ליקוטים וענינים על פרשת בשלח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ליקוטים וענינים על פרשת בשלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פרשת בשלח-שירה תשס"ח לפ"ק.

אז ישיר משה ובני ישראל, ווערט געברענגט פון ספרי קודש אז פארדעם שטייט בלשון עתיד 'ישיר' ווייל דאס איז מרמז אויף די גאולה העתידה ווי משה רבינו וועט זינגען שירה מיט די אידישע קינדער.
זאל הקב"ה העלפן אז מיר זאלן די זכיה האבן צו זיין פון די אידן וועם משרע"ה וועט מיטנעמען ביים זינגען די שירה, בביאת גואל צדק בעגלא ובזמן קריב, אמן.
גוטזאגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטזאגער »

http://israblog.nana10.co.il/blogread.asp?blog=508604
ג' בשלח זכור שניים מקרא ואחד תרגום......
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

אריפגיברענגט לכבוד קומענדיגען וואך
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

עוד מעט ופנה יום!
פתח לנו שער בעת נעילת שער כי פנה יום!
הייליגע באשעפער העלף אין זכות וואס אזויפיל יודן אין די גארער וועלט האבן היינט געזאגט פרשת המן מיט אזא אמונה פשוטה העלף
אז די דור זאל שוין אויפגעראכטן ווערן מיט בני חיי ומזוני רויחי
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

ויהי בשלח פרעה את העם (יג, יז)

דער מדרש זאגט "ויהי בשלח" אז פרעה האט געשריגן "וויי".

מען קען עס ערקלערן לויט די פריערדיגע פרשה וואס ענדיגט זיך מיט די פרשה פון תפילין "והיה לאות על ידכה".

די גמרא זאגט אין גיטין (לח.) אז אן עבד וואס איז אנטלאפן פון זיין הער, אויב זיין הער האט זיך מייאש געווען פון אים, איז ער מחויב צו לייגן תפילין.

לויט דעם קען מען שוין פארשטיין די סמיכות פון די פרשיות. והיה לאות על ידכה, איי וועסטו פרעגן זיי זענען דאך געווען קנעכט פון פרעה און אן עבד איז דאך פטור פון תפילין? דערפאר זאגט דער פסוק: ויהי בשלח פרעה – אז פרעה האט געשריגן וויי, אזוי ווי מען באוויינט א זאך וואס איז פארפאלן געווארן, ווייל ער האט זיך מייאש געווען פון זיי, און דעריבער זענען זיי מחויב געווארן בתפילין.

מדרש יהונתן

--

כי קרוב הוא, זאגט דער מדרש: לבני ישראל עם קרובו. וצ"ב.

נאר מען קען עס ערקלערן, ווייל די אומות העולם ווען זיי רעכטן אפ א קריג, דאן איז דער דרך הטבע, אז אמאל געווינט מען, און אמאל דערלייגט מען. משא"כ די אידישע קינדער, וועלכע גייען אין מלחמה אריין מיט א בטחון אינעם קל חי וקים און זענען מתפלל צו הקב"ה אז ער זאל זיי העלפען, דאן וועלן זיי זיכער באזיגן די שונאים.

דאס זאגט דער פסוק "פן ינחם העם בראותם מלחמה," אז די אידן וועלן זיך דערשרעקן ווען זיי וועלן זעהן דעם מיליטער פון די גוים. אבער אין אמת'ן דארף מען אינגאנצן נישט מורא האבן, ווייל "כי קרוב הוא, שנאמר לבני ישראל עם קרובו" – אונז האבן דאך א כח התפילה. אזוי ווי דער פסוק זאגט כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו, כה' אלקינו בכל קראינו אליו. דערפאר דארף מען גארנישט מורא האבן, ווייל הקב"ה איז מיט אונז.

דאס זאגט ווייטער דער פסוק, וחמושים עלו בנ"י מארץ מצרים, און רש"י הק' זאגט מזוינים – אז די אידן
זענען געווען באוואפנט. קען מען דאס ערקלערן אזוי ווי דער תרגום טייטשט אין פסוק "אשר לקחתי מיד האמורי בחרבי ובקשתי - בצלותי ובבעותי". אז די געווער איז געווען זיין כח התפילה, ווייל מיט דעם כח, קען מען בייקומען אלע שונאים.

עצי חיים

--

נבוכים הם בארץ סגר עליהם המדבר (יד, ב)

עס קען זיין דא דער רמז: אויב "נבוכים הם בארץ" – דער מענטש איז נעבעך פארזונקען אין ארציות, אין די תאוות פונעם עולם הזה, דאן "סגר עליהם המדבר", א רמז אויפ'ן כח הדיבור, וועלכע ווערט פארשפארט און דער מענטש קען נישט ארויסזאגן א ריכטיגע דיבור פאר'ן אויבערשטען, בדחילו ורחימו, און מיט די פאסיגע כוונה.

תפארת שלמה

--

ויאמינו בה' ובמשה עבדו. (יד, לא)

לכאורה איז דא פארהאן א שווערע קשיא. חז"ל זאגן דאך אז "ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי" דאס הייסט אז זיי זענען אנגעקומען צו אזא גרויסע דרגה אין נבואה, אזעלכע גרויסע השגות אין ג-טליכקייט, גרעסער פון די גרעסטע נביאים. לויט דעם, איז דאך אינגאנצן נישט שייך קיין אמונה דא. ווייל אמונה איז בלויז ביי א זאך וואס מען קען נישט זעהן, ואמונתך בלילות, אבער דא האבן זיי דאך געזעהן בחוש?

נאר דערפאר זאגן טאקע די חז"ל, אז ישיר – מכאן לתחית המתים מן התורה. אז דאס האבן די אידן געגלויבט שוין ביי קריעת ים סוף, און כאטש זיי האבן נאכנישט געזען קיין תחית המתים, דאך האבן זיי געגלייבט אז זיי וועלן זאגן שירה ביי תחית המתים לעתיד לבא. דא האט זיך ארויסגעוויזן זייער שטארקע אמונה.

הרה"ק רבי יחזקאל מקאזמיר זי"ע

--

דער צדיק רבי שמואל מעלציין פון סלוצק, א תלמיד פון דעם ווילנער גאון זצ"ל, האט געזאגט דערויף א משל.

א מלך וואס שיקט זיינע זעלנער אויפ'ן שלאכט פעלד: אויב האט ער א גוטע זכרון, וועט ער געדענקען יעדן דעוויזיע, און אויך יעדן סאלדאט באזונדער מיט זיין ספעציעלע תפקיד און אלע כלי המלחמה, אלעס וועט אים שטיין פאר די אויגן. אבער וויבאלד עס איז נישטא קיין קעניג מיט אזא ברייטע קאפ, דערפאר האט דער קעניג גענערעלער און אדיוטאנטן וועלכע קענען גוט דעם מיליטער, און דער קעניג באראט זיך מיט זיי איבערן צושטאנד אין פעלד. אזוי ארום באקומט דער קעניג א קלארע בילד פון די מלחמה און ווייסט וועלכע שריט אנצונעמען אז ער זאל זיגן.

ווידער זענען דא קעניגן וואס צו דעם טויגן זיי אויך נישט. זיי קענען נישט צוזאמשטעלן א קלארע בילד פון די באריכטן פון די עטליכע גענעראלן און קאמאנדירן און דאדורך פארשטיין וואס עס גייט פאר אויפ'ן שלאכט פעלד. ווי אזוי גיבט ער זיך פארט אן עצה? אזא קעניג האט געווענליך איין גאר געלערנטער אין תכסיסי המלחמה, וועלכער גיבט אים איבער א פונקטליכע באריכט מיט אלע איינצעלהייטן, און לייגט אים קלאר אראפ דעם בילד פון וואס מען האט שוין דערגרייכט, און וואו מען פלאנט צו אטאקירן דעם שונא, און פון וועלכע ריכטונג עס וועט זיין גרינגער איינצונעמען. וויבאלד דער קעניג הערט אים גוט אויס, און פארשטייט זיך גוט מיט אים, דאן וועט ער צוזאמען מיט דעם געהילף קענען פירן דעם מלחמה און דורך אים הערשן אויף די גאנצע מיליטער.

דאס זאגט די גמרא (מכות, כג:). דרש ר' שמלאי, תרי"ג מצוות נאמרו למשה, רמ"ח מצוות עשה כנגד רמ"ח איבריו של אדם, ושס"ה לא תעשה כנגד ימות החמה... בא דוד, והעמידן על אחת עשרה... בא חבקוק והעמידן על אחת: וצדיק באמונתו יחיה.

און פשט איז אזוי: די פריערדיגע דורות, האבן געהאט גרויסע השגות און מוחין, זיי האבן געקענט ארויסהאבן מיט א קלארקייט אלע תרי"ג מצוות בכל פרטיהן ודקדוקיהן, און די גאנצע תורה איז זיי שטענדיג געשטאנען פאר די אויגן. אבער ווען די דורות זענען שוואכער געווארן, איז געקומען דוד, און דערנאך חבקוק, און געזאגט: טאמער וועט איר זיך האלטן אייזן פעסט ביי די אמונה טהורה, וואס דאס איז די שורש פון די גאנצע תורה – אזוי ווי דער מדרש זאגט אז ווען די אידן האבן געהערט "אנכי ה' אלוקיך" איז די תורה באפעסטיגט געווארן אין זייער הארץ – דורך די אמונה, וועט איר קענען היטן אויף די תורה, און באזיגן דעם יצר הרע.

און אזוי שטייט דאך אנהויב שלחן ערוך: שויתי ה' לנגדי תמיד, איז א "כלל גדול בתורה ובמעלות הצדיקים."

--

קח צנצנת אחת מן וגו' והנח אותו לפני ה' למשמרת לדורותיכם וגו'. ויניחהו אהרן לפני העדות למשמרת (טז, לג-לד)

דער זיידע (הרה"ק רבי יחזקאל פון קאזמיר זי"ע) האט געזאגט: די הייליגע מן איז געווען דער שורש פון די פרנסה פאר אידישע קינדער פאר אלע שפעטערדיגע דורות. און דער ציווי עס אוועקצולייגן פאר די לוחות העדות נעבן די תורה איז געווען, צו ווייזן פאר די אידישע קינדער, אז די עיקר פרנסה שטאמט פון די כח התורה, דערפאר ווער עס איז מער דבוק אינעם תורה הקדושה, איז נענטער צום שורש הפרנסה, עכ"ל.

און אזוי האט ער אויך געזאגט ווען א בן תורה האט אים געבעטן אז ער זאל אים אנווינטשן פרנסה, פלעג ער ענטפערן: זיי זיך מדבק אין די תורה, וועלן אלע אידן מתפלל זיין פאר דיר, אזוי ווי מיר זאגן ביי קדיש דרבנן: על ישראל ועל רבנן ..ועל כל מאן דעסקין באורייתא וכו' יהא להון ולכון ..ומזוני רויחי וכו'.

דברי ישראל

--

ויאמר ה' אל משה מה תצעק אלי דבר אל בני ישראל ויסעו (יד, טו).

אלע פרעגן שוין די קשיא: נאר וואזשע דען האט משה רבינו געזאלט טוהן אויב נישט שרייען און בעטן ביים אויבערשטען אז ער זאל שיקן א ישועה? טא פארוואס האט אים דער רבש"ע געזאגט מה תצעק אלי?

נאר מען קען זאגן, אז משה איז געשטאנען און מתפלל געווען אז כבוד שמים זאל נישט פארשוועכט ווערן, אויב חלילה די מצריים וועלן זיך שטארקן אויף די אידן. אבער דער אויבערשטער שוינט מער די כבוד פון די אידן ווי זיין אייגענע כבוד. ווייל אויף די אייגענע כבוד איז ער מוחל, אבער נישט אויף די כבוד פון אידישע קינדער.

דאס האט השי"ת געזאגט פאר משה רבינו: "מה תצעק אלי" – פארוואס בעטסטו און דו זארגסט זיך פאר מיינעט וועגן? "דבר אל בני ישראל" – בעט'זשע פאר די כבוד פון די אידישע קינדער, ווייל איך זארג מער פאר זייער כבוד, און וועל זיי זיכער ארויסהעלפען פון זייערע צרות.

אמרי אלימלך

--

ויבקעו המים (יד, כא)

הים ראה וינוס. (תהילים קיד, ג) מה ראה, ברייתא דר' ישמעאל ראה (מדרש פליאה).

ביים מראה הסנה שטייט "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה (ג, יב). און רש"י זאגט אויפ'ן ארט: "וששאלת מה זכות יש לישראל שיצאו ממצרים וכו' הרי עתידים לקבל התורה על ההר הזה." קומט דאך אויס אז יציאת מצרים איז געווען אויף דעם חשבון אז די אידן וועלן מקבל זיין די תורה.

די 12'טע מידה פון די י"ג מידות אין די ברייתא דר' ישמעאל איז: "דבר הלמד מענינו ודבר הלמד מסופו". עס איז באקאנט די טענה פון די שר פון ים אז מה נשתנו אלו מאלו, הללו עובדי ע"ז והללו עובדי ע"ז וכו' (שמו"ר כא, ז), און דערפאר האט די ים זיך פון אנהויב נישט געוואלט שפאלטן.

אבער נאכדעם וואס די ים האט געזען די ברייתא דר' ישמעאל און די צוועלעפטע מידה פון "דבר הלמד מסופו", אז צוליב דעם מדה זענען זיי ארויס פון מצרים, איז זאפארט "וינוס" – איז דער ים אנטלאפן זעענדיג אז די אידן זענען נידונים על שם סופם אז זיי וועלן מקבל זיין די תורה.

דערפאר האט די ים זיך געשפאלטן אויף 12 חלקים, מרמז צו זיין אז צוליב די צוועלפטע מידה האט ער זיך געשפאלטן.

אמרי יהודה

--

אז ישיר משה. (טו, א)

די גמרא זאגט אין מסכת מגילה (י:) בקשו מלאכי השרת לומר שירה, אמר הקב"ה מעשי ידי טובעין בים ואתם אומרים שירה.

לכאורה איז דאך שווער די באקאנטע קשיא, מיר ווייסן דאך אז באבוד רשעים רנה, ווען רשעים שטארבן איז א טובה פאר די וועלט, דארף דאך זיין שמחה, נו פארוואס זאלן די מלאכים נישט זינגען? מיר געפינען אויך אז די אידן זענען יא אויסגעלויבט געווארן פאר'ן זינגען שירה ביים ים?

מיר טרעפן ביי סנחריב, זאגט די גמרא אין סנהדרין, אז זיין ריזיגע מיליטער איז געשטארבן דורך דעם וואס הקב"ה האט אויפגעמאכט זייערע אויערן און זיי האבן געהערט די מלאכים געזאנג, און פון גרויס מתיקות זענען זיי אויסגעגאנגען. אזוי אויך דא אין מצרים, האבן די מלאכים געוואלט אומברענגען די מצריים דורכ'ן זינגען שירה. אבער הקב"ה האט אנדערש געוואלט. ווייל דער אויבערשטער באשראפט דאך מידה כנגד מידה, און די מצריים האבן דאך אריינגעווארפן אידישע קינדערלעך אין טייך נילוס.

דאס איז פשט אין די גמרא: בקשו מלאכי השרת לומר שירה, האט זיי הקב"ה געזאגט, "מעשי ידי טובעין בים" די מצריים האבן דאך דערטראנקען מיינע קינדערלעך אינעם ים, דארפאר דארף איך זיי באצאלן מידה כנגד מידה און זיי אויך דערטרענקען. ואתם אומרים שירה? דאס וועט דאך נישט זיין קיין פאסיגע שטראף...

הגה"ק רבי שמעלקע פון ניקלשבורג זי"ע

--

אכלוהו היום כי שבת היום לה' היום לא תמצאוהו בשדה (טז, כה)

פירש"י: (מכילתא) שחרית שהיו רגילים לצאת וללקוט באו לשאול אם נצא אם לאו אמר להם את שבידכם אכלו. לערב חזרו לפניו ושאלוהו מהו לצאת אמר להם שבת היום ראה אותם דואגים שמא פסק המן ולא ירד עוד אמר להם היום לא תמצאוהו מה ת"ל היום היום לא תמצאוהו אבל מחר תמצאוהו:

לכאורה איז דאך דאס א פלא, וויבאלד משה רבינו האט זיי געזאגט אינדערפרי אז "שבת היום" און עס וועט נישט פאלן קיין מן, פארוואס האבן זיי געקלערט ווידער ארויסצוגיין אין דער אוונט זוכן מן? עס איז דאך קיינמאל נישט געפאלן קיין מן אין די אוונט שעה'ן?

עס ווערט געברענגט אין ספר "פנים יפות" אז איידער מתן תורה, איז די נאכט געגאנגען נאכ'ן טאג. מען זעהט אויך אין רש"י (פסוק כב) אז יענע שבת איז געווען די ערשטע שבת וואס די אידן האבן געהיטן. לויט
דעם קען מען זאגן, אז די אידן זענען געווען צוגעוואוינט אז די מן פאלט יעדן טאג אנהויב מעת לעת, דאס הייסט אינדערפרי, וויבאלד די נאכט גייט נאכ'ן טאג. אבער איצט אז די שבת זענען זיי באפוילן געווארן "מערב ועד ערב" דארף מען היטן שבת, האבן זיי פארשטאנען אז מהיום והלאה הויבט זיך אן דער מעת לעת אין אוונט, וויבאלד שבת הייבט זיך אן ביינאכט.

דערפאר האבן זיי געמיינט, אז פונקט ווי דער מן פלעג ביז היינט פאלן אנהויב מעת לעת – ד.ה. אינדערפרי. אזוי אויך איצט, ווען די סדר האט זיך געטוישט, און די נאכט גייט פאר'ן טאג, וועט אויך אנהויבן פאלן די מן אנהויב מעת לעת – ד.ה. ביינאכט. פארשטייט מען שוין פארוואס די אידן זענען צוריקגעקומען פרעגן אין דער אוונט, אויב זיי זאלן ארויסגיין קלויבן, און פארוואס משה רבינו האט זיי געדארפט בארואיגן אז היינט פאלט טאקע נישט, אבער מארגן וועט איר שוין יא טרעפן. ווייל כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין.

טל תורה להגר"מ אריק זצ"ל - בשם בנו הג"ר דוד זצ"ל
--
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

ויקח שש מאות רכב בחור פארוואס פונקט 600?

האב איך געהערט פון רבי יענקעלע זי"ע (איך געדענק נישט בשם וועם ער האט עס געזאגט) אז עס שטייט איכה ירדוף אחד אלך ושנים ינוסו רבבה, ממילא פאר 600,000 קומט אויס 120 אין פרעה האט נישט געוואוסט אז ביי חושך זענען געשטארבן פיר חלקים, ממילא האט ער געברענגט 5 מאל 120 וואס איז 600
והמבין יבין
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

הים ראה וינוס מה ראה ארונו של יוסף ראה

זאגט דער ישמח משה זי"ע אז די ים האט געטענה'ט פאר משה אני קשיש ממך איך בין עלטער פון דיר ווייל ער איז באשאפן געווארן די דריטע טאג אין די מענטש אין די זעקסטע טאג, ממילא דארף איך מיר נישט שפאלטן, אבער די תירוץ איז ישראל עלו במחשבה תחילה נאך פאר בריאת שמים וארץ ממילא קומען די אידן פריער, אבער אין די גמרא אין כתובות איז דא א שאלה צו מען גייט בתר מעשה צו בתר מחשבה, אבער ווען ער האט געזעהן ארונו של יוסף וואס איז געווארן די קעניג איי ער איז נישט געווען די בכור נאר ווייל יעקב אבינו'ס מחשבה איז געווען לכתחילה נאר אויף רחל, אויב אזוי גייט מען דאך טאקע בתר מחשבה זענען די אידן עלטער פון אים וינוס האט ער זיך געשפאלטן
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט פון הגה"צ ר' חיים לייפער שליט"א אדמור מטעמעשוואר בני ברק

עס שטייט הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל פרעגט ער ממילא ארונו של יוסף אדער ישראל באים ורכוש מצרים בידם קען מען זעהן אבער וויאזוי האט די ים געזעהן ברייתא דר' ישמעאל

האט ער גענטפערט מיט א מעשה דער הייליגער ראפשיצער זי"ע איז אמאל געקומען צום רבי ר' אלימלך זי"ע האט ער געזאגט אז ער איז געקומען מיט צוויי קל וחומר'ס אין צוויי גזירה שוה'ס, וואס הייסט ער איז ארויסגעפארן מיט א וואגן מיט פיר רעדער, אינמיטן וועג איז איין ראד אראפגעפאלן האט ער געמאכט א קל וחומר מאדאך א פיאקער קען פארן מיט צוויי קען ער זיכער פארן מיט דריי, שפעטער איז אראפגעפאלן נאך איינס האט ער געמאכט א גזירה שוה אז א פיאקער קען פארן מיט צוויי קען ער אויך, שפעטער איז אראפגעאפלן א דריטע ראד האט ער געמאכט נאך א קל וחומר מאדאך א שליטן קען פארן אנע רעדער קען ער זיכער פארן מיט איינס, שפעטער איז אראפגעפאלן די פערדע האט ער געמאכט נאך א גזירה שוה אז א שליטן קען פארן אנע רעדער קען ער אויך ע"כ המעשה

דא שטייט דאך ויסר את אופן מרכבותיו אז דער באשעפער האט אראפגענומען די רעדער פון די מצרישע וועגענער, נו וויאזוי זענען זיי געפארן נאר מיט קל וחומר'ס אין גזירה שוה'ס ממילא האט ער געזעהן ברייתא דר' ישמעאל עכ"ד ודפח"ח וש"י
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

וילקטו המרבה והממעיט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

scy4851 האט געשריבן:סלונימער! א הערליך בילד! אזוי לעבעדיג ממש אוויא איך זעה אוהם יעצט!

איך האב געהערט א תורה פון סקולענער רבי זצ"ל, ביי א שלש סעודות, שבת שירה.
איך ברענג עס דא כדי זאל זיין שפתותיו דובבת בקבר...

די תורה הקדושה זאגט אז ישיר משה ובני ישראל את השירה הזאת לה' ויאמרו לאמר.
איז ער מדייק דער דיוק וואס רש"י מיט נאך ראשונים זענען מדייק, וואס איז דער לאמר? עס וואלט געניג געווען ווען עס שטייט , ויאמרו אשירה לה'.

דער רבי האט אויך דערמאנט דער מדרש, הים ראה וינוס, מה ראה ארונו של יוסף.

האט ער געזאגט אזוי.
מצרים אז געווען א לאנד שתופי זימה. אוויא מען זעהט וואס די מפרשים זאגן ביי אברהם ווען ער האט געזאגט צי שרה אמרי נא אחותי את.

יודען האבען אבער געדארפט קומען אהין, האט כביכול מסבב געווען די נסיון מיט יוסף און אשת פוטיפר, און דורך דעם וואס יוסף האט זיך גובר געווען און בייגעשטאנען דעם נסיון, האט ער אויסגעארבעט דעם מקום אז עס איז שוין יעצט מסוגל אסאך גרינגער גובר זיין אויפען יצר און דעם נסיון פון זנות.

די גמרא און סנהדרין לערענט ארויס די שבע מצוות בני נח פון דעם פסוק און בראשית,
ויצו ה' אלקים על האדם לאמר מכל עץ הגן...
דרשנט די גמרא
ויצו איז עבודה זרה אוויא עס שטייט און נביא 'צו לצו קב לקב'
אלקים זו דינים, און די גמרא ברענגט פון וויא אלקים מיינט דינים [עד אלקים יבא דבר שניהם]
לאמר זו גלוי עריות.....

ווען יודען זענען געקומען צים ים האט דער ים נישט געוואלט שפאלטען, ער האט געטאהנעט אז דארט און מצרים איז נישט געווען מעגליך זיך אפהיטען פון דעם יצר פון זנות, איז ממילא זענען יודען נישט ראוי צי א נס פון קריאת ים סוף.

אבער ווען דער ים האט געזעהן ארונו של יוסף, האט ער גלייך געזעהן אז יודען און מצרים האבען זיך יא אפגעהיטען איז וינוס

ווען עס איז געקומען צייט צי זאגען שירה, זאגט דער פסוק אז ישיר משה...
משה מיט די יודען האב זיך גענומען זינגען...ויאמרו...און זיי האבען געזאגט...לאמר..דאס וואס אינז האמער זוכה געווען צי די גרויסע ניסים איז אלעס און דעם זכות פונעם לאמר..וואס און די שבע מצוות בני נח איז דאס גלוי עריות

ודפח"ח
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

א ווארעם שטיקל תפארת שלמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

א"י פקד יפקד וגו'. לרמז בזה גודל חסדי הבורא ב"ה שאינו מתרחק מעמו בני ישראל אף שהם בדיוטא התחתונה אעפ"כ הוא שוכן בפנימיות לבבם. וז"פ פקוד לשון חסרון ואעפ"כ יפקוד אלהים אתכם פי' לשון פקדון כי הוא גנוז בפנימיות כל איש מבנ"י. וז"פ (בראשית מב, יט) אחיכם אחד יאסר בבית משמרכם ואתם לכו קחו שבר רעבון בתיכם. הרמז בזה כי גם בשעה שהאדם הולך בשוק לעשות צרכיו לקנות שבר רעבון ביתו הנה אז ג"כ הקב"ה אצל האדם בבחי' הסתרה כמ"ש (דברים לא, יז) והסתרתי פני מכם ר"ל בפנימיות אני נסתר בכם. וז"ש אחיכם אחד יאסר וגו' הקב"ה הוא נקרא אח לבנ"י כמ"ש (תהלים קכב, ח) למען אחי ורעי וכו' והוא אחד יחיד ומיוחד וכביכול בבחי' נאסר בפנימיות לבבכם בשעה שאתם הולכים בצרכי עוה"ז לקנות שבר רעבון בתיכם כנ"ל:
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

רש"י ברענגט אז ביזת הים איז געווען גרעסער ווי ביזת מצרים. לכאורה שטייט דאך וינצלו את מצרים כמצולה שאין בה דגים, אפילו כוועל זאגן אז סמיינט נישט ממש איז זייער אינטרעסאנט צי זאגען אז זיי האבן איבעגעלאזט מער ווי גענומען?
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א פאר הערה'לעך
א
ויהי בשלח פרעה
שטעלט זיך די מדרש ויהי לשון צער
האב איך אמאהל געהערט פון ר' יענקעלע גאלינסקי שליט"א אז די צער איז אז נאך אלע צעהן מכות
קען מען נאך זאגען אז פרעה האט ארויסגעשיקט די אידען און נישט אז דער באשעפער האט אונז ארויסגענומען...
ב
ולא נחם אלוקים דרך ארץ פלשתים
א באקאנטע מעשה ביי ר' נחום טשערנאבילער'ס טיש געווען מתנגדים וואס האבען געשריגען בתמיה: ולא נחם אלוקים???
האבען די חסידים זיי געענטפערט: דרך ארץ, פלשתים!!!!
ג
ויסב אלוקים את העם
די מדרש ברענגט פון דא אנ'אסמכתא צו מצות הסיבה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =37463&st=%u05d5%u05d9%u05e1%u05d1+
איז לכאורה פון דא שטיקל הערה אויפ'ן ראבי"ה וואס האלט אז הסיבה איז נאר אנ'ענין פון ווייזען חירות און דערפאר בזמה"ז
וואס בני חורין לעהנען זיך נישט אהן פעהלט נישט אויס הסיבה
אבער פון דעם מדרש איז מוכח אז דער עצם הסיבה איז די מצוה
ד
ויקח משה את עצמות יוסף
דאכטזיך דער בני"ש זאגט אז דער מדרש ברענגט אויף דעם חכם לב יקח מצוות
ווייל בשעה וואס בני ישראל האבען עוסק געווען בביזת מצרים האט ער זיך געפארעט מיט די עצמות יוסף
אבער וויבאלד א מצוה וואס האט נישט געקאסט געלט לא פרחת לעילא
וועגען דעם האט משה רבינו נישט גענומען פון די מצריים כדי אזוי זאל עס הייסען אז ער זיך געלאזט קאסטען
חכם לב יקח - מלשון קויפען על פי קיחה קיחה משדה עפרון - מצוות
און אויך דא אין פסוק קען מען טייטשען משה רבינו האט זיך געקויפט די עצמות יוסף
ה
ואמר פרעה לבני ישראל
דער תרגום יונתן זאגט אז עס זענען געווען דתן ואבירם
ווייל ער לערנט דער למ"ד פון לבני ישראל כפשוטו דלא כרש"י
דער באמ"ח איז פון דא מוכיח אז זיי זענען נישט געווען סתם גראבע יונגען ווייל עס קומט אויס אז זיי האבען געהאט א פריוואטע קריעת ים סוף
ו
ויקח שש מאות רכב בחור
אין די דרושים נחמדים פון מהר"ם שי"ף סוף חולין זאגט ער א רמז
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=488
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ז
השם ילחם לכם ואתם תחרישון
פון מכילתא איז משמע אז משה רבינו האט פארלאנגט פון כלל ישראל שוין פאר די ישועה צו זינגען שירה
עס איז באקאנט א יסוד פון הגר"ח סאלאווייטשיק אויף דעם פסוק
ואני בחסדך בטחתי יגל לבי בישועתך - אויב מען האט שטארק בטחון קען מען זיכער שוין פרייען
אבער אשירה להשם כי גמל עלי - שירה קען מען נאר זינגען ווען די ישועה איז למעשה שוין געווען
זיין אייניקל הגרמ"ד האט געזאגט אז די מכילתא איז נישט קיין קשיא ווייל אויב מען האט א קלארע נבואה קען מען שוין זאגען שירה
אפילו פאר די ישועה
עס זעהט אבער אויס פון מדרש תהילים אז עס איז א מחלוקת
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=269
צו מען זאגט שירה פאר די ישועה מכח בטחון בישועת השם
ועיין ברש"י שם על הפסוק מהולל אקרא השם ומן אויבי איוושע
לפי דברינו קען מען מסביר זיין אפשר דער לשון עתיד אז ישיר
ווייל זיי האבען פאר קריעת ים סוף געזינגען אז מען וועט נאך זינגען נאך די ישועה...
ח
מה תצעק אלי
די וועלט פרעגט היתכן נעוואס זאל א איד טוהן אין א פראבלעם אויב נישט דאווענען צום באשעפער
קען מען אפשר זאגען על פי א יסוד פון רבי רבי זושא געברענגט אין נועם אלימלך אויף דעם פסוק וכי תאמרו מה נאכל וצויתי את ברכתי
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 9&pgnum=82
זאגט ער דארט אז דארך צו פרעגען קשיות ווערט נפסק דער שפע פרנסה וואס קומט כסדר פון רבש"ע
און וועגען דעם דארף זיין אנ'עקסטערע ציווי אויף א ברכה
ווייל אזוי ווי ביי שבת דער וואס גיט פרנסה בששת ימי המעשה דארך צו ארבעטען גיט פרנסה אויף שבת ווען ער הייסט אונז נישט ארבעטען
און דאסזעלבע איז אויך ביי שמיטה מי שמפרנס בששת השנים יפרנס בשנה השביעית
ממילא וואלט נישט געזאלט זיין קיין שום קשיא און קיין שום זארג
זאס זעלבע איז געווען ביים ים סוף למעשה האט דער ענן אלץ גראד געמאכט און דער ענן וואלט ערלעדיגט דעם ים סוף אויך
נאר וויבאלד עס איז געווען א ויצעק האט מען געדארפט האבען אנ'עקסטערע ציווי אויף קריעת ים סוף והבן
ט
אז ישיר משה
די מדרש זאגט בזכות מילה און אין ילקוט שטייט אז א' אחד ז' שבעה הרי כאן שמונה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =14573&st=%u05d0%u05d6+%u05d9%u05e9%u05d9%u05e8
איז דאך שווער וואס הייסט שמונה עס איז דאך נאר איין טאג טאקע דער אכטער טאג אבער נישט גאנצע אכט טעג
קען זיין על פי וואס די ספרים שרייבען אז הגם שכר מצוה בהאי עלמא ליכא
אבער פאר דאס וואס מען לייגט אריין כחות און השתדלות עקסטערע אין די מצוה איז דא שכר בהאי עלמא
איז ביי א ברית מילה טאקע דער אכטער טאג איז די מצוה אבער אויב א טאטע איז זיך מכין כדבעי אין דערווארט מיט השתוקקות דעמאלס הייסט די מצוה שמונה ימי מילה
בשכר זאת נקרע להם הים בהאי עלמא
יוד
זה קלי ואנוהו
מען לערנט פון דא הידור מצוה
עס איז א פלותא דרבוותא אויב הידור איז מדאורייתא אדער מדרבנן
כ'האב אמאהל געטראכט אז עס קען זיין אין די מחלוקת תנאים אין סוטה ווער עס האט געזאגט זה קלי ואנוהו
אויב משה האט עס געזאגט האט עס א תוקף מן התורה אבער אויב כלל ישראל האט עס געזאגט איז דאס א קבלה פון כלל ישראל אויף זיך קען זיין אז עס האט נאר א תוקף מדרבנן
למעשה אפילו אויב עס איז דאורייתא איז דאס נישט מעכב אין די קיום המצוה
ווייל עס איז א אהנאפהענגיגע מצוה און נישט א חלק פון יעדער מצוה חוץ ווי די תורה מאהנט הידור אזוי ווי ביי ד' מינים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יא
אין די הושענות לשבת זאגט מען חכמו ולקטו בשישי לחם יומים
וואס איז די חכמה
נאר קען זיין עס שטייט דאך הממעיט לא החסיר
האבען מסתמא די קלוגע צדיקים געמאכט די מינימום השתדלות און ווען זיי זענען אהיים געקומען האבען זיי געהאט פונקט אזויפיהל ווי יעדער
אבער ערב שבת וויבאלד די טירחא לכבוד שבת איז א מצוה האבען זיי געוויזען חכמה און למעשה מלקט געווען אויף שבת...
יב
ויבא עמלק וילחם עם ישראל ברפידים
חז"ל זאגען שרפו ידיהם מן התורה וצ"ב וואס הייסט דאס עס העט דעזאלט זיין שרפו מוחם מן התורה וואס האט הענט מיט תורה
והיה כאשר הרים משה את ידו און שפעטער ויהי ידיו אמונה
ווייטער מיט הענט
נאר קען זיין אז עס איז געווען א רפיון אין די אמונה פון כלל ישראל אין השגחה פרטית
און זיי האבען אהנגעהויבען פיהלען כחי ועוצם ידי עשו לי החיל הזה
עמלק וואס איז די קליפה פון כוחי ועוצם ידי האט זיך דעמאלס געקענט קומען טשעפען
וויבאלד רפו ידיהם מן התורה זיי האבען שוין נישט אזוי געהאט די תורה'דיגע השקפה אויף זייערע הענט
האט משה רבינו זיי מחזק געווען און אויפגעוויזען די הענט איז פון הימעל
ויהי ידיו אמונה ער האט געצייגט אמונה'דיגע הענט ממילא האבען זיי געווינען די קריג
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

א תורה'עלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ויהי בשלח פרעה את העם ולא נחם אלהים דרך ארץ פלשתים כי קרוב הוא כי אמר אלהים פן ינחם העם בראתם מלחמה ושבו מצרימה (י"ג, י"ז,)
מקען זאגען א טייטש לפי מה שכתבו היראים (סימן ש"ט) וסמ"ג ל"ת רכ"ז והגהות מימוני הל' מלכים פ"ה סימן ב', דברי שאול פר' מסעי מהדו"ק ד"ה אלה מסעי, בתפארת יוסף להגר"י ענגיל בפרשתן מעמוד שי"ט ואילך דער טעם פארוואס מקען היינט וואוינען און מצרים , הגם אז די תורה האט פארבאטען דריי פלעצער לא תוסיפו לשוב בדרך הזה, אז די תורה האט נישט גאסערט נאר אויף דעם זעלבען וועג וואס די אידען זענען ארויס פון מצרים עיי"ש, און לויט דעם קען זיין א טעם פארוואס דער אייבישטער האט געפירט די אידען אויף אזא לאנגער וועג ולא נחם דרך ארץ פלישטים, וייל אויב די אידען וועלען דארפען אמאל צוריק גיין מחמת צוק העיתים און גזירות און מלחמות זאל נישט זיין פאר זיי אסור און וויבאלד ווען מלויפט בשעת מלחמה גייט מען בדרך קצרה ע"כ כדי עס סזאל נישט זיין אסור צו אנטלויפען בדרך קצרה האט דער אייבישטער זיי נישט געפירט בדרך קצרה אלזא פארשטיי דעם פסוק ולא נחם אלהים דרך ארץ פלשתים כי קרוב הוא כי אמר אלהים פן ינחם העם בראתם מלחמה ושבו מצרימה ואז ע"כ ילכו בדרך הקצר וע"כ הולכם עכשיו בדרך הארוכה והבן,
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

זה קלי ואנווהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ואנווהו און מס' שבת קל"ג אבא שאול אומר זה קלי ונווהו הוי דומה לו מה הוא חנון ורחום אף אתה היה חנון ורחום ועיין בחומש תורה תמימה שפירש אז מיט דעם מאכט מען שיין דעם נאמען פונעם אייבירשטען מיט דעם וואס מפירט זיך אויף ווי אמענטש ממילא ווען איינער איז א רחום מאכט ער א ואנווהו וש"י
סקען זיין פשט אינעם מכילתא אויפן פסוק והישר בעינו תעשה זה מעשה ומתן מלמד שכל מי שנושא ונותןבאמונה רוח הבריות נוחה הימנו ומעלין עליו כאילו קיים כל התורה.
און דער ביאור אז אויב עס איז רוח הבריות נוחה הימנו מאכט ער א כבוד שמים וזהו עיקר התורה אז די גאנצע תורה איז אז עס זאל ארויסקימען א כבוד שמים
ביי ביי.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז דא אנ'אינטערעסאנטע חת"ס אז הידור ביי כתיבת השם איז מעכב
ווייל דער פסוק זה קלי ואנוהו רעדט דאך ספעציפיש איבער דעם שם זה קלי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

msp האט געשריבן:עס איז דא אנ'אינטערעסאנטע חת"ס אז הידור ביי כתיבת השם איז מעכב
ווייל דער פסוק זה קלי ואנוהו רעדט דאך ספעציפיש איבער דעם שם זה קלי

עיין גיטין כ' ע"א
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

כהאב בטעות ארייןגעלייגט אפאר תורות אויף די וואך וואס באלאנגט לכאורה דא אונעם אשכול דיונים ועיונים לפר' בשלחבעמוד 1 ובעמוד 2 ומשם תדרשנו
ביי ביי.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

את אשר תאפו אפו ואת אשר תבשלו בשלו וכו' לכאורה קשה הרי בגמרא אמרו לעולם לא ירדה למדוכה וכו' איז פארוואס האט מען עס געדארפט מאכן פאר שבת?
לכאורה יש לתרץ משום חכה בפטיש באוכלין, ודבר זה במחלוקה שניוה, בשו"ע הרב נקט דלא שייך מכה בפטיש באוכלין אבל הפמ"ג מחמיר

איך האב אמאל געזען איינעם רעדן פון די קשיא איך קען מיר נישט דערמאנען ווער,
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שאינו יודע
ביטע זיי מיר אביסעל מעהר מסביר וואס איז דיר שווער
דער ענין פון מכה בפטיש ביי אוכלין געפונען מיר א מחלוקת לענין הדחה פון קולייס האספנין
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די תורה הקדושה הייסט אז מען זאל קאכן די עסן פאר שבת, את אשר תאפו אפו וכו'
לכאורה אין די גמרא זעט מען אז די גאנצע קאכן איז נאר געווען במחשבה נישט במעשה, אלא מאי מיינט עס אז מען זאל טראכטן פאר שבת וואס מען דארף.
אויב אזוי פארוואס האט מען געדארפט טראכטן פאר שבת? לכאורה האט מען געמעגט טראכטן שבת דערפון?
אלא מאי איז א ראי' אז מכה בפטיש באוכלין זאל זיין אסור
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

הכא מיירי מיו"ט קודם השבת דמכאן סמכו לערוב תבשילין מן התורה
ביי ביי.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

זענט איר מחדש אז במחשבה איז אויך דא א פראבלעם פון הכנה מיו~ט לשבת
יתכן...
עכ~פ דער חת"ס דלעיל באציהט זיך טאקע אויף די גמרא אין גיטין
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”