Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ר' ישראל רויזענבוים מסטאניסלוב-מאנסי זצ"ל - כ"א חשון תש"ע

זונטאג נובמבר 08, 2009 7:07 pm

מיט גרויס צער און ווייטאג האט מען אויפגענומען די נייעס איבער די הסתלקות פון דעם סטאניסלובער רבי הרה"צ ר' ישראל רויזענבוים זצ"ל בן כ"ק האדמו"ר מזוטשקא זצ"ל ונכד כ"ק האדמו"ר ר' איתמר'ל מנאדבורנא, וועלכער האט געהאט זיין חסידישען הויף אין מאנסי ניו יארק, אין עלטער פון 79 יאר.

ר' ישראל איז געבוירען בשנת תרצ"א אין ראמעניא ווי ער איז אריבער די קריג, נאך די קריג איז ער געקומען קיין אמעריקא מיט זיין טאטע דער זוטשקא רבי וכשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביים קאלובער רבי פון וומ"ס ר' מנחם שלמה טאוב זצ"ל בעל חקל תפיחין.

אלס חתן האט אים זיין זיידע ר' איתמר מנאדבורנא מכתיר געווען אלס סטאניסלובער רבי ווי ער האט זיך שפעטער זיך געצויגען קיין מאנסי, אין די לעצטערע יארען האט ער זיך אסאך געמוטשעט מיט יסורים ביז ער האט היינט פארטאגס אויסגעהויעכט זיין נשמה לדאבון לב משפחתו חסידיו ומעריציו.

די לוי' איז היינט ארויס פארנט פון זיין ביהמ"ד אין מאנסי, פון וואו מ'האט עס געפירט צום לופט-פעלד, ער וועט קומען למנוחות אין ארץ ישראל אויפן הר המנוחות נעבן מנוחת אביו זצ"ל נאך די לוי' ביים ביהמ"ד פון זיין זוהן דער לינסקער רבי פון ירושלים.

תנצב"ה
עטעטשמענטס
STANISLAVER.jpg

Advertisement

זונטאג נובמבר 08, 2009 7:35 pm

איז ר' דוד ראזענבוים זיין זון?
פון לינטש, ער פירט דארט אן א שוהל.

זונטאג נובמבר 08, 2009 7:42 pm

ניין. ר' דוד איז א זוהן פונעם מאשעלאוער ז"ל.

---
דער סטאניסלאווער האט אן איידעם אדמו"ר מ'קרעטשניף מאנסי שליט"א (בן אדמו"ר מ'קרעטשניף רחובות זצ"ל).

ווער נאך זענען זיינע קינדער און איידימער?

זונטאג נובמבר 08, 2009 7:49 pm

לויט ווי מיללער שרייבט האט ער א זון אין אר"י דער לינסקער רבי שליט"א.

לויט ווי איך שטעל דא צוזאם איז דער נפטר געווען א ברודער מיטן קליוולאנדער זצ"ל, און מיטן מאשעלויער זצ"ל, און להבחל"ח מיטן קאלישער רבי'ן שליטא פון פלעטבוש. איז דאס ריכטיג אדער איך מיש דא אויס?

זונטאג נובמבר 08, 2009 7:51 pm

איך האב אמאל געהערט אז סאיז נישט דא קיין שטאט מאשעלאו נאר עס הייסט נאך מאשעלאה פארקוועי אין די בראנקס

זונטאג נובמבר 08, 2009 7:56 pm

ריכטיג.
כ'אב דאס אינזין געהאט צו באטאנען אז די צוויי ברודער זענען פון די איינציגסטע וואס האבן זיך גערופן ע"ש אמעריקאנער שטעט.
קליוולאנד - אהייא
מאשעלאו - בראנקס

זונטאג נובמבר 08, 2009 7:57 pm

ניין ער איז נישט קיין ברודער מיט'ן קליוולאנדער און מאשלאוער, ער איז א ברודער מיט'ן נדבורנה - חדרה'ער.

אלד, מאשלאו הייסט טאקע נאך מאשלאו פארק, קליוולאנד, נאך קליוולאנד אהייא.
שוועמל אריינגעהאקט, ברוך שכוונתי.

זונטאג נובמבר 08, 2009 7:59 pm

שטארק זיך,
דאנק פארן אויסבעסערן אז ער איז נישט קיין ברודער מיטן קליוולאנדער.

זיין צורה ענדעלט זייער שטארק אין זיי.

זונטאג נובמבר 08, 2009 8:04 pm

זיי זענען דאכט זיך ערשטע קאזינעס געווען.

זונטאג נובמבר 08, 2009 9:51 pm

שוועמל האט געשריבן:לויט ווי מיללער שרייבט האט ער א זון אין אר"י דער לינסקער רבי שליט"א.

לויט ווי איך שטעל דא צוזאם איז דער נפטר געווען א ברודער מיטן קליוולאנדער זצ"ל, און מיטן מאשעלויער זצ"ל, און להבחל"ח מיטן קאלישער רבי'ן שליטא פון פלעטבוש. איז דאס ריכטיג אדער איך מיש דא אויס?

דער קאלישער פון פלעטבוש איז א זוהן פונעם אלטן קליוולאנדער.

זונטאג נובמבר 08, 2009 10:06 pm

שטארק זיך האט געשריבן:ניין ער איז נישט קיין ברודער מיט'ן קליוולאנדער און מאשלאוער, ער איז א ברודער מיט'ן נדבורנה - חדרה'ער.

אלד, מאשלאו הייסט טאקע נאך מאשלאו פארק, קליוולאנד, נאך קליוולאנד אהייא.
שוועמל אריינגעהאקט, ברוך שכוונתי.


ניין ניין, עירוב פרשיות יש כאן.

דער סטאניסלאווער איז א זוהן פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק ראזענבוים מזוטשקא זצ"ל (ט"ז תמוז תש"ס).
דער זוטשקער האט געהאט דריי זוהן. 1. דער קראקאסער (כ'דענק נישט צו ער לעבט נאך צו נישט). 2. דער סטאניסלאווער זצ"ל. 3. ר' נתן דוד שליט"א דער היינטיגער זוטשקאער רבי אין בני ברק.

דער נדבורנה-חדרה רבי איז א ברודער מיטן זוטשקער בני הרה"ק ר' איתמר מנדבורנה זצ"ל. דער נדבורנה-חדרה רבי איז געווען בזוו"ר א איידעם ביי זיין ברודער דער זוטשקאער. קומט אויס אז ער איז א פעטער און א געוועזענער שוואגער מיטן סטאניסלאווער.

עוד פרט, דער זוהן דער לינסקער רבי וואוינט אין בני ברק און נישט אין ירושלים.

זונטאג נובמבר 08, 2009 10:19 pm

גערעכט, ער איז א שוואגער.

זונטאג נובמבר 08, 2009 10:38 pm

קרעמער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:לויט ווי מיללער שרייבט האט ער א זון אין אר"י דער לינסקער רבי שליט"א.

לויט ווי איך שטעל דא צוזאם איז דער נפטר געווען א ברודער מיטן קליוולאנדער זצ"ל, און מיטן מאשעלויער זצ"ל, און להבחל"ח מיטן קאלישער רבי'ן שליטא פון פלעטבוש. איז דאס ריכטיג אדער איך מיש דא אויס?

דער קאלישער פון פלעטבוש איז א זוהן פונעם אלטן קליוולאנדער.

איך ווייס נישט וועם דו רופסט "אלטן קליוולאנדער". אבער דער קאלישער פון פלעטבוש איז א ברודער מיט ר' אשר מרדכי ראזענבוים זצ"ל מקליוולאנד-סטראזיניץ, און א זון פון ר' ישכר בער מסטראזיניץ זצ"ל.
דעם קאליש'נס קינדער זענען ר' משה יושע (ביהמ"ד מירטל), ר' מיכל וכו'.

זונטאג נובמבר 08, 2009 10:54 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:ניין ער איז נישט קיין ברודער מיט'ן קליוולאנדער און מאשלאוער, ער איז א ברודער מיט'ן נדבורנה - חדרה'ער.

אלד, מאשלאו הייסט טאקע נאך מאשלאו פארק, קליוולאנד, נאך קליוולאנד אהייא.
שוועמל אריינגעהאקט, ברוך שכוונתי.


ניין ניין, עירוב פרשיות יש כאן.

דער סטאניסלאווער איז א זוהן פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק ראזענבוים מזוטשקא זצ"ל (ט"ז תמוז תש"ס).
דער זוטשקער האט געהאט דריי זוהן. 1. דער קראקאסער (כ'דענק נישט צו ער לעבט נאך צו נישט). 2. דער סטאניסלאווער זצ"ל. 3. ר' נתן דוד שליט"א דער היינטיגער זוטשקאער רבי אין בני ברק.

דער נדבורנה-חדרה רבי איז א ברודער מיטן זוטשקער בני הרה"ק ר' איתמר מנדבורנה זצ"ל. דער נדבורנה-חדרה רבי איז געווען בזוו"ר א איידעם ביי זיין ברודער דער זוטשקאער. קומט אויס אז ער איז א פעטער און א געוועזענער שוואגער מיטן סטאניסלאווער.

עוד פרט, דער זוהן דער לינסקער רבי וואוינט אין בני ברק און נישט אין ירושלים.

דער קאראקאסער (על שם די שטאט קאראקאס אין ווענעזועלא וואו ער האט געוואוינט) לעבט ב"ה לאורך ימים ושנים. זיין זוהן איז ר' ברוך ראזנבוים מ'נאנאש (דיוויזשען) וויליאמסבורג.

מאנטאג נובמבר 09, 2009 8:02 am

הערליכע בילדער פונעם סטאניסלובער רבי זצ"ל אויף 'אתרוג'.

אויפן בילד פון רעכטס; אביו כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל, אדמו"ר מסנטאניסלוב זצ"ל, אדמ"ר מקרעטשניף (ר' הערשעלע) זצ"ל, אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א.

גייט אריין אינעם לינק פאר נאך בילדער
עטעטשמענטס
Stanislov.jpg
Stanislov.jpg (42.29 KiB) געזעהן געווארן 825 מאל

מאנטאג נובמבר 09, 2009 3:53 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז סאיז נישט דא קיין שטאט מאשעלאו נאר עס הייסט נאך מאשעלאה פארקוועי אין די בראנקס
עטעטשמענטס
p_00363.jpg
p_00363.jpg (30.91 KiB) געזעהן געווארן 766 מאל

מאנטאג נובמבר 09, 2009 4:02 pm

קרעמער האט געשריבן:דער קאראקאסער (על שם די שטאט קאראקאס אין ווענעזועלא וואו ער האט געוואוינט) לעבט ב"ה לאורך ימים ושנים. זיין זוהן איז ר' ברוך ראזנבוים מ'נאנאש (דיוויזשען) וויליאמסבורג.

ברוך השם! לאריכות ימים ושנים טובים. כ'מיין אז דער קראקאסער איז טאקע דער עלסטער, הגם דער סטאניסלאווער האט אויסגעזעהן עלטער.

מאנטאג נובמבר 09, 2009 4:20 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז סאיז נישט דא קיין שטאט מאשעלאו נאר עס הייסט נאך מאשעלאה פארקוועי אין די בראנקס


מיין קאזין דער יארמער רב זאגט כסדר א ווערטל אז לכבודו פונעם דעברעצינער רב ווען ער איז געקומען ווערן רב, האט מען א נאמען געגעבן די שטאט דעברעצין על שמו.....

פארוואס פאלט אייך גארנישט ביי אז דער גאנצער מאשאלאו פארקוויי איז גערופען על שמם של חסידות מאשאלאו?

מאנטאג נובמבר 09, 2009 4:23 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דינסטאג נובמבר 10, 2009 5:40 am

דער קראקעסער ד' ירפאהו ויחזקהו [זקוק לרחמי שמים מרובים] איז דער צווייטער קינד פונ'עם הייליגען זוטשקענער זי"ע און סטאניסלאווער זי"ע איז דער עלסטער - פאר זיין שוועסטער דער נאדווערנער חאדערא רעביצין ע"ה.

מיטוואך נובמבר 11, 2009 3:35 am

די הייליגע צורה פון כ"ק האדמו"ר המנוח זי"ע כאפט ביי מיר גאר שטארקע פארנעם. ווער ס'איז אביסעל א בעל חוש הראות קען באמערקן ווי דו אלע תווי פני קדשו זענען גלאטיק און מאירות כשמש.

א ריכטיגע נאדווערנע צורה.
יהי זכרו ברוך.

מיטוואך נובמבר 11, 2009 8:44 am

לויט ווי א אייניקעל פונעם קאראקאסער האט מיר פארציילט שוין מיט א שיינע פאר יאר צוריק, איז ער אהינגעשיקט געווארן בברכת קדשו פון רביה"ק מ'סטאמאר זי"ע און פארדעם פלעגט ער גיין מיטן פולען רביש'ן לבוש און בעצת קדשו פון רבין האט ער זיך אביסל צוגעשטעלט צו די קאראקאסער אידן. קען איינער ברענגן א בילד פון אים?

בכלל וויפיל אידן וואוינען היינט אין קאראקאס? ס'נאך דא צו וועם צו רעדן דארטן?

מיטוואך נובמבר 11, 2009 9:45 am

כתר ישועה האט געשריבן:דער קראקעסער ד' ירפאהו ויחזקהו [זקוק לרחמי שמים מרובים] איז דער צווייטער קינד פונ'עם הייליגען זוטשקענער זי"ע און סטאניסלאווער זי"ע איז דער עלסטער - פאר זיין שוועסטער דער נאדווערנער חאדערא רעביצין ע"ה.

יוסלמאן האט געשריבן:קען איינער ברענגן א בילד פון אים?

בכלל וויפיל אידן וואוינען היינט אין קאראקאס? ס'נאך דא צו וועם צו רעדן דארטן?

הרה"צ מאיר ר"ב מ'קאראקאס שליט"א הי"ו כהיום וואוינט ער שוין נישט אין קאראקאס צוליב זיין
געזונט(לייען עלטער) צושטאנד,ער איז אן איידעם ביי הרה"צ צבי אביגדור פעקעטע זצ"ל מ'נאנאש
בל"נ כ'וועל פראבירן צו שאפן א בילד

מיטוואך נובמבר 11, 2009 10:28 am

שוועמל האט געשריבן:ריכטיג.
כ'אב דאס אינזין געהאט צו באטאנען אז די צוויי ברודער זענען פון די איינציגסטע וואס האבן זיך גערופן ע"ש אמעריקאנער שטעט.
קליוולאנד - אהייא
מאשעלאו - בראנקס

אזוי אויך "פיטסבורג"
דאכט זיך אז דער פיטסבורגער מיטן קליוולאנדער זענען געווען ברודער

מיטוואך נובמבר 11, 2009 10:33 am

דער 'צדקת יוסף' פון פיסטבורג האט געהייסן ר' יוסף לייפער.

נאך איין חסידות ע"ש אמעריקאנע שטאט איז 'באסטאן' איבער וועם מיר האבן א באזונדער אשכול, עס איז אויך געווען א 'בראנזווילער' רבי פון וועם עס איז נישט געבליבען קיין שושלת.
שרייב א תגובה

Advertisement