יו"ט פסח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אויף "מערכת סאטמאר" לויפט יעצט א סעריע שיעורים פון ר' משה אלי' עסטרייכער אין דעם נושא, עס לוינט זיך אויסצוהערן.

718-831-7000 #1-8-4
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

וויאזוי מקיים זיין די כלנו מסבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

האמער געהערט לעצטענס א שיעור אז מדארף זיך אנלאהנען דרך חירות דאס מיינט די קאפ טאר נישט הענגען און מ'דארף ליגן געהעריג באקוועם, למעשה מיינעך אז עס איז גאנץ א שווערע מעשה, און לויט רוב שיטות איז מען נישט יוצא אז מ'עסט נישט אנגעלייענט.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:האמער געהערט לעצטענס א שיעור אז מדארף זיך אנלאהנען דרך חירות דאס מיינט די קאפ טאר נישט הענגען און מ'דארף ליגן געהעריג באקוועם, למעשה מיינעך אז עס איז גאנץ א שווערע מעשה, און לויט רוב שיטות איז מען נישט יוצא אז מ'עסט נישט אנגעלייענט.


עס איז נישט שווער מיט א דריי זיצער קאוטש מיט אפאר קישענעס (מיט שיינע פסח סימבאלס).
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:האמער געהערט לעצטענס א שיעור אז מדארף זיך אנלאהנען דרך חירות דאס מיינט די קאפ טאר נישט הענגען און מ'דארף ליגן געהעריג באקוועם, למעשה מיינעך אז עס איז גאנץ א שווערע מעשה, און לויט רוב שיטות איז מען נישט יוצא אז מ'עסט נישט אנגעלייענט.

איך פלעג זיך ארום מוטשען מיט דעם פראבלעם. איך רעד שוין נישט פון די הלכה פראבלעם נאר פשוט פראקטיש, איך פלעג נישט זיין בקוועם ווען מיין קאפ איז געבליבן הענגען און די לופטן. אויסער דעם פלעגט מיר וויי טיען די גענאק (stiff neck)דעם אנדערן טאג. ביז דער אייבישטער האט מיר חונן דעת געווען א פראקטישע עצה. דאס איז א "travel pillow" פאר איך מאך די ברכות פון די מצות טיע איך אן ארום דעם גנאק דאס קישעלע און אזוי לאן איך מיך אן אויף די גרויסע קישעלעך אוי איז דאס דרך חירות.
https://www.amazon.com/Travel-Pillow-Su ... vel+pillow
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

פון רב בעלסקי
הסבה.JPG
הסבה.JPG (36.05 KiB) געזען 2678 מאל


https://www.dropbox.com/s/jq2l1dpaii0uv ... e.mp4?dl=0
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

יענקל פאטאש האט געשריבן:פון רב בעלסקי
הסבה.JPG


https://www.dropbox.com/s/jq2l1dpaii0uv ... e.mp4?dl=0

זייער אינטערעסאנט, לויט רב בעלסקי קומט אויס אז מיט איין האנט לאנט מען זיך אן אויפן טיש.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: יו"ט פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

האבעך געזעהן א שיין ווארט אויף די הגדה אז ווען מ'ענטפערט די רשע ענטפערט מען אים בלשון נסתר אלו 'היה' שם לא 'היה' נגאל מ'וואלט דאך געדארפט זאגן אלו 'היית' שם לא 'היית' נגאל. נאר די תירוץ איז אז ווען די רשעים פרעגן שאלות פרעגן זיי נישט ווייל זיי זוכן פשוט א תשובה זיי פרעגן בלויז לקנטר, וועגן דעם ווען מ'קומט אים ענטפערן אויף זיין שאלה איז ער שוין לאנג נישט צום געפונען ווייל די תירוץ אינטערסירט אים נישט דעריבער זאגט מען אלו 'היה' שם וכו'.
דעי ווארט איז נוגע א גאנץ יאר ווען מ'זעהט דעי חברה פרעגן קושיות און ס'קוקט אויס אז זיי ווילן פשוט קלארער ווערן מיט די יסודות, זאל מען וויסן אז פאר זיי איז סאך זיסער צי בלייבן מיט די קושיות ודי.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: יו"ט פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עדות פון א גוי
לויט'ן סידור בית יעקב פון ר' יעקב עמדין ז"ל

ווען ס'איז אנגעקומען די חודש וואס הייסט ביי זיי "חודש ניסן" זענען ארויסגעגאנגען שלוחים אין נאמען פון קעניג מיט'ן באפעל אז יעדער איינער וואס האט שעף זאל עס ברענגען צו ירושלים כדי די אלע וואס קומען ארויף עולה רגל זיין זאל'ן האבען גענוג וואס מקריב צו זיין און האבען וואס צו עסן, און ווער ס'איז נישט געקומען צו די באשטימטע צייט האט מען מקדיש געווען זיין גאנץ פארמעגען צו הקדש, און אזוי איז יעדער געקומען צו לויפען שנעל.
אין א טייך נאנט צו ירושלים האט מען אלע שעף אפגעוואשען כדי ס'זאל נישט זיין שמוציג בשעת מ'שעכט עס, און זיי זאגען אז דאס מיינט שלמה המלך אין שיר השירים "שעלו מן הרחצה", און ס'איז געווען אזויפיל שעף אז מ'האט נישט געקענט זעהן די גרינע גראז ווייל אלעס איז געווען ווייס פון די וואל פון די שעף.
און ווען ס'איז געקומען די טאג פון י' ניסן פיר טאג פאר זיי זענען מקריב דעם קרבן פסח האט יעדער איינגעקויפט דעם קרבן, און זיי פירען זיך אז ווען מ'גייט טוהן די עבודה וועט זיך קיינער נישט שטופען איינער פאר'ן צווייטען און קיינער וועט נישט זאגען פאר'ן צווייטען לאזט מיך פריער, און קיינער כאפט זיך נישט אריין פונעם צווייטען אפילו ער זאל זיין שלמה המלך אליין, כ'האב געפרעגט דארט איינער פארוואס דאס איז אזוי, האט ער מיר געזאגט ווייל מ'וויל ווייזען אז די מדה פון גאוה איז זייער נישט אויסגעהאלטען פאר'ן באשעפער און אוודאי נישט ווען מ'גרייט זיך צומאכען א קרבן פאר'ן באשעפער וואס דעמאלס האלט זיך יעדער אייניג.
און ווען ס'קומט צו גיין די טאג "י"ד" ניסן גייען כהנים ארויף אויף א הויכע פלאץ אין ביהמ"ק וואס זיי רופען "לול" און זיי האבען דריי חצוצרות פון זילבער און זיי בלאזען דערמיט, און דערנאך רופען זיי אויס, "עם ה' הערט אויס - ס'איז געקומען צו גיין דער טאג וואס מ'דארף שעכטען דעם קרבן פסח". און אזוי ווי דער עולם דערהערט דאס טוט מען זיך אן די יו"ט'דיגע קליידער ווייל פון דעמאלס אן איז שוין ווי יו"ט ביי די יודן.
ביי די טיר פון די עזרה שטייען צוועלעף לויים און אין די הענט האבען זיי זילבערנע שטעקענעס, און די זעלבע איז אינעווענדיג ביי די טיר שטייען אויך צוועלעף לוים מיט גאלדענע שטעקענעס און זיי האבען אכטונג געגעבען אויף די ארדענוג אז מ'זאל זיך נישט צוקוועטשען, אזוי ווי ס'האט שוין אמאל פאסירט אז מ'האט אינגאנצען צודריקט א אלטער יוד, און אויך מאכען זיי צו די עזרה ווען זיי זעהן אז ס'איז שוין פיל און ס' גייט מער נישט אריין אויף איינמאל.
ווען מ'איז שוין אנגעקומען צו די פלאץ וואו מ'האט געשאכטען איז געווען אויסגעשטעלט שורות פון כהנים, און ס'איז געווען שורות וואס יעדער האט געהאט זעלבערנע בעקענ'ס און ס'איז געווען שורות וואס האבען געהאט גאלדענע בעקענ'ס און די כהנים האבען זיך איבערגעגעבען איינער פאר'ן צווייטען די בעקענ'ס ביז ס'איז אנגעקומען פאר'ן מזבח, און דערנאך האט מען זיך עס צוריק געשיקט, אז ס'איז אויסגעקומען אז יעדע כהן האט געהאלטען יעדע מינוט אין די האנט א ליידיגע און א פולע, און דאס איז געגאנגען אזוי שנעל ווי א פייל פון א גבור, און דרייסיג טאג פארדעם האט מען דאס שוין אויס פרובירט און געזעהן צו פארעכטען וואס מאכען דארף אז אלס זאל זיין גרייט ווען מען דארף.
און ס'איז געווען צוויי הויכע פלעצער וואס דארט איז געשטאנען כהנים מיט חצוצרות אין די הענט און געבלאזען יעדעס מאל וואס מ'האט געשאכטען א פרישע קרבן פסח כדאי די כהנים זאלן אנהייבען זינגען נאכאמאל הלל, און אלע כלי נגינה האט מען ארויס גענומען יענעם טאג צו זינגען הלל און געזאנג, און אזוי אויך דער בעל הקרבן האט אויך געזאגט הלל.
נאך די שחיטה איז מען ארויסגעגאגען צו א שטוב וואו איז געווען פול מיט נעגעל און מ'האט אפגעשינדען די הויט פונעם קרבן, און ווער ס'האט נישט געהאט קיין פלאץ דארט האט גענומען צוויי שטעקענעס און ארויף געלייגט אויף די אקסלען פון צוויי מענטשען און עס אזוי געמאכט, און זיי זענען געגאנגען מיט אזא שטאלץ און פרייד ווי איינער וואס האט באזיגט א מלחמה ווייל ס'איז געווען א גרויסער בושה פאר איינער וואס האט נישט מקריב געווען בזמנו.
און די כהנים גייען אנגעטון מיט רויטע קליידער כדאי אז מ'זאל נישט דערקענען אויב ס'איז געפאלען אויף זיי א טראפ בלוט און די קלייד איז געווען קארץ נאר ביז די קניען, אזוי אויך די ערמעל איז נאר ביז די ארעם כדאי ס'זאל זיי נישט שטערען בשעת זיי מאכען די עבודה, און דער כהן הגדול האט מען מיר געזאגט אז ער גייט מיט א מצנפת לבן (אבער כ'האב עס נישט געזעהן).
אין די אויווענעס וואו מ'האט געבראטען דעם קרבן פסח איז געווען ביי זייער טיר, און מ'האט מיר געזאגט אז דאס איז צו צושפרייטען די אמונה, און זיי עסן עס מיט א גרויס געזאנג, און זייער קול הערט מען אויף ווייט אוועק, און ס'איז נישטא קיין איין טיר אין ירושלים וואס איז פארשפארט, וועגען די כבוד פון די דורכגייער'ס.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: יו"ט פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

ארויפגעשטעלט לכבוד פסח
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: יו"ט פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

פאר די וואס האבן זיך געוואונדערט פארוואס די יאר חוה״מ ביי יעדע מנין האט איינער פארפירט אז מ׳ליינט נישט גוט און וואס איז געשען פונקט היי יאר

די סיבה איז מוראדיג פשוט

ס׳דא א סימן אויף די קריאות וואס די בני חו״ל ליינען
משך תורא קדש בכספא פסל במדברא שלח בוכרא ס׳ווערט געברענגט סוף מסכת מגילה

פסל איז כי תשא, פסל לך שני לוחות אבנים, שבת חוה״מ ליינט מען אייביג ראה אתה אומר אלי וואס דאס איז די זעלבע ווי פסל לך

ס׳באקאנט אז לא בד״ו פסח, און די סיבה איז וועגן מיט א״ת ב״ש קומט אויס ג״ר. די דריטע טאג פסח איז ראש השנה, און ר״ה ווייס מיר דאך אז לא אדו ראש, נו אויב אזוי איז לא בד״ו פסח


במילא ווען פסח געפאלט שבת אדער זונטאג וועט קיין שבת חוה״מ נישט זיין. פסח געפאלט דינסטאג וועט זיין שבת חוה״מ אבער ס׳וועט נאך אלץ שטימען מיט די סדר

די איינציגסטע מאל ס׳ווערט צופארן איז ווי היי יאר אז פסח איז אויף א מיטוואך וואס דעמאלטס איז שבת חוה״מ די דריטע טאג יו״ט און מ׳ליינט דעמאלטס פסל אנשטאטס קדש און אלעס ווערט פארוקט מיט א טאג.

געשריבען אין קורצן, כ׳האף ס׳גענוג קלאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”