תשעה באב 'שחל בשבת' מנהגים וענינים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Efroiach
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » זונטאג יולי 22, 2018 7:14 pm

אה דו מיינסט צוזאגן יעדעס יאר ת״ב נישט יעדע תענות.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג יולי 22, 2018 7:33 pm

דיעל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איך האב יעצט געפרעגט א סאטמארע מורה הוראה, זאגט ער אז אלע סאטמארע דיינים פסקענען אז מ'זאל יא פאסטן 'אפי' מעוברת' אזוי ווי עס שטייט אין שו"ע, דער רבי זי"ע האט אזוי געהאלטן, נאר אויב מ'פילט א שוואכקייט, א דיזינעס אדער קרעפפן, זאל מען אויספאסטן.

די דברי יואל געדענק איך נישט וואס ער זאל פסקענען אבער די ברך משה האט קלאר געזאגט אז די פעטער האט געאגט מען פאסט נישט און די זעלבע האב איך אליין געהערט פון האדמו"ר מהר"א אז זיינע זיידעס האבן נישט געלאזט פאסטען, איך וויי סנישט וועלכע דיין דו האסט געפרעגט אבער לכאורה האט יענער גע'ענטפערט על פי שלחן ערוך,
וזה לשון המחבר עוברות ומיניקות מתענות בתשעה באב כדרך שמתענות ומשלימות ביום כיפור. אבל בג' צומות אחרים פטורות מלהתענות.
אונז זענען טאקע נאר מקיל ביי א מעוברת נישט ביי קיין מינקת, און ביי אנדערע תעניתים האט מען מקיל געווען אפילו פאר מיידלעך, נאר די שינאווע רב האט געזאגט אז יכתוב על פינקתו להשלים אויב מען וועט קענען נאך די 50.
מען פלעגט זאגן אדער אדער זייגט זיאדער ווייגט , און אויב קיין איינס פון דעי צוויי איז זי סתם אזוי קראנק.

דער דיין האט מיר געזאגט אז אלע דיינים פון סאטמאר פסקענען אזוי, הגרש"ל וויינבערגער, הגרז"ל פילאפף

די קרית יואלע דיין פסקנ'ט מיין איך אז פון די פיפטע ביז נאך די אכטע פאסט מען און אין אנדערע נישט אויב איך געדענק גוט פון יארן צירוק,

אבער עס טוישט נישט די מציאות אז אינזערע רביס פלעגן זאגן אנדערש, עס איז דא הלכה און שלחן ערוך און עס איז דא מסורת אבות,


"איך מיין" אז דיין גאנצע צוגאנג דא איז א קלות. קודם שרייבסטו "אז קיינער טאר ח"ו נישט פאסטן," ווען שפעטער ברענגען אנדערע און דו אויך אז די סאטמארע דיינים פסקענען אז מען דארף יא פאסטן - עכ"פ אין געוועסע פעלער. נאכדעם שרייב איך געב אכט דאס איז א פאבליק פארום - שרייבסטו אז "אלץ זאגן בפהסיא איז עס נישט קיין פראבלעם פינקט ווי עס איז מותר צו זאגן בפרהסיא אז אנדערע חולים פאסטען נישט" אר יו סיריעס? דו זעסט נישט קיין חילוק ווי עפעס וואס מען פירט זיך אין א געוויסע קרייז, ווי עפעס וואס שטייט אין די תורה.

אין פשעווארסק עסט מען פלייש אין די 9 טעג פאר מ"מ, דארט קענסטו נישט פארשטיין ווי אזוי מען גייט קעגן א סעיף אין שו"ע, דא רעד מען פון א דינא דגמרא. נישט יעדער שמוגר דארף ליינען פון איינעם אז "מען טאר נישט פאסטן" "פרעג נאר די הצלה אינגערלייט" וכו'.

שטעל זיך פאר איך שרייב "די זמן אויסצופאסטן היינט אין נ.י. איז 8:57 ---- ווייל אין וויזשניץ איז שוין דעמאלטס די זמן. שרייבסט אין אלגעמיין גוט אבער מען דארף האבן א זהירות יתירה ווען מען שרייבט הלכות.

קודם פון ווי קומט די נישט פאסטען, דאס קומט פון אסאך חסידישע רביס ובתכם שינאווע קאצק וכדו' וכן נהגו בסיגוט, און אזוי האט מען זיך בעסיג געפירט אין יענע געגענט נישט צו לאזן פאסטען, און די זעלבע איז דא א תשובות חת"ס און נאך.
פון ווי קומט די יא פאסטען, וואס הייסט פון ווי פון שלחן ערוך שטייט קלאר אז מען דארף פאסטען.

יעצט היינטיגע צייטן ווען איינער פרעגט א דיין א שאלה צו מען דארף פאסטען ענטפערט ער געווענליך ווי עס שטייט אין שלוחן ערוך, אפילו מסורת אבות איז אמאל אביסעל אנדערש, צילוב פארשידנע זאכן 1] ער מוז ענטפערן די הלכה ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, ועוד רוב דיינים קומען פון פארשידענע שו"ת ספרים לאוו דאווקא [אדער דאווקא לאוו] מסורה.

יעצט די רבי די ברך משה פלעגט מורא'דיג פארפירן קעגן די אלע וואס פאסטען, ער פלעגט אליין קאלן זיינע אייניקלעך זיכער מאכן אז זיי האבן שוין אויסגעפאסט, ער פלעגט שיקען מעסעדשעס מען זאל אויספאסטען, און ווען איינער איז אריין פרעגן למעשה פלעגט ער זאגן אז אינדערהיים האט מען נישט געלאזט פאסטען, און די זעלבע ענטפערט אויך די היינטיגע רבי (לויט מיין פערזענליכע מיינונג), ער קאלט אויך זיינע אייניקלעך זיכער מאכן אז זיי פאסטען נישט וכדו'.

פון די אנדערע זייט איז דא דעי טיפ דיינים וואס רירן זיך נישט אוועק פון די הלכה אפילו עס איז קלאר קעגן אינזער מסורה, ווייל זיי האלטען אז זי דארפן פסקענען הלכה,

למעשה איז דא נאך אזסאך גרויסע דיינים וואס האבן נישט געלאזט פאסטען א שטייגער ווי ר' מאיר בראנסדארפער וכד', איך מיין אז די מנהג אין ארץ ישראל בכלל איז נישט צו פאסטען.

און צום לעצט האב איך נישט געשריבען מיין תגובה, פאר איך האב געפרעגט צוויי דריי דיינים אין מיין געגגענט ווי אזוי די הלכה למעשה איז און זיי האבן געזאגט אז מען פאסט נישט,
און איינער האט מיר געאגט אז די קרית יואלע דיין האט זיך אים אויגעדריקט זייט ער האט געזעהן די תשובות חת"ס אז ביז א פאר יאר אויב משיח וועט נאך נישט דא זיין וועט יעדער פסקענען אז מען טאר נישט פאסטען.

ווועגן פשעווארסק: ווען איינער דערציילט מיר א מעשה למשל אז אין זדיטשוב האט מען געפירט של"ש טיף אריין אין ט' באב, וואס גייסטו זאגן? עס קען זיין איי ער איז געזיצען אויף א הויעך בענקל, געהאט שיך, געזאגט תורה, אבער עס מאכט סענטס, ווען איינער גייט דיר זאגן אז ער האט זיך געוואשען של"ש ווען עס איז שוין געווען שטאק נאכט, גייסטו זאגן אז ער איז א ליגענער, פארוואס ווייל ער איז געווען א צדיק, און א צדיק טוט נישט קעגן שלחן ערוך, איי שיך איז אויך קעגן שלחן ערוך אבער דאס קען מען נאך פארענטפערן אז למעשה האלט ער נאך פארן בענטשען איז ער נישט מחיוב צו גיין בענטשען צו מקבל זיין אויף זיך הל' ט' באב, משא"כ עסן אין טשעה באב קען נישט זין און איז טאקע נישט געווען.

די זעלבע מיט פלייש אין פשעווארסק, ער האט געשריבן אז מען עסט פלייש בשבוע שחל בו וואס איז קלאר נגד השלחן ערוך, האב איך אים געזאגט אז עס קען נישט זיין אז ער האט געגעסן, ער איז געווע א צדיק האט ער נשט עובר געווען אויף קיין סעיף אין שולחן ערוך, נאר אויב עס איז געווען למשל שריים פון שבת מיטן היתר פון די בני יששכר,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יולי 22, 2018 8:40 pm

כבוד הרב,

ימחול לי אלף פעמים, אבער ווי עס קוקט אויס ענדיגן זיך אלע חומרות און דינים לויט וויאזוי אייער רבי פיהרט זיך.

וועגן עסן פלייש אום מוצש"ק איז קלאר דא היתרים בהלכה, און דאס אז אייער רבי טוט נישט אזוי, מיינט נאכנישט אז ס'איז א זיכערער איסור.

וועגן פאסטן, פארהאן אסאך גדולי זמנינו, בארץ ובגולה, וואס האלטן אז מען מוז יא פאסטן אויסער אויב מען פילט זייער שוואך, און דאן אויך נאר מיט א שאלת חכם. דאס אז אייער רבי פסק'נט אנדערש מחמת קבלת אבותיו, מיינט נאכנישט אז יעדער מעג משנה זיין פון זיינע קבלתאבות און מקיל זיין.

ודי לחכימא רברבא כמעכתה"ר בזה.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 23, 2018 12:43 am

הערה אחת לכבוד הרב סאדאם, אן אריינצוגיין אין די עצם נושא פון יא אדער נישט פאסטן תשעה באב. איז לענ"ד נישט ריכטיג אפגעלערנט געווארן די ענין פון מסורת אבות אין הלכה.

לויט ווי די לייגסט אראפ איז דא כאילו צוויי זאכן, עס איז דא א שולחן ערוך, און עס איז דא א מסורה וואס איז אנדערש ווי די שולחן ערוך. לענ"ד איז דאס בכלל נישט ריכטיג, די מסורה פון צדיקים, א דוגמא ווי דער שינאווער רב און נאך, איז נישט קיין סתירה מיט'ן שולחן ערוך בכלל. נאר זיי האבן פארשטאנען אז די שולחן ערוך רעדט נישט פון נשים חלושים ווי די היינטיגע דורות.

דאס מיינט אז זיי קומען נישט זאגן אנדערש ווי די שולחן ערוך, נאר זיי זענען מאיר בדעתם הגדול אז מען זאל פארשטיין וואס די שולחן ערוך האט געמיינט, ולדוגמא בענינינו, האט שינאווער רב פארשטאנען אז די שולחן ערוך האט נישט גערעדט און אזעלכע פעלער ווי עס איז היינט צוטאג'ס, ווייל היינט צוטאג'ס איז מען אפילו על פי שולחן ערוך מתיר צו עסן. (וכן הורה הגאון מבריסק זצ"ל שלא הי' עיקר כוונת הצום לענין שיהיו נעשים חלושים כ"כ, ואמנם בבריסק הקילו מאוד בתעניתים, ועל זה אין לנו מסורה מצדיקים שמבארם אנו שואבים ביותר ואכמ"ל).

נאכאמאל, דאס איז א זייטיגע הערה, איך רעד נישט דא אריין אין די עצם נושא וויאזוי מען זאל זיך פירן. זאל יעדער פרעגן זיין דיין, זיין רבי, און זיין מורה הוראה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 23, 2018 1:03 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווען ס'נישטא קיין ברירה איז נישטא. תשעה באב איז דא!


