תשעה באב 'שחל בשבת' מנהגים וענינים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג יולי 24, 2015 7:56 pm

אזוי האב איך געזען אין איינע פון די הלכה גליונות
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תחנון תשעה באב נדחה

תגובהדורך עירמאנט'ער » מוצ"ש יולי 25, 2015 11:51 pm

איך קלער נאר
קען זיין איך בין נישט גערעכט

תחנון זאגט מען נישט אום תשעה באב ווייל עס וועט נתהפך ווערן לששון בקרוב בימינו

אלזא אויב איז עס נדחה אויף י באב פארוואס זאגט מען נישט זאגן תחנון
?
י באב העט דאך נישט זיין א יום טוב

איינער מיט א תירוץ
?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » זונטאג יולי 26, 2015 12:04 am

אין חת"ס שטייט אז לעתיד וועט אויך זיין די יו"ט אויף י' ביי א נדחה, קומט אויס אז די מועד איז די טאג וואס מ'פאסט.

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג יולי 26, 2015 12:11 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:איך קלער נאר
קען זיין איך בין נישט גערעכט

תחנון זאגט מען נישט אום תשעה באב ווייל עס וועט נתהפך ווערן לששון בקרוב בימינו

אלזא אויב איז עס נדחה אויף י באב פארוואס זאגט מען נישט זאגן תחנון
?
י באב העט דאך נישט זיין א יום טוב

איינער מיט א תירוץ
?

ברוך שכוונת לקשיות החתם סופר!
ער ענפערט אז דער יו״ט גייט זיין די טאג וואס מען וואלט געפאסט דאס מיינט דאס יאר וועט דער יו״ט זיין י׳ באב בעזר השם.

ואני הקטן האב עס מסביר געוועהן וויבאלד דער יו״ט גייט נישט זיין אז סאיז געוועהן א גלות נאר אז מאיז אויסגעלייזט פון גלות ממילא וועט מען זיך פרייען די טאג וואס מען וואלט געפאסט אין גלות.

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג יולי 26, 2015 12:21 am

איך זעה אז נישט נאר ארבייט מיין כלי שטייט אז אונצווישען איז שוין אריינגעקומען ״פר בן בקר״ אונז ארויסהעלפן מיט אונזער יו״ט ווען מגייט אים מקריב זיין נאר אויך איז מיין כלי פרה ורבה פון איין תגובה מאכט ער צוויי.
א שאד אז איך האב נישט אריינגעלייגט אפאר טאלער.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 26, 2015 8:25 pm

פר בן בקר האט געשריבן:אין חת"ס שטייט אז לעתיד וועט אויך זיין די יו"ט אויף י' ביי א נדחה, קומט אויס אז די מועד איז די טאג וואס מ'פאסט.

ועיין ברך משה פ' דברים עמוד י"ד

כתיב (זכריה ח יט) כה אמר ה' צבאות צום הרביעי וצום החמישי וצום השביעי וצום העשירי יהיה לבית יהודה לששון ולשמחה ולמועדים טובים. הנה נתתי אל לבי לחקור האיך יהיה לעתיד לבא כאשר יחול תשעה באב בשבת קודש, אם יהיה החג והמועד ביום שבת קודש שהוא תשעה באב, או ביום ראשון שבו נדחה צום תשעה באב בזמן הגלות. וראיתי בתורת משה למרן החתם סופר ז''ל (סוף פרשת דברים) שמדייק מלשון הכתוב צו''ם החמישי, שהצום גורם, והמועד יהיה ביום ראשון ביום שהיו צמים בו.
אכן לענ''ד יש לחדש ולומר שיהיה החג והמועד שני ימים ביום שבת קודש וביום ראשון, דהנה בשולחן ערוך (או''ח סימן תקנ''ג ס''ב) האריכו הפוסקים למעניתם בדין הלימוד ביום תשעה באב שחל להיות בשבת, ומסקנת המגן אברהם (סק"ז) להחמיר שלא ללמוד בשבת רק דברים המותרים בתשעה באב, עיי''ש בארוכה. ובכן לית דין צריך בושש כי התלמידי חכמים ויראי השם יש להם צער ועינוי ממניעת הלימוד בתשעה באב הרבה יותר ממניעת אכילה ושתיה, ולפי זה נמצא כי בתשעה באב שחל להיות בשבת יש להם שני ימי צום, שהרי נאסר להם ללמוד גם בשבת קודש, ועל כן לעתיד לבא כאשר יהיה צום החמישי לששון ולשמחה ולמועדים טובים, אזי כשיחול תשעה באב בשבת יהיו שני ימים טובים לישראל, הן ביום שבת קודש תחת צום עסק התורה, והן ביום ראשון תחת צום אכילה ושתיה.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג יולי 26, 2015 8:30 pm

ישר כח מי יודע

אפשר לויט דעם וועלן נאר די תלמידי חכמים האבן צוויי טעג
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג יולי 26, 2015 8:31 pm

'און א ישר כח 'פר' און 'מלה
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג יולי 26, 2015 8:53 pm

לכאורה האט געשריבן:יישר כח גראם מיט טעם

אינטערסאנט אז מען גייט געהעריג אין שאוער לכבוד שבת

געזען אין מנהג ישראל תורה וואו ער מוטשעט זיך צו פארענטפערן דאס וואס מ'פירט זיך צו שויער'ן ער"ש חזון פונקט ווי יעדע ער"ש כל גופו בבורית וחמין, ער טרעפט נישט געהעריג קיין היתר, זע איך אבער אז מ'פירט זיך אזוי..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 27, 2015 9:20 am

לכאורה האט געשריבן:קטנים מעגן

דאס איז א צוזאמענשטעל פון כמה שיטות ובנוסף וואס פאר קטנים איז מען בדרך כלל מיקל, ובכן איז כדאי צו פרעגן אלעמאל ביי קטנים ביי אלע מנהגי בין המצרים שנהגו מר"ח ואילך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:35 pm

וואס איז דער מיינונג פון מורי הוראות לגבי דעם קומענדן פרייטיג ער"ש חזון וערב תשעה באב, לענין רחיצה, בחמין? זייף?, און אויב מעגליך אויך מקורות
שכוח

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:21 pm

איר מאכט אייך תם'עוואטע?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:24 pm

farshlufen האט געשריבן:איר מאכט אייך תם'עוואטע?

ניין, אין בעסמעדרש האבעך שוין געהערט פון דעם און פון יענעם,
יעצט וויל איך וויסן בשם א קאמפענטענטער מורה הוראה, און אויב מעגליך אויך מקורות אדער מעשה רב
ועוד, להמקילים, אויב ערב תשעה באב ערב שבת איז אנדערש, און אויב ס'יז נישט ניינציג אינדרויסן נאר אכציג....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:26 pm

אין גליון "שערי ציון" שטייט ע"פ ר' ח"י טויבער מנהג באבוב מיט א דיסקלעימער אז קיינער מעג דאס נאכטאן וואו מ'האט זיך אנדערש געפירט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:28 pm

farshlufen האט געשריבן:אין גליון "שערי ציון" שטייט ע"פ ר' ח"י טויבער מנהג באבוב מיט א דיסקלעימער אז קיינער מעג דאס נאכטאן וואו מ'האט זיך אנדערש געפירט.

וואס שטייט אין גליון שע"צ?, רעדט ער פון ערב תשעה באב אויכעט, אדער סתם ער"ש חזון?

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:59 pm

farshlufen האט געשריבן:אין גליון "שערי ציון" שטייט ע"פ ר' ח"י טויבער מנהג באבוב מיט א דיסקלעימער אז קיינער מעג דאס נאכטאן וואו מ'האט זיך אנדערש געפירט.

מענין לענין.

פונקט יעצט געהערט פון א חבר א כיתה א' מלמד, אז היינט זענען די קליינע קינדער אין חדר געגאנגען שווימען (דער דיין דאהי פסק'עט אז נאר בשבוע שחל בו ת"ב גייט מען נישט, און אז דעי וואך ווערט נישט גערעכנט עפ"י הלכה ווי שבוע שחל בו). פארן שווימען האט איינער געפרעגט אויב מ'מעג יעצט, און דער מנהל אדער ווער האט געזאגט אז היינט מעג מען גיין, איין אינגל האט זיך אנגערופן מיין דיין זאגט אז מ'טאר נישט. אינמיטן שווימען איז ל"ע א שטיקל גלאז אריין אין פוס פון א קינד (ב"ה נישט צו ערנסט געווען, מ'האט עס ארויסגענומען און ס'איז אין ארדענונג בעז"ה), און דאס איז געווען דער קינד וואס האט געזאגט אז זיין דיין לאזט נישט שווימען.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 6:27 pm

מיר האט די דומ''ץ פון קרית יואל ר' געצל שליט''א געדרייט מיט די צינג, (איך האב אים נישט אנגעקאלט, נאר געטראפן אין בהמ''ד) און ווען איך האב אים געזאגט אז אויב איך גיי נישט א גאנצע וואך גייט א ריח.. האט ער מקיל געווען.
לעצט פאראכטן דורך dim אום פרייטאג אוגוסט 12, 2016 2:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:35 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין גליון "שערי ציון" שטייט ע"פ ר' ח"י טויבער מנהג באבוב מיט א דיסקלעימער אז קיינער מעג דאס נאכטאן וואו מ'האט זיך אנדערש געפירט.

מענין לענין.

פונקט יעצט געהערט פון א חבר א כיתה א' מלמד, אז היינט זענען די קליינע קינדער אין חדר געגאנגען שווימען (דער דיין דאהי פסק'עט אז נאר בשבוע שחל בו ת"ב גייט מען נישט, און אז דעי וואך ווערט נישט גערעכנט עפ"י הלכה ווי שבוע שחל בו). פארן שווימען האט איינער געפרעגט אויב מ'מעג יעצט, און דער מנהל אדער ווער האט געזאגט אז היינט מעג מען גיין, איין אינגל האט זיך אנגערופן מיין דיין זאגט אז מ'טאר נישט. אינמיטן שווימען איז ל"ע א שטיקל גלאז אריין אין פוס פון א קינד (ב"ה נישט צו ערנסט געווען, מ'האט עס ארויסגענומען און ס'איז אין ארדענונג בעז"ה), און דאס איז געווען דער קינד וואס האט געזאגט אז זיין דיין לאזט נישט שווימען.

:?:
איך האב געמיינט אז נור ספרדים ווייסען פון שבוע שחל בו און אשכנזים זענען נוהג אלעס פון ר"ח
ביז נאכען תענית
---
און פארוואס האט דער "מנהל אדער ווער" געלאזט יענעם אינגעל גיין שווימען ?

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:22 pm

קיקיון האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין גליון "שערי ציון" שטייט ע"פ ר' ח"י טויבער מנהג באבוב מיט א דיסקלעימער אז קיינער מעג דאס נאכטאן וואו מ'האט זיך אנדערש געפירט.

מענין לענין.

פונקט יעצט געהערט פון א חבר א כיתה א' מלמד, אז היינט זענען די קליינע קינדער אין חדר געגאנגען שווימען (דער דיין דאהי פסק'עט אז נאר בשבוע שחל בו ת"ב גייט מען נישט, און אז דעי וואך ווערט נישט גערעכנט עפ"י הלכה ווי שבוע שחל בו). פארן שווימען האט איינער געפרעגט אויב מ'מעג יעצט, און דער מנהל אדער ווער האט געזאגט אז היינט מעג מען גיין, איין אינגל האט זיך אנגערופן מיין דיין זאגט אז מ'טאר נישט. אינמיטן שווימען איז ל"ע א שטיקל גלאז אריין אין פוס פון א קינד (ב"ה נישט צו ערנסט געווען, מ'האט עס ארויסגענומען און ס'איז אין ארדענונג בעז"ה), און דאס איז געווען דער קינד וואס האט געזאגט אז זיין דיין לאזט נישט שווימען.

:?:
איך האב געמיינט אז נור ספרדים ווייסען פון שבוע שחל בו און אשכנזים זענען נוהג אלעס פון ר"ח
ביז נאכען תענית
---
און פארוואס האט דער "מנהל אדער ווער" געלאזט יענעם אינגעל גיין שווימען ?

די דיין פון דאהי מיינט באבוב? ר' חיים יענקעל טויבער?

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:50 pm

אמת אז מיר זענען שוין נוהג מיט אלע הלכות פון ר"ח, איז דאס אבער נאר מצד מנהג, נישט מעיקר הדין. ופשוט אז מ'קען פיל מער מקיל זיין לעת הצורך ע"פ הוראות חכם.
---
א טאטע האט די רעכט ארויס צו נעמען זיין קינד פון מוסד ווען ער וויל. למשל ס'דא קינדער וואס גיין ניט צו ענגליש, פארן נישט מיט אויף אן אויספלוג וכדו'.
דער מוסד בכלליות פירט זיך לויט זייער דעת תורה.

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:58 pm

איך מיין אז רוב דיינים פסק'נן אז די וואך הייסט נישט שבוע שחל בו, כשיטה המובא בטור, ונוגע בעת הצורך להקל

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:58 pm

דיעל האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין גליון "שערי ציון" שטייט ע"פ ר' ח"י טויבער מנהג באבוב מיט א דיסקלעימער אז קיינער מעג דאס נאכטאן וואו מ'האט זיך אנדערש געפירט.

מענין לענין.

פונקט יעצט געהערט פון א חבר א כיתה א' מלמד, אז היינט זענען די קליינע קינדער אין חדר געגאנגען שווימען (דער דיין דאהי פסק'עט אז נאר בשבוע שחל בו ת"ב גייט מען נישט, און אז דעי וואך ווערט נישט גערעכנט עפ"י הלכה ווי שבוע שחל בו). פארן שווימען האט איינער געפרעגט אויב מ'מעג יעצט, און דער מנהל אדער ווער האט געזאגט אז היינט מעג מען גיין, איין אינגל האט זיך אנגערופן מיין דיין זאגט אז מ'טאר נישט. אינמיטן שווימען איז ל"ע א שטיקל גלאז אריין אין פוס פון א קינד (ב"ה נישט צו ערנסט געווען, מ'האט עס ארויסגענומען און ס'איז אין ארדענונג בעז"ה), און דאס איז געווען דער קינד וואס האט געזאגט אז זיין דיין לאזט נישט שווימען.

:?:
איך האב געמיינט אז נור ספרדים ווייסען פון שבוע שחל בו און אשכנזים זענען נוהג אלעס פון ר"ח
ביז נאכען תענית
---
און פארוואס האט דער "מנהל אדער ווער" געלאזט יענעם אינגעל גיין שווימען ?

די דיין פון דאהי מיינט באבוב? ר' חיים יענקעל טויבער?

ניין.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:12 am

מען רעדט דאך פון קטנים ווען עס נישט קיין שבוע שחל בו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 1:40 pm

וואס מעג מען טון צו רייניגן ער"ש חזון / תשעה באב?

וואשן די פלאר? די קאוטש? וואס יא און וואס נישט?
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 2:59 pm

לכבוד שבת איז ערלויבט אלעס געהעריג צו רייניגן און וואשן.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט