י"ג מדות ביי פתיחת הארון גאנץ עשי"ת

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3921
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

י"ג מדות ביי פתיחת הארון גאנץ עשי"ת

תגובהדורך פליגל » זונטאג אוקטובער 02, 2011 1:51 pm

געהערט שוין פון לאנג און אויך באמערקט אין די תפילת יעקב משולם סידורים אז גאנץ עשי"ת ווען מ'ליינט זאגט מען י"ג מדות פאר דעם שיר למעלות ביי ויהי בנסוע.

למעשה האביך נישט געהערט א-חוץ אין געציילטע פעלער אז מען זאל'ס זאגן.

קען איינער עס דא פעסטשטעלן; זאגט מען יא אדער נישט?
נאט אייך א גרינע...


באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג אוקטובער 02, 2011 1:54 pm

אוודאי זאגט מען עס! (ליידער זאגט מען עס ביי געוויסע מנינים אזוי שנעל אז עס איז אוממערקבאר).

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג אוקטובער 02, 2011 2:02 pm

האסט מיר מקדים געווען. איך האב געוואלט עפענען אן אשכול דערוועגן.

באמבאסטיש, עס איז דא מנינים וואו מען זאגט שיר למעלות מערקבאר און נאר די י"ג מדות דאס איז אוממערקבאר ?

נאך א שאלה איבער די עצם שיר המעלות. דארף מען עס זאגן ווען מען לייענט ביי מנחה אויך ?

שבת ביי מנחה ? צום גדליה ביי מנחה ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » זונטאג אוקטובער 02, 2011 2:04 pm

אז מרעדט שוין, וועלעכע סליחות גייט מען זאגן מארגען? די צווייטע אדער דריטע?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג אוקטובער 02, 2011 2:10 pm

וואס איז די שאלה ?

עשרת ימי תשובה איז אלעמאל דא סליחות לצום גדליה אנפאנג און סליחות לערב יום כיפור צום סוף. מיט נאך פיר סליחות אינדערמיט.

לגבי שלש עשרה מידות איז פארהאן מנהגים אויב עס געפאלט פרייטאג, ווען מען זאגט עס צו דאנערשטאג צו פרייטאג.

אבער וואס איז די קלער אין די היי-יעריגע קביעות ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג אוקטובער 02, 2011 2:10 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:האסט מיר מקדים געווען. איך האב געוואלט עפענען אן אשכול דערוועגן.

באמבאסטיש, עס איז דא מנינים וואו מען זאגט שיר למעלות מערקבאר און נאר די י"ג מדות דאס איז אוממערקבאר ?

נאך א שאלה איבער די עצם שיר המעלות. דארף מען עס זאגן ווען מען לייענט ביי מנחה אויך ?

שבת ביי מנחה ? צום גדליה ביי מנחה ?

סארי, איך האב געמיינט אז ער רעדט פון די עצם שיר המעלות צו מען זאגט עס צו נישט, יעצט זעה איך אז די שאלה איז אויף די י"ג מדות, און אויף דעם איז די תי' ניין! מען זאגט עס נאר ר"ה ויו"כ (דאכט זיך הו"ר אויך).

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג אוקטובער 02, 2011 2:37 pm

עיין בסידור בית יעקב היום במנחה, שיש אומרים שיר המעלות, וכו'
ועי' אתמול במנחה שלא הביא
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג אוקטובער 02, 2011 2:41 pm

שמעתי בשם הרה"ג ר' שמעלקא טויבענפעלד זצ"ל שהביא ראי' מזה שאין אומרים שיר המעלות בקריאת התורה במנחה יום כיפורים, שאין אומרים שיר המעלות כשקורין במנחה. שבת שובה וצום גדליה
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3921
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אוקטובער 02, 2011 2:59 pm

יישר כח באמבאסטיש, פון וואו נעמסטו דאס?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 02, 2011 3:03 pm

ווען מ'איז פארטיג מיט דעם וויל איך פרעגן דעם עולם וויאזוי מ'פירט זיך ביי די דריי אשמנו'ס סוף סליחות? זאגט מען אלע דריי? וואס טוט זיך מיט די פיוטים אינדערמיט, זאגט מען עס אדער מ'שפרינגט גלייך צו משיח צדקיך?

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג אוקטובער 02, 2011 3:12 pm

פליגל האט געשריבן:יישר כח באמבאסטיש, פון וואו נעמסטו דאס?

עיי' בסידור ישראל דוד שהו"ל ר' אברהם דוד גליק.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3921
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אוקטובער 02, 2011 3:20 pm

געלעגער; להגדיל האיי-וועלט ולהאדירה מאך אויף א נייע אשכול.
נאט אייך א גרינע...


אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 02, 2011 4:30 pm

געלעגער, ליבערשט שטעל אריין דיין פראגע אינעם סליחות אשכול.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 02, 2011 5:31 pm

געלעגער האט געשריבן:ווען מ'איז פארטיג מיט דעם וויל איך פרעגן דעם עולם וויאזוי מ'פירט זיך ביי די דריי אשמנו'ס סוף סליחות? זאגט מען אלע דריי? וואס טוט זיך מיט די פיוטים אינדערמיט, זאגט מען עס אדער מ'שפרינגט גלייך צו משיח צדקיך?

עפ"י אר"י זאגט מען בלויז איין מאל אשמנו

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 02, 2011 5:44 pm

וכן אני נוהג. די שאלה איז אויף די פיוטים אינדערצווישן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 02, 2011 9:30 pm

ביינונז האט מען זיך געפירט אז שיר המעלות זאגט מען אויך נישט וכבר דיברנו מזה.

י"ג מידות זאגט מען דאך נאר בעשרה ד"ה הויך ביינעזאם ולכן הוא פלפול של הבל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3921
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אוקטובער 02, 2011 9:56 pm

פארשלאפן, אז ס'יז ביי דיר אזא פשטות איז'ס נאך נישט קיין פלפל של הבל, און אדרבה זאג קלאר דיין חוות דעת און ברענג א מקור צו עס, אויך זיי מסביר דעם הבל'קייט דערפון.

עס איז א פשוט'ע פראגע; קען איינער אנצייכענען א מראה מקום אויב זאגט מען י"ג מדות ביי ויהי בנסוע גאנץ עשי"ת אדער נישט, צב"ש היינט צופרי האביך געדאווענט ערגעץ ווי מ'האט נישט געזאגט אבער ביי מנחה האט מען יא געזאגט, פון שרייען "הבל" ווייסיך נאך נישט וואס די הלכה/מנהג/דין איז.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג אוקטובער 02, 2011 10:07 pm

נאר געליינט די ערשטע תגובה
רבי זי''ע מדברי יואל מסאטמאר האט קיינמאל נישט געזאגט די שיר המעלות נאך ויהי בנסוע און די עשי''ת, איך האב עס געהערט פון א זייער נאנטע מענטש, למעשה און סאטמארע בתי מדרשים זאגט מען עס געהעריג ביי די מנינים אבער דא דארט קען מען באמערקן ווער עס זאגט עס נישט משום סיבה הנ''ל ( איך רעדט נישט פון דער וואס זאגט נישט אנדערע זאכן אויך נישט וד''ל)
און לגבי די י''ג מדות זאגט מען נאר ר''ה יו''כ הושענא רבה

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג אוקטובער 02, 2011 11:00 pm

moshele11211 האט געשריבן:און לגבי די י''ג מדות זאגט מען נאר ר''ה יו''כ הושענא רבה

סאיז דא פלעצער ווי מען זאגט עשי"ת אויך י"ג מדות

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 1:30 am

פארשלאפן; מאי שנא מאמירת י"ג מידות בר"ה ויו"כ? דעמאלט זאגט מען עס דען יא "ברבים הויך ביינעזאם" כלשונך?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:56 am

געלעגער האט געשריבן:ווען מ'איז פארטיג מיט דעם וויל איך פרעגן דעם עולם וויאזוי מ'פירט זיך ביי די דריי אשמנו'ס סוף סליחות? זאגט מען אלע דריי? וואס טוט זיך מיט די פיוטים אינדערמיט, זאגט מען עס אדער מ'שפרינגט גלייך צו משיח צדקיך?


צו נייע אשכול צו סליחות אשכול אבער מען דארף דאך וויסן וויאזוי צו זאגן.

להנוהגים לומר ווידוי פעם אחד, אומרים אחר ווידוי אשמנו מכל עם וכו׳ כוחינו לנכרים, לעינינו עשקו עמלינו וכו׳ תעינו ואבדנו, הרשענו ופשענו וכו׳
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 7:43 am

מי חכם האט געשריבן:פארשלאפן; מאי שנא מאמירת י"ג מידות בר"ה ויו"כ? דעמאלט זאגט מען עס דען יא "ברבים הויך ביינעזאם" כלשונך?

יא, ואם לאו איז דאס מחסרון ידיעה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:00 pm

פארוואס דארף מען עס זאגן הויך? נישט גענוג צו זאגן צוזאמען? שמו"ע זאגט מען אויך נישט הויך.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:41 pm

אין סידור יטב לב האב איך היינט געזען די י"ג מידות איינגערינגלט, און העכער דעם שטייט אז אין טייל קהילות לאזט מען דאס אויס אנשטאט הייבט מען אן גראד שיר המעלות. נראה לפי"ז אז דאס איז תלוי במנהג הקהילות. וועלמיר דארפן פרעגן ר' אביש וויינבערגערן (זיין נאמען שטייט דארט אין די שער בלעטל) וואס דער מקור הדברים איז.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:43 pm

farshlufen האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:פארשלאפן; מאי שנא מאמירת י"ג מידות בר"ה ויו"כ? דעמאלט זאגט מען עס דען יא "ברבים הויך ביינעזאם" כלשונך?

יא, ואם לאו איז דאס מחסרון ידיעה.


נו שוין הדק"ל, קען מען דאך צוריק דן זיין וועגן זאגן די י"ג מידות בעשי"ת קודם קריה"ת, איי מען זאגט עס נישט צוזאמען? איז דער ענטפער, יא, ואם לאו מחמת חסרון ידיעה. ודו"ק.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט