פרשת השבוע וענינא דיומא
זונטאג דצמבר 30, 2007 9:12 am
מען זעהט וואס א שוועמעל טוט ווען ס'קען נישט שלאפען
Advertisement
זונטאג דצמבר 30, 2007 5:47 pm
שוועמל שכוח.
שבת ינואר 10, 2009 7:48 pm
ארויף געברענגט
שבת ינואר 10, 2009 8:51 pm
א גוטע וואך אלע פארזאמעלטע און א HAPPY שובבים די וואך איז דא א היפשע פאר דקדוק רש''י'ס וואס מען דארף געהעריג גוט
דורכלערנען און דערגרינטעווען לעומקה של דבר כדי צו פארשטיין על בוריו,
וויל איך דא זאגן פארן ציבור אז מיר שטייען גרייט ארויסצוהעלפן יעדן איינעם מיט יעדע שוועריקייט אין טייטש אדער פשט אין הן
אין פסוק הן אין רש''י
ווי אויך איז די וואך א גוטע צייט זיך צו מקבל זיין צו לערנען חו''ר ווי די דורשי רשומות זאגן שמות איז ר''ת שנים מקרא ואחד תרגום
און די מחבר זאגט אין או''ח סי' רפ''ה סעי' ב' וירא שנים יקרא שנים מקרא ואחד תרגום וגם פירש''י
זונטאג ינואר 11, 2009 2:58 pm
וואס גייט דא פאר? די עולם לערנט נישט קיין חו''ר?
מאנטאג ינואר 12, 2009 11:34 am
נאר פון איבערקוקען די אלטע זאכן איז מיר שוין אויך גענוג.
יישר כח פאר אלע.
מאנטאג ינואר 12, 2009 3:02 pm
שמן זית האט געשריבן:וואס גייט דא פאר? די עולם לערנט נישט קיין חו''ר?
מעלערענט יא.
נאך אזויפיל מאל לערנען אזויפיל יאהרען איז שוין גארנישט שווער פאר קיינעם.
שבת ינואר 17, 2009 10:07 pm
זיצט זיך איך מיך אזוי אין טרעפיק און קלער, פארוואס ברענגט רש''י צו ביי שני אנשים עברים נצים "הם שהותירו מן המן" וואס איז עס אונז איצט א נפקא מינה? איז דאס דען די ערגסטע וואס מיר ווייסן אויף זיי? אויב וואלט ער ווען געוואלט דערציילן זייער רשעות, זאל ער זאגן "הם שהצו את בני ישראל על ה' בעדת קרח" וואס וואלט ווען אסאך מער ארויסגעברענגט זייער רשעות?
נאר וואס דען? היינו טעמא דהותירו מן המן היינו טעמא דנצים, וואס האט זיי דען צוגעברענגט שהותירו מן המן? דאס וואס עס האט זיי געפעלט די עיקר יסוד פון אמונה ובטחון, דאס וויסן אז נישט דאס וואס מען האט אוצרות געלט אפילו די מעגא לאטטא אדער אוצרות תבואה שטעלט צו פארן מענטש דאס עסן, אויך דאס וואס מען האט אוועק געלייגט און אפילו וואס איז שוין צוגעגרייט פיקס פארטיג אויפן טיש ברענגט נאך נישט צו אז דער מענטשעלע זאל האבן און קאנען אריין נעמען אין מויל אביסל עסן, די פרנסה פונעם מענטש ווערט דאך נאר צוגעשטעלט דורכן זן ומפרנס לכל הברואים מקטנם ועד גדלם בכל עת ובכל שעה, האט דען די פייגעלע וואס זיצט זיך דא געמיטלעך אויפן סיידוואלק א באנק אקאונט אדער א גמ"ח אקאונט אוועקגעלייגט געלט פאר אירע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות? האט זי דען חלק שמונה אז זי פארברענגט דא אזוי געמיטלעך? זי שטייט אויף אינדערפרי זוכט ארום אביסעלע והנה דא איז דאס עסן וואס דער נותן לחם לכל בשר האט איר צוגעשטעלט, ניטאמאל האט זי געדארפט זיך ארויסיאגן פון דאווענען צו כאפן דעם באס צום דזשאב, זי ענדיגט איר צוויטשקעדיגע מודה אני דאנק און תפלה צום זן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כנים נאו דיפרענס ווי גרויס און קאמפליצירט זייער באדזשעט איז, כאפט א פלי ארויס אין הויף והנה דאס עסן איז גרייט פיקס פארטיג, זי דארף אפילו נישט סווייפן קיין פ"א סמ"ך קארטל און דאס עסן איז גרייט פאר איר, דתן ואבירם האט זיך געדאכט אז היינט איז טאקע דא עסן פון הימל אבער א מענטש דארף זיך דאך זארגן פאר זיך אליין און אוועקלייגן אויף מארגן, אויב מארגן וועט נישט פאלן פון וואו וועלן מיר האבן צו לעבן, וואס האבן זיי דען פארדינט פון דעם סעווינגס אקאונט? "וירים תולעים ויבאש" דאס גאנצע אקאונט און פארטעפאליאו מיט אלע חלומות פראצענטן און דיווידענטס איז געגאנגען פייפן געווארן ווערעמיג פארוועלקט און פארשימעל אז עס ניטאמאל ווערט געווען לצור על פי צלוחיתו.
גענוי די זעלבע סיבה פון חסרון בטחון און אמונה האט זיי געבראכט צום " שני אנשים עברים נצים" און זיי פארדינט דעם טיטל "רשע", זעט אויס עפעס א דין ודברים האבן די צוויי געהאט, עס האט זיך איינעם געדאכט אז דער צווייטער נעמט צו אדער שעדיגט זיין פרנסה אדער גאר אדורכגעפאלענע ביזנעס דיעל, און דאס האט זיי צוגעברענגט צום זיך טענה'ן און קריגן "עד כדי הכאה", וואלטן זיי ווען געהאט די אמונה אז קיינער קען נישט צורירן אדער שאדן טאן דעם חבר'ס פארמעגן, אפילו עס זאלן ווען צוזאמען נעמען אלע מענטשן פון די וועלט וואלטן זיי ווען נישט געקענט שאדן טאן א איד אדער אים העלפן נאר אז עס איז פון פראנהויז פארשריבן געווארן, "באלקים בטחתי לא אירא מה יעשה אדם לי", ווי ר' יו"ט ערליך ז"ל זאגט "דער גזלן איז נאר ווי דער פאסט טרעגער וואס ברענגט אן עלעקטרישן ביל, און נישט ער ווייסט פארוואס און נישט ער וויל", העטן זיי ווען קיינמאל צוגעקומען צו קריגעריי.
קומט אונז רש"י הק' דאס דערציילן שוין אין פרשת שמות, כדי מיר זאלן זיך פון דעם ארויסלערנען א מוסר השכל זיך ארייננעמען אין די ביינער און האלטן שטענדיג פאר די אויגן טאמער דאכט זיך אמאל אז יענער שעדיגט מיר די פרנסה אדער גייט מיר קאמפעטישן און עס שמעקט צו ווערן אנגעגעסן אויף יענעם און דערביטערט, זאל מען וויסן אז דאס איז געווען די מדה פון דתן ואבירם צו טראכטן יענער איז שולדיג אין מיין חסרון פרנסה אדער אנדערע זאכן וואס גייען מיר נישט גוט, אויב איז עמיצער שולדיג איז עס נאר איך אליין וואס האט געמאכט דעם "הרועיתי את מעשי" און אליין צוגעברענגט דעם וקפחתי את פרנסתי, אז מיר וועלן דאס שטענדיג געדענקען וועל מיר אסאך רואיגער לעבן אן קיין אגרעוואציע און הארץ עסעניש.
שבת ינואר 17, 2009 10:22 pm
יישר כח פאר די מוסר לעקציע (וואלסט געמעגט מאכן דאס פאר א באזונדער ארטיקל "פרשת שמות עם פירוש הנרדם"
זונטאג ינואר 18, 2009 12:14 pm
קרעמער האט געשריבן:(וואלסט געמעגט מאכן דאס פאר א באזונדער ארטיקל "פרשת שמות עם פירוש הנרדם"
"מה לך נרדם".
זונטאג ינואר 18, 2009 8:10 pm
מיין זוהן האט מיך געפרעגט אויף דעם רש"י "את בת לוי" אז יוכבד איז געווען ק"ל שנה און חזרה לנערותיה
לכאורה, זי האט דאך ערשט נישט לאנג צירוק געהאט קינדער.
אהרן איז געווען עלטער פון משה נאר מיט דריי יאהר, און מרים איז געווען עלטער פון אהרן מיט דריי יאהר (דאכט זיך מיר אז אזוי שטייט און סדר עולם) איז וואס מיינט רש"י מיט חזרה להיות נערה.
זונטאג ינואר 18, 2009 11:38 pm
מען רעדט בעיקר פון די קנייטשן אין פנים, נישט פון די דרך נשים.
מאנטאג ינואר 19, 2009 12:02 am
הרב קרעמער,
פון וויא נעמסטו דאס? איינער טייטשט אזוי?
מאנטאג ינואר 19, 2009 12:49 am
ר' עס סי וויי פיר אכט פינף איינס ני"ו [אזא לאנגע נאמען?]
דיין זוהן'ס שאלה האט שוין דער משאת המלך באמערקט, און ער זאגט אזוי בדרך אגב אז עס מוז זיין אז זי האט שוין אויפגעהערט צו זעהן נאכן צווייטן קינד, זי איז דאך שוין געווען א זקנה, און נאכדעם ווען עס איז צוריק געקומען איז עס געווען א נס.
און ברענג דיר אראפ די לשון פונעם משאת המלך אויף דעם פסוק.
ונראה פשוט שהרי אמרו שם בגמ' ובב"ב (קי"ט ע"ב) שהיתה יוכבד בת ק"ל שנה ובנס חזרה לנערותה, [וצ"ל דאע"פ שהולידה לפני ג' שנים את אהרן ולפני ו' שנים את מרים, מ"מ לאחר זאת כבר בלתה, ורק להולדת משה שוב נעשה נס שחזרה לנערותה], וא"כ הרי בגזירה זו שיגרשו כולן את נשותיהן, הרי בפשוטו היה זה רק על אלו הנשים שהן בנות פו"ר, אבל יוכבד כל זמן שלא חזרה לנערותה היא אינה בכלל הגזירה של בי"ד של עמרם.
מאנטאג ינואר 19, 2009 9:51 am
פארשלאפן,
זייער שיין און באלערנד, און ווי קרעמער מערקט אן, וואלט דאס געקענט זיין אן אשכול פאר זעך, ענוותנו דמר פארשלאפן החריבה את אשכולינו...
ר' פישל,
מיר רופען ר' עס סי וויי פיר אכט פינף איינס ני"ו בקיצור, 'ר' שמחה'.
מאנטאג ינואר 19, 2009 3:58 pm
פישל גוטביין האט געשריבן:ר' עס סי וויי פיר אכט פינף איינס ני"ו [אזא לאנגע נאמען?]
דיין זוהן'ס שאלה האט שוין דער משאת המלך באמערקט, און ער זאגט אזוי בדרך אגב אז עס מוז זיין אז זי האט שוין אויפגעהערט צו זעהן נאכן צווייטן קינד, זי איז דאך שוין געווען א זקנה, און נאכדעם ווען עס איז צוריק געקומען איז עס געווען א נס.
ישר כוח ר' פישל.
איך האב יאהרען צירוק געזעהן דער משאת המלך.
מיין זוהן האט מיך געפרעגט פרייטאג און איך האב אוהם געזאגט אז מען דערמאנט דאס שוין, אבער איך האב מיך נישט געקענט דערמאנען וויא איך האב עס געזעהן.
כ'האב מיך מיישב געווען צי שטעלען דא און קרעטשמע, אולי ירחם און איינער וועט אנווייזען.
און איבער דעם האב איך אפילו געפרעגט פון קרעמער ווער זאגט זיין פשט.
ישר כוח נאכאמאל
מאנטאג ינואר 19, 2009 4:43 pm
איינער דארף עס זאגען?
עס איז זייער א שיינע פשט, וקבל את האמת מקרעמער שאמרו.
מאנטאג ינואר 19, 2009 7:31 pm
אבער איינער זאגט דאך יא א פשט, און איך האב געוואלט הערען צי דאס איז ואס איך האב אמאך געזעהן.
אגב, דיין פשט האט מיר א שכן נעכטען געזאגט, אויך פון זיך אליינס.
אז מען גייט אויף א גלייכען וועג, טרעפט מען זיך אהן מיט נאך מענטשע

ן
מאנטאג ינואר 19, 2009 8:26 pm
יישר כח ר' שמחה [גילו?], פארן מיר מזכה זיין, און ווי עס זעהט אויס איז יא א גוטע עצה צו פרעגן אין קרעמל...
און קרעמער'ס פשט געדענק'ט ער פון זיין גירסא ד'יאנקי'תא, זיין מלמד האט עס אזוי געזאגט, (כ'מיין ווי אזוי דען זאל א מלמד מסביר זיין דעם חזרה לנערותיה?

)
מאנטאג ינואר 19, 2009 11:41 pm
אנטשולדיג מיר ר' פישל, אבער איך האב נאכנישט געטראפן אין ערגעץ א ווארט וואס זאל אנדייטן אז מען האנדלט דא פון אורח כנשים, חזרה לנערותה טייטשט זיך זייער שיין איבער אויף יונגקייט.
דינסטאג ינואר 20, 2009 12:28 am
ר' קרעמער אז איר האט נישט געטראפן מיינט נישט אז עס איז נישטא אזא זאך...
איך האב מיר גענומען די מינוטן און גהויבן מיינע רגלים און געגאנגען צום ספרים שראנק און נאכגעקוקט, דער גמרא אין סוטה ביי די אגדתא פון די יוצאי מצרים און די סבלות מצרים לידת משה יציאת מצרים...
זעה איך דארט א רש"י וואס מאכט א פשרה און ער זאגט ביידע לשונות, סימני נערות - חזרה לימי עלומיה באורח כנשים, ובתואר פנים ופשטו הקמטים.
ושלום על גושן.
דינסטאג ינואר 20, 2009 10:44 am
יישר כח ר' פישל.
זונטאג ינואר 03, 2010 6:46 am
ועלה מן הארץ
זונטאג ינואר 03, 2010 9:14 am
אין פרשת ויחי איז דא א דיון וועגן מכירת יוסף אין עשרה הרוגי מלכות
איך האב שוין דארט מגיב געווען, נאר אזוי ווי ס'איז שוין א' שמות און דער ציבור האט נישט ליב צוריקצוגיין צו די פאריגע סדרה ולמעשה איז דאס נוגע די וואך אויך, בין איך עס מכפיל דא.
דער מקור מכירת יוסף איז טאקע דארט אין תוס' שבת דף י' ע"ב אז וועגן דעם חטא פון מכירת יוסף איז געווען דער שעבוד, און ווי תוס' לייגט צו אז דאס מיינט דער קישוי השעבוד. און דאס זעלבע שטייט אויך אין זוהר חדש פר' וישב דף ל"ו ע"ב.
דער חיד"א אין נחל קדומים פר' שמות האט א שיינעם שמועס, אז לכאורה אויב יוסף האט מוחל געווען די ברודער בלב שלם, וואס איז דערנאך געקומען די שעבוד מצרים, זאגט ער אז דער חטא בין אדם לחבירו האט יוסף געקענט מוחל זיין, אבער דאס וואס זיי האבן געזינדיגט צו הקב"ה איז נישט נמחל געווארן, און דערפאר איז געקומען דער שעבוד.
יעצט אויב איז מען שוין אפגעקומען אויף מכירת יוסף, פארוואס זענען געהרגט געווארן די עשרה הרוגי מלכות.
האב איך געזען דעם שבת אינעם ספר עמודי' שבעה (עמוד עפר יעקב אות י"ח-ב) ער זאגט דארט אז באמת איז דאס געווען א שטארקע אומרעכט קעגן די הייליגע שבטים, און ער זאגט אז כל זמן די שבטים האבן געלעבט האט דער שטן נישט געקענט מקטרג זיין אויף זיי מחמת גודל זכותם, און נאכדעם וואס זיי זענען אווועק האט זיך דער שטן גענומען מקטרג זיין א משך פון 800 יאר, דער אייבערשטער האט געזאגט ס'שטייט טאקע וגונב אי"ש ומכרו, יוסף איז אבער נישט געווען א איש, ער איז געווען בכלל ילד, ווייל ער איז געווען נאך 17 יאר.
און ער זאגט דארט דעם לשון אז דער שטן "היה תובע שמונה מאות שנה ההוא דינא עד שנמסרו בעל כרחו כביכול, ועל זה כתיב והתעוותו אנשי החיל שנעשה בם עיוות הדין"
מורא'דיגע ווערטער וואס מיר פארשטייען נישט
און ער פירט אויס אז דערפאר איז עתיד הקב"ה צו נעמען נקמה אויף זייער בלוט, וואס לכאורה אויב זענען זיי געהרגט געווארן צוליב מכירת יוסף, וואסערע נקמה איז דא שייך, נאר טאקע דערפאר אז שלא על פי דין זענען זיי געהרגעט געווארן, זאגט דער אייבערשטער כי יום נקם בלבי, וואס דאס גייט ארויף אויף די נקמה וואס דער אייבערשטער וועט נקמה נעמען אויף די עשרה הרוגי מלכות.
און ער טייטשט אז דאס האט ראובן געזאגט היל"ד איננו, ווייל יוסף ווערט אנגערופן ילד, דערפאר ואני אנ"ה אנ"י בא, ראשי תיבות א'ל נ'קמות י' א'ל נ'קמות ה'ופיע, אז וויבאלד יוסף ווערט אנגערופן ילד וועט דער אייבערשטער נקמה נעמען אויף די בלוט פון עשרה הרוגי מלכות, ווייל ס'איז געווען שלא על פי דין.
כאן תוכלו לעיין בעמודי' שבעה דפוס ישן
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =34449&st=%u05D4%u05E8%u05D5%u05D2%u05D9%20%u05DE%u05DC%u05DB%u05D5%u05EA
מיטוואך ינואר 06, 2010 1:36 pm
אין דעם אשכול האב איך ארויפגעברענגט אן אינטערסאנטע מדרש וואס איז נוגע די וואכעדיגע פרשה.
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic