בלאט 1 פון 1

מיט א טיפערן בליק פרשת ויקרא (החודש) תשע"ב

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 19, 2012 8:12 am
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
כל יום יהיו בעיניך כחדשים!בס"ד

א גיטן טייערע חבירים וידידים..!

ב"ה מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן חומש שמות, און צוזאמען אפגעלערענט די הייליגע פרשיות, געזעהן איהר ליכטיגקייט, ווי די תורה הק' געבט אונז א מהלך החיים, חיזוק, שמחה, אמונה, און ביים סיום האבן מיר זיך געווינטשן איינער פארן צווייטן ...חזק ...חזק ...ונתחזק! איז יעצט חבירים... לאמיר זיך טאקע מחזק זיין, און שטיין שטארק צוזאמען כאיש אחד בלב אחד, מיט די כח פון אחדות באגלייט מיט סייעתא דשמיא פאנגן מיר אן לערנען דעם חומש ויקרא,
וַיִּקְרָא אֶל משֶׁה וַיְדַבֵּר ה' אֵלָיו מֵאֹהֶל מוֹעֵד.

מען דערמאנט זיך ...חומש ויקרא ...די קליינע אלף, ...ויקרא און ער האט גערופען, ווער האט גערופען?! און אזוי ווייטער קומען ארויף די אלע מחשבות פון די יונגע יארן... די חומש סעודה... מיר דארפן פארשטיין וואס איז טאקע דער ענין וואס ליגט אין דער קליינע אלף? און פארוואס פאנגן די קינדער אן לערנען בדווקא חומש ויקרא, מיר וואלטן געזאגט אז עס איז בעסער מען זאל מיט זיי אנפאנגן די אינטערעסאנטע פרשיות ווי בראשית, נח, יציאת מצרים, מכירת יוסף, עקידה? און בפרט דארף מען פארשטיין אויב די קליינע אלף איז נאר פאר די קינדער וואס האט דאס אלעס מיט אונז, מיר זענען שוין נישט קיין קינדער'לעך? (עכ"פ אזוי האלטן מיר).

מיר געפינען אט די שאלה אין די מדרש (תנחומא פרק יד) אמר רבי אסיא, למה הם מתחילים התינוקות של בית רבן ללמוד בספר ויקרא, אלא מפני שכל הקרבנות כתובים בו, ומפני שהם טהורים עד עכשיו ואינם יודעים מהו טעם חטא ועון לפיכך אמר הקדוש ברוך הוא שיהו מתחילין תחלה בסדר הקרבנות יבואו "טהורים" ויתעסקו במעשה "טהורים" - רבי אסיא פרעגט פארוואס פאנגען די קינדער'לעך אן לערנען חומש ויקרא? און ער זאגט וויבאלד אין חומש ויקרא ווערט דערמאנט די אלע קרבנות וואס זיי זענען מכפר "ומטהר" כלל ישראל, זיי וואשן אויס אידישע קינדער, האט השי"ת געזאגט זאלן קומען די קינדער'לעך וואס זיי זענען "טהור", וואס האבן נישט קיין שייכות צו קיין חטא און זינד זיי זאלן איר אנפאנגען לערנען...

אין מדרש איכה (פ׳ א׳), אמר ר׳ יהודה בא וראה כמה חביבין תינוקות לפני הקב״ה, גלתה סנהדרין ולא גלתה שכינה עמהם, וכו' וכיון שגלו תינוקות גלתה שכינה עמהם, וכו' - ר' יהודה זאגט, געבט א קוק ווי באליבט זענען די קינדער'לעך צו השי"ת, ביים חורבן בית המקדש ווען מען האט פארטריבן די הייליגע סנהדרין איז אבער די שכינה נאך פארבליבן, אבער ווען מען האט פארטריבן די תינוקת של בית רבן די קינדער'לעך אינ'ם ביטערן גלות, איז די שכינה הק' מיט געגאנגען מיט זיי, זעהן מיר ווי באליבט זענען די קינדער'לעך וואס לערנען תורה, וואס דינען השי"ת געטריי, זיי טראגן עפעס א ספעציעלע כח מיט זיך, און נאר אין זייער זכות האבן מיר זוכה געווען אז די שכינה איז געווען צווישן כלל ישראל, אין זייער זכות האבן מיר געהאט די קרבנות די טהרה.

אויב די זכות פון די קינדערלעך איז טאקע אזוי גרויס און חשוב ביי השי"ת, ווי מיר זעהן אז אלעס וואס מיר האבן געהאט איז געווען אין זייער זכות, פרעגט זיך קענען "מיר" וואס זענען שוין נישט קינדערלעך האבן א שייכות צו דעם אדער מיר האבן שוין פארפאסט דעם שיף ...עס איז שוין צו שפעט ...מ'קען נישט צוריק דרייען דעם זייגער?

טייערע חבר! יודישקייט זאגט אז עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, ...מ'קען דעם שיף נישט פארפאסן, איי מיר זענען שוין נישט קיין קינדער'לעך, דארפן מיר טרעפן די נקודה וואס ליגט ביי קינדער'לעך וואס דאס מאכט אז זייער עבודת ד' זאל ווערן אזוי גרויס און חשוב, און איר נאכטוהן, בקיצור: די ארבעט אויף אונז איז זוכן וואס איז די שליסל וואס די קינדער האבן?

די וואך ליינט מען אויך פרשת החודש ווי עס שטייט אין פסוק (שמות יב ב) הַחֹדֶשׁ הַזֶּה לָכֶם רֹאשׁ חֳדָשִׁים רִאשׁוֹן הוּא לָכֶם לְחָדְשֵׁי הַשָּׁנָה:
מען דארף פארשטיין די דאפעלטע לשון פון "ראש" און "ראשון", עס שטייט ראש פארוואס שטייט גלייך דערנאך נאכאמאל ראשון? און בכלל, אמת אז די סדר פון די חדשים פאנגט זיך אן פון ניסן אבער וואס איז ניסן אזוי גרויס אז די תורה רופט עס מיטן לשון ראש וראשון?

טייערע חבר! קוק זיך אמאל צו ווי א קליין קינד פארט אויף א בייק און פלוצלינג געבט ער זיך א דריי איבער און פאלט אראפ... די ערשטע פאר סעקונדעס זעט די סצענע אויס אז חלילה... אבער די געטרייע מאמע פונ'ם קינד געבט איהם א הייב אויף ...האלזט און קישט איהם... און עס נעמט נישט מער ווי צוויי דריי מינוט און ער איז א נייע מענטש, זעצט זיך צוריק ארויף אויפן בייק און פארט ווייטער... אדער א קינד גייט שבת צו זיידי און ער געבט א גיס אויס א גלעזל סאדע די ערשטע מינוט איז ער פארשעמט אין צו וויינט זיך, אבער עס נעמט נישט קיין מינוט און ער האט שוין לאנג פארגעסן, אדער קוק זיך אמאל צו ווי א קינד שטייט אויף אינדערפרי, מיט וואספארא פרישקייט, ער שפרינגט ארויס פון בעט מיט אזא חן, און ווען ער איז מיד לייגט ער זיך אראפ עטליכע מינוטן, און תיכף צוריק צום מלאכה ער טאנצט, ער שפרינגט ער איז פריש.

די נאטור פון א קינד איז: ער פאנגט כסדר אן פריש, ער טראגט נישט קיין דאגות און קיין חשבונות, ער שטייט אויף מיט א פרישקייט, ער שפילט מיט א פרישקייט, ער פאלט אראפ, כאפט זיך אויף און גייט ווייטער, ...ער גיסט אויס... ער מאכט א חורבן ...ער גייט ווייטער... און אזוי איז אויף א יעדע טריט און שריט ער איז אייביג פול מיט ענערגיע און פרישקייט...

התחדשות... פרישקייט...! איז א מתנה וואס השי"ת האט אונז געגעבן און איז אונז מצוה אויף דעם ווי די פסוק זאגט (דברים כו טז) הַיּוֹם הַזֶּה ה' אֱלֹקיךָ מְצַוְּךָ – זאגט רש"י "בכל יום יהיו בעיניך כחדשים" יעדע טאג זאל זיין ביי דיר מיט א נייעקייט מיט א פרישקייט... און עטליכע פסוקים שפעטער שטייט נאכאמאל (כז ט) שְׁמַע יִשְׂרָאֵל הַיּוֹם הַזֶּה נִהְיֵיתָ לְעָם לַה' אֱלֹקיךָ: זאגט רש"י "בכל יום יהיו בעיניך כאילו היום באת עמו בברית" יעדע טאג זאל זיין ביי דיר ווי היינט האבן מיר חתונה געהאט מיט השי"ת, היינט האבן מיר זוכה געווען צו די תורה הקדושה...!

און טאקע צוליב דעם ליגט ביי די עבודה פון קינדער'לעך באהאלטן אזעלכע גרויסע כוחות, ווייל זייער א עבודה איז מיט א געוואלדיגע תמימות און כסדר מיט א שטארקע פרישקייט, מיט א אויסטערלישע התחדשות אן קיין שום דאגות, חשבונות, און השי"ת ווען ער זעט אזא עבודה מיט אזא תמימות איז אפילו ווען מען פארטרייבט די סנהדרין זאגט השי"ת אבער די קינדער'לעך זענען דא בלייב איך מיט זיי, און דערפאר פאנגן די קינדער אן מיט חומש ויקרא ווייל אין די קרבנות ליגט אויך די יסוד, אז כאטש א מענטש האט געזינדיגט אדער א מענטש דארף צוקומען צו טהרה, ברענגט ער א קרבן און ער איז זוכה צו א כפרה ער איז זוכה צו א נייקייט א פרישקייט, די קרבן טוט איהם אויס וואשן און ער פאנגט אן מיט א התחדשות...!

טייערע חבירים! לאמיר זיין קינדער'לעך מיט די נקודה, לאמיר טוהן די רצון ה' מיט א פרישקייט און איינזעהן אז סיי ברוחניות און סיי בגשמיות מוזן מיר כסדר האבן פרישקייט התחדשות, און דאס איז "פרשת החודש" מיר דאנקן השי"ת און מיר זענען מכיר די מתנה וואס השי"ת געבט אונז כסדר, די מתנה פון התחדשות די געלעגנהייטן אנצופאנגן פריש צו דאס איז ווינטער זיממער, אנפאנג יאר, חודש, וואך, טאג...! השי"ת וויל אונז העלפן ער געבט אונז טאג און נאכט אלעס כדי מיר זאלן האבן דעם פרישקייט, חודש ניסן וויבאלד זי איז די ערשטע פון אלע חדשים זי איז דער אנפאנג פונ'ם אנפאנג, איז צייט זיך אפצושטעלן און טראכטן א מינוט וואסערע מתנה מיר האבן, כאטש!..?! ...לעצטע חודש איז מיר נישט גיט געגאנגען, עס איז נישט געווען אזוי ווי איך האט געוואלט און געפלאנט, האב איך יעצט א געלעגנהייט אנצופאנגן פריש, געדענק זיי ווי א קינד לייג זיך שלאפן און לאז איבער אלע דאגות, חשבונות, און ...שטיי אויף פריש, אזוי ווי מיר זאגן איעדען אינדערפרי אלוקי נשמה שנתת בי טהורה הוא, די נשמה איז פריש אין נייע,...סוף וואך קומט שבת די לאזט איבער אלע שוועריגקייטן און פאנגסט אן די וואך מיט א פרישן ברען, און אזוי ווייטער און ווייטער, "נעם נישט מיט די דאגות און חשבונות פון היינט אויף מארגן"... טו די רצון ה' ווי דער חתן וואס גייט דעם ערשטן טאג נאכן חתונה מיט זיין שטריימעל צום דאווענען ס'שטראלט ארויס א פרישקייט, יעדן טאג איז "די טאג" וואס השי"ת האט מיט מיר חתונה, היינט געבט ער מיר די תורה הק'... וועט השי"ת זיכער מקיים זיין דעם "חדש ימינו כקדם" אונז צוריק געבן די קרבנות וואס זיי האבן אונז באנייעט מיט כפרה וטהרה מיט התחדשות און פרישקייט... געדענק! די אלטע ברויט לאז איבער פאר די פייגלעך די נעם דיר א פרישע...!!

לסיכום:
געדענק, ניץ אויס איעדן חודש, וואך, און טאג:
• פאנג אן מיט א פרישקייט...!
• נעם נישט מיט קיין דאגות חשבונות אויף מארגן...!
• היינט איז מיין חתונה מיט השי"ת...!