חידושים אויף שבועות!!!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

חידושים אויף שבועות!!!

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דינסטאג מאי 15, 2012 8:54 pm

ויצא משה את העם לקראת האלקים מן המחנה ויתיצבו בתחתית ההר (שמות יט יז).
פון דא קומט דער מנהג אז מיר זענען אויף שבועות ביינאכט, ווייל די אידישע קינדער זענען פארשלאפן יענע נאכט בעפאר קבלת התורה, אויף אזוי ווייט אז משה רבינו האט זיי געדארפט אויפוועקן, און כדי דאס צו מתקן זיין דעם פגם דערפאר זענען מיר אויף (מ"א סי' תצ"ד).

א) דארף מען פארשטיין לכאורה ווי אזוי האט דאס טאקע געקענט פאסירן, אז אידישע קינדער זאלן זיך לייגן שלאפן, דארט ווי זיי ווייסן אז דאס גאנצע ארויסנעמען פון מצרים, דער תכלית איז דאך געווען אז מען וועט מקבל זיין די תורה הק' אויפן בארג סיני, און אידישע קינדער האבן דאך געציילט ספירה יעדן טאג נענטער און נענטער, און פונקט בשעת מעשה ווען עס קומט אן דער טאג פון קבלת התורה זאלן זיי זיך לייגן שלאפן.
ב) נאך פרעגט שוין דער מגן אברהם, מיר רופן אן דעם יו"ט 'יום מתן תורתינו', לכאורה די תורה איז דאך געגעבן געווארן די איין און פופציג'סטער טאג, ווייל די אידן זענען דאך ארויסגעגאנגען פון מצרים איז געווען דאנערשטאג, און די תורה האט מען דאך געגעבן אום שבת, אויב אזוי איז דאס שוין געווען די איין און פופציג'סטער טאג, און מיר האבן דעם יו"ט שבועות די פופציג'סטער טאג, און מיר רופן דאס אן יום 'מתן תורתנו', לכאורה איז דאך דעמאלטס נישט געווען מתן תורה.
ג) אין די גמ' געפונען מיר (שבת פו:) א מחלוקת צווישן די רבנן און ר' יוסי ווען עס איז געגעבן געווארן די תורה, די רבנן האלטן אז ו' סיון איז געגעבן געווארן די תורה, און ר' יוסי האלט אז ז' סיון. דארף מען פארשטיין, אונז ווייס מיר דאך אז אלו ואלו דברי אלקים חיים, לכאורה ווי אזוי קען מען זיך קריגן אין א מציאות ווען די מעשה איז געשעהן, עס האט דאך נאר געקענט פארקומען אין איין טאג, ווי אזוי שטימט עס מיטן מציאות.
ד) מיר געפונען אין די תורה ווען דער אויבערשטער האט געזאגט אז מען זאל זיך גרייטן צו קבלת התורה זאגט דער פסוק (שמות יט יא) והיו נכונים ליום השלישי, איז רש"י מפרש אז דאס מיינט מען ו' סיון, און ווען משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן שטייט אין פסוק (שם שם טו) היו נכונים לשלושת ימים, איז רש"י מסביר אז דאס מיינט לסוף ג' ימים הוא יום ד' שהוסיף משה, ד.ה. נאך די דריי טעג, ולדברי האומר בששה בחודש ניתנה ולשלושת ימים כמו ליום השלישי. דארף מען פארשטיין, לכאורה איז דאס אביסל א דוחק, ווייל למעשה איז דאך נישט דאס די טיישט פון 'לשלושת'.
ה) אין די גמרא טרעפן מיר (פסחים סח:) רבי יוסף האט געזאגט, אי לאו האי יומא דקא גרים כמה יוסף איכא בשוקא. דארף מען פארשטיין וואס איז דער לשון 'האי יומא' - דעם טאג, לכאורה האט דאך דאס נישט מיטן טאג, עס האט דאך דער עיקר מיט דעם וואס דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה, וואלט ער געדארפט זאגן אי לאו 'קבלת התורה' וכו', פארוואס זאגט ער 'האי יומא' כאילו עס האט צוטוהן מיטן טאג.
ו) נאך איז שווער צו פארשטיין, מיר ווייסן דאך אז רבי יוסף איז געווען דער געוואלדיגער עניו, אזוי ווי די גמ' ברענגט (סוטה מט:) ער האט געזאגט לא תתני ענוה דאיכא אנא, אויב אזוי, ווי אזוי האט ער געזאגט דא אזעלכע ווערטער, ווי כאילו ער איז אסאך גרעסער פון אסאך אנדערע אין תורה, דאס זעהט דאך נישט אויס ווי ער איז אן עניו, פונקט פארקערט, דאס זעהט אויס ווי ווערטער פון גאוה, ער האלט זיך גרויס אז ער האט זוכה געווען צו זיין א גדול בתורה.

נאר מען קען דאס פארשטיין, בהקדם וואס דער הייליגער קדושת לוי טייטשט אויף דעם וואס מיר זאגן אין די הגדה, אלו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו, פרעגט ער, וואסערע טובה איז דאס אז דער אויבערשטער האט אונז דערנענטערט צום בארג סיני און נישט געגעבן די תורה, לכאורה די גאנצע מעלה פון זיין ביים בארג סיני איז דאך כדי צו מקבל זיין די תורה. נאר זאגט דער הייליגער קדושת לוי, אז בשעת אידישע קינדער זענען צוגעקומען צום בארג סיני איז פסקה זוהמתן, דער יצר הרע האט זיך אפגעטוהן פון זיי, און זיי האבן שוין משיג געווען די גאנצע תורה, אזוי ווי די אבות הק' האבן אויך משיג געווען די תורה בעפאר מען האט דאס געגעבן. ממילא דערפאר אפילו נאר דער אויבערשטער וואלט זיי דערנענטערט צום בארג סיני, ולא נתן לנו את התורה בפועל ממש מיט דעם אלעם 'דיינו', וואלט שוין אויך גענוג געווען.
נאך וועלן מיר מקדים זיין, לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז טאקע געווען דער ענין פארוואס האט משה רבינו מוסיף געווען נאך א טאג צו קבלת התורה. נאר מען קען דאס פארשטיין בהקדם אויף דעם וואס דער הייליגער ר"ר אליעזר'ל קאמארנא'ער זי"ע (מובא בספר נוצר חסד פ"ה מ"כ) האט געפרעגט אויף די מאמר חכמינו ז"ל (נדרים לח.) חמשים שערי בינה נבראו בעולם וכולן נמסרו למשה חוץ מאחד. דארף מען פארשטיין, קודם זאגט ער אז עס איז דא פופציג שערי בינה און אלעס איז איבערגעגעבן געווארן פאר משה רבינו, און גלייך דערנאך זאגט ער 'חוץ מאחד', איז משמע אז נישט צו אלעס האט ער זוכה געווען צו משיג זיין, עס האט געפעלט איין שער. ענטפערט ער, אז אין אמת'ן אריין איז יא אלע שערים איבערגעגעבן געווארן פאר משה רבינו, נאר די פופציג'סטע שער דאס איז די בחינה אז א מענטש קומט צו צו די מדריגה פון 'אַין', ער האלט זיך פאר גארנישט, ממילא די בחינה פון אַין דאס קען מען נישט איבערגעבן, ווייל דאס האט נישט קיין 'יש'. דערפאר שטייט דא דער לשון, 'חמשים שערי בינה נבראו בעולם', און טאקע משה רבינו האט משיג געווען אלע פופציג, אבער 'נמסרו' איז געווען 'חוץ מאחד' איז נאר געווען ניין און פערציג, ווייל אויף די פופציג'סטע שער איז נישט שייך דעם לשון פון 'מסירה' פון איבערגעבן.
ממילא לפי זה קען מען זאגן אז דאס איז אויך געווען ביי מתן תורה, די אידישע קינדער האבן יעדן טאג געציילט ספירה, און זוכה געווען צו נאך א שער און נאך א שער, ביז עס איז אנגעקומען די פופציג'סטע טאג, דעמאלטס האבן זיי זוכה געווען צום שער החמשים, צו די מדריגה פון אַין, איז אה"נ זיי האבן דעמאלטס נישט זוכה געווען צו נתינת התורה בעין ממש, ווייל אזוי ווי האבן פריער געשמועסט אז דאס איז נישט שייך צו איבערגעבן, אבער אין יענעם טאג האבן זיי שוין משיג געווען די גאנצע תורה דורך די נשמה. דערפאר האט משה רבינו מוסיף געווען נאך א טאג, אז דעם קומענדיגן טאג זאלן זיין מקבל זיין די תורה בעין, בפועל ממש דורכן גוף אויך, נישט נאר די נשמה זאל זוכה זיין צו די תורה, נאר דער גוף זאל דאס באקומען, עס זאל זיין א נתינה בעין.
לויט דעם איז שוין זייער פארשטענדליך [קושיא ג'] די מחלוקת צווישן די רבנן און ר' יוסי, אלו ואלו דברי אלקים חיים ומר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי, ווייל דער וואס זאגט אז ו' סיון איז געגעבן געווארן די תורה איז זייער גערעכט, ווייל דעמאלטס האבן אידישע קינדער זוכה געווען צו משיג זיין די תורה דורך די נשמה, אבער די נתינה בעין איז נישט דעמאלטס געווען. און דער וואס זאגט אז ז' סיון איז געגעבן געווארן די תורה איז זייער גערעכט, ווייל די נתינה בעין בקולות וברקים וכו' איז טאקע געווען אין ז' סיון, וואס דעמאלטס האט אויך דער גוף זוכה געווען צו תורה.
לפי זה איז שוין זייער פארשטענדליך [קושיא ב'] פארוואס מיר רופן אן דעם יו"ט שבועות - ו' סיון - זמן מתן תורתנו, ווייל מיר האבן טאקע משיג געווען אין דעם טאג די גאנצע תורה, עס איז נאר אבער געווען די נשמה האט דאס משיג געווען, משא"כ דער גוף האט הערשט באקומען די תורה ז' סיון.
איז קודם מתן תורה ווען משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן היו נכונים 'לשלושת' ימים, האבן די אידן געהאט א ספק וואס דאס מיינט, צי מיינט דאס ו' סיון, דעם דריטן טאג, אדער מיינט דאס ז' סיון, ד.ה. סוף צום פון די דריי טעג - אזוי ווי די מח' פון די רבנן און ר' יוסי. ממילא יעצט ווען זיי האבן געזעהן אין ו' סיון ווי זיי האבן משיג געווען די תורה דורך די נשמה, האבן זיי געמיינט אז דאס איז די קבלת התורה וואס משה רבינו האט געזאגט אז דער אויבערשטער וועט זיי געבן [ומתורץ קושיא ד']. ממילא האבן זיי געמאכט א ק"ו, אויב אזוי, מה-דאך ווען מיר זענען נאך געווען אינעם חומר פונעם גוף האבן מיר שוין משיג געווען די גאנצע תורה, און דאך אודאי און אודאי ווען מיר וועלן זיך לייגן שלאפן, און אונזער נשמה וועט זיך אפטוהן פונעם גוף וועלן מיר דאך אודאי משיג זיין די תורה אויף נאך א העכערע בחינה, דערפאר זענען זיי געגאנגען שלאפן, כדי נאך מער צו מקבל זיין די תורה, און דאס איז אלעס געווען אויפן חשבון אז זיי האבן געהאלטן אז די קבלת התורה וועט נאר זיין פאר די נשמה, נישט פארן גוף, עס וועט נישט זיין קיין נתינה בפועל [ומתורץ קושיא א'].
איז אבער משה רבינו געקומען און זיי אויפגעוועקט, ווייל ער האט געוואלט אז זיי זאלן מקבל זיין די תורה טאקע מיטן גוף הגשמי, בפועל ממש, און ויצא משה את העם לקראת האלקים, זיי מודיע צו זיין, אז דאס וואס זיי האבן ביז יעצט מקבל געווען איז אפילו נאך נישט די התחלה, הערשט יעצט הייבט זיך אן די קבלת התורה בעין דורכן גוף. און דאס איז פשט ויתיצבו בתחתית ההר, ער האט זיי געוויזן אז מען איז נאך 'בתחתית', מען האט נאך גארנישט מקבל געווען.
קומט אויס, אז דער טאג - ו' סיון - טוט אונז מרמז זיין, אז אסאך מאל מיינט מען, מען האט שוין געלערנט כל התורה כולה, ווייזט אונז דער טאג אז מען דארף צו וויסן אז מען האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן, אזוי ווי מיר זעהען דא ביי קבלת התורה, זיי האבן געמיינט אז זיי האבן שוין אלעס מקבל געווען, דערווייל זענען זיי שפעטער געוואויר געווארן אז עס האט זיך נאך נישט אנגעהויבן די קבלת התורה. אזוי אויך איז אין ו' סיון האבן זיי זוכה געווען צו די מדריגה פון 'אַין' זיך צו האלטן פאר גארנישט, - אזוי ווי מיר האבן פריער געשמועסט - זיי האבן זוכה געווען צום שער החמשים וואס דאס איז אַין. לפי זה איז שוין זייער גוט [קושיא ה' וו'] וואס רבי יוסף האט געזאגט, אי לאו האי יומא, ווען נישט דעם טאג ו' סיון וואס לערנט אונז אז מיר דארפן זיך פירן בעונה, צו וויסן אז מען האט בכלל נאך נישט אנגעהויבן צו משיג זיין עפעס פון די תורה, דעמאלטס כמה יוסף איכא בשוקא, וואלט איך זיך געהאלטן אזוי ווי אלע מענטשן, ד.ה. ער וואלט געהאלטן אז ער איז יא עפעס, אבער דורך דעם טאג האט ער זיך געלערנט זיך צו האלטן פאר גארנישט, פאר אַין, בענוה. קומט אויס אז זיינע ווערטער זענען געווען מלא ענוה, נישט ח"ו קיין גיאות.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » מיטוואך מאי 16, 2012 1:14 pm

עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה הכתובה מסיני. עליונים גייט בפשטות ארויף אויף די מלאכים, אז די מלאכים האבן זיך געפריידט ווען דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, און אזוי זעהן מיר טאקע און וזאת הברכה ואתא מרבבות קודש, אז כיתות פון מלאכים זענען געקומען מיט האלטן ווי דער אויבערשטער געט די תורה, דארף מען פארשטיין, פארוואס טאקע האבן זיי זיך געפריידט, זיי זענען דאך געווען די וואס האבן גע'טענה'ט תנה הודך על השמים, אז מען זאל נישט געבן די תורה פאר די אידן, אויב אזוי וואס איז דער פשט 'ששו', זיי האבן זיך געפריידט אז מען נעמט אוועק די תורה פון זיי.
בפשטות וואלט מען געקענט ענטפערן, אז עליונים גייען ארויף אויף די אבות הק', אז די אבות הק' האבן זיך געפריידט ווען דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה פאר זייערע קינדער, אבער באמת עליונים מיינט דאך, כל דרי עליונים, אלע וואס זענען אויבן, און אין דעם איז נכלל אויך די מלאכים, אויב אזוי, איז הדרא קושיין לדוכתי'.
נאך דארף מען פארשטיין, וואס איז דער לשון בקבלת תורה הכתובה 'מסיני', וואס האט צו טוהן די שמחה פון די עליונים ותחתונים מיט דעם אז די תורה איז געגעבן געווארן מסיני, די שמחה איז געווען פשוט ווייל דער אויבערשטער געהאט געגעבן די תורה, וואלט גענוג געווען אז עס שטייט 'בקבלת תורה'.
עס איז א מנהג ישראל אז מען איז אויף די נאכט פון שבועות, און עס ווערט געברענגט דער טעם, ווייל דאס איז א תיקון אויף דעם וואס די אידן זענען געשלאפן די נאכט פון קבלת התורה, דארף מען טאקע פארשטיין, ווי קומט דאס אז די אידן האבן זיך געקענט אין אזא הייליגע נאכט, וואס מארגן גייט מען געבן די תורה, וואס דאס איז דאך געווען דער גאנצער תכלית פון יציאת מצרים, צו צוקומען צום קבלת התורה, זאלן זיך די אידן לייגן שלאפן, און אזוי טיף שלאפן אז עס האט אויסגעפעלט אז משה רבינו זאל זיי קומען אויפוועקן.
נאר מען קען זאגן, אז די אידן האבן זיך געלייגט שלאפן מיט א גוטע כוונה, ווייל די אידן זענען געוואויר געווארן וואס עס טוט זיך אפ יעצט אין הימל, מיט די טענה פון די מלאכים, אז תנה הודך על שמים, אז עס איז נישט קיין כבוד פארן אויבערשטן אז זיין תורה זאל מען געבן צו דעם נידעריגן וועלט, צו אזא שפל'דיגע ערד, נאר 'על השמים כבודו', דער כבוד פון אויבערשטן איז אין הימל, און באמת איז דאך דאס טאקע א מורא'דיגע גוטע טענה, אבער פון די צווייטע זייט האבן זיי געוואוסט אז דער אויבערשטער וועט זיכער געבן די תורה פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט (ירמי' לג) 'אם לא בריתי יומם ולילה חקות שמים וארץ לא שמתי', און אזוי ווי די גמ' זאגט (ע"ז ג.) אם ישראל מקבלין את התורה מוטב, ואם לאו אחזיר אתכם לתוהו ובהו, ממילא האבן זיי געטראכט, די תורה וועט זיכער אנקומען צו אונז, איי וואס וועט זיין מיט די טענה פון די מלאכים - האבן זיי געטראכט - דער אויבערשטער וועט מאכן א פשרה, דער אויבערשטער וועט געבן די תורה אין הימל, און ער וועט ארויפנעמען די אידן אהין, ווי אזוי, דורכדעם וואס אידן וועלן זיך לייגן שלאפן, און בשעת'ן שלאפן גייט דאך די נשמה ארויף אין הימל, און אזוי וועלן זיי באקומען די תורה.
אבער דער אמת איז, אז די אידן האבן נישט געוואוסט אז דער אויבערשטער וויל געבן די תורה פאר די אידן, טאקע דייקא דא אינם עולם השפל, אינם עולם הגשמי, ווייל דער אויבערשטער האט דא געוואלט ווייזן, אז עס איז זיך משפיל אפילו צו די שפלים, שבמקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו, ווייל כלל ישראל זענען דאך יעצט געווען אין אזא שפל המצב, זיי זענען געווען עבדים צו די מצריים - די גרועים שבאומות, און זיי זענען געווען אזוי פארשקלאפט, זיי האבן נישט געהאט פאר וועם זיך אויסצורעדן, איז דער אויבערשטער געגאנגען און אויפגעהויבן די אידן פון דארט, און דוקא פאר זיי האט ער געוואלט געבן זיין תורה.
און לגבי די טענה פון די מלאכים אז דאס איז נישט קיין כבוד פארן אויבערשטען, מה אנוש כי תזכרנו, אז דער מענטש איז נישט חשוב, און דאס איז נישט לפי כבודו, האט דער אויבערשטער געזאגט פאר זיי, פונקט פארקערט, טאקע דערפאר ווייל דער מענטש איז נישט חשוב און ער איז שפל, וועגן דעם וויל איך געבן די תורה פאר זיי, ווייל דאס איז מיין כבוד אז איך בין זיך משפיל אפילו צו די שפלים.
אזוי ווי די מלאכים האבן דאס געהערט אז דער רצון פונם אויבערשטן איז זיך משפיל צו זיין, אין געבן די תורה פאר די אידן, און דאס איז דער כבוד פונעם אויבערשטן, האבען זיי זיך אלע געפריידט, וויייל זייער גאנצע טענה איז נאר געווען לבודו פונם אויבערשטען, און אויב דאס איז דער כבוד פונם אויבערשעטן איז 'עליונים ששו' האבן זיי זיך געפרייט.
מיט דעם קען מען פארשטיין, וואס עס שטייט, ההרים רקדו כאילים, אז זיי זענען געווען בטוח אז דער אויבערשטער וועט געבן די תורה אויף זיי, לכאורה פון ווי איז זיי בכלל געקומען די מחשבה אז דער אויבערשטער זאל געבן די תורה אויף זיי. נאר וויבאלד זיי האבן געהערט די טענה פון די מלאכים אז די תורה דארף זיין אין הימל, און זיי האבן אויך פארשטאנען אז דער אויבערשטער וועט עס אבער געבן פאר די אידן האבן זיי געטראכט אז דער אויבערשטער וועט מאכן א פשרה, מען וועט דאס געבן נישט אין הימל, אבער אויך נישט אויף די נידעריגע ערד, נאר מען וועט דאס געבן אויף א הויכן פלאץ אויף דער וועלט, ממילא האבן זיי אלע געהאלטן אז די תורה וועט מען געבן אויף זיי.
אבער דער אמת איז דאך נישט אזוי, דער אויבערשטער האט אויפגעזיכט דוקא די שפלים און פאר זיי האט ער געוואלט געבן די תורה, דאס איז פשט עליונים ששו, די מלאכים האבן זיך געפריידט, ותחתונים עלזו, בקבלת תורה הכתובה 'מסיני', דוקא, ווייל מיט דעם וואס דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה אויפן בארג סיני, האט ער געוויזן אז זיין רצון איז זיך משפיל זיין צו די שפלים, ממילא האבן זיי זיך שוין געפריידט אז דער אויבערטער געט די תורה פאר די אידן אויף דער וועלט.
קומט אויס לויט דעם, אז די אידן האבן נישט געטוהן קיין שום עוולה מיט דעם וואס זיי זענען געגאנגען שלאפן, אויב אזוי, פארוואס מאכן מיר א תיקון פאר דעם.
נאר מען קען זאגן, עס שטייט אין פסוק (יהושע א ח) והגית בו יומם ולילה, אז א יעדער איד איז מחיוב צו לערנען א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט, נאר מען קען דאך נישט לערנען א גאנצע נאכט, ווייל דער גוף מוז דאך שעפן נאך כוחות, מוז מען שלאפן צו האבן ווייטער כח, איז מיט דעם וואס מען איז אויף אין די נאכט, מיט דעם ווייזט מען אז באמת וויל מען אויף זיין אלע נעכט און הארעווען אין תורה, נאר דאס וואס מען גייט שלאפן איז פשוט ווייל מען איז נישט בכח צו אויף זיין אלע נעכט, און אונז טרעפן דאך אין די גמ' (ראש השנה ב:) אז יום אחד בשנה חשוב שנה, מיט דעם וואס מען איז אויף שבועות ביינאכט, איז דאס חשוב און דאס ווערט גערעכענט אזוי ווי מען וואלט אויפגעווען אלע נעכט, און מען וואלט עוסק געווען אין תורה, ווייל מיט דעם ווערט נתגלה אונזער אמת'דיגן רצון, און אויף דעם ענין מאכן מיר דעם תיקון, צו מתקן זיין אלע נעכט.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג מאי 17, 2012 2:48 pm

עס איז א מנהג ישראל אויף צו זיין די ערשטע נאכט שבועות, און אין די פוסקים זאגן דעם טעם ווייל די אידן האבן זיך געלייגט שלאפן פאר קבלת התורה, און משה רבינו האט זיי געדאפרט אויפוועקן, אזוי ווי דער פסוק זאגו ויוצא משה לקראת האלקים וגו', וועגן דעם איז מען אויף די נאכט, כדי דאס צו מתקן זיין.
לכאורה דארף מען פארשטיין, ווי קומט דאס טאקע אז די אידן זאלן זיך לייגן שלאפן, און אזא צייט וואס מען ווייסט אז מען גייט מארגן מקבל זיין די תורה, זיי האבן זיכער געהאט עפעס א כוונה דערביי.
נאר וואס דען, די תורה איז צוטיילט אין פיר חלקים, פשט רמז דרוש סוד. אנקעגן דעם איז דא די ד' עולמות, אצילות יצירה בריאה עשיה, פשט איז אנקעגן עשי', רמז איז אנקעגן בריאה, דרוש איז קעגן יצירה, און סוד איז קעגן אצילות, און אויף דער וועלט וואס מען איז שקוע בגשמיות, און מען זעהט נאר גשמיות קען מען נישט זיין אין עולם האצילות, נאר ווען מען לייגט זיך שלאפן, דעמאלטס גייט די נשמה העכער און העכער, ביז עס קומט אן צו עולם הראי' - אצילות, דעמאלטס זעהט מען נישט קיין גשמיות, קען מען זוכה זיין צו זעהן רוחניות.
אזוי ווי מיר ווייסן, דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע ער האט זיך זיבן יאר פארבינדן די אויגן, און נאכדעם האט ער נישט געקענט זעהן אזוי גוט, אעפ"כ איז ער געווען דער "חוזה", וואס האט געזעהן ווייט ווייט אוועק, ווייל ער איז געווען אין עולם האצילות, וואס איז עולם הראי', ממילא האט ער זוכה געווען צו זעהן אלעס.
קען מען זאגן דאס האבן די אידן געוואלט טוהן, זיי זענען דורכ'ן שלאפן נתעלה געווען ביזן עולם האצילות, און זיי האבן אזוי געוואלט מקבל זיין די תורה, אויף אזא הויכע בחינה.
אויף דעם זאגט אבער דער פסוק, ויוצא משה לקראת האלקים, משה רבינו האט געוואלט אז די אידן זאלן מקבל זיין די תורה דוקא אינעם עולם העשי', ווייל אויב מען וועט נאר מקבל זיין די תורה אינעם עולם אצילות וואס וועט זיין ווען די אידן וועלן זיין אריינגעטוהן אין גשמיות, דעמאלטס וועט מען חלילה אראפפאלן מורא'דיג נידעריג, דעמאלטס ווען מען ח"ו נישט האבן די תורה, וועגן דעם האט ער געוואלט אז די אידן זאלן דאס מקבל זיין דוקא אינעם גשמיות אויך.
דאס איז מרומז אינעם פסוק וירד הוי"ה על הר סיני, דער אויבערשטער האט זיך אראפגענידערט אין דעם עולם העשי', וירד הוי"ה, די אלע פיר אותיות פונעם שם הוי' וואס איז אנקעגן די ד' עולמות, אלעס האט זיך אראפגענידערט אויפן בארג סיני, און אזוי האט מען מקבל געווען אויך אלע פיר חלקים פון די תורה פרד"ס.
דאס איז פשט וואס דער פסוק זאגט וכל העם רואים את הקולות, לכאורה פארוואס האט אויסגעפעהלט אז עס זאל זיין רואים את הקולות, הקב"ה לא עביד ניסא למגנא, נאר וואס דען, זיי האבן זוכה געווען אז עס איז געווען רואים את הקולות, בבחינת ראי' - פון עולם האצילות.
איז וועגן דעם איז מען אויף שבועות ביינאכט, ווייל אפילו מען איז שקוע אין גשמיות, און מען איז נישט בבחינת ראי' פון עולם האצילות, מיט דעם אלעם האט מען נאך אלץ די תורה מיט זיך.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג מאי 17, 2012 8:50 pm

עס איז א מנהג צו עסן א מילכיגע סעודה אין שבועות, די גמ' זאגט (ב"ק דף כג:) ארס נחש בן שיניו, שטייט פון די מקובלים, אז נחש איז די אותיות נ' ש' אינדערמיט א ח'. 'שטן' איז אויך די אותיות ש' נ' און אינדערמיט איז דא דער אות ט'. צוזאמען די אותיות פון אינמיטן איז ח"ט, דאס זאגט די גמ' דא ארס נחש, די גיפט פונעם נחש איז בין שיניו, צווישען די אותיות ש"ן - ח"ט, ווייל דער בייס אליינס פונעם נחש נישט דאס הרג'ט נאר די גיפט וואס ער לייגט אריין, דאס איז פשט לא הנחש ממית אלא החט"א ממית.
דער פסוק זאגט ולבן שינים מחלב, לכאורה פארוואס דארף ער זאגן אז פון מילך ווערט מען ווייס, יעדער ווייסט דאס אז מילך מאכט ווייס. נאר דער פסוק איז מרמז ולבן שינים, די אותיות צווישן שינים, ד.מ. די אותיות ח"ט, דאס וועט ווייס ווערן, עס וועט שוין נישט זיין, מחלב, ווערט דאך געברענגט אז די תורה הק' איז מרמז אויף חלב, אזוי ווי עס שטייט דבש וחלב תחת לשונך, אז דורך די תורה הק' וועט מען ניצל פונעם ארס הנחש וואס ליגט בין שיניו.
ביי מתן תורה שטייט דאך איז געווען פסקה זוהמתן, ממילא איז דאך נישט געווען די אותיות ח"ט, ממילא איז ווייס געווארן די שיני"ם, די אותיות ש"ן, דורכן חלב - דורך די תורה, דערפאר עסן מיר מילכיג שבועות ביום קבלת התורה דאס צו מרמז זיין.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » פרייטאג מאי 18, 2012 11:09 am

די גמ' זאגט, דוד המלך האט געפרעגט פונעם אויבערשטן הודיענו ה' קצי, זאג מיר ווען וועל איך אוועקגיין פון דער וועלט, האט אים דער אויבערשטער געענטפערט גזירה הוא מלפני שאין מודיעין קצו של בשר ודם, האט ער געפרעגט, וועלכע טאג אין די וואך וועל איך שטארבן, האט אים דער אויבערשטער געענטפערט בשבת תמות. זאגט די גמ' פון דעמאלטס אן, כל יומא דשבתא הוה יתיב וגריס, ער האט א גאנצע צייט געלערנט תורה, ממילא האט דער שטן אין נישט געקענט בייקומען, האט ער אים געוואלט שטערן פון לערנען, בחיש באילני, ממילא האט דוד געהערט עפעס אינדרויסן שאקעלט זיך איז ער ארויסגעגאנגען קוקן וואס דאס איז, דעמאלטס איז אראפגעפאלן דער טרעפ, און ער האט זיך אויסגעגליטשט, און האט פאר א רגע מפסיק געווען, דעמאלטס איז ער אים בייגעקומען, ע"כ הגמ'.
דארף מען פארשטיין, דער שטן האט נישט געהאט קיין אנדערע וועג, ווי אזוי צו שטערן דוד המלך פון לערנען, נאר דורכ'ן שאקלען מיט די ביימער.
נאר מען קען זאגן, די מעשה איז דאך געווען שבועות, איינע פון די טעמים פארוואס מען פירט זיך, אז מען ברענגט אריין ביימער אין ביהמ"ד אום שבועות, ווייל בעצרת נדונין אל פירות האילן, נאר אויף דעם איז דאך שווער, אויב אזוי, וואלט מען געדארפט אריינברענגען די פירות, נישט די ביימער. און נאכמער איז שווער, געווענדליך ברענגט מען אריין אין ביהמ"ד אלני סרק, וואס געבן נישט ארויס פירות, און אויב דער גאנצער טעם אין וועגן די פירות האילן, וואלט עמן דאך געדארפט מקפד זיין אריינצוברענגען דוקא ביימער וואס געבן ארויס פירות.
נאר מען קען זאגן, בעצרת נידונין על פירות האילן איז פשט, מען איז דן אויף א בוים וואס גיט נאך נישט ארויס פירות, צי עס זאל אנהייבן ארויסצוגעבן. אזוי ווי מיר געפונען אין פרשת בחקותי, זאגט דער פסוק, אם בחקותי תלכו וכו' ועץ השדה יתן פריו, זאגט רש"י אפילו אלני סרק עתידין ליתן פירות. און די ביימער וואס געבן שוין ארויס פירות איז מען דן צי עס זאל זיין אזוי ווי דער בוים. ממילא איז שוין פארשטענדליך פארוואס מען ברענגט אריין די אלני סרק, ווייל זיי איז מען אויך דן צו זיי זאלן אנהייבן צו געבן פירות, און דוקא די ביימער ברענגט מען אריין, ווייל זיי איז מען דאך דן. און דער עיקר איז אז די פרי זאל זיין מחובר צום בוים.
דא ביי דוד המלך ע"ה, האט דער שטן געזעהן, אז אים אליין וועט ער נישט קענען בייקומען, ער איז שטארק און לאזט זיך נישט פון אים, האט ער געטראכט, ער ועוט זיך כאטשיג פארלייגן אויף די קינדער און אייניקלעך פון דוד, אויף זיינע פירות. ממילא 'בחיש באילני', ווען איינער וויל אראפווארפן פירות פון א בוים, שאקעלט ער דעם בוים, דאס האט ער געטוהן, האט ער געשאקלט דעם בוים, צו מרמז זיין, אה"נ דיר האב איך נישט געקענט בייקומען, אבער די פירות וועלן שוין אוועקפאלן, פון די קינדער און איינקלעך וועלן שוין זיין, וואס וועלן אוועקפאלן.
איפחית דרגא מתותי', עס שטייט פארוואס איז ברא כרעה דאבוה, ווייל ער איז ווי א טרעפל פארן טאטן, אז מיט דעם וואס ער טוט דא מצות און מעשים אויף דער וועלט, קען ער מזכה זיין די עלטערן וואס זענען שוין בעולם האמת, אז זיי זאלן קענען גיין מעלה מעלה, העכער און העכער, ממילא איז דער קינד אזוי ווי א טרעפל אויף וואס דער טאטע קען זיך אויפהייבן צו גיין העכער. ממילא אזוי ווי דוד המלך ע"ה האט דאס געזעהן, אז פון די פירות וועלן אוועקפאלן, איפחית דרגא, איז די טרעפל אונטערגעפאלן.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג יוני 10, 2016 12:40 am

לכ'יוט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך מאי 16, 2018 4:41 pm

געשמאקער האט געשריבן:לכ'יוט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט