מיט א טיפערן בליק - פרשת תזריע-מצורע תשע"ב
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 3:16 pm
מיט א טיפערן בליק פרשת תזריע–מצורע (אבות פרק ב') תשע"ב
בחמלת ה' על שומרי מצוותיו...!
בס"ד
א גיטן טייערע חבירים וידידים..!
די פרשה תזריע-מצורע איז ביי אסאך פון אונז זייער פארוואלקנט, ס'איז עפעס נישט קלאר... נגעים, צרעת, ספחת, בהרת, אבות, תולדות, די אלע שווערע דקות'דיגע דינים, ...די כהן באקוקט די נגע, ס'איז גרעסער געווארן... וואשן די קליידער ...געטוישט די קאליר... וכו' און בכלל ווער איז געווען די וואס האט באקומען די צרעת? און וואס האט ער געזינדיגט אז ער איז געשלאגן געווארן מיט צרעת? חז"ל זאגן אונז אז די נגעים זענען נאר געווען אין ארץ ישראל בזמן הבית, דארף מען וויסן פארוואס טאקע? און בכלל בזמנינו, היינטיגע צייטן ווען די אלע נגעים עקזעסטירן נישט מער, וואס האט די פרשה מיט אונז? און אזוי פרעגט זיך אסאך...
מיר געפינען אין אונזער פרשה פינעף מאל די ווארט "תורה" א) זֹאת תִּהְיֶה תּוֹרַת הַמְּצֹרָע ב) זֹאת תּוֹרַת נֶגַע צָרַעַת ג) זֹאת תּוֹרַת אֲשֶׁר בּוֹ נֶגַע צָרָעַת ד) זֹאת תּוֹרַת הַצָרָעַת ה) זֹאת הַתּוֹרָה לְכָל נֶגַע הַצָּרַעַת, מיט דעם וואס די תוה"ק רופט עס אן "תורה" באמערקט מען דאך קלאר אז די תוה"ק וויל אוועק שטעלן א שטארקע יסוד מיט די פרשה, דער לימוד וואס מיר דארפן ארויס נעמען איז יסודות'דיג. לאמיר אריין קוקן אין די פרשה און איר צוזאמען לערנען...
אָדָם כִּי יִהְיֶה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ שְׂאֵת אוֹ סַפַּחַת אוֹ בַהֶרֶת וְהָיָה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ לְנֶגַע צָרָעַת. - א מענטש וואס מ'וועט געפינען ביי איהם א נגע א צרעת וגו' דארף דער מענטש זיך גיין אונטערזוכן ביים כהן, איינשפארן די נגע פאר זיבן טעג, וואשן די קליידער וכו' וכו' נאך די גאנצע אפשאצונג אויב שטעלט זיך ארויס אז דער מענטש איז טאקע טמא, געט דער כהן ארויס דעם פסק, און דער מענטש דארף זיך ארויסציען מחוץ לעיר אויסערן שטאט, ווי די תורה זאגט: בָּדָד יֵשֵׁב, מִחוּץ לַמַּחֲנֶה מוֹשָׁבוֹ, ער דארף זיצן מיט צוריסענע קליידער מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, נישט שערן די האר, אין נישט לאזן קיינעם צוקומען צו זיך דורך שרייען איך בין טמא, בקיצור ער מוז זיך אינגאנצן אפשיידן פונעם ציבור, משפחה, חברים וכו'.
אין די מפרשי חז"ל געפינען מיר "כל זה בחמלת ה' על שומרי מצוותיו" די גאנצע ענין פון נגעים-צרעת, אלעס איז פון גרויס רחמנות פון השי"ת אויף זיינע געטרייע שומרי תורה ומצוות. כדי צו פארשטיין דער ענין לאמיר זיך פארשטעלן: - ר' אברהם דוד דער באוואוסטער ראש הקהל און גרויסע תומך תורה, אלע ווייסן שוין יארן לאנג אז ער אליין איז גאר א גרויסע תלמיד חכם, א הארץ פון גאלד, אלע גדולי ישראל וואס באזיכען שטאט שטייען איין ביי אים אין שטוב, אלע משולחים און נצרכים ווייסן אז דער ערשטע אדרעס איז ביי ר' אברהם דוד, און ווער רעד נאך פון זיין עהרליכקייט, זיין ווארט איז א ווארט, זיינע מידות טובות... פלוצלינג באמערקט ער אויף זיין האנט עפעס א ווייסער מכה ער פרובירט עס אפרייניגן, שמירט קריעמס אבער ס'העלפט נישט, ס'גייט נישט אוועק, באין ברירה גייט ער אריבער צום כהן, און די כהן נאכן אדורכגיין די גאנצע פראדעצור באשטעטיגט יא, עס איז א נגע ...וטמא אתו, בדד ישב מחוץ למחנה, אונזער ר' אברהם דוד קען נישט קומען נאנט אדער שמועסן מיט קיינעם, ער דארף זיך באזעצן ביים עק שטאט ערגעץ נעבן די דזשאנק יארדס, און ער דארף אויפדעקן דעם קאפ און אויסרופן ...טמא! ...טמא! אזוי דארף ער זיין ביז דער נגע גייט אוועק, און עס קען זיך ציען פאר עטליכע וואכן, מ'קען זיך פארשטעלן ווי נעבעכדיג דאס בילד קוקט אויס ווי דער געערטער ראש הקהל דער טאטע פון די קהילה און טאטע פון די שיינע מכובד'דיגע שטוב פון קינדער און איידעמער בני תורה, זיצט זיך מיט צולאזטע צווואקסענע האר, צוריסענע קליידער אין שרייט טמא טמא, ס'קוקט אויס ווי די גאנצע הארעוואניע פון אלע יארן איז ארויס אין מיסט קאסטן, אויס איש מכובד, די גאנצע חשובע סטאטוס זיינע איז ארויס פון פענסטער אין אוועק געפלויגן מיט די ווינט... שרעקליך נעבעך... אזוי פיל מיט צומאכן...
טייערע חבירים! ווער פרעגט נישט ...וואס גייט דא פאר, אזא שרעקליכע צער, אזעלעכע יסורים זאל קומען פאר איינעם ווי אונזער באליבטע טייערע ר' אברהם דוד..?! די נגע, די צרעת וואלט געדארפט גיין פאר רשעים וואס זענען פורק עול פון שמירת תורה ומצוות נישט פאר די אפגעהיטענע אידן, וואס איז פשט אז דאס איז בחמלת ה'?!
נאר עס איז באוואוסט וואס די וועלט זאגט ...שמוץ אויף א שמוציג פלאץ איז נישט קענטיג, ...אבער א קליין שמוצל אויף א ריין פלאץ מאכט א גרויסע רושם! אין א וועלט וואס אלעס אלעס דרייט זיך ארום חיצוניות, אנגעפאנגען ביי די קארס געענדיגט ביים גרויסן נייעם הויז, אלעס איז נאר פון אינדרויסן, עס זאל אויס זעהן ווי עס דארף צו זיין, שיין און פענסי, דער עיקר קאפ און מח ווערט אריין געלייגט אין דער חלק החיצון אין די דעזיין, די קוואליטעט איז נישט אזוי וויכטיג ווי דער דרויסן זאל זיין ווי עס דארף צו זיין, עס מוז אויסזעהן די בעסטע, און ווען עס זעט אויס גוט איז אלעס בסדר...
מיר מענטשן זענען אויך אזוי, מיר לייגן אריין אונזער גאנצע קאפ און מח אז דער חיצוניות זאל זיין ווי ס'דארף צו זיין, מיר מאכן זיכער אז עס קוקט אויס גוט, ס'שמעקט גוט און הערט זיך פיין, און מיר פארקוקן פון די חלק הפנימי, דאס אינעווייניג אונזער חלק אלוקי ממעל בלייבט פון שוואכע סחורה, און שוואכע קוואליטעט, און מיר פארגעסן אז אונזער טאטע השי"ת, דארף נאר דעם אינהאלט האדם יראה לעינים וה' יראה ללבב, און ווי חז"ל זאגן אונז רחמנא ליבא בעיא... דער מענטש קוקט טאקע מיט פליישיגע אויגן אבער השי"ת דארף דאס הארץ, ער דארף די אמת'דיגקייט...
דער וואס איז זוכה צו פירן א אמת'דיג לעבן, א לעבן וואס ער געבט זיך אפ מיט'ן פנימיות, א לעבן ווי ער איז כסדר פארנומען וואשן, און קראצן, באפיצן די הייליגע נשמה, ער האלט עס גענצליך ריין, און מאכט זיכער אז עס זאל נישט זיין דארט די קלענסטע פלעק, איז ער זוכה אז מן השמים העלפט מען אים צו דאס צו ערפילן, השי"ת וויל אז דער מענטש זאל זוכה זיין צו שלימות אן קיין שום שמוצל אדער פלעק, ווייזט מען אים ר' איד עס איז נאך פארבליבן אביסל פלעקיק, רייניג עס אפ, און דעמאלטס וועסטו גלאנצן, און שיינען אין אלע עולמות, דיינע אויגן וועלן זיין קלארער ווי סיי וועלעכע גלאז און דיין נשמה וועט זיין ווייסער ווי ווייס... "נאר ווען ס'איז ריין איז יעדע קלייניגקייט קענטיג" געדענק: דאס אז די נגע, די צרעת איז קענטיג איז א סימן פון ריינקייט, פון אפגעהיטנקייט, פון א לעבן וואס מען גיבט אכטונג אויף די חלק הפנימי! אבער די וואס נעמען נישט די שמאטע אין דער האנט, די וואס מאכן קיינמאל נישט קיין ארדענונג, זיי לעבן שמוציג, און נעמען נישט די צייט פאר אביסל חשבון הנפש, נאר זיי לאזן זאכן וויאזוי ס'איז, זיי זעען און קוקן נאר אויף חיצוניות, אז אלעס זאל אויסזעהן פון אינדרויסן ווי עס דארף צו זיין, "איט שולד לוק גוד" ...ווייזט מען פון הימל פלעקן אבער עס איז פשוט נישט קענטיג, ווייל אויף א שמוציג פלאץ באמערקט מען נישט קיין פלעקן...
און טאקע דערפאר זענען די נגעים געווען דווקא אין ארץ ישראל ווען מיר האבן געהאט די בית המקדש, ווייל ווי געזאגט איז עס געקומען מיט רחמנות פון השי"ת פאר די וואס האבן מקיים געווען מצוות ה' מיט אלע הידורים, אבער בזמנינו און דעם גלות וואס מיר זענען נישט זוכה צו די מדריגה פון אפגעהיטנקייט אז מיר זאלן באמערקן די אלע פלעקן... אבער די פלעקן זענען דא... יעדער ביי זיך ווייסט אז איך בין נישט אינגאנצן ריין, מען דארף מאכן סדר, און ארדענונג ...איך קען נוצן א גוטער נשמה וואש, פארגעסן אביסל פון די חיצוניות און זיך אויס וואשן די חלק הפנימי די נשמה הקדושה, דארף מען זען אז ווען מיר זענען זוכה אז פון הימל שיקט מען אמאל א מצב וואס א מענטש שפירט זיך ווי א בדד ישב'דיגער ...די פילסט עפעס אויסגעשפילט פונ'ם מצב, דיינע חבירים האבן דיך אפגעזיגעלט אלץ בטלן וואס טויג אויף גארנישט... די גייסט אמאל אדורך א מחוץ למחנה'דיגע מצב ...קיינער וויל נישט זיין מיט דיר צוזאמען, ...די ביסט שוין א לאנגע צייט אין א שווערע מצב אין פרנסה, קינדער, שלום בית, וכו' וכו' ר"ל אוי איז דאס מחוץ למחנה... דיינע חבירים זענען מצליח און לאכן דיך אונטערן ריקן... ווער נישט פארלוירן און ווער נישט צובראכן זעה וואס די תורה הק' לערענט אונז די מצורע וואס איז אדורך די גרעסטע מדריגה פון בדד ישב, די גרעסטע מדריגה פון מחוץ למחנה, און עס קען זיין אז זיין גאנצע לעבן האט ער מער נישט מצליח געווען ווייל אלע האבן געדענקט אויף אים דעם ...טמא ...טמא! אבער השי"ת ברוב רחמיו ווייסט וואס איז אמת'דיג גוט פארן מענטש, און בדווקא פאר דער מענטש וואס ארבעט און זוכט ווי מער פנימיות, פאר דער וואס איז פארנומען צו ריינינגען די נשמה, ער האט זוכה געווען צו ווערן אויסגערייניגט מן השמים, ביי אים האט מען באמערקט יעדע קליינע שמוצל... ניץ אויס די טהרה וואס מען גיסט אויף דיר מן השמים פארשטיי אז אויב גייסטו אדורך שוועריגקייטן ...נעם איך עס פאר א זכיה צו ווערן אויסגעוואשן פון הימל, השי"ת אליין העלפט מיר ריינוגען מיין חלק אלוקי מיין טייערע נשמה...
טייערע חבירים! לפי דברינו אנטפלעקט זיך א שרעקליכע בילד מיר אלע ווייסן אז די נגע וצרעת זענען געקומען אויפן חטא פון עניני בין אדם לחבירו צו דאס איז מוציא שם רע, לשם הרע, מחלוקות וכו' און ווי עס שטעלט זיך ארויס זענען די וואס האבן באקומען די צרעת שוין געווען די אפגעהיטענע, די פנימיות'דיגע אידן, און דאס אז זיי זענען געשלאגן געווארן דערמיט איז גאר געווען א זכיה אז מן השמים האט מען זיי אויסגעוואשן, שרייט זיך פון אונז ארויס מאן נאמר אנן אבתריה ...וואס זאלן מיר זאגן ווען מיר זענען ליידער אזוי נאך געלאזט אין די ענינים, און מיר רעדן און רעדן אן אפשטעל אויף וואס ס'קומט נאר אונטער, ובראשם אויף די מענטשן וואס זענען בכלל בדד ישב'דיגע און מחוץ למחנה'דיגע פון זיי האלטן מיר זיך גרעסעער און חשובער ווען און אמת'ן זענען זיי די חשוב'סטע און אפגעהיטענע פונ'ם כלל... מיר אלע ווייסן פון די וואס זענען די נעבעך'ס אויפן בלאק די לא לנו'ס אין בית המדרש... די שלימזל... די תורה הק' זאגט אונז יא, דער בדד ישב דער מחוץ למחנה ער איז פון די אפגעהיטענע פונ'ם דור, און אויב זעסטו איינער גייט אדורך שוועריגקייטן ער איז נישט מצליח, און אפילו אויב ער איז ממש ...טמא טמא! ווייס אז פון הימל וואשט מען אים, בחמלת ה' שיקט מען אויף אים יסורים, וואס לויטערט זיין נשמה ....און די רעדסט אויף אים??! געב אכטונג...!
די וואך שטייען מיר אין די ספירה טעג פון "תפארת-שיינקייט"... די שענסטע חלק פון אלעס וואס איז דא, איז ווען מען זעט די אמתדיג'קייט דערפון, אונזער עבודה אין די טעג פון תפארת איז זעען אלעס מיט א טיפערן אמת'דיגן בליק, פארשטיין אז ווען מען זעט איינער גייט אדורך יסורים, שוועריגקייטן, בגשמיות ברחניות, אז פון הימל שיקט מען דאס, און ער האט גאר א זכות, ווייל שמוצ'לעך ווערט נאר דערקענט אויף א ריין פלאץ... די יסורים וואס ער גייט אדורך, די צער, די הייסע טרער'ליך, פון הימל וואשט מען ...וזרקתי עליכם מים טהורים...
לסיכום:
• ווען די גייסט אדורך שוועריגקייטן, יסורים, פארשטיי אז פון הימל וואשט מען דיר, בחמלת ה'...
• רעד נישט, האק נישט, אויף קיין שום איד, און אוואדי נישט אויף דעם בדד ישב'דיגער...
• תפארת-שיינקייט פון אלעם איז: קוקן מיט א טיפערן בליק... שטעל זיך אפ און געב א טראכט...