תשעה באב 'שחל בשבת' מנהגים וענינים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פערפעקט האט געשריבן:לכבוד שבת איז ערלויבט אלעס געהעריג צו רייניגן און וואשן.

ויש מחמירין אפילו בערב שבת, ויש שעושין קצת פחות מכל ערב שבת הכל כפי מה שנהוג אבותיו.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

דל גאה האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:געוואנדן לויט וואס די דיין פסק'נט אייך.

פון משנה ברורה אין סימן תקנא סק נו איז משמע אז פון די צאת , איז דא וואס האלטן אנדערש ? (געהערט איינעם זאגן אין ביהמד פאר א צווייטן אז פון די שקיעה טאר מען שוין נישט עסן)

די משנה ברורה האלט בעצם ווי די גאונים סא זיין צאת מיינט 13 מינוט נאך די [תחילת ה]שקיעה.
די הלכה איז טאקע פון די צאת אבער מנהג ישראל קדושים פון די שקיעה, פשט פון די מנהג ווייס איך נישט. ווייל עס איז א דרבנן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

יהיה כן האט געשריבן:וואס איז דער מיינונג פון מורי הוראות לגבי דעם קומענדן פרייטיג ער"ש חזון וערב תשעה באב, לענין רחיצה, בחמין? זייף?, און אויב מעגליך אויך מקורות
שכוח

הלכה למעשה האב איך היינט איבערגעפרעגט הרה''ג דומץ קרית יואל שליט''א, און זיין ענטפער איז געווען, אין אזעלכע היצן איז נישט קיין שום שאלה.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ויש נוהגים לילך לפני חצות בשנה זו, אבל בהלכה מותר אפילו אחר חצות,
ולגב חמין ובורית, הוא בחילוף מן הלכה אסור בשניהם ואינו מותר אלא בצונן פניו ידיו ורגליו והמנהג להקל,
אבל שמעתי מרב הגאון ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א שירא שמים יוצא ידי שניהם שהולכין למקווה כרבע שעה לפני חצות ומקילין ברחיצת כל גוף בצונן או בורית פניו ידיו ורגליו, ותיקף בחצות הולכין אל הבור,..
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

ר' איד, דער דיין האט געזאגט אנדערש, אין אזעלכע היצן מעג מען כאפן א שויער, פרעג איך צירוק מיט זייף אויך? איז די תירוץ געווען ''געהעריג''.
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

אין וועלכע גליון קען מען טרעפן די הלכות?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

dim האט געשריבן:ר' איד, דער דיין האט געזאגט אנדערש, אין אזעלכע היצן מעג מען כאפן א שויער, פרעג איך צירוק מיט זייף אויך? איז די תירוץ געווען ''געהעריג''.

ווייל עס איז נאר להסיר צער, אבער נישט יעדער מיז האבן בורית כדי להסיר הצער ולב יודע מרת נפשו, ועוד מן הסתם ניכר עליך שצער לך יותר הזיעה מן צער החרבן, שאל"כ ....
כמו בתענית בשבת למי שאכילה הוא יותר צער מן התענית, לו נקרא התענית עונג שבת ודי
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך האב אמאל געפרעגט א' מאדמו"רי סאטמער וועגן פרויען אין געוויסע אימשטענדן ,
האט מיר די רבי גע'ענטפערט אז די טאטע האט נישט געלאזט פאסטען אפילו איין טאג פריער ווי מען דארף, און אזוי פלעגט אויך די פעטער פאסקענען,
עס איז דאן נישט געווען א נדחה, א פרוי וואס ווארט טאר נישט פאסטן תשעה באב.
אבער די דיין ענטפערט אנדערש: אז עס ווענט זיך ווען.
[עס איז איינע פון די צוויי חילוקי דיעות על פי הלכה, די צווייטע איז שנה ראשונה אין סוכה וואס האדמו"ר סבר שאסור לישן חוץ לסוכה [חוץ כשהוא עוסק במצוה שפטור מן המצוה], והדיין הותר אם האשה אינו מסכים שישן בסוכה.]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
dim האט געשריבן:ר' איד, דער דיין האט געזאגט אנדערש, אין אזעלכע היצן מעג מען כאפן א שויער, פרעג איך צירוק מיט זייף אויך? איז די תירוץ געווען ''געהעריג''.

ווייל עס איז נאר להסיר צער, אבער נישט יעדער מיז האבן בורית כדי להסיר הצער ולב יודע מרת נפשו, ועוד מן הסתם ניכר עליך שצער לך יותר הזיעה מן צער החרבן, שאל"כ ....

איך האב גערעדט מיט אים און פראנט פון א גרופע מענטשן, פרימע צו בעל הבתישע צוגלייך, און עס גענטפערט מיט א דירעקטע גלייכגילטיגקייט.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

מעג מען גיין אין שויער ער"ש/ערט"ב אחר חצות?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יש נוהגים לילך לפני חצות בשנה זו, אבל בהלכה מותר אפילו אחר חצות,
ולגב חמין ובורית, הוא בחילוף מן הלכה אסור בשניהם ואינו מותר אלא בצונן פניו ידיו ורגליו והמנהג להקל,
אבל שמעתי מרב הגאון ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א שירא שמים יוצא ידי שניהם שהולכין למקווה כרבע שעה לפני חצות ומקילין ברחיצת כל גוף בצונן או בורית פניו ידיו ורגליו, ותיקף בחצות הולכין אל הבור,..
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

msp האט געשריבן:איך מיין אז הגם אסאך חסידים זענען מיקל לגבי הבדלה על היין במוצאי שבת חזון
אבער לענין הבדלה במוצאי תשעה באב מאכען רוב אויף ביר....

גייט מיר נישט אריין אין קאפ אזא מנהג, לכאורה זענט איר זיך טועה מיט א מאן א חולה וואס מאכט הבדלה אין תשעה באב אליין,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מיין חבר האט א שאלה. יעדע מוצאי שבת עסט ער פליישיג'ס ביי מלוה מלכה כמנהג פשעווארסק, ווי באקאנט פלעגט רבי איציקל זאגן אז ווער עס עסט יעדע וואך מעג עסן אפילו מוצאי שבת חזון. האט ער א שאלה צו מוצאי תשעה באב די יאר וואס מען גייט זיך דאן וואשן מלוה מלכה, צו דעמאלס מעג מען אויך עסן פלייש, אדער איז מוצאי תשעה באב הארבער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

מותר ליקח קלי צום בשבת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

מותר ליקח קלי צום בשבת?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מידער האט געשריבן:אפשר וואלט טאקע גלייך געווען ווען איינער וואלט געקענט אראפברענגען די דינים אויף תשעה באב שחל בשבת.

איך וועל פרובירן ארפצוברענגען וואס כ'געדענק, ביטע קארעקטירן.

מוצאי תשעה באב האט מען זיך ביי אונז געפירט מאכט מען יא הבדלה געהעריג אויף וויין. מען שמעקט נישט קיין בשמים און מען צינדט נישט קיין הבדלה.

איך מיין אז יעדער מאכט געהעריג אויף וויין די מנהג וואס מאנכע פירן זיך איז נאר אויף שבת חזון, אבער מוצאי תשעה באב אלץ אבילות דיום איז אסאך גרינגער ווי די ניין טעג,
סיי בשמים און סיי האש האט נאר מיט מוצאי שבת, נאר די חכמים האבן געזאגט מען זאל מאכן א חבילה של מצות אבער איינאמל עס איז די עלות מאכט מען שוין נישט קיין בשמים און קיין האש, איז תשעה באב מאכט מען דאך נישט קיין בשמים, בלייבט נאר האש, וואס מען פירט זיך צומאכן פאר די קינות אלץ במחשכים הושובני, אבער בדיעבד קען מען מאכן ביזן עלות.

מידער האט געשריבן: איבער'ן שבת טאר מען נישט ארויסווייזן קיין אבלות, אבער בצנעה יא, מען דאווענט שב"ק אינדערפרי אביסל פריער כדי צו זיין גענוג הונגעריג לכבוד דעם ס"ג, מען דאווענט מנחה גענוג פרי (בלא צדקתך) צו קענען עסן א ברייטע סעודה ווי חז"ל זאגן אפילו כסעודת שלמה בשעתו.

די נושא פון אבילות סיי בצנעה און סיי בפרהסיא איז א פארצווייגטע נושא, ווענט זיך לגבי וועלכע הלכה, עס איז דא וואס האלטן אז עס גייט בכלל נישט אן קיין אבילות אפילו בצנעה, ווי למשל אינז גייען מיר געהעריג אין מקוה שבת אינדערפרי, און עס איז דא הלכות וואס מען טוט אפילו אבילות אפילו בפרהסיא, ווי למשל די שיעור ברבים,
ווען איינער האט באמת א שאלה זאל מען פרעגן א דיין.
איך זעה נישט פארוואס מען דארף זיין מער הינגעריג די וואך צו שלש סעודות ווי אנדערע וואכן, די דאווענען פרי האט מיט א מנהג על"פ קבלה צו עסן מילכיג ביי של"ש אין די דריי וואכן, און היות מען פירט זיך צו ענדיגען של"ש נאך פארן שקיעה של הגאונים מיז מען ענדיגען די טשאלענט געניג פרי, צו קענען עסן די מילכיג.

אפילו ווען מען עסט כסעודת שלמה בשעתו איז דא וואס האלטען אז מען דאס איז נאר אויב עס איז ניש די סעודת המפסקת דהיינו מען עסט של"ש נאך פארן עודת המפסקת וכד', עס איז נישט אזוי פשוט, עכ"פ פירט מען זיך נישט צו עסן די סעודה, משפחות משפחות [כל שכן מיט מנין ווי ביי תלמידי בעל שם א אנדערע וואך] נאר מען עסט אליין מיט בני משפחתו, לשון המג"א ומ"מ ישב בדאבת נפש שלא ינהוג בשמחה ולכן לא ישב בסעודת חברים.

מידער האט געשריבן: פון חצות און ווייטער מעג מען נאר לערנען זאכן וואס מען לערנט יעדן שבת, דעריבער לערנט מען נישט קיין פרקי אבות, אבער אויב זענט איר מעביר סדרה שבת נאכמיטאג קענט איר די וואך אויך. תהלים מעג מען אויך זאגן.

וועלכע חצות רעסטו חצות ערב שבת? עס איז דא בעסיג דריי שיטות 1] פון חצות ערב שבת טאר מען שוין נישט לערנען, 2] ערב שבת יא, אבער גאנץ שבת אליין נישט, 3] מען מעג געהעריג לערנען ביזן זמן,
באמת האט די מג"א א הוה אמינא אז עס זאל האבן א דין ווי א פשוטע יאר ערב תשעה באב און עס זאל זיין אסור פון שבת ביי חצות, אבער למעשה בלייבט ער אז עס גייט יא אן א גאנץ שבת.

מידער האט געשריבן: כאטש מען טאר נישט עסן נאכן שקיעה, טאר מען אבער נישט פארשוועכן דעם שבת מיטן ווייזן סיי וועלכע סימן אבילות איידער'ן זמן מוצש"ק, דעריבער איז גלייך אז ביים זמן צאת לשיטת הגאונים זאל מען אויסטאן די שיך אבער נישט אנטאן די שיך וואס מען ניצט ט' באב. ביים זמן מוצאי שבת זאגט מען ברוך המבדיל און מען טוט אן די וואכענדיגע מלבושים און מען גייט אין ביהמ"ד דאווענען מעריב און זאגן איכה. איידער איכה מאכט מען א בורא מאורי האש, די פרויען דארפן אינדערהיים אויך געדענקן צו מאכן דעם ברכה.

