גרויסע הושענות, אדער קליינע?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 9:54 am

געהערט בשם החיי"א אז מען זאל נעמען ווי גרעסער זכר למקדש.

ר' ישראל דוד , נו שוין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 9:55 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:און וואו שטייט אז מ'דארף קויפן גרויסע פאר טאטעס?

סשטייט נישט אין ערגעץ, ר' ישראל דוד שרייבט וועגן דעם אז גרויסע איז א איינרעדעניש, די קלענערע איז פונקט אזוי גוט

פרעג נאר די שמשים וועסטו זוין זעהן אז עס שטייט [אפשר גאר און די תורה]
סאדאם בן באראק חוסעין

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 10:04 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:און וואו שטייט אז מ'דארף קויפן גרויסע פאר טאטעס?

סשטייט נישט אין ערגעץ, ר' ישראל דוד שרייבט וועגן דעם אז גרויסע איז א איינרעדעניש, די קלענערע איז פונקט אזוי גוט

פרעג נאר די שמשים וועסטו זוין זעהן אז עס שטייט [אפשר גאר און די תורה]

איך האבעס געזאגט פאר איינעם הויך אין שול נעבן שמש ביים פארקויפן די הושענות, דער האט מיך אנגעקוקט זייער שטרענג און געווינקן איך זאל זיין שטיל

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 10:07 am

אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 10:47 am

קרעפטיג האט געשריבן:פארוואס האבן די שמשים געהעכערט די פרייז פון די קליינע הושענות דאס יאר מיט א גאנצן דאלאר צו פינף טאלער !!

כ'פארשטיי אז די וואס האבן די מאנאפאל האבן געהעכערט, וואס איז די סיבה ? ס'איז געוואקסן ווייניגער ערבות ביימער ? געז צו דעליווערן איז ארויף ?

ס'האט מיך אויפגערעגט

די סיבה איז מן הסתם ווייל דער עולם האט אויפגעהערט צו קויפן די גרויסע מאכט מען א חילוק נאר פון א דאלער, אולי יחוס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 10:50 am

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 10:57 am

מיסטעריעז האט געשריבן:האמיר געוואלט קויפן הושע"ר פרישע ערבות, פרעגענדיג דעם מוכר וויפיל ערבות קאסט זאגט ער מיר 5.50 ווען אין די זייט ליגן "קליינע" הושענות פאר 5.
האמיר געקויפט די "קליינע" הושענות (פיר חזו"א טפחים הויעך!) און גענוצט דערפון צוויי ריטלעך פאר ערבות, און נאך צוויי דערפון געשאנקען פאר א אינגערמאנטשיק וואס האט נישט געקויפט די ערבות נאכן הערן די פרייז...

איך זאג נישט אז דער שמש איז גערעכט, אבער לגבי דיר פאר נארישע 50 סענט דארף מען זיך נישט נאריש מאכן.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 12:37 pm

איש, ווען דו קויפסט א עירליין טיקעט אנליין, א קאר רענטאל אדער א אייטעם אויף עמעזאן גייסטו אייביג צום ביליגסטען סעללער אויב עס איז די זעלבע אייטעם שטייצעך.

פארוואס? דער אנדערער איז דאך נאר פופציג סענט א חילוק? דער תירוץ איז פשוט קיינער וויל נישט צאלען מער ווי מען מיז.

דאס איז די קאנסעפט פון א יעדער נארמאלער מענטש.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 12:49 pm

איש חמודות האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:האמיר געוואלט קויפן הושע"ר פרישע ערבות, פרעגענדיג דעם מוכר וויפיל ערבות קאסט זאגט ער מיר 5.50 ווען אין די זייט ליגן "קליינע" הושענות פאר 5.
האמיר געקויפט די "קליינע" הושענות (פיר חזו"א טפחים הויעך!) און גענוצט דערפון צוויי ריטלעך פאר ערבות, און נאך צוויי דערפון געשאנקען פאר א אינגערמאנטשיק וואס האט נישט געקויפט די ערבות נאכן הערן די פרייז...

איך זאג נישט אז דער שמש איז גערעכט, אבער לגבי דיר פאר נארישע 50 סענט דארף מען זיך נישט נאריש מאכן.

א' מיר האט מען אויסגעלערנט אפילו דאס מינדעסטע געלט געבט מען נישט אויס פאר "גארנישט".

ב' זאג איך ווען אז איך בין געגאנגען עטליכע בלאקס וואו איך האב פריער געזעהן פאר 5 הער איך אז איך האב מיר "נאריש" געמאכט פאר "נארישע 50 צענט", אבער זינט בסך הכל האב איך געברויכט אראפנעמען א ראבבער זעה איך נישט קיין שום סיבה פארוואס איך זאל האבן געזאלט קויפן די ערבות פאר נאך 50 צענט.

ג' איך האב געקלערט אז אפשר וועט מיינס א באקאנטער אפקויפן צוויי ריטלעך און אזוי ארום וועל איך האבן געצאלט מיין פאראויס-געטראכטע פרייז פון 2/3 דאללער.

ג' זינט איך בין געווען כמעט ווי זיכער אז די פרייז איז צוויי דריי דאללער קומט אויס אז 5 איז שוין געווען טייער, אלזא די 50 צענט איז נישט 50 צענט נאר נאך 50 צענט.

ד' 50 צענט צו 5 דאללער איז א העכערונג פון גאנמע 10 פראצענט.

ה' עס איז 50 צענט וואס קומט איהם נישט, דער געדאנק לאזט עס נישט געבן.

ו' עס איז 50 צענט וואס איך צאל נישט + 50 צענט וואס דער מוכר באקומט נישט.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 12:52 pm

אם בערבות איירינן:

תמהני מעודי על אלו שמזבזין ממון רב על אתרוג ולולב, אבל על בדי הערבות אין משגיחין ובמשך החג מתיבשין כמעט עד כדי פריכה בציפורן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 12:54 pm

און מיטן נישט צאלן די 50 צענט האב איך מחי' געווען דעם אינגערמאן (וועם איך קען נישט), און געגעבן צדקה פאר נאך צוויי אידן.

פארשלאפן, עד כדי פריכה בצפורן?! אין די עטליכע טעג?!
וואו איז דָוִי?

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 12:59 pm

כ'הער וואס דו זאגסט, אבער דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז א העכערונג פון 10 פראצענט וויל איך נאר סתם מעיר זיין אז ס'שטייט אז פאר הידור מצוה דארף מען געבן ביז א דריטל מער, א דריטל פון 5 איז 1.66, און דאס איז אמאל זיכער אז די געהעריגע ערבות וואס איז אביסל העכער איז מער הידור ווי די קלענערע הושענות, סאו די 50 צענט וואס איז טאקע 10 פראצענט מער איז אבער נאך אינעם הידור מצוה רעינדזש.

נ.ב. איך בין נישט קיין שמש

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 1:06 pm

פאר ערבות איז דא א הידור פון הויעכע??
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 1:20 pm

שאינו יודע האט געשריבן:פאר ערבות איז דא א הידור פון הויעכע??

רש"י סוכה מ"ד ע"ב

אבל ערבה שהיו מקיפין בה בפני עצמה כל דהו סגי, והשתא נהגו להביא מורביות, ענפים ארוכים ויפים, שמנכרא מצוה בעין יפה
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 1:27 pm

איר לערנט אז אין די לעצטע שורה גייט רש"י צוריק צו ערבה של מצוה? און אפי' ווען יא שטייט נישט אז דאס איז "הידור מצוה".

סיי וויאזוי, זינט מען לייגט די ערבה נידעריגער ווי דער הדס שנייד איך געווענליך אפ די לענג פון די ערבה ס'זאל זיך נישט ארויסשטעקן פון אונטן, סוי קורצע זענען פאר מיר א מעלה...
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 2:22 pm

ניין, רש"י רעדט פון די הושענות. [דאכט זיך אז די גאנצע שמועס דא איז וועגן לענגערע הושענות]

ביי די ערבות פיר איך מיך ארויסצושלעפן די ערבות פון אונטן אביסל מער ווי די הדסים, כדי פון אויבן זאלן די הדסים זיין העכער.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 3:09 pm

לכאורה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:פאר ערבות איז דא א הידור פון הויעכע??

רש"י סוכה מ"ד ע"ב

אבל ערבה שהיו מקיפין בה בפני עצמה כל דהו סגי, והשתא נהגו להביא מורביות, ענפים ארוכים ויפים, שמנכרא מצוה בעין יפה

אבער די קליינע וואס די שמשים רעדן זענען אויך היוכע פון וואס רש"י רעדט
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 8:18 am

היינו טעמא דהושענות היינו טעמא דכפרות והיינו טעמא דציצית.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 9:08 am

לכאורה, 'והשתא' רעדט רש"י בזה"ז? לכאורה איז די מדובר פון ערבה במקדש וואס איז א הל"מ דוכט זיך. אונזער מנהג הייסט נישט קיין מצוה כמבואר שם, נאר א מנהג נביאים. אויף דעם איז אויך שייך הידור?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 11:54 am

נו וואס איז געבליבן דארף מען נעמען גרויסע? אפשר דארף עס זיין אזוי גרויס?

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 4:20 pm

נו... ווי זאגט די וועלט?
Two Jews, Three Opinions.
ליין איך מיהר דא מיינונגען לכאן ולכאן, איז מיר איינגעפאלן אזוי:

ערבות וואקסט דאך איבעראל גאר גרינג. פלעגט מען אמאהל הושענה רבה ביינאכט אריין גיין אין וועלדען אינטערן שטעטל ביים זומפ און געריסן אפאר ערבות. נאר היינט? אין ווילאמסבורג וואקסט נישט ווילדע הושענות. איז עס געווארן א שמש זאך. פונקט ווי דער שמש פארקויפט וויין, קנויטן, נעגל שניידערס מיט קאלערלייזאכענעס... נו... קומט פארן שמש די אינקאם פון ערבות.

כנלענ"ד.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 4:37 pm

היי יאר האט דער משמש אריינגעברענגט גאר גרויסע הושענות, עס שטייט דערויף צוגעצייכנט דעם אויבנדערמאנטן רש"י, חיי אדם, און קיצור שו"ע, פארן נישטיגן פרייז פון 12 טאלער.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 5:26 pm

האב איך באקומען אין אישי (ווייס איך נישט פארוואס ער האט נישט געפאוסט דירעקט, אפשר א שוואגער פונעם שמש):

רמ"א סימן תרסד ס"ב: ונהגו ששמש בה"כ מביא ערבה למכור כמו שהיה המנהג בזמן שבית המקדש קיים (ר"ן פ' לולב וערבה)....

נו... איז עס דאך א מנהג, לאמיר מקיים זיין... און איינוועגס העלפן אונזער-אייער שמש וואס כאפט אריין טענות ומענות אגאנץ יאהר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 5:43 pm

יעפס געדענק מיר אין די יונגע יארן צו קאכן פארוואס די שמשים מאכן עפעס אויף אונזער חשבון... דערנאך געזען דעם רמ"א, קויף מיר ווי טאטעלע ביים שמש, אפילו ס'איז געווען יאהרען וואס ס'איז געווען ביליגער אויפן גאס.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 5:55 pm

האמיר יעצט געקויפט ביי א שמש אין בפ $4 פאר קליינע $4.5 פאר גרויסע


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט