מיט א טיפערן בליק - פרשת בהר בחקתי (אבות פרק ה') תשע"ב
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:39 pm
מיט א טיפערן בליק - פרשת בהר בחקתי (אבות פרק ה') תשע"ב
ושבתה הארץ שבת לה'..!
בס"ד
א גיטן טייערע חבירים וידידים..!
לעצטע וואך האבן מיר אדורך געשמועסט דער ענין פון "תמימות תהיינה", גאנץ זאלן זיי זיין, השי"ת וויל אז מיר זאלן ציילן ספירה טאג נאך טאג און צוזאם רעכענען איינס צום צווייטן אָן קיין שום הפסק, כדי דאס צו ערפילן דארפן מיר לעבן מיט די מחשבה פון טוען די ווילן פון השי"ת, דאס הייסט אז אפילו דברים גשמיים ווי עסן, שלאפן, ארבעטן, אויב איז דאס מיט די ציעל צו טוען די ווילן פון השי"ת איז עס זיך מצטרף צו די טעג וואס מיר וועלן ברענגען מיט זיך לעתיד לבא, און דאס זענען די ימי הספירה, טעג וואס מיר ארבעטן צו ווערן נענטער צו השי"ת און טוען דעם רצון ה' בשלימות, און טאקע דערפאר ציילן מיר טעג, אבער נישט סתם טעג נאר טעג וואס מיר האבן קונה געווען און געמאכט אינגאנצען אונזערס.
אבער ס'איז באוואוסט אז די ימי הספירה האט אין זיך נאך א זייט, דאס איז דער ענין פון אבלות, ס'זענען טעג פון צער און טרויער, מיר מאכן נישט קיין שמחות, מיר הערן נישט קיין מוזיק, וכו' כדי צו פארשטיין דער ענין לאמיר אריין קוקן אין חז"ל ווי די גמרא זאגט (יבמות סב ב) שנים עשר אלף זוגים תלמידים היו לו לרבי עקיבא מגבת עד אנטיפרס וכולן מתו בפרק אחד מפני "שלא נהגו כבוד זה לזה" - צוועלף טויזענט פּאָרן תלמידים האט רבי עקיבא געהאט (דאס מיינט פיר אין צוואנציג טויזענט נפשות) און זיי זענען אלע געשטארבן ווייל זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען איינער פארן צווייטן, און די גמרא זאגט ווייטער כולם מתו מפסח ועד עצרת דאס אלעס האט פאסירט צווישן פסח און שבועות... ווען מ'זעט די ווערטער כאפט אָן א ציטער און ס'פרעגט זיך ...ווייל זיי האבן נישט געגעבן כבוד איינער פארן צווייטן פאר דעם זאל קומען אזא געפערליכע עונש? און בכלל פארוואס עפעס דווקא אין די טעג צווישן פסח און עצרת?
לאמיר אריין קוקן אין די וואכעדיגע פרשה וואו די תוה"ק איז אונז מצווה די מצוה פון שמיטה דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל ...וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ שַׁבָּת לה' שֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְרַע שָׂדֶךָ וְשֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְמֹר כַּרְמֶךָ וְאָסַפְתָ אֶת תְּבוּאָתָהּ וּבַשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן יִהְיֶה לָאָרֶץ - און די ערד זאל רוען א שבת פאר השי"ת, זעקס יאר זאלסטו אָנזייען די פעלדער און וויינגערטנער, איינזאמלען די תבואה, און ביים זיבעטען יאר זאלסטו רוען פאר השי"ת. דאס אז די תוה"ק הייבט אָן מיט די ווערטער ושבתה הארץ שבת לה' דארף א הסבר, עס וואלט קודם געדארפט שטיין שש שנים תעבוד, מען זאל ארבעטן זעקס יאר, און דערנאך ושבתה הארץ שבת לה', אז ביי די זיבעטע יאר זאל זיין שמיטה, ווייל רוען קומט דאָך געווענליך נאָכן ארבעטען?
רש"י זאגט מה ענין שמיטה אצל הר סיני והלא כל המצות נאמרו מסיני? אלא מה שמיטה נאמרו כללותיה (ופרטותיה) ודקדוקיה מסיני, אף כולן נאמרו כללותיהן ודקדוקיהן מסיני. - וואס איז דער ענין פון שמיטה צו הר סיני? נאר עס קומט אונז לערנען אז אזוי ווי ביי שמיטה האט די תוה"ק געשריבן איעדע קליינע פרט ופרט אזוי אויך ביי די אלע אנדערע מצוות וואס זענען געגעבן געווארן ביי סיני איז עס געזאגט געווארן מיט איעדע פרט ופרט. רש"י האט טאקע זייער שיין פארענטפערט דער שייכות פון שמיטה מיט הר סיני, אבער די קשיא איז נאך אלץ שווער פארוואס עפעס דייקא ביי שמיטה האט די תוה"ק געשריבן מיט אלע אירע פרטים און דקדוקים?
