משפחת הכהנים לבית ראפאפארט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מאנטאג פאברואר 08, 2010 3:13 pm

איטשע האט געשריבן: און רבי עקיבא כ"ץ הנשיא מאויבן (זקינו של השל"ה הק').


ר' עקיבא כ"ץ הנשיא (של המלך ההונגרי "מאטיאס") מעיר אובן, ברח מאונגארין מחמת איזה עלילה מאנשי המלוכה שקנאו בו (כדרכם), והתיישב בפראג.

נכד של ר' עקיבא היה הג"ר יצחק כ"ץ חתן המהר"ל מפראג זי"ע.

הסמיכות חכמים זי"ע היה נכד מהג"ר יצחק כ"ץ הנ"ל.

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » דינסטאג פאברואר 09, 2010 1:54 am

מילער
איך ווייס נישט וויאזוי צו ווייזן מיט בילדער, אז דו קענסט טרעפן א מאפע פון אונגארן, קוק ביי די שטאט UJBUDA, וואס באדייט אלט-בודא, אויף אידיש האט מען דאס טאקע גערופן אלט-אפן, אובן ישן.

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » דינסטאג פאברואר 09, 2010 2:31 am

בנוגע ר' וואלף ב"ר ברוך כהנא ראפאפורט, ממלא מקום אביו בפיורדא, אוסיף כמה הערות.
ער האט ממלא מקום געווען דעם פאטער אין פירטה, דערנאך איז ער געווארן דיין אין ניקלשבורג, אוועק איז ער אין יאר תק"ל,
ער האט געהאט א זון ר' יצחק איצק לייפניקער רב, דער פאטער פון ר' בנימין זאב אב"ד פאפא, [מילער, הצעיר באלפי יהודה, איז נאכנישט זיין נאמען.] ר' יצחק איז געווען אן איידעם ביי ר' גרשון פוליץ רב ניקשלבורג והמדינה.
נאך א זון האט ר' וואלף געהאט ר' ברוך רויסטיץ.

ר' בנימין זאב אב"ד פאפא, איז געבוירן תקי"ג, תקמ"ג געווארן רב אין פאפא, נפטר ט' ניסן תקצ"ז מנו"כ בפאפא.

ר' יצחק איצק פון לייפניק האט געהאט א טאכטער, זי האט געהייסן רבקה, זי האט חתונה געהאט צו ר' אורי ליפמאן פרענקל מב"ח פון אונסדארף, [ נכדו של הגאון ר' אורי שרגא פייבוש מבית חלפן, שהי' ראב"ד מו"ש בפראג, אב"ד בומסלא, ברודא במעהרין, ונפטר בפראג בתס"ז, מח"ס שו"ת אש דת] ר' אורי ליפמאן האט געוואוינט אין קראלע, ער איז נפטר געווארן דארט ז' אייר תקפ"ד.
דער ר' אורי ליפמאן האט געהאט דריי גרויסע זין.

ר' יצחק איצק פרענקל מב"ח, תלמיד החת"ס במאטערסדארף, חתן הג"ר יואב אב"ד סאנטוב, בתק"ע ממלא מקום חותנו ברבנות, ובשנת תק"ף נתקבל בעיר קראלע, חיבר ספר זבד טוב, ונפטר בקראלע בכ"ח תשרי תקצ"ח.
ר' ראובן יעקב ברוך פרענקל מב"ח, תלמיד החת"ס, חתן ר' מיכל זילבערמאן מאפערטא, מתקפ"א דר בקאלוב, תורה וגדולה הי' אצלו, נפטר בתרכ"ג, מצבתו סמוכה למצבת ר' יעקב פיש בקאלוב, בצד שמאל.
ר' שרגא פייבוש פרענקל אב"ד גינץ רוסקא, נפטר ג' אדר ב' תקפ"א, [חידושיו מובא בספר אחיו זבד טוב], טאטע פון הצדיק המפורסם ר' שמואל קאמאדער מדאראג בעל אמרי שפר, און אין אמרי שפר איז ער מעתיק שטיקלעך פון זיין טאטע'ס ספר, תלת גוונין דשרגא, כפי הנשמע איז דאס לעצטענס אפגעקויפט געווארן פון אייניקלעך פון מכון ירושלים, און גייט געדרוקט געווארן.
אויך א טאכטער רחל, אשת ר' פנחס ביליצער מאונסדארף.

ר' יצחק איצק אב"ד לייפניק האט געהאט נאך א טאכטער, זי האט געהייסן פעסל, חתונה געהאט מיט הגאון ר' מיכאל שמעון מייא, ב"ר יחיאל מיכל מייא, מברעסלא, ר' מיכאל שמעון מיט זיין ברודער הגאון הצדיק ר' יוסף מייא [חתן הגאון ר' ישעי' פיק אב"ד ברעסלא], האבן געדרוקט דעם שו"ע אין דירנפורט מיט הגהות מהרל"ח, און אריינגעלייגט זייער הגהות אויך. אבער זייענדיג גרויסע ענוים, האבן זיי נישט געוואלט שרייבן זייער נאמען, אזוי שטייט אויף זייער מצבה, זיי זענען געווען גרויסע תלמידי חכמים, אבער ירש'נדיג אומנות אבותם ר' יחיאל מיכל, האבן זיי אנגעפירט א גרויסע דרוקעריי אין דירנפורט וואס איז נעבן ברעסלא,
פעסל בת ר' יצחק אב"ד לייפניק, נפטרה בחיי בעלה ר' מיכאל שמעון, בח' כסליו תקפ"ח, אויף איר מצבה שטייט "אשת הרב הגאון המאור צדיק האמתי מו"ה מיכאל שמעון מייא נ"י לנצח" תוארים אלו בחיי בעלה ניתנה.
פון ר' מיכאל שמעון איז געדרוקט געווארן א קונטרס, "מספד גדול וכבד מאוד" א לאנגע הספד אויף זיין ברודער הצדיק ר' יוסף מייא, ער איז אוועק י"א סיון תקצ"ג, ער ליגט אין ברעסלא. הניח בן ר' משה ליב, הי' חריף ות"ח מפורסם, נפטר בברעסלא כ"ב אלול תרכ"ז, לו בן אברהם נפטר בבחרותו.
ר' מיכאל שמעון האט געהאט א טאכטער צירל רחל, חתונה געהאט צו ר' מרדכי לעווענשטאם, א זון פון בעל פני ארי', ר' ארי' ליב אב"ד ראטערדאם, ער האט געמאכט א ספר "שירי הבחינה" דארט האט ער אריינגעלייגט א מוסר השכל, פון זיין שווער ר' מיכאל שמעון, אויך האט ער געדרוקט א קונטרס "מספד מר" וואו ער באוויינט שטארק זיין שווער ר' מיכאל שמעון מייא'ס פטירה.

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » דינסטאג פאברואר 09, 2010 2:36 am

ווייסט איינער אויב ס'איז געבליבן היינט משפחות אייניקלעך פון הצדיק [כלשונו של ר' שמעון סופר מקראקא] ר' אבלי ראפאפארט אב"ד אוהעל [ספרדים] ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 01, 2010 4:35 pm

פריילאך האט געשריבן:אויך שרייבט ער דארט די שמלת בנימין איז געווען א איידעם ביי ר' דוד באסקאוויץ מאויבן ישן (-וואס מיינט דאס?), און ר' דוד האט געהאט נאך א איידעם הרה"ג ר' וואלף בן בעל המחצית השקל, ר' דוד פלעגט זיך אפט רימען: ווען איך רוק זיך ארויס ארויס מיט מיין צוויי "וועלף", ציטערט פון מיר די גאנצע וועלט.


מיללער האט געשריבן:דער ר' וואלף קעלין-באסקאוויץ בן המחצית השקל האט מחבר געווען דעם 'סדר משנה' אויפן רמב"ם.


