כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

like everything else in life, there is a middle way and there are two sides to each story

בשנת תשל"ט איז נישט געוועהן אזא גרויסער עולם. האט איעדער געקענט שלאגן פארטאגס.
הגם, היום הזה איז א סאך בעסער צוגעשטעלט די כפרות. איך געדענקט אין די בחור יארן האט מען געווארט צוויי שעה אין ליין פארן שוחט. בוי איז דאס געווען פרעשער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך גיי שלאגן 5 אזייגער פארטאגס, אבער זאלט איר וויסן אז ס'דא אידן וואס יעדע טויש אין זייער שלאף שעות אדער סדר היום האט א שטארקע אפעקט אויף זייער קערפער פון וואס עס נעמט וואכן זיך אויסצוקורירן פיזיש און גייסטיש. בפרט אין חודש אלול/תשרי וואס איז אנגעפילט מיט תעניתים, דאווענען פון פרי ביז גאר שפעט, און סליחות אויפשטיין.

דערנאך זענען דא אידן וואס גייען אריין אין דער ארבייט געהעריג די אלע ערב טעג, און האבן נישט קיין צייט ווען זיך צוצולייגן.

ווי לאנג עס איז א חיוב, וועט מען זיך אנשטרענגען. אבער צו מחזק זיין א ספק מסורה קען מען בשעת הדחק פרעגן א שאלה. און ח"ו נישט דן זיין לכף חובה.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יש נערוועזקייט שמביא לעבודת השי"ת ויש נערוועזקייט שח"ו רוצים להיות כבר מצד האחר של הדלת.... ואין כעת הזמן ח"ו לקטרג על כלל ישראל ובפרט בדורינו אלו שהמוחות חלושות בודאי צריך לדון כל אחד לכף זכות וכל אחד ישער לעצמו ולא לאחרים.

בברכת גמר חתימה טובה לכל ישראל

----
ר' יום טוב מכה על הדלת (תרתי משמע...) ונהנתי שכוונתי לדבריו
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
וויסענשאפט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסענשאפט »

א דיין האט מיר געזאגט אז ענדערש באנאכט נאך מעריב ווי אינדערפרי נאך עלות
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

כנודה ור׳ יו״ט
צריך לדין הם לכף זכות.
גמר חתימה טובה!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די גאנצע סליחות, כפרות האט מיר גענומען היינט 20 מינוט. כ'זעה נישט וואס די ביג דיעל איז, ס'איז שנעלער ווי א געווענדליכע סליחות טאג.

חוץ אויב מ'קען באקומען די טשיקן פאר אינטער $13, זעה איך נישט וואס די אויפטוה פון עס מאכן ביינאכט איז.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ישר כח ר' יום טוב
I disagree with your
ספק מסורה
כפרות איז א הייליגע מנהג. אבער ביזט גערעכט אז 'סע דא אידן וואס ארבייטן געהעריג די טעג, וגם אני בתוכם. עס איז געניג פרשור אזוי. לאמיר אלע דן זיין אידען לכף זכות. מיהר זענען אלע הייליגע אידן און איעדער פראבירט דאס בעסטע לויט "זיינע" אומשטענדען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך גיי שלאגן 5 אזייגער פארטאגס, אבער זאלט איר וויסן אז ס'דא אידן וואס יעדע טויש אין זייער שלאף שעות אדער סדר היום האט א שטארקע אפעקט אויף זייער קערפער פון וואס עס נעמט וואכן זיך אויסצוקורירן פיזיש און גייסטיש. בפרט אין חודש אלול/תשרי וואס איז אנגעפילט מיט תעניתים, דאווענען פון פרי ביז גאר שפעט, און סליחות אויפשטיין.

דערנאך זענען דא אידן וואס גייען אריין אין דער ארבייט געהעריג די אלע ערב טעג, און האבן נישט קיין צייט ווען זיך צוצולייגן.

ווי לאנג עס איז א חיוב, וועט מען זיך אנשטרענגען. אבער צו מחזק זיין א ספק מסורה קען מען בשעת הדחק פרעגן א שאלה. און ח"ו נישט דן זיין לכף חובה.



ביי מיר איז עס היא הנותנת, ווייל גיין שלאפן שפעט האט ביי מיר אפעקט פאר וואכן,
במילא שלאג איך כפרות פארטאגס, נאכן אויפשטיין, אויפבלייבן ביי מיר ביינאכט ביז 12 ברענגט איך זאל נישט קענען דאווענען און פאסטן געהעריג יום כיפור, און מידעקייט דערנאך,

מ'גייט שלאפן 9-10 צייט, און מ'שטייט אויף ווי א מענטש,
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

זאכליך האט געשריבן:די גאנצע סליחות, כפרות האט מיר גענומען היינט 20 מינוט. כ'זעה נישט וואס די ביג דיעל איז, ס'איז שנעלער ווי א געווענדליכע סליחות טאג.

חוץ אויב מ'קען באקומען די טשיקן פאר אינטער $13, זעה איך נישט וואס די אויפטוה פון עס מאכן ביינאכט איז.

איך, וואס איך בין ממילא אויף ביז איינס'ע געווענליך, פארוואס זיך ארויסשלעפן פון בעט פארטאגס ווען איך האב עס נישט ווען משלים צו זיין אין אזא פארנומענער טאג, עס קען מיר קאסטן פארשלאפן גאנץ כל נדרי/מעריב/יעלה/שיר היחוד...
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

וויסענשאפט האט געשריבן:א דיין האט מיר געזאגט אז ענדערש באנאכט נאך מעריב ווי אינדערפרי נאך עלות

חידוש, און סאטמאר האט מען זיך געפירט דייקא נאכ'ן עלות, דהכפרות הם דוגמת קרבן שאין מקריבין בלילה.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

יענקעלע האט געשריבן:
וויסענשאפט האט געשריבן:א דיין האט מיר געזאגט אז ענדערש באנאכט נאך מעריב ווי אינדערפרי נאך עלות

חידוש, און סאטמאר האט מען זיך געפירט דייקא נאכ'ן עלות, דהכפרות הם דוגמת קרבן שאין מקריבין בלילה.

דאן פארוואס עפענען די (סאטמערע) כפרות צענטערן א שאה א האלב פארן עלות?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

אין סאטמאר זענען די רבי'ס מנהגים דייקא נישט קיין קפידות בייַ די חסידים, (די מקוה וועט זיין אפען פאר תקיעת שופר אפי' די רבי פלעגט נישט גיין וכו')
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יאיר גאלד האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:ווייס איך. רעד איך פין א סאטמארער קוק ווינקל.

דאכציך די רבי אין די לעצטע יארן האט אויך אזוי געטאהן

איך ווייס נישט פון וועלכע רבי דו רעדסט, אבער הרה"ק מסאטמר זצוק"ל האט אזוי געטון בלויז אין לעצטן יאר תשל"ט, דאס איז געווען מחמת גרויס נערוועזקייט, ווייל א יאר פארדעם איז נישט געווען קיין לבנה ביז די ערשטע נאכט סוכות, ער האט אבער קלאר געהייסן יעדעם איינעם ווארטן ביז נאך יום הקדוש.

(יענעם יאר - תשל"ח האט האדמו"ר מליובאוויטש געוואלט מאכן דורך אן העליקאפטער העכער די וואלקענעס אינאיינעם מיט האדמו"ר מסאטמאר, און הרה"ק מסאטמאר האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז מען איז נישט מחיוב אויפצוזוכן דעם לבנה אין אלע פלאנעטן, אויב איז עס דא מאכט מען, אויב נישט נישט...).

תשל"ח לא היה לבנה, ... תשל"ט הוקדם את עצמו ... מאז והלאה הקפיד בכל שנה ושנה לקדש הלבנה לפני יום כיפור [קרעדיט מחזור דברי יואל]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

די מאז והלאה איז געווען סך הכל איין יאהר, צו מ׳קען דאס נעמען אלץ א קביעה לדורות? הרב גליק פון די מחזור זאגט אז יא. אבער צו שרייבן בכל שנה ושנה איז שוין נישט ריכטיג.

דערמאנט מיר פון די בלומען אויף פסח ואכמ״ל.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

יאצמעך האט געשריבן:די מאז והלאה איז געווען סך הכל איין יאהר, צו מ׳קען דאס נעמען אלץ א קביעה לדורות? הרב גליק פון די מחזור זאגט אז יא. אבער צו שרייבן בכל שנה ושנה איז שוין נישט ריכטיג.

דערמאנט מיר פון די בלומען אויף פסח ואכמ״ל.

איך גלייב סאדאם האט געמאכט א וויץ מיט דעי בכל שנה ושנה
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

יעצט נאכגעקוקט אין זמירות, שרייבט מיט א פשטות אז די רבי האט מחדש געווען די לבנה מוצאי יום הקדוש.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

וויבאלד דאס לעצטע יאר תשל"ט איז געווען קידוש לבנה פאר יום כיפור, זענען דא מקפידים צו מאכן פאר יום כיפור, גענוי ווי מ'האט לאנגע יארן געזינגען דעם לכה דודי פון לעצטן שבת.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

יאצמעך האט געשריבן:
דערמאנט מיר פון די בלומען אויף פסח ואכמ״ל.

אי' מקומו?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

פרעגסט גוט אבער אויף אייוועלט פשטות נישט עכ״פ באריכות.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

גמר חתימה טובה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

עס זאגט זיך בעסער ביינאכט ווי פארטאגס וואס מען שלאפט נאך האלב....
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עס איז היינט ב"ה צוגעשטעלט כפרות מטעם רוב קהלות.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אמת ויציב
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת ויציב »

איך זעה אז דער עולם האט שוועריקייטן צו פארשטיין די ביינאכט כפרה שלאגערס,
ידוע תדעו אז סאיז דא יודן וואס קענען נישט איינשלאפן ליל עריו"כ וויסענדיג, אז פארטאגס תיכף ווען זיי וועלן אויפשטיין, וועט די ערשטע בעגעגעניש זייערס זיין, מיט א שרעקליך שטינקעדיגע כפרה,
כהיום, וואס דער עולם איז בכלל נישט געוואוינט צו קומען אין בארירונג מיט בעלי חיים, און נאכדערצו מיט איינס וואס טראגט אזא גערוך, איז דא מענטשען וואס דער מנהג כפרות שלאגן, איז פון זייערע ערגסטע קאשמארן, און ממילא די רגע מקען זיך אראפזעהן פון דעם, לויפן זיי עס טוהן,
און ניין דאס האט גארנישט מיט פריקת עול פין יודישקייט,

און נאך מער, כאטש יעדער מורה הוראה זאגט פאר אזא איינעם אז ער דארף בכלל נישט נעמען דעם הינדל פאר זיין כפרה, עכ"ז קען ער נישט פועלן ביי זיך אויפצוגעבן דעם מנהג וואס ער האט געזעהן ביי זיינע עלטערען(וואס זענען נישט געווען קיין מפונקים),
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך גיי ביינאכט ווייל צופרי דארף איך שטיין אין די ליין מיט מיין כפרה פאר א קנאפע 20 מינוט און ביינאכט קיין רגע נישט. און ווי אמת ויציב זאגט, גארנישט מיט פריקת עול, ס'איז מיר זייער שווער צו שטיין מיט א כפרה פאר אזא לאנגע צייט נאכדערצו ווען דער אנשטויסענעש איז ריזיג און צוקוועטשט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: כפרות. סליחות. וכו' ביינאכט פארן שלאפן (א פרעשאר אראפ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”