ברוך איז געווען א קינד פון זייער א אָרימע און צובראכענע שטוב, ער איז שטענדיג געווען דער שוואַכיטשקער אינגל אין קלאס, ביי ריעסעס פלעגט ער גיין שנאָרן פון אנדערע קינדער, ער פלעגט אלץ קומען מיט צוריסענע ספרים וואס ער האט געטראפן ביי די שמות טראק, אבער ברוך'ל פלעגט אלץ זאגן ווען איך וועל גרויס ווערן וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן פון די אָרימע און צובראכענע, איך וועל זיי העלפן און זיכער מאכן אז יעדע קינד קומט און חדר אייניג ...איך וועל זיי געבן נייע ספרים, ריעסעס, שפילצייגן, און אייביג שטיין צום האנט פון קינדער וואס דארפן, נישט ער אליין און נישט אנדערע האבן זיך אמאל געחלומט אז עפעס וועט נאך פון איהם ווערן...
די יארן לויפן אדורך און די רעדל האט זיך א דריי געגעבן ברוך האט זייער מצליח געווען און זיינע געשעפטן, היינט איז ער שוין דער באוואוסטער ר' ברוך, ויהי היום איין שיינעם טאג שטייט דער מנהל פון זיין אמאליגער חדר ביים טיר ... שלום עליכם ר' ברוך וואס מאכט איהר עפעס אזוי, ווי גייט עס, מיר ווילן אייך נישט אויפהאלטן מיר זענען געקומען נאך געלט פאר א קינד ביי אונז אין מוסד וואס דארף ....איין מינוט, אנטשולדיגט מיר איך בין זייער פארנומען רופט מיר שפעטער, ר' ברוך פרובירט זיך ארויסצודרייען מיט כל מיני סיבות... ווען פלוצלינג הערט זיך א קלאפ און א צווייטע מוסד שיקט א שיינע מתנה, זיי האפן צו זעהן אפאר דאלער אבער ברוך איז ווייט פון דער אלטער טיילער... ער האט אינגאנצן פארגעסן די מצב וואס ער איז אמאל געווען... ביז דער מנהל זאגט ר' ברוך דערמאן דיך דיינע קינדערישע יארן וואס די ביסט אדורך ווי די פלעגסט קומען און חדר מיט ליידיגע הענט ווי שווער עס איז דיר געווען? ... ברוך צעוויינט זיך....
אין חז"ל איז דא אסאך טעמים אויף די מצוה פון שמיטה, איינע פון די שטארקע טעמים איז אונז צו לערנען, געדענק! אז עס איז געווען א צייט וואס די האסט נישט געהאט א פעלד, אלעס וואס די האסט יעצט איז אמאל געליגן ביי א צווייטן אין די האנט, עס איז א מתנת חנם פון השי"ת, ער האט דיר דאס געגעבן, און יעצט ווען די האסט יא ב"ה, ס'גייט דיר גוט, געדענק אז ס'געווען א טאג וואס די האסט נישט געהאט און דעמאלטס האסטו געטראכט ...ווען איך וועל האבן וועל איך... ...איך וועל זיכער מאכן אז מיינע חבירים זענען מסודר וכו' וכו' יעצט ווען השי"ת האט דיר געגעבן געדענק פון דיין חבר קוק צו אים, זיך אים אויף, פרעג זיך נאָך, ואהבת לרעך כמוך האב ליב דיין חבר פונקט ווי זיך אליין, לייג זיך אריין אין זיין מצב... זעה וואס ער גייט אדורך און פרוביר מיט אלע דיינע כוחות אים צו העלפן.
דאס זאגט אונז די תוה"ק אין די פרשה פון שמיטה ושבתה הארץ שבת לה', עס פאנגט זיך אָן מיט א שבת, וואס שבת איז א צייט וואס מען ארבעט נישט, מען האט די צייט צו זיין און קאַנטאַקט מיטן מחשבה צו מאכן א חשבון הנפש און טראכטן פון א צווייטן, און שפירן דאס וואס מיין חבר שפירט, דער נאך געבט זיך די רעדל א דריי ווי די פסוק זאגט שש שנים תזרע זעקס יאר זאלסטו אָנזייען מען ארבעט פלייסיג און בסייעתא דשמיא איז מען מצליח די ביזנעס פאנגט אָן בליען, און די אלע גוטע פלענער און מחשבות ווי ...וואס ס'וועט זיין ווען איך וועל האבן, ווערן פארגעסן, מען פארגעסט אז דער חבר האט נישט, און דער אנדערע חבר מיטשעט זיך, זאגט די תוה"ק ובשנה השביעית שבת לה', ביים זיבעטע יאר שטעל זיך אָפ, ארבעט נישט, ס'איז נאכאמאל א צייט פון חשבון הנפש א יאר פון שפירן וואס דיין חבר גייט אדורך, א יאר פון לאזן אלעס הפקר פאַרן אָרימאַן און זיך אריין לייגן אין זיין מצב, מיט שפירן וואס דאס הייסט אז מען האט נישט קיין פרנסה און זיך דערמאנען אז אויך איך האב אמאל גארנישט געהאט.
שמיטה איז זייער א יסודות'דיגע מצוה ווי מיר זעען ביי די תוכחה אז תרצה הארץ את שבתותיה אז טאמער די יודן וועלן נישט האלטן שמיטה וועלן זיי ווערן פארטריבן פון הייליגן לאנד, ווייל אז מען פארגעסט זיך אומצוקוקן אויף א צווייטען יוד דעמאלטס פארלירט מען אלעס, וועגן דעם זאגט אונז רש"י אז דער ענין פון שמיטה האט פרטים וואס איז אזוי יסודות'דיג אז דוקא ביי דעם האט די תוה"ק געשריבן די פרטים און נישט ביי אנדערע, ווייל דער ענין דארף זיין ביי די גאנצע תוה"ק ביי אלע אנדערע מצוות "לייג זיך אריין אין דיין חבר'ס מצב"...
לאמיר זיך פארשטעלן ווי מיר גייען אין גאס און פלוצלינג זעהן מיר ווי איינער האַקט אויף א קליין ביימעלע, פארשטייט זיך אז מיר וועלן אים גלייך אָפשטעלן ...וואס טוסטו מיט דעם קליין יונג ביימעלע?! אבער אז מיר וועלן זעהן ווי איינער האַקט אויף א גרויסע בוים וועלן מיר זיך נישט אפשטעלן און עס אפשר ניטאמאל באמערקן, ווייל ווי פארשטענדליך א יונג ביימעלע וואס ער האלט נאך אינמיטן וואקסן איז מיט א קליין האַק וועט ער אויסגעריסן ווערן, אבער דער גרויסע בוים קען מען האַקן און האַקן ער בלייבט שטיין פעלזן פעסט...
די ימי הספירה זענען טעג פון גידל, טעג וואס מיר וואַקסן, און ביי טעג וואס מען וואַקסט איז א יעדע קליינע האַק זייער שעדליך און גאר א גרויסע סכנה, די הייליגע תלמידי רבי עקיבא וואס האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה, זענען אוועק גענימען געווארן דווקא אין די ימי הספירה ווייל פון הימל האט מען שטארק מקפיד געווען, ווייל עס זענען טעג פון וואקסן און א יעדע קלייניגקייט, א קליינע האַק און אפילו נישט דווקא א האַק נאר זיך נישט נוהג כבוד זיין איינער פארן צווייטן מאכט א גרויסע און שטארקע רושם...
טייערע חבירים! יעצט ווען מיר שטייען אין די וואך פון יסוד, ארבעטן מיר אויף די יסודות וואס די תוה"ק שטעלט אונז אוועק און טאקע רבי עקיבא איז דער וואס זאגט אונז ואהבת לרעך כמוך "זה כלל גדול בתורה" עס איז א יסוד גדול בתורה, האב ליב דיין חבר פונקט ווי זיך, און אונזער פרשה גייט א טריט ווייטער ...שמיטה לייג זיך אריין אין דיין חבר'ס מצב זעה וואס ער גייט אדורך, געדענק אז נישט צו לאנג צוריק האסטו אויך נישט געהאט... און שטעל זיך אפ איעדע שטיק צייט און מאך שבת! א טאג פון חשבון הנפש, א צייט וואס די לייגסט זיך אין דיין חבר'ס שיך און שפירסט ווי ער שפירט... ווען ער וויינט, וויינסטו, און ווען ער שמייכלט, שמייכעלסטו...!
לסיכום: געדענק
• יעצט ווען די האסט! שטעל זיך אפ איעדע שטיק צייט און מאך א חשבון הנפש...
• ס'איז געווען א טאג וואס די האסט נישט געהאט, און געמאכט פלענער אז ווען די וועסט האבן...?!
• שטעל אלעס אָפ און לייג זיך אריין אין דיין חבר'ס מצב... שפיר מיט וואס ער גייט אדורך..!