י"ג מדות ביי פתיחת הארון גאנץ עשי"ת

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:54 pm

א אנדערע שאלה. טייל מאל מאכט זיך אז מען זאגט ביחידות סליחות, אדער אז דער חזן זאגט צו שנעל (אדער גאר אז מען האט זיך מיטגעכאפט מיט א מנין ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין...), וואס טוט מען דעמאלט צווישן איין סליחה און די אנדערע?

אמאל פלעג איך זאגן דעם גאנצן נוסח אל מלך יושב, און די י"ג מידות מיט די טראפן, אזוי האט מיין סידור געפסקנט כד הוינא טליא, שפעטער האב איך געהאט א נייעם סידור האט ער געברענגט בשם האריה"ק מען זאל נישט זאגן ביחידות אפילו מיט די טראפן, איז אזוי, ביי תחנון ביים דאווענען איז זיכער דער מנהג ישראל אז מען זאגט דעם נוסח א-ל ארך אפיים אתה, ביז תאזין שועתינו וכו' כיום ויקרא בשם ה', און דערנאך לאזט מען אויס און מען הייבט אן וסלחת לעוונינו ולחטאתינו ונחלתנו,

איז איך האב מיר איינגעפירט ביי סליחות אויך דאס זעלבע, איך זאג דעם קל מלך יושב, ביז ויקרא, דאן וסלחת, אבער לעצטנס האב איך אריינגעטראכט אז לכאורה איז דער גאנצער קל מלך נאר א הקדמה צו די י"ג מידות, נישט קיין תחינה פאר זיך ווי דער קל ארך אפים פון תחנון, נו אויב זאג איך נישט די י"ג מידות, צו וואס זאגן דעם קל ארך אפיים? וואס טוט מען טאקע אין אזא פאל?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 2:04 pm

נו, איינער פון די ת"ח דא זאלן ענטפערן..
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 2:56 pm

מיין בויך סברא ווילסטו הערן? (אויב נישט, ליין עס נישט).

ביי מוסף איז די הלכה אז אויב מען האט געזאגט "כאמור" האט ען יצא געווען אפי' מען האט נישט געזאגט די קרבנות היום אולי קען מען דאס צושטעלן אהער מען זאל יא גאזן דעם נוסח וועלכער איז א בקשה דער רבש"ע זאל מעורר זיין די יג מדות של רחמים און זיך באגעניגן מיטן ושם נאמר.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 3:30 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:05 pm

זייענדיג דער בעל תפילה היינט (צום גדלי' נדחה תשע"ד לפ"ק) האב איך יא געזאגט די י"ג מדות, לויט ווי עס איז געשטאנען אין מיין סידור'ל וואס געפונט זיך נאכן סליחות (הוצאת עטרת), דאן האב איך געבליקט אין 2 סידורים, און געזאגט אז עטרת לשיטתו שרייבט אויך אין סידור'ל צו זאגן די י"ג מדות, און די אנדערע סידור [קול יעקב] האט גאר פארלאנגט דאס צו זאגן 3 מאל.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:09 pm

דוכט זיך בשם אריז"ל (כעל נאכקוקן בל"נ), מען זאגט יא ה' ה' עשי"ת ג"פ, שיר למעלות וגו'.

אויך ביי גמר שמו"ע זאגט מען עושה "השלום" כמו בקדיש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:12 pm

דאס איז טאקע אויך א פרישע זאך ביי מיר, וואס איך האב אויפגעפאסט אין עטרת מחזור'ל אז ביי שמו"ע טרעט מען אויס מיט "עושה השלום".
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 4:52 pm

די ערשטע מאל כ'אב געהערט אזא זאך איז געווען פון ר' ישראל מענדל בר"מ שווארטץ (בדחן), ער טענה'ט אז ס'יז אן אמעראצעס אז מ'זאגט'ס נישט.
נאט אייך א גרינע...


והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:49 am

משמע כאן שבכל עשרת ימי תשובה אומרים י"ג מדות
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =41197&st=%u05d4%u05d0%u05e8%u05d5%u05df
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:32 am

פליגל האט געשריבן:די ערשטע מאל כ'אב געהערט אזא זאך איז געווען פון ר' ישראל מענדל בר"מ שווארטץ (בדחן), ער טענה'ט אז ס'יז אן אמעראצעס אז מ'זאגט'ס נישט.

פון וואס רעדסטו? פון די עושה השלום?

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:01 pm

ניין, און אנטשולדיגט פארן נישט מסביר זיין, לכאורה ביסט נישט קיין עם הארץ. כ'אמיך באצויגן אויף י"ג מדות.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:12 pm

אגב אורחא; איך האב היינט געזעהן אין אוצרות ירושלים י"ל ע"י בני הישיבות שע"י קהלת פרושים באה"ק, קובץ י"א, ווי ס'איז געדרוקט הלכות פונעם אדר"ת זצ"ל, ווי ער שרייבט אז עשי"ת מעג מען זאגן די י"ג מדות ביחיד, וזה לשונו: "מש"כ הפוסקים שלא לומר י"ג מדות ביחיד היה נראה לי דבעשרת ימי התשובה מותר דאז גם ליחיד העת רצוי כמו לציבור כבר"ה י"ח א' שדרשו קרא דדרשו ד' בהמצאו לעשרת ימי תשובה".

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:19 pm

והוא פלאי האט געשריבן:משמע כאן שבכל עשרת ימי תשובה אומרים י"ג מדות
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =41197&st=%u05d4%u05d0%u05e8%u05d5%u05df


א בעסערע לינק (סוף סי"ד)
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=206

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:28 pm

לעומת זה די וואס זאגן נישט ג"כ יש להם על מה לסמוך, אין מעשה רב להגר"א ווערט געברענגט אז דער גר"א האט נישט געזאגט י"ג מדות ביי פתיחת הארון עשי"ת.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:36 pm

אין סידור ר' שבתי (ח"ג דף ס"ה) שטייט בזה"ל: בשעת הוצאת ספר תורה (בראש השנה) יאמר י"ג מדות והתפילה הנ"ל של חודש אלול וגם טוב להתפלל תפילה זו ביום ב' דר"ה וכן בכל יום מעשרת ימי תשובה" עכ"ל. אויף דעם קען מען זיך אבער דינגען צו ער מיינט י"ג מדות אויך אדער נאר די תפלה.

אין שער אפרים (שער י' הלכה ה') שטייט בזה"ל: "בימים טובים ובימים נוראים נוהגין לומר י"ג מדות וכו' וכן ביום הושענא רבה נוהגים לומר י"ג מדות ויש נוהגין לומר בכל עשרת ימי תשובה" ע"כ. אין אידיש: "מ'פירט זיך צו זאגן י"ג מדות ימים טובים און ימים נוראים און הושענא רבה, און ס'דא וואס פירן זיך עס צו זאגן אויך אום עשי"ת". קומט אויס פון זיין לשון אז ס'איז דא וואס זאגן עס יא עשי"ת און ס'איז דא וואס נישט.

הכלל העולה מכל זה, ס'איז נישט שייך צו זאגן אז ס'איז א עם הארצות ווער ס'זאגט נישט, ווייל אלו ואלו יש להם על מה שיסמוכו, אבער געווענדליך פירט מען זיך ביי אונז ווי דער מטה אפרים, און דער מטה אפרים שרייבט קלאר מ'זאל יא זאגן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19940
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:55 pm

רב ק.נ.א. במחילת כבוד תורתכם, איר מאכט א מחלוקה צווישן שער אפרים און מטה אפרים, ס'איז ווי צו זאגן א פלוגתא צווישן ב"י אינעם מחבר.

אלענפאלס שרייבט ער דאך אין מט"א [תר"ב סי' י"ד] אויך נאר "ויש נוהגים".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:01 pm

גערעכט, איך האב פארזעהן דעם ויש נוהגים אין מטה אפרים.

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:53 pm

וואס איז למעשה? וויאזוי האבן זיך געפיהרט מרן רביה"ק הדברי יואל מ'סאטמאר זי"ע ואחריו מרן רביה"ק הברך משה מ'סאטמאר זי"ע לגבי זאגן שיר למעלות ביי פתיחת הארון בעשי"ת?

אוועטאר
שופר
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:41 pm

מי חכם האט געשריבן:א אנדערע שאלה. טייל מאל מאכט זיך אז מען זאגט ביחידות סליחות, אדער אז דער חזן זאגט צו שנעל (אדער גאר אז מען האט זיך מיטגעכאפט מיט א מנין ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין...), וואס טוט מען דעמאלט צווישן איין סליחה און די אנדערע?

אמאל פלעג איך זאגן דעם גאנצן נוסח אל מלך יושב, און די י"ג מידות מיט די טראפן, אזוי האט מיין סידור געפסקנט כד הוינא טליא, שפעטער האב איך געהאט א נייעם סידור האט ער געברענגט בשם האריה"ק מען זאל נישט זאגן ביחידות אפילו מיט די טראפן, איז אזוי, ביי תחנון ביים דאווענען איז זיכער דער מנהג ישראל אז מען זאגט דעם נוסח א-ל ארך אפיים אתה, ביז תאזין שועתינו וכו' כיום ויקרא בשם ה', און דערנאך לאזט מען אויס און מען הייבט אן וסלחת לעוונינו ולחטאתינו ונחלתנו,

איז איך האב מיר איינגעפירט ביי סליחות אויך דאס זעלבע, איך זאג דעם קל מלך יושב, ביז ויקרא, דאן וסלחת, אבער לעצטנס האב איך אריינגעטראכט אז לכאורה איז דער גאנצער קל מלך נאר א הקדמה צו די י"ג מידות, נישט קיין תחינה פאר זיך ווי דער קל ארך אפים פון תחנון, נו אויב זאג איך נישט די י"ג מידות, צו וואס זאגן דעם קל ארך אפיים? וואס טוט מען טאקע אין אזא פאל?

א גרויסע מחלוקת צו מען מעג בכלל זאגן וזכר לנו היום ברית שלוש עשרה אן מנין זעה אין תקס"ה סעיף ה' אין רמ"א און אין ט"ז וראה www.otzar.org/wotzar/book.aspx?143805&pageid=P0016

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:02 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:שמעתי בשם הרה"ג ר' שמעלקא טויבענפעלד זצ"ל שהביא ראי' מזה שאין אומרים שיר המעלות בקריאת התורה במנחה יום כיפורים, שאין אומרים שיר המעלות כשקורין במנחה. שבת שובה וצום גדליה


יישר כח.
פלעג מיר זיך אלע יארן ארומקריגן מיטן גבאי שבת ביי מנחה, ער פלעגט שרייען אז מ'זאגט, און אני הקטן פלעג טענה'ן אז ביי מנחה זאגט מען גארנישט.
האמיר שוין א תנא דמסייע.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:45 pm

די פסוקי שיר המעלות האט בעצם גארנישט מיט קריאת התורה ופתיחת הארון, נאר שטייט מען זאל דאס זאגן בכל יום מעשרת ימי תשובה ולאו דוקא אצל פתיחת הארון, בסידורים ובספרים הראשונים שמודפס פסוקים אלו זה כתוב לאומרו אחר שמונה עשרה בלי קשר לקריאת התורה

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:49 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:די פסוקי שיר המעלות האט בעצם גארנישט מיט קריאת התורה ופתיחת הארון, נאר שטייט מען זאל דאס זאגן בכל יום מעשרת ימי תשובה ולאו דוקא אצל פתיחת הארון, בסידורים ובספרים הראשונים שמודפס פסוקים אלו זה כתוב לאומרו אחר שמונה עשרה בלי קשר לקריאת התורה

אויב אזוי דארף מען עס זאגן יעדן טאג?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:59 pm

רויט האט געשריבן:וואס איז למעשה? וויאזוי האבן זיך געפיהרט מרן רביה"ק הדברי יואל מ'סאטמאר זי"ע ואחריו מרן רביה"ק הברך משה מ'סאטמאר זי"ע לגבי זאגן שיר למעלות ביי פתיחת הארון בעשי"ת?

פונקט היינט געהערט אז נישט.
בינ'ך שוין צעמישט.
נאט אייך א גרינע...


נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:11 pm

פליגל האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:וואס איז למעשה? וויאזוי האבן זיך געפיהרט מרן רביה"ק הדברי יואל מ'סאטמאר זי"ע ואחריו מרן רביה"ק הברך משה מ'סאטמאר זי"ע לגבי זאגן שיר למעלות ביי פתיחת הארון בעשי"ת?

פונקט היינט געהערט אז נישט.
בינ'ך שוין צעמישט.

איר מישט אויס מיט ה' ה' פשטות
מ'זאגט אין סאטמאר שיר למעלות אבער נישט ה' ה'
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:34 pm

איך מיש נישט אויס.
דער עולם זאגט, מנהג העולם. די רבי'ס האבן נישט געזאגט.
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט