Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג אוגוסט 18, 2009 4:15 pm

ב''ה
בילד
דאס איז הרב יוסף דוב הכהן ליעבערמאן זצ''ל מנכדי הקונטרס הספיקות תלמיד המהרש''ג מנהל ת''ת ערוגת הבושם
ואומר השיעור המפורסם כל בוקר אחר התפילה על סדר הש''ס בביהמד''ר תורה ודעת על ווילסאן סטריט .

Advertisement

דינסטאג אוגוסט 18, 2009 4:20 pm

מיללער האט געשריבן:ביסט זיכער הרב פארשלאפן? איך קלער אויך אזוי

# 2 און # 3 זענען שוין געווען אן קיין פתרון, רעכטס פונעם נענטערן בילד זעהט אויס ווי דער ברך משה פון סאטמאר זצ"ל, אבער דער ווייטערער בילד שטעלט פאר אן אנדערן וואס איז מער מסתבר צו זיין דער ברך משה, רעכטס פונעם באטורער רב, ווער דערקענט כאטש נאך אפאר אידען?

ב''ה
הרב חי''ל ט''ב מבאטור
הרה''צ ר''מ ט''ב מסאטמאר '
הרב נפתלי גרויס מקערעסטיר ומחותנו
הרה''צ רח''ש הורוויץ מזעליזשא-סטריזוב

דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:40 pm

תשוח"ח לכם כבוד הרבד"צ על הפיענוחים, תגיד לי, האם ר' יוסף דוב הנ"ל הותיר צאצאים, ווער זענען זיינע בני משפחה, שיינט צו זיין א ריכטיגער חסידישער איד, אפשר די קראסנא משפחת כהנא-ליבערמאן?

מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:46 pm

דער זיידע שליט"א האט מיר געגעבן אביסל צייט, און כמה שידו מגעת וועט ער אי"ה מפענח זיין, וזה החל:

בילד #1 איז טאקע דער באטורער רב זצ"ל. דער וואס זיצט לעבן באטורער מיטן הוט, איז ווארשיינליך איינער גערטנער (אפשר יוסף גערטנער ?).

בילד #3:
איז רעכטס מרן הברך משה זצ"ל, אינמיטן איז הגה"צ רבי נפתלי גרוס מקערעסטיר-בערבעשט זצ"ל און דער דריטער איז הגה"צ רבי חיים שלמה הורוויץ זצ"ל מסטריזוב. (נישט ווי יאסל האט געשריבן אז דער אינמיטן איז דער סטריזובער).

בילד #2 (באותו מאורע של בילד #3) איז דער זיידע מוסיף אז נאכן ברך משה איז דער באטורער, און נאכדעם הרה"ח ר' אהרן ט"ב ז"ל ב"ר לייבוש מאוהעל.

בילד #4 זאגט דער זיידע אז ס'איז טאקע מסתבר אז דאס איז הרב ליבערמאן ווי הרבד"ץ האט ערווענט, אבער דער זיידע דענקט איהם נישט גיין מיט קיין שטריימל.

בילד #5 מער ווי ספק, אז דאס איז דער בארדיובער רב הגה"צ רבי זלמן לייב האלבערשטאם זצ"ל, געוואוינט אויף בעדפארד (דארט ווי היינט 'ויואל משה' בנין).

מיללער
דער זיידע זאגט אז דער הרב ליבערמאן האט געהאט אן איידעם וואס האט געהייסן טענענבוים (געוואוינט אמאל אויף 151 טעילאר סטריט אין וומסב"ג), מחסידי סטאלין.

מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:52 pm

בילד נומער 1 האט מען שוין ערגעץ דא אידענטיפיצירט דער ערשטער רעכטס (מיטן ציגאר) איז הה"צ ר' מענדל רובין מקערעסטיר ז"ל (אבי ר' מאיר יוסף מק"י ור' ישעיה רובין קערעסטיר וומבס"ג)

מיטוואך אוגוסט 19, 2009 4:11 pm

א מעכטיגען דאנק פאר די חסדים פון אייער זיידע, עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים.

יהי' כן, איך האב אן צו קלערן אז דער מאורא איז בבית ר' מענדל רובין, ווייל ביי א שמחה פון ר' חיים שלמה זעלבסט וואלטן די באטורער רב און דער בר"מ פילייכט געטראגן שטריימליך, וועמענס זוהן איז דער ר' מענדל געווען? לכאורה ר' מאיר יוסף חדב"ן הרה"צ ר' ישעי'לע מקרעסעטיר וחותן ר' נפתלי גרוס מבערבעשט.

איך רעד צו דער זאך?

ולפי הנ"ל בין איך מוסיך אז אויף בילד # 2 דער ערשטער רעכטס איז דער זעלבער ר' מענדל רובין, עס בלייבט איבער פאר חמנתן'ס זיידע די צוויי לינקס.

הרבד"צ שליט"א,
איז בילד # 5 דער בארדיובער ר' זלמן לייב האלבערשטאם? אגב דער בילד איז טאקע אויף בעדפארד עוו. צווישען ראדני און ראסס, אבער קעגן איבער דעם בארדיובער שטיבל (היינט וואיטצען).

מיטוואך אוגוסט 19, 2009 9:43 pm

ב''ה
התמונה היא מבעדפארד בין קיעפ לראדני .
ר' מנדל רובין ואחיו ר' ישכר בעריש חתן הרב מסארוואש הם בני הרה''צ ר' מאיר יוסף חתן הרה''צ ר' אברהמעלע בן הרה''ק ר' שעיעלע מקעריסטיר .
ר' נפתלי גרויס הי' ג''כ חתן הרה''צ ר' אברהמעלע [הרבנית שלו רעבעצין מלכה האריכה ימים ]לפני המלחמה הי' גר בדברצין ובארה''ב בקראנהייטס
ואח''כ לזמן בארה''ק בטברי' ואח''כ חזר לארה''ב וגר במיאמי . השאיר כמה בנים וב' בנות פעפערקארן ווואזנער .אחיו הגדול הרב ר' שמוא' ''מקראלי''
הי' חתן הרה''ק ר' ישיעלע .גם אשת הרה''צ ר' מנחם ישרא' ר''ב מקאסאני היא בת ר' מאיר יוסף .

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 10:21 am

יישר-כח הרבד"צ פאר די אינפארמאציע.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 10:37 am

נחמן נתן האט געשריבן:בילד #5 מער ווי ספק, אז דאס איז דער בארדיובער רב הגה"צ רבי זלמן לייב האלבערשטאם זצ"ל, געוואוינט אויף בעדפארד (דארט ווי היינט 'ויואל משה' בנין).



דער ר' יקתואל יהודא ה"ש פון בארדיוב האט איבער געלאזט דורות??

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:27 am

ב''ה
כן הוא השאיר בן וב' בנות .חתנו הוא הרב הורוויץ משארית ישראל וומ''ס

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:33 am

badatz האט געשריבן:ב''ה
כן הוא השאיר בן וב' בנות .חתנו הוא הרב הורוויץ משארית ישראל וומ''ס

ווער זענען די זונ'ען זיי לעבען נאך פארוואס האבען זיי נישט איבערגענומען דעם טאטענס ביהמ"ד?

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 1:04 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
כן הוא השאיר בן וב' בנות .חתנו הוא הרב הורוויץ משארית ישראל וומ''ס


אזוי אויך איז געווען נאך אן איידעם 'גרינוואלד' א פרעשבורגער, נלב"ע י"ז טבת.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 1:07 pm

דער בארדיובער רביצין ע"ה האט חתונה געהאט בזוו"ש מיט הרה"ח ר' וואלף פריינד ע"ה. (פאטער פון ר' יהושע פריינד הי"ו וועלכער גיבט זיך אפ מיטן קשאנובער שטיבל אין בעדפארד גארדענס אין וומסב"ג.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 1:17 pm

בילד #6

הרה"ח ר' אברהם הלוי בארמינקא (טייטלבוים) ז"ל, ממארגארעטטען. געוואוינט אין בני ברק, בערוב ימיו האט ער זיך אריבער געצויגן קיין וומסב"ג אויף פענן סטריט.

דא אויפן ערשטן עמוד פונעם אשכול האט מען שוין געהאט אראפגעברענגט אן אנדערער בילד וואו מ'זעהט איהם. אזוי אויך איהם אביסל דיסקוטירט אויפן צווייטן עמוד.

מאנטאג ספטמבר 07, 2009 7:13 pm

ידידינו ר' נחמן נתן האט געשטעלט דעם בילד וואס עס פעלט נאך זיהוי, דער ערשטער רעכטס איז ווארשיינליך דער שארמאשער רב ר' נפתלי הירצקא העניג, דערנאך איז מרן הבר"מ מ'סאטמאר ז"ל, החתן (?), הגה"ק בל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג ז"ל, ווער איז דער לעצטער לינקס.

איך הייב אן קלערן לויט א בילד אין 'מלכות טשערנאבל' איז דאס איז אפשר ר' זושא מטשערנאבל?
עטעטשמענטס
collection%202135.jpg
collection%202135.jpg (35.51 KiB) געזעהן געווארן 1191 מאל

מאנטאג ספטמבר 07, 2009 7:34 pm

ר' זושא'לע זיכער נישט.

מיטוואך ספטמבר 09, 2009 12:03 pm

ווער איז דאס, א רב אדער סתם א איד?
עטעטשמענטס
Who.jpg
Who.jpg (24.16 KiB) געזעהן געווארן 1131 מאל

מיטוואך ספטמבר 09, 2009 8:22 pm

און ווער איז דער רבי מיט ר' אהרן? (קרעדיט מתפעל בח"ח)
עטעטשמענטס
untitled.JPG

מיטוואך ספטמבר 09, 2009 8:45 pm

זאגט מיר מיין ידיד הרב מב. אין גוגל-רעד, אז דאס איז פילייכט ר' שלמה לייפער פון ברייטאן ב"ר ישכר בערצי מסאטמאר, ביי די חתונה פון בנו ר' שלמה מנאדבורנא-בארא פארק, קאן עס איינער באשטייטיגען?

דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 8:39 am

מיללער האט געשריבן:זאגט מיר מיין ידיד הרב מב. אין גוגל-רעד, אז דאס איז פילייכט ר' שלמה לייפער פון ברייטאן ב"ר ישכר בערצי מסאטמאר, ביי די חתונה פון בנו ר' שלמה מנאדבורנא-בארא פארק, קאן עס איינער באשטייטיגען?


ר' שלום!
פילייכט ענדעלט דאס זייער אויף זיין זוהן ר' שלמה פון 53.
כדאי צו וויסן, דער ר' שלמה איז געווען פון די ערשטע חסידישע בחורים אין די לעיקוואד ישיבה, און פון די איינציגסטע וואס האבן באקומען הוראה און סמיכה פון זיין רבי'ן ר' אהרן קוטלר זצ"ל.

דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 2:33 pm

בן בוזי,
האסט געזוכט דעם אשכול? עס איז דא געווען אויפן ערשטן בלאט אונטען

דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 2:46 pm

א דאנק,
דערווייל האב איך געלייגט מיין תגובה דא

דינסטאג נובמבר 17, 2009 3:17 pm

ווייסט איינער ווער די זענען?
עטעטשמענטס
Rebbis.jpg
Rebbis.jpg (24.09 KiB) געזעהן געווארן 929 מאל

דינסטאג נובמבר 17, 2009 3:31 pm

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דאס איז רובין פון קימפלינג, נישט זיכער

דינסטאג נובמבר 17, 2009 3:52 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- פריי דיך נישט אז דו גייסט דארט אריין, אין נאו-טיים וועסטו ווערן דארט פארשלאסן.... א חסימה מיט א נעילה...
שרייב א תגובה

Advertisement