בלאט 3 פון 3

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2017 7:40 pm
דורך שנאפס
שמואל בארג האט געשריבן:היי יאר האט דער משמש אריינגעברענגט גאר גרויסע הושענות, עס שטייט דערויף צוגעצייכנט דעם אויבנדערמאנטן רש"י, חיי אדם, און קיצור שו"ע, פארן נישטיגן פרייז פון 12 טאלער.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2017 10:25 pm
דורך Kosher Travel
אין מיין שוהלת פיהר פיפציג פאר קליינע און פינעף פאר גרויסע. בעיקר, זאגט אויך א גוטן ווארט פארן שמש.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2017 10:28 pm
דורך גם זה יעבור
שמואל בארג האט געשריבן:היי יאר האט דער משמש אריינגעברענגט גאר גרויסע הושענות, עס שטייט דערויף צוגעצייכנט דעם אויבנדערמאנטן רש"י, חיי אדם, און קיצור שו"ע, פארן נישטיגן פרייז פון 12 טאלער.


איי געס מיין שול האט א ביליגע שמש.. , ער בעט נאר 10 טאלער
און 4 פאר קליינע און 5 פאר די גרעסערע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 4:48 pm
דורך זבחי צדק
יענקל פאטאש האט געשריבן:נו וואס איז געבליבן דארף מען נעמען גרויסע? אפשר דארף עס זיין אזוי גרויס?

עי' מגן אברהם סי' תרס"ד סק"ח:
וגאון א' נטל קלח א' שהיו בו י"ז בדים כמנין השם בן ד' במ"ק [כ"ה]

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 18, 2019 7:39 am
דורך לייטער
מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער ?
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן ?

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 18, 2019 11:29 am
דורך חוח בין השושנים
לייטער האט געשריבן:מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן

און פאר די עוּברים.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 18, 2019 11:47 am
דורך יידישע קהילות
חוח בין השושנים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן

און פאר די עוּברים.

עס איז נישט ווי כפרות, כאטשיג די גזירה שוה פון קרעפלעך-קרעפלעך.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 18, 2019 12:16 pm
דורך חוח בין השושנים
לייטער האט געשריבן:מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער ?
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן ?

מקור איז אין מנהגים דק"ק וורמיישא חלק א עמ' ריג "לכל בניביתו, לגדול וקטן, לזכר ולנקבה, לכל אחד ואחד בפני עצמו".
שטייט נישט עוּברים, אבער ווי יידישע קהילות ערווענט מאכט מען א קרעפל פשעטל...

געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2019 10:47 am
דורך חוח בין השושנים
א שיינע דערהער:
א איד האלט מיר היינט פאר: היתכן? קליינע הושענות? 'הושענא רבה' איז טייטש גרויסע הושענות...

געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2019 1:16 pm
דורך מצב כללי
חוח בין השושנים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער ?
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן ?

מקור איז אין מנהגים דק"ק וורמיישא חלק א עמ' ריג "לכל בניביתו, לגדול וקטן, לזכר ולנקבה, לכל אחד ואחד בפני עצמו".
שטייט נישט עוּברים, אבער ווי יידישע קהילות ערווענט מאכט מען א קרעפל פשעטל...



#קרעפל פשעטל....

געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2019 3:11 pm
דורך נאו נעים
חוח בין השושנים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן

און פאר די עוּברים.

ויהי לפלא.
ס'דא א מקור פרא דעם?

געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2019 3:41 pm
דורך חוח בין השושנים
נאו נעים האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן

און פאר די עוּברים.

ויהי לפלא.
ס'דא א מקור פרא דעם?

מנהג במשפחתינו. פון וואנעט שטאמט דאס? איני יודע.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 3:37 pm
דורך קלאָצקאָפּ
שמעתי שאין מקור לזה.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 4:44 pm
דורך אונגארישע הייזער
נאו נעים האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן

און פאר די עוּברים.

ויהי לפלא.
ס'דא א מקור פרא דעם?


ליגט מיר אין קאפ עפעס פון מונקאטשער רב זצ"ל דערוועגן, כ'קען נישט יעצט נאכקוקן

Re:

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 9:55 pm
דורך לייטער
Kosher Travel האט געשריבן:. בעיקר, זאגט אויך א גוטן ווארט פארן שמש.


וויכטיג צו געדענקען אריינצוכאפן א מצוה בעצם הושענא רבא און זאגן א גוט ווארט פארן משמש, נעגעטיוו און קריטיק אויף די פרייזן האט ער געניג און סהעלפט עניוועי נישט

Re: גרויסע הושענות, אדער קליינע?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 12, 2020 2:20 am
דורך shalsheles
אין הליכות שנה (ראזען) צייכנט ער צו א מהר״ם שי״ף גיטין נב. אויף די גמרא דיתומים יש לאפוטרופוס לקנותם לולב וערבה, פי׳ לולב היינו ד׳ מינים, וערבה להו״ר.
אין לוח תמידים כסדרם (ווייס) עמוד תקט״ו ברענגט ער א ירושלמי ר״ה פ״ד ה״ח ״ואותי יום יום ידרושון זו תקיעה וערבה״ וכתב שם בקרבן העדה וז״ל, וכי ביום דורשין ובלילה אין דורשין, אלא שני ימים בשנה הכל דורשין את ה׳ מגדולים עד קטנים והם יו״ט של ר״ה ויום ז׳ של ערבה, שהכל שומעין תקיעת שופר והכל נוטלין הערבה וכו׳ עיי״ש און דער מלקט פירט אויס אז אויף עוברים טרעפט מען נישט קיין מקור ולא דמי לכפרות ומחצית השקל שהם לכפרה ושייך גם לעובר משא״כ הושענות, וכן המנהג.

Re:

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 12, 2020 11:30 pm
דורך veltsman
מי חכם האט געשריבן:לכאורה, 'והשתא' רעדט רש"י בזה"ז? לכאורה איז די מדובר פון ערבה במקדש וואס איז א הל"מ דוכט זיך. אונזער מנהג הייסט נישט קיין מצוה כמבואר שם, נאר א מנהג נביאים. אויף דעם איז אויך שייך הידור?

יא, רש״י רעדט פון בזמן הזה
״והשתא נהגו להביא מורביות ענפים ארוכים ויפים שמנכרא מצוה בעין יפה״

Re:

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 10:49 pm
דורך אכט
חוח בין השושנים האט געשריבן:א שיינע דערהער:
א איד האלט מיר היינט פאר: היתכן? קליינע הושענות? 'הושענא רבה' איז טייטש גרויסע הושענות...

הושענא רבא פונקט ווי קידושא רבא..און טאקע דייקא קליינע.

Re: Re:

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 14, 2022 3:46 pm
דורך יעדער
לייטער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
. בעיקר, זאגט אויך א גוטן ווארט פארן שמש.
וויכטיג צו געדענקען אריינצוכאפן א מצוה בעצם הושענא רבא און זאגן א גוט ווארט פארן משמש, נעגעטיוו און קריטיק אויף די פרייזן האט ער געניג און סהעלפט עניוועי נישט
מענטשען זיכען זיך נייע מצות
מען האט אייביג געוויסט אז די שמש באקימט נאר קריטיק און נישט קיין גוט ווארט...

Re:

געשריבן: זונטאג אקטאבער 16, 2022 2:35 am
דורך דניאל אויערבאך
מצב כללי האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
מען דארף קויפן פאר יעדן קינד עקסטער ?
אויך פאר די גאר קליינע וואס קענען נאכנישט שאקלן ?
מקור איז אין מנהגים דק"ק וורמיישא חלק א עמ' ריג "לכל בניביתו, לגדול וקטן, לזכר ולנקבה, לכל אחד ואחד בפני עצמו".
שטייט נישט עוּברים, אבער ווי יידישע קהילות ערווענט מאכט מען א קרעפל פשעטל...
#קרעפל פשעטל....
למעשה עסט מען קרעפלעך הושענא רבה אויכעט...

Re: ערבה - הושענא להלכה ולמעשה

געשריבן: זונטאג אקטאבער 16, 2022 2:43 am
דורך דניאל אויערבאך
קרעפטיג האט געשריבן:
פארוואס האבן די שמשים געהעכערט די פרייז פון די קליינע הושענות דאס יאר מיט א גאנצן דאלאר צו פינף טאלער !!

כ'פארשטיי אז די וואס האבן די מאנאפאל האבן געהעכערט, וואס איז די סיבה ? ס'איז געוואקסן ווייניגער ערבות ביימער ? געז צו דעליווערן איז ארויף ?

ס'האט מיך אויפגערעגט
די תגובה איז פון יאר 2015, בערך 7 יאר צוריק... הלוואי וואלטן נאך די הושענות היינט געקאסט בלויז 5 טאלער.

קודאס פאר בינגא פאר'ן פארקויפן הושענות פאר 1.99..!!!