אלול - תקיעת שופר - לדוד ה' אורי

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

אלול - תקיעת שופר - לדוד ה' אורי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

לעצטענס האב איך באמערקט אז אין עטליכע בתי מדרשים פירט מען זיך צו בלאזן שופר חודש אלול נאכ'ן זאגן לדוד ה' אורי, אנדערש ווי איך בין אלעמאל געווען געוואוינט אס קודם בלאזט מען שופר און דערנאך זאגט מען לדוד.

וואס איז פשט פון דער שינוי און וויאזוי איז ריכטיג?
מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע: בתוך כללות עם ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

ריכטיג איז צו בלאזן נאך לדוד ווייל עס דארף זיין לאחר התפלה אין לדוד איז א חלק פון די תפלה. אין כמה מקומות זאגט מען לדוד נאכ'ן יום ממילא קומט אויס אז מ'בלאזט נאך עלינו זעט אויס אז פון דארט איז געווארן אזוי אויך ביי אונז. אבער ווי מ'זאגט לדוד נאך עלינו דארף מען בלאזן נאך לדוד. אזוי איז אויך משמע אין מטה אפרים וואס ברענגט די מנהג פון בלאזן נאך די מנהג פון זאגן לדוד נאך עלינו.
מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע: בתוך כללות עם ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

אפילו אז איר ווילט אנהאלטען צו בלאזן נאך עלינו, אבער אויב מאכט זיך נישט פונקט איינער וואס בלאזט גלייך אין דער בעל תפלה דרייט זיך ארום מיט'ן שופר אין די האנט אין זוכט איינער וואס קען בלאזן, אין די צייט קען מען זאגן לדוד, מ'מעג פאר דעם אויך.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מנהג רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע היה לתקוע אחר לדוד ה' אורי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מי יודע האט געשריבן:מנהג רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע היה לתקוע אחר לדוד ה' אורי

און וויאזוי האט זיך עס געטוישט אין סאטמאר?

כשאני לעצמי וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז עס האט עפעס א דירעקטע מנהג, דאס איז צוויי סעפעראטע מנהגים וואס מען טוט ביידע אין חודש אלול ממילא גייט עס אויטאמאטיש אינאיינעם. כנלע"ד.
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

איך האב אויך אזוי געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען,
און אזוי פירן זיך טאקע אסאך תלמידי רבינו,
איך האב געהערט פון איינעם אז די סיבה וואס אסאך בלאזן פאר לדוד איז פשוט ווייל זאגן לדוד האט מען אסאך שפעטער איינגעפירט מילא טוט מען עס נאכן בלאזן.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אויב מעג מען זאגן אביסל כפירה וואלט איך געזאגט אזוי,
רוב וועלט זאגט עס נאך שופר בלאזן ווייל עס איז נישט קיין חלק פון תפלה, נאר אן הוספה, כעין תהלים נאכן דאווענען
משא"כ בסיגוט, שדרו שם הרבה חסידי וויזניץ שאומרים אותו תיכף לאחר שמו"ע, נשפע מהם מנהג סיגוט, לאומרו קודם תקי"ש כחלק מן התפילה
למה זה תשאל לשמי...
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

והוא פלאי האט געשריבן:אויב מעג מען זאגן אביסל כפירה וואלט איך געזאגט אזוי,
רוב וועלט זאגט עס נאך שופר בלאזן ווייל עס איז נישט קיין חלק פון תפלה, נאר אן הוספה, כעין תהלים נאכן דאווענען
משא"כ בסיגוט, שדרו שם הרבה חסידי וויזניץ שאומרים אותו תיכף לאחר שמו"ע, נשפע מהם מנהג סיגוט, לאומרו קודם תקי"ש כחלק מן התפילה

פארוואס כפירה?
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

אגב, קומט נישט די מנהג פון לדוד ד' פון חמדת הימים?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

כבר נשברו על זה הרבה קולמוסין, עם זהו הטעם שלא נאמרו בצאנז וכו'
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:מנהג רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע היה לתקוע אחר לדוד ה' אורי

און וויאזוי האט זיך עס געטוישט אין סאטמאר?

כשאני לעצמי וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז עס האט עפעס א דירעקטע מנהג, דאס איז צוויי סעפעראטע מנהגים וואס מען טוט ביידע אין חודש אלול ממילא גייט עס אויטאמאטיש אינאיינעם. כנלע"ד.

איך ווייס נישט אויב דאס איז די סיבה פארוואס יעדער האט געטוישט, אבער רבינו הברך משה פלעגט יא בלאזן פאר לדוד, ממילא קען זיין דאס האט עס געמאכט, אולי, מי יודע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

איך ווייס אז עס איז דא עפעס א ענין וועגן די קדיש אינדערמיט און נאכדעם אבער אזוי ווי איך בין נישט קלאר קען איך נישט רעדן,
טאמער איינער וויסט זאל ער ביטע מסביר זיין, תודה!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דאס איז שוין א מונקאטשער זאך, דער מנח"א לאזט נישט זאגן א קדיש נאך עלינו, נאר מען זאגט לדוד און דערנאך א קדיש, און נישט נאך עלינו, וועגען א קדיש שאינו צריכה
ביי ספירה איז דער מנהג פאר עלינו. צוליב דער נישט איבריגע קדיש
יתכן אז צוליב דעם איז דא וואס בלאזן נאך לדוד, אז דער קדיש זאל ארויפגיין אויף ביידע
למה זה תשאל לשמי...
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

והוא פלאי האט געשריבן:דאס איז שוין א מונקאטשער זאך, דער מנח"א לאזט נישט זאגן א קדיש נאך עלינו, נאר מען זאגט לדוד און דערנאך א קדיש, און נישט נאך עלינו, וועגען א קדיש שאינו צריכה
ביי ספירה איז דער מנהג פאר עלינו. צוליב דער נישט איבריגע קדיש
יתכן אז צוליב דעם איז דא וואס בלאזן נאך לדוד, אז דער קדיש זאל ארויפגיין אויף ביידע

איך וויל פארשטיין פארשטייט נאכנישט פינקטלעך,
וואס איז דער חוליק ווען מען בלאז? וואס האט דעס מיטן קדיש? קענסט זאגן קדיש עניוועי נאר נאך לדוד
אביסל קלארער פליז?
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

מענין לענין.
בדר"ח אלול, ווען מען הייבט אן זאגן מזמור אורי וישעי, וואלט מען דאס לכאורה געדארפט זאגן נאכ'ן יום וברכי נפשי, אזויווי מען פירט זיך ביום שמתפללין מוסף.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ואכן כך נהג מרן הק' מסאטמאר זי"ע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

מי יודע האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:מנהג רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע היה לתקוע אחר לדוד ה' אורי

און וויאזוי האט זיך עס געטוישט אין סאטמאר?

כשאני לעצמי וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז עס האט עפעס א דירעקטע מנהג, דאס איז צוויי סעפעראטע מנהגים וואס מען טוט ביידע אין חודש אלול ממילא גייט עס אויטאמאטיש אינאיינעם. כנלע"ד.

איך ווייס נישט אויב דאס איז די סיבה פארוואס יעדער האט געטוישט, אבער רבינו הברך משה פלעגט יא בלאזן פאר לדוד, ממילא קען זיין דאס האט עס געמאכט, אולי, מי יודע

דער ברך משה בסוף ימיו פלעגט אויכעט בלאזן נאך לדוד (מפי ר' אהרן פר"מ)
אזוי אויך בנו האדמו"ר מהרי"י בלאזט נאך לדוד
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

מי חכם האט געשריבן:ואכן כך נהג מרן הק' מסאטמאר זי"ע.

וויאזוי?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דער קוטשער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:ואכן כך נהג מרן הק' מסאטמאר זי"ע.

וויאזוי?

ער מיינט לכאורה מיטן זאגן לדוד ה' נאכן יום
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

פון וועלכע יאר אנגעהויבן האט ער זיך אזוי געפירט?
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

בבתי מדרשים בימנו אלה פירט מען זיך אז מען בלאזט ווען מען פארשאפט א שופר מיט בלאזער, מילא אויב מען האט נאכנישט געטראפן דעי צוויי אינאיינעם זאגט מען קודם לדוד ד' אורי
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

מי יודע האט געשריבן:מנהג רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע היה לתקוע אחר לדוד ה' אורי

כפי ידיעתי אכן כן נהג.
(ליתר שאת וועל מיר ווארטן אויפן מהר"י בר ח"י - חודש אלול)
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:מנהג רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע היה לתקוע אחר לדוד ה' אורי

און וויאזוי האט זיך עס געטוישט אין סאטמאר?

כשאני לעצמי וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז עס האט עפעס א דירעקטע מנהג, דאס איז צוויי סעפעראטע מנהגים וואס מען טוט ביידע אין חודש אלול ממילא גייט עס אויטאמאטיש אינאיינעם. כנלע"ד.

מה שנראה לעניות דעתי, אז עס האט זיך נישט געטוישט, נאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געדאווענט מיט אלע מנינים אין סאטמאר, ער האט דאך בלויז געדאווענט מיט זיין מנין, דעריבער איז איבעראל געבליבן אזוי ווי מנהג העולם, אז די וואס זאגן נישט נאך הויכע שמונה עשרה, זאגן אינגאנצן נאכן דאווענען, און זיי בלאזן בעפאר לדוד.

בפרט אז דעמאלט איז נאכנישט געווען אזוי איינגעפירט צו נאכטוהן דעם רבי'ן אין אלעם, שפעטער איז עס יא געווארן אויפגענומען דורך געוויסע שוהלן אינערהאלב די סאטמארער קהלות איבער די וועלט.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

יואל ווייס האט געשריבן:מענין לענין.
בדר"ח אלול, ווען מען הייבט אן זאגן מזמור אורי וישעי, וואלט מען דאס לכאורה געדארפט זאגן נאכ'ן יום וברכי נפשי, אזויווי מען פירט זיך ביום שמתפללין מוסף.

לעומת זה יש נוהגים לאמרו ביום שיש בו מוסף (שבת, ראש השנה) אחר תפלת מוסף. כמדומה שכן הוא מנהג זידיטשוב קאמארנא ספינקא וכו'
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

אינעם שוהל ווי איך דאווען זאגט מען שבת לדוד נאכן דאווענען
און ראש חודש זאגט מען עס נאך ברכי נפשי
ווייסט איינער אפשר פשט?
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”