מגילת אסתר על פי מדרש זייער שיין

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

מגילת אסתר על פי מדרש זייער שיין

תגובהדורך שבת קודש » זונטאג פאברואר 21, 2010 11:13 pm

די לעבענס געשיכטע פון המן בן המדתא האגגי, בן אחר בן פון עמלק הרשע.
צוזאמען געקליבן פון גמרא, מדרשים, תרגום שני, סדר הדורות, ילקוט מעם לועז, אלשיך הק', ספרי תלמידי בעש"ט זי"ע.
אין יאהר ג' אלפים ת"ד (3404) האט געלעבט אין דעם דארף קרצום אין פרס, אן אייניקעל פון עמלק מיט דעם נאמען: המדתא בן סרח, וואס ער איז געווען דער צעהנטער דור בן אחר בן פון ויזתא דער זוהן פון אגג דער קעניג פון עמלק, וואס שאול המלך האט איהם באזיגט (ספר שמואל). דער אגג איז געווען אן אייניקעל פון עמלק בן אליפז בן עשו הרשע.
די ווייב פון המדתא האט געבוירן א יונגל און איהם א נאמען געגעבן "המן". המדתא מיט זיין ווייב האבן מחנך געווען זייער זוהן פון קליינווייז אהן, פיינט צו האבן דעם הייליגן אידישן פאלק. די שנאה צו אידן איז געווען שטארק איינגעבאקען אין די הערצער פון די משפחה. המדתא פלעגט דערצעהלן פאר זיין זוהן די דרייסטישקייט פון זייער זיידע עמלק. וואס אין די צייט וואס אלע פעלקער פון די וועלט האבן געציטערט פאר דעם אידישן פאלק, נאך דעם וואס זיי זענען ארויס געגאנגען פון מצרים. האט זייער זיידע נישט צוגעלייגט הארץ צו דעם. נאר פונקט פארקערט, מיט א שטארקן גייסט האט ער נישט געקוקט אויף דעם געפערליכן ציטער, און ער איז ארויס געגאנגן מיט א מלחמה קעגן די אידן אין דעם ארט "רפידים".
און אויך נאך דעם, ווען דער אידישער ג-א-ט האט ארויס געגעבן א באפעהל נישט צו לאזען לעבן די עמלקים, האבן די עמלקים נישט אפגעלאזט די אידן. און ווען אהרן זייער כהן איז געשטארבן זענען די עמלקים ווידער געקומען מלחמה האלטן מיט זיי. און אויך יאהרן שפעטער אין די צייטן פון אונזער זיידע אגג, ווען שאול המלך האט אויסגע'הרג'עט די גאנצע פאלק עמלק, איז געלונגען פאר אונזער באבע, די מאמע פון אונזער זיידע ויזתא צו אנטלויפן פון די מלחמה. און א דאנק איהר, איז ארויס געקומען א נייע פאלק פון עמלק וואס וועט נקמה נעמען פון די פארשאלטענע אידן!!
אזוי האט דער יונגער שייגעץ המן, אריין באקומען אין זיך די געפערליכע פיינטשאפט צו די אידן, און דאס האט זיך צופלאקערט אין זיין הארץ שטערקער און שטערקער. דער יונגעל האט אויך געהערט, אז נישט לאנג צוריק זענען די אידן פארטריבן געווארען דורך נבוכדנאצר קיין בבל. נאכדעם וואס דער הויפט פון נבוכדנאצר'ס מיליטער - נבוזראדן, האט פארברענט זייער בית המקדש, און זיי פארטריבן צו זיין לאנד. און אצינד געפונען זיי זיך אונטער די הערשאפט פון "אויל מרודך", וואס האט געקעניגט נאך נבוכדנאצר זיין פאטער. מיט גרויס צארן הערט דאס יונגעל אז "אויל מרודך" האט פאר א קורצע צייט צוריק ארויס געלאזט פון תפיסה דער אידישער קעניג "יהויכין", און איהם צוריק אויפגענומען אלץ קעניג. ווען המן האט דאס געהערט, האט ער געשוואוירן ביי זיך אין הארץ אז ער וועט נקמה נעמען פון די אידן, אין די ערשטע מעגליכקייט וואס ער וועט נאר קענען.
ווען דער יונגעל איז גרעסער געווארן, האט איהם זיין פאטער צוגערופען און געזאגט: "מיין קינד, וואס מיינסטו, איך וועל דיך אייביג קענען שפייזען? איך ארבעט ביטער און שווער אז איך זאל פארדינען געלט, איך זאל האבן וואס צו עסן, כדי איך זאל האבן כח נאכאמאהל צו ארבעטן און פארדינען געלט, כדי איך זאל האבן וואס צו עסן, כדי צו האבן כח נאכאמאהל צו ארבעטן אא"וו"......
דערפאר, וויל איך אז דו זאלסט זיך גיין זוכען ארבעט כדי צו פארדינען געלט. דו ביזט שוין גענוג גרויס דערצו"!!!
אזוי איז המן אריין געווארפען געווארן יונגערהייט, אין די שווערע ארבעט פאר פרנסה, און ער האט זיך אויסגעלערנט א פאך פון "האר שערען" (באַרבער). אבער צו זיין שלעכטע מזל האט איהם די הצלחה נישט געשיינט, ווייל אלע איינוואוינערס אין דעם דארף זענען געווען ביטערע ארימעלייט, און זיי האבן נישט געקענט באצאהלן דעם פרייז זיך צו שערן די האר ביי א שערער.
יאהרן שפעטער האט המן חתונה געהאט מיט א פרוי "זרש" די טאכטער פון "תתני" דער הערשער פון "עבר הנהר" (דער לאנד פון יהודה און ירושלים). זי איז געווען די זעלבע מרשעת ווי איהם, און איהם צוגעהאלפן מיט זיינע פלענער נקמה צו נעמען אין די אידן. זרש האט געבוירן פאר המן פוהל קינדער. אבער די מערסטע זענען געווען באקאנט די צעהן באוואוסטע קינדער און גרויסע "חכמים" (נאראנים...): "פרשנדתא, דלפון, אספתא, פורתא, אדליא, ארידתא, פרמשתא, אריסי, ארידי און ויזתא".
דער "האר-שערער" המן, מיט זיין ווייב זרש האבן ערצויגן זייערע קינדער מיט די טיף-איינגעבאקענע שנאה צו די אידן. די מערסטע האט זיי פארדראסן די לעצטע נייעס וואס זיי האבן געהערט, אז כורש דער קעניג פון בבל האט געגעבן רשות פאר די אידן צוריק ארויף צו גיין קיין ירושלים און אויפבויען דעם צווייטען בית המקדש.
דערווייל האבן די אידן צוביסלעך אנגעהויבן זיך צוריק צו קערן, אנגעפיהרט פון דעם נשיא זרובבל בן יהויכין, און דער כהן גדול יהושע בן יהוצדק, און אויפגעבויט א מזבח פארן באשעפער, און אנגעהויבן מיט פלענער אויף צוריק אויפצובויען דעם בית המקדש.
המן, זיין ווייב, מיט זיינע צעהן קינדער, הערן דאס אלעס און קריצען מיט די ציין פאר גרויס רעגעניש. אבער זיי זענען צופרידען געווארען, ווען זיי האבן געהערט אז זייער זיידע "תתני דער הערשער פון עבר הנהר" (אויך א שונא ישראל) מיט זיינע פריינד האבן געשיקט א בריוו צו כורש, אז ער זאל אפשטעלען דאס בויען פון דעם בית המקדש. און כורש האט זיי געפאלגט, און ארויס געגעבן א באפעהל אז די אידן זאלן אפשטעלן די בוי-ארבעט פון דעם בית המקדש.
זייער שמחה איז געווען גאר גרויס - די נקמה אין די אידן הייבט זיך שוין אן!!! - אבער כדי די נקמה אין די אידן זאל זיין גאנץ, ווי עס דארף צו זיין, האט המן באשלאסען אז ער מוז זיך ארויס ציהען פון דעם קליינעם דארף קרצום, און אריבער גיין וואוינען אין די הויפט שטאט "שושן הבירה". דארט וועט ער צוזאמען מיט די הילף פון זיינע קינדער ארבעטן פעסט אויסצופיהרן זיינע פלענער.
די צייט איז אריבער געגאנגען, - כורש איז געשטארבן, און אחשורוש איז געווארן קעניג אויף זיין שטוהל. אחשורוש האט פארגרעסערט און אויסגעברייטערט זיין קעניגרייך אויף 127 לענדער.
דערווייל האט אבער המן נישט געהאט קיין פרנסה, און ער האט זיך ארום געדרייט רעכטס און לינקס צו זוכען ארבעט. איינמאהל הערט ער ווי מענטשן שמועסן צווישן זיך אז דער "מלחמה-מיניסטער" זוכט מיליטער-לייט כדי זיך צו שלאגען אין זיינע מלחמות. און די מיליטער-לייט וועלן באקומען שיין באצאהלט.
האט המן געטראכט אין זיין הארץ: "איך וועל גיין אין מיליטער און זיך איינשליסן צו זיינע סאלדאטן, און די געלט וואס איך וועל פארדינען, וועל איך געבן פאר מיין ווייב און קינדער". באלד אויפן פלאץ האט דאס המן געטוהן און זיך איינגעשלאסן אין די מיליטער.
עס איז אריבער געגאנגען איין יאהר, און די מיליטער איז ארויס געגאנגען אין א מלחמה קעגן די מענטשן פון "הודו" וואס האבן ווידערגעשפעניגט קעגן אחשורוש. אבער די מענטשן פון "הודו" האבן זיך געשטארקט איבער די מיליטער, און אויסגעהרג'עט כמעט אלע מיליטער-לייט. און די איבערגעבליבענע זענען אנטלאפען אין די מדבריות. דארט האבן זיי געהונגערט און געדארשט און געהאלטן ממש פארן שטארבן.
המן האט געזעהן אז עס איז פאר איהם געפערליך, איז ער ארום געגאנגען שנארען פאר א שטיקל ברויט. אבער אלע מענטשן וואס האבן איהם געזעהן, האבן פון איהם אפגעלאכט און איהם פארטריבן פארשעמטערהייט. אזוי האט ער זיך ארום געדרייט טרויעריג און הונגעריג, אהן קיין כח צו גיין אויף די פוס - מער טויט ווי לעבעדיג.
אינמיטען וועג באגעגענט ער דעם נביא פון די אידן "מרדכי הצדיק", דער זוהן פון "יָאִיר", א אייניקעל פון שאול המלך, פון שבט בנימין. וואס ווען דער בית המקדש איז געשטאנען איז ער געווען פון די סנהדרין. ער איז געגאנגען אין גלות בבל צוזאמען מיט יהויכין דער אידישער קעניג. שפעטער האט ער זיך אויך איינגעשלאסן אין די מלחמות פון בבל.
מרדכי הצדיק באמערקט איהם, און רופט זיך אהן: "וואס איז מיט דיר, המן"? - ענטפערט המן: "איך גיי שוין באלד שטארבן פון גרויס הונגער, ווייל שוין א פאהר טעג וואס קיין עסן איז נישט אריין געקומען אין מיין מויל"!!
רופט זיך אהן מרדכי: "הער מיך אויס, ביי מיר געפונט זיך נאך, איין רעפטעל ברויט מיט א קליינע קריגעל וואסער. לאמיר זיך דערמיט צוטיילן, א האלבע פאר מיר און א האלבע פאר דיר, און מיר וועלן בלייבן לעבן". המן האט געטרינקען די ביסל וואסער און געגעסן א שטיקל ברויט, און דערמיט געבראכען זיין הונגער.
זיינע אויגן האבן אויפגעלאכטן פון גרויס פרייד, און ער האט זיך אנגערופען צו מרדכי: "דו האסט מיך געראטעוועט פון טויט, אבער איך האב נישט קיין געלט דיר צו באצאהלן פאר דיין גוטע הארץ. דערפאר גיב איך דיר מיין קערפער און איך וועל זיין דיין קנעכט אלע יאהרן וואס איך לעב אויף די וועלט. המן האט גענומען א נאדעל און אריין געשטאכען אין זיין פינגער, און מיט די בלוט האט ער אויפגעשריבן אויף א בלאט: "איך המן בן המדתא, בין מחויב צו זיין א קנעכט אויף אייביג פאר מרדכי דער נביא פון די אידן". און ער האט איבערגעגעבן דעם בלאט פאר מרדכי.
אזוי גייענדיג אין דעם מדבר, האט המן געהערט אז דער קעניג האט געשיקט הילף פאר די מיליטער, און עס איז זיי געלונגען בייצוקומען דעם פיינד און זיי אונטערטעניגן. די אלע מיליטער-לייט האבן אנגעהויבן צוריק צו קערן אהיים. אינמיטן וועג האט המן באמערקט א גרויסע און טייערע אוצר. דאס איז געווען די אלע גאלד און זילבער פון די אידישע קעניגן וואס נבוכדנאצר האט בארויבט. ווי אזוי דער אוצר איז דארט אנגעקומען אינמיטן וויסטן פלאץ, האט המן נישט געוואוסט. אבער ווי עס זעהט אויס, האבן זיי דאס דארט פארלוירן יאהרן צוריק. יעצט מיט איינמאהל איז המן געווארען דער גרעסטער עושר אין דעם גאנצן לאנד. - פון ווי זיין רייכקייט קומט, האט ער פאר קיינעם נישט דערצעהלט.
המן האט זיך געבויעט א הערליך שיינע פאלאץ מיט פוהל גערטנער. זיין פרייד איז געווען גאר גרויס, ווייל יעצט וועט ער קענען גרינגערהייט אויספיהרן זיינע פלענער נקמה צו נעמען אין די אידן. פון גרויס פרייד האט ער אינגאנצען פארגעסען אז ער איז אליין א קנעכט פאר א איד....
אין גאנץ שושן הבירה איז המן באקאנט געווארען אלץ דער גרעסטער עושר אין דעם לאנד. ווען אחשורוש האט געהערט פון זיין רייכקייט, האט ער איהם אויפגענומען פאר זיין נאנטסטע "עצה-געבער", און ער איז געווארען איינע פון גרעסטע הארען אין פרס. פון דאן אהן האט מען איהם אנגערופען: "ממוכן".
אצינד, אז די הצלחה האט אנגעהויבן צו שיינען פאר המן, פארשטייט זיך אליין אז די ערשטע זאך האט ער אנגעהויבן צו ארבעטן אז די אידן וואס האבן שוין אנגעהויבן ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל, זאלן נישט באקומען קיין ערלויבעניש צוריק אויפצובויען זייער בית המקדש. דערפאר האט ער מיט זיינע צעהן קינדער ארויס געשיקט נאך א בייזע בריוו אין דעם נאמען פון קעניג אחשורוש צו זייער זיידע "תתני דער הערשער פון עבר הנהר" (יהודה און ירושלים), וואס מיט דעם ווערט ער שטרענג באפוילן נישט צו ערלויבן די אידן צוריק אויפצובויען דעם בית המקדש.
המן זיצט גליקליך און צופרידען, און קוועלט אז די ארבעט פון די אידן וועט נישט ווייטער פאראויס גיין. יעצט וויל ער ווייטער ארבעטן אז דער קעניג זאל איהם גרעסער און העכער מאכן מער פון אלע אנדערע מיניסטארן, און אלעס וואס ער וועט בעטן פון דעם קעניג וועט דער קעניג מסכים זיין. דאן וועט ער קענען אויספיהרן זיין זיסע נקמה אין די אידן, און זיי אלע אויסהרג'ענען.
נאר איין פראבלעם איז געשטאנען פאר המן'ס אויגן. דער קעניג טאקע האט איהם שטארק ליב געהאט, אבער די קעניגן ושתי האט איהם שרעקליך פיינד געהאט. זי איז געווען א טאכטער פון בלשאצר דער לעצטער קעניג פון בבל. און זי האט נישט געקענט פארגינען דאס דער פראסטער ווילדער ארימאן און "האר-שערער" המן, וואס איז פלוצלינג אזוי רייך געווארן, ווערט דער גאנצער ווארט-זאגער אין דעם קעניגס פאלאץ. זי האט דאס נישט געקענט אראפ שלינגען. דערפאר האט זי שטענדיג געשפעט פון איהם פאר אנדערע מענטשן.
אבער די הילף פאר המן איז שנעל געקומען. - אין דעם דריטן יאהר פון אחשורוש'ס קעניגרייך, האט דער קעניג געמאכט א גרויסע סעודה פאר אלע זיינע הארען און קנעכט פון די 127 מדינות. די סעודה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פראכט און שיינקייט הונדערט אכציג טעג. ביים ענדע האט דער קעניג געמאכט א ספעציעלע סעודה פון זיבען טעג פאר אלע איינוואוינערס פון שושן הבירה, פון גרויס ביז קליין, אויך די אידן זענען געווען איינגעלאדענט.
לכבוד די גרויסע געלעגענהייט, האט דער קעניג ארויס גענומען פון זיינע באהאלטענע אוצרות, די הייליגע כלים וואס נבוכדנאצר האט אוועק געגנב'עט פון דעם בית המקדש, און אוועק געשטעלט אויף די טישן פאר יעדעם איינעמס באדינונג.
ווען די אידן האבן געהערט די נייעס אז דער קעניג רופט זיי אויך צו די סעודה, איז אויפגעשטאנען זייער הייליגער מנהיג מרדכי הצדיק און אויסגעשריגן הויך אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגען צו באטייליגן און מטמא זיין אין די סעודה פון דעם רשע. אבער ווען עס איז אנגעקומען דער טאג פון די סעודה, האט המן באמערקט אז הונדערטער אידן פון שושן הבירה קומען צו לויפן און זעצען זיך אוועק צוזאמען מיט די אנדערע גוים ביי די סעודה.
המן'ס הארץ ווערט אנגעפוהלט מיט גרויס פרייד, ווייל ער ווייסט אז דער אידישער ג-א-ט האט פיינד אז אידן זענען זיך מטמא מיט טריפה'נע עסענווארג, און ער וועט זיי זיכער שטראפן. כאטש די אידן האבן מיטגעברענגט מיט זיך עסענווארג פון דער היים, דאך איז זייער זיצען צוזאמען מיט די גוים געווען גערעכענט פאר א זינד ביים באשעפער. אויסער א קליינע צאהל צדיקים וואס האבן געפאלגט מרדכי הצדיק, און זיי זענען ארויס געגאנגען פון די שטאט, כדי נישט צו זיין דארט בשעת די סעודה.
המן האט אויך פארשטאנען אז דער אייבערשטער וועט שטראפען אחשורוש פאר באנוצען זיך מיט די הייליגע כלים פון דעם בית המקדש, און ער וועט שטארבען. און דאן וועט ער גרויס ווערן און איבערנעמען די קעניגרייך...
און טאקע, די שטראף פאר אחשורוש האט נישט פארשפעטיגט. - די סעודה האט צוגעברענגט א גרויסע צרה פאר איהם: אין דעם זיבעטן טאג פון די סעודה, ווען אלע גוים זענען שוין געווען גוט אנגעשיכור'ט, האט אחשורוש באפוילען צו ברענגען ושתי המלכה צו די סעודה, אנגעטוהן מיט איהר קעניגליכע קליידער, צו ווייזען פאר אלע קעניגן און הארען פון די וועלט, אז ושתי האט א שיין געשטאלט.
יענע טאג איז געווען שבת קודש. און דער אייבערשטער האט געשיקט א שטראף אויף ושתי "מידה כנגד מידה". - זי פלעגט נעמען אידישע מיידלעך און זיי אויספייניגען מיט די שווערסטע און עקעלדיגסטע ארבעט אינמיטען שבת. דערפאר איז זי באשטראפט געווארען, און איהרע גאנצע קערפער איז אנגעפוהלט געווארן מיט קרעץ, און א וויידעל איז איהר ארויס געוואקסען אזוי ווי א חיה.
ושתי האט זיך שטארק געשעמט זיך צו באווייזען פאר די אלע געסט, און נישט געוואלט קומען זיך שטעלן פאר זיי. אחשורוש האט באלד איינגעזאמלט זיינע זיבען נאהנטע הארען און זיי געפרעגט א עצה וואס מען טוהט מיט ושתי ווייל זי האט נישט געוואלט פאלגען דעם קעניג.
דאן איז אנגעקומען די צייט פון המן נקמה צו נעמען אין ושתי, וואס האט ווייטער איהם פארשעמט. ווייל זי האט נישט איינגעלאדענט המן'ס ווייב - זרש, צו די סעודה וואס זי האט געמאכט פאר די פרויען.
האט זיך המן אנגערופען: "טייערע קעניג, די זינד פון ושתי איז דאך זייער זייער גרויס. ווייל די אלע פרויען פון די לאנד וועלן זיך אפלערנען פון איהר אז אויב דער מאן באפעהלט עפעס, דארף מען נישט פאלגען. דערפאר איז מיין עצה, אז מען זאל הרג'ענען ושתי און מ'זאל איבערגעבן איהרע קרוין פאר א פרוי וואס איז בעסער פון איהר. המן האט געטראכט אין זיין הארץ אז נאכן הרג'ענען ושתי וועט ער פארלייגען פארן קעניג אז ער זאל חתונה האבן מיט זיין טאכטער. דאן וועט ער ווערן דער שווער פון דעם קעניג, און ער וועט קענען אויספיהרן זיינע בייזע פלענער אומגעשטערט.
ושתי איז טאקע געהרג'עט געווארן, אבער אין איהר פלאץ האט נישט דער קעניג אויפגענומען זיין טאכטער פאר קעניגן, נאר עפעס א מיידעל וואס קיינער קען נישט, וואס הייסט "אסתר".
אסתר המלכה האט געפונען ליבשאפט אין די אויגן פון אחשורוש, אפילו זי האט נישט דערציילט פון וועלכע פאלק איהר משפחה שטאמט.
די אידן פון שושן הבירה האבן טאקע יא געוואוסט אז אסתר המלכה איז נישט קיין אנדערע ווי די מיידל הדסה די טאכטער פון אביחיל - דער פעטער פון דעם צדיק מרדכי. נאך דעם וואס איהר פאטער און מוטער זענען נפטר געווארן, האט איהר קאזין מרדכי איהר אריין גענומען אין שטוב, און אויפגעצויגן ווי א אייגענע טאכטער.
מרדכי הצדיק האט געזעהן מיט זיין רוח הקודש, אז אלעס איז געפיהרט געווארען דורך דעם אייבערשטן, כדי אסתר זאל ברענגען א ישועה פאר די אידן ווען זי וועט וואוינען אין דעם קעניגליכען פאלאץ. דערפאר האבן זיי באשלאסען נישט אויסצוזאגען פון ווי זי שטאמט און וואס איהר ריכטיגע נאמען. די נאמען האט מען געטוישט אויף "אסתר", ווייל דאס איז א לשון פון "באהאלטען". און אז המן מיט זיינע צעהן קינדער וועלן נישט וויסען ווער זי איז, וועלן זיי נישט נקמה נעמען אין איהר, ווייל זי איז דאך א אייניקעל פון שאול המלך וואס האט געהרג'עט זייער זיידע אגג דער קעניג פון עמלק...
פארשטייט זיך, אז די צארן פון המן האט זיך געשטארקט, - נישט נאר וואס דער קעניג האט נישט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער, האט ער נאך חתונה געהאט מיט עפעס א אסתר וואס קיינער קען נישט און זי האט נישט קיין פאלק. און צו דעם אלעמען איז זי דאך נישט קיין נארמאלע פרוי, ווייל זי וויל קיינמאהל נישט עסן פון די קיך פון פאלאץ נאר באנדלעך א גאנצן טאג. "און ווער ווייסט, אפשר איז זי גאר א איד"? - טראכט המן אין זיין הארץ. ווייל די אידן: חנניה, מישאל און עזריה וואס האבן געוואוינט אין נבוכדנאצר'ס פאלאץ, האבן אויך נאר געגעסן באנדלעך א גאנצן טאג, כדי זיי זאלען נישט מוזען עסן די טריפה'נע עסענווארג וואס איז אסור פאר אידן. "נאר דאס פעלט מיר אויס, א אידישע קעניגן"!! - טראכט ער ביי זיך.
המן האט זיך דורך געשמועסט מיט זיינע צוויי גוטע און נאהנטע פריינד: בגתן און תרש, וואס זענען אויך געווען אויפגערעגט אויף דעם קעניג פארוואס ער האט געהרג'עט ושתי, וואס זי איז געווען זייער קאזין. זיי האבן צוזאמען אויסגעפלאנט אריין צו לייגען גיפט אין די וויין פון דעם קעניג און איהם טייטען. דאן וועט המן איבערנעמען די קעניגרייך פון איהם.
המן איז געווען זיכער אז ווען ער וועט צוריק קומען אין פאלאץ וועט ער הערן נייעס אז דער קעניג איז געשטארבן. אבער אנשטאט דעם, זעהט ער א שוידערליכע בילד: מען פיהרט אריין אין פאלאץ בגתן און תרש געבינדן אין קייטן, און א היטער פון פאלאץ ברענגט אריין א הונט און גיבט איהם צו טרינקען אביסל פון די וויין. ביז א פאהר סעקונדעס איז די הונט אוועק געפאלען טויט, און זיין קערפער האט געפלאצט.
עס איז שפעטער קלאהר געווארען, אז מרדכי הצדיק "דער גרעסטער פיינד פון המן" איז געזעצן ביים טויער פון דעם קעניג. און וויבאלד ער איז געווען פון די סנהדרין וואס האבן געקענט אלע זיבעציג שפראכען, האט ער פארשטאנען די טארסישע שפראך וואס בגתן און תרש האבן צווישן זיך גערעדט. מרדכי האט דאס דערצעהלט צו אסתר, און זי האט דערצעהלט פארן קעניג אין דעם נאמען פון מרדכי.
המן האט נישט געקענט איבערטראגן דעם שווערן דורכפאל, אז דורך מרדכי דער איד, זאלן זיינע צוויי גוטע פריינד געהאנגען ווערן. ער האט פראבירט אויסבעטן ביים קעניג ער זאל זיי פארגעבן זייער זינד, אבער אחשורוש האט נישט צוגעהערט צו זיינע געבעטן. און מ'האט אויפגעהאנגן בגתן מיט תרש.
המן'ס זוהן "שמשי" איז געווען דער שרייבער פון דעם קעניג, און קעגן זיין ווילן איז ער באפוילן געווארן פון דעם קעניג, אריין צו שרייבן אין דעם "ספר הזכרונות" די גאנצע פאסירונג, און אז מרדכי האט געראטעוועט דעם קעניג דורך דעם וואס ער האט אונטערגעהערט דעם שמועס פון בגתן און תרש. מיט זיין חכמה, האט ער פארענדערט דעם לשון און געשריבען: "מרדכי היהודי הגיד על בגתן או תרש" (מרדכי האט דערצעהלט אויף בגתן אדער תרש). מיט דעם האט ער געטראכט אז שפעטער ווען דער קעניג וועט דאס לייענען וועט ער זעהן אז מרדכי האט פארמסר'ט נאר אויף איינעם און נישט אויף דעם צווייטען. ווייל יענער איז געווען זיין פריינד. האט דער אייבערשטער געמאכט א נס, אז דאס ווארט "או" האט זיך צוטיילט, און די "אלף" האט זיך צוגעקלעבט צו "בגתן" און איז געווארן "בגתנא", און די "ויו" האט זיך צוגעקלעבט צו "תרש, און איז געווארן "ותרש".
ווען המן האט געזעהן אז זיינע פלענער ווערן נישט אויסגעפיהרט אזוי ווי ער וויל, האט ער געטוישט זיין וועג פון מלחמה קעגן די אידן. ער האט אנגעהויבן זיך צו חנפ'ענען צו אסתר המלכה אז אויך זי זאל איהם ליב האבן, און טאקע אזוי: דער קעניג האט איהם נאך גרעסער געמאכט פון פריער, און איהם געשטעלט העכער אלע מיניסטארן. אויף אזוי ווייט, אז דער קעניג האט מסכים געווען צו המן'ס געבעט, און ארויס געגעבן א באפעהל אז אלע מענטשן וואס געפונען זיך אין דעם הויף פון דעם קעניג, מוזען קניען און בוקען ביזן ערד ווען המן גייט ארויס אדער אריין אין פאלאץ.
אבער נישט אזוי האט זיך אויפגעפיהרט מרדכי הצדיק. ער איז דאך אויך געזיצען אין דעם הויף, אבער ער האט זיך נישט גערירט פון זיין ארט ווען המן איז אריבער געגאנגען פאר איהם. אפילו ווען די אנדערע מענטשן וואס זענען דארט געווען, האבן איהם געווארענט אז ער שטעלט איין זיין לעבן אין א געפאר ווייל המן וועט איהם קענען הרג'ענען, דאך האט מרדכי נישט אינטערעסירט אין דעם אלעמען.
ער האט זיי געענטפערט: "בעסער זאל ער מיר הרג'ענען, און דער נאמען פון דעם הייליגן באשעפער זאל נישט פארשוועכט ווערן דורך דעם וואס איך וועל זיך בוקען צו א מענטש"!!!
די רייד פון מרדכי האט שטארק דערצערענט המן, און המן האט באשלאסן צו ברעכן דאס הארטקייט פון מרדכי. המן איז אריבער געגאנגען פאר מרדכי, און זיך אנגערופען: "שלום עליכם, מרדכי"! האט מרדכי באלד צוריק געענטפערט: "ניין!, פאר רשעים איז נישטא קיין שלום, אזוי שטייט אין אונזער תורה"!!! - און מרדכי האט באלד אויפגעהויבן זיין שיך וואס אויף דעם איז געווען אנגעהאנגן דאס צעטל, וואס שטייט געשריבן אז המן פארקויפט זיך אלץ קנעכט פאר מרדכי. און מרדכי פרעגט ווייטער: "איז דאס דען א נארמאלער זאך אז א האר זאל זיך בוקען צו זיין קנעכט? - דו ביסט דאך מיין קנעכט, דאן ווי אזוי האסטו אזא חוצפה און שעמסט זיך נישט צו פארלאנגען אז איך זאל קניען און בוקען פאר דיר"?!?!?
המן ענטפערט איהם גארנישט און גייט אוועק פון דארט פוהל מיט ברענעדיגע צארן, און טראכט ביי זיך אין הארץ: "איך וועל נאך גוט נקמה נעמען אין דעם חוצפה'דיגן איד מרדכי וואס שטערט מיך אין מיינע פלענער. און נישט נאר איהם וועל איך אומברענגן, נאר זיין גאנצע אידישע פאלק וועל איך אויס'הרג'ענען"!!!
עס איז אנגעקומען ראש חודש ניסן, דער טאג וואס המן האט באשטימט צו מאכן דעם גורל - ווייל די אידן הייבען אהן צו ציילען זייערע חדשים אין חודש ניסן, וועט ער קענען איינזעהן וועלכער איז דער פאסיגסטער טאג אויף צו הרג'ענען די אידן פון גרויס ביז קליין און אוועק רויבן זייער גאנצע פארמעגן. דעם קעניג וועט ער שוין איבער רעדן מיט פארשידענע וועגן אז ער זאל צושטיין צו זיין פלאן.
ער רופט זיין זוהן "שמשי הסופר" און צוזאמען הייבען זיי אהן צו ווארפען גורל. צום ערשט האבן זיי צוגעגרייט זיבען צעטלעך קעגן די זיבען טעג פון וואך, צו וואוסען וועלכע טאג אין וואך איז דאס בעסטע צו פארטיליגן די אידן. אבער דער גורל איז נישט געלונגען. ווייל יעדע טאג האט באזונדער מתפלל געווען פארן באשעפער אז זיין טאג זאל נישט אויסקומען אין דעם גורל.
דערנאך האט ער אנגעהויבן צו מאכן גורלות אויף די חדשים, אבער וועלכער חודש עס איז אויסגעקומען, האט ער געטראפן א פעלער פארוואס נישט אין דעם חודש. "ניסן" איז א מזל'דיגער חודש פאר די אידן, ווייל זיי זענען דאן ארויס געגאנגען פון מצרים. "אייר" - אויך נישט, ווייל דער אייבערשטער האט געהאלפען די אידן אין דעם חודש קעגן די עמלקים. "סיון" איז דער חודש פון "מתן תורה". חודש "תמוז" אויך נישט, ווייל אין דעם חודש האבן די אידן געהרג'עט די קעניגן פון אמורי. חודש "אב" האבן זיי געהאט מזל צו הרג'ענען "עֲרָב" דער קעניג פון כנען. "תשרי" אויך נישט, ווייל שלמה המלך האט דאן באנייט דעם בית המקדש מיט שיינקייט און פראכט. "חשון" איז נח מיט זיינע קינדער געראטעוועט געווארן פון דעם מבול ווען אלע מענטשן זענען אומגעקומען. המן ווערט שוין נערוועז, ווייל ער זעהט אז יעדע חודש האט א אנדערע מזל פאר די אידן, ווען די חדשים פון "כסליו און טבת" זענען אויסגעקומען, האט ער איינגעזעהן אז די אידן האבן דעמאלטס באזיגט "סיחון און עוג". שבט איז אויך מזל'דיג, ווייל חמשה עשר בשבט איז ראש השנה פאר די ביימער, און די אידן גיבן אפ ביכורים פון די ערשט-געצייטיגטע פרוכט.
פאר ער האט ארויסגענומען די צעטל פון חודש אדר, האט ער געטראכט אין זיין הארץ: "אויב איך וועל טרעפן אין דעם חודש עפעס א זכות אדער מזל אויף די אידן, דאן זענען אלע מיינע פלענער פון פארטיליגען די אידן, צושטערט"! אבער ווען ער האט זיך דערמאנט אז אין דעם חודש איז נפטר געווארן משה רבינו, האט ער זיך געפרייט: "עס באשטייט נישט א בעסערע חודש וואס איז אזוי מזל'דיג פאר מיר צו הרג'ענען די אידן אזוי ווי חודש אדר, וואס איז אנגעגרייט צו טרויער און ווייטאג"!.... - אבער דער רשע האט נישט געוואוסט אז משה רבינו ע"ה איז אויך געבוירן געווארן אין דעם חודש"...
ער האט באשטימט דעם דרייצענטן טאג פון דעם חודש אדר צו זיין דעם בעסטן טאג פאר דעם. ווייל פון ז' אדר (יארצייט פון משה רבינו) ביז זיבען טעג שפעטער, האט די נשמה א שייכות מיט די וועלט, - וועט משה רבינו נישט צולאזען עס זאל קומען שלעכטס אויף די אידן.
דעם דרייצענטן טאג פון חודש ניסן, ווען ער האט שוין געענדיגט מיט זיין גורל, איז המן אריין געקומען צום קעניג און זיך אנגערופען צו איהם: "מיין גרויסער און טייערער קעניג, איך האב ארום שפאצירט אין אלע לענדער פון דעם קעניג און געקוקט צו אלע מענטשן דינען געטריי דעם קעניג. איך האב טאקע געזעהן אז רוב פון די מענטשן זענען באגלייבט און ארבעטן פאר דעם קעניג געטריי מיט ליבשאפט, און היטען אפ זיינע געזעצען ערליך. - אבער איין פאלק איז דא, דאס איז דאס אידישע פאלק וואס לעבט פאר זיך אפגעזונדערט און האט נישט קיין שום שייכות מיט די אנדערע פעלקער, און זייערע געזעצען זענען גאנץ אנדערש און פארקערט פון אלע פעלקער"!!
רופט זיך אהן אחשורוש: "וואס אינטערעסירט מיר אז זייערע געזעצען זענען אנדערש פון אונזערע, ווילאנג זיי היטען אפ מיינע געזעצען, מעגן זיי זיך אויפפיהרן ווי אזוי זיי ווילען"?!
ענטפערט המן צוריק: "טייערער קעניג, אויב די אידן וואלטן טאקע אפגעהיטען דעם קעניגס באפעהלן, וואלט איך טאקע געשוויגען, אבער זיי לעבן שטאלץ און שפעטן אפ פון דעם קעניג'ס ארבעט, און ווען מיר גייען ארויס אין מלחמה און מיר זוכען סאלדאטן, דאן באהאלטן זיי זיך כדי מ'זאל זיי נישט כאפן. און ווען עס געלונגט צו כאפן א איד, ענטפערט ער יעדען טאג א צווייטן תירוץ פארוואס ער וויל נישט ארבעטן. אמאהל שרייען זיי: "היינט איז שבת"! אדער: "היינט איז פסח"! - יעדען צווייטן טאג האבן זיי עפעס א אנדערע יום טוב"!!!
"און וואס דען טוהען זיי א גאנצן טאג"? - פרעגט צוריק אחשורוש. ענטפערט המן: "רוב פון דעם טאג פארברענגן זיי מיט לערנען און דאווענען, אין דעם זיבעטען טאג פון וואך, ארבעטן זי אינגאנצן נישט. ווען עס קומט אהן חודש ניסן, זענען זיי בודק די חמץ, און זיי בעטן דעם באשעפער: "אזוי ווי מיר רוימען אויס און פארברענען די חמץ פון אונזער הויז, אזוי אויך הייליגער באשעפער, זאלסטו הרג'ענען דעם צודרייטן און נארישן קעניג פון דעם לאנד"! ווען עס קומט אהן זייער יום טוב שבועות, קלויבען זיי צוזאמען בלומען אין זייערע שוהל, און בעטן אז זייער באשעפער זאל זיי אויך איינזאמעלן פון זייער גלות. נאך דעם קומט אהן ראש השנה, ווען זיי עסן "סימנים" און זענען מתפלל אז דער אייבערשטער זאל פארשניידן און פארלענדן אלע זייערע פיינד. דעם צענטען טאג פון חודש תשרי, זיצען זיי ווידער א גאנצן טאג אין שוהל און בעטן פארן באשעפער אז ער זאל אויסרייסן אלע שלעכטס פון זייער הארץ צוזאמען מיט דעם נארישן קעניג. דערנאך קומט אהן סוכות, וואס זיי נעמען לאנגע לולבים און אתרוגים אין זייערע הענט, און זאגען אז דאס זענען שפיזען און שטיינער מיט וואס זיי וועלן מלחמה האלטן מיט אונז"!!!!! - - - - -
אזוי האט המן אנגערייצט דעם קעניג מיט זיינע גיפטיגע רייד. און אחשורוש פרעגט צוריק: "אויב אזוי, וואס איז דיין עצה צו דעם גאנצן פראבלעם"? - ענטפערט המן: "מיין עצה איז, טייערע קעניג, א זאך וואס וועט זיך לוינען פאר אונז ביידע. - איך וועל אפקויפען פון דעם קעניג אלע אידן וואס וואוינען אין די 127 מדינות, און זיי וועלן ווערן מיינע קנעכט. פאר יעדע איד וועל איך באצאהלן א האלבע זילבערנע שקל. וואס פאר 600,000 אידן בעטרעפט דאס צוזאמען 10,000 זילבערנע צענטער. דעמאלטס ווען זיי וועלן זיין מיינע קנעכט, וועלן זיי זיך שוין נישט קענען ארויס דרייען פון די ארבעט. ביי מיר וועלן זיי שוין ארבעטן בייטאג און ביינאכט פאר דעם גרויסן קעניג. לאמיר אונטער שרייבן א צעטל, אז דער קעניג פארקויפט מיר די אלע אידן, און איך באצאהל שוין די געלט".
רופט זיך אהן דער קעניג, דער רשע: "איך קען גוט דעם פוילען פאלק וואס האלט נישט ביים ארבעטן. עס איז נאר דא איין עצה קעגן זיי - זיי צוצובינדן צו די ארבעט מיט געוואלד. די געלט וואס דו ווילסט מיר באצאהלן האט נישט ביי מיר קיין שום ווערט. האלט דיר מיט דיין געלט, און איך גיב דיר רשות צו טוהן מיט דעם פאלק וואס דיר געפעלט. זאלסט נאר זעהן אז זיי זאלן ארבעטן גוט און שווער, אז מיין אוצר זאל זיך אנפוהלן מיט געלט. לאמיר שנעל אונטעשרייבן דעם צעטל"!!
המן יאגט זיך צו, און שרייבט א לאנגע צעטל, וואס שטייט אין דעם: "אין עלף חדשים פון היינט, י"ג אדר נעקסטע יאהר, וועלן אלע אידן וואס וואוינען אין די 127 מדינות איבערגעגעבן ווערן פאר קנעכט פון דעם קעניג". און מ'האט דאס פארזיגעלט מיט די סטעמפל פון דעם קעניג.
אינדרויסען, ווען קיינער האט נישט געזעהן, האט המן געטוישט די אות "ע" פון דאס ווארט "לעבדם" (זיי צו מאכן פאר קנעכט), צו אן "א" - "לאבדם" (זיי צו מאכן פארלוירן - הרג'ענען). און אזוי האט ער דאס איבער געגעבן צו זיין זוהן "שמשי דער שרייבער פון דעם קעניג", וואס האט באלד אפגעשריבן הונדערטער בריוו צו אלע לענדער און שטעט פון דעם קעניג: "אין דעם טאג י"ג אדר, זאל מען הרג'ענען און פארטיליגן אלע אידן פון גרויס ביז קליין, מענער און פרויען, און זייער פארמעגן זאל בארויבט ווערן".
המן האט זיך צוריק געקערט צום קעניג צו טרינקען וויין, און פייערן זיין זיג קעגן די אידן. דערווייל זענען געשיקט געווארן צו אלע לענדער שליחים מיט די בריוו פון דעם קעניג.
ווען המן מיט אחשורוש און זייערע נאנטע פריינד זענען ארויס געגאנגען פון פאלאץ, האבן זיי באמערקט ווי מרדכי הצדיק שטעלט אפ דריי קינדער וואס זענען פונקט יעצט אהיים געגאנגען פון חדר, און ער פרעגט זיי וועלכע פסוקים זיי האבן געלערנט ביי זייער רבי'ן. אלע דריי האבן געזאגט אן אנדערע פסוק, וואס דארט ווערט געזאגט, אז די רשעים טראכטן פוהל שלעכטע מחשבות קעגן די אידן, אבער דער אייבערשטער צושטערט אלע זייערע פלענער. מרדכי'ס פנים האט אויפגעשטראלט פון גרויס שמחה הערענדיג די פסוקים פון טרייסט און בארוהינג.
ווען די קינדער זענען אוועק געגאנגען און המן האט געזעהן אז מרדכי איז אזוי פרייליך, איז ער צוגעגאנגען צו איהם און געפרעגט: "וואס האבן דיר די קינדער געזאגט, אז דו ביזט אזוי פרייליך געווארן"? ענטפערט מרדכי: "די קינדער האבן מיר געזאגט נביאות און טרייסט ווערטער, אז מיר זאלן נישט ציטערן פון די שרעקליכע גזירות וואס וועט קומען אויף אונז"!!
המן ווערט אנגעפוהלט מיט צארן, און טראכט ביי זיך אין הארץ: "ווייל די קינדער האבן פרייליך געמאכט דאס הארץ פון מיין פיינד מרדכי, וועל איך זיי הרג'ענען די ערשטע"!!
ער האט אבער געוואוסט אז די אידן וועלן נישט שווייגן און רוהען, און זיי וועלן קומען צו לויפן צום קעניג אז ער זאל מבטל זיין די גזירה. אזוי וועט דער קעניג געוואויר ווערן פון זיין שווינדעל אז ער האט אויפגעטוישט די אותיות, וועט ער שטארק באשטראפט ווערן. דערפאר האט ער באפוילן פאר אלע היטערס פון פאלאץ, אז זיי זאלן קיינעם נישט אריין לאזען צום קעניג אהן זיין רשות. און ער איז אהיים פרייליך און לוסטיג אויף די נקמה וואס קומט באלד....
און אט קומען אהיים צו המן געהיימע פאליציי וואס דערצעהלן אז זיי האבן געזעהן ווי זיין פיינד מרדכי זיצט ביים טויער פון דעם קעניג אנגעטוהן מיט א זאַק, און אסתר המלכה שיקט איהר שליח "הֲתָךְ" (דאס איז געווען דניאל הנביא), אז ער זאל אויספרעגן מרדכי וואס עס איז געשעהן אז ער גייט אנגעטוהן מיט א זאַק.
מרדכי האט אלעס דערצעהלט פאר הֲתָךְ און ער האט איהם אויך געשיקט איבערגעבן איינע פון די בריוון פאר אסתר זי זאל זעהן אלעס וואס שטייט דערין. - המן הערט דאס אלעס, און זיין צארן הייבט אהן צו פלאקערן. "עס מעג נישט פארקומען אזא זאך, איך וועל זעהן פון די נאהנט וואס דארט טוהט זיך"!!
ווען ער איז אנגעקומען צום פאלאץ, איז הֲתָךְ פונקט ארויס געקומען איבער צו געבן א תשובה פאר מרדכי. המן האט איהם געזעהן, איז ער באלד צוגעלאפען צו איהם, און איהם דערלאנגט אזא שטארקן שטויס, אז דער צדיק און נביא דניאל איז אוועק געפאלען טויט. - - - א טרויער און געוויין איז באפאלען אלע אידישע הייזער ווען זיי האבן געהערט אז זייער נביא און צדיק דניאל איז געהרג'עט געווארן.
אבער דאס האט המן נישט געוואוסט, אז דער אייבערשטער האט געשיקט זיינע מלאכים מיכאל און גבריאל, אז זיי זאלן טראגן די שליחות פון מרדכי צו אסתר און צוריק. די מלאכים האבן דערצעהלט פאר מרדכי און אסתר: "זיי דארפן זעהן אז אלע אידן זאלן תשובה טוהן מיט זייער גאנצן הארץ, דורך פאסטען, שרייען, און דאווענען דריי טעג און דריי נעכט. און ווען דאס פאלק וועט תשובה טוהן, וועט זיי דער אייבערשטער מוחל זיין אויף זייער זינד וואס זיי האבן זיך געבוקט צו דעם געשטאלט פון נבוכדנאצר און מיטגעגעסן ביי די סעודה פון אחשורוש. ווייל אזוי ווי זייער זינד איז נישט געווען עכט אויפצורעגן דעם באשעפער, און איז נאר געווען פון אויסענווייניג, - די געשטאלט פון נבוכדנאצר איז נישט געווען אן עכטע עבודה זרה, און ביי די סעודה האבן זיי זיך נאר געמאכט ווי זיי עסן מיט, אזוי אויך איז די גזירה נאר פון דרויסען, און באלד וועט די ישועה קומען".
מרדכי האט צוריק געשיקט צו אסתר: "איך קען אבער נישט אויסרופען אז די אידן זאלן פאסטען פון היינט אהן דריי טעג, ווייל די דריי טעג זענען י"ד-ט"ו-ט"ז פון חודש ניסן, וואס דאס איז פסח ווען מיר זענען מחויב צו עסן מצה און מרור און טרינקען וויין"!
האט אסתר צוריק געשיקט מיט די מלאכים: "דו ביסט דאך געווען פון די הויפט פון די סנהדרין, ווי אזוי קענסטו אזוי רעדן? - וואס פאר א ווערט האט פאר דעם אייבערשטן, די אידן'ס מצוות און ימים טובים, אויב מ'וועט זיי אלע אויסרייסן פון אונטער דעם הימל!?!?! - בעסער זאלן די אידן עובר זיין אויף איין יום טוב, כדי שפעטער זאלן מיר קענען מקיים זיין די גאנצע תורה"!! - - - - -
מרדכי האט איינגעזעהן אז אסתר איז טאקע גערעכט מיט איהרע רייד, און צוריק געשיקט: "אסתר דו ביזט דאך זייער גערעכט, ווען די גאנצע "פמליא של מעלה", וואס ווארטן אזוי שטארק אויף דעם סדר נאכט פון די אידן, וועלן זעהן אז אנשטאט צו זיצען אזוי ווי קעניגן ארום גענומען מיט די גאנצע משפחה ביי א שיינעם און הערליכען פסח-סדר, זיצען זיי אין אש און זאמד אנגעטוהן מיט זעק, וועלן זיי אויך מיט טרויערן. און אפשר אזוי, וועט ארויס קומען די ריכטיגע ישועה".
מרדכי האט באלד אויסגערופען די דריי טעג פון יום טוב פאר טעג פון טרויער, פאסט און קלאג. אין דעם דריטען טאג פון די גזירה, ט"ו ניסן איז המן געזעצן ביי זיך אינדערהיים פרייליך און לוסטיג אז ס'איז געלונגען צו שטערן דעם יום טוב פון די אידן. אבער ער איז אויפגעשפרינגן פון רעגעניש, ווען א שליח האט איהם דערצעהלט אז אסתר המלכה איז אריין געגאנגען צום קעניג אהן רשות, און דער קעניג האט איהר אויפגענומען מיט א שמייכעל און פרייליכן פנים און אויסגעשטרעקט צו איהר זיין גאלדענעם שטאנג, פאר א צייכען אז זי קען בעטן וואס זי וויל.
די שליחים האבן בארוהיגט המן אז אסתר האט גארנישט גערעדט מיט דעם קעניג וועגן די נייע גזירה. זי האט נאר איינגעלאדענט דעם קעניג צוזאמען מיט דיר המן, צו די סעודה וואס זי האט אנגעגרייט פאר אייער כבוד. און אצינד זענען מיר געקומען דיך איינלאדענען.
המן האט זיך בארוהיגט, פאר אזא כבוד האט ער זיך נישט געראכטען. נישט נאר וואס זיינע פלענער זענען געבליבן ביי זייער שטארקייט, נאר ער איז גערופען געווארן צו די סעודה פון דעם קעניג און קעניגן, וואס דארט וועט מען איהם נאך גרעסער און העכער מאכן, און ער וועט קענען אויספיהרן זיינע מחשבות בעסער און בעסער אזוי ווי עס דארף צו זיין....
די סעודה איז פארגעקומען מיט גרויס פראכט און שיינקייט. המן פילט זיך אין זיין הארץ איבער געזעטיגט פון גרויס כבוד, ער איז צופרידען אז דער קעניג און קעניגן זוכען זיין כבוד און ליבשאפט. נאך מער איז ער אויפגעלעבט, אז די קעניגן האט איהם נאכאמאהל איינגעלאדענט צו די מארגענדיגע סעודה וואס זי וועט מאכן פאר זיי. דער רשע האט נישט געוואוסט, אז דורך דעם וואס ער האט געגעסן פון אסתר המלכה'ס סעודה וואס איז געווען אינגאנצן "כשר לפסח" און צוגעגרייט מיט קדושה און טהרה, איז זיין טומאה אינגאנצן צובראכן געווארן, און די זאך האט צוגעברענגט צו זיין עכטע מפלה....
און יעצט ווען המן איז געווען אנגעפוהלט מיט כבוד ווי א "קארטאפעל זאַק", איז ער ארויס געגאנגען אין די גאסן פון שושן הבירה. ער באגעגענט זיך מיט מרדכי הצדיק וואס זיצט ווייטער אויף זיין ארט און רירט זיך גארנישט. און דערצו שטעקט ער נאך אויס דעם צעטל וואס שטייט געשריבן אז המן איז א קנעכט צו מרדכי.
"ווי אזוי שעמט זיך נישט דער איד מרדכי - וואס באלד וועט ער מיט זיינע ברודערס געהרג'עט ווערן - זיך אויפצופיהרן צו מיר אזוי חוצפה'דיג. איך בין דער גרעסטער און חשוב'סטער האר פון אלע הארן פון דעם קעניג"?!? - - -
באלד ווען ער איז אהיים געקומען, האט ער צוגערופען זיין ווייב זרש און אלע זיינע פריינד, זיך אן עצה געבען ווי אזוי פטור צו ווערן פון דעם נידערטרעכטיגן איד, מרדכי.
האט זרש זיך אנגערופען: "קעגן מרדכי האסטו נישט אן אנדערע עצה נאר איהם אויפצוהענגן אויף א בוים. ווייל אלע אנדערע טויטן האב איך געזעהן אז זייער באשעפער קען ראטעווען, אבער א געהאנגענער, האב איך נישט געזעהן אז ער זאל קענען ראטעווען".
די ווערטער זענען געפעלן פאר המן, און ער האט זיך אנגערופען: "איך וועל יעצט גיין צוגרייטען א בוים 50 איילען לאנג, וואס זאל זיין גענוג פאסיג אויפצוהענגן אויף דעם מרדכי. ער האט איינגעזאמעלט אלע זיינע ארבייטערס וואס קענען האלץ-ארבעט, און באפוילען אז זיי זאלן נאך היינט ביינאכט צוגרייטען א האלץ וואס איז 50 איילען לאנג. ענטפערן איהם די ארבייטערס: "מיר ווייסען נישט אויב אין די גאנצע לאנד געפונט זיך אזא לאנגע האלץ"?! האט זיי המן געענטפערט: "אויף מיין באלקאן ליגט א לאנגע האלץ פון 50 איילען, וואס מיין זוהן פרשנדתא האט מיטגעברענגט מיט זיך ווען ער איז געווען אין מאקדאדניע, דארט האט ער געטראפן א האלץ פון נח'ס תיבה. יעצט, נעמט די לאנגע האלץ, און גרייט דאס צו אויפצוהענגן מרדכי.
ווען די "תליה" איז שוין גרייט געווען, האט המן זיך אנגערופען: "איך וויל אויסמעסטן אויב זיין מאס איז גענוג פאסיג פאר מרדכי, מרדכי'ס מאס איז פונקט אזוי ווי מיין, וועל איך דאס אויסמעסטן אויף מיר".
איז דעמאלטס ארויס געקומען א "בת קול" פון הימל וואס האט געזאגט: "דו רשע המן בן המדתא, גוט האסטו געזאגט די בוים איז טאקע זייער גוט און פאסיג פאר דיר. דו גרייטסט דאס טאקע צו פאר זיך אליין"!...
המן האט געזעהן אז די ארבעט פון דעם בוים איז שוין פערטיג, איז ער ארויס געגאנגען אין א טאנץ צוזאמען מיט זיינע קינדער. זיין ווייב זרש האט ארויס גענומען איהר פידעל און געשפילט פאר איהם פרייליכע און לעבעדיגע ניגונים. המן האט נישט געקענט יענע נאכט איינשלאפן, נאך די אלע זאכן וואס זענען אריבער אויף איהם, און ער האט שוין געוואלט זעהן ווי מרדכי הענגט אויף דעם האלץ.
ער איז באלד אוועק פון זיין הויז און געגאנגען צום קעניגס פאלאץ צו ווארטן דארט ביז אינדערפרי. דאן וועט ער באלד אריין גיין צום קעניג און נעמען רשות אויפצוהענגן מרדכי. ווייל אין די גרויסקייט וואס המן געפונט זיך יעצט, וועט איהם זיכער אחשורוש באלד אויפן פלאץ געבן רשות מיט א גוטן ווילן.
אינמיטען נאכט קומט ער אהן צום פאלאץ, און צו זיין גרויסע וואונדער איז ער באלד גערופען געווארן צום קעניגס שלאף צימער. ער זעהט ווי אחשורוש ליגט אין בעט, און המן'ס זוהן "שמשי הסופר" זיצט נעבן דעם בעט און די גרויסע בוך די "ספר הזכרונות" ליגט אפען אין זיין האנט.
המן באגריסט דעם קעניג מיט כבוד, און אחשורוש רופט זיך אהן צו המן: "דו ביסט דאך מיין הויפט מיניסטער, דערפאר גיב מיר אן עצה, וואס פאר א גרויסקייט און כבוד זאל געטוהן ווערן פאר א מענטש וואס איך וויל איהם גרויס מאכן און דערהייבן העכער פון אלע מענטשן פון אונזער לאנד"? המן טראכט ביי זיך אין הארץ: "פאר וועמען טראכט דער קעניג צו געבן כבוד און גרויסקייט מער פון מיר, איך בין דאך דער חשוב'סטער מענטש אין לאנד"!!
האט המן געענטפערט פארן קעניג: "א מענטש וואס דער קעניג וויל באלוינען מיט גרויסקייט און כבוד, זאל מען איהם אנטוהן די קעניגליכע קליידער וואס דער קעניג האט אנגעטוהן ווען ער איז געווארן קעניג, און מ'זאל איהם מאכן רייטען אויף דעם פערד וואס דער קעניג האט געריטען אויף דעם, יענע טאג. און א חשוב'ער באדינער פון דעם קעניג זאל איהם ארום פיהרן אין דעם גאנצן שטאט און אויסרופען פאר איהם הויך: "אזוי דארף געטוהן ווערן פאר א מענטש וואס דער קעניג וויל איהם ארויס ווייזען כבוד און דערהויבענקייט"!!!!
די ווערטער זענען געפעלען אין די אויגן פון אחשורוש, און ער האט געזאגט: "יא יא, יאג זיך צו המן, און גיי צו מיין אוצרות-צימער און נעם פון דארט ארויס די הערליך-קאלירפולע קלייד וואס איז אנגעהאנגן מיט פערל שטיינער און דיאמאנטן וואס שטראלן אזוי ווי די זון. און נעם אויך ארויס דעם גאלדענעם קרוין וואס מ'האט געברענגט פאר מיר א מתנה פון מאקדאניע לכבוד מיין קרוינען אלץ קעניג, און אויך אלע אנדערע צירונג וואס זענען געווען אנגעהאנגן אויף מיר יענעם טאג. פון דארט זאלסטו גיין צו מיין שטאל ווי עס געפונען זיך די שטארקע און גרויסע ווייסע פערד אויף וואס איך האב געריטן אין דעם ערשטן טאג פון מיין קעניגרייך, - און ברענג דאס אלעס צו מרדכי דעם איד וואס זיצט אלעמאהל ביים טויער פון מיין פאלאץ. און טוה שוין אויפן פלאץ פאר מרדכי אלעס וואס דו האסט פריער געזאגט"!!!
המן מיינט אז ער חלומ'ט עפעס א שלעכטע חלום, ער גלייבט נישט וואס ער הערט, - קען דאס דען זיין ריכטיג, אז פונקט יעצט ווען ער איז געקומען צום קעניג בעטן רשות אויפצוהענגן מרדכי, באקומט ער נאך דערצו א באפעהל ארום צו פיהרן מרדכי אין די גאסן פון שטאט און ארויס ווייזען די גרעסטע כבוד"?!?!? - - - - - - - - - -
המן קען נישט ארויס רעדן א ווארט גלייך און קלאהר פון גרויס וואונדער און פארדרוס, און רופט זיך אהן מיט טרערן אין די אויגן: "פארוואס באפעהלט מיר דער קעניג אפצוגעבן כבוד פאר מיין גרעסטן פיינט און דער פיינט פון מיין פאטערס הויז"?
"איך וויל מכבד זיין דעם מענטש וואס האט געראטעוועט מיין לעבן פון א זיכערן טויט. איך וועל גארנישט פארענדערן פון מיינע ווערטער, און גיי שוין טוה וואס איך האב דיר געהייסן"!!!!
ווען המן איז ארויסגעגאנגן פון אחשורוש, האט איהם זיין זוהן שמשי דערצעהלט, אז ווען דער קעניג האט איהם געהייסן צו לייענען אין דעם "ספר הזכרונות" האט ער באמערקט אז דאס ווארט "או" פון "בגתן או תרש" האט זיך צוטיילט און איז געווארן: "בגתנא ותרש". ער האט דאס אריבער געמישט, אבער וועלכע בלאט ער האט אויפגעמישט האט ער געטראפן די זעלבע ווערטער שטיין געשריבן. - מלאך גבריאל האט א גאנצן צייט איבער געשריבן די מעשה....
גלייך פארטאגס ט"ז ניסן איז המן געגאנגען טרויעריג מיט אן אראפ געלאזטן קאפ און שווערע טריט און א איינגעבויגענע רוקען, צו די אוצרות-צימער פון דעם קעניג, און ארויסגענומען אלע טייערע און פראכטפולע קליידער וואס דער קעניג האט איהם באפוילן. פון דארט איז ער געגאנגן צום פערד-שטאל און ארויסגענומען דעם גרעסטן שטארקסטן ווייסן פערד, און דאס אלעס געפיהרט צו מרדכי. צוויי באדינערס פון דעם קעניג זענען מיטגעגאנגן מיט איהם צו זעהן אויב ער טוהט אלעס וואס דער קעניג האט איהם באפוילן אדער נישט.
ער זוכט ארום מרדכי אין די גאנצע שטאט און ער טרעפט איהם זיצען אין בית המדרש לערנען תורה מיט די קליינע אידישע קינדער. המן גייט צו צו זיי און פרעגט זיי: "וואס לערנט איהר קינדער"? ענטפערט איהם מרדכי: "אין די צייטן פון דעם בית המקדש האט מען אין דעם היינטיגן טאג ט"ז ניסן מקריב געווען א פוהלע "קומץ" מנחה פאר א קרבן פון דעם עומר. און יעצט וואס דער בית המקדש איז חרוב, לערנען מיר די דינים, אז עס זאל גערעכענט ווערן פארן באשעפער פונקט אזוי ווי מיר זענען מקריב דעם קרבן עומר".
פרעגט איהם המן ווייטער: "וויפוהל האט געקאסט די גערשטן פון דעם קרבן עומר"? - "צעהן מָעָה" - ענטפערט איהם מרדכי.
המן גיבט א טיפן קרעכץ און רופט זיך אהן טרויעריגערהייט: "אייערע צעהן מָעָה האבן באזיגט מיינע צעהן טויזענט זילבערנע צענטער".....
שרייט איהם אהן מרדכי: "דו רשע וואס דו ביזט! דו ביזט דאך מיין קנעכט, דיין גאנצע פארמעגן געהערט דאך פאר מיר"!!!
"יא יא, - ענטפערט איהם המן - איך בין טאקע דיין קנעכט, דערפאר שטיי אויף און טוה אהן די קליידער וואס איך האב דיר געברענגט און זעץ זיך ארויף אויף דעם פערד וואס דער קעניג האט געשיקט פאר דיר".
"ווי אזוי קען איך אנטוהן די טייערע קעניגליכע קליידער ווען איך בין אזוי פארשמירט און באדעקט מיט אש און באוואקסן מיט האר, ווייל שוין דריי טעג וואס מיר פאסטן וועגן די גזירה, און אפילו לכבוד יום טוב האב איך זיך נישט אפגעשוירן"??
המן האט נישט געהאט קיין אנדערע וועג, און ער האט געמוזט נעמען מרדכי צום באד און איהם ארום וואשן און אפשערן זיינע האר, ווען ער האט א גאנצע צייט געקרעכצט און געוויינט. פרעגט איהם מרדכי: "וואס קרעכצטו אזוי שטארק, המן"? "פארוואס זאל איך נישט קרעכצען" - ענטפערט המן - "איך בין דאך דער הויפט מיניסטער פון לאנד, און פלוצלינג בין איך געווארן א שערער און בעדער" - - - לאכט איהם מרדכי אין פנים און שפעט פון איהם: "ביזטו דען נישט געווען 22 יאהר א שערער אין דעם דארף קרצום, וואס פארפירסטו אזוי שטארק"?.....
נאכן שערן און באדן און אנטוהן די קעניגליכע קליידער, האט איהם המן געהייסן ארויף גיין אויף דעם פערד. "ווי אזוי קען איך ארויף גיין אויף דעם פערד, איך בין דאך אפגעשוואכט פון דריי טעג פאסטן"? - פרעגט איהם מרדכי. המן האט זיך געמוזט אראפ בייגען צו דער ערד אז מרדכי זאל ארויף גיין אויף איהם, און אזוי זיך ארויף זעצען אויף דעם פערד. מרדכי האט איהם דערלאנגט א שטויס אז המן האט געקוויטשעט פון ווייטאג.
און אזוי האט המן אנגעהויבן ארום צו פיהרן מרדכי אין די גאסן פון שטאט, שרייענדיג הויך אויפן קול: "אזוי זאל געטוהן ווערן פאר דעם מענטש וואס דער קעניג וויל איהם אפגעבן כבוד"!!!!!!!
ווען די אידן אין שושן הבירה האבן געהערט וואס המן רופט אויס, און די גאנצע כבוד וואס מרדכי באקומט, זענען זיי ארויס געגאנגען מיט פאקלען און טראמפייטערס, און אויסגערופען: "אזוי זאל געטוהן ווערן פאר א מענטש וואס דער מלך מלכי המלכים, דער הייליגער באשעפער וויל איהם אפגעבן כבוד"!!!!!!
און המן הרשע דרייט זיך ארום אויפגערעגט און אנגעבלאזן מיט צארן און טרויער. פארשעמטערהייט איז ער געגאנגען, ווען דער קעניגס צוויי באדינערס באגלייטן איהם און פאסען אויף אז ער זאל גארנישט טוהן אנדערש פון דעם קעניגס רייד.
די פאראד ציהט זיך ווייטער אין די גאסן פון שטאט, און אלע מענטשן קוקען ארויס פון זייערע פענסטערס צו זעהן די אינטערעסאנטע בילד. אויך המן'ס טאכטער האט ארויסגעקוקט פון פענסטער ווען די פאראד איז אריבער געגאנגען פאר זייער הויז.
זי האט געמיינט אז איהר פאטער זיצט אויפן פערד און מרדכי זיין פיינד פירט איהם ארום. זי פרייט זיך שטארק ווי מרדכי ווערט פארשעמט אז ער מוז ארום פיהרן איהר פאטער, און זי טראכט אז זי וועט איהם מער פארשעמען. זי נעמט אין איהר האנט די שיסעל שמוציגע וואסער, און זי גייט ארויף אויפן דאך און גיט דאס א גיס אויס אויף דעם מענטש וואס האט געשלעפט דעם פערד.
המן ווערט באדעקט מיט שמוציגע וואסער פון קאפ ביז פוס, פאר די געלעכטער פון אלע מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען. ער הייבט אויף זיין קאפ צו זעהן ווער עס האט זיך דערוואגט איהם צו פארשעמען אינמיטן גאס פאר אלע מענטשן, און זעהט זיין טאכטער שטיין אויפן דאך. זיין טאכטער האט איהם באמערקט, און באלד פארשטאנען אז זי האט געהאט א ביטערן טעות, מיינענדיג אז איהר פאטער זיצט אויפן פערד, וואס דערווייל האט זי איהם גאר באגאסען מיט שמוציגע וואסער....... פון גרויס צער און עגמת נפש האט זי זיך אראפ געווארפען פון דאך און באלד געשטארבן.
ווען דאס "ארום פיהרן" האט זיך געענדיגט, האט זיך מרדכי צוריק געקערט צו זיין פאסטן און זאַק צו ענדיגן די פאסט און תשובה פון דעם דריטן טאג, און המן האט זיך צוריק געקערט צו זיין הויז באדעקט מיט שמוץ פון קאפ ביז פוס, און זיך אוועק געזעצט טרויערן נאך זיין געשטארבענע טאכטער.
ער הייבט אהן צו דערצעהלן פאר זיין פרוי אלע צרות וואס ער האט געליטען, זייט אינמיטן די נאכט ווען ער איז געגאנגען צום קעניג. אבער דערווייל זענען שוין אנגעקומען די שליחים פון דעם קעניג, צו רופען המן צו די סעודה וואס אסתר האט איהם נעכטן איינגעלאדענט צוזאמען מיט דעם קעניג.
ער טראכט ביי זיך אין הארץ: "נו, מיין מזל איז נאך נישט אינגאנצן אוועק, דער קעניג מיט די קעניגן האבן מיך נאך ליב, איך וועל זיי שוין דערצעהלן אלע מיינע צרות, און בעטן אז זיי זאלן נישט צולאזען אז מיין פיינד מרדכי זאל גרויס ווערן".
אינמיטען די סעודה רופט זיך אהן אחשורוש צו אסתר: "טייערע אסתר המלכה, ביטע דערצייל מיר די גאנצע זאך פארוואס דו האסט אונז ביידע איינגעלאדענט צו די סעודה שוין צום צווייטן מאל"?
האט אסתר געענטפערט: "טייערע קעניג, דו בעטסט מיר שוין אזוי לאנג אז איך זאל דיר דערצעהלן פון ווי מיין משפחה שטאמט. אט יעצט איז אנגעקומען די צייט דערצו דאס צו אנטפלעקן. דו זאלסט וואוסען אז איך בין א איד און א אייניקל פון שאול המלך וואס איז געווען פון שבט בנימין"!!!
די רייד זענען געפאלען אין המן'ס אויער ווי דינערען און בליצען...
"טייערע קעניג - זאגט אסתר ווייטער - דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז מיר אידן זענען פארקויפט געווארן צו פארטיליגן, פארלירען און הרג'ענען"!!! - המן פארשטייט אז די ווערטער מיינען נישט קיין אנדערע ווי איהם אליין. און אסתר זאגט ווייטער: "ווען מ'וואלט אונז פארקויפט אז מיר זאלן זיין קנעכט און מיר וועלן מוזען ארבעטן פארן קעניג, וואלט איך געשוויגן. ווייל די קעניגרייך וואלט נאר פארדינט פון דעם וואס מענטשן ארבעטן געטריי. - אבער יעצט וואס מיין פאלק איז פארקויפט געווארן צו פארטיליגן, פארלירען און הרג'ענען - ווי אזוי קען איך שווייגען און צוזעהן ווי מיינע ברודערס און שוועסטערס ווערן געהרג'עט"?!?!?!? - - - - -
רופט זיך אהן אחשורוש: "אסתר, איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיינע ווערטער, איך האב דאך נאר אונטערגעשריבן און געזיגעלט פאר המן, אויף א צעטל וואס איז געווען אויף דעם געשריבן, אז די אידן וועלן פארקויפט ווערן פאר קנעכט אז זיי זאלן ארבעטן פאר די קעניגרייך. ווער האט זיך דען דערוואגט צו טוישען די ווערטער נאך מיין אונטערשריפט"?!?!
א מלאך איז געקומען און אויפגעהויבן אסתר'ס האנט און געוויזן אויף המן, און זי רופט זיך אהן: "דער פיינד און רשע המן, האט געטוישט די ווערטער פון דעם קעניג"!!!
א שוידער און ציטער האט אנגעכאפט המן, - זיין פארברעכן איז יעצט אויפגעדעקט געווארן פארן קעניג. ער האט נישט געקענט לייקענען און זיך געמוזט מודה זיין און בעטן אז דער קעניג זאל איהם מוחל זיין: "ד-ד-ד-ד-ע-ר ק-ע-נ-י-ג ז-ז-ז-ז-א-ל מ-מ-מ-מ-י-ר מ-מ-מ-מ-ו-ח-ל ז-ז-ז-י-י-ן א-ו-י-ף ד-ע-ם" - זאגט המן ציטערדיגערהייט - "איך האב געטוישט די ווערטער אין די בריוון, איך האב געטוישט די "ע" פון דאס ווארט "לעבדם" (זיי צו מאכן ארבעטן) צו א "א" - "לאבדם" (זיי צו מאכן פארלירען)".
אחשורוש שרייט איהם אהן צוריק: "אזוי גאר, דיין האנט האט געטוהן די פאברעכן....זייער פיין און זייער גוט.... איך וועל יעצט צוזאמען רופן מיינע הארען און מיר וועלן זעהן וואס מען טוהט מיט דיר"!!!!!
המן שטייט פארן קעניג מיט א פארזויערטע פנים און וויינט, און חרבונא קומט אריין און הייבט אהן צו רעדן צום קעניג: "הויך געשעצטער קעניג, נישט נאר דאס אליין האט המן געטוהן, ער האט דאך אויך אנגערייצט בגתן און תרש אריין צו לייגן גיפט אין דעם קעניגס וויין. און ווען המן האט געזעהן אז מרדכי האט אויסגעזאגט וועגן זייערע שלעכטע מחשבות, און מ'האט זיי געהרג'עט, האט ער אנגעהויבן פיינט צו האבן מרדכי. און ער האט צוגעגרייט א בוים לאנג 50 איילן אויפצוהענגן אויף דעם מרדכי - דער מענטש וואס האט געראטעוועט דעם קעניגס לעבן.... יעצט זאל דער קעניג שיקען שליחים צו המן'ס הויז, און זעהן צו מיינע ווערטער זענען ריכטיג אדער נישט".
האט אחשורוש אויסגערופען: "לויפט שנעל און קוקט איבער ביי המן'ס הויז צו זעהן אויב חרבונא'ס ווערטער זענען ריכטיג"! די שליחים זענען צוריק געקומען און געזאגט: "ליבע קעניג, מיר האבן געזעהן דעם בוים אין המן'ס הויף וואס איז צוגעגרייט אויפצוהענגן אויף דעם, מרדכי".
"אויב אזוי" - שרייט אחשורוש פוהל מיט צארן - "באפעהל איך יעצט, אז דער מרדכי וואס האט מיר אזוי ליב און האט געראטעוועט מיין לעבן, און ער ליידט אזוי פוהל פון המן, - ער אליין וועט זיין דער וואס וועט נקמה נעמען און אויפהענגען המן, אויף דעם זעלבן בוים וואס המן האט אנגעגרייט פאר איהם"!!!!!
די באדינערס האבן שנעל צוגעאיילט מרדכי ער זאל מקיים זיין די נקמה אין זיין פיינד און איהם אויפהענגן אויף דעם בוים, לויט די באפעהל פון דעם קעניג. ווען מרדכי האט גענומען המן איהם אויפצוהענגן, איז המן געפאלען צו זיינע פוס און געוויינט ווי א קליין קינד און זיך געבעטן אז מרדכי זאל איהם כאטש שוינען און נישט אויפהענגען ווי א פראסטער פארברעכער, ווייל דאס וועט זיין א גרויסע שאנדע פאר איהם, - ער איז דאך דער הויפט מיניסטער פון דעם קעניג. נאר ער זאל איהם בעסער אפהאקען דעם קאפ באהאלטענערהייט, ווען קיינער וועט נישט זעהן.
האט מרדכי איהם געענטפערט: "א באפעהל פון דעם קעניג וויל איך נישט צושטערן און פארענדערן"!! המן שרייט און קוויטשעט: "פארשעם מיך נישט מיט דעם אויפהענגען נאר בעסער האק אפ מיין קאפ, אזוי ווי די אידן האבן געהרג'עט מיין זיידע אגג"!!!
מרדכי מאכט זיך נישט הערענדיג, און האט אינזינען מקיים צו זיין די מצוה פון "מחיית עמלק" גאנצערהייט - - - - - - און המן ווערט אויפגעהאנגן אויף דעם זעלבן בוים וואס ער האט אנגעגרייט פאר מרדכי, - ווען אלע אידן זענען דארט געשטאנען און צוגעקוקט מיט פרייד און געזאנג.
מיט דעם האט זיך נאך נישט געענדיגט די נקמה אין המן. נאך אין יענעם טאג איז המן'ס פאלאץ איבערגעגעבן געווארן צו זיין פיינט מרדכי - וואס ער איז יעצט געווארן דער גרעסטער מיניסטער און באליבסטער מענטש אין דעם לאנד.
די גאנצע משפחה פון המן שטייט און קריצט מיט די ציין פון רעגעניש ווי גרויס מרדכי איז יעצט געווארן. און נישט נאר דאס, - אחשורוש האט צוגעשטימט צו אסתר'ס פארלאנג און אין דעם טאג כ"ג סיון, - זיבעציג טעג נאך דעם וואס המן ארויס געשיקט די ערשטע בריוו - זענען ארויס געשיקט נייע בריוו צו אלע מדינות. וואס אין זיי איז געשטאנען: אין דעם טאג י"ג אדר, - וואס וואלט געדארפט זיין דער טאג פון אויסהרג'ענען די אידן, - זאלן זיך פארזאמלען אלע אידן צוזאמען אין אלע זייערע ערטער, און זיי מעגן אויסהרג'ענען זייערע פיינט און אלע וואס ווילן זיי שלעכטס טוהן, אין איין טאג. פונקט פארקערט וואס המן האט געשריבן אין די ערשטע בריוו.....
און טאקע אזוי איז געווען, ווען עס איז אנגעקומען דעם טאג, האבן די אידן געוועלטיגט אין זייערע פיינד, און די ציטער פון די אידן איז געפאלען אויף אלע פעלקער.
אין שושן הבירה איז די שמחה געווען דאפעלט אזוי גרויס, ווייל דארט האבן זיי געהאט זייער פוהל פיינט וואס המן האט שטענדיג אנגערייצט. די אידן האבן דארט פארטיליגט 500 מענטשן, און די צעהן קינדער פון המן האבן זיי אויפגעהאנגן. אבער אין זייערע פארמעגן האבן די אידן גארנישט צוגערירט, כדי צו ווייזען אז נאר די מצוה פון "מחיית עמלק" איז קעגן זייערע אויגן, און נישט צו פארדינען גאלד און זילבער!!
און אז כדי די נקמה אין עמלק זאל זיין אזוי ווי עס דארף צו זיין, האט אסתר געבעטן ביים קעניג אז ער זאל ערלויבן פאר די אידן פון שושן הבירה נקמה צו נעמען אין זייערע פיינד נאך איין טאג י"ד אדר. דער קעניג האט זיי ערלויבט, און זיי האבן אויסגעהרג'עט נאך 300 עמלקים. - און מיט דעם האט זיך געענדיגט די געשיכטע פון די פארשאלטענע משפחה פון המן בן המדתא האגגי, ימח שמו
! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - ! - !

ארור המן אשר בקש לאבדי, ברוך מרדכי היהודי, ארורה זרש אשת מפחידי, ברוכה אסתר בעדי!!!

שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

תגובהדורך שבת קודש » זונטאג פאברואר 21, 2010 11:43 pm

בניגון ונהפוך הוא

איך געב רשות פאר וועם עס געפעלט דאס צו ניצען לכבוד שמחת פורים

א) אנעים זמירות ושירים
אגוטען, אגוטען פורים
פאר דער גאנצע מסיבה

בעט ביים בורא איך זאל זיין מובטח
ה' שפתי תפתח
ווען איך שטעל מיר אויף אלץ שליח ציבור

א) אחשורוש האט געמאכט א פארטי
להודיע יפיי ולהגיד תפארתי
פאר הפחים ושרים כל מיני רעבתנים

דערנאך ווי א גוטע פאליטישען
עקסטער לכל העם הנמצאים בשושן
אויף זיבען טאג זענען זיי מוזמנים

ב) ביום השביעי כטוב לב המלך
זאגט ער אזוי הייס איך און באפעל-איך
שבת קודש איז דאס געוועהן

אז ושתי זאל קומען בבושה וכלימה
ובלבד שתהא ערומה
יעדער איינער זאל זי קענען זעהן

ב) אבער זי שרייט הויעך ניין
צו דער שיכור וויל איך נישט גיין
און זי לאכט איהם אויס בפנים שוחקות

אהורייריה דאבא, שומר הסוסים
פון איין בראנפען גלעזל ווערסטו שוין מבושם
איך האב דיר טיעף פארפאקט כיס בתוך-כיס

ג) אחשורוש פלאצט און ער ווייסט נישט וואס ס'טוט זיך מיט-איהם
רופט ער לחכמים יודעי העתים
וואס זאל איך טוהן, מה יעשה (צירי יו"ד, קמץ עי"ן)

ויאמר ממוכן הדיוט קופץ בראש
אויף דיין כבוד איז זי נישט געוועהן חש
דארפסטו זי הרג'ענען, אחת דתה

ד) אחשורוש שטייט אויף דער נעקסטע צופרי
און פרעגט וואו איש ושתי
מען קוקט איהם אהן כאילו ער קומט פון דער לבנה

מען זוכט א פרוי וואס איז שיין
ותהי אסתר נושאת חן
לשמוח בכל שנה ושנה

* * * * * * * * * * * * * * *
א) בגתן ותרש טוהן פארדריסען
לעבן מרדכי טוהן זיי שמועסען
אבער מרדכי קען דאך שבעים לשונות

ער זאגט אויס פאר אסתר דעם סוד
אשר בקשו לשלוח יד
און מען שרייבט עס איין בספר הזכרונות

א) נאך מעשיהם בספר נכתבים
גדל המלך את המן דער כלב שבכלבים
און ער זעצט איהם לעבן זיך אויבן אהן

המן האט נישט אריינגעטראכט
אז פאר די קלאפ קומט דער מאכט
לפני שבר גאון

ב) עס פאלט איהם איין א נייע סברא
מען זאל זיך בוקען צו איהם ווי אנ'עבודה זרה
אבער מרדכי זאגט כ'האב דיך אין ד'רערד, בשאול תחתיה

דער שטר עבדות האט ער איהם דערמאנט
דו ביזט מיין קנעכט נישט פון היינט
ישקיני מנשיקות פיהו

ב) המן איז דאס בלוט אין קאפ ארויף
פון אלע יודען וויל ער מאכן סוף
צו אחשורוש מיט לשה"ר לויפט ער צו

ישנו עם אחד מפוזר
וואס אין דיינע געזעצן זענען זיי נישט נזהר
א גאנץ יאר פארברענגען זיי בשה"י פה"י

ג) מרדכי הצדיק דערוואוסט זיך במהרה
אז עס איז ארויס א שלעכטע גזירה
ער לויפט אין די גאסען ויזעק זעקה

גדולה הסרת הטבעת
אבער גדולה תשובה שמגעת
יודען טוטס תשובה תפילה וצדקה

ד) אסתר המלכה מאכט א פלאן
צו אחשורוש גייט זי אריין
למנצח על אילת בעט זי מיט כונה

ויפתח ה' את פי האתון
מה שאלתך וינתן
לשמוח בכל שנה ושנה

* * * * * * * * * * * * * * *
א) המן גייט פונעם סעודה א שפאציר
זעט ער מרדכי זיצט ביים טיר
און געט זיך פאר איהם נישט קיין ריר

זאגט איהם זרש לייג צו דיין אויער
יעשו עץ גבוה
און מרדכי וועסטו הענגען אויפען תליה

א) א גאנצע נאכט בויעט ער די תליה דעי
יעצט דארף ער נאר דעם אקעי
ער לויפט צו אחשורוש באלד אינדערפרי

אחשורוש ליגט און פאפט א פרקדן
איז פון הימעל ארויס דעם פסק-דין
נדדה שנת המלך בלילה ההיא

ב) ער פרעגט המן וואס מען טוט
פאר איינער וואס איך וויל איהם טוהן גוט
המן טראכט זיך וועמען קען דאס מיינען

הייבט ער אהן דער משא ומתן
אויפען קעניג'ס פערד זאל ער רייטען
און מיט בגדי מלוכה זאל ער ערשיינען

ב) אחשורוש זאגט דו רעדסט צום זאך
יעצט גיי שנעל מהר קח
המן ווערט א גאנצע בעל מלאכה

קודם זיין א שערער און בעדער
דערנאך שרייען אז הערן זאל יעדער
ויקרא לפניו ככה

ג) המן איז געוועהן א רחמנות
ווען ער האט באקומען א שלח מנות
אויף כיבוד אב נישט געוועהן חש

נידון בצואה רותחת, הייסע
והמן נדחף אל ביתו
אבל וחפוי ראש

ד) זיינע יועצים זאגען דאס איז נאר א התחלה
דו וועסט נאך האבען א פעסטע מפלה
פאר זיך טשעפען מיטען קהל עדת מי מנה

אדאנק צו דיר און דיינע יסורים
וועלן זיי מקבל זיין עליהם לעשות פורים
ולשמוח בכל שנה ושנה

* * * * * * * * * * * * * * *
א) א שווארצען סוף וועסטו האבען
מען וועט דיר נאך אינגאנצען באגראבען
ויטמרון בגו כפין

אבער אצינד קען מען נישט וויילען
צו אסתר'ס סעודה קומט מען שוין איילען
אפי' זיך נישט געקענט אפזייפען

א) אסתר איז צו אחשורוש פונה
זאלסטו וויסען אז איך האב א שונא
וואס וויל טוהן מיט מיר אזוי ווי מיט ושתי

ווען דו וואלסט כאטש דערפאר געלט באקריגען
וואלט איך נאך דערויף געשוויגען
ואילו לעבדים ולשפחות נמכרנו החרשתי

ב) אחשורוש שרייט זאג מיר שוין
ווער איז דער מיאס'ע פארשוין
איך וועל פון איהם מאכען א צימעס

זאגט איהם אסתר ער זיצט ממש דא
איש צר ואויב המן הרע
זיין עונש בעט איך דיר באשטים-עס

ב) אחשורוש ווערט רויט און ווייס
ער ווייסט נישט וואס צו טוהן פאר כעס
ער גייט ארויס אביסעל לופט שעפן

ווען ער קומט צוריק כאפט איהם א ציטער
והמן נופל על המטה
פרעגט ער עמי בבית ווילסטו זיך אויך טשעפען

ג) ויאמר חרבונה זכור לטוב
עס שטייט א בוים אין המן'ס הויף
פופציג אמות טוט עס דערגרייכען

זאגט אחשורוש הענגטס איהם אויף
ער האט כשר פארדינט זיין סוף
על העץ אשר הכין

ד) אסתר בעט זיך נאך א בקשה
להעביר מחשבת המן הרשע
נאר ליום הזה זאל מען מאכען א הכנה

פאר זקנים וצעירים
קימו עליהם לעשות פורים
ולשמוח בכל שנה ושנה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 22, 2010 1:13 am

ה ע ר ל י ך
ה ע ר ל י ך
ה ע ר ל י ך

כ'אב נאך אין מיין לעבן נישט געליינט די מגילה מיט אזא קלארן המשך!!
היי יאר וועט זיך ליינען גאר אנדערש די מגילה וואוסענדיג די באדייט פון די ענינים.
אשריך ר' שבת קודש!

הגם ס'יז דא עטליכע הוספות עמיר לאזן פאר א צווייט מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 22, 2010 12:32 pm

אומבאגרייפליך, כ'פרינט עס ארויס, איך וועל שוין האבן וואס צו פארציילן די קינדערליך, יאשר כוחך בזה ובבא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 24, 2016 10:39 am

ש"ק, הערליך שיין
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מיטוואך מארטש 16, 2016 6:43 pm

PDF ביטע, יישר כח !

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:57 pm

לכבוד שבת קודש...

מדרש פורים ש ק אייוועלט.pdf
(143.33 KiB) דאונלאודעד 34 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג פאברואר 23, 2018 2:43 pm

די גראמען..
צוגעלייגטע
גראמען פורים אייוועלט.pdf
(31.47 KiB) דאונלאודעד 12 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט