תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
מיטוואך יוני 24, 2009 4:13 pm
אגב, זה ימים רבים שאני מבקש לקנות את הספר 'קול יעקב' מהגה"צ רא"י ט"ב מקאבא הנ"ל, מי שיש לו ידיעה איפה ניתן להשיג יודיע לי, ואכיר לו טובה
Advertisement
דאנערשטאג יוני 25, 2009 3:30 pm
דעם בילד האב איך ממש לעצטענס געזעהן (כמדומני דא ביי אונז אין ביהמ"ד) אבער איך קען נישט טרעפן דאס ארט וואו כ'האב עס געזעהן. היינט האט מיר דאס איינער געשיקט אין בליץ-פאסט אנפרעגענדיג ווער עס ווערט דערקענט אויפן בילד (צולייגענדיג אז דער וואס האט איהם דאס געשיקט האט צוגעצייכענט אז דאס בילד איז גענומען געווארן אין ווארשא אפאר יאהר בעפארן קריג).
ווייסט איינער אפשר עפעס פרטים; ווער? ווען? וואו?
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג יוני 25, 2009 7:00 pm
דא איז געווען א שמועס דערוועגן.
מיטוואך יולי 08, 2009 4:51 pm
ווער דערקענט?
- עטעטשמענטס
-
![0050[1].gif (28.84 KiB) געזעהן געווארן 259 מאל 0050[1].gif](./download/file.php?id=12842&t=1)
מיטוואך יולי 08, 2009 5:04 pm
מונקאטשער רב זי"ע מיט זיין איידעם ר"ב זצ"ל (דאכטצעך שוין געווען דא ערגעץ אין קרעטשמע, אפשר אין שולשלת מונקאטש, כבין פויל יעצט צו זיכן)
מיטוואך יולי 08, 2009 6:39 pm
דאס איז נאר ר' ברוך'ל ממונקאטש נישט מיט זיין שווער דער מנחת אלעזר, ווערט אויך געזעהן ר' יצחק שטערנהעלל מבאלטימאר ז"ל, דער בילד איז ברייט באהאנדעלט אינעם אשכול איבער דעם דערמאנטען ר' יצחק שטערנהעלל
דינסטאג יולי 14, 2009 3:57 pm
כבוד החברים,
דעם פאלגענדען בילד האב איך ערהאלטן פון א חשובען אינגערמאן הרוצה בעילום שמו, אנגעבליך איז דער בילד פון מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל (ערשטער רעכטס), בתו הבכירה הרבנית חי' ע"ה, און צולינקס איז געווען וואס האבן דאס געוולט אנלייגען אויף מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אבער דער וואס שיקט עס זאגט אז אלע מומחים האבן דאס אוועקגעמאכט ושאלתו בפיו ווער עס איז יא.
איך בין בכלל מוספק אפי' אינעם ברך משה'ס אידענטיטעט, מה דעתכם?
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג יולי 14, 2009 4:04 pm
הער מיללער דאס איז באבקעס, דער בילד האב איך שוין א לאנגע צייט אין מיין פייל, עס שטאמט דאכט זיך פון USHMM אלס א בילד פון שוחטים לערנען אין פוילן פארן קריג.
ווער עס זאגט אויף דעם אז עס איז דער ברך משה איז סתם א בעל דמיון, עס ענדעלט ניטאמאל.
מיטוואך יולי 15, 2009 11:02 pm
דער "קאפל" זאגט אז דאס זענען פוילישע צו גאליציאנע.
פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:30 am
אין די קומענדיגע הערות טוה איך בס"ד פושט זיין אפאר ספקות אין דעם אשכול וואס זענען נאך נישט איידענטיפיצירט געווארן.לכבוד הגבאים: אויב איז שייך צו אריבערפירן די ענטפערס צום ריכטיגען מקום וואלט געווען פאסיג דאס צו טוהן לתועלת הצבור, אז דער חידה ופתרונו על מקומם הנכון יבואו בשלום. יישר כחאויף עמוד 14 די צווייטע בילד פון לעווי'ס ערשטע תגובה איז הרה"ג רבי ישראל מנחם ברוין זצ"ל אב"ד ברעזעוויטץ, חותן כ"ק בעל ויגד יעקב מפאפא זצ"ל.
הרה"ג הנ"ל היה גם גיסו של מרן הערוגת הבשם זצ"ל שהיה חתן חותן ערוה"ב.
אב"ד ברעזעוויטץ נפטר בפעסט בימי הגעטו, והוליכו אותו כמה אנשים שהיו מחופשים לגוים להבדיל מהגעטאו לבית החיים, ובדרך פגשו בשוטר/חייל שאמר להם להוריד המטה ולהשאירו שם [ח"ו], וענו לו שמקבלים כסף עבור זה און זיי דארפן די געלט איינגעבן לאנשי הצבא, ובכך פטרוהו והלכו לביה"ח ושם מנו"כ.
אחד מן נושאי המטה היה הרה"ח ר' מרדכי יודא אבערלאנדער ע"ה מזקני קהלת פאפא שנפטר מלפני כמה שנים.
לעצט פאראכטן דורך
נחמן נתן אום פרייטאג אוגוסט 07, 2009 2:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
פרייטאג אוגוסט 07, 2009 1:28 pm
אויף עמוד נומער 9 האט המסתתר ארויפגעשטעלט א בילד וואס איך נאך נישט געווארן איידענטיפיצירט ביז היצט.
דער אין זיין בילד איז הרה"ג רבי אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל אב"ד אונגוואר (בן מרן הערוגת הבשם זצ"ל) בעמח"ס אבני שהם. אביהם של הרבנים הגאונים רבי יהושע גר"וו אב"ד חוסט זצ"ל, ורבי מאיר גר"וו אב"ד טעטש זצ"ל.
לעצט פאראכטן דורך
נחמן נתן אום פרייטאג אוגוסט 07, 2009 2:15 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
פרייטאג אוגוסט 07, 2009 2:08 pm
אין בילד פון מיללער אויף דף 4 פון א פארזאמלונג אין פראנקפורט אין א די. פי. קעמפס, האט זיך געטוהן פארשידענע דעבאטן איבער דער וואס ווערט געזעהן דער צווייטער רעכטס. יעצט באשטעטיגט (כמעט זיכער) אז דער צווייטער רעכטס איז הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד ווייטצען מח"ס מקדשי השם ובנין צבי.
אין בילד פון מיללער אויף דף 7, דער ערשטער פון די (ברוקלין-לייברערי) בילדער איז, הרה"ג ר' .. פראמאוויטש זצ"ל רב דציילסהיים בדייטשלאנד. ער האט געוואוינט אין וומסב"ג אקעגן איבער פאפא אויף בעדפארד עוועניו. און האט געדאווענט אין וויזניצער ביהמ"ד אויף ליע עוועניו. (געווען א חסיד וויזניץ). דער מיט וועם ער גייט איז אומבאקאנט.
בילד 2 פון מיללער אין עמוד 6 איז אין צענטער הרה"ח ר' משה אברהם שטארק ע"ה, מלפנים שו"ב בעיר קאלוב באונגארן. געוואוינט אין וומסב"ג געדאווענט און אויך געדינט אלץ בעל קורא בבית המדרש דחסידי סקווירא אין וומסב"ג.
בילד 4 (שם) איז טאקע דער לאנדסבערגער רב זצ"ל.
בילד 6 פון די ברוקלינער לייברערי (דא אויף דף 8) איז הרה"ח ר' יאסעלע ווייס ז"ל מוכר ומדפיס ספרים . געוואוינט אויף 170 ראסס סטריט. דער חתן איז לע"ע אומבאקאנט.
קיימתי בעצמי "זקניך ויאמרו לך". זכיתי שאא"ז שליט"א הקדיש מזמנו היקר לעזרני בשאלות וספקות שעדיין לא נפשטו כאן באשכול הזה. מחמת קוצר הזמן של עש"ק לא זכיתי לעבור על כל החומר הרב שנשארו תמוהים בכמה מקומות כאן. ואי"ה עוד חזון למועד אציע לפניו עוד שאלות שלא נפשטו כגון התמונה של המישקאלצער רב זצ"ל (לאלו שזוכרים...) ועוד.
כמו"כ מי שיש באמתחתו עוד תמונות בנושא דידן יעלה אותן באשכוללנו ובעת מצא נכון אציעם בפני מו"ז שליט"א, וימסור מזכרונו הטוב בלע"ה.
לעצט פאראכטן דורך
נחמן נתן אום דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 2:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
פרייטאג אוגוסט 07, 2009 4:07 pm
נחמן נתן האט געשריבן:אין בילד פון מיללער אויף דף 4 פון א פארזאמלונג אין פראנקפורט אין א די. פי. קעמפס, האט זיך געטוהן פארשידענע דעבאטן איבער דער וואס ווערט געזעהן דער צווייטער רעכטס. יעצט באשטעטיגט (כמעט זיכער) אז דער צווייטער רעכטס איז הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד ווייטצען מח"ס מקדשי השם ובנין צבי.
איך קען דיר באשטעטיגן אויף "זיכער" אז עס איז נישט דער ווייצענער רב, ווייל ער האט תיכף נאכן קריג נישט געהאט אזא לאנגע בארד, און נישט אזא גרויע בארד.
שבת אוגוסט 08, 2009 10:57 pm
קאן זיין אז עס איז אפשר הגה"צ ר' יהודה'לע גאטליעב ממישקאלץ ?
צווייטער פון לינקס איז זיכער שארמאש'ער רב.
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:09 pm
נחמן נתן,
איך לייג נאך עטליכע בילדער פאר אידענטפיקאציע אפשר קען דיי זיידע די אידען וואס קוקן מיר הפנים אויס ווי רבנים.
#1
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:10 pm
מיללללער, דאס איז אב"ד נירבאטור ז"ל
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:11 pm
ביסט זיכער הרב פארשלאפן? איך קלער אויך אזוי
# 2 און # 3 זענען שוין געווען אן קיין פתרון, רעכטס פונעם נענטערן בילד זעהט אויס ווי דער ברך משה פון סאטמאר זצ"ל, אבער דער ווייטערער בילד שטעלט פאר אן אנדערן וואס איז מער מסתבר צו זיין דער ברך משה, רעכטס פונעם באטורער רב, ווער דערקענט כאטש נאך אפאר אידען?
- עטעטשמענטס
-

-

לעצט פאראכטן דורך
מיללער אום דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:16 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:16 pm
מיללער האט געשריבן:ביסט זיכער הרב פארשלאפן? איך קלער אויך אזוי
# 2 שוין געווען אן קיין פתרון, רעכטס זעהט אויס ווי דער ברך משה פון סאטמאר זצ"ל.
אינמיטן איז דאכט זיך ר' חיים שלמה הורוויץ פון סטריזשוב
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:16 pm
וואס שכחה קען אלס טאן מיט דיר, מיר ליגט אין קאפ אז מ'האט דאס שוין פותר געווען.
האסט אפילו א צל ספק אין דעם אז דאס איז דער ברך משה?
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:19 pm
איז פארהאן אנאנדער בילד פון ר' חיים שלמה פון סטריזוב?
פארשלאפן,
האסט געזעהן ביידע בילדער? קוק אינעם אויבערשטן בילד רעכטס פונעם באטורער רב.
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:23 pm
כ'האב שוין באשטעלט דעם זיידן שליט"א אויף א וויזיט דע וואך צוליב אפאר ספקות וואס זענען ערשינען אין פארשידענע ערטער בבית מדרשנו (באזונדער אז ס'האט זיך געגרינדעט א אשכול איבער הג"ר וואלף גינצלער זצ"ל, וואס דער זיידע שליט"א וועט אי"ה האבן אסאך צו פארציילן און מיט-טיילן מיטן ציבור). דעריבער זאל מען נישט צו דזשאלעווען קיין צייט און מיה, און וואספארא ספקות ס'איז נאר פארהאנען אין בילדער וכדו', זאל ווערן ארויפגעשטעלט אינעם הענגל, און אי"ה מיטן אויבערשטענס הילף (מיטן רבינ'ס כח, און זיידענ'ס געדולד) וועט אלעס בס"ד פארענטפערט ווערן כיד ה' הטובה.
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:25 pm
מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
האסט געזעהן ביידע בילדער? קוק אינעם אויבערשטן בילד רעכטס פונעם באטורער רב.
יא, ואני על משמרתי אעמודה, דאס איז דער ברך משה
.
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:28 pm
חמ'נאתען,
לייג אים צו צום זיידענס פעקל.
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:28 pm
רוק אים אויך אריין # 5
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:29 pm
און אים וואלט מיך נישט געשטערט צו קענען, # 6
- עטעטשמענטס
-