על פי הלכה טאר מען נישט אויסטוען די שיך ביים שקיעה, עס איז זייער הארב די דין פון חילול שבת, אויב איינער וויל דווקא מחמיר זיין קען ער כאפן א דרימל אזוי טוט ער אויס די שיך צו אריינגיין אין בעט נישט וועגן תשעה באב, אבער סם אזוי טאר מען נישט אויסטוען די שיך,

מידער האט געשריבן: ווען תשעה באב איז נדחה איז מען אסאך מער מקיל לגבי פרויען אין אלע אומשטענדן, אבער זיי מאכן נישט קיין הבדלה. קינדער מאכן אויך נישט קיין הבדלה, אבער גדולים וועלכע פאסטן אויס דארפן יא מאכן הבדלה.

לויט ווי מען פלעגט פאסקענען אין סיגוט / סאטמער , טארן פרויען אין אלע אימשטענדן בכלל נישט פאסטען תשעה באב, אפילו אין א פשוטע יאר, כל שכן און אזא יאר ווי היי יאר,
[איך ווייס פון אמאל איז געועון א גרופע פרויען תשעה באב וואס האבן געזיצן אין קעמפ, די ברך משה ז"ל האט געשיקט די גבאי זאגן אז אלע פרויען וואס טארן נישט פאסטען זאלן גיין אויספאסטען, אלע זענען טאקע געגאגנען חוץ איין פרוי וואס האט זיך אנגערופען, איך האב שוין יארן געפאסט און עס האט מיר קיינמאל נישט געשאדט, און זי האב טאקע נישט געפאסט, למעשה האט זיך עס א טאג שפעטער ליידער נישט גוט אויסגעלאזט,

לגבי הבדלה ביסטו גערעכט אז זיי מאכן נישט 1] די רמב"ן האלט אז אפילו מענער מאכן נישט קיין הבדלה מוצאי תשעה באב, ווייל אין די וואך איז בכלל נישט נקבע געווארן אזא זאך ווי הבדלה 2] עס איז דא וואס הלאטן פרויען זענען קיינמאל נישט מחיוב בהבדלה 3] עס איז דא וואס האלטן אז פרויען מעגן עסן פאר הבדלה.
סא הלכה למעשהאויב עס איז דא א חולה וואס מאכט הבדלה הערן זיי פון אים אין אויב נישט עסן זיי פאר הבדלה, און מוצאי תשעה באב הערן זיי פון די מאן. אבער דאס איז זיכער אז מיידלעך אדער פרויען וואס קענען יא פאסטען מעגן טרינקען וואסער מוצאי תשעה באב אפילו די מאן איז נאך נישט אינדערהיים צו הבדלה, און אויב פארזוימט ער זיך מעג מען געהעריג אויספאסטען אויך, ווייל זייער עסן פאר הבדלה איז נישט אזוי הארב.

מידער האט געשריבן:כאטש מען מאכט מוצת"ב הבדלה אויף וויין, עסט מען נישט קיין פלייש און מען טרינקט נישט קיין וויין סתם אזוי, וויבאלד עז נישט קיין כבוד פאר די תענית.

אויף כמעט אלעס וואס כ'האב דא געשריבן איז דא גרויסע מחלוקות'ער, ווער ס'קען זאל ביטע אראפברענגען זייערע מנהגים.
לעצט פארראכטן דורך סאדאם חוסעין אום דאנערשטאג יולי 19, 2018 9:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

KMW האט געשריבן:מותר ליקח קלי צום בשבת?

יא, אבער לכתחילה זאל מען עס אריינמישען פאר שבת אין א צווייטע מאכל און אזוי עסן שבת.
איך האלט נאר נישט דערפון ווייל עס מאכט ערגער פאסטן,

סידיראם האט געשריבן:מיין חבר האט א שאלה. יעדע מוצאי שבת עסט ער פליישיג'ס ביי מלוה מלכה כמנהג פשעווארסק, ווי באקאנט פלעגט רבי איציקל זאגן אז ווער עס עסט יעדע וואך מעג עסן אפילו מוצאי שבת חזון. האט ער א שאלה צו מוצאי תשעה באב די יאר וואס מען גייט זיך דאן וואשן מלוה מלכה, צו דעמאלס מעג מען אויך עסן פלייש, אדער איז מוצאי תשעה באב הארבער.

ניין מוצאי תשעה באב איז גרינגער, אבער איך גלייב שווער אז ר' איציקעל זאל האבן געזאגט אזא מימרא קעגן די הלכה, אפשר רעדט ער פון די שריים פון שבת על פי הבני יששכר, וכדו' אזא היתר,
ר' איציקעל האט נישט עוקר געווען קיין סעיף בשלחן ערוך.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ווינקל האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:ווען תשעה באב איז נדחה איז מען אסאך מער מקיל לגבי פרויען אין אלע אומשטענדן, אבער זיי מאכן נישט קיין הבדלה. קינדער מאכן אויך נישט קיין הבדלה, אבער גדולים וועלכע פאסטן אויס דארפן יא מאכן הבדלה.

חלילה להקל בלי שאלת חכם.

חלילה להקל בענין פקוח נפש ולהתענות בלי שאלות חכם.
1] אזוי האבן אינזערע רביס אלע יארן געפסקנט אנגעהויבן פון שינאווע רב און ווייטער, אז מיידלעך /פרויען ביז די 40/ 50 פאסטען נישט קיינמאל לגבי די ד' תעניתים, און פרויען און אלע אימשטענדן פאסטען נישט בשום אין אופן אפילו תשעה באב קיין איין יאר.

2] פרעג די הצלה וויפיל קאלס עס איז דא נאך תשעה באב און יום כיפור פון פרויען אן דעם וואס זיי זאלן האבן געפילט סיי וועלכע שוואכקייט, א מאן אדער א פרוי פאר זיך פילט כאטש שוואך קען ער געבן א טרינק וואסער פאר ער קומט לידי סכנה, די דאקטורים ריפען עס אן א סיילענד קילער.

פליגל האט געשריבן:בנוגע מאכן הבדלה אויף ביער איז דוכציך נאר שייך ווען ס'יז נישט קיין נדחה וואס דאן איז נאך שייך אלע דינים פון די ניין טעג ביז'ן מארגענדיגן חצות, משא"כ ווען ס'יז א נדחה.

כפי זכרוני האט ר' יודל רז"ב ז"ל פון רב טוב געמאכט הבדלה אין א מוצאי ט"ב וואס'ז נישט געווען קיין נדחה אויף ביער.

בנוגע עסן פלייש מוצאי ת"ב, האב'ך אויך געהערט אז געוויסע פוסקים האלטן אז מ'זאל נישט עסן קיין פלייש מוצאי תענית, לגבי מוצאי יו"כ איז קודם כל ס'יז א יו"ט און מ'מאכט א סעודה, נאך א זאך אלע אנדערע תעניתים זענען א שייכות צום חורבן, א-חוץ תענית אסתר וואס דאן עסט מען טאקע אויך א סעודה לכבוד יו"ט.

ניין נאך אמאל ביער איז נאר א חולה בתשעה באב עצמו, אבער מוצאי תשעה באב אפילו א נערמאלע יאר איז נאך אלץ גרינגער ווי מוצאי שבת חזון וואס אפילו דעמאלט מאכט מען אויף וויין.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

זייער שיין הרב ס"ח.

איך האב 3 הערות, בנוגע סעודות שלישית מיין איך אז עס איז אנגענומען אז מען מעג געהעריג עסן פלייש און טרינקן וויין אפילו עס איז סעודת המפסקת. וכן ראיתי אצל מו"ר מויזשניץ ששתה יין ממש לפני השקיעה.

ב) בנוגע פרויען פאסטן אויסער מעוברת ומינקת וואס איז אביסל לייכטער היי יאר - מיין איך אז עס קומט נישט צו שרייבן אזעלכע זאכן בפרהסיא. בפרט אזא לשון חלילה להחמיר - ווען דאס איז א דינא דגמרא. מילא איינער שטאמט פון די מקומות וואס מען האט מקיל געווען, אבער נישט יעדער האט אזוי געזאגט, למשל אין וויזשניץ פאסט מען באופן כללי אלע תעניתים אין אלע אומשטענדן. און עס איז דא אסאך פלעצער אזוי. אויך אפילו די וואס האבן מקיל געווען האבן אבער געוויסע נישט מקיל געווען ת"ב ווען עס איז א קלארע גמרא.

ג) איך ווייס נישט וואס מען טוט אין סאטמאר. ביי אונז אין וויזשניץ רופט מען אויס אז פרויען וואס פאסטן נישט זאלן מאכן הבדלה אויף מעיד/ביער אויב מען האט נישט אדער קען נישט זאל מען מאכן אויף גרעיפ דשוס.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:מותר ליקח קלי צום בשבת?

יא, אבער לכתחילה זאל מען עס אריינמישען פאר שבת אין א צווייטע מאכל און אזוי עסן שבת.
איך האלט נאר נישט דערפון ווייל עס מאכט ערגער פאסטן,

פארוואס זאגסטו אז יא?

און אויסמישן מיט אן אנדערע מאכל געדענק איך האבן געזען -דאכט זיך מיר אין נשמת שבת- אז ס'ניצט נאר ווען ס'איז באמת אויסגעמישט אז מ'דערקענט נישט דעם מעדיצין, נישט סתם אריינווארפן צווישן אנדערע מאכלים, אזוי דענק איך עפעס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:ווען תשעה באב איז נדחה איז מען אסאך מער מקיל לגבי פרויען אין אלע אומשטענדן, אבער זיי מאכן נישט קיין הבדלה. קינדער מאכן אויך נישט קיין הבדלה, אבער גדולים וועלכע פאסטן אויס דארפן יא מאכן הבדלה.

חלילה להקל בלי שאלת חכם.

חלילה להקל בענין פקוח נפש ולהתענות בלי שאלות חכם.
1] אזוי האבן אינזערע רביס אלע יארן געפסקנט אנגעהויבן פון שינאווע רב און ווייטער, אז מיידלעך /פרויען ביז די 40/ 50 פאסטען נישט קיינמאל לגבי די ד' תעניתים, און פרויען און אלע אימשטענדן פאסטען נישט בשום אין אופן אפילו תשעה באב קיין איין יאר.

2] פרעג די הצלה וויפיל קאלס עס איז דא נאך תשעה באב און יום כיפור פון פרויען אן דעם וואס זיי זאלן האבן געפילט סיי וועלכע שוואכקייט, א מאן אדער א פרוי פאר זיך פילט כאטש שוואך קען ער געבן א טרינק וואסער פאר ער קומט לידי סכנה, די דאקטורים ריפען עס אן א סיילענד קילער.

איך האב יעצט געפרעגט א סאטמארע מורה הוראה, זאגט ער אז אלע סאטמארע דיינים פסקענען אז מ'זאל יא פאסטן 'אפי' מעוברת' אזוי ווי עס שטייט אין שו"ע, דער רבי זי"ע האט אזוי געהאלטן, נאר אויב מ'פילט א שוואכקייט, א דיזינעס אדער קרעפפן, זאל מען אויספאסטן.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

דיעל האט געשריבן:זייער שיין הרב ס"ח.

איך האב 3 הערות, בנוגע סעודות שלישית מיין איך אז עס איז אנגענומען אז מען מעג געהעריג עסן פלייש און טרינקן וויין אפילו עס איז סעודת המפסקת. וכן ראיתי אצל מו"ר מויזשניץ ששתה יין ממש לפני השקיעה.

ב) בנוגע פרויען פאסטן אויסער מעוברת ומינקת וואס איז אביסל לייכטער היי יאר - מיין איך אז עס קומט נישט צו שרייבן אזעלכע זאכן בפרהסיא. בפרט אזא לשון חלילה להחמיר - ווען דאס איז א דינא דגמרא. מילא איינער שטאמט פון די מקומות וואס מען האט מקיל געווען, אבער נישט יעדער האט אזוי געזאגט, למשל אין וויזשניץ פאסט מען באופן כללי אלע תעניתים אין אלע אומשטענדן. און עס איז דא אסאך פלעצער אזוי. אויך אפילו די וואס האבן מקיל געווען האבן אבער געוויסע נישט מקיל געווען ת"ב ווען עס איז א קלארע גמרא.

ג) איך ווייס נישט וואס מען טוט אין סאטמאר. ביי אונז אין וויזשניץ רופט מען אויס אז פרויען וואס פאסטן נישט זאלן מאכן הבדלה אויף מעיד/ביער אויב מען האט נישט אדער קען נישט זאל מען מאכן אויף גרעיפ דשוס.

א] יא זיכער איז אנגענומען אז יא, איך האב עס נאר געברעגט אז עס איז דא וואס זאגן אזוי, אבער להלכה למעשה זאגט שוין די מחבר אז מען נעמט עס נישט אן, איך האב עס נאר גערנגט פאר די מג"א אז מען עסט נישט בשמחה מיט אגודות.

ב] יא עס איז א קלארע גמרא אז מען דארף פאסטען, אבער עס איז אויך קלאר אז אין פאל פון פקיח נפש טאר מען נישט פאסטען, יעצט אין צאנז שינאווע האט מען מורא'דיג מחמיר געווען אפילו אין די ענינים וואס די ספק פקיח נפש איז היפש העכער ווי פלענע פאסטען, און ביי אונז האט מען קלאר געזאגט מען טאר נישט פאסטען אין קיין שום יאר תשעה באב, האב איך עס געזאגט, זיכער אז ענקרע דיינים זאגן אנדערש דארפן ענק פאלגען ענקערע דיינים
אלץ זאגן בפהסיא איז עס נישט קיין פראבלעם פינקט ווי עס איז מותר צו זאגן בפרהסיא אז אנדערע חולים פאסטען נישט,

ג] עס איז מיר א מורא'דיגע חידוש מעולם לא שמעתי זה, אדרבה ביי אונז איז די מנהג נישט צו מאכן.
לעצט פארראכטן דורך סאדאם חוסעין אום דאנערשטאג יולי 19, 2018 10:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ממה נפשך האט געשריבן:מעג מען גיין אין שויער ער"ש/ערט"ב אחר חצות?

dim האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
dim האט געשריבן:ר' איד, דער דיין האט געזאגט אנדערש, אין אזעלכע היצן מעג מען כאפן א שויער, פרעג איך צירוק מיט זייף אויך? איז די תירוץ געווען ''געהעריג''.

ווייל עס איז נאר להסיר צער, אבער נישט יעדער מיז האבן בורית כדי להסיר הצער ולב יודע מרת נפשו, ועוד מן הסתם ניכר עליך שצער לך יותר הזיעה מן צער החרבן, שאל"כ ....

איך האב גערעדט מיט אים און פראנט פון א גרופע מענטשן, פרימע צו בעל הבתישע צוגלייך, און עס גענטפערט מיט א דירעקטע גלייכגילטיגקייט.

זעלבע שמועס וואו לעצטע מאל.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”