די שרייבסט "יעדן תענית עסט מען פארדעם מילכיגס וואס שטאפט גוט אן". אפשר גיסטי א משל וועלכע תעניתים מ'עסט מיליכיגס אויף איינצופאסטן?

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 23, 2018 3:44 am

טייבעלע האט געשריבן:איך בין אמאל געוועהן אין א רעבישע הויף אויף אזא שבת, און מוצ"ש האט ער נאר אויסגעטוהן די שיך אבער נישט די שטריימעל און בעקיטשע,
און אזוי האט ער געזאגט די קינות, אויף מיין שאלה האט ער גענטפערט אזוי האט מען זיך געפירט ביי זיי אינדערהיים.


און אזוי פירט זיך אויך הגה"צ אדמו"ר מקארלסבורג רבי יחזקאל ראטה שליט"א אז ער זיצט מוצ"ש אויף די ערד מיט א שטריימל און בעקיטשע און וויינט ביי די קינות מיט די בגדי שבת. דאס האב איך געזעהן פאריאר אין די הייליגע פיקטשער ספר "עולם החרדי" או "כל העולם כולו" וכל שום וחניכא דאית להו"

למעשה איז דארט געווען אויך בילדער פון צענדליגער רבנים און אדמורי"ם און ממש קיינעם - חוץ הגאון רבי יחזקאל - האט מען נישט געזעהן זיך פירן מיט די מנהג.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 23, 2018 8:57 am

דריידל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווען ס'נישטא קיין ברירה איז נישטא. תשעה באב איז דא!


די שרייבסט "יעדן תענית עסט מען פארדעם מילכיגס וואס שטאפט גוט אן". אפשר גיסטי א משל וועלכע תעניתים מ'עסט מיליכיגס אויף איינצופאסטן?

אזוי איז די מנהג מקדמת דנא, צו עסן לאקשן מיט קעז בעפאר א תענית.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 23, 2018 10:33 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווען ס'נישטא קיין ברירה איז נישטא. תשעה באב איז דא!


די שרייבסט "יעדן תענית עסט מען פארדעם מילכיגס וואס שטאפט גוט אן". אפשר גיסטי א משל וועלכע תעניתים מ'עסט מיליכיגס אויף איינצופאסטן?

אזוי איז די מנהג מקדמת דנא, צו עסן לאקשן מיט קעז בעפאר א תענית.

וועלכע תענית? צום גדלי', עשרה בטבת, תענית אסתר, ערב פסח (בכורים), בה"ב, ה' אייר אדער שבעה עשר בתמוז?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 23, 2018 11:54 am

לעכטיגער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איך האב יעצט געפרעגט א סאטמארע מורה הוראה, זאגט ער אז אלע סאטמארע דיינים פסקענען אז מ'זאל יא פאסטן 'אפי' מעוברת' אזוי ווי עס שטייט אין שו"ע, דער רבי זי"ע האט אזוי געהאלטן, נאר אויב מ'פילט א שוואכקייט, א דיזינעס אדער קרעפפן, זאל מען אויספאסטן.

די דברי יואל געדענק איך נישט וואס ער זאל פסקענען אבער די ברך משה האט קלאר געזאגט אז די פעטער האט געאגט מען פאסט נישט און די זעלבע האב איך אליין געהערט פון האדמו"ר מהר"א אז זיינע זיידעס האבן נישט געלאזט פאסטען, איך וויי סנישט וועלכע דיין דו האסט געפרעגט אבער לכאורה האט יענער גע'ענטפערט על פי שלחן ערוך,
וזה לשון המחבר עוברות ומיניקות מתענות בתשעה באב כדרך שמתענות ומשלימות ביום כיפור. אבל בג' צומות אחרים פטורות מלהתענות.
אונז זענען טאקע נאר מקיל ביי א מעוברת נישט ביי קיין מינקת, און ביי אנדערע תעניתים האט מען מקיל געווען אפילו פאר מיידלעך, נאר די שינאווע רב האט געזאגט אז יכתוב על פינקתו להשלים אויב מען וועט קענען נאך די 50.
מען פלעגט זאגן אדער אדער זייגט זיאדער ווייגט , און אויב קיין איינס פון דעי צוויי איז זי סתם אזוי קראנק.

דער דיין האט מיר געזאגט אז אלע דיינים פון סאטמאר פסקענען אזוי, הגרש"ל וויינבערגער, הגרז"ל פילאפף

די קרית יואלע דיין פסקנ'ט מיין איך אז פון די פיפטע ביז נאך די אכטע פאסט מען און אין אנדערע נישט אויב איך געדענק גוט פון יארן צירוק,

אבער עס טוישט נישט די מציאות אז אינזערע רביס פלעגן זאגן אנדערש, עס איז דא הלכה און שלחן ערוך און עס איז דא מסורת אבות,


כ'קען אייך נישט אפווענדען, ווייל כ'האב נישט גערעדט מיטן רבי'ן דערוועגען.. קען זיין די רבי האט אנדערע ידיעות אדער האסטו נישט גוט פארשטאנען...
אמת אז אין גאליציע האט מען זייער מקיל געווען ביי אלע תעניתים אפילו ת"ב ובפרט ביי נשים. אין באבוב פאסטען כמעט נישט קיין אינגע פרויען אפילו אין געהעריגע אומשטענדען אפילו ת"ב, אזוי ווי אין אלגעמיין אין סאטמאר ביי די אנדערע ג' צומות. אין בעלזא מיין איך האט מען מקיל געווען אפילו ביי מענער.
אבער ת"ב האט מען יא מחמיר געווען אין סאטמאר בדרך כלל. כ'ווייס נישט אויב ס'קומט פון סיגעט אדער פון די מקומות ווי רוב ציבור שטאמט. יעדער האט מאמעס, שוויגערס אדער באבעס וואס מ'קען פרעגען וואס 'די מציאות איז געווען, ווי אזוי מ'האט זיך געפירט 'בדרך כלל'. אודאי איז דא א יוצא מן הכלל ווען מ'טאר נישט פאסטען, אבער בדרל כלל תשעה באב האט מען יא געפאסט ווער ס'קען.

לאור דעם שמועס דא האב איך דעם שבת אנגעפרעגט ביי איינע פון די חשובע סאטמארע דיינים צו אין סיגוט האט מען מיקל געווען פאר א מעוברת
תשעה באב האט ער מיר געזאגט אז איז סיגוט האט מען נישט מיקל געווען. די גאנצע מיקל זיין קומט פון רביה"ק בעל ברך משה וואס האט תשעה באב צופרי אנגערופן אלע אייניקלעך וואס זענען געווען אין די אומשטענדן אין געהייסן אויספאסטן אזוי האט ער געהערט מפי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א (מהר"א)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יולי 24, 2018 11:44 am

הייסט די רבי די ברך משה האט געהאלטען אז זיינע עלטערן האבן נישט גוט געטוען? אדער ער האט פשוט נישטגעוויסט אז זיינע עלטערן האבן יא געהייסן פאסטען? קאם אן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 24, 2018 11:51 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:הייסט די רבי די ברך משה האט געהאלטען אז זיינע עלטערן האבן נישט גוט געטוען? אדער ער האט פשוט נישטגעוויסט אז זיינע עלטערן האבן יא געהייסן פאסטען? קאם אן.

איך האב דיר געזאגט וואס דער דיין האט מיר געזאגט! אז ער איז מיקל מיינט אז ער האט געהאלטן אז זיינע עלטערן האבן נישט גוט געטאן?

דאכצעך מיר אז ס'איז לעצטננס געווען א משולחן מלכים שמועס דערוועגן איך קען עס נישט טרעפן אויפן מינוט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג יולי 24, 2018 1:43 pm

אפשר קומט דאס מקיל זיין פון צאנז?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט