צום גדליה - אנווייזונגען פארן בעל תפילה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
צום גדליה - אנווייזונגען פארן בעל תפילה
היות דער היינטיגער טאג איז פון די סאמע שווערסטע פארן בעל תפילה, ווארום מען ברויך האלטן קאפ כסדר אויף די פריש צוגעקומענע זאכן פון די עשרת ימי תשובה, ווי אויך תפלת עננו און הוצאת ס"ת וכו', וועל איך געבן א צייכן אן אלע זאכן לויט די רייע, כדי שלא תטעו כדרך שטעה פלוני...
א. ביי קדיש דרבנן בעפאר הודו "לעילא ולעילא" און "עושה השלום".
ב. שיר המעלות ממעמקים נאך ישתבח.
ג. "לעילא ולעילא" ביי קדיש בעפאר ברכו.
ד. שטעל דיך אפ בעפאר "זכרנו לחיים" און "מי כמוך".
ה. זאג "המלך הקדוש".
ו. פארגעס נישט בעפאר רפאינו צוצולייגן די ברכה פון "עננו" מיטן סיום פון ברוך אתה ה' העונה לעמו ישראל בעת צרה.
ז. זאג "המלך המשפט".
ח. שטעל דיך אפ בעפאר "וכתוב".
ט. ברכת כהנים [דאס איז שייך א גאנץ יאר, אבער ווען דו פרובירסט האלטן קאפ אויף אלע צוגעקומענע, פארגעס נישט די תדיר'דיגע צוגאבעס פונעם ש"ץ].
י. שטעל דיך אפ בעפאר "בספר חיים".
יא. מען זאגט תחנון ונפילת אפים, דאן אבינו מלכינו, דאן שומר ישראל [אדער והוא רחום, אם חל ביום ב' וה'].
יב. "לעילא ולעילא" ביי קדיש נאך תחנון.
יג. א-ל ארך אפים אויב עס איז מאנטאג אדער דאנערשטאג.
יד. ויהי בנסוע - "שיר למעלות" - בריך שמיה. [נעם מיט א סידור צו פתיחת הארון...].
טו. מען ליינט ויחל כו'.
טז. זאג נישט "יהי רצון", נאר אויב עס איז מאנטאג אדער דאנערשטאג.
יז. "לעילא ולעילא" און "עושה השלום" ביי קדיש תתקבל.
יח. יהללו וכו'. יום. "לעילא ולעילא" און "עושה השלום" ביי קדיש יתום.
יט. "לעילא ולעילא" און "עושה השלום" ביי קדיש דרבנן.
כ. לדוד ה' אורי.
הצלחה רבה.

- moshele11211
- שר האלף
- תגובות: 1271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm
סאגיטע ליסט דעס! קענסט צולייגן א לעילא נאכן קריאת התורה
אמעראצעס פונעם עולם אז מען זאגט נישט קיין תחנון דעי וואך, וואס באמת הייבט מען אן נישט צו זאגן פון ערב יום כיפור ( איך רעדט נישט ווען עס איז דא א ברית) ממישט אויס מיט חודש ניסן, עפעס אזוי..
אמעראצעס פונעם עולם אז מען זאגט נישט קיין תחנון דעי וואך, וואס באמת הייבט מען אן נישט צו זאגן פון ערב יום כיפור ( איך רעדט נישט ווען עס איז דא א ברית) ממישט אויס מיט חודש ניסן, עפעס אזוי..
לעצט פארראכטן דורך moshele11211 אום זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- moshele11211
- שר האלף
- תגובות: 1271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm
איך האב מיך היינט נאך תחנון באזעצט און אנגעהויבן בקול רעש "אשרי" כ'האב שוין געהאלטן טיף אינמיטן גיט מיר א שכן א קלאפ...
דערנאך ענדיג איך אזוי הויך דעם בריך שמיה זעה איך דעם עולם שטיין איינגעבויגן איבער די סידורים מיט די קליינע שווערע ווערטער ...
תחל שנה וברכותיה
דערנאך ענדיג איך אזוי הויך דעם בריך שמיה זעה איך דעם עולם שטיין איינגעבויגן איבער די סידורים מיט די קליינע שווערע ווערטער ...
תחל שנה וברכותיה
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
מי יודע האט געשריבן:msp האט געשריבן:טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
farshlufen האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:msp האט געשריבן:טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים
ביי מיין מנין האט דער בעל תפילה אנגעהויבן יהי רצון שלאחר קריאת התורה, ביז דער עולם האט אים פארשוויגן.
ישר כח פאר די ליסטע, כ'האב געהאט "פארלוירן די צאל" וויפיל מאל עס איז געווען צווישען-רופען היינט ביי מיין מנין! יעצט ווייס איך שוין........ "כ."!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פלעכטער האט געשריבן:די אלע וואס שרייען לעילא ולעילא פארן בעל תפילה, זענען גורם ער זאל זאגן דריי מאל לעילא לעילא ולעילא, דאס איז זיכער נישט קיין ענין, די עצה איז אריין צישרייען נאר ולעילא....
די ריכטיגע עצה איז צו שווייגן, מען רעדט דאך נישט פון א זאך וואס איז מעכב, סך הכל איז עס אן ענין, און איך גלייב נישט אז עס פעלט אויס איבערצודרייען דאס בית המדרש דערוועגן.
וכאן המקום למחות אויף געוויסע לצים וואס שרייען שטענדיג "לעילא ולעילא" אפילו נאכדעם וואס מפורש יצא כן מפי הבעל תפילה, רק כדי להגדיל ה'טראסק, וכדי בזיון וקצף.
לכאורה האט געשריבן:פלעכטער האט געשריבן:די אלע וואס שרייען לעילא ולעילא פארן בעל תפילה, זענען גורם ער זאל זאגן דריי מאל לעילא לעילא ולעילא, דאס איז זיכער נישט קיין ענין, די עצה איז אריין צישרייען נאר ולעילא....
די ריכטיגע עצה איז צו שווייגן, מען רעדט דאך נישט פון א זאך וואס איז מעכב, סך הכל איז עס אן ענין, און איך גלייב נישט אז עס פעלט אויס איבערצודרייען דאס בית המדרש דערוועגן.
וכאן המקום למחות אויף געוויסע לצים וואס שרייען שטענדיג "לעילא ולעילא" אפילו נאכדעם וואס מפורש יצא כן מפי הבעל תפילה, רק כדי להגדיל ה'טראסק, וכדי בזיון וקצף.
הנח להם לישראל ....
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
- מאנ-יימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10560
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
געדאווענט נעכטן מיטן ערשטן מנין אין מיין ביהמ"ד, אלעס איז אדורך גלאטיג.
די בעלי תפילות פון די פריע מנינים ווייסן שוין צוויי טעג בעפאר אויב עס קומט א טויש אינעם סקעדזשול, די צייט אין יענע מנינים ערלויבט נישט דאס מינדעסטע טעות.
די בעלי תפילות פון די פריע מנינים ווייסן שוין צוויי טעג בעפאר אויב עס קומט א טויש אינעם סקעדזשול, די צייט אין יענע מנינים ערלויבט נישט דאס מינדעסטע טעות.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אה, נישט געדענקט אז כ'האב געגרינדעט אזא אשכול אין די פארגאנגענהייט... היי יאר האט א פרישער בר מצוה בחור'ל געמיינט אז ער קען ווייזן גבורות, ער איז צוגעגאנגען מיט א פרישקייט, (קיין לעילא-ולעילא נישט געזאגט, אבער דער עולם האט נישט באמערקט, סוף כל סוף רעדט מען דאך פון א בר מצוה בחור'ל וועמען מ'דארף האבן מזל צו הערן ווען צו ענטפערן אמן וכדומה), נאך ישתבח תיכף אנגעהויבן יתגדל וכו' ביז דער עולם האט געשריגן שיר המעלות.
ביי הויכע שמו"ע האט ער אויפגעגעבן... א אינגערמאן איז צוגעגאנגען, אבער אויך ער האט פארגעסן "עננו" בעפאר רפאנו און דער עולם האט אריינגעשריגן.
נאך א מזל אז איך בין נישט צוגעגאנגען, ווייל מיר איז אויך נישט געליגן אין קאפ דער "עננו", און אויך נישט די "אבינו מלכנו" נאך נפילת אפים...
אי"ה איבערעס-יאר געזונטערהייט.

moshele11211 האט געשריבן:סאגיטע ליסט דעס! קענסט צולייגן א לעילא נאכן קריאת התורה
אמעראצעס פונעם עולם אז מען זאגט נישט קיין תחנון דעי וואך, וואס באמת הייבט מען אן נישט צו זאגן פון ערב יום כיפור ( איך רעדט נישט ווען עס איז דא א ברית) ממישט אויס מיט חודש ניסן, עפעס אזוי..
ס'דא וואס זאגן נישט קיין תחנון ווייל מ'האט שוין געזאגט ביי סליחות און מ'זאגט נישט תחנון מער ווי איין מאל א טאג.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג