מיט א טיפערן בליק פרשת שופטים (אבות פרק ו') תשע"ב
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:57 pm
ותכנס להם לפנים משורת הדין..!
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
אין די וואכעדיגע פרשה געפינען מיר די פסוק זאגט צֶדֶק צֶדֶק תִּרְדֹף לְמַעַן תִּחְיֶה וְיָרַשְׁתָּ אֶת הָאָרֶץ, גערעכטיגקייט גערעכטיגקייט זאלסטו נאך לויפן אזוי וועסטו לעבן און ירשנען דאס לאנד, לאמיר צונעמען די פסוק און איר פארשטיין, א) וואס איז די דאפעלטער צדק צדק? ב) וואס מיינט דער ווארט תרדף - נאך לויפן? בכלל דער געדאנק פון נאך לויפן צו דערגרייכן א מידה געפינען מיר נישט און קיין שום פלאץ נאר דא ביי דער ענין פון צדק גערעכטיגקייט, אמתדיגקייט, דארפן מיר פארשטיין וואס איז דער ענין דווקא דא אז די תוה"ק זאגט אונז תרדף לויף איר נאך? ג) וואס איז דער למען תחיה - וועגן די זאלסט לעבן, ווילסט לעבן פארלאנגט זיך צדק צדק וואס אוודאי דארפן מיר דאס פארשטיין, וואס האט גערעכטיגקייט מיט לעבן? ד) וואס האט ירשענן די לאנד צוטוען מיט צדק צדק?
די גמרא אין סנהדרין דף ל"ב ברענגט אראפ אונזער פסוק צדק צדק תרדוף און חז"ל טייטשן עס אויס: כדתניא צדק צדק תרדף אחד לדין ואחד לפשרה כיצד... אז איין צדק קומט צו זאגן אז ער דיין דארף פסקנען מיט אן אמת און די צווייטע קומט זאגן אז א מענטש דארף אלץ זוכן מוותר צו זיין, מאכן א פשרה, למשל אויב קומען זיך צוזאם צוויי שיפן אין טייך ביי א שמאלע דורכגאנג זאל דער שיף וואס טראגט ווייניגער לאַסט מוותר זיין פאר די שיף וואס טראגט שווערערע זאכן, די זעלבע ווען צוויי קעֶמלעֶן אדער אייזלען אנגעלאדנט מיט סחורה טרעפן זיך ביים ארויפגאנג צו א שמאלע בריקל זאל איינער מוותר זיין פארן צווייטן, יעדער זאל זוכן עפעס א סברה פארוואס דער צווייטער דארף ענדערש גיין פאר מיר, אויב ביידע זענען אייניג זאל איינער גיין פריער און צאלן פאר דער וואס גייט שפעטער (צוליב די צייט וואס ער פארלירט). לכאורה דארף מען פארשטיין, דאס איז אמת אז ווען א מענטש איז שולדיג געלט אדער עפעס אנדערש פאר א צווייטן איז גערעכטיקייט צו באצאלן אבער דא ווען ביידע קומען אויפן זעלבן צייט צום זעלבן בריק פארוואס עפעס זאל מען בכלל דארפן מוותר זיין און פארוואס ווערט עס אנגערופן מיטן לשון צדק?
די גמרא אין מסכת ברכות (ז ע"א) פארציילט אונז: יום כיפור ווען דער כהן גדול רבי ישמעאל בן אלישע איז אריין געגאנגען אין קדשי הקדשים מקריב זיין די קטורת האט ער געזעהן ווי "אכתריאל קה ה' צבאות" זיצט אויף דעם כסא רם ונשא, און השי"ת זאגט צו אים: מיין קינד ישמעאל בענטש מיך, האב איך אים געבענטשט יהי רצון מלפניך שיכבשו רחמיך את כעסך ויגולו רחמיך על מדותיך ותתנהג עם בניך במדת הרחמים ותכנס להם לפנים משורת הדין – זאל זיין דיין ווילן, אז דיין רחמים זאל איבער קומען דיין רוגז, און די רחמים זאל איבער וועגן דיינע מידות (מידת הדין), און פיר זיך מיט דיינע קינדער מיט מידת הרחמים, און ברענג זיי אריין העכער דעם דין. דער כהן גדול אין די הייליגסטע מינוטן פון יאר, אין די הייליגסטע פלאַץ פון די וועלט בעט א הערליכע הייליגע תפילה, צווישן זיינע ווערטער זאגט ער פיר זיך מיט דיינע קינדער לפנים משורת הדין לאמיר פארשטיין פון ווי האט ער גענומען די רעכט צו בעטן אז השי"ת זאל זיך נישט פירן מיט מידת הדין נאר מיט מידת הרחמים, דין איז דאָך נישט מער ווי דער ריינער אמת, דער ריכטיגער און אמתדיגער פסק וואס עס קומט זיך? לאמיר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק און פארשטיין וואס דאס מיינט לפנים משורת הדין, זיך גרייטן צו די הייליגע טעג הבא עלינו לטובה ווען מיר וועלן זיך אלע בעטן ביי אונזער גרויסע טאטע אט דעם הייליג תפילה ...פיר זיך מיט אונז לפנים משורת הדין.
כדי צו פארשטיין די גאנצע ענין וואס דאס מיינט צדק, און פארוואס עס איז אזוי וויכטיג, לאמיר אביסל צוריק קוקן און פארשטיין פארוואס זענען מיר אלע אראָפגעקומען און וואס איז אונזער אויפגאבע דא אויף דער וועלט, ווי באַקאַנט זאגן אונז די ספרים "האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע" דער מענטש איז דא אויסצוארבעטן זיינע מידות, צו צוברעכן זיינע נאַטורליכע געוואוינהייטן, און גיין אין די וועגן וואס השי"ת ווייזט אונז, הדבק במדותיו זיי גלייך צו השי"ת. ווען מיר באטראכטן דעם צענטראלע חילוק צווישן דעם מענטש'ס מידות און די מידות פון הקב"ה איז: השי"ת איז א נותן א געבער, ער געבט שטענדיג אָן אויפהער, די גאנצע וועלט האט השי"ת באשאַפן נאר כדי צו קענען געבן להטיב עם בריותיו צו טוען גוטס מיט זיינע באשעפענישן, דער מענטש אבער, איז בטבע פון נאַטור א נעמער, ער וויל נעמען נאך און נאך, ווען און ווי מ'טיילט איז ער דאָרטן, אויב ס'קאָסט נישט גארנישט איז דער כלל אז דאָפלט איז גאָר בעסער, און אז ס'קאָסט נישט געב מיר צוויי מאל... ווען א מענטש נעמט, קען זיין אז אויפן מינוט פילט ער זיך זייער גוט ...ער האט באקומען וואס ער האט געוואָלט, מען האט אים מכבד געווען ווי ספאַסט זיך, אבער די שמחה האַלט נישט אָן צו לאנג, ער קען אפילו באקומען א מיליאן דאללאר דאָך וועט די צופרידענקייט גאַנץ שנעל אויס וועפן, ווייל טיף אינעווייניג וויל דער מענטש גאָר פאַרקערט ער וויל געבן און געבן אָן א שיעור, ער וויל באקומען נאר דאס וואס עס קומט זיך אים באמת...
השי"ת האט אונז אראָפגעשיקט אויף די וועלט מיט א תכלית אז מיר זאלן זיך אויסארבעטן די מידות און זיך טוישן פון איין עק צום אנדערען און פארקערט ווערן פון נעמערס, "געבערס", די גרעסטע וועג פון 'געבן' איז ווען דער מענטש נעמט עפעס וואס באלאנגט 100% צו זיך און געבט עס אוועק, צו דאס איז צייט, געלט, כח, אדער מח, געבט ער עס פאר אנדערע און טוט כסדר טובות פאר אנדערע, יא ס'איז מיין, השי"ת האט מיר דאס געגעבן, געב איך עס אוועק! און דאס איז דער אפטייטש פון "לפנים משורת הדין", איך נעם א זאך וואס באלאַנגט לויט אלע פוסקים צו מיר און דאך בין איך מוותר און געב עס אוועק פאר א צווייטן, פארוואס? פאר איין ציל ווייל איך וויל זיין א פולשטענדיגער נותן, איך וויל מיך צוגלייכן צו השי"ת ווי ווייט מעגליך, איך וויל מקיים זיין הדבק במדותיו, דער וואס איז זוכה צו ווערן א געבער, וועט דאס געבן אים אָנפילן מיט א געוואַלדיגע צופרידענקייט ווייל די נשמה וואס ווייסט איר תכלית קומט אָן צום ציעל און לעבט דעם הדבק במדותיו - זיין א געבער, און דאס ברענגט אריין אינעם מענטש אמתע שמחה און פרייליכקייט.
וויפיל מענטשן האבן שוין מקריב געווען א לעבן פון צופרידענקייט, א לעבן פון רואיגקייט און שלום, בלויז ווייל זיי האבן געוואלט ווייזן פארן ווייב, שכן, קרוב, חבר אז זיי זענען גערעכט און דער דין איז מיט זיי, וויפיל צייט, געלט, בלוט, שווייס און מיה איז אויסגעגעבן געווארן ארומלויפענדיג צו דין תורה'ס, כלל טוערס, פאַרמיטלערס, און גוטע אידן צו באקומען גערעכטיקייט, און אוודאי נעמען מיר נישט חס ושלום אוועק פון דעם אז ווען עס איז דא א סכסוך דארף מען גיין זיך אויסגלייכן על פי דין תורה, אבער ס'איז באקאנט די כלל אז "המשפטים" איז ראשי תיבות: ה'דיין מ'צווה ש'יעשה פ'שרה ט'רם י'עשה מ'שפט, אפילו א דיין דארף פרובירן אויסצוארבעטען א פאַרמיטלונג פארן פסקענן א דין תורה, ווען אידן זאלן האבן שכל און פארשטיין אז מיר זענען נישט אראפגעקומען אויף די וועלט צו האבן א גרעסערע פארטש, אפאר דאללאר מער אין די באַנק אקאונט, אדער אז די פעינט זאל זיין דווקא ליכטיגער ווייל אזוי גלייך איך עס, נאר ווען מיר זאלן פארשטיין אז פונקט פארקערט מיר זענען דא אויף די וועלט צו געבן, נאכאמאל געבן און נישט אויפהערן צו געבן, דאס הייסט אז ווען עס מאכט זיך א פראבלעם אדער א מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי די זאך זאל אויסגעפירט ווערן, איז דאס גאר א געלעגענהייט מוותר צו זיין, כאטש עס קומט זיך אינגאנצן פאר מיר געב איך ענדערש נאך פארן צווייטן, ווען מיר וואלטן ווען געלעבט מיט אזעלכע מחשבות, וויפיל עגמת נפש וואלט דאס פארמיטן? וויפיל משפחה מיטגלידער וואלטן זיך ווען יעצט מיטגעפרייט מיט א צווייטענס שמחה?
אין די גרויסע שטעט איז פאַרהאַן א מכת המדינה פון כעס ביים רעדל, דאס הייסט אז ווען איך פאָר אויפן הייוועי, זיך א פאַרקינג ספאַט, אדער סיי אימער ווען ס'רעדט זיך פון צוויי קאַרס מיט צוויי דרייווערס, אויב יענער שטייט מיר און וועג, אדער ס'דאכט זיך מיר נאר אז יענעם גייט בעסער, האב איך שוין רעכט צו ווערן טויט און כעס אויף יענעם, און אויפן שענסטען אויפן געבן א שנייד אריין פארענט פון יענעם אים צו ווייזן ווער ס'איז גערעכט (די אנדערע פשט און צדק צדק תרדוף), פארשטייט זיך אים גוט באַפייפן אז די אויערן זאל אים דערנאך פייפן פאר א שטיק צייט, זאל ער האבן צום געדענקן... ליידער זעט מען אסאך מאל אז גאר נערמאַלע באזעסענע מענטשן פאַלן דורך דערמיט, די קשיא וואס איעדער איד דארף זיך פרעגן איז מה כולי האי? האט ער זיך אריינגעכאפט? ס'איז אלץ פארהאן עפעס אנגעשריבן פאר דיר וואס קיינער קען עס נישט אויסכאפן אדער צוכאפן, מיר דארפן זיך כסדר מתבונן זיין וואס וואלט השי"ת געטוען און אזא פאל? איז דאס נישט די בעסטע צייט אדער גאר א געוואלדיגע געלעגנהייט צו זיין א נותן, צו געבן פאר יענעם? זאל ער האבן דעם זיץ, זאל ער גיין פריער, גם ברוך יהיה... פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מער ווי קליינע משלים, אזעלכע געלעגנהייטן קומען אונטער איעדע שעה פון טאג.
טייערע חבירים! דאס איז די ריכטיגע צדק צדק תרדוף, ווען ס'איז מיין, ס'איז צייט צו נעמען, איך דארף באקומען, דווקא דעמאלטס זאגט די תורה ס'איז פארהאן א לפנים משורת הדין ס'איז פארהאן דאס פארקערטע נאך לויפן דאס געבן, נאך לויפן דאס מוותר זיין, טוען אלעס אבי נאך צוגעבן פאר א צווייטן, זיי מוותר, שוויץ אדורך די קורצע צוריקהאלט פון נעמען די הנאה פון זיין גערעכט און אויספירן, דערנאך לעב בשלום ובשלוה מיט אלע ארומיגע, ווען צו די זעלבע צייט לעבט מען מיט די געוואלדיגע געפיל אז די האסט געגעבן פאר א צווייטן, די לעבסט די מידות פון הקב"ה.
כלל ישראל שטייענדיג פארן אריין גיין קיין ארץ ישראל צום הייליג לאנד, זאגט זיי משה רבינו וויאזוי זיי זאלן זיך פירן אָנצוקומען צו א אמתע לעבן פון חיים נצחיים, כלל ישראל קומענדיג פון די מדבר וואס דארטן האבן זיי געלעבט א פולע רוחניות'דיגע לעבן, זיי האבן באקומען פון השי"ת אָן אויפהער, זיי באקומען מָן צו עסן, וואסער צום טרינקן, קליידער אָנצוטוען אלעס ווערט צוגעשטעלט אויפן שענסטן פארנעם, זיי האבן נאך נישט געהאט מיטגעלעבט א לעבן צווישן מענטשן, אבער יעצט ווען זיי גייען אריין קיין ארץ ישראל און די נערמאלע מענטשליכע לעבנסשטייגער פאַנגט זיך אָן מיט די גאנצע ארום און ארום, פארלאַנגט זיך צו ווערן א געבער, דערפאר זאגט השי"ת זיי זאלן געדענקן צדק צדק תרדוף, לויף נאך אמתדיגע גערעכטיקייט ווי מען לויפט נאך דאס לעבן אליין - למען תחיה, און נאר דערפאר ירשענן זיי דאס לאנד, נישט אז זיי זאלן נעמען פון די פיינע פירות וואס עס גייט וואַקסן, נאר פארקערט כדי זיי זאלן קענען געבן און געבן תרומות, מעשרות, לקט, שכחה, פיאה, שמיטה וכדומה, ווייל דאס איז לעבן דאס איז די מידות הקב"ה.
יעצט אין חודש אלול ווען מיר שטייען עטליכע וואָכן פון די טעג וואס מיר וועלן בעטן ביי השי"ת געב אונז געזונט, געב אונז נחת, געב, געב, און געב לפנים משורת הדין איז די צייט זיך צו טוישן און ווערן געבערס, לאמיר זיך צוגרייטן און קומען מיט א שטיקל זכות, זאגן פאר השי"ת אז אויך מיר האבן פארשטאנען אז אמתדיגקייט און גערעכטיגקייט גייט ווייטער און טיפער פון דער פשוטע דין... לאמיר כאפן איעדע געלעגנהייט וואס מיר האבן צו קענען געבן פאר יענעם, און נישט סתם געבן נאר אפילו ווען באמת קומט זיך עס פאר מיר געב איך עס... צו איז דאס אינדערהיים מיט די בני בית, אין בית המדרש, מיט שכנים, מיט חברים, אין ביזנעס וכדומה, אז מיר וועלן זיך אזוי פירן וועלן מיר דערנאך קענען קומען אין די היייליגע טעג בעטן השי"ת זיך צו פירן מיט אונז לפנים משורת הדין, אבער... נישט מאכן דעם טעות עס צו טוען כדי אויף דעם ארויף "צו באקומען" א גוט געבענטשט יאר, ווייל דעמאלטס זענען מיר ווייטער מקבלים-נעמערס, לאמיר עס טוען ווייל מיר זענען נותנים מיר זענען געבערס, ווייל מיר ווילן ערפילן אונזער שליחות אויף די וועלט, ווייל מיר ווילן לעבן די מידות פון הקב"ה, לעבן דעם צדק צדק תרדף..!
לסיכום געדענק:
• לאמיר זיך אויסארבעטן די מידות ווערן פון נעמערס, אמתדיגע "געבערס"...
• יא אפילו ווען עס קומט זיך מיר לויט אלע שיטות, כאַפ איך די געלעגנהייט און געב עס אוועק...
• לעב דעם לפנים משורת הדין, און זיי פארזיכערט אז השי"ת הערט דעם ותכנס לנו לפנים משורת הדין...!