יו"ט פסח

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:52 pm

דער טעם פארוואס אין דעם גאנצען בענטשען טרעפען מיר נישט קיין "ף" איז ווייל אין דער ווארט "אף" איז דא א "ף" וואס דאס מיינט, צארן, מרמז צו זיין אז אויב מען בענטשט ווי עס דארף צו זיין וועט קיינמאהל אויף דער מענטש נישט זיין קיין צארן. (ספר החינוך)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:52 pm

שפוך חמתך אל הגוים וכו', אשר בשמך לא קראו: אין אמת'ן איז שווער פארוואס קומט פאר די גוים א שטראף אויף דעם וואס זיי האבן אונז גזעפלויינהיגאט. דער אייבערשטער האט דאך געזאגט פאר אברהם אבינו אז זיינע קינדער וועלן זיין קנעכט אין מצרים פיהר הונדערט יאהר. די גוים פיהרן דאך אויס א באפעהל פון דעם אייבערשטן? דער תירוץ איז, אז אויב די גוים וואלטן אינזינען געהאט נאר צו טוהן דעם באפעהל פון דעם אייבערשטן, וואלטן זיי טאקע נישט באקומען קיין שטראף. אבער מיר בעטן פון דער אייבערשטען. "שפוך חמתך על הגוים" - גיס אויס דיין צארן אויף די גוים - "אשר בשמך לא קראו" - זיי האבן נישט אינזינען געהאט ביי דעם פאר דיין נאמען, און צו טוהן דיין באפעהל. זיי האבן נאר געוואלט אויספיהרן זייער שלעכטס, דערפאר זאלסטו נקמה נעמען אין זיי. (ר' מרדכי באנעט זצ"ל)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:52 pm

האמנתי כי אדבר: "האמנתי" מען קען צוקימען צו אמונה, דארך "כי אדבר" אויב מען רעדט פון סיפור יציאת מצרים. (ר' שלמה קארלינער זצ"ל)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:53 pm

לגוזר ים סוף לגזרים: אין דעם זכות וואס אברהם אבינו האט צושפאלטען די האלץ צו די עקדה, האט דער אייבערשטער צושפאלטען דעם ים סוף, "לגוזר ים סוף" מען האט זוכה געווען צו קריעת ים סוף, דארך "לגזרים" וואס אברהם אבינו האט צושפאלטען די העלצער. (ספרים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:53 pm

חסל סידור פסח כהלכתו: סידור איז בגמטרי' רע, "חסל סידור" מען קען דאס שלעכטס אוועק נעמען, "פסח כהלכתו" ווען מען פירט דעם סדר פסח ביינאכט ווי עס דארף צו זיין, (אמרי חיים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:57 pm

זכר ליציאת מצרים.
פרעגט דער רבי זי"ע, פארוואס רופט מען אן דעם נס מיט'ן נאמען "יציאת מצרים", וואס דאס קען געטייטשט ווערן אז די מצריים זענען ארויסגעגאנגען, עס וואלט געדארפט גערופן צו ווערן "יציאה ממצרים", די אידן'ס ארייסגיין פון מצרים.
ענטפערט דער רבי זי"ע - ווייל דער אמת איז, אז די ישועה און די גאולה איז נאכנישט פארטיג געווארן מיט'ן ארייסגיין פון מצרים, ווייל עס איז געווען איינגעזאפט אין די אידן פון די מצרי'שע דעות, און פון די גוי'אישע השקפות, עס איז געווען איינגעגעסן טיף אין זייער הארץ, איז נישט גענוג געווען דאס ארויסגיין מיט'ן גוף פון מצרים, נאר דער עיקר פונ'ם נס איז געווען אז השי"ת האט אויסגערייניגט אויך די טומאת מצרים פון די אידישע הערצער, - דערפאר רופט מען דאס אן יציאת מצרים, ווייל דאס מיינט בעיקר אויף די יציאת הטומאה און שמוץ פון די מצרים וואס השי"ת האט ארויסגענומען פון די אידישע הערצער, דאס איז דער עיקר פון יציאת מצרים.
(דברי יואל דף מ"ד)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:57 pm

כל הכפין ייתי ויכול, כל דצריך ייתי ויפסח.
אין די גמרא (ברכות דף ל"ד) זאגט שמואל אז אפילו ווען משיח וועט קומען און מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט פונעם גלות, דאך וועלן נאך זיין ארימעלייט. און אנדערע אמוראים האלטן, אז וויבאלד משיח וועט קומען וועלן שוין מער נישט זיין קיין ארימעלייט.
און וויבאלד מיר ווייסן נישט וויאזוי עס וועט באמת זיין, דערפאר וויל דער בעל הגדה דא זאגן לויט ביידע דיעות: קודם זאגט ער ווי די אמוראים וועלכע קריגן מיט שמואל, אז כל דכפין ייתי ויכול, ווער עס איז ארעם און הונגעריג זאל ער יעצט קומען עסן, כדי מיר זאלן מקיים זיין מצות הכנסת אורחים, ווייל לשנה הבאה, האפן מיר אז משיח וועט שוין קומען און דעמאלס וועלן שוין מער נישט זיין קיין ארימעלייט. נאכדעם זאגט דער בעל הגדה, און לויט שמואל וועלכער האלט אז אפילו ווען משיח וועט קומען וועט מען נאך אלץ קענען מקיים זיין הכנסת אורחים, דארף מען אבער כאטש אריינכאפן דעם כל דצריך ייתי ויפסח, ווייל ווען משיח וועט קומען וועט דער יו"ט פסח זיין א טפל צו די נסים פון די גאולה שלימה, וועט עס שוין מער נישט האבן דעם יעצטיגן חשיבות.
(דברי יואל דף נ')

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:58 pm

כל רצריך ייתי ויפסח.
פרעגט דער רבי זי"ע, וויא אזוי זאגן מיר דא אין גלות מעז ז"ל משכן דעם קרבן פסח, עס איז דאך נישט וא קיין בית המקז-ש.
ענטפערט דער רבי זי"ע מיט דעם וולס דער דברי חיים ז"ל השט שמאל געזשגט פשרין עסן דעם אפיקומן, אז עס איז באקשנט אז דער ישמח משה זי"ע האט איינמאל נאך שמונה עשרה געזען מיט זיינע אויגן ווי אליהו הנביא איז אויבן אין הימל שנגעטשן מיט די בגדי כהונה און איז מקריב דעם קרבן תמיד. השט דער דברי חיים געזאגט אז מסתמא איז אליהו אויך מקריב דעם קרבן פסח, און אזף ווי די הלכה איז אז אין שוחטין את הפסח מען טאר נישט שחטין דעם קרבן פסח אלא למנויו נשר ווען מען ציילט זיך צוזשם צו עסן דערפון א כזית, דערפשר ברענגט מען א כזית פונעם קרבן פסח פשר די צדיקי הדור. נשכדעם וואס דער דברי חיים השט געענדיגט זיינע ווערטער האט ער געגענון דעם אפיקומן מיט א געוושלד'דיגע התלהבות, טז עס האט אויסגעזען פאר די שלע אידן וולס זענען דארט געווען אז דער עברי חיים השט געגעסן א כזית פונעם קרבן פסח.
זשגט דער רבי זרע פשט אויף אזט אופן, כל כצריך, יעדער וושס איז ראוי,
דאס מיינט צדיקי הדור, ייתי ויפסח, קען שוין עסן פון קרבן פסח אפילו אין גלוון, שבער צו דעם איז נישט יעדער זוכה. וועגן דעם זשגן מיר שבער לשנה הבאה בארעא מישראל, ווען מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט וועט שוין יעדער קענען מקיים זיין די מצוה פון עסן דעם קרבן פסח. (דברי יואל דף נ"ה)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 9:01 pm

השתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל. פרעגט דער רבי זי"ע, ווי אזוי קענען די אידן וולס וואוינען היינט אין ארץ ישראל זאגן לשנה הבאה בארעא דישראל, זיי זענען דשך שוין אין ארץ ישראל.
ענטפערט דער רבי זי"ע, מיט דעם ספה"ק "צמח ה' לצבי" וולס זאגט, אז ווי טזוי קען זיין טז אויפין אלשץ פון קדשי קדשים, וואו דער כהן גדול איז אר"ן נאר איינמשל אין יאר נשך דעם וושס ער השט זיך שסשך משל .געיטובל'ט און געהייליגט, זאל יעצט זיין א הויז פון עבודה זרה פאר די ישמעאלים. נשה באמת איז דשס הייליגע פלאץ פון דארט אוועקגעגאנגען, און אויפ'ן פלאץ פונ'ם בית המקדש איז געקומען א שטיק לאנד פון די שטאט ארם, און דארט האבן די גוים געמאכט זייערע ע"ז, ווייל די קדושה פון ארץ ישראל קען נישט דערליידן בעלי עבירה און די וועט דינען ע"ז, ממילא איז זיכער אז דאס אלטץ האט זיך אויפגעטוישט.
זאגט דער רבי זי"ע, קומט אויס אז עס קען מעגליך זיין אז דער וולס איז אין "חוץ לארץ" זאל יא זיין אין "ארץ ישראל", ווייל ער געפינט זיך אויף דעם פלאץ וואו ארץ ישראל איז אהין געגאנגען, און דער וואס איז אין ארץ ישראל זאל זיין אין "חוץ לארץ", ווייל ארץ ישראל איז אוועקגעגאנגען. דאס איז דער פשט, השתא הכא, יעצט זענען מיר דא, און מיר ווייסן אבער נישט אויף וואס א פלאץ מיר זענען, ווייל עס קען זיין אז דאס אלץ האט זיך אויפגעטוישט, אבער מיר האפן אז לשנה הבאה וועט יעדער זוכה זיין צו זיין בארעא דישראל. (מהר"י ט"ב דף ס"ד)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 9:03 pm

דער מהר"ל מפראג ז"ל זאגט, אז דערפאר עפנט מען די טיר פאר אליהו הנביא, ווייל יעצט ביי שפוך חמתך ווען מיר זענען מתפלל אויף די גאולה שלימה, דארף מען עפענען די טיר און אנגיסן א כוס פאר אליהו הנביא, כדי דערמיט מפרסם צו זיין פאר די קינדער אז די גאולה קען נאר זיין אויב אליהו הנביא איז פריער געקומען מבשר זיין די גאולה. און ער וועט דאך נאר קומען פאר דער אמת'דיגער משיח צדקינו וועט קומען.
דאס קען זיין פשט אין מדרש (שמו"ר פ"ג ס"ד) אויפ'ן פסוק וזה לך האות כי "אנכי" שלחתיך, אז דער "אנכי" איז געווען דער סימן אויף גאולת מצרים, און "אנכי" איז א סימן אויף די גאולה שלימה. ווייל עס שטייט הנה "אנכי" שולח לכם את אליהו הנביא.
לויטן אויבנדערמאנטן מהר"ל מפראג פארשטייט מען זייער גוט וואס פאר א סימן דאס איז. ווייל נאר ווען דער פסוק הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא וועט מקוים ווערן וועט דאס זיין א סימן אז דער אמת'דיגער משיח איז דא.
(דברי יואל דף קכ"ה)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 9:03 pm

א טעם פארין עפענען די טיר ביי "שפוך חמתך" הרה"ק רבי חיים אלעזר פון מונקאטש זצ"ל אין זיין ספר "שער יששכר" זאגט " הסבר אויפ'ן עפענען די טיר ביי "שפוך חמתך", אז דאס איז א התעוררות פאר די גאולה שלימה, און ערקלערט עס מיט א משל:
צו א גרויסער קעניג, וואס זיין פריינט האט צוגעגרייט א שיינע סעודה ביום שמחתו פון דעם קעניג, און האט געטראגן צום קעניג אויף א טאץ פון גאלד א פיין געבראטן שטיק פלייש מיט וויין. אבער די שלעכטע הינט פון קעניגליכן הויף האבן אוועקגעכאפט דאס פלייש אינמיטן וועג. פארשטייט זיך אז דאס האט זייער פארדראסן דעם קעניג'ס פריינט. קומענדיג פאר'ן קעניג האט ער זיך אויסגערעדט פאר'ן קעניג אויף די שלעכטע הינט, און האט געבעטן דעם קעניג ער זאל זיי פארטרייבן פון זיין פאלאץ, כדי זיי זאלן נישט קענען מער טאן אזא מעשה. דער נמשל פארשטייט זיך, דאס געבראטן פלייש איז רומז אויפ'ן קרבן פסח, און דאס וויין אויף די ד' כוסות. און אין גלות האבן די שלעכטע כלבים, די גוים, אוועקגעכאפט דאס פלייש, זיי האבן חרוב געמאכט דעם בית המקדש און מיר קענען נישט מקריב זיין דעם קרבן פסח. און איצט ליל פסח, ווען מיר טרינקען די ד' כוסות, זאגן מיר ביים פערטן כום: "שפוך חמתך אל הגוים וגו' כי אכל את יעקב ואח נוהו השמו", די גוים האבן אוועקגעכאפט דאס פלייש, דעם קרבן פסח, און מיר קענען נישט מקריב זיין דעם קרבן. דערפאר בעטן מיר, ער זאל מבער זיין די כלבים פון זיין כרם ה', און דאן וועלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה. דערפאר ביים כוס ד', וואס איז רומז אויף מלכות בית דוד, עפענען מיר דעם "דלת", די טיר, ווייל דער קעניג דוד איז בבחינת "דלת" - ארוממך ה' כי "דליתני", עס זאל נישט זיין פארמאכט די טיר, בחינת דוד אין היכל המשיח, נאר עס זיל זיך עפענען ביי די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.
(שער יששכר)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 9:04 pm

חסל סידור פסח
עס איז באקאנט די קשיא פון ספה"ק קדושת לוי, פארוואס מיר רופן אן דעם יו"ט מיטן נאמען "פסח", און אין די תוה"ק ווערט דאס אנגערופן "חג המצות".
נאר קען זיין ווייל רש"י הק' ברענגט דאך (אין פ' בא) אז דער נאמען פסח איז וועגן "אשר פסח", וואס השי"ת האט איבערגעשפרינגען איבער די אידישע הייזער צווישן די מצרי'שע הייזער. וואס דאס ווייזט דאך אויף דעם, אז מיר דארפן זיין אפגעשיידט פון די פעלקער.
אבער ווען משיח וועט קומען וועט דער רוח הטומאה בטל ווערן, וועט דאך מער נישט אויספעלן דער נאמען "פסח" וואס ווייזט אויף צו זיין אפגעשיידט פון די פעלקער, דעמאלס וועט דער יום טוב שוין ווערן אנגערופן "חג המצות". און ווייל די תורה איז דאך א נצחיות אפילו נאך ביאת המשיח, דערפאר ווערט דאס אין די תוה"ק שוין אנגערופן "חג המצות".
דערפאר טאקע זאגן מיר חסל סידור פסח, אז מיר האבן געענדיגט מיט פסח, כאטש די ספרים הקדושים טייטשן דאך אין מפטירין אחר הפסח אז נאכן יו"ט פסח טאר מען זיך אפ'פטר'ן פונעם יום טוב, נאר מען דארף ווייטער אנהאלטן די קדושה פונעם יו"ט, אויב אזוי איז דאך נישט שייך צו זאגן חסל סידור פסח, מיר האבן געענדיגט מיט'ן פסח. נאר דער פשט איז, אז מיר האפן אז מיר האבן שוין געענדיגט מיטן נאמען פסח, ווייל משיח צדקינו וועט שוין קומען, און דעמאלס וועט דער יו"ט מער נישט אנגערופן ווערן "פסח", נאר "חג המצות".
(דברי יואל דף קמ"ו)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 9:04 pm

לשנה הבאה בירושלים
דער ספרי (פ' בהעלותך) ברענגט, אז פונקט ווי ביי יציאת מצרים האט מען אנגעפאנגען צו ציילן די חדשים און יארן פון יציאת מצרים, אזוי אויך נאכ'ן בנין בית המקדש האט מען אנגעפאנגען צו ציילן פון בנין בית המקדש. און אזוי אויך ביים חורבן ביהמ"ק האט מען אנגעפאנגען צו ציילן פונעם חורבן ביהמ"ק א.א.וו. און פון דעמאלס און ווייטער פאנגט זיך אן א ניי יאר.
לויט דעם ספרי קומט אויס, אז נאך די "גאולה שלימה", וואס דאס וועט זיין פיל גרעסער ווי די פריערדיגע פאסירונגען, וועט מען זיכער אנפאנגען צו ציילן די יארן און חדשים פון די "גאולה שלימה".
לויט דעם קען מען פארשטיין פארוואס מיר זאגן דא אין די הגדה און אויך אום יום כיפור ביי נעילה לשנה הבאה בירושלים, אז דאס קומענדיגע יאר זאלן מיר שוין זיין אין ירושלים. איז דןך שווער, פארוואס זאל מען נישט מתפלל זיין אז די גאולה שלימה זאל זיין נאך דעם יאר.
נאר דער אמת איז, אז מיר בעטן אז די גאולה שלימה זאל שוין זיין, נאר ווען די גאולה שלימה וועט זיין, וועט זיך דאך תיכף אנהייבן א ניי יאר, וועגן דעם זאגן מיר לשנה הבאה.
(מהר"י ט"ב דף נ"ד)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 16, 2008 10:42 am

דער הייליגער חת"ס שרייבט אין חלק או"ח סימן קל"ו אז ער האט נישט זיינע ספרים ווייל די נשים האבן אים פארטריבן פון דארט:

א דאנק פאר ר' שמחה פאר די מראה מקום.
צוגעלייגטע
chasamsoifer.jpg
chasamsoifer.jpg (5.06 KiB) געזעהן 2170 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך אפריל 16, 2008 11:21 am

סאיז דא נאך אייין תשובה ווי די חתם סופר שרייבט בערך די זעלבע זאך

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אפריל 16, 2008 11:25 am

נו?
מראה מקום?
דו מיינסט אפשר די תשובה אז עס איז געווען א קומפעטור אין שטוב?
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 10:08 am

א שיינע דברי דוד פון טו"ז, אויף די הגדה אויפן שטיקל מצה זו שאנו אוכלין וכו',

איך האב נישט קיין צייט עס אהער צוברענגען געהעריג דא האט איר א לינק:

ד"ה בטרם יחמץ
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 10:53 am

scy4851 האט געשריבן:נו?
מראה מקום?
דו מיינסט אפשר די תשובה אז עס איז געווען א קומפעטור אין שטוב?


אנטשולדיגט פארן שפעטיגן
עס איז אין לקוטי תשובות סימן ל' (עס איז נאך חו"מ)

יעצט צוגעלייגט א לינק פון דעם מסודרדיגע אוצר הספרים דקרעטשמעתינו
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=21
לעצט פאראכטן דורך זיידעניו אום דאנארשטאג אפריל 17, 2008 11:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 10:55 am

געזעהן א הערליך ווארט פון רבין זי"ע [איך געדענק נישט אויב אונעם הגדה מהר"י ט"ב אדער און הגדה דברי יואל]

די גמרא זאגט אנפאנג ברכות אז משה רבינו האט געזאגט כחצות הלילה כדי די מצריים זאלען נישט זאגען אז אויף זייער
זייגער איז נישט חצות און משה רבינו איז א ליגנער.
זאגט די גמרא אז דוד המלך האט יא געזאגט חצות לילה אקום ווייל ער האט געשטעלט א כנור, און די רוח צפונית וואס
בלאזט ביי חצות האט געמאכט דעם כנור שפילען און עס האט איהם אויפוועגט.
פרעגט דער רבי, אויב אזוי וואלט דאך משה רבינו געקענט געבען די עצה פאר די מצריים אז זיי זאלען שטעלען א כנור
און ווען עס וועט אנפאנגען זינגען זאלען זיי וויסען אז דענמאלטס איז חצות, איז פארוואס האט ער געדארפט זאגן כחצות?

ענטפערט דער רבי זי"ע א גאון'ישען תירוץ.
די גמרא זאגט און מנחות אז יודען האבען זיך נישט געמלט און מדבר ווייל עס האט נישט געבלאזען דער רוח צפונית.
זאגט דארט די גמרא איין טעם פארוואס עס האט נישט געבלאזען, כדי שלא יפזרו ענני הכבוד.
דער תרגום יונתן אויפען פסוק ואשא אתכם על כנפי נשרים זאגט,אז די נאכט פון פסח מצרים זענען געקומען ענני הכבוד
און גענומען די יודען צום מקום המקדש צי מאכען דעם קרבן פסח און דערנאך צירוק געברענט קיין מצרים.
זאגט יעצט דער רבי, אז וויבאלד יענע נאכט איז געווען ענני הכבוד, האט דאך דער רוח צפונית נישט געבלאזען, האט
משה רבינו זיי נישט געקענט געבען דעם סימן מיטען כנור,ווייל דער סימן דארף דעם רוח צפונית, האט ער געמיזט זאגען כחצות
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 11:19 am

הערליך ווארט יישר כח ר' שמחה

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 11:52 am

זיידעניו האט געשריבן:שהיו מסובין בבני ברק וגו': לכאורה וואס איז א נפקא מינה צו וויסען אין וועלכע שטאט די מעשה האט פאסירט? דער תירוץ איז ווייל באמת איז שווער ווי אזוי האט זיך טאקע רבי עקיבא געמעגט אנלעהנען פאר רבי אליעזר, עס איז דאך דא א הלכה אז, "תלמיד לפני רבו אין צריך הסבה" (פסחים ק"ח) און עס איז דאך ידוע אז רבי עקיבא איז געווען א תלמיד פון רבי אליעזר? מוז מען זאגען אז רבי אליעזר האט אים געגעבן רשות זיך אנצולעהנען, און דעמלטס איז דער דין אז, "תלמיד לפני רבו" מעג זיך יא אנלעהנען. דאס איז אבער נישט מסתבר ווי מיר געפונען כמה פעמים בש"ס אז רבי אליעזר האט שטארק מקפיד געווען אויף ר' עקיבא אז ער זאל איהם מכבד זיין, ממילא איז דאך נישט מסתבר אז ער האט אים געגעבן רשות זיך אנצולענען. קען מען ענטפערען, עס שטייט אין מדרש אז, "במקומו של התלמיד צריך הרב לכבדו", אין דער פלאץ וואס דער תלמיד וואוינט דארף דער רבי מכבד זיין דער תלמיד. און עס שטייט אין די גמרא (סנהדרין לב) אז בית דינו של רבי עקיבא איז געווען בבני ברק. יעצט איז שוין פארענטפערט פארוואס דער בעל הגדה פארציילט אונז וואו די מעשה האט פאסירט, כדי מיר זאלן פארשטיין פארוואס ר' עקיבא איז געווען בהסבה, ווייל עס איז געווען זיין מקום, האט אים זיין רבי - רבי אליעזר - געגעבן רשות זיך אנצולעהנען. (מהר"ם פאדווא)

און מוסיף זיין צו דעם האב איך געזעהן שטיין אז די אלע תנאים וואס ווערען דא דערמאנט זענען די זעלבע וואס
די גמרא ברענגט 'שבאו בספינה' מיטען אתרוג און מתנה על מנת להחזיר. רבן גמליאל פעלט אבער פון דער ליסט
און דער טעם איז ווייל רבן גמליאל איז געווען נשיא און אויב ער וואלט דארט געווען וואלט קיינער נישט געמעגט זיצען בהסיבה
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 12:14 pm

זיידעניו האט געשריבן:וימררו את חייהם: מיר ווייסען דאך אז וועגען די "קושי השעבוד" דאס מיינט די שווערע ארבייט וואס מען האט געארבייט אין מצרים, זענען מיר באפרייט געווארען פריער ווי דער צייט, ווייל דער אייבערשטער האט דאך געזאגט אז מען וועט זיין אין מצרים 400 יאהר, און דערווייל איז מען דארט נאר געווען 210 יאהר. דער "טראפ" פון "וימררו את חייהם" איז "קדמא ואזלא", קען מען אזוי טייטשען "וימררו את חייהם" ווייל זיי האבען זייער פארביטערט זייער לעבען, וועגען דעם איז געווען "קדמא ואזלא" (קדמא-געפעדערט -- אזלא-ארויסצוגיין) זענען זיי ארויס, פאר די צייט. (ווילנער גאון זצ"ל)

אויף דעם האב איך ציגעלייגט בשם החכם צבי אז די גמטריא פון 'קדמא ואזלא' איז 190 מיט וויפיל יאהר זיי זענען ארויס פריער פון מצרים
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 12:57 pm

געזעהן א ווארט אויפען חילוק צווישען די שאלה פון חכם און די שאלה פונעם רשע.
די תורה זאגט והיה כי ישאלך בנך. זאגען חז"ל אז דאס איז דער חכם.
אויף אן אנערען פלאטץ שטייט והיה כי יאמרו אליכם בניכם. זאגען חז"ל אז דאס איז דער רשע
דער חילוק איז,
דער חכם פרעגט, והיה כי ישאלך. ער וויל וויסען.
דער רשע וויל נישט וויסען, והיה כי יאמרו ער זאגט מה העבודה הזאת לכם. ער איז נישט אינטערעסירט און א תירוץ
[חזון עובדיה]
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 1:11 pm

שאינו יודע ווער ס'ווייסט אז ער ווייסט נישט ער קען נישט וויסען און ער דארף נישט וויסען, קען צוקומען לשאול צו בעטן און ווערן געענטפערט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 1:16 pm

farshlufen א געוואלדיג ווארט!
the SCY is the limit


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט