תשעה באב 'שחל בשבת' מנהגים וענינים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תשעה באב 'שחל בשבת' מנהגים וענינים

תגובהדורך leiby » מאנטאג יולי 23, 2012 12:41 pm

אויף וואס מאכט מען הבדלה היי יאר? אויב דענק איך גוט פירט מען זיך צו מאכן אויף שכר המדינה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אור
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג יולי 23, 2012 5:13 pm

היי יאר גיין שוין נישט אן די אלע הלכות מוצאי ת"ב חוץ בשר ויין, אבער כ'געדנק נישט אז מען זאל מאכן אויף ביער... :evil:

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 25, 2012 7:08 am

איך מיין אז הגם אסאך חסידים זענען מיקל לגבי הבדלה על היין במוצאי שבת חזון
אבער לענין הבדלה במוצאי תשעה באב מאכען רוב אויף ביר....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יולי 26, 2012 2:56 pm

אפשר וואלט טאקע גלייך געווען ווען איינער וואלט געקענט אראפברענגען די דינים אויף תשעה באב שחל בשבת.

איך וועל פרובירן ארפצוברענגען וואס כ'געדענק, ביטע קארעקטירן.

מוצאי תשעה באב האט מען זיך ביי אונז געפירט מאכט מען יא הבדלה געהעריג אויף וויין. מען שמעקט נישט קיין בשמים און מען צינדט נישט קיין הבדלה.

איבער'ן שבת טאר מען נישט ארויסווייזן קיין אבלות, אבער בצנעה יא, מען דאווענט שב"ק אינדערפרי אביסל פריער כדי צו זיין גענוג הונגעריג לכבוד דעם ס"ג, מען דאווענט מנחה גענוג פרי (בלא צדקתך) צו קענען עסן א ברייטע סעודה ווי חז"ל זאגן אפילו כסעודת שלמה בשעתו.

פון חצות און ווייטער מעג מען נאר לערנען זאכן וואס מען לערנט יעדן שבת, דעריבער לערנט מען נישט קיין פרקי אבות, אבער אויב זענט איר מעביר סדרה שבת נאכמיטאג קענט איר די וואך אויך. תהלים מעג מען אויך זאגן.

כאטש מען טאר נישט עסן נאכן שקיעה, טאר מען אבער נישט פארשוועכן דעם שבת מיטן ווייזן סיי וועלכע סימן אבילות איידער'ן זמן מוצש"ק, דעריבער איז גלייך אז ביים זמן צאת לשיטת הגאונים זאל מען אויסטאן די שיך אבער נישט אנטאן די שיך וואס מען ניצט ט' באב. ביים זמן מוצאי שבת זאגט מען ברוך המבדיל און מען טוט אן די וואכענדיגע מלבושים און מען גייט אין ביהמ"ד דאווענען מעריב און זאגן איכה. איידער איכה מאכט מען א בורא מאורי האש, די פרויען דארפן אינדערהיים אויך געדענקן צו מאכן דעם ברכה.

ווען תשעה באב איז נדחה איז מען אסאך מער מקיל לגבי פרויען אין אלע אומשטענדן, אבער זיי מאכן נישט קיין הבדלה. קינדער מאכן אויך נישט קיין הבדלה, אבער גדולים וועלכע פאסטן אויס דארפן יא מאכן הבדלה.

כאטש מען מאכט מוצת"ב הבדלה אויף וויין, עסט מען נישט קיין פלייש און מען טרינקט נישט קיין וויין סתם אזוי, וויבאלד עז נישט קיין כבוד פאר די תענית.

אויף כמעט אלעס וואס כ'האב דא געשריבן איז דא גרויסע מחלוקות'ער, ווער ס'קען זאל ביטע אראפברענגען זייערע מנהגים.

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » דאנארשטאג יולי 26, 2012 3:14 pm

מידער האט געשריבן:כאטש מען מאכט מוצת"ב הבדלה אויף וויין, עסט מען נישט קיין פלייש און מען טרינקט נישט קיין וויין סתם אזוי, וויבאלד עז נישט קיין כבוד פאר די תענית.

קען איינער מסביר זיין דעם ענין פון כבוד התענית? איז נישט די תענית אווער ביים צאת? און מאי שנא פון מוצאי יוה"כ וואס מ'עסט יא פלייש?

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יולי 26, 2012 3:29 pm

מוצאי"כ איז א יום טוב, ויום טוב היו עושים לו בצאתו בשלום מן הקודש. מען פריידט זיך אז דער באשעפער האט מוחל געווען די עבירות.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג יולי 26, 2012 5:00 pm

איין נקודה האסטו נישט ארויסגעברענגט מידער, מוצאי תשעה באב דהאי שתא קען מען כאפן א שויער אנדערש ווי אלע יאהרן.

אנדערע זאגן אז היי יאהר איז פשוט הארבער, ווייל י' אב נאך חצות קען מען שוין כאפן א שויער נארמאל א יאהר, אבער היי יאהר ברויך מען ווארטן ביז י' אב ביינאכט.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יולי 26, 2012 5:19 pm

פון די אנדערע זייט איז אלע יארן אסאך הארבער אז מ'דארף דעם אנדערן טאג אריינגיין אין ארבייט אזוי פארקלעבט...

יא, די נקודה האב איך טאקע פארגעסן צו שרייבן, מוצאי קענען די פרויען זיך גלייך נעמען צו די בערג שמוץ-וועש, און די וואס פירן זיך צו גיין אין מקוה איידער קידוש לבנה קענען היי יאר מיטראגן א זייפל צום שויער.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יולי 26, 2012 6:34 pm

מידער האט געשריבן:ווען תשעה באב איז נדחה איז מען אסאך מער מקיל לגבי פרויען אין אלע אומשטענדן, אבער זיי מאכן נישט קיין הבדלה. קינדער מאכן אויך נישט קיין הבדלה, אבער גדולים וועלכע פאסטן אויס דארפן יא מאכן הבדלה.

חלילה להקל בלי שאלת חכם.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יולי 26, 2012 6:39 pm

חלילה וחלילה, זיכער דארף מען פרעגן א שאלה פונקטליך וויאזוי מען זאל זיך פירן. אויך האב איך נישט גוט מדייק געווען מיטן שרייבן פרויען אין אלע אומשטענדן, די ריכטיגע אויסדריק איז ספעציעלע אומשטענדן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יולי 26, 2012 10:40 pm

מידער איך האב געמיינט אז נאר אין פאליטיק ביסטו גוט
;l;p- ;l;p-

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג יולי 26, 2012 11:46 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:כאטש מען מאכט מוצת"ב הבדלה אויף וויין, עסט מען נישט קיין פלייש און מען טרינקט נישט קיין וויין סתם אזוי, וויבאלד עז נישט קיין כבוד פאר די תענית.

קען איינער מסביר זיין דעם ענין פון כבוד התענית? איז נישט די תענית אווער ביים צאת? און מאי שנא פון מוצאי יוה"כ וואס מ'עסט יא פלייש?

עס איז א רמ"א אז פלייש עסט מען נישט ביינאכט.

(לא מחכמה אמרתי זאת.. אלא ממה ששמעתי מרבני מבצר הכוללים קר"י אצל השואל ומשיב על קול סאטמאר)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג יולי 26, 2012 11:58 pm

די לשון פון רעק"א בשם די שבו"י איז פאר נשים אין אומשטענדען אם יש להם מיחוש קצת קען מען היי יאר מיקל זיין‚

מידער האט געמאכט א הערליכע ארבעט‚ נאך איין קלייניקייט אז ווער ס'מאכט א ברית בו ביום קען זיך א וואש טאן נאכמיטאג צו א סעודה.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יולי 27, 2012 4:52 am

מיין פרוי איז אמאהל געווען א מינקת אויף ט"ב נדחה
האב איך פאר איר הבדלה געמאכט און זי האט געטרינקען די קאווע
און איך האב אויסגעפאסט אהן א הבדלה מוצאי ט"ב
בעצם האלט דער רמב"ן אז עס איז בכלל נישטא קיין הבדלה אויף ט"ב נדחה
עיין חידושיו למס' תענית גאר א געשמאקע שטיקעל
נאך א הערה
אויב עס איז יא נוהג אבלות בצנעא אויף ט"ב שחל להיות בשבת פארוואס הייסט עס דעמאלס נישט א שבוע שחל בו ט"ב?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » פרייטאג יולי 27, 2012 9:29 am

דעפרעסט האט געשריבן: נאך איין קלייניקייט אז ווער ס'מאכט א ברית בו ביום קען זיך א וואש טאן נאכמיטאג צו א סעודה.

דאס איז מעיקר הדין, אבער כ'מיין אז מ'פירט זיך אז דער בעל ברית טוט זיך אן בגדי שבת און מען מאכט דעם ברית ערשט סמוך לשקיעה, און די אויספאסטן און סעודת הברית מאכט מען ערשט אויפדערנאכט.

msp האט געשריבן:אויב עס איז יא נוהג אבלות בצנעא אויף ט"ב שחל להיות בשבת פארוואס הייסט עס דעמאלס נישט א שבוע שחל בו ט"ב?

די אבילות בצנעה איז נישט מעיקר הדין, דאס איז לחומרא מצד המנהג. (מיר פירן זיך ווי דער רמ"א, דער מחבר האלט אז בצנעה גייט אויך נישט אן קיין אבילות.)

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » פרייטאג יולי 27, 2012 9:42 am

דער תהילים איד האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:כאטש מען מאכט מוצת"ב הבדלה אויף וויין, עסט מען נישט קיין פלייש און מען טרינקט נישט קיין וויין סתם אזוי, וויבאלד עז נישט קיין כבוד פאר די תענית.

קען איינער מסביר זיין דעם ענין פון כבוד התענית? איז נישט די תענית אווער ביים צאת? און מאי שנא פון מוצאי יוה"כ וואס מ'עסט יא פלייש?

עס איז א רמ"א אז פלייש עסט מען נישט ביינאכט.

(לא מחכמה אמרתי זאת.. אלא ממה ששמעתי מרבני מבצר הכוללים קר"י אצל השואל ומשיב על קול סאטמאר)

ידעתי בני ידעתי, כ'ווייס פון דעם רמ"א, און כ'האב נישט אין פלאן צו עסן פלייש מוצאי ת"ב

כ'פרעג נאר צו איינער קען אביסיל מסביר זיין דער טעם "כבוד התענית", וואס מיינט דאס? די תענית האלטן מיר אום עשרה, ווען מ'פאסט אויס איז דאך שוין י"א באב?

כ'קלער אז אולי כבוד התענית מיינט ער נישט ממש די פאסטן חלק, ער מיינט די מצב האבילות פונעם טאג, ווי איינער זאגט האסט א מינוט צוריק געוויינט אויפן ביהמ"ק, שוין מוזטו ארויפטאנצן אויף פלייש?..

איינער ווייסט פשט?
לעצט פאראכטן דורך אייער_קיכל אום פרייטאג יולי 27, 2012 12:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 27, 2012 12:35 pm

רב מידער, מען טוט "נישט" אויס די שוך ביים זמן פון די גאונים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » פרייטאג יולי 27, 2012 12:56 pm

איסור בשר ויין, "משום אבילות דיום", מ'זעהט פארשידענע ערטער אז אבילות דיוום ברענגט א איסור אויף ביינאכט,(אויך ביי אנדערע תעניתים ווערט געברענגט אז מ'זאל נישט עסן קיין פלייש מוצאי תענית).
אויסטון שיך, יש נוהגים זיך אראפצולייגן אין בעט ס'זאל נישט זיין ניכר אז מ'טוט אויס שיך אום שבת.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » פרייטאג יולי 27, 2012 1:33 pm

מידער האט געשריבן:
פון חצות און ווייטער מעג מען נאר לערנען זאכן וואס מען לערנט יעדן שבת, דעריבער לערנט מען נישט קיין פרקי אבות, אבער אויב זענט איר מעביר סדרה שבת נאכמיטאג קענט איר די וואך אויך. תהלים מעג מען אויך זאגן.


אויף כמעט אלעס וואס כ'האב דא געשריבן איז דא גרויסע מחלוקות'ער, ווער ס'קען זאל ביטע אראפברענגען זייערע מנהגים.


עיין שערי תשובה סוף ס' תקנ"ג שהוא מקשה על פשט של הדגול מרבבה ברמ"א
לכאורה אסור ללמוד כל השבת אפילו בליל שבת הדברים שאסור ללמוד בת"ב

ועל ערב שבת אחר חצות שמעתי שג"כ יש שנוהגין להחמיר במו בכל ערב ת"ב

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » פרייטאג יולי 27, 2012 2:12 pm

farshlufen האט געשריבן:רב מידער, מען טוט "נישט" אויס די שוך ביים זמן פון די גאונים.
אויסטאן די שיך איז נאר אלס חומרא וואס כ'האב אמאל געהערט דעם עצה פון א גרויסער ת"ח. ע"פ הלכה דארף מען ערשט אויסטאן די שיך ביים זמן מוצש"ק.

קבל את האמת האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:
פון חצות און ווייטער מעג מען נאר לערנען זאכן וואס מען לערנט יעדן שבת, דעריבער לערנט מען נישט קיין פרקי אבות, אבער אויב זענט איר מעביר סדרה שבת נאכמיטאג קענט איר די וואך אויך. תהלים מעג מען אויך זאגן.


אויף כמעט אלעס וואס כ'האב דא געשריבן איז דא גרויסע מחלוקות'ער, ווער ס'קען זאל ביטע אראפברענגען זייערע מנהגים.


עיין שערי תשובה סוף ס' תקנ"ג שהוא מקשה על פשט של הדגול מרבבה ברמ"א
לכאורה אסור ללמוד כל השבת אפילו בליל שבת הדברים שאסור ללמוד בת"ב

ועל ערב שבת אחר חצות שמעתי שג"כ יש שנוהגין להחמיר במו בכל ערב ת"ב
דער חת"ס זאגט אז דער עיקר חשש איז נאך חצות וויבאלד ס'קען צוקומען צו טראכטן פון די דברי תורה אין תשעה באב.

דער טו"ז זאגט אז דער וואס לערנט שבת לא הפסיד, דער משנה ברורה פסק'נט אויך אז אין מוחין ביודו. צוליב דעם איז גלייך אז מען זאל נאר לערנען וואס מ'לערנט יעדן שבת, און ווי אלע פוסקים ברענגן צו אז ס'איז דא גענוג וואס צו לערנען פון די דברים המותרים בט"ב .

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג יולי 27, 2012 2:19 pm

איך בין אמאל געוועהן אין א רעבישע הויף אויף אזא שבת, און מוצ"ש האט ער נאר אויסגעטוהן די שיך אבער נישט די שטריימעל און בעקיטשע,
און אזוי האט ער געזאגט די קינות, אויף מיין שאלה האט ער גענטפערט אזוי האט מען זיך געפירט ביי זיי אינדערהיים.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג יולי 27, 2012 4:19 pm

אפי' כסעדות שלמה בעת מלכותו איז דוקא אויף די סעודה בעצם דאס הייסט אויפן מעניא וואס מען סערווירט אלץ אבער נישט ארויף איינלאדענען פריינט זאלן זיך באטייליגן ביים סעודה.

אויסטוען די שיך איז אן אינטערעסאנטער מנהג וואס די ברענגסט, אין א יעדער מנהג ישראל איז חשוב, אבער איינער וואס האט עס נישט געזהן ביי זיין טאטען זאל עס ח"ו נישט נאכטוען, ווייל לויטן שו"ע קוקט עס אויס ווי קעגן די הלכה, נאך מער אפי' נאכן זמן טאר מען נאכאלץ נישט אויסטוען די שיך אן זאגן ברוך המבדיל, עכ"פ אזוי שטייט אין רמ"א (לגבי דער שליח ציבור וואס טוט אויס די שיך איידער ברכו).

אין אלענספאל א שיינער ליקוט געמאכט, סוואלט שענער געווען מיט מראי מקומות, (גרינג צו זאגן פאר יענעם).

נאך א זאך, איבער עסן פלייש מוצאי יום כפורים ברויך מען נישט צוקימען צום ויו"ט הי' עושה, ווייל דער משנה ברורה ברענגט דאך צו דעם טור אז בשר משום אבילת היום איז דוקא שייך ביי תשעה באב .
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מוצ"ש יולי 28, 2012 11:25 pm

פארוואס לגבי אלע אנדערע זאכן גייט נישט אן דער "כבוד התענית"? למשל וואשן וועש, זיך זייפן, הערן מוזיק?

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3836
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג יולי 29, 2012 12:09 am

בנוגע מאכן הבדלה אויף ביער איז דוכציך נאר שייך ווען ס'יז נישט קיין נדחה וואס דאן איז נאך שייך אלע דינים פון די ניין טעג ביז'ן מארגענדיגן חצות, משא"כ ווען ס'יז א נדחה.

כפי זכרוני האט ר' יודל רז"ב ז"ל פון רב טוב געמאכט הבדלה אין א מוצאי ט"ב וואס'ז נישט געווען קיין נדחה אויף ביער.

בנוגע עסן פלייש מוצאי ת"ב, האב'ך אויך געהערט אז געוויסע פוסקים האלטן אז מ'זאל נישט עסן קיין פלייש מוצאי תענית, לגבי מוצאי יו"כ איז קודם כל ס'יז א יו"ט און מ'מאכט א סעודה, נאך א זאך אלע אנדערע תעניתים זענען א שייכות צום חורבן, א-חוץ תענית אסתר וואס דאן עסט מען טאקע אויך א סעודה לכבוד יו"ט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג יולי 29, 2012 7:29 pm

כ'האב אנגעטראפן די הלכות תשעה באב אין מיין קינות,

פאר מעריב:
ערב תשעה באב נאך מנחה פר מעריב טוט מען די שיך אויס אבר ווען תשעה באב גיפאלט אום מוצאי שבת טוט מען דיא שיך אויס נאך ברכו נאר דער חזן טוט אויס פר ברכו אונ זאגט המבדיל פאר דעם אויס טאן. אין שול זאל נאר איין ליכט זיין אונ מען דארף ניט פאר ענדערין זיין ארט אום תשעה באב מען דאווינט מעריב איטליכער אוף זיין ארט אונ מזאגט קדיש תתקבל. אונ ווען איינער איין אבל איז אונ עס גפאלט תשעה באב אין זיין שבעה מעג ער גיין אין שול אריין צו אבינט אונ מארגינס פריא ביז איבער דיא קינות. אונ תשעה באב צו מארגינס פריא טאר זיך קיין מענטש מער ניט וואשין ווי די פינגר אונ איי דיא פינגער טריקענען זיך רעכט אפ אונ זענען נאך ווייניגער פייכט מעג ער זיי איבר די אוגן פירען אונ מען לייגט קיין טלית ותפילין אונ מען מאכט קיין ברכה אוף דעם טלית קטן אונ מען טוט קיין מלאכה ביז נאך האלבן טאג אונ מען טאר ניט זיצען אוף קיין באנק ביז נאך האלבן טאג אונ מען גיט קיין שלום ניט קיין מענטש. אונ צו מנחה מאכט מען איין ברכה איבער דעם טלית קטן אונ מען לייגט טלית אונ תפלין אונ מען אויס די תפלין נאך מנחה. מען זאגט קיין תחנון צו מנחה:

פאר איכה:
ירמיה הנביא הט גשריבן די דריי איכה ווס אין איטליכן איכה איז פר האנדען איין א״ב אונ דר נאך אז יהויקים המלך האט זייא פאר ברענט האט ער זיי נאך אמאל גישריבען אונ האט נאך מוסיף גווען אני הגבר וואס דרינען איז פאר האנדין דרייא אלף ביתות :

פאר שחרית:
אום תשעה באב צו מארגינס פריא טאר קיין מענטש מער ניט וואשן אז די פינגער. אונ איידר די פינגער טריקענען זיך רעכט אפ אונ זענין נאך ווייניג פייכט מעג ער זיי איבער די אויגן פירען. אונ מען לייגט קיין טלית ותפילין אונ מען מאכט קיין ברכה אויף דעם טלית קטן. אונ מען דאווינט כסדר אזוי וויאג דא שטייט. אונ מען טוט ניטש קיין מלאכה ביז נאך האלבען טאג. אונ מען גיט ניט קיין שלום קיין מענטש. אונ צוא מנחה מאכט מען איין ברכה איבער דעם טלית קטן. אונ מען לייגט טלית ותפילין. אונ מען טוט אויס דיא תפילין נאך מנחה. מען זאגט קיין תחנון ניט צו מנחה.

אויב איינער פארשטייט נישט קען מען לייגן בילדער מיט די נקידות..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט