז נאר איינער איז דער זינדיגער, טא פארוואס דארף ער צולייגן אלקי הרוחות לכל בשר כאילו נאר דער אייבערשטער ווייסט, אמער דו אליין ווייסט דאך אויך.
און אויב האט ער נישט געוואוסט נאר געמיינט אז אלע ר"נ איש זענען זינדיג פארוואס עפעס זאל אים בייפאלן צו זאגן פארן אייבערשטן האיש אחד יחטא?
דו מיינסט צופרעגן אויב האבן זיי באמת געזינדיגט וואס איז געווען משה רבינו'ס טענה, און אויב האבן זיי נישט געזינדיגט וואס איז אפילו געווען די הוה אמינא,
דריי אירע פרעגן די קשיא און ענטפערן 3 אנדער תרוצים,
1] רבינו חננאל [און די כלי יקר זאגט אויך די זעלבע זאך] אז די ר"ן האבן באמת געזינדיגט, נאר משה האט געמיינט אז דער אייבערשטער וויל הארגענען יעדן איינעם האט ער געפרעגט איש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף? האט דעם דער אייבערשטער אויסגעקלארט האסט נישט פארשטאנען, איך האב געמיינט די עדה פון וואס מען רעדט וואס דאס איז די ר"ן איש,
2] די רמב"ן ענטערפט אז דער אבייבערשטער האט טאקע געוואלט פארלענדען כלל ישראל ווייל זיי האבן זיך נישט אנגענומען אינגאנצען פאר משה, זיי האבן אויך געהאט א הירהיר בלב צו קרח, און המהרהר אחרי רבו כאילו מהרהר אחר השכינה האט משה מלמד זכות געווען אז למעשה זענען זיי נאר נאך געשלעפט געווארן נאך רק געווען אז היות למעשה האבן זיי נישט געזינדגט זאלן זיי געראטעוועט ווען און דער אייבערשטער האט אנגענומען זיין תפילה,
3] די אור החיים הקדוש ענטפערט אז היות כלל ישראל איז סיי ווי געווען נדונים למיתא וועגן די חטא המרגלים, האט די קטרוג געוואלט בשעת ריתחא שוין הארגענען אן ווארטען 40 יאר, האט משה מתפלל געווען אז עף על פי כן זאל עס נישט שאטן,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- ירושליימער ייד
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
- לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א
מצלמה האט געשריבן:ביי די שבת'דיגע סעודה פארגאנגענעם פ' קרח העעל"ט, האב איך נאכגעזאגט וואס ס'שטייט פון ארי' הק' אז צדיק כתמר יפרח איז ס"ת קרח, אז ווען משיח וועט קומען ב"ב, וועט קרח זיין כהן גדול. (וכדאיתא בבאמ"ח באריכות).
האט מיך בני היקר געפרעגט, פארוואס הייסט דאס נישט וזאת התורה לא תהא מחולפת? אז די תורה זאגט אז נאר אהרן ובניו זענען ראוי לכהונה, וויאזוי קענען מיר זאגן אז ווען משיח וועט קומען ועט זיין פונקט פארקערט?
מיין תשובה: אז ס'איז א מחלוקת אין די גמרא במס' נידה (ס"א ע"ב) צי די מצוות וועלן בטל ווערן, איז לויט דעם גארנישט שווער. אבער אפילו מיר נעמען אן אז ס'ועט נישט בטל ווערן, וועלן אלע זאכן זיין גאר אנדערש, ממילא איז נישט קיין סתירה אז קרח וועט זיין כהן גדול.
ער האט אבער נישט פארשטאנען, און ווייטער געפרעגט, אז אויב אזוי האט דאך קרח געזיגט. אמת ער האט איינגעזינקען אויף דעם עולם, אבער בעולם העליון האט ער מנצח געווען און זיין טענה איז א גוטע טענה, אז ער דארף זיין כהן גדול, איי דער בוכ"ע האט געזאגט פאר משה רבינו אז אהרן דארף זיין, מעג ער דאך קריגן ווייל בעלמא דקשוט איז דער אמת אז ניין, און ער וועט זיין כהן גדול.
איז נישט נאר אז קרח איז גערעכט, נאר יעדער בעל מחלוקה וועט זיך נאך קענען אפלערנען אז מ'מעג קריגן אויף משה רבינו, איי מ'וועט איינזינקען ויאבדו מתוך הקהל, דאס איז נאר אויף דעם עולם הגשמי, אבער בעולם שכולו טוב וועט ער גאר זיין דער געווינער? (לויטן אב"ע שטייט פארקערט אז קרח האט יא פארלוירן ביידע וועלטן, ובגמ' סהדרין משמע שרק עדת קרח אין להם חלק לעולם הבא, אבל על קרח בעצמו, שמא לא נכלל עם עדתו, וצ"ע).
איין זאך איז זיכער, דו האסט גאר א קלוגע קינד, איך וויל איהם אן ווינטשן אז די חיצונים זאלן נישט שטערן ח"ו, און ער וועט באלייכטן די וועלט.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
איך זיך שוין לאנג ווי די מקור איז אין באר מים חיים? דא אין פרשת קורח? ווייל אין ארי' הקדוש שטייט פשוט אז די דרגות הלויה גייט פשוט זיין מער ווי די דרגות הכהינה, ווייל דין גייט זיין שטארקער ווי רחמים, פינקט ווי מען גייט פסק'נען ווי בית שמעי' קעגן בית הילל, אבער קורח גייט זיין כהן גדול?,ירושליימער ייד האט געשריבן:מצלמה האט געשריבן:ביי די שבת'דיגע סעודה פארגאנגענעם פ' קרח העעל"ט, האב איך נאכגעזאגט וואס ס'שטייט פון ארי' הק' אז צדיק כתמר יפרח איז ס"ת קרח, אז ווען משיח וועט קומען ב"ב, וועט קרח זיין כהן גדול. (וכדאיתא בבאמ"ח באריכות).
האט מיך בני היקר געפרעגט, פארוואס הייסט דאס נישט וזאת התורה לא תהא מחולפת? אז די תורה זאגט אז נאר אהרן ובניו זענען ראוי לכהונה, וויאזוי קענען מיר זאגן אז ווען משיח וועט קומען ועט זיין פונקט פארקערט?
מיין תשובה: אז ס'איז א מחלוקת אין די גמרא במס' נידה (ס"א ע"ב) צי די מצוות וועלן בטל ווערן, איז לויט דעם גארנישט שווער. אבער אפילו מיר נעמען אן אז ס'ועט נישט בטל ווערן, וועלן אלע זאכן זיין גאר אנדערש, ממילא איז נישט קיין סתירה אז קרח וועט זיין כהן גדול.
ער האט אבער נישט פארשטאנען, און ווייטער געפרעגט, אז אויב אזוי האט דאך קרח געזיגט. אמת ער האט איינגעזינקען אויף דעם עולם, אבער בעולם העליון האט ער מנצח געווען און זיין טענה איז א גוטע טענה, אז ער דארף זיין כהן גדול, איי דער בוכ"ע האט געזאגט פאר משה רבינו אז אהרן דארף זיין, מעג ער דאך קריגן ווייל בעלמא דקשוט איז דער אמת אז ניין, און ער וועט זיין כהן גדול.
איז נישט נאר אז קרח איז גערעכט, נאר יעדער בעל מחלוקה וועט זיך נאך קענען אפלערנען אז מ'מעג קריגן אויף משה רבינו, איי מ'וועט איינזינקען ויאבדו מתוך הקהל, דאס איז נאר אויף דעם עולם הגשמי, אבער בעולם שכולו טוב וועט ער גאר זיין דער געווינער? (לויטן אב"ע שטייט פארקערט אז קרח האט יא פארלוירן ביידע וועלטן, ובגמ' סהדרין משמע שרק עדת קרח אין להם חלק לעולם הבא, אבל על קרח בעצמו, שמא לא נכלל עם עדתו, וצ"ע).
איין זאך איז זיכער, דו האסט גאר א קלוגע קינד, איך וויל איהם אן ווינטשן אז די חיצונים זאלן נישט שטערן ח"ו, און ער וועט באלייכטן די וועלט.
איך מיין אז פון די זידוטשוב רבי'ס האט איך יא ערגעץ געזעהן אז ראו היה קורח , ווען נישט ער האט דא פארפאטשקעט, אבער אויף למעשה מיין איך זאגט עס קיינער נישט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט
סשטטייט נאר אז קרח וועט זיין א כהן,
כהן גדול איז א טעות
כהן גדול איז א טעות
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35242
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
דיונים ועיונים - פרשת קרח
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:סשטטייט נאר אז קרח וועט זיין א כהן,
כהן גדול איז א טעות
זהר חי - קאמארנא
- אטעטשמענטס
-
- Capture.JPG (51.92 KiB) געזען 797 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re:
סטיטשינער האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט, דאכטצעך אז אין חידושי תורה פון הרה''ק מסאטמאר איז דא א טעות אין די נושא.
מיר דאכצעך אז צי זאגן אויף תורה פון א צדיק 'טעות' איז נישט גענוג א בלויזע דאכצעך.. ס'ברויך זיין 100% זיכער!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- מאנסי געבוירענער
- שר האלף
- תגובות: 1611
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
- לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו
Re: דיונים ועיונים - פרשת קרח
farshlufen האט געשריבן:כאניש וואס צו טון האט געשריבן:סשטטייט נאר אז קרח וועט זיין א כהן,
כהן גדול איז א טעות
זהר חי - קאמארנא
לפי ידיעתי האט שוין די אר"י הקדוש אזוי געזאגט.
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!
מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!
מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35242
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: דיונים ועיונים - פרשת קרח
כאניש זאגט דאך אז לדעתו הרחבה איז עס א טעות.
ובעניי, נפלאתי הפלא ופלא פון וואו ס'נעמט זיך צו פשוט'ע אידן פלייצעס אריינצורעדן בכלל אין דעם.
***
נאך פון הייליגן קאמארנער:
היכל הברכה

- Capture.JPG (69.86 KiB) געזען 772 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22676
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט, דאכטצעך אז אין חידושי תורה פון הרה''ק מסאטמאר איז דא א טעות אין די נושא.
מיר דאכצעך אז צי זאגן אויף תורה פון א צדיק 'טעות' איז נישט גענוג א בלויזע דאכצעך.. ס'ברויך זיין 100% זיכער!
אין די ספר איז דא א טעות הדפוס, נישט אז ער האט עס געזאגט.
איך בין זיכער אז אריין זאגן פאר א צווייטע איד איז נישט גענוג א בלויזע דאכצעך.. ס'ברויך זיין 100% זיכער!