מאנטאג יולי 20, 2015 11:05 pm
פר בן בקר האט געשריבן:איך פאר אין קאנטרי (האטעל) אויף שבת, מעג איך ניצן דארט די פרישע לינען, האנטיכער וכו'? אדער דארף איך מיט ברענגען אלעס פון דערהיים?
מאנטאג יולי 20, 2015 11:14 pm
מאנטאג יולי 20, 2015 11:15 pm
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע
דינסטאג יולי 21, 2015 6:53 am
דינסטאג יולי 21, 2015 7:22 am
לכאורה האט געשריבן:פר בן בקר האט געשריבן:איך פאר אין קאנטרי (האטעל) אויף שבת, מעג איך ניצן דארט די פרישע לינען, האנטיכער וכו'? אדער דארף איך מיט ברענגען אלעס פון דערהיים?
ראיתי בנטעי גבריאל שצריכין להביא מן הבית בלתי מכובסות
דינסטאג יולי 21, 2015 10:43 am
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע
וועמענס האנטוכער איז עס? קהל'ס?, אויב אזוי ווי אזוי האט עס יענער קונה געווען מער ווי דיר?
ווייל קהל געט אים א רשות עס צו ניצן יעצט איזעס כדידיה אויף די פאר מינוט
דינסטאג יולי 21, 2015 10:53 am
יהיה כן האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע
וועמענס האנטוכער איז עס? קהל'ס?, אויב אזוי ווי אזוי האט עס יענער קונה געווען מער ווי דיר?
ווייל קהל געט אים א רשות עס צו ניצן יעצט איזעס כדידיה אויף די פאר מינוט
אז קהל גיט אים רשות עס צו נוצן איז עס נאך נישט 'זיינס', עד כדי גניבה, כל זמן קהל גיט מיר אויכעט רשות, פונקט ווי פאר עם, איז עס מיינס פונקט ווי זיינס,
דינסטאג יולי 21, 2015 10:56 am
דינסטאג יולי 21, 2015 10:59 am
דינסטאג יולי 21, 2015 11:02 am
purple knish האט געשריבן:Does anyone know of a 'mekor' not to make the 'mikveh' hot/warm in the 9 days, but rather lukewarm? Thanks
דינסטאג יולי 21, 2015 12:05 pm
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע
וועמענס האנטוכער איז עס? קהל'ס?, אויב אזוי ווי אזוי האט עס יענער קונה געווען מער ווי דיר?
ווייל קהל געט אים א רשות עס צו ניצן יעצט איזעס כדידיה אויף די פאר מינוט
אז קהל גיט אים רשות עס צו נוצן איז עס נאך נישט 'זיינס', עד כדי גניבה, כל זמן קהל גיט מיר אויכעט רשות, פונקט ווי פאר עם, איז עס מיינס פונקט ווי זיינס,
ניין ווייל ווען קהל געט אים רשות געט מען עס פאר אים אין נישט פאר דיר איך מיין צו זאגן אז די דעת פונם ציבור איז אז אויב איינער צאלט מקוה געלט, קומט מיט, אז די קויפסט יעצט א האנטוך פאר אפאר מינוט, אין מען גייט עס נישט לאזן א צווייטן יעצט ניצן, אין הכי נמי די וואס צאלן נישט קיין מקוה געלט יז א עקסטערע שמיעס פאר זיך אז מען ווערט נישט הייליג דורך אן עבירה אבער אין כן מקום להאריך מען דארף פאר דעם עפענען א נייע אשכול
דינסטאג יולי 21, 2015 12:07 pm
זאל ער קומען האט געשריבן: (ווי איז טאקע האנטעך לעצטענס?)
דינסטאג יולי 21, 2015 12:24 pm
farshlufen האט געשריבן:קענטעלאופ האט געשריבן:אביסל א אנדערע שאלה וועגען די 9 טעג
א בחורל מאכט א סיום משניות אויף א מסכתא, מעג מען עסן פלייש?
פרעגט א מורה הוראה, בזכרוני, נאר אויב מ'האט עס געלערנט בעיון רב.
דינסטאג יולי 21, 2015 12:32 pm
האנטעך האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:קענטעלאופ האט געשריבן:אביסל א אנדערע שאלה וועגען די 9 טעג
א בחורל מאכט א סיום משניות אויף א מסכתא, מעג מען עסן פלייש?
פרעגט א מורה הוראה, בזכרוני, נאר אויב מ'האט עס געלערנט בעיון רב.
די כלל איז אויב מ'האט שמחה אז מ'האט גענדיגט די מסכתא דעמאלס איז עס א סעודת מצוה, כמדומה אז כ'האב אמאל געזעהן בשם ר"ח קנייבסקי אדער בשם דעם חזו"א אז אויף משניות קען מען מאכן א סיום ווען מ'האט גענדיגט א גאנצע סדר.
כ'האב געזעהן נאכברענגען פון מעשי איש ח"ב, אז ער ברענגט פון ר"ש גריינימאן וואס האט געפרעגט דעם חזו"א וועגן לערנען שנעל א מסכתא אויב מ'קען מאכן א סיום (יענער פארשטייט אז מ'רעדט פון סתם זאגן די ווערטער אן קין הבנה ראוי'), האט ער גענטפערט ווען מ'לערנט אזוי גאנץ ש"ס, ווייל דער חזו"א האט געהאלטען אז ס'איז א ענין צו זאגען ש"ס אין אפאר חדשים ווייל עפעס קלעבט זיך אן. (זעה קונט' קרוב אליך עמוד י"ז)
ווידער אום איז באקאנט חסידישע מעשיות פון שינעווער רב און אנדערע אז ענדיגען א מסכתא וואס איז שגור בפיו, שנעלערהיט איז אויך גענוג גוט פאר א סיום, און כידוע האט ר' צדוק הכהן פון לובלין יעדן טאג גענדיגט א מסכתא כדי צו נהנה זיין נאר פון א סעודת מצוה.
דינסטאג יולי 21, 2015 12:34 pm
סאדאם חוסעין האט געשריבן:purple knish האט געשריבן:Does anyone know of a 'mekor' not to make the 'mikveh' hot/warm in the 9 days, but rather lukewarm? Thanks
דאס קומט פשוט וועגן די אסור רחיצה אז עס איז קאלט איז עס נישט אזא הנאה
דינסטאג יולי 21, 2015 12:37 pm
מי יודע האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע
בכלל איז א שאלה צו מען מעג מיט נעמען א האנטוך צום בור. אונזערע עלטערען האבען עס נישט געטוהן.
דאס איז די שאלה? צו מחמת המבואר בשו"ע שלא לכסות דנראה כמתבייש
דינסטאג יולי 21, 2015 12:43 pm
דינסטאג יולי 21, 2015 1:18 pm
קוק אין די גמרא אז נאר ווען מ'איז נישט קעגן א מענטש דארף מען נישט מכסה זיין אראפ אז מ'איז נאר קעגן ים דארף מען נישט, אבער ארויף ווייל ס'דא מענטשן דארף מען מכסה זיין.האנטעך האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:יעקב צוקערמאן האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע
בכלל איז א שאלה צו מען מעג מיט נעמען א האנטוך צום בור. אונזערע עלטערען האבען עס נישט געטוהן.
דאס איז די שאלה? צו מחמת המבואר בשו"ע שלא לכסות דנראה כמתבייש
עס איז נאר אסור ביים עצם אראפ גיין אבער ביז צום בור איז יא א הידור זיך צו פארדעקן
דינסטאג יולי 21, 2015 1:21 pm
סאדאם חוסעין האט געשריבן:האנטעך האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:קענטעלאופ האט געשריבן:אביסל א אנדערע שאלה וועגען די 9 טעג
א בחורל מאכט א סיום משניות אויף א מסכתא, מעג מען עסן פלייש?
פרעגט א מורה הוראה, בזכרוני, נאר אויב מ'האט עס געלערנט בעיון רב.
די כלל איז אויב מ'האט שמחה אז מ'האט גענדיגט די מסכתא דעמאלס איז עס א סעודת מצוה, כמדומה אז כ'האב אמאל געזעהן בשם ר"ח קנייבסקי אדער בשם דעם חזו"א אז אויף משניות קען מען מאכן א סיום ווען מ'האט גענדיגט א גאנצע סדר.
כ'האב געזעהן נאכברענגען פון מעשי איש ח"ב, אז ער ברענגט פון ר"ש גריינימאן וואס האט געפרעגט דעם חזו"א וועגן לערנען שנעל א מסכתא אויב מ'קען מאכן א סיום (יענער פארשטייט אז מ'רעדט פון סתם זאגן די ווערטער אן קין הבנה ראוי'), האט ער גענטפערט ווען מ'לערנט אזוי גאנץ ש"ס, ווייל דער חזו"א האט געהאלטען אז ס'איז א ענין צו זאגען ש"ס אין אפאר חדשים ווייל עפעס קלעבט זיך אן. (זעה קונט' קרוב אליך עמוד י"ז)
ווידער אום איז באקאנט חסידישע מעשיות פון שינעווער רב און אנדערע אז ענדיגען א מסכתא וואס איז שגור בפיו, שנעלערהיט איז אויך גענוג גוט פאר א סיום, און כידוע האט ר' צדוק הכהן פון לובלין יעדן טאג גענדיגט א מסכתא כדי צו נהנה זיין נאר פון א סעודת מצוה.
באטשטשער רב ברענגט אראפ בשם ר' שלום קאמינקער אז ער האט א ראיה אז א סיום משניות הייסט אויך א סיום ווייל די גאנצע פלאץ ווי מען לערנט ארויס אז א סוים הייסט א סעודת מצוה איז פון אביי ווואס האט געזאגט תיתי לי דשלים מסכת עבידנא יומא טבא לרבנן, און אין אביי'ס צייטן איז נאך נישט געווען קיין גמרא. אבער עס איז דא וואס ענטפערן ווייל די צורבא מרבנן פון אביי צייטן האט געלענט אלע גמרות אזוי וווי אונז נאר נאך נישט מסודר אזוי ווי רב אשי האט עס מסדר געווען, אין הכי נמי אויב יינער לערנט אזוי משניות קען מען אויך מאכן א סיום, עכ"פ הכרעת כל פוסקי דורינו אז אויף איין מסכת מאכט מען נישט קיין סיום אבער אויף א גאנצע סדר מאכט מען יא.
דינסטאג יולי 21, 2015 1:22 pm
האנטעך האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין איך האב געזעהן א חידוש אין הליכות שנה, אז ווישטוכער צו אפווישען כלים איז מותר צו נעמען פרישע, און ער איז מדייק פון מחבר וואס שרייבט מטפחת ידים, האט איינער שוין געהערט וועגן דעם צו איז עס אנגענומען? ווייל למעשה אפשר איז עס אריין גערעכנט אין די כלל פון מטפחת השלחן, א טישטוך?
דינסטאג יולי 21, 2015 1:23 pm
האנטעך האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:purple knish האט געשריבן:Does anyone know of a 'mekor' not to make the 'mikveh' hot/warm in the 9 days, but rather lukewarm? Thanks
דאס קומט פשוט וועגן די אסור רחיצה אז עס איז קאלט איז עס נישט אזא הנאה
עיין שער הציון תקנ"א אות צח.
דינסטאג יולי 21, 2015 3:23 pm
דעוויס האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:באטשטשער רב ברענגט אראפ בשם ר' שלום קאמינקער אז ער האט א ראיה אז א סיום משניות הייסט אויך א סיום ווייל די גאנצע פלאץ ווי מען לערנט ארויס אז א סוים הייסט א סעודת מצוה איז פון אביי ווואס האט געזאגט תיתי לי דשלים מסכת עבידנא יומא טבא לרבנן, און אין אביי'ס צייטן איז נאך נישט געווען קיין גמרא. אבער עס איז דא וואס ענטפערן ווייל די צורבא מרבנן פון אביי צייטן האט געלענט אלע גמרות אזוי וווי אונז נאר נאך נישט מסודר אזוי ווי רב אשי האט עס מסדר געווען, אין הכי נמי אויב יינער לערנט אזוי משניות קען מען אויך מאכן א סיום, עכ"פ הכרעת כל פוסקי דורינו אז אויף איין מסכת מאכט מען נישט קיין סיום אבער אויף א גאנצע סדר מאכט מען יא.
אפשר צייכנסטו דעם מקור?
דינסטאג יולי 21, 2015 3:39 pm
דינסטאג יולי 21, 2015 3:49 pm
האנטעך האט געשריבן:דעוויס האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:באטשטשער רב ברענגט אראפ בשם ר' שלום קאמינקער אז ער האט א ראיה אז א סיום משניות הייסט אויך א סיום ווייל די גאנצע פלאץ ווי מען לערנט ארויס אז א סוים הייסט א סעודת מצוה איז פון אביי ווואס האט געזאגט תיתי לי דשלים מסכת עבידנא יומא טבא לרבנן, און אין אביי'ס צייטן איז נאך נישט געווען קיין גמרא. אבער עס איז דא וואס ענטפערן ווייל די צורבא מרבנן פון אביי צייטן האט געלענט אלע גמרות אזוי וווי אונז נאר נאך נישט מסודר אזוי ווי רב אשי האט עס מסדר געווען, אין הכי נמי אויב יינער לערנט אזוי משניות קען מען אויך מאכן א סיום, עכ"פ הכרעת כל פוסקי דורינו אז אויף איין מסכת מאכט מען נישט קיין סיום אבער אויף א גאנצע סדר מאכט מען יא.
אפשר צייכנסטו דעם מקור?
ס'איז טאקע אינטרעסאנט ווייל דער באטשאטשער רב איז געווען א תלמיד פון רמ"ל סאסובער (?) און ר"ש קאמינקער איז געווען דער חבר פון צאנזער רב, איז ער דאך געווען א סאך פריער, אז ער זאל ברענגען פון ר"ש קאמינקער?