מציבת הגה"צ ר' וואלף באסקאוויץ זצ"ל בביה"ח בעיר באניהאד, אונגארן
צוגעלייגטע
Boskovitz2.jpg
Boskovits.jpg
Boskovits.jpg (37.7 KiB) געזעהן 3407 מאל

פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:50 pm

תגובהדורך פייטל » מאנטאג מארטש 01, 2010 6:58 pm

מיללער האט געשריבן:מציבת הגה"צ ר' וואלף באסקאוויץ זצ"ל בביה"ח בעיר באניהאד, אונגארן


בביה"ח הישן בעיר באניהאד

הרב מיללער אויב איר האט אין אייער באזיץ בילדער פון די אנדערע צוויי זייטן פון די מציבה ביטע עס ברענגען, עס איז זייער א שיינער נוסח במליצות וחרוזים, וכנראה האט ער עס אליין געשריבן (כך מונח בזכרוני פון מיין לעצטן באזוך אין באניהאד אז ס'איז א לשון הנכתב ע"י עצמו על עצמו)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 03, 2010 7:25 am

ר' פייטל (קודם ברוך בואך, מאכט אייך באקוועם)

מיר האבן דעם בילד געפונען אויפן נעט, אבל לדאבונינו, האבן מיר נאר געטראפן די צוויי בילדער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 23, 2010 12:16 pm

פייש קרויז האט געשריבן:מילער
איך ווייס נישט וויאזוי צו ווייזן מיט בילדער, אז דו קענסט טרעפן א מאפע פון אונגארן, קוק ביי די שטאט UJBUDA, וואס באדייט אלט-בודא, אויף אידיש האט מען דאס טאקע גערופן אלט-אפן, אובן ישן.


שטורעם מעלדט אז חב"ד אין אונגארן האט אפגעקויפט די היסטארישע שוהן פון אלט-אפען 'אויבן ישן' געבויעט מיט אריבער 190 יאר צוריק, גייט אריין אינעם פאלגענדען לינק פאר הערליכע בילדער פונעם היסטארישען שוהל ווי עס האבן פראמינענט פיגורירט אלס רב גדולי ישראל ומאורי הדורות זצ"ל.

http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=44762

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 23, 2010 1:50 pm

דורך בני יששכר אום זונטאג יולי 11, 2010 11:02 pm

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
דער נאמען פון שטאט איז 'שעברעשין' היות ער איז נפטר געווארן על אם הדרך האט ער צוגעזאגט אז זיינע אייניקלעך עד עשרה דורות ווער עס וועט קומען צו זיין קבר וועט ער א טובה טאן פאר אים (לדאבוני בין איך דער עלפטער דור...)


איך בין אויך א אייניקל פון ר'שמחה ווען איך בין אנגעקימען קיין שעברעשין האב איך שוין נישט געקענט טרעפן דעם קבר עס איז שוין געווען פארנאכטס איך האב שוין נאר געדאווענט א מנחה דארט מיט א קאפיטל תהלים.
זאל איך האבן געפועלט אלעס גיטס זי"ע

בני יששכר
שר מאה
הודעות: 200


--------------------------------------------------------------------------------

דורך דער קוטשער אום זונטאג יולי 11, 2010 11:43 pm

פאר'ן קומענדיגן מאל איז גוט צו וויסן, אז מ'דארף עס צו קענען זעהן פון הויפט אריינגאנג, דורך די לעקטער'ס פון די קאר דארף מען צו קענען צוקומען באנאכט אויך.


--------------------------------------------------------------------------------

דורך farshlufen אום זונטאג יולי 18, 2010 12:54 pm

היינט איז די יארצייט פון רבי שמחה הכהן רפאפורט זצ"ל.

שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין

ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז].
farshlufen
שר ששת אלפים
הודעות: 6746


--------------------------------------------------------------------------------

דורך בני יששכר אום זונטאג יולי 18, 2010 2:30 pm

איך ווייס אזויפיל אז איך בין א אייניקל פון ר' שמחה הכהן דורך ר' יעקב יודא הכהן גליק פון סיגוט א אייניקל אויב איינער

קען מיר ארויס העלפן מיט די יחיוס וויאזוי וועל איך אים דאנקבייר זיין
בני יששכר
שר מאה
הודעות: 212

--------------------------------------------------------------------------------

דורך שאץ מאץ אום מאנטאג יולי 19, 2010 6:38 pm

זייער פשוט,
ר' יעקב גליק חתן ר' משה ארי' פריינד,
ר' משה ארי'ס שווער האט געהייסן ר' משה כ"ץ, זיין ווייב האט געהייסן הינדא בת ר' גרשון הכהן ראפאפארט,
ר' גרשון איז דאכט זיך געוועהן א זון אדער א אייניקל פון ר' שמחה,

http://shatzmatz.blogspot.com/
שאץ מאץ
שר האלף
הודעות: 1666


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שאץ מאץ אום מאנטאג יולי 19, 2010 6:48 pm

איך האב א קונטרס תולדות פון ר' שמחה מיט די גאנצע יוחס, איך וויל עס דא פאסטן אבער ס'איז מיר שווער,
ווער עס קען די מלאכה פון ארויף לייגן דעם פייל, זאל ביטע זיך מעלדן צו מיר mutty68@gamil
און איך וועל אים שיקן די פייל,

http://shatzmatz.blogspot.com/
שאץ מאץ
שר האלף
הודעות: 1666


--------------------------------------------------------------------------------

דורך בןהרחמן אום מאנטאג יולי 19, 2010 7:43 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:איך האב א קונטרס תולדות פון ר' שמחה מיט די גאנצע יוחס, איך וויל עס דא פאסטן אבער ס'איז

מיר שווער,
ווער עס קען די מלאכה פון ארויף לייגן דעם פייל, זאל ביטע זיך מעלדן צו מיר mutty68@gamil
און איך וועל אים שיקן די פייל,

בנדיבות הרב ש"ץ, ובהשתדלות אני הקטן
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

בןהרחמן
סעקרעטאר
הודעות: 1139


--------------------------------------------------------------------------------

דורך דער קוטשער אום מאנטאג יולי 19, 2010 7:51 pm

א דאנק אייך ביידע.

דער קוטשער
שר חמישים
הודעות: 92

--------------------------------------------------------------------------------

דורך בני יששכר אום מאנטאג יולי 19, 2010 7:55 pm

דער קוטשער האט געשריבן:
ר' שמחה האט געהאט לויט מאנכע 10 זון און 5 טעכטער, (א חידוש אין יענע צייטן דעם מספר, עכ"פ פאר מיר)

איך וועל פרובירן ברענגן די רשימה אי"ה.

גענומען פון שו"ת רבינו חיים כהן, דאס איז פון ר' חיים כהן ראפפארט, זון פון ר' שמחה, האבן זיי דארט תולדות רבינו, איז

דאס אויסגערעכנט.

זכה לבנים גדולים גאוני ארץ וגדולי הדור,
הג"ר צבי הירש אב"ד וויקאוויסק,
הג"ר נחמן אב"ד וויסואקי דליטא,
הג"ר ישראל ראב"ד בווילנא,
הג"ר שלמה אב"ד חעלם,
הג"ר חיים אב"ד לבוב,
הג"ר זאב וואלף אב"ד דק"ק באר,
הג"ר גבריאל,
הג"ר גרשון אב"ד מאגענצא,
הג"ר יוסף אב"ד מינסק,
הג"ר בנימין בעמח"ס גבולות בנימין.

וחתניו גאונים אדירים,
הג"ר צבי הירש אב"ד האלבערשטאט,
הג"ר ארי' ליב אב"ד נאבארדוק בעל דברי ארי,
הג"ר מאיר גינסבורג אב"ד וויזין,
הג"ר שלמה זלמן אב"ד ביאלא,
הג"ר חיים יודא ליב איטטינגא אב"ד לבוב


הרב שאץ.. ער האט געהאט א זון ר' גרשון

בני יששכר
שר מאה
הודעות: 212
לעצט פאראכטן דורך leiby אום דינסטאג אוגוסט 31, 2010 2:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מאנטאג אוגוסט 23, 2010 1:58 pm

<

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג ינואר 18, 2011 2:32 am

ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג ינואר 18, 2011 2:39 am

בשני התגובות הראשונות באשכול על הגאון בעל מנחת חינוך - ועל משפחת באב"ד הוזכרו שני צאצאים למשפחת ראפאפארט,
אולי היה מן הראוי להביאם לכאן ולהוסיף עליהם.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 18, 2011 4:19 pm

מען האט טאקע דארט דערמאנט אז דער מנחת חינוך האט געהאט אן איידעם רפפאפורט וועלכער איז געווען דער זיידע פונעם ראווא רב דער גאון בעמח"ס דרך המלך.

ברויך מען באמערקן אז במקום מושבו פונעם גאון דער מנחת חינוך האט אויך געוואונט זיין תלמיד, דולה ומשקה מתורת רבו, מו"ל ומגיה ספר המנחת חינוך (גהותיו נדפסו בשף מנחת עני), ה"ה הרה"ג ר' ראובן כהן רפפאפורט זצ"ל ראב"ד טארנאפאל, ר' ראובן איז געווען אן אייניקל פון ר' חיים כהן-רפ"פ פון לעמבערג בעל שו"ת ר' חיים כהן שכבר נזכר לעיל, עס איז מיר דערווייל אומבקאנט דעם פונקטליכען סדר היחוס.

ר' ראובן איז נפטר געווארן בשנת תרל"ט, פאלגענד איז אן אויסשניט פון 'הלבנון' צו זיין פטירה.

(אגב, ווער איז 'תלמידו ר' יעקב אורינשטיין' וואס ווערט דארט דערמאנט?)
צוגעלייגטע
getimageCADL7OLU.png
getimage2.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 19, 2011 11:12 am

נו אז קיינער העלפט נישט מוז מען אליינס פרובירען.....

מ'האלט מיר ביי דעם אז ר' ראובן כהן רפפאפורט ראב"ד טארנאפאל איז געווען א זון פון ר' בצלאל כהן רפ"פ און א אייניקל פון ר' חיים כהן רפ"פ אב"ד לבוב בעל שו"ת ר' חיים כהן און זכר החיים (דרשות). ביידע ספרים פוןר' חיים כהן האט דער אייניקל ר' ראובן מהדיר געווען און מגיה געווען און מיט די הילף פון הרבני הנגיד המפורסם ר' נפתלי הירץ בערנשטיין פון לבוב וועמנס פרוי מרת זיסל איז אויך געווען אן אייניקל פון ר' חיים, האבן זיי געדרוקט די ספרים.

פון ר' ראובן כהן רפ"פ טרעף איך א זוהן בשם ר' משה כהן רפפאפורטף אן קיין ווייטערדיגע פרטים.

-

ר' חיים כהן רפפאפורט אב"ד אוסטראה בעמח"ס שו"ת מים חיים נכד לר"ח כהן מלבוב, האט געהאט א זון ר' יעקב וועלכע האט אים ממלא מקום געווען ברבנות העיר אוסטראה.

-

ר' נחמן כהן-רפ"פ אב"ד גלינא בנו של מהר"ח כהן מלבוב, האט געהאט א זוהן ר' ארי' ליבוש אשר שימש ברבנות בעיר ראדימישלא

-

ר' חיים קרייזווירטה אב"ד אנטווערפן האט איבערגעדרוקט די שו"ת ר"ח כהן מזקינו, ער אזי געווען אן אייניקל דורך ר' ישראל אברהם כהן רפפאפורט ממאגנישוב

-

מאן דמוסיף יוסיף

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » דאנארשטאג ינואר 20, 2011 7:48 am

ר' משה בן ר' אריה ליב הכהן ראפאפארט שמש ברבנות בעיר בוליחוב ויארטשוב
צוגעלייגטע
IMG_2996.JPG

ליטוואק
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 16, 2010 6:05 pm

תגובהדורך ליטוואק » דאנארשטאג ינואר 20, 2011 5:01 pm

farshlufen האט געשריבן:וועמענס זון איז געווען רבי ברוך כהנא ראפאפארט אב"ד פיורדא הנ"ל?

עהר איז געווען א זון פון רבי משה מאיר הכהן ר"פ, דאכטזיך מיר אז עהר איז געווען א קאזין פון ר' שמחה.

מה האמת לגבי תאריך פטירתו של ר' שמחה?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 07, 2011 2:21 pm

פייטל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מציבת הגה"צ ר' וואלף באסקאוויץ זצ"ל בביה"ח בעיר באניהאד, אונגארן


בביה"ח הישן בעיר באניהאד

הרב מיללער אויב איר האט אין אייער באזיץ בילדער פון די אנדערע צוויי זייטן פון די מציבה ביטע עס ברענגען, עס איז זייער א שיינער נוסח במליצות וחרוזים, וכנראה האט ער עס אליין געשריבן (כך מונח בזכרוני פון מיין לעצטן באזוך אין באניהאד אז ס'איז א לשון הנכתב ע"י עצמו על עצמו)


געטראפן אויף יד ושם די מציבה איידער מען האט עס מחדש געווען
צוגעלייגטע
Boskovitz.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג פאברואר 07, 2011 2:49 pm

מיללער האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:אינטרעסאנט עס ווערט נישט דערמאנט דא, דער גאונישער ספר שמלת בנימין, הרה"ג ר' בנימין ראפאפארט זצ"ל אב"ד פאפא, דאכט זיך אז ער איז געווען אייניקל פון ר' ברוך אב"ד פיורדא.

גערעכט?

ר' יהודא בנימין זאב כ"ץ רפפאפורט אב"ד פאפא ב"ר ב"ר יצחק אב"ד לייפניק [ב"ר וואלף מפיורדא ב"ר ברוך אב"ד פיורדא?]

דף השער מספרו 'שמלה שניה' (אינטערעסאנט די צוויי זיגלעך 'יוסף פריעדמאן' און 'נחום דובער פריעדמאן' מי הם? לכאורה נכדי רוזין)


א גרויסען ישר כח הרב מילער פארען ברענגען דעם קאפיע,די סיבה פין מיין שמחה איז ווייל איך האב שוין פין לאנג א ספר מיט דעם סטעמפל 'יוסף פרידמאן 'און כ'האב געהאט א געפיל אז דאס איז הר"הק ר' יוסף מרימאנאוו וואס איז נתגדל בבית הר"הק מריזין, (זיין מאמע האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט הר"הק מריזין),ווייל די מינע סטעמפל האבען די ריזינע אייניקלעך גענוצט מיט די אדלער אדער א לייב אינדערמיט,אין יעצט זעהענדיג דעם ספר וואס האט אויך די סטעמפלך פין הר"הק ר' נחום בערניא מסאדיגער ווייס איך שוין אויף זיכער.

מען קען זיך פין דעם לערנען די וויכטיקייט פין לייגען קאפיעס מקען קיינמאל נישט וויסען וועם עס וועט העלפען.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג פאברואר 08, 2011 5:52 am

ליטוואק האט געשריבן:מה האמת לגבי תאריך פטירתו של ר' שמחה?


בס' אנשי שם - לבוב, הובא נוסח מצבתו:
פה נגנז הארן, איש האלקי הרב המאור הגדול מו"ה שמחה בן הרב הגאון מו"ה נחמן כ"ץ זצ"ל, אב"ד ור"מ דק"ק לובלין, נפטר ז' אב תע"ז לפ"ק. תנצב"ה


איינער האט באשלאסען, אז מען האט עם גערופען קיין לבוב, נאכ'ן פטירה פונעם חכם צבי, וועלכע איז נסתלק געווארן א' אייר תע"ח, ממילא מוז זיין אז דער רבי ר' שמחה איז הערשט נסתלק געווארן נאך עם, ממילא האבן זיי משנה געווען פון תע"ז צו תע"ח, אבער מאן יימר, אפשר האט מען עם גערופען קיין לבוב פארן חכם צבי, און הערשט |נאך" זיין פריצייטיגע פטירה האט מען גערופען דער חכם צבי, והכל על מקומו יבוא בשלום....

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג פאברואר 11, 2011 6:25 am


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 13, 2011 4:11 pm

אינעם 'אמעריקאנער אידישען זשורנאל' פון יארע 1903 דאס הייסט שנת תרס"ג ערשיינט א ליסטע פון ארום 600 רבנים וחזנים פון אידישע (ארטאדאקסן און רעפארמער להבדיל) וועלכע האבן געהאט שטעלעס אין די פאראייניגטע שטאטן, די ליסטע פאר זיך איז היסטאריש און אנהאלט ביאגראפישע שטריכען איבער יעדן פערזענליכקייט וואס דא איז נישט דאס פלאץ דערפאר.

אינעם דערמאנטן ליסטע געפונען מיר דעם פאלגענדן שטיקל:

Rappaport, Solomon.
Cantor of Congregation Shaaray Tefilla,
New York City.
Born January 20, 1862, at Lemberg, Austria.

Son of Rabbi Chaim ha-Kohen Rappaport, his teacher of Bible, Talmud,
Midrash, and Hazanut.
Musical studies pursued at Prague;
Peabody Institute, Baltimore, Md.; and the National Conservatory
of America, New York City. For nine years Cantor and
Preacher in Oheb Sholom Congregation, Newark, N. J. Studied
for two years at New York Law School. Publications: Articles
in the American Hebrew. Address: 256 West 98th, New York
City.


אין קורצן אין אידיש רעדט מען פון א חזן שלמה הכהן רפפאפארט פון ניו יארק סיטי, געבוירען אין לעמבערג (לבוב) בשנת תרכ"ב צו זיין פאטער ר' חיים הכהן רפפאפארט וועלכער האט געלערנט מיט אים תלמוד מדרש און חזנות.
שפעטער איז ער זיך געגאנגען לערנען חזנות אויף א פראפעשענעל מדריגה אין פראג און דערנאך דא אין באלטימאר, לימים איז ער געווארן חזן און זאגאר דער מטיף אין קהל אוהב שלום אין נוארק, ניו זשערסי בעת וואס זיין אדרעס איז געווען אין ניו יארק.

בלייבט צו דערגיין ווער איז געווען ר' חיים הכהן רפ"פ פון לבוב (זיכער נישט דער בקאנטער ר' חיים כהן אב"ד לבוב, שטימט נישט מיט די יארן).

http://bjpa.org/Publications/downloadPu ... ionID=5458
זייט 49 פונעם פד"פ

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 4:20 pm

'העורבים ובני יונה' קונטרס לתולדות משפחת רפ"פ:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =1&hilite=

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 1:46 pm

והוא פלאי האט געשריבן:ב) קיין סך אמת'ע איז נישטא חוץ משפחת פראגער רב, והמסתעף, און די מאשקאוויטש'ס, משפחת פאקש


מה זאת?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 4:14 pm

מיללער האט געשריבן:בני ר' ברוך אב"ד ארלא, מינסק, ווילנא ופיורדא( נולד בשנת תכ"ח נפטר כ"ג ניסן תק"ו) ואשתו חיה שרה בת ר' משה חריף בעל תפארת למשה *
2.1) ר' ארי' לייב כהן רפ"פ אב"ד שנייטוך, הערצפעלד ווירצבורג
2.2) ר' צבי הירש כהנא רפ"פ אב"ד וואלערשטיין, ז' תשרי תקכ"ג
2.3) ר' בנימין זאב וואלף כהנא רפ"פ מ"מ אביו בפיורדא
2.4) פערל אשת ר' ישראל אשכנזי ברנ"ה מלבוב
2.5) חתנו ר' שמואל שפירא
2.6) לאה אשