ט' באב מנהגים וענינים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24051
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 29, 2020 12:46 pm

לויטן פרמ"ג, יא.

אבער א"כ האב מיר די זעלבע פראבלען מיט מאכלי חלב.

ולענד"נ, אז צוליעב דעם האט מען דא נישט מחמיר געווען, ווייל א בע"נ פיהרט זיך ווי דער רמב"ם, רמ"א, מהרש"ל , ב"ח וכו'

עכ"פ שלא יהיו בכלל בטן רשעים.

קען דאך אבער נישט יעדער, איבערהויפט אויב די עז"נ האט צוגעגרייט, וכל ערום יעשה בדעת.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך ספרים שטוב » מיטוואך יולי 29, 2020 2:14 pm

מעג מען האבן א גויטע זאל רוימען די שטוב אין א יאר ווי היי-יאר נאך חצות?
באופן וואס מען קען נישט האבן א צווייטן פאר שבת
היינט האב איך א נייע אינטערשריפט לכבוד א איד וועם איך קען נישט....
קענסט אים אויך נישט??? לאמיר אים העלפן אינאיינעם!

"אהבת חינם - אייוועלט" טיעם פעידזש
https://8years.thechesedfund.com/fund/teams/ac

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך יולי 29, 2020 2:20 pm

די משנ"ב ברענגט אז אגדת החורבן אין פרק חלק איז פון די דברים המותרים, ווייסט איינער וועלעכע בלעטער מען רעדט?
עס איז דארט איין בלאט וואס פארטיישט איכה, מיינט דאס יענץ, אדער די גאנצע השתלשלות פון די מלכים ביז'ן חורבן איז אויך נכלל אין די דברים המותרים

לשון משנ"ב תקנ"ד סק"ג. איכה. וכן אגדות החורבן בפרק הניזקין ובפרק חלק ולקרות בחורבן הנזכר ביוסיפון מותר [לבוש]

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:25 pm

קוק אונטן שרייבט ער וועלכע דפים פון יעדע מסכתא מען קען לערנען

מבאר רבותינו פרשת ואתחנן תשפ.jpg
מבאר רבותינו פרשת ואתחנן תשפ.jpg (462.39 KiB) געזעהן 483 מאל

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:26 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מעג מען האבן א גויטע זאל רוימען די שטוב אין א יאר ווי היי-יאר נאך חצות?
באופן וואס מען קען נישט האבן א צווייטן פאר שבת

אינעם אויבן דערמאנטן שיעור פון הרב וואזנער, זאגט ער אז א גויטע וואס קומט יעדע וואך, און מ'ברויך איר גארנישט הייסן טוען איז מותר לכבוד שבת

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך יולי 29, 2020 2:31 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מעג מען האבן א גויטע זאל רוימען די שטוב אין א יאר ווי היי-יאר נאך חצות?
באופן וואס מען קען נישט האבן א צווייטן פאר שבת

די גאנצע זאך פון נישט רוימען איז נאר א טוב למנוע, עס שטייט נישט אין ערגעץ אז עס איז אן איסור, במילא אז עס איז לכבוד שבת, אין דורך א גוי בקצץ (נאך חצות איז נישט הארבער לגבי דעם, אחוץ אין פילנגעס) איז לכאורה מותר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24051
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 29, 2020 2:36 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:קוק אונטן שרייבט ער וועלכע דפים פון יעדע מסכתא מען קען לערנען

מבאר רבותינו פרשת ואתחנן תשפ.jpg

אוי איז ער גערעכט.

דאס קען מען לערנען עטליכע חדשים און נישט זיין פארטיג.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 29, 2020 2:40 pm

farshlufen האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:קוק אונטן שרייבט ער וועלכע דפים פון יעדע מסכתא מען קען לערנען

מבאר רבותינו פרשת ואתחנן תשפ.jpg

אוי איז ער גערעכט.

דאס קען מען לערנען עטליכע חדשים און נישט זיין פארטיג.


קוק וואס ער שרייבט צום סוף:

ואם גמר כל זה, וחזר עליהם כמה פעמים וכו'

כ'לאך
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך כ'לאך » מיטוואך יולי 29, 2020 6:04 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער מחזה אליהו שרייבט קלאר אז ערב שבת צופרי מעג מען זיך וואשן אפי' ס'איז נישט לכבוד שבת. ביינאכט מעג מען נאר אויב ס'איז לכבוד שבת.

ער איז אויך מיקל צו וואשן וועש אפי' נישט פאר שבת.

קענסט אפשר ביטע ברענגען א בילד ישר כח למפרע

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 29, 2020 6:08 pm

כ'לאך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער מחזה אליהו שרייבט קלאר אז ערב שבת צופרי מעג מען זיך וואשן אפי' ס'איז נישט לכבוד שבת. ביינאכט מעג מען נאר אויב ס'איז לכבוד שבת.

ער איז אויך מיקל צו וואשן וועש אפי' נישט פאר שבת.

קענסט אפשר ביטע ברענגען א בילד ישר כח למפרע

ערשטע שטיקל

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 77&hilite=
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

איישישאק
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך איישישאק » מיטוואך יולי 29, 2020 7:18 pm

מען האט דא אנגעהויבן מיט די 'מנהג' פון ווארפן באבקעס אום תשעה באב, און קיינער האט נישט צוגעברענגט דער משנה ברורה בשם דער אליה רבה דערוועגן.

מ"ב סי' תקנ"ט סקכ"ב

אסור לספר דבר - וכ"ש שרע עלי המעשה במה שקצת נוהגין קלות וזורקין זה לזה בביהכ"נ. ועון גדול הוא דאפילו שלא בט"ב אסור להראות קלות בביהכ"נ וכ"ש בט"ב ובשעת קינות שעם ישראל מקוננים על בית ד' שנחרב ועל עמו שנפזרו בכל העולם:

און איך האב אמאל געזען א מעשה מיט דער הייליגע ר' מרדכי'לע אושמינא זי"ע אז אין מיטן תשעה באב ביים קינות זאגן זענען געקומן א פאר יונגאטשעס אין ביהמ"ד און געווארפן באבקעס, וועלענדיג אנהאלטן די 'הייליגע' מנהג. פלוצלונג האט ער אנגעהויבן צו קוויטשן און וויינן, 'אוי דער ביהמ"ד איז פארברענט געווארן!'.
יענער נאכט איז געווען א שריפה אין שטאט, און די יונגאטשעס זענען פארברענט געווארן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2670
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך יולי 29, 2020 7:54 pm

ביז ווען קען מען עסן היינט איינער ווייסט ?

לא ימושו מפיך
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך לא ימושו מפיך » מיטוואך יולי 29, 2020 7:56 pm

שקיעה

joekj123
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2020 2:09 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך joekj123 » מיטוואך יולי 29, 2020 7:59 pm

Monsey 8:15

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2670
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך יולי 29, 2020 8:03 pm

לא ימושו מפיך האט געשריבן:שקיעה

פאר א דרבנן ניצט מען די שקיעה?

לא ימושו מפיך
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך לא ימושו מפיך » מיטוואך יולי 29, 2020 8:07 pm

fiena nieas האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:שקיעה

פאר א דרבנן ניצט מען די שקיעה?

עכט בין השמשות אבער תשעה באב איז מדברי קבלה

במקום דוחק זאל מען פרעגן א שאלה

לא ימושו מפיך
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך לא ימושו מפיך » מיטוואך יולי 29, 2020 8:09 pm

דארף מען זיך דווקא וואשן צו סעודת המפסקת אדער א מזונות ראל איז גוט?

מאריך אף
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:04 am

מנהג ברסלב להתפלל ט באב ותיקין

תגובהדורך מאריך אף » דאנארשטאג יולי 30, 2020 1:50 pm

איך מיין אז עס איז מקובל אין ברסלב בשם די בעשה''ק צו דאווענען ט באב ותיקין
צוגעלייגטע
בהמ''ד ברסלב קרית יואל - מעיינות הנחל - התעוררות לוותיקין תשעה באב.jpg
בהמ''ד ברסלב קרית יואל - מעיינות הנחל - התעוררות לוותיקין תשעה באב.jpg (245.63 KiB) געזעהן 185 מאל

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:37 pm

שאלה פאר די ידענים.

אויב א פרוי האט געמיזט עסן ביינאכט ווייל דאס קינד האט נישט געקענט זייגן (על פי הוראת המורה), אבער יעצט בייטאג איז נישט דא קיין פראבלעם צו פאסטן און זי פאסט. מיינט דאס טאקע אז זי איז יוצא די תקנת חכמים?

אין אנדערע ווערטער איז מיין שאלה, דאס שטייט אין שו"ע אז טאמער עסט מען אין א תענית א שיעור כזית "איבד תעניתו", ער האט פארלוירן זיין תענית, אפילו אפשר למעשה זאל ער נאך פאסטן זיך צו משתתף זיין בצערן של ישראל, אבער קיין דין תענית שתקנו חכמים האט דאס שוין נישט.

איז מיין שאלה, צו תשעה באב וואס עס ווערט געפסקנט אין שו"ע אז לילה כיומו און מען טאר שוין נישט עסן פון ביינאכט, איז אויב האט מען יא געגעסן ביינאכט, און מען פאסט אבער בייטאג בשלימות צו עס הייסט נאך אלס ווי מען האט געפאסט אדער נישט.

[ליטוויש געפרעגט, צו די תקנת חכמים אויף ביינאכט און בייטאג איז צוויי דינים דהיינו א חיוב אויף ביינאכט און א חיוב אויף בייטאג אויך, ממילא בלייבט מען כאטשיג מיט די תקנה אויף בייטאג, אדער איז דאס איין גרויסע תקנה צו פאסטן 24 שעה, ממילא אויב מען האט דאס געבראכן, איז די גאנצע תקנה צובראכן]
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
חבקוק
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך חבקוק » דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:41 pm

די מ''ב שרייבט אז אויב איינער האט במזיד געגעסן, זאל ער אבער ווייטער פאסטן, אלץ אכל שום יוסיף ויאכל שום.
זעט מען אז אפילו אויב ער האט עס שוין געבראכן דארף ער ווייטער פאסטן הגם די תענית וועט ער שוין נישט האבן.
אבער מען קען דאן זיין דא, ווייל דא איז דאך נישט קיין מזיד.
בא חבקוק והעמידן על אחת - וצדיק באמונתו יחיה!

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 4:50 pm

ניין חבקוק, דא קומט אפשר נישט אריין די משנה ברורה, ווייל סוף כל סוף פאסט מען א גאנצע טאג פון עלות השחר ביז צאת הכוכבים, (קוק איבער מיין שאלה ביטע)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

התגלות
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך התגלות » דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:24 pm

די מ''ב געט א ביישפיל, מי שאכל שום וכו'
דאס איז אלעס, אויב מ'האט געגעסן שום .
אבער דא וויבאלד ס,איז געווען בהיתר, הייסט עס ניט אכל שום

ווען זי וואלט געגעסן אינדערפרי, וואלט קיין פראגע ניט געווען, אין זי וואלט געקאנט אנגיין
דא איז נאר די פראגע, וויבאלד די גאנצע איסור פון ביינאכט איז נאר צוליב חומר היום,

ובנסתלק הטפל מאן יימר דנסתלק העיקר?

שיינע פראגע...
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...

איישישאק
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך איישישאק » דאנארשטאג יולי 30, 2020 5:42 pm

פרעג די שאלה אזוי, די אלגעמיינע תענית פון רצו, הייבט דאך נאר אן ביי טאג. די תענית מתקנת הנביאים, הייבט זיך אן מבעוד יום. האט תשעה באב אן אלגעמיינע דין תענית ווי שבעה עשר בתמוז, און בנוסף צו דעם איז דא א דין תקנת הנביאים וואס הייבט אן ביינאכט, אדער (און מער מסתבר) אז נאך דעם וואס מיר האבן א דין תענית פון די נביאים, האט נישט אויסגעפעלט א נייעם מנהג פון 'רצו' און עס איז נאר דא די אלטע תענית מימי הנביאים.

דאס איז ליטוויש גערעדט
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 6:09 pm

איישישאק האט געשריבן:פרעג די שאלה אזוי, די אלגעמיינע תענית פון רצו, הייבט דאך נאר אן ביי טאג. די תענית מתקנת הנביאים, הייבט זיך אן מבעוד יום. האט תשעה באב אן אלגעמיינע דין תענית ווי שבעה עשר בתמוז, און בנוסף צו דעם איז דא א דין תקנת הנביאים וואס הייבט אן ביינאכט, אדער (און מער מסתבר) אז נאך דעם וואס מיר האבן א דין תענית פון די נביאים, האט נישט אויסגעפעלט א נייעם מנהג פון 'רצו' און עס איז נאר דא די אלטע תענית מימי הנביאים.

דאס איז ליטוויש גערעדט


איין מינוט, די תענית פון שבעה עשר בתמוז און עשרה בטבת איז דאך אויך מתקנת הנביאים און דאך פאסט מען נאר פון בייטאג (דאכט זיך אז די מג"א זאגט אז בעל נפש יחמיר פון ביינאכט שוין), נו זעסט דאך אז אונז פאסטן נישט מכח תקנת נביאים נאר מכח א נייע מנהג ותקנת חכמים, נו אויב אזוי איז תשעה באב אפשר די זעלבע זאך, און לאידך גיסא איז דאס נישט קיין שום ראי' לשום צד, ווייל סוף כל סוף האבן די חכמים מתקן געווען צו פאסטן מבעוד יום דהיינו 24 שעה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » דאנארשטאג יולי 30, 2020 6:14 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:מעג מען האבן א גויטע זאל רוימען די שטוב אין א יאר ווי היי-יאר נאך חצות?
באופן וואס מען קען נישט האבן א צווייטן פאר שבת

ר' הלל וויינבערגער האט געפסקנט אז ממעג לכתחילה


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט