ט' באב מנהגים וענינים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איישישאק
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך איישישאק » דאנארשטאג יולי 30, 2020 6:50 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:פרעג די שאלה אזוי, די אלגעמיינע תענית פון רצו, הייבט דאך נאר אן ביי טאג. די תענית מתקנת הנביאים, הייבט זיך אן מבעוד יום. האט תשעה באב אן אלגעמיינע דין תענית ווי שבעה עשר בתמוז, און בנוסף צו דעם איז דא א דין תקנת הנביאים וואס הייבט אן ביינאכט, אדער (און מער מסתבר) אז נאך דעם וואס מיר האבן א דין תענית פון די נביאים, האט נישט אויסגעפעלט א נייעם מנהג פון 'רצו' און עס איז נאר דא די אלטע תענית מימי הנביאים.

דאס איז ליטוויש גערעדט


איין מינוט, די תענית פון שבעה עשר בתמוז און עשרה בטבת איז דאך אויך מתקנת הנביאים און דאך פאסט מען נאר פון בייטאג (דאכט זיך אז די מג"א זאגט אז בעל נפש יחמיר פון ביינאכט שוין), נו זעסט דאך אז אונז פאסטן נישט מכח תקנת נביאים נאר מכח א נייע מנהג ותקנת חכמים, נו אויב אזוי איז תשעה באב אפשר די זעלבע זאך, און לאידך גיסא איז דאס נישט קיין שום ראי' לשום צד, ווייל סוף כל סוף האבן די חכמים מתקן געווען צו פאסטן מבעוד יום דהיינו 24 שעה.

איך האב מיר פארלאזט אז מ'קען שוין די סוגיא, קוק אריין אין טור ב"י אנהייב הל' תענית, וועסטו פארשטיין וואס איך מיין. שבעה עשר בתמוז אונזערע איז נישט מתקנת הנביאים און תשעה באב איז יא.

שוין, לאור הבקשה באישי, וועל איך אביסל מרחיב זיין די דיבור. שטייט אין פסוק 'כֹּה אָמַר יְדֹוָד צְבָאוֹת צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִׂירִי יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ'
פיר תעניתים זענען פארהאנן מתקנת הנביאים, און זיי וועלן אלע נתהפך ווערן לששון ולשמחה. און כך הוה, ווען דער ביהמ"ק איז נאכאמאל געבויט געווארן, האט מען געפירט די טעג פאר א יום טוב.
אבער מיר האבן עס פארשווארצט, און נאך א חרבן איז געקומן אויף אונז. זאגן אונז חז"ל אז אין פסוק שטייט פארט אז עס איז א צום, טראץ דעם וואס עס איז נתהפך געווארן. זאגט אונז די גמרא (ר"ה יח:) דאמר רב חנא בר ביזנא אמר רבי שמעון חסידא מאי דכתיב כה אמר ה' צבאות צום הרביעי וצום החמישי וצום השביעי וצום העשירי יהיה לבית יהודה לששון ולשמחה קרי להו צום וקרי להו ששון ושמחה בזמן שיש שלום יהיו לששון ולשמחה אין שלום צום אמר רב פפא הכי קאמר בזמן שיש שלום יהיו לששון ולשמחה יש גזרת המלכות צום אין גזרת המלכות ואין שלום רצו מתענין רצו אין מתענין אי הכי תשעה באב נמי אמר רב פפא שאני תשעה באב הואיל והוכפלו בו צרות דאמר מר בתשעה באב חרב הבית בראשונה ובשניה ונלכדה ביתר ונחרשה העיר.
בקיצור, די תעניתים זענען אונז נישט מחייב פון זיך אליינס, ווארום זיי זענען נתהפך געווארן. נאר טאמער עס איז א מצב פון רצו אז כלל ישראל האבן עס מקבל געווען אויף זיך.
זאגן אונז די ראשונים אז כלל ישראל האט עס מקבל געווען אויף זיך (עס איז מיר א וואונדער וויאזוי, כלל ישראל זענען שוין נאך די חרבן נישט געווען פאראייניגט, און געווענדליך דארף א רוב אז די מיעוט זאל דארט זיין, אבער שוין), אבער אין א באגרעניצטע אופן, נישט אלע עינויים נאר עסן און טרינקן, און נאר בייטאג נישט פון ביינאכט.
תשעה באב איז אנדערש, און עס איז נאכאלס מחויב מעיקר הדין 'הואיל והוכפלו בו צרות'. דעריבער האט תשעה באב גארנישט מיט רצו איינגעלייגט, און יעדער מוז פאסטן מעיקר הדין פון מבעוד יום.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 7:10 pm

יעצט האט מיך איינער אריינגעשיקט אין אישי, אז אין שבט הקהתי חלק ב' סימן ק"ץ האט ער די שאלה, און ער זאגט מסברא אז סוף כל סוף בלייבט עס בדיעבד א תענית, אזוי ווי מען טרעפט ביי אנדערע תעניתים, און א חולה וואס איז געווען מוכרח צו עסן ביינאכט קען נאך אלס זאגן ענינו.

ער ברענגט נישט דארט קיין ראיות ברורות לשיטתו, און ער אליין איז נישט קלאר אז דאס איז מוכרח, און מען דארף פרעגן א תלמיד חכם צו די סברא איז מוכרח.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

נתן בן ופסי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג יולי 30, 2020 10:06 pm

איינער זאל אריינקומען קלאר מיט תירוצים 1) וואשען וועש לכאורה זיכער מותר משום כבוד שבת אבער וואס טוט זיך מיט די איבריגע וואס איך ווייס קלאר אז זיי זענען נישט פאר שבת? אפשר איז דא א היתר וועגן ריבי בשעורים? 2) רחיצה ווען מען ווייסט אז מען גייט מארגען נאכאמאל גיין (כבוד שבת) 3) טועם זיין פון די שבת מאכלים 4) שניידען די נעגל האר כבוד שבת?

אוועטאר
sheetrock
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג יולי 30, 2020 10:27 pm

1) דו קענסט מיט לייגן מיטן שבת'דיגן לאוד וועש פאר נעקסטע וואך.
2) מ'טאר נישט.
3) לכאורה אסור.
4) ווייסעך נישט.
טעמפארערי אונטעשריפט. Exp 8/16/2020
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 30, 2020 10:57 pm

sheetrock האט געשריבן:1) דו קענסט מיט לייגן מיטן שבת'דיגן לאוד וועש פאר נעקסטע וואך.
2) מ'טאר נישט.
3) לכאורה אסור.
4) ווייסעך נישט.

אפשר שרייבסטו מקורות?

טועם זיין מאכלי שבת מעג מען ערב שבת חזון אויך, אבער נאר לשם טועם זיין.

געוויסע פוסקים האלטן אז אפי' נישט לצורך שבת איז אלעס מותר היינט נאכט חוץ בשר ויין, און לצורך גדול מעג מען לכו"ע.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24052
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:21 pm

איז עס דען נוגע אויף למעשה?

זי האט דאך געדארפט עסן ווי איר דיין האט גע'פסק'נט און פון דאן און ווייטער דארף זי געהעריג פאסטן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך מים שלנו » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:22 pm

4 איז לכאורה מער מותר ווי 1 (מ'רעדט נישט פונעם שאוער נאכדעם....)
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:47 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:טועם זיין מאכלי שבת מעג מען ערב שבת חזון אויך, אבער נאר לשם טועם זיין.

מקור?

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:52 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:טועם זיין מאכלי שבת מעג מען ערב שבת חזון אויך, אבער נאר לשם טועם זיין.

מקור?

מרן הגר"ש הלוי וואזנער אין קובץ מבית לוי חי"ג עמ' מט
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 11:53 pm

farshlufen האט געשריבן:איז עס דען נוגע אויף למעשה?

זי האט דאך געדארפט עסן ווי איר דיין האט גע'פסק'נט און פון דאן און ווייטער דארף זי געהעריג פאסטן.


ניין עס איז נישט נוגע אויף למעשה, דאך איז דאס אינטערסאנט צו געוואר ווערן (ביי א מאן איז דאס נוגע למעשה וועגן עולה זיין קריאת ויחל און צו זאגן ענינו)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יולי 31, 2020 12:04 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:טועם זיין מאכלי שבת מעג מען ערב שבת חזון אויך, אבער נאר לשם טועם זיין.

מקור?

מרן הגר"ש הלוי וואזנער אין קובץ מבית לוי חי"ג עמ' מט

איך טרעף נישט דעם חלק, אבער כ'זע עס דא https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=42.

ג. אם יש צורך בטעימת תבשילי הבשר לצורך הבישול מותר לטעום מעט כפי הצורך.

ס'איז מיר א פליאה עצומה, ער צייכנט נישט אן קיין מקור נאר שמעתי ממרן שליט"א.

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך פראהביטש » פרייטאג יולי 31, 2020 12:43 am

ממעג שוין הערן music?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13884
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג יולי 31, 2020 12:46 am

האלט נאך אויס א 12 שעה (עכט א משהו מער, ביז חצות היום פון עשירי באב)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג יולי 31, 2020 1:29 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:טועם זיין מאכלי שבת מעג מען ערב שבת חזון אויך, אבער נאר לשם טועם זיין.

מקור?

מרן הגר"ש הלוי וואזנער אין קובץ מבית לוי חי"ג עמ' מט

איך טרעף נישט דעם חלק, אבער כ'זע עס דא https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=42.

ג. אם יש צורך בטעימת תבשילי הבשר לצורך הבישול מותר לטעום מעט כפי הצורך.

ס'איז מיר א פליאה עצומה, ער צייכנט נישט אן קיין מקור נאר שמעתי ממרן שליט"א.

ליגט מיר אין קאפ אז דער אוצר הלכות זז״ג נעמט אויך אן מיט א פשטות אז ס׳מותר ער״ש חזון

פאר מער אינפוי פארבינדט אייך מיט זיין תלמיד מובהק @לכאורה (יד״נ ניין ס׳מיינט נישט ידיד נפשי)
דביה תחדי נפשא

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שאלות אין הלכה

תגובהדורך דייקן » פרייטאג יולי 31, 2020 6:23 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:איינער זאל אריינקומען קלאר מיט תירוצים 1) וואשען וועש לכאורה זיכער מותר משום כבוד שבת אבער וואס טוט זיך מיט די איבריגע וואס איך ווייס קלאר אז זיי זענען נישט פאר שבת? אפשר איז דא א היתר וועגן ריבי בשעורים? 2) רחיצה ווען מען ווייסט אז מען גייט מארגען נאכאמאל גיין (כבוד שבת) 3) טועם זיין פון די שבת מאכלים 4) שניידען די נעגל האר כבוד שבת?

1) מותר, אויך ביינאכט.
2) אסור.
3) אזויווי אנדערע האבען שוין געשריבען האט עס די הלכה ווי ער"ש חזון, וואס ס'איז נאר מותר לשם טעימה צו זעהן אויב ס'איז גוט געמאכט (וכן נראה (לגבי שבת חזון) גם בשו"ת התעוררות תשובה ח"ב סו"ס קס"ט).
4) מותר פון גלייך צופרי.
זעה קובץ מבית לוי בין המצרים עמ' ל"ז-ל"ח הע' א'.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג יולי 31, 2020 8:26 am

טראק דרייווער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איז עס דען נוגע אויף למעשה?

זי האט דאך געדארפט עסן ווי איר דיין האט גע'פסק'נט און פון דאן און ווייטער דארף זי געהעריג פאסטן.


ניין עס איז נישט נוגע אויף למעשה, דאך איז דאס אינטערסאנט צו געוואר ווערן (ביי א מאן איז דאס נוגע למעשה וועגן עולה זיין קריאת ויחל און צו זאגן ענינו)


קלאר מען זאגט עננו, אפשר נישט זיין בעל תפילה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24052
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 31, 2020 9:04 am

און עולה זיין מעג מען אויך.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך פארפרוירן » פרייטאג יולי 31, 2020 10:58 am

מעג מען שוין הערן מוזיק היינט בעפאר חצות?
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אוועטאר
סטיטשינער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג יולי 31, 2020 12:39 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:יעצט האט מיך איינער אריינגעשיקט אין אישי, אז אין שבט הקהתי חלק ב' סימן ק"ץ האט ער די שאלה, און ער זאגט מסברא אז סוף כל סוף בלייבט עס בדיעבד א תענית, אזוי ווי מען טרעפט ביי אנדערע תעניתים, און א חולה וואס איז געווען מוכרח צו עסן ביינאכט קען נאך אלס זאגן ענינו.

ער ברענגט נישט דארט קיין ראיות ברורות לשיטתו, און ער אליין איז נישט קלאר אז דאס איז מוכרח, און מען דארף פרעגן א תלמיד חכם צו די סברא איז מוכרח.

שוין, האמיר זוכה געווען אז טראק דרייווער ברענגט נאך פון שבט הקהתי, משיח קען שוין טאקע קומען. :wink:

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג יולי 31, 2020 6:48 pm

פראהביטש האט געשריבן:ממעג שוין הערן music?


פארפרוירן האט געשריבן:מעג מען שוין הערן מוזיק היינט בעפאר חצות?


ניין מען טאר נישט הערן נישט היינט און נישט מארגן קיין מוזיק. חוץ ביי א חתונה וואס דעמאלס איז מותר. אפענע הלכה אין שולחן ערוך
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג יולי 31, 2020 7:29 pm

דער היתר פון מהרש"ג איז לכאורה נאר נאך חצות
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13884
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 11:53 pm

געזען אן אינטערעסאנטע זאך אין "עדות ביוסף" (ווייסהויז), אז דער רבי פון סאטמאר זי"ע פלעגט ביי מנחה אויך משלים זיין דעם פסוק "ואני זאת בריתי"!

(אויך שרייבט ער דארט אז דער רבי פלעגט זיך בלויז וואשן ביז די מקום חיבור האצבעות עם פס היד, מיר דאכט זיך צו האבן געהערט אז דער רבי פלעגט זיך וואשן די גאנצע הענט)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך דריידל » זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:35 am

לכאורה האט געשריבן:געזען אן אינטערעסאנטע זאך אין "עדות ביוסף" (ווייסהויז), אז דער רבי פון סאטמאר זי"ע פלעגט ביי מנחה אויך משלים זיין דעם פסוק "ואני זאת בריתי"!

נישט קיין חידוש פון סאטמר רב ז"ל. אין דרחו"ש שטייט אויך אזוי, מסתמא האט מען זיך אזוי געפירט אין אסאך פלעצער

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך דריידל » זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:40 am

פרייטאג, למחרתו פון ת"ב האט א איד געשריגן יתגדל נאך הויכע שמונה עשרה. מ'האט אים אנגעקוקט מיט ווינדער, האט ער גע'טענה'ט אז תשעה באב זאגט מען נישט תחנון ווייל ס'ווערט געריפן מועד און וויבאלד י' באב איז אויך נוהג קצת אבילות, איז עס דאך א חלק פון די מועד. דער עולם האט זיך צעשמייכלט און למעשה האט מען יא געזאגט תחנון.
האלט דער עולם אז יש ממש בדבריו? לכאורה האט ער א שטיקל טענה, אבער פון די אנדערע זייט ווערט עס נישט געברענגט אין די פוסקים.

התגלות
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך התגלות » זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:42 am

אווי האט ער עס געזאגט, נאך אשרי? אותו פסוק לבד?
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט