מיט א טיפערן בליק פרשת נח תשע"ג

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

מיט א טיפערן בליק פרשת נח תשע"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

וַיָרַח ה' אֶת רֵיחַ הַנִיחֹחַ...!

בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר געשמועסט אז כדי דער מענטש זאל קענען אדורך גיין די קאלטע לאנגע ווינטער נעכט, די ששת ימי המעשה די וואכעדיגע טעג גרינגערהייט פארלאנגט זיך אז דער שבת זאל זיין ווי עס דארף צו זיין, דער "שביתה" דאס רוהען שבת זאל זיין א ריכטיגע מנוחה וואס דאס מיינט אז חוץ דער פשוטע ענין פון עונג שבת, עסן און טרינקן וכדומה פארלאנגט זיך רוהען פון די וואכעדיגע געלויף און זיך צוריק פארבינדן מיט אונזער שורש הנשמה וואס דאס איז דער חלק אלוקי, און ווען מיר ניצן אויס דעם שבת פאָרט דער גאנצע וואך אנדערש, ווייל שבת ווען דער מענטש איז געבינדן צום שורש טוט ער דעקלערן ביי זיך אז ס'איז אלעס השי"ת סיי מיין יא הצלחה און סיי מיין נישט הצלחה אלעס איז מיין טאטע אבינו שבשמים, ווען מיר טוען זיך כסדר אין דעם מחזק זיין ווערן די וואכעדיגע טעג גאר אסאך געשמאקער, דער מענטש שפירט קיינמאל נישט אז ער איז אדורך פאל, ס'גייט מיר נישט ...ס'איז אלעס מיין טאטע און איך טו נאר מיין השתדלות אויף וויפיל איך קען.

לאמיר אריין קוקן אין די פרשה מיט א טיפערן בליק און זעהן וואס נאך מיר קענען ארויסנעמען פאר געצייג זיך צו קענען פארברייטן צום לאנגן ווינטער, אין די וואכעדיגע פרשה קוקן מיר זיך צו ווי דער מבול האט זיך אפגעשטעלט, די וועלט איז געבליבן פוסט און וויסט דער איינציגער איבערלעבער נח מיט זיין משפחה קומען ארויס פון די תיבה, די ערשטע זאך וואס נח טוט זאגט אונז די פסוק וַיִּבֶן נֹחַ מִזְבֵּחַ לַה' וכו' וַיַּעַל עֹלֹת בַּמִּזְבֵּחַ, וַיָּרַח ה' אֶת רֵיחַ הַנִּיחֹחַ וַיֹּאמֶר ה' אֶל לִבּוֹ לֹא אֹסִף לְקַלֵּל עוֹד אֶת הָאֲדָמָה בַּעֲבוּר הָאָדָם כִּי יֵצֶר לֵב הָאָדָם רַע מִנְּעֻרָיו וְלֹא אֹסִף עוֹד לְהַכּוֹת אֶת כָּל חַי כַּאֲשֶׁר עָשִׂיתִי - נח האט געבויעט א מזבח פאר השי"ת וכו' און מקריב געווען עולות פון די טהור'ע בהמות און עופות אויפן מזבח, השי"ת האט געשמעקט דעם געשמאקן גערוך, און השי"ת האט געזאגט אין זיין הארץ: "איך וועל מער נישט שעלטן די ערד צוליב דעם מענטש ווייל דער יצר וואס ליגט אין דעם מענטש'ס הארץ איז שוין שלעכט פון זייט ווען ער איז געבוירן, און איך וועל מער נישט שלאגן די אלע לעבעדיגע אזוי ווי איך האב יעצט געטוען".

לאמיר אנמערקן פארשידענע שוועריקייטן אין די פסוק, קודם כל קוקט אויס אז דורך דעם וואס נח האט געבויעט דעם מזבח און מקריב געווען קרבנות, האט דאס צוגעברענגט אז השי"ת זאל מאכן דעם געוואלדיגע צוזאג אז מער וועט א מבול נישט קומען אויף די וועלט, לאמיר אריין טראכטן: שטייט א מענטש וואס נאך 120 יאר פון ווארענונגען אז די וועלט גייט חרוב ווערן איז עס טאקע צום סוף מקוים געווארן און פאר גאנצע פערציג טעג האט ער געזעהן מיט די אויגן ווי השי"ת פארשוועמט די וועלט און נאר ער מיט זיינע קינדער מיט אפאר חיות און בהמות בלייבן איבער, קומט נח יעצט ארויס און ברענגט קרבנות, טאקע א שיינע זאך, אבער וואס איז די געוואלדיגע חשיבות דערפון אז השי"ת ווערט כביכול אזוי איבערגענומען אזוי ווייט אז דאס זאל גאר זיין די סיבה פון השי"ת'ס צוזאג מער נישט צו ברענגן קיין מבול?

נאכמער די פסוק זאגט די טעם פארוואס השי"ת גייט מער נישט שעלטן די וועלט איז ווייל דער מענטש טראגט מיט זיך די לימוד זכות פון "כי יצר לב האדם רע מנעריו" אז מיר אלע ווערן געבוירן מיט א יצר הרע וואס פארדרייט אונז דעם קאפ, פרעגט זיך וואס האט השי"ת דא נאָכן מבול אנגעמערקט דעם לימוד זכות און צוליב דעם געמאכט א צוזאג אז מער וועט קיין מבול נישט זיין? לאמיר אויך באמערקן די לשון הפסוק "ויאמר ה' אל לבו", השי"ת האט געזאגט צו זיך אין הארץ, וואס דאס איז די איינציגע מאל אין די תוה"ק וואס מיר טרעפט אזא לשון?

זאַנוויל שטייט אין קענעדי עיר פאָרט ווארטנדיג אויף א גוטן קאסטומער וואס איז נארוואס אנגעקומען קיין ניו יארק און וויל ארייפארן אין שטאט, ענדליך באמערקט ער א איד וואס זעט אים אויס ווי גאנץ א שיינע נגיד און צו זאנוויל'ס גוטע מזל וויל ער טאקע פארן קיין מאנסי, אויפן וועג פארענדיג פארבינדט זיך א געשמאקער שמועס צווישן די צוויי, דער איד ר' שבתי קומט יעצט דירעקט פון מעקסיקא ווי ער האט פארברענגט אפאר טאג פאר געשעפטן, אזוי אינמיטן די שמועס רופט זיך ר' שבתי אָן: הרב זאנוויל איר מעגט דאס הערן, דארטן אין מעקסיקא אין עפעס א פארווארפן שטעטל האט די השגחה עליונה מיך צוגעפירט צו א ביהמ"ד און כולל ווי עס לערנען בערך 12-15 יונגעלייט, און איך בין ממש ארויס פון התפעלות, אין אזא מדבר שממה ווי מעקסיקא אזעלכע איידעלע יונגעלייט מ'זיצט און מ'לערנט תורה מיט אזא געשמאק, ממש ווי א ליכטיג אינזל אינמיטן א רוישיגען ים אין דער שטאק פינסטערע נאכט ס'איז ממש נישט צוגלייבן....

אונזער זאנוויל ווערט אבער בכלל נישט נתפעל, ער איז דאך שוין געפארן א וועלט ארום ניא יארק והגלילות, זוממער געפינט ער זיך אין די קעטסקילס, ער קען די וועלט, ...זאגט נאר ר' שבתי רופט זיך זאנוויל אָן געבענדיג א בייס אריין און זיין טונא סענדוויטש, וואס גייט איר עפעס אזוי ארויס פון התפעלות, מ'האט שוין געהערט אזוינס, דא איז עפעס נישט פארהאן קיין כוללים, הַא... סאך מער כוללים, און נישט כ'ווייס ווי דארטן פון 12-15 יונגעלייט נאר איעדעס איינציג באשטייט פון 100 צו גאר 150 יונגעלייט, וואס ווערט איר אזוי איבערגענומען?

וואס גלייכט איר צו ניו יארק צו מעקסיקא ווערט ר' שבתי אביסל נערוועז, איר פארשטייט נישט אז ס'איז הימעל און ערד, דא איז א פלאץ ווי עס וואוינען ערליכע אידן און ס'איז ב"ה דא מוסדות התורה משא"כ דארטן איז נישט דא די אלע זאכן, ס'איז א וויסט פלאץ אָן קיין זכר פון אידישקייט איז איעדע קליינע שוהל א גאנצע געשעפט פונקט ווי א קליינע לעכט אין א טונקעלע שטוב, איך בין זיכער אז השי"ת זעהנדיג די מסירת נפש פון די אידעלעך האט א געוואלדיגע נחת רוח דערפון...

השי"ת דער בורא עולם האט באשאפן די וועלט מיט איין ציעל "להיטיב עם בריותיו" צו קענען משפיע זיין גוטס פארן מענטש, אבער כדי דער מענטש זאל קענען באקומען די גוטס מוז ער עס פארדינען, און דאס איז ווען דער מענטש געדענקט צו לעבן א לעבן פון תכלית אויף די וועלט, צו טוען גוטס מיט אנדערע, און דינען נאר דעם בורא עולם און זיך דערנענטערן צו אים, ווען דער מענטש גייט אבער אוועק פון די ריכטיגע דרך, פארדרייט ער דעם תכלית הבריאה און האלט דורך דעם צוריק די השפעה פון השי"ת, און איז גאר גורם די פארקערטע אז השי"ת זאל חלילה דארפן ברענגן א חורבן אויף די וועלט, ווייל וויבאלד די ציהל איז אז די מענטשן זאלן גייען בדרך הישר וועט השי"ת בלית ברירה אפשטעלן די אומגליק פון דעם אז די מענטשהייט גייט א גאנג, און דאס האט טאקע פאסירט ביים דור המבול ווי מיר געפינען סוף פרשת בראשית די פסוק זאגט אונז וַיַּרְא ה' כִּי רַבָּה רָעַת הָאָדָם בָּאָרֶץ, השי"ת האט געזעהן: אז די שלעכט'ס פונעם מענטש אויף די ערד איז גרויס, האט ער געשיקט נח זאל ווארענען דעם עולם פאר 120 יאר אז די וועלט גייט אונטער, זיי זאלן זיך אונטערגארטלן מיט תשובה ומעשים טובים, אבער צום סוף האבן די מענטשן נישט פארשטאנען און די מבול האט פאסירט מאכענדיג א סוף צו א וועלט וואס לעבט אָן א ציהל.

ווען דער מבול האט זיך געענדיגט און נח איז ארויסגעקומען פונעם תיבה זיך טרעפן'דיג אין א וויסטן ליידיג וועלטל, פון גרויס התרגשות בויעט ער א מזבח און פאנגט אָן מקריב זיין קרבנות ווען השי"ת האט דאס געזעהן און געשמעקט די ריח פון די עולות, האט השי"ת געזאגט אה! ס'איז דא האפפענונג אין די בריאה, דער מענטשהייט טוט מעשים טובים, ער קערט זיך צוריק צום מקור און פארנעמט זיינע מחשבות מיט עבודת השם, דערפאר פארדינט ער זיך אז די השפעות זאלן ווייטער אנהייבן פליסן, אוודאי האט נח נישט געטוען אויסטערלישע זאכן, אבער ווען עס הערשט א חשכות א טונקלקייט אין די וועלט, ווען א מענטש טוט א מעשה וואס עפענט די רערן פון גוטע השפעות, שיינט עס ווי די זון אליין, ווען דער מענטש שטייט אליין אין א ליידיג וועלט אין א וויסט פלאץ כאטש דאס וואס ער טוט איז נישט אזוי געוואלדיג פארשטייט איעדער אז עס קומט זיך א ישר כח, ווייל השי"ת קוקט ארויס צו זיין עבודה מיט א געוואלדיגע חשיבות און טייערקייט, און טאקע דעמאלטס האט השי"ת צוגעזאגט פארן בריאה אז מער וועט קיין מבול נישט קומען, די מסירת נפש פון א יחיד וואס האלט זיך פעסט דאס איז גורם ביי השי"ת אז ער זאל ארויס ברענגן דעם לימוד זכות אויפן בריאה און מאכן דעם הבטחה אז מער וועט קיין מבול נישט פארקומען.

נח איז א פערזאן וואס סימבאליזירט אויפן כלליות פונעם מענטשהייט, כאטש נח איז אויפגעוואקסן אין אזא מיאוסן דור וואס האט פאר הונדערטער יארן געדינט עבודה זרה, געגנבעט און גערצחעט איינער דעם צווייטן, און דערנאך מיטגעלעבט אזא שוידערליכן מבול ווי אלע מענטשן, חיות, בהמות, געוויקסן וכו' וכו' זענען געווארן צונישט וימח את כל היקום, און אויך האט ער געהאט אזא ביטערן לעבן אינעם תיבה ווי ער האט געדארפט פיטערן די גאנצע וועלט, פונדעסטוועגן דאך קען ער ארויסקומען און ווייטער דינען דעם אויבערשטען מיט שמחה און אמת, דערפאר זאגט השי"ת אֶל לִבּוֹ צו זיין הארץ וואס איז כביכול געווארן פארטרויערט פארן מבול ווי עס שטייט ויתעצב אל לבו, אבער דא יעצט האבן מיר א לימוד זכות וואס בליטשקעט מיט אירע קאלירן "בַּעֲבוּר הָאָדָם, כִּי יֵצֶר לֵב הָאָדָם רַע מִנְּעֻרָיו" כאטש דער מענטש איז געבוירן מיט שלעכטע נאטורן וואס ציעט אים צו טאן שלעכטס דאך לייגט ער אלעס אונטער זיך און דינט השי"ת, אויב אזוי זאגט השי"ת איז אלץ דא האפענונג, אזוי שטארק אז מער וועט קיין מבול נישט פארקומען.

טייערע חבירים! מיר מענטשעלעך לעבן היינט אין א דור המבול, א וועלט וואס רוב רובו פון די וועלט טוט פארדרייען די יוצרות און לייקענען אז דאס לעבן האט א תכלית און א ציעל, 'ותשחת הארץ' גייט פאָר אויפן גרעסטן פארנעם, אבער וואס מיר דארפן וויסן איז: אז טאקע אין די וועלט אין דעם וויסטן שווערן מצב איז א צייט וואס השי"ת קוקט ארויס אויף דעם יחיד, אויף דעם איינציג איד'ל וואס שטארקט זיך, השי"ת זוכט די יחידים וואס אין זייער זכות שטייט די וועלט, ווען השי"ת זעט דעם יחיד וואס דינט אים כאטש אלע שטערונגען זאגט השי"ת אַה! ס'איז דא א וועלט! ס'איז דא א יחיד'ל ערגעטץ ווי וואס איז א אמתע עובד ה', און אפילו אויב טוט ער נאר א קלייניגקייט איז עס גאר חשוב ביי השי"ת ווייל אין א וועלט פון וויסטעניש איז איעדע קלייניגקייט גאר גרויס, איעדער קלייניגקייט האט די כח צו ברענגן א לימוד זכות פאר די וועלט און ברענגן א צוזאג אז מער וועט קיין חורבן נישט קומען.

יעצט ווען מיר שטייען צוויי דריי וואכן נאך די ימים טובים ווען מ'האט שוין אריבערגעמישט די קאלענדער צו חודש חשון, און ס'קוקט אויס ווי די אלע אונטערנעמונגען פון די עשרת ימי תשובה הייבט אָן צו צופאלן ...כ'האב נישט געטראכט אז ס'וועט זיין אזוי שווער, ווען איך ווייס ווען פאראויס וואלט איך מיך בכלל נישט אונטערגענומען, די יצר פון יאוש הייבט זיך אָן אריינצוגנבענען פון א אונטער-טירל, און מ'טראכט אקעי שוין דאס יאר העט שוין מיטגיין, צום ווידערזען נעקסטע יאר ראש השנה... דארף מען נעמען די מוסר השכל פון אונזער פרשה, וויסן און גלייבן אז ניין, פונקט פארקערט טאקע ווייל עולם כמנהגו נוהג, ווייל מיר לעבן אין אזא שטארקע טונקלקייט איז טאקע יעצט די צייט וואס איעדע קלייניגקייט איז וויכטיג און חשוב ביי אבינו שבשמים, אויב די קענסט נישט אויספירן דיינע גרויסע קבלות, נעם זיך צו די קליינע אבער לאז נישט אָפ, האַלט דיך פעלזן פעסט, איעדע טריט שיינט אין די עולמות, איעדע דבר טוב וואס די טוסט איז א ליכטיקייט וואס באשיינט די וויסטעניש נישט ווייניגער ווי די קליינע איילבירט בלעטעל נאכן מבול!

לסיכום געדענק:
• אין א פלאץ וואס איז וויסט און טונקל איז איעדעס ביסל זייער חשוב
• אדורך טונקעלקייט זעט זיך ליכטיגקייט גאר אסאך שטערקער
• דיינע קליינע אונטערנעמונגען אין עבודת ה', איעדעס ביסל וואס די טוסט האלט די וועלט
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:לסיכום געדענק:
• אין א פלאץ וואס איז וויסט און טונקל איז איעדעס ביסל זייער חשוב
• אדורך טונקעלקייט זעט זיך ליכטיגקייט גאר אסאך שטערקער
• דיינע קליינע אונטערנעמונגען אין עבודת ה', איעדעס ביסל וואס די טוסט האלט די וועלט


;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”