בלאט 1 פון 1

מיט א טיפערן בליק - חג הפסח זמן חירותינו תשע"ב

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 12:18 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
עבדים היינו, ויוציאנו ה' אלוקינו..!


בס"ד
א גיטן טייערע חבירים וידידים..!
ס'גלייבט זיך נישט אבער פסח איז שוין דא...! די "לאנגע ווינטער" איז אדורך געלאפן ווי א אויגן בליק, קוים וואס מ'כאפט זיך דאס אטעם... די טעג, די וואכן, פליען... און יעצט שטייען מיר שוין געציילטע טעג פארן הייליגן יום טוב פסח, ...די הכנות גייען אן מיט'ן פולסטן ברען, פון הימל קוקט מען אראפ מיט שטאלץ, ווי טייער זענען די אידישע קינדער, די אידישע מאמעס, וויפיל הארץ?! און וויפיל ארבעט, קאפ און מח ווערט אריין געלייגט און דעם יו"ט?! וויפיל צדקה וחסד ווערט פארטיילט צווישן אונז ברידער'לעך, און מיר האפן און בעטן אז שוין דאס יאר זאלן מיר זוכה זיין אויף דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג צו קענען שחטן דעם קרבן פסח ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

יעצט טייערע חבירים! די הייליגע יו"ט איז א שפאן אוועק, די הייליגע סדר נאכט קומט, די נאכט וואס איז געקריצט ביי אונז אין נשמה, ווי מיר ווייסן אז פילע טויזענטע אידן אפילו די וואס זענען א גאנץ יאר ווייט אוועק פון שמירת תורה ומצות, אבער די סדר טוהן זיי מיט אונז צוזאמען אפרעכטן, ס'איז די נאכט ווי כלל ישראל איז געבוירן געווארן, ווי די פסוק זאגט לֵיל שִׁמֻּרִים הוּא לה', און ענדיגט לְכָל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְדֹרֹתָם, עס איז פאר אלע דורות די נאכט ווי מיר גייען ארויס פון אונזערע גלות'ן, די אלע אותות ומופתים וואס הקב"ה האט אונז געוויזן אין מצרים קומט אריין אין מחשבה און רופט אויס "ה' הוא אלוקים", לאמיר נישט זיין נאריש און לאזן די טעג אומזיסט אדורך גיין, עס איז א צייט וואס מען טיילט, מ'קען אן פילן די טאשן... א צייט וואס אונזערע זיסע קינדערלעך און בני משפחה זיצן צוזאמען מיט אפענע הערצער און ווארטן צו הערן פון אונז אמונה, בטחון, חיזוק, זיי ווארטן צו הערן "אידישקייט" און דאס איז אונזער ארבעט במשך די אכט טעג, צו באגיסן "זיך" און די בני משפחה מיט אמונה בה', בטחון שמחה און ישועה. לאמיר זיך אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס איז כדי ארויס צו נעמען פון אזא גרויסע יו"ט וכל המרבה לספר הרי זה משובח...

מה נשתנה?
מיר פאנגן אן די הייליגע נאכט און מיר פרעגן מה נשתנה?! (ווי עס ווערט געפסקנט אז אויב איז נישט דא ווער ס'זאל פרעגן, דארף מען זיך אליין פרעגן), די טייערע קינדערלעך מאכן אויף די אויגן און פרעגן טאטי לעבן! א גאנץ יאר שפיר איך, די תורה ומצות אויף מיר ווי א עול, אבער היינט נאכט טוען מיר כל מיני זאכן וואס פון איין זייט איז עס א גאנצע פרעשער ...יעצט ליין דיך אן ...עס מרור ...עס מצה ...טינק איין צוויי מאל וכו' און די זעלבע צייט שפיר איך אז די אלע זאכן זענען עפעס א סימבאל פון חירות? איך שפיר אז מיר זענען אלע מקיים די מצות היום סיפור יציאת מצרים, אכילת מצה, אכילת מרור, אכילת אפיקומן, ד' כוסות, אמירת הלל, סמני חירות, מיט אזא שמחה, ...וואס איז היינט אנדערש?! א גאנץ יאר זענען פארהאן מצוות וואס מיר טראגן פאר א פרעשער, א עול, אבער היינט נאכט שפיר איך עפעס א מעין פון פרייהייט, אמת'דיגע חירות?? ...טאטי ווי אזוי קען איך מיט נעמען פון די חירות אויף א גאנץ יאר??!!

מיר זינגן דעם הייליגער ניגון אילו... דיינו, אילו... דיינו, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין ווען הקב"ה וואלט אונז ארויס גענומען פון מצרים און נישט... דיינו? ווער זאגט אז עס וואלט געווען דיינו, אפשר נישט?! וואס זינגן מיר אזוי פרייליך, וואס איז די פשט פונ'ם ניגון?
פסח איז די איינציגסטע יו"ט וואס ביינאכט גלייך נאך מעריב זאגט מען הלל השלם, כאטש מען יאגט זיך אהיים כדי די קינדער זאלן נישט איינשלאפן, שטעלט מען זיך אפ און מען זאגט הלל מיט א ברען, דארף מען פארשטיין פארוואס? און בפרט אויב זאגט מען שוין הלל ביים סדר, פארוואס זאגן מיר צוויי מאל איינס נאכן צווייטן?

די תירוץ איז עבדים היינו...
צא ולמד לאמיר אראפגיין קיין מצרים אין כאפן א בליק וואס האט זיך דארט אפגעשפילט, וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען די עבדות-קנעכטשאפט פון אונזערע אור-עלטערן אונטער די רעזשים פון דעם טיראן פרעה אין זיין גאווערמענט. פרעה איז די מקור פון גאווה פון אני יאור ואני עשיתי, איך בין דער נילוס טייך אין איך האב מיך באשאפן, נאר איך, ס'איז נישט דא נאך איינער, קיינער איז נישט העכער אדער גרעסער ווי מיר, ער האט געפרעדיגט איבער גאנץ מצרים זיין אידעלאגיא אז ער איז קעניג און ג-ט, די גרעסטער און שטערקסטער כח אין די וועלט. פרעה האט געוואלט אינגאנצן אונטערדריקן די אידן אז קיינער זאל נישט אפילו טראכטן פון א משהו פרייהייט. ...ס'קוקט אויס ווי די הבה נתחכמה פלאן ארבעט זיך פיין אויס, די אידן ארבעטן שווער אין ביטער, די מצרים פארפייניגן, אונטערדרוקן און פארביטערן זיי דאס לעבן.

למעשה האבן די אידן געהאט אביסל פרייהייט, אז זיי האבן נאך געהאט די הארץ אויסצושרייען צום בורא ...ויאנחו בני ישראל מן העבודה, אויב דאס איז נישט גענוג קומט משה רבינו צו פרעה און זאגט אים כֹּה אָמַר ה' אֱלֹקי יִשְׂרָאֵל שַׁלַּח אֶת עַמִּי, איז דער רשע ווילד געווארן, די מיינסט מיר צו זאגן אז עס איז דא איינער גרעסער ווי מיר, וואס טיילט מיר איין וואס צו טוען?! עטץ זענטץ משוגע, מ'דארף שוין טוישן די פלאן..!! גלייך באפעלט ער זיינע נאנטע לֹא תֹאסִפוּן לָתֵת תֶּבֶן לָעָם, מ'זאל מער נישט געבן קיין שטרוי... זאלן זיך די אידן נאך מער מיטשענען, זאלן זיי ארבעטן שווערער, העמיר דעמאלטס זעהן ווער איז די בעל הבית?!

ליידער האט עס געארבעט, די אידישע קינדער האבן זיך פארלוירן און געקומען מיט טענות צו משה רבינו יֵרֶא ה' עֲלֵיכֶם וְיִשְׁפֹּט אֲשֶׁר הִבְאַשְׁתֶּם אֶת רֵיחֵנוּ בְּעֵינֵי פַרְעֹה וּבְעֵינֵי עֲבָדָיו לָתֶת חֶרֶב בְּיָדָם לְהָרְגֵנוּ, און דא האט זיך אנגעהויבן עבדות אין פולסטן זין פונעם ווארט, מיר האבן פארגעסן אז הקב"ה איז מיט אונז, מיר האבן געשפירט אז דער רשע האט טאקע א כח, ווי מיר זעהן ווייטער און פסוק וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה, אידישע קינדער זענען געווען אזוי פארזינקען און שעבוד מצרים אז זיי האבן זיך נישט צוגעהערט צו משה רבינו, זיי האבן נישט געגלייבט אז עס איז נאך דא האפענונג, אז אפילו משה רבינו אליין איז געקומען מיט טענות ווי עס שטייט משה רבינו האט געזאגט צו השי"ת וּמֵאָז בָּאתִי אֶל פַּרְעֹה לְדַבֵּר בִּשְׁמֶךָ הֵרַע לָעָם הַזֶּה וְהַצֵּל לֹא הִצַּלְתָּ אֶת עַמֶּךָ! ...און קורצן מיר זענען געווארן ריכטיגע עבדי מצרים..!


השתא עבדי
מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס מיר זענען און א שטענדיגע געיעג נאך פרייהייט, די גרעסטע מדינות איבער די וועלט געבן אויס טרילליאנען דאללער צו ברענגען מער פרייהייט און דעמאקראטיע אויף די וועלט, אזוי אויך פרובירן די גרעסטע פירמעס און קאמפאניס אויף צוקומען מיט כל מיני זאכן וואס דארף צו ברענגען פארן מענטש מער צייט, רואיגקייט, און פארשטייט זיך אסאך מער פרייהייט, אבער ווער ווייסט דען נישט די פאקט אז עס איז נאך נישט געווען א וועלט וואס איז אזוי פאריאגט און פארפלאגט, צומישט און צוחושט, ווי די וועלט אין וואס מיר לעבן היינט..! א וועלט פון השתא עבדי, מיר זענען אין מצרים ממש, וואס דאס מיינט "מצר-אונטערדרוקט", מיר האבן נישט קיין צייט א מינוט'קלע פאר א מחשבה, אביסל התבוננות... די עולם הטעכנעלאגיא האט אונז גארנישט פארגרינגערט, נאר גאר די פארקערטע, מיר זענען געבינדן מיט די גאנצע וועלט 24 שעה, מען לעבט מיט פרעשער און אנגעצויגנקייט, די נסיונות ווערן גרעסער און שטערקער... ליידער ליידן אסאך פון עדיקשענס צו כל מיני זאכן וואס זיי קענען זיך נישט אפגעוואוינען, עס איז נאך נישט געווען א צייט ווי די זעלבסט-ווערד איז געווען אזוי נידריג ווי היינט, מענטשן דרייען זיך ארום אן קיין שום סיפוק שפירנדיג אז זיי זענען איין גרויסע דורכפאל, און פרעגן זיך וואס גייט זיין? וואס איז דער תכלית החיים?! לב יודע מרת נפשו יעדער ווייסט זיין אייגען מצב וד"ל... ואין כאן מקום להאריך... עס פרעגט זיך הויעך און קלאר: וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעֲבֹדָה וַיִּזְעָקוּ טאטע אין הימל ווי לאנג נאך?! ווי איז די ישועה?! ווען וועסטו שוין ליכטיג מאכן פאר דיינע באליבטע קינדערלעך?! ווען וועסטו אונז ארויס נעמען פון די ביטערן גלות?! ווען וועל איך זיך ארויס זעהן פון מיין מצב?! בקיצור: מיר זענען עבדים ממש...!



זמן חרותינו...!
האט אבער אונזער געטרייע טאטע אבינו שבשמים אונז געגעבן א געוואלדיגע מתנה, די יו"ט פסח, ווי מיר אלע ווייסן אז די יו"ט רופט זיך אויך מיט'ן נאמען "זמן חרותינו", און זי האט דער כח משפיע צו זיין פאר די מענטש אמת'ע חירות-פרייהייט, און נישט נאר אויפן מינוט נאר א חירות וואס האלט אן א גאנץ יאר.

געווען איז א איד ר' יענקל, וואס זיין מצוה'לע איז געווען צו קאנטראלירן די טרעפיק ביי גרויסע פארנומענע אינטערסעקשאנס, מאכן'דיג מיט די הענט אהער און אהין, זיכער צו מאכן אז אלע קארס פארן שיין און רואיג, ...זאגנדיג צו זיך, "ווי געוואלדיג איז מיין ארבעט ...יענקל שטעל דיך פאר ווען די וואלסט נישט דא געווען ווי זאכן וואלטן אויסגעקוקט..!"

איין טאג שטייענדיג ביי די ארבעט פלייסיג האט ער געוויזן פאר א גרויסע טראק אהער און יענער האט פארשטאנען אהין און.... הצלה... הצלה... מען האט איהם תיכף אפגעפירט אין שפיטאל, ווען אין גאנצן שטאט קלעבן גרויסע פליקאטן נא לעורר רחמים שמים וכו'. אזוי איז ר' יענקל געליגן אין א קאמא באוואוסטלאז ר"ל.

איין טאג ווען אלע זענען געשטאנען ארום אונזער ר' יענקל און געבעטן צום רופא נאמן, פלוצלינג...! די שמחה איז אויפ'ן העכסטן שטאפל ער איז אויף... ר' יענקל עפענט זיך צוביסלעך די אויגן אין שמייכעלט צו די משפחה, אבער פלוצלונג ווערט ער בלאס ווי די וואנט אין הייבט אן ראנגלען מיטן אטעם, דער דאקטאר לויפט צו און פרעגט וואס גייט פאר, ר' יענקל שטאמלט קוים ארויס: ווער קאנטראלירט די טרעפיק? ווער האט מיך איבער גענומען אויפן גאס? און אלע בלייבן שטיל, ....וואס הייסט??!! נעמט ער שרייען היסטעריש, עס איז סכנת נפשות וויפיל צענדליגע עקסידענטן פאסירן דארט יעדע מינוט, ער שפרינגט ארויס פון בעט, לויפט ארויס פון שפיטאל און לויפט ראטעווען די פארוואונדעטע ביים אינטערסעקשן... ווי ערשטוינט ווערט ער אבער, ווען ער זעט אז אלעס פארט שיין און רואיג, עס איז נישט דא קיין עקסידענטן, און די גרעסטע וואונדער קיינער קאנטראלירט נישט די טרעפיק?! ער פאנגט אן שרייען וואס טוט זיך דא ווי קען זיין?! פלוצלינג...! געבט ער א הייב אויף זיין קאפ און קוקט ארויף, און ס'גלייבט זיך נישט, ס'איז דא א רויט לייט/גרין לייט וואס קאנטראלירט די גאנצע טרעפיק, ווען עס ווייזט רויט שטעלט זיך אלעס אפ ווען עס ווייזט גרין פארט אלעס...! ר' יענקל טראכט צו זיך הייסט אז איך שטיי סתם אינדערמיט פון א גרויסע אינטערסעקשן, איך האב געמיינט אלע יארן אז איך פיר די גאנצע מעשה, דערווייל שטייט דער פון אויבן און פירט די גאנצע געשעפט..!

טייערע חבירים! מיר זענען דער ר' יענקל, מיר מיינען אז מיר פירן אונזער לעבן, אבער באמת אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, מיט השי"ת'ס הילף קענען מיר אדורך גיין א ים סוף, אן השי"ת'ס הילף קענען מיר נישט אדורך גיין די שוועל פונ'ם טיר, מיר זענען טויט...! מיר דארפן אנערקענען אז נישט מיר פירן די וועלט, מיר מאכן נישט גארנישט, מיר דארפן נאר אויפהייבן די קאפ און איינזעהן אז עס איז דא איינער אויבן וואס ער קאנטראלירט אלעס, אבינו שבשמים! ווען ער זאגט רויט שטעלט זיך אלעס אפ ווען ער זאגט גרין פארט אלעס... וועק זיך אויף פון דיין טיפן שלאף ...די טוסט נישט און די מאכסט נישט, קיינער קען דיך נישט וויי טוהן אדער צונעמען עפעס וואס עס באלאנגט צו דיר, וואס איז דיינס איז דיינס, הקב"ה איז דער וואס באשלוסט וואס די וועסט האבן און וואס נישט... עס איז דא א העכערע כח וואס פירט די וועלט און דער זעלבער פירט "מיר" און מיין משפחה, ער נעמט נישט אראפ זיינע אויגן קיין איין רגע, נאר איין זאך פארלאנגט זיך פון אונז, "זיך לאזן פירן"... אריינלאזן השי"ת אין אונזער לעבן, השי"ת ער איז די בעל הבית, אויב עפעס גייט חלילה נישט וואו געפלאנט פארשטיי אז ער מאכט עס, און ווענד דיך נאר צו איהם.


חירות אמיתי
לאמיר אנקוקן חירות מיט א טיפערן בליק, די ווארט חירות מיינט ווי די גמרא זאגט חרות על הלוחות, אזוי ווי די לוחות זענען געווען אויסגעקריצט, פון ביידע זייטן ארום אין ארום, דאס הייסט, אמת'ע פרייהייט איז נאר ווען אונזער הארץ איז פריי פון אלע זייטן, גארנישט האלט אונז נישט צוריק, ווילאנג מיר רעדן זיך איין אז ...איך בין דער וואס טוט, דער וואס מאכט, בין איך נישט אמת'דיג פריי, פארוואס? ווייל איעדער מענטש ווי קלוג, שטארק, רייך, ער זאל נאר זיין, איז ער נאך אלץ ארומגענומען מיט פארשידענע מניעות פון היינט ביז מארגן, לא לחכמים לחם ולא בגבורת הסוס יחפץ, דער קלוגער איז נישט אלץ סוקסעספול, און דער שטארקער האט נישט אלץ די לעצטע ווארט, כח און מאכט איז נישט אלץ פארזיכערט מיט הצלחה, און ווען יא, ביסטו נישט פארזיכערט אז ס'וועט אייביג אזוי בלייבן, אבער ווען די מענטש זעט איין אז השי"ת פירט די וועלט און אלעס, אלעס ווערט געטון דורך אים אזוי ווי חז"ל זאגן אונז אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה א מענטש קען נישט ריקן אפילו זיין קליינע פינגער נאר אויב השי"ת איז מסכים. ווען דער מענטש פארשטייט דאס, און לעבט מיט די מחשבה דעמאלטס איז ער זוכה צו זיין באמת פריי, ער נעמט אויף זיך די עול התורה ומצות מיט א שמחה און געשמאק, ער פארשטייט אז עס איז גאר א זכיה אז איך קען האבן "סייעתא דשמיא" איך קען האבן השי"ת מיט מיר יעדע מינוט, און מיט זיין הילף קען איך אלעס אין די וועלט טוען, ווייל אין מיין ציעל, אין מיינע רצונות/ווילן איז נישט פארהאן קיין שום צוריקהאלט וואס זאל מיך שטיין אין וועג, השי"ת איז מיט מיר... דאס איז די פרייהייט מיט וואס מיר דארפן לעבן, דאס איז די איינציגע אפטייטש פון פרייהייט וואס געבט פארן מענטש א גליקליך און רואיג לעבן!

אמת'ע חירות גייט א טריט ווייטער אז אפילו ווען מען איז ר"ל אין א צרה, אדער אין א נסיון ווער איך נישט פארלוירן, נאר איך ווייס און גלייב אז השי"ת איז מיט מיר, ער איז די איינציגסטע כח אין די וועלט, און ער שטייט צו מיין האנט, ווי מיר ווייסן אז אין מצרים איז הקב"ה מיט געשטאנען מיט אונז "וַיַּרְא אֱלֹקים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וַיֵּדַע אֱלֹהִים" זאגט רש"י נתן עליהם לב ולא העלים עיניו, השי"ת האט נישט אראפ גענומען א אויג נאר מיט אונז מיט געגאנגען אויף טריט און שריט, און כאטש די גלות האט געדארפט צו נעמען 400 יאר, זעהנדיג די מצב האט הקב"ה מקצר געווען און אונז אויסגעלייזט נאך 210 יאר, אבער פאר מיר האבן זוכה געווען צו די ישועה איז נאך מער פינסטער געווארן, דער רשע פרעה ווילנדיג ווייזן אז ער האט נישט קיין מורא פון קיינעם ...קיינער וועט מיר נישט זאגן וואס צו טוהן, האט ער גאר שווערער געמאכט פאר אידישע קינדער, און משה רבינו האט געפרעגט פון השי"ת לָמָה הֲרֵעֹתָה לָעָם הַזֶּה?! האט השי"ת געענטפערט פאר משה "עַתָּה תִרְאֶה" אֲשֶׁר אֶעֱשֶׂה לְפַרְעֹה זאגט רש"י די ביסט נישט ווי אברהם און יצחק וואס זענען געגאנגען צו די עקידה אן קיין חשבונות, השי"ת וויל מיר זאלן גיין מיט אים אן קיין חשבונות, צו די פארשטייסט יא צו נישט, אים אנכאפן אין יעדע מצב, און זיך פארלאזן אויף אים, און נאר דאס איז אמת'ע חירות.

חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, געדענק אז צום סוף האט השי"ת אונז ארויס גענומען מיט אותות ומופתים, כבוד און פאראדע, און מיט דעם אראפ געלייגט א יסוד פאר אלע דורות אז ווען א שווערע מצרימ'דיגער מצב וועט זיך איבער שפילן צו דאס וועט זיין א פרטיות'דיגע אדער א כללות'דיגע מצרים, ...ווייס, אז איך בין דארט און האלט אלעס מיט און גרייט צו די גרויסע ישועה, לעב מיט א רואיגקייט און מיט אמת'דיגע פרייהייט, אז מיין טאטע און הימל איז מיט מיר אין יעדע מצב, און קוקט אויף מיר יעדע רגע..! ניין איך בין נישט קיין דורכפאל, ניין די דאקטורים אדער מבינים האבן נישט קיין ווארט אדער מיינונג, ..איי איך זעה נישט קיין וועג ארויס, ...שוין אזוי פיל מאל און עס גייט נישט, איך זעה נישט קיין טראפל נחת, איך בין טיף אונ'ם פלאנטער, דריי זיך צו הקב"ה אונזער טאטע אין הימל רעד זיך מיט איהם אדורך, ער שטייט דאך נעבן דיר, רעד צו אים!

יעצט פארשטייען מיר שוין די הייליגע פיוט דיינו, ביי יציאת מצרים האט השי"ת אונז געוויזן "חירות" מיטן זיך מגלה זיין צו כלל ישראל ...השי"ת'ס מעסעדזש צו אונז איז, איך בין מיט אייך צוזאמען אויף טריט און שריט, איך בין דער וואס פירט די וועלט, יעדע זאך פונ'ם וואסער ביז פרעשעלעך וואס שפרינגען, לייז וואס קריכן, חיות פון וואלד, בהמות פון שטאל, די לופט וואס עטץ אטעמט, די בלעטלעך אויפן בוים די תבואה אויפן פעלד, אין אפילו דער גרויסער מענטש, אלעס אלעס בין איך, און אפילו בשעת ווען אלעס ארום קוקט אויס שווארץ ווי אין חושך מצרים זענען מיר זוכה צו זעהן די יד ה', ניסים ונפלאות, ער ווייזט איך בין מיט דיר מיין קינד זארג נישט, דאס איז די גרעסטע חירות-פרייהייט... דעריבער זינגן מיר צו השי"ת אילו..... נאר דיר זעהן, נאר דיין זיין מיט מיר צוזאמען דיינו...! די אלע אנדערע ניסים ברענגן צו הר סיני וכדומה וואס הקב"ה האט געטוהן מיט אונז טוט אוודאי פארשטערקערן די אמונה, אבער די יסוד היסודות פון חירות איז אז השי"ת איז מיט אונז... דיינו, און דאס פארשטייען מיר נאר פון ארויסגיין פון מצרים אליין, דיינו דאס איז מיר גענוג, ווייל דאס איז א בן חורין א פרייע מענטש!

ליל הסדר
מיט די יסוד טאקע פאנגן מיר אן די הייליגע יו"ט פסח מיט די פארשטאנד אז אמת'ע חירות פרייהייט איז פונקט די פארקערטע פון וואס די וועלט רופט פרייהייט, ביי זיי איז עס זיין הפקר אן קיין טראפל מחשבה, לעב אן א תכלית, טו וואס דיין הארץ פאלט ביי וכדומה, מיר ווייסן ליידער ווי די וועלט קוקט אויס... ביי אונז כלל ישראל איז חירות פארקערט, פארשטיין אז פרייהייט איז זיך אינגאנצן אויפמאכן אין לעבן מיט השי"ת, אים האלטן און איין זיכן, צו פארשטיין אז ווי מער איך טרעף השי"ת, ווי מער איך טו זיין רצון, בין איך מער פריי, און מער זוכה צו אמת'ע חירות...
און דאס ענטפערן מיר: עבדים היינו מיר זענען געווען עבדים, און מער נישט, מיר האבן כסדר מחשבות ווי ...איך וויל, איך מאך, איך טו, איך גיי ווייזן, איך, איך, איך, (ווי באקאנט אז אין דער עולם הטעכנעלאגיא איז דא דער איי/איך איי פאד – איי פאון – איי פעד וכו' וכו') ...דער האט מיך צוגענימען איך וועל איהם... ...מיין קאמפעטישען האט אויפגעמאכט נעבן מיר... וואס וועט זיין מיט א שידוך פאר מיין... די דאקטער האט געזאגט... און דערנאך קומען אריין מחשבות אז דער "איך" מוז מצליח זיין, דער "איך" מוז זיין צופרידן וכדומה, שיקט אבער אמאל השי"ת אריין קליינע פרעשעלעך, זאכן וואס מאכן דעם מענטש טאנצן ה"י, און דער גאנצע "איך" צופלאצט, דער מענטש פאלט אריין אין א צובראכענקייט, ער פארגעסט אז זיין תכלית החיים איז די היפך פון "איך"... פסח אויף דער נאכט רופן מיר אבער אויס אז די עבדות איז א פארגאנגענהייט, מיר זיצן צוזאמען און מיר זענען זוכה צו פארשטיין און שפירן אמת'ע חירות, און דאס רופן מיר אויס ס'איז נישט דא קיין "איך, מיך, דיך" ס'איז דא "אונז ברידער'לעך קינדער פון איין באליבטע טאטע" וואס ער איז די "מלך מלכי המלכים"!

ווען מיר זענען זוכה דאס צו שפירן, וועלן מיר זוכה זיין אז אלע אונזערע דאגות, חשבונות, מחשבות זרות ...וואס גייט זיין? ווי לאנג נאך? וכו' וכו' וועט ווערן בטל ומבוטל מיט איין מחשבה "מיין טאטע ער נעמט קעיר פון אלעס", ער שטייט מיר צום האנט... אז מ'האט די זכיה דאס צו פארשטיין פאנגט די הארץ אן גיסן מיט א שבח והודאה צו השי"ת, און מיר נעמען זיך זינגן מיט א אויסטערלישן שמחה דעם הלל, ...מקימי מעפר דל ...אנא ד' הושיעה נא, העלף מיר טייערע טאטע אן דיר קען איך נישט ...ווי וואלט איך אויסגעקוקט אן דיין הילף... די ליכטיקייט פון פרייהייט פאנגט זיך אן ווי נאר דער יו"ט קומט אריין אזש מיר קענען זיך נישט איינהאלטן און ווארטן ביז סוף סדר נאר מ'נעמט זיך גלייך נאך מעריב זינגן הלל, און שפעטער ביים סדר גיסט זיך נאכאמאל איבער דאס הארץ ...זינגן מיר נאכאמאל דעם הלל, אין דערנאך נשמת, הודו אין שיר השירים, דער אידנ'ס הארץ איז פיל מיט פרייד, איך בין פריי איך בין זוכה צו די גרעסטע און אמת'ע חירות, איך דאנק און לויב, שריי און בעט, זינג און טאנץ צו אונזער גרויסע טאטע און הימל...! די הרגשים זענען אזוי גרויס אז פון הארץ גיסט זיך ארויס ואילו פינו מלא שירה כים ולשוננינו רנה... אין אנחנו מספיקים להודות לך!!!

לסיכום: געדענק
• עבדות איז ווען מ'רעדט זיך איין אז איך אדער אנדערע פירן מיין לעבן...
• חירות-פרייהייט איז ווען מ'פארשטייט אז אלעס איז השי"ת, ער מאכט און טוט אלעס...
• השי"ת אונזער באליבטע טאטע, נעמט נישט אראפ די אויגן פון "אונז" זיינע טייערע קינדער.

חג כשר ושמח!