מיט א טיפערן בליק-פרשת עקב (אבות פרק ה') תשע"ב
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 8:31 pm
מצות שאדם דש בעקביו...!
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
די לעצטע צוויי וואכן האבן מיר זוכה געווען בס"ד אדורך צו שמועסן סיי דער ענין אז ווען א איד וויינט וויינט ער אויף ירושלים עיר הקודש... און סיי אז ווען א איד פרייד זיך איז עס אויף די אמתע שמחה, די געוואלדיגע בשורה וואס די נביא זאגט אונז אז אט אט גייען מיר צוריק אהיים, דער גליק וואס ווארט אונז אָפ אין די נאנטע טעג ווען מיר וועלן זיך צוריק פאראייניגן מיט די שכינה הקדושה אין איר פאלאץ בירושלים עיר הקודש בב"א.
אין די וואכעדיגע פרשה געפונען מיר די פסוק זאגט וְהָיָה עֵקֶב תִּשְׁמְעוּן אֵת הַמִשְׁפָטִים הָאֵלֶה וּשְׁמַרְתֶּם וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם וְשָׁמַר ה' אֱלֹקֶיךָ לְךָ אֶת הַבְּרִית וְאֶת הַחֶסֶד אֲשֶׁר נִשׁבַּע לַאֲבֹתֶיךָ וכו' די פרשה פאַנגט זיך אָן מיט די לשון פון "והיה" עקב תשמעון, מיר ווייסן דעם כלל אז איבעראל ווי מיר טרעפן די וואָרט והיה איז עס א לשון פון שמחה, דארפן מיר פארשטיין פארוואס לייגט די תוה"ק דא אריין די ווארט 'והיה' דער ענין פון שמחה? די פסוק וואלט זיך ווען געדאַרפט אָנפאַנגן אם עקב תשמעון, אזוי ווי מיר טרעפן אין פרשת בחקותי "אם בחקותי תלכו"?
די פשוטע טייטש פון די פסוק איז: והיה עקב תשמעון און ווייל איר האט צוגעהערט צו די אלע משפטים וכו', וועט השי"ת געבן פאר כלל ישראל די אלע ברכות ווי די תוה"ק רעכענט גלייך אויס, רש"י הקדוש זאגט אבער אנדערש פשט אין די וואָרט, עקב - אם המצות קלות שאדם דש בעקביו תשמעון, אויב איר וועט צוהערן צו די גרינגע מצות וואס א מענטש טרעט אויף זיי מיט די פיס, דעמאלטס וועט השי"ת געבן די אלע ברכות וואס די תוה"ק רעכענט אויס. מיר דארפן פארשטיין די תורה איז געגעבן געווארן צו איעדע איד וואס אין דעם כלל ליגט דאך אוודאי אויך דער ערליכער אָפגעהיטענער איד, וואס איז שייך ביי דעם ערליכן איד מצות שאדם דש בעקביו, מצות וואס דער מענטש טרעט אויף איר?! און בכלל דארפן מיר פארשטיין וואס מיינט 'מצות קלות' גרינגע מצות? ווען עס קומט צו מצות וואס מאכט עס גרינג אדער שווער?
עטליכע פסוקים שפעטער געפינען מיר די פסוק זאגט נאכאמאל כָּל הַמִצְוָה אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְךָ הַיּוֹם תִּשְׁמְרוּן לַעֲשׂוֹת וכו' די גאַנצע מצוה וואס איך באַפעל דיר היינט זאָלסטו אָפהיטן, כדי די זאָלסט לעבן און זוכה זיין צו אלע גוטס וכו' די לשון פון כל המצוה דארפן מיר פארשטיין, מיר אלע ווייסן אז די תוה"ק האט 613 מצות וואלט דאך געדארפט שטיין כל המצוות מיט א לשון רבים, פארוואס נוצט די פסוק א לשון יחיד?
פרייטיג נאָכמיטאג ערב שבת קודש: ר' שמואל קומט אהיים פון אפיס, נאָכן זיצן עטליכע שעה אין טראפיק איז ער שוין גאַנץ אָנגעצויגן, אזוי ווי ער קומט אריין אין שטוב פאַנגט ער אָן יאָגן דעם עולם ...קינדער עס איז שוין באַלד שבת, מדארף זיך צואיילן, דערנאך גייט ער אריין אין ספרים שטוב, ער גלייבט נישט וואס ער זעט ס'איז נישט דא קיין זכר פון שבת, דערנאך גייט ער אריין אין קיך ?!?!?! דא ווערט ער שוין פארלוירן און פאַנגט אָן מאכן קולות ...קינדער ביי ענק גייט נישט זיין שבת היינט נאַכט?! וואס גייט דא פאָר?! וואס איז די גאנצע איבערקערעניש? ...חיים, פונקט יעצט דארפסטו אויסגיסן... ברוך, אפשר לייגסטו צו א האנט פאר מאמי?! ער שפרינגט צו צום שאפע כאַפט ארויס די בעזים און געבט עס פאר מענדי די מעגסט אויך עפעס טוען, אבער א מינוט שפעטער כאַפט ער עס צוריק ...ווייסטו וואס איך וועל עס שוין אליין טוען, גיי ענדערש גרייט דיך צו פאר שבת, זאג מענדי, האסט שוין מעביר סדרה געווען? אזוי קערט ער ווילדערהייט ווען פלוצלינג רופט זיך אָן די קליינע חיים: טאטי! צווישן די שמיץ קערסטו אוועק צוויי גאלדענע שרויפען?! חיים זארג דיך נישט אזוי פיל, קיינער דארף עס נישט, ס'איז סתם צוויי קליינע דזשאנקס... גיי מאַך דיך גרייט פאר שבת!
שבת ביי נאכט: די טאטע מיט זיינע טייערע קינדער קומען אהיים פון שוהל, זיי רופען אלע אויס גוט שבת! אינדערהיים הערש א רואיגקייט, די לעכטעלעך באלייכטן דעם הויז מיט איר הייליגע פלאַמען, די גאנצע משפחה זעצט זיך ארום דעם הערליכן צוגעגרייטע שבת טיש, מען פאַנגט צוזאמען אָן זינגן "שבת שלום ומבורך"! דער טאטע זאגט מענדי ברענג די זמירות'לעך, מענדי גייט צו צום טשייניק קלאַזעט ער וויל זיי ארויס נעמען, פלוצלינג געבט דער שיינע גרויסע טיר א טראַסקע אראפ, אוי! אוי! וואס איז געשעהן?! מענדי די האסט א מזל אז די האסט דיך אוועק געריקט, ווער ווייסט וואס עס וואלט געווען ווען די רוקסט דיך ווען נישט אוועק, די ווייסט וואס עס וואלט ווען אלטץ געקענט פאסירן?! ...מענדי, ברוך און חיים קומטס אהער זעץ ענק אוועק, גייטס נישט אהין... און אוודאי נישט צו רירן ווייל ס'איז מוקצה, בעזרת השי"ת מוצאי שבת וועלן מיר עס פאררעכטן...
מוצאי שבת נאך הבדלה נעמט מען זיך צו די מלאכה מ'דארף פאררעכטן די טיר, ...ברוך ברענג א האַממער, זיי האַקן און זעֶצן אבער גארנישט די טיר האַלט זיך נישט ס'האַלט און איין אַראָפ פאַלן, די קליינע חיים שלעפט די דריללער... טאטי איך ווייס די פראבלעם עס פעלן צוויי גאלדענע סקרָועֶלס... וואס??! צוויי גאלדענע שרויפען, אוי וויי איז מיר, יעצט דערמאן איך מיך אז איך האב זיי געזעהן פרייטיג נאכמיטאג ווען איך האב אויף געקערט די הויז און איך האב עס ארויסגעווארפן... נאכן שטיין אזוי פארטראכט פאר עטליכע מינוט זאגט ער: אקעי, איך האב א עצה, איך וועל רופן די קאָמפאני און בעטן אז זיי זאלן אונז שיקן נייע שרויפען, מאנטאג אינדערפרי נאכן זיך פארבינדן מיט די קאמפאני ווערט ר' שמואל געוואָר אז די שרויפען זענען מער נישט דא צו באקומען און מען דארף קויפען א גאנצע נייע טיר, אבער עס איז נישט דא צו באקומען א נייע טיר מיט די זעלבע קאליר, בקיצור אונז זעמיר אויף געהאַקטע צרות ...אוי! רבש"ע ווען איך וואָלט נאר אויף געהויבן די קליינע שרויפען וואָלט דאך אלעס געווען מסודר?!
מיר אלע גייען אדורך אין אונזער לעבן, טעג וואס צוליב גרויס איילעניש, יאָגעניש און פלאָגעניש נעמען מיר נישט די צייט זיך אָפצושטעלן און טראַכטן, אז מיר גייען אויך ארום מיטן בעזים וואס קערט אוועק אונזערע טעג וואכן, חדשים און יארן, און ניטאַמאָל באַמערקן מיר וואס די תוה"ק, און אונזערע הייליגע חכמים, טוען אונז כסדר דערמאַנען, ר' איד די קערסט אוועק טויזענטער גאלדענע געלעגנהייטן, א מצוה דא און א מצוה דארט, מיר קוקן עס אָן ווי קלייניגקייטן וואס קיינער דארף נישט... עפעס אזעלכע 'גרינגע מצוה'לעך' ס'איז נישט קיין וויכטיגע זאכן...
השי"ת האט אונז געגעבן די תוה"ק וואס איז אסאך העכער פון אונזער פארשטאנד, מיר האבן נישט די מעגליכקייט צו פארשטיין ווי גרויס איעדע מצוה איז, די גאנצע מציאות פון א מצוה איז א זאך וואס מיט אונזער שכל קען מען נישט פארשטיין, אזוי די משנה זאגט אין אבות וֶהֱוֵי זָהִיר בְּמִצְוָה קַלָה כְּבַחֲמוּרָה, שֶׁאֵין אַתָּה יוֹדֵעַ מַתַּן שְׂכָרָן שֶׁל מִצְוֹת. זיי געוואָרענט אין א גרינגע מצוה פונקט ווי אין א שווערע, ווייל די ווייסט נישט די ווערט פון קיין שום מצוה. די אלע מצות ה' זענען אסאך העכער פון אונזער שכל, פון אונזער פארשטאנד, מיר קענען נישט, און מיר טארן זיי נישט מעסטן.
כאטש אז מיר אלע ווייסן אז מיר קענען נישט מעסטן קיין מצות, מיט דעם אלעם געפינט זיך ביי איעדעם איינעם עפעס א דבר שבקדושה, עפעס א מצוה, עפעס א לא תעשה, וואס מיר שפירן אז עס איז א מצוה קל – גרינגע מצוה, וואס דאס מיינט: אז מיר טוען עס 'גרינגשעצן', מיר זענען עס נישט ריכטיג מחשיב, נאר מיר האלטן ...ס'איז נישט אזוי וויכטיג, ס'איז נישט אזוי געפערליך ...מאך עס נישט ערגער ווי ס'איז ...נישט מיך מיינט מען ...איך בין נישט אזוי אויסגעארבעט, ...פון הימל איז מען נישט אזוי מקפיד וכו', ווי למשל זענען דא פארשידענע מצות וואס מענטשן טוען איר גרינגשעצן, והלכת בדרכיו – גיין אין וועגן פון השי"ת ארבעטן אויף די מידות, ביומו תתן שכרו - באצאלן אַן ארבעטער די זעלבע טאג, מפני שיבה תקום – פאר א עלטערע מענטש שטעלט מען זיך אויף, לא תאחר – ווען די קויפסט אַן עלי'ה, שנאָדערסט ביים מי שברך באצאל עס תיכף ומיד, לא תונו איש את עמיתו – נישט מאַכן קיין ווערטלעך אויפן חבר'ס חשבון, און אזוי זענען פאַרהאַן צענדליגע מצות וואס וואלגערן זיך אונטער די פיס.
דערפאר זאגט אונז משה רבינו אז מיר דארפן וויסן און פארשטיין אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, השי"ת האט אונז געגעבן א תוה"ק מיט 613 מצות וואס איז אלעס איין תורה, וואס קומט פון איין באשעפער, מיר קענען נישט אפמאכן וועלעכע איז מער חשוב פינעם צווייטן, אלעס איעדע זאך אפילו עס קוקט אויס ווי א קלייניגקייט קען גאר זיין אז דארט ליגט באַגראָבן דיין שליחות, דיין נסיון, יא! די קלייניגקייט איז דיין תכלית אויף די וועלט, דאס זאגט אונז די פסוק "כל המצוה" בלשון יחיד, עס איז אלעס איין גרויסע מצוה.
מיט דעם איז פארשטענדליך און געשמאק וואס די פסוק פאנגט אן מיט דעם "והיה א לשון פון שמחה" ווייל אמת'דיגע שמחה איז א איד נאר זוכה צו שפירן ווען ער לעבט און איז מקיים דעם רצון ה' בשלימות, און נישט נאר טוען יוצא צו זיין, נאר לעבן מיט דעם רצון ה', וואס דאס מיינט אז אין א איעדע מצב וואס דער מענטש געפינט זיך, צו עס גייט אים גוט צו נישט, צו ער איז זוכה צו מנוחת הנפש צו נישט, צו ער איז אין ירושלים אדער גאר אין דעם גלות, אלטץ לעבט ער מיט דעם רצון ה', און אזוי אויך ווען ער טוט רצון ה' פארשטייט ער אז ווי לאנג עס זענען פארהאן זאכן וואס ער טוט 'גרינגשעצן' וועט ער נישט זוכה זיין צו קיין שלימות, און אז ער וועט נישט האבן קיין שלימות – גאנצקייט וועט ער נישט זוכה זיין צו קיין אמת'דיגע שמחה, אבער ווען דער מענטש איז זוכה צו פארשטיין, און ער איז יא מקפיד אויף אלע מצות אייניג, ביי אים איז די גאנצע תורה יא איין זאך, ווערט ער אנגעפילט מיט שמחה ושלימות, וואס ווערט באגלייט מיט די אלע געוואלדיגע ברכות וואס די פסוק רעכענט גלייך אויס.
טייערע חבירים! יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג פון שבעא דנחמתא, טעג וואס מיר טרייסטן זיך אויף דעם וואס מיר זיצן נאך דא אין דעם גלות, דארפן מיר געדענקן אז מיר זענען די דור וואס חז"ל רופן אָן "עקבתא דמשיחא", וואס דאס מיינט אז מיר זענען די דור וואס גייט מקבל זיין דעם מלך המשיח, אבער אויף דערווייל זענען מיר די דור פון "עקבתא" אויף וואס איעדער טרעט, אלע אומות העולם טרעטן אויף אונז פון אלע זייטן ברוחניות ובגשמיות, און אזוי אויך בפרטיות לעבן מיר אין א מצב וואס דער מענטש שפירט זיך אנגעטרויטן, ער שפירט אז מען טרעט אויף אים, ער איז אונטער געדריקט און ווען דער מענטש פילט זיך אונטערגעדריקט ווערט ער מוּטלאז און לאזט נאך ביז ס'ווערט ליידער א מצב פון מצות קל ...ס'איז נישט אזוי וויכטיג, דערפאר זאגט אונז די פסוק והיה עקב תשמעון אויב וועסטו צוהערן די תוה"ק און פארשטיין אז אין סיי וועלכע מצב א איד געפינט זיך טוט ער דעם רצון ה' בלב שלם, ווי די פסוק זאגט וּלְעָבְדוֹ בְּכָל לְבַבְכֶם וּבְכָל נַפְשְׁכֶם זאלסט טוען דעם ווילן פון השי"ת מיט די גאנצע הארץ און זעהל, און נישט סתם נאר והיה עקב אפילו די מצות שאדם דש, אפילו די וואס זעהן אויס צו זיין די קליינע, אפילו די וואס זעהן דיר נישט אויס וויכטיג, זאלסטו זיי זיכן און מקיים זיין, דעמאלטס וועסטו זוכה זיין צו די אלע ברכות ווי די פסוק זאגט וַאֲהֵבְךָ וּבֵרַכְךָ וְהִרְבֶּךָ...
לסיכום געדענק:
• נעם אין אכט, באמערק, די אלע טויזענטע מצוה'לעך, וואס דרייען זיך ארים דיין טאג טעגליכן לעבן...
• אפילו ס'קוקט דיר אויס קליין, "כל המצוה" ס'איז אלעס איין גרויסע מצוה... פון איין גרויסע טאטע...
• טאקע אין די דור פון "עקבתא דמשיחא", וועלן מיר פון "אונטער די פיס" זוכה זיין צו אלע גרויסע ברכות...