כי הפרני אלקים בארץ עניי..!
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
חנוכה אוי חנוכה א יו"ט א שיינע, א לוסטיגע א פרייליכע נישט דא נאך א זיינע...! יא אמת ס'איז א שיינע און אמת אז ס'איז נישט דא נאך א זיינע, אבער טייערע חבירים באלד וועט די יו"ט זיין א פארגאנגענהייט, די טעג גייען איינס איינס פארביי לאמיר ארבעטן מיט אלע כוחות און אריין כאפן די לעצטע פארבליבענע טעג און זיי ריכטיג אויסניצן, לאמיר כאפן א טיפערן בליק אין יו"ט חנוכה און אין זיך אריין נעמען דעם חנוכה כדי דער חנוכה זאל מיט אונז פארבלייבן.
די גמרא אין מסכת שבת ברענגט א מחלוקת צווישן בית שמאי און בית הלל: ב"ש אומרים יום ראשון מדליק שמנה מכאן ואילך פוחת והולך, ובית הלל אומרים יום ראשון מדליק אחת מכאן ואילך מוסיף והולך - בית שמאי האלטן אז דער ערשטע טאג חנוכה צינדט מען אכט לעכט און דערנאך איעדן טאג איינס ווייניגער און ווייניגער, דער צווייטער טאג נאר זיבן און דער דריטע טאג זעקס און אזוי ווייטער, און בית הלל האלטן אז מען צינדט די ערשטע טאג איין און דער נאך טוט מען איעדן טאג צולייגן א לעכטל דאס מיינט דער ערשטע טאג איין און דער צווייטער צוויי און ביים דריטן דריי און אזוי ווייטער ביז אכט.
די גמרא אין מסכת עירובין זאגט אונז: די אלע פלעצער ווי עס זענען פארהאן מחלוקת'ן צווישן ב"ש און ב"ה, "יצאה בת קול ואמרה אלו ואלו דברי אלקים חיים הן והלכה כבית הלל" עס איז ארויס א בת קול פון הימל וואס האט געזאגט אז סיי שיטות בית שמאי און סיי שיטות בית הלל זענען ביידע ריכטיג און אמת, אבער די הלכה וואס מען פסקענט איז ווי בית הלל. אז די גמרא זאגט אונז אז ביידע זענען אמת און ריכטיג מיינט דאס אז ביידע שיטות האבן פאר אונז א טיפקייט וואס מיר דארפן ארויס נעמען פון זיי, לאמיר פרובירן צו פארשטיין די שיטה פון בית שמאי און אוודאי די שיטה פון בית הלל ווי וועמען מיר פירן זיך להלכה?!
אין די וואכעדיגע פרשה מקץ געפינען מיר אז דערנאך וואס יוסף הצדיק ווערט געקרוינט אלץ משנה למלך אין לאנד מצרים איז ער זוכה צו צוויי קינדער מנשה און אפרים און די פסוק זאגט אונז פארוואס זיי האבן באקומען די נעמען: וַיִּקְרָא יוֹסֵף אֶת שֵׁם הַבְּכוֹר מְנַשֶּׁה כִּי נַשַּׁנִי אֱלֹקִים אֶת כָּל עֲמָלִי וְאֵת כָּל בֵּית אָבִי, וְאֵת שֵׁם הַשֵּׁנִי קָרָא אֶפְרָיִם כִּי הִפְרַנִי אֱלֹקִים בְּאֶרֶץ עָנְיִי - און יוסף האט א נאמען געגעבן פארן בכור 'מנשה' - ווייל השי"ת האט מיר געמאכט פארגעסן אלע מיינע פלאגעניש און אלעס פון מיין טאטעס הויז, און פארן צווייטן קינד האט ער א נאמען געגעבן 'אפרים' - ווייל השי"ת האט מיר געמאכט פרוכטבאר אין די לאנד פון פיין.
וואס מיר דארפן פארשטיין איז א) וואספארא מעלה איז דאס אז ער האט פארגעסן זיין טאטע'ס שטוב? ב) פון איין זייט געפינען מיר אז יוסף הצדיק דאנק השי"ת ווייל ער האט פארגעסן פון אלע פלאגעניש און א מינוט דערנאך רופט ער מצרים די לאנד פון פיין? ג) שבת אויפדערנאכט ווען א טאטע לייגט ארויף די הענט אויף זיינע טייערע קינדער זיי צו בענטשן מיט ווארעמקייט, וואונטשט ער זיי נישט אָן אז זיי זאלן אויפוואקסן ווי אונזערע אבות אברהם יצחק ויעקב וכו' אדער גאר ווי משה רבינו, נאר ער זאגט ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה מיין טייער קינד זאלסט אויפוואקסן ווי מנשה און אפרים... וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט פארוואס עפעס זיי? בכלל ווייסן מיר נישט צופיל ווער זענען דאס געווען מנשה און אפרים, לאמיר באטראכטן פון דער נאנט וואס איז געווען דער טיפקייט פון די צוויי הייליגע ברודערס און וואס ווייזט זייערע נעמען, און בסייעתא דשמיא זוכה זיין מיט צו נעמען די ריכטיגע מוסר השכל פון אונזער פרשה און דערמיט פארשטיין דעם הייליגן יו"ט חנוכה.
אין עבודת ה' זענען פארהאן צוויי כלליות'דיגע וועגן, ס'איז פארהאן איינער וואס דינט השי"ת מיט איינגעהאלטנקייט, ער איז פארנומען מיט זיך, ער קוקט אויף זיך, און ער מאכט כסדר זיכער אז ער שטייגט און גייט פון איין מדריגה צום נעקסטן, שטענדיג טראכט ער וויאזוי ער קען מער שטייגן, ער פארנעמט זיך נישט צופיל מיט ארויס קוקן פון די אייגענע ד' אמות צו אנדערע, זיינע מחשבות זענען איינגעהילט אין תורה אין תפלה אבער אָן מיטצוטיילן מיט זיינע ברידער, פון די אנדערע זייט איז פארהאן א דרך אין עבודת ה' וואס איז מער אויפגעמאכט וואס דאס מיינט יא דער מענטש איז טאקע פארנומען מיט וואקסן אין זיין אייגענער עבודה, ער איז כסדר פאנומען שטייגן, אבער ער איז כסדר אויך פארנומען מיט אנדערע, צו געבן פאר אנדערע, העלפן אנדערע, משפיע זיין פאר אנדערע, נאכמער ער שפירט גאר אז אדורך דעם וואס ער איז משפיע, אדורך דעם וואס ער געבט פאר אנדערע טוט ער אליין כסדר שטייגן.
אין די גמרא אין מסכת שבת דף ל"א טרעפן מיר די באקאנטע מעשה פון דער גוי וואס איז געקומען צו שמאי און געבעטן אז ער וויל ווערן א גר מיטן תנאי אז שמאי וועט אים אויסלערנען די גאנצע תורה שטייענדיג אויף איין פיס, הערנדיג זיין מאדנע תנאי האט אים שמאי אוועקגעשטופט, איז דער גוי געגאנגען צו הלל, זאגט אים הלל פיין איך וועל דיר לערנען די גאנצע תוה"ק אזוי ווי די ווילסט און ער האט אים געלערענט דעם איין כלל פון דעלך סני, לחברך לא תעביד וואס איז פאר דיר פארפיינטעט זאלסטו פאר דיין חבר נישט טוען וכו'.
פארשטייט זיך פשוט אז די ווערטער פון חז"ל האבן א אוימגעהויערע טיפקייט, אבער בפשטות איז דאס געווען די חילוק צווישן בית שמאי און בית הלל, שמאי האט געלעבט פאר זיך מיט ואהבת את ה' אלוקיך און געדינט השי"ת פאר זיך מיט א געוואלדיגע טיפקייט, און שטענדיג אריין טיפער און טיפער אין עניני עבודת ה', און טאקע דערפאר ווען דער גוי קומט צו אים און זאגט ..איך וויל זיך מגייר זיין בתנאי אז שמאי וועט מיר לערנען די גאנצע תוה"ק אויף איין פיס, האט שמאי אים פארשיקט, ווייל א קליין שטיקל אזוי אפגעכאפטערהייט האט ביי שמאי נישט קיין ריכטיגע אפטייטש, ווידעראום הלל לעבט דער געדאנק פון ואהבת לרעך כמוך, ער לעבט אַן עבודת ה' פון פארשפרייטן די ליכטיגקייט, איעדעס ביסל תורה אדער ידיעות וואס ער קויפט זיך איין געבט ער גלייך איבער פאר אנדערע, און דאס טוט ער אויף איעדע מצב, און טאקע דערפאר ווען דער גוי איז געקומען צו אים האט ער אים גלייך אויף גענומען און געלערענט מיט אים ווייל דאס איז געווען הלל'ס דרך צו העלפן אנדערע שטייגן, און טאקע צוזאמען מיט אים.
צו פארשטיין אביסל בעסער די מהלך פון הלל לאמיר אריבערגיין קיין פראנקרייך ביים ברעג ים - ס'איז די יאר תרפ"ט ביי איינע פון די גרויסע ליכט-טורעמס וואס געפינען זיך ביים באָרטן הערשט א גענצליכע פינסטערניש... ברוך דיין האמת... דער אלטער אויפזעהער דזשאן איז געגאנגען פון דער וועלט, דזשאן פלעגט טראגן די אחריות איבער די ליכט-טורעמס וואס באלייכטן דעם גאנצן פאָרט, כדי אז אלע שיפן וואס ברענגן אריין און ארויס די סחורה זאלן זעהן ווי דער בארטן איז, יעצט פון ווען די זון גייט אונטער ביזן עלות השחר איז די ליכט-טורעם איינגעהילט אין א גענצליכע טונקעלקייט.
ס'נעמט נישט לאנג און ביז א טאג צוויי האט די רעגירונג אויפגענומען אויף דעם אמט א פרישן יונגן אויפזעהער א פיינער גוט הארציגער מענטש מיטן נאמען מאַרק, די רעגירונג האט אים צוגעשטעלט אלע געצייג און עקוויפמענט צו קענען כסדר זיין גרייט אויף איעדע פאל וואס ס'זאל זיך נאר נישט מאכן, און בעיקר האבן זיי אים צוגעשטעלט א ריזן טאַנק מיט אויל-בענזין, אינעם טאנק איז געווען גענוג בענזין פאר א גוטע צוויי דריי חדשים, וואס דערמיט וועט מארק קענען אָנפילען די לעקטערס צו באלייכטן דעם ליכט-טורעם, אזוי ווי די בארטן זענען ווייט אינדרויסן פון שטאט האט די רעגירונג אים אויך צוגעשטעלט א נייעם קאר וואס ער זאל קענען נוצן איעדן טאג ווען ער קומט פון זיין הויז ביז צום ליכט-טורעם.
טעג גייען אריבער און מארק האט געטוען זיין ארבעט מיט א אויסטערלישן פונקטליכקייט, איין טאג באשליסט מארק אז ער גייט גיין א טריט ווייטער און ווייזן מיט וואספארא געטריישאפט ער נעמט זיין אמט, ער וועט גיין באזוכן אנדערע ליכט-טורעמס איבערן לאנד און זעהן וויאזוי די ארבעט ווערט דארט געטוען, זיכער וועט ער געוואר ווערן פארשידענע גוטע עצות און ידיעות וואס וועט מאכן זיין ליכט-טורעם בעסער און שטערקער, ער האט דאך א קאר, נו קען מען פארן...
...אזוי אינמיטן פארן מאכט זיך אונזער מארק א חשבון אז ס'איז דאך סתם א שאד פאר זיין צייט און אויך פאר זיין געלט צו גיין קויפן אויל-בענזין פאר זיין קאר, ער האט דאך ביי די ארבעט א ריזן טאנק דערפון ...וואס וועט שוין אויסמאכן אז ער וועט אראפנעמען אביסל פאר זיין קאר, בסך הכל נוצט ער דאך מילא דעם קאר פאר זיין שטעלע און זיינע נסיעות זענען אויך פאר די רעגירונג צוועקן, איז דאך זיכער אז מיינע אויבערהערן וועלן נישט האבן קיין פראבלעם דערמיט.
אפאר וואכן גייען אריבער ויהי היום, איין אויפדערנאכט גייט מארק צו צום טאנק ארויסצונעמען אביסל אויל פארן ליכט-טורעם אבער דאס איז עס, די טאנק איז גענצליך ליידיג... פונקט צו זיין ביטערן מזל איז יענע נאכט די נאכט וואס פילע שיפן קומען אריין איינס נאכן צווייטן און ווי פארשטענדליך אָן די ליכט-טורעם מיט אזא טונקלקייט... די עקסידענטן האבן זיך אנגעפאנגען איינס נאכן צווייטן, פון אלע זייטן הערט מען ווי די שיפן זעצן אריין אין די פעלזען שטיינער, פון א שיינע רואיגע פארט איז געווארן איין גרויסע קאטאסטראפע...
מען האט געשטעלט מארק צום משפט, מארק וויינט בכיות ...ס'איז געווען א טעות איך בין אויסגעלאפן פון בענזין, ס'איז געווען גענצליך אומערווארטעט, אבער נאך א קורצע אויספארשונג האט מען זיך איבערצייגט אז דער מארק פלעגט אנפילן זיין קאר איעדן טאג מיט די בענזין פונעם טאנק, האט מען אים געטוען פארהאלטן היתכן? ...וואס הייסט איך האב עס נישט געטוען פאר מיר ס'איז גענצליך געווען פאר די רעגירונג איך בין ארום געפארן מיט מיין קאר נאר ווייל איך האב געוואלט באקומען גוטע עצות פון אנדערע בארטן וכו' אבער דער שופט איז גענצליך נישט איבערגענומען דערפון און זאגט יא אמת די האסט עס געניצט פאר רעגירונג צוועקן, אבער די וואלסט עס געדארפט ניצן פאר דאס וואס איז וויכטיגער, אויף דאס וואס מען האט דיר געהייסן באלייכטן דעם גאנצן פארט, און דערפאר זאלסטו זיך פאקן די פעקלעך און פארלאזן דיין אמט.
דער נמשל פארשטייען מיר גאר פשוט אז הלל לערנט אז ווען א מענטש באקומט מתנות פון הקב"ה ווי שכל, ידיעות התורה, יראת שמים, אהבת ה', שמחת החיים ליגט אויף אים א פליכט צו פארשפרייטן די ליכטיגקייט אויפן גאנצן האריזאנט אויב נישט איז ער א מועל בהקדש, הלל זאגט פארן איד אז ער איז א אויפזעהער איבערן ליכט טורעם און די אלע שיפן וואס גייען אדורך זיין בארטן דארפן די ליכטיגקייט, אויב אבער וועט ער נוצן זיינע מתנות און חושים נאר כדי זיך אליינס צו דערהייבן און עבודת ה', אפילו דאס איז אויך ריכטיג און גוט אבער מיט דעם אלעם ווער ווייסט וואספארא קאטאסטראפע קען פאסירן.
דערמיט פארשטייען מיר גאר געשמאק די מחלוקת ב"ש און ב"ה ביי חנוכה, די בית שמאי האלטן אז דער ערשטע טאג חנוכה צינדט מען אכט לעכט ווייל אזוי פיל טאג האבן די לעכט געברענט בדרך נס אבער איינמאל מען האט שוין געוויזן די נס זאל מען זיך מצמצם זיין און אריין גיין טיפער אין די ענינים וואס דאס מיינט טיפער אריין אין די לעכטעלע, דערפאר צינדט מען איעדן טאג איינס ווייניגער און ווייניגער, ווייל דער עיקר איז זיך גאר שטארק צו פארטיפען אין די לעכטל, ווידעראום די בית הלל האלטן אז מען צינד די ערשטע טאג איין און דער נאך טוט מען איעדן טאג צולייגן א לעכטל ווייל דער עיקר איז ווי מער צו פארשפרייטן די ליכט וואס איז דא, איעדן טאג נאך אביסל, נאך א לעכטל און אזוי ארויסברענגן דעם פרסומי ניסא די גרויסע נס, די מנורה שטייט דאך דערפאר ביים אפענעם טיר כדי דערמיט צופארשפרייטן די ליכטיגקייט און דערווארעמען די קאלטע טונקעלע גאס און די וועלט, הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם... ס'איז נישט אונזערס מיר זענען נאר אחריות אנצוצינדען אז די פלאם זאל באשיינען אלע טונקעלע הערצער וואס לעכצן נאך אביסל פונעם אור הגנוז.
ביידע מהלכים זענען גאר אמת און ריכטיג, ווי חז"ל זאגן אונז "אלו ואלו דברי אלוקים חיים" אבער וואס מיר דארפן געדענקן איז הלכה כבית הלל מען פסקנט ווי בית הלל וואס דאס מיינט אז עס ליגט אויף אונז א חוב פון זיין א "מוסיף והוליך" נעמען איעדעס ביסל ליכטיגקייט און דערפון ארויסברענגן נאך א ליכטיגקייט, פון איין לעכטל דארף ווערן צוויי און אזוי ווייטער...
דאס איז וואס די פסוק זאגט אונז: יוסף הצדיק איז זוכה צו צוויי קינדער'לעך און מיט זייערע נעמען טוט ער פרעזענטירן די צוויי מהלכים אין עבודת ה', זיין ערשטע קינד טראגט די נאמען מנשה - שיטות בית שמאי וואס דאס איז פארגעסן פון אלעס ארום נישט קיין חילוק וואס ס'גייט פאר ארום ...איך מוז שטייגן, איך מוז מצליח זיין, ווי די פסוק זאגט כִּי נַשַּׁנִי אֱלֹקִים אֶת כָּל עֲמָלִי וְאֵת כָּל בֵּית אָבִי, ער פארגעסט פון אלעס ארום, און איז פארנומען נאר מיט זיינע פרעזענדליכע שוועריגקייטן און נסיונות, און אזוי אויך פארגעסט ער פון דער גאנצע מצב ביים בית אבי, ער פארגעסט אפילו פון זיינע ברידער ווייל ער איז פארנומען מיט זיין אייגענע שטייגן, מיט זיין אייגענע לעבן, אזוי ווי יוסף האט טאקע געלעבט ביז ער איז געווארן משנה למלך ווייל מ'זעט נישט אז יוסף זאל זיין פארנומען מיט העלפן אנדערע, אבער דערנאך קומט אפרים - שיטות בית הלל וואס דאס איז פארשפרייטן די ליכטיגקייט פאר אלע ארום, געדענקן אז דער מענטש פארמאגט כוחות פון ליכטיגקייט און איז מחיוב משפיע צו זיין פאר אנדערע, דער מענטש דארף צינדן איין לעכטל נאכן צווייטן, כִּי הִפְרַנִי אֱלֹקִים בְּאֶרֶץ עָנְיִי דא זעט מען שוין גאר גוט די פיין, מען זעט אין וואסערע מצב מען געפינט זיך ארום און ארום און מען נעמט זיך צו די ארבעט לפרות ולרבות צו משפיע זיין, צו צינדן ליכטעלעך אין די פינסטערניש.
ווען א טאטע קומט אהיים שבת פון שוהל און לייגט ארויף די הענט אויפן קינד'ס קעפל און מיט הארץ און געפיל וואונטשט ער אָן ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה ווייל אלו ואלו דברי אלוקים חיים איעדע קינד דארף וויסן און געדענקן אז פון איין זייט דארף מען זיין א מנשה מען דארף קוקן נאר אויף זיך און ארבעטן אין די אייגענע שטייגן, אין די אייגענע עליות, אבער פון די צווייטע זייט דארפן מיר כסדר זיין א אפרים וואס דאס מיינט געדענקן אז איעדעס ביסל וואס מיר פארמאגן דארפן מיר איבערגעבן פאר אנדערע, מיר האבן א חיוב אָנצוצינדן איין לעכטעלע נאכן צווייטן, מיר דארפן זיין מוסיף והוליך.
אין פרשת ויחי, זעהן מיר אויך ווי אונזער זיידע יעקב אבינו ווען ער בענטשט די צוויי קינדער מנשה און אפרים פארציילט די פסוק אז ער האט פארטוישט די הענט און געלייגט די רעכטע האנט אויף אפרים, און די לינקע אויף מנשה כאטש אפרים איז די יונגערע, ווייל ווי מיר שמועסן, יעקב אבינו וויל ווייזן פאר אלע שפעטערע דורות אז אמת ביידע זענען וויכטיג אבער דער אפרים מוז זיין, דער אחריות איין איד פארן צווייטן, דער חיוב וואס מיר האבן אנצוצינדן איין לעכטל נאכן צווייטן, דער חיוב משפיע צו זיין פאר אנדערע, דער אויפגאבע פון זיך אומקוקן אויף די חבר'ס לעכטל צו ער ברענט לייכט און שיינט אדער צו איז ער גאר פארלאשן דאס איז וויכטיגער און חשובער, ווייל הלכה כבית הלל.
טייערע חבירים! מיר אלע טראגן די אחריות אז דער ליכט-טורעם פון אידישקייט זאל שיינען איבער די וועלט, און באלייכטן פאר אלע וואס קומען און גייען, השי"ת געבט אונז די זכיה ער געבט אונז די גרויסע אויפגאבע אויך געבט ער אונז פילע טאנקן בענזין און אויל, וואסערע זינד איז עס אויב מיר נעמען די בענזין און ניצן דאס נאר פאר אונזער פערזענליכע אידישקייט, וואס דאס מיינט אז מיר נעמען די אלע געוואלדיגע כלים וואס השי"ת שטעלט אונז צו כדי מיר זאלן קענען באלייכטן די וועלט און מיר נוצן דאס נאר פאר זיך, כאטש אז עס איז אויך ריכטיג און חשוב אבער דאך וועלן מיר געטראפן ווערן שולדיג ווייל פסקענען פסקענט מען ווי בית הלל אז מיר דארפן זיין "מוסיפין והולכין", מיר דארפן פארשפרייטן דעם ליכט פאר אנדערע אויך, מיר דארפן נעמען די אלע כלים וואס השי"ת האט אונז באשאנקן צו דאס איז די הערליכע זיסע תוה"ק, צו דאס איז די אלע שיינע געשמאקע מצוות ומעשים טובים, בפרט די הערליכע אידישע קאלענדער מיט אלע אירע הייליגע ימים טובים ווי א חנוכה פורים פסח וכו', און דערמיט אנצינדן איין לעכטל נאכן צווייטן, מזכה זיין אנדערע און באלייכטן זייער לעבן, טייערע חבר ס'מיינט נישט אז מיר דארפן אנפאנגן געבן שיעורים אדער איבערצוצייגן א צווייטן אז ס'איז דא א באשעפער, בסך הכל רעדט מען פון געבן א גוט ווארט, א שטיקל חיזוק, א גוטן געדאנק אין עבודת ה', א אוזן קושבת, א שמייכעל פאר אונזערס א ברודער, לאזן אביסל אהבת ישראל אריינטראפן אין הארץ און נישט מקפיד זיין אז ס'גיסט זיך איבער, ארויסווייזן אביסל געפיל און אחריות פארן באשעפערס א קינד, שיין אריין ביי יענעם אין הארץ מיטן שיקן א קליינע מתנה אדער א בוך פון צייט צו צייט, געב אים די זכיה צו זעהן דיין הערליכן שבת טיש אדער שפירן די אינערליכע געפיל פון א אידישע שמחה, צינדט אָן דעם נר מצוה ותורה אור, אוי ווי שיין וועט ער ברענען און פון דעם איין לעכטל וועט זיך אנצינדן נאך איין, און פון דיין איין צינדל קענסטו ראטעווען גאנצעטע פלאמען פון אידישע דורות... חז"ל זאגן אונז הרגיל בנר הויין ליה בנים תלמידי חכמים דאס הייסט ווער ס'פארשפרייט די לעכט פון חנוכה און איז מקיים דעם פרסומי ניסא, ער איז מפרסם דעם נס פאר אנדערע מיטן באלייכט זייער לעבן, ער מאכט זיכער אז ביים חבר, שכן, קרוב ברענט עס אויך, איז ער זוכה אז זיין אייגענע לעכטל זיינע אייגענע דורות וועלן שיינען און לייכטן, און ווען אלע אידישע קינדער וועלן לייכטן און ברענען איז דאך זיכער אז מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן דעם 'אורו' של משיח בקרוב במהרה בימינו אמן.
לסיכום געדענק:
• יא ארבעט אויף זיך אליין, אבער פארגעס נישט קיינמאל פון דיינע ברידער.
• די אלע מתנות וואס השי"ת געבט אונז, איז אונז מחייב אז מיר זאלן עס איבערגעבן פאר אנדערע.
• לאז די ליכטיגקייט פון דיין מנורה באלייכטן די וועלט, און אנצינדן דעם אורו של משיח.
א פרייליכן חודש און א לעכטיגן חנוכה!
מיט א טיפערן בליק פרשת מקץ - שבת חנוכה תשע"ג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אייניקעל פון אהרן הכהן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 309
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm
מיט א טיפערן בליק פרשת מקץ - שבת חנוכה תשע"ג
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
- AHA
- שר האלפיים
- תגובות: 2007
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
- לאקאציע: בין פטיש לסדין
עס באדערט מיר א שטיקעל קשי' פון די סדרה, איך קוק ארויס צו הערן פין איינעם א תירוץ אדער א אנווייזונג.
אין פרשת מקץ זעמיר ווי שיין יוסף הצדיק האט פותר חלום געוועהן פאר דעם פרעה, אז עס גייט קומען זיבען זאטע יארן און נאכדעם זיבען הונגער יארען.
איך קוק מיך איהם אין די קומענדיגע סדרה זע איך אז למעשה איז געוועהן זיבען זאטע יארען אין נאר צוויי הונגער יארען. די סיבה ווייסען מיר איז וועגן יעקב אבינו איז געקומען קיין מצרים, אבער למעשה האט זיך די חלום נישט אנטוויקעלט ווי פאראויס געזאגט (בפשטות)
יישר כח למפרע
אין פרשת מקץ זעמיר ווי שיין יוסף הצדיק האט פותר חלום געוועהן פאר דעם פרעה, אז עס גייט קומען זיבען זאטע יארן און נאכדעם זיבען הונגער יארען.
איך קוק מיך איהם אין די קומענדיגע סדרה זע איך אז למעשה איז געוועהן זיבען זאטע יארען אין נאר צוויי הונגער יארען. די סיבה ווייסען מיר איז וועגן יעקב אבינו איז געקומען קיין מצרים, אבער למעשה האט זיך די חלום נישט אנטוויקעלט ווי פאראויס געזאגט (בפשטות)
יישר כח למפרע
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
איר האט געדרוקט אן אומריכטיג קנעפל...
אייער פראגע באלאנגט גיכער (נישט די ניק) אין דעם אשכול:
viewtopic.php?f=4&t=936
אייער פראגע באלאנגט גיכער (נישט די ניק) אין דעם אשכול:
viewtopic.php?f=4&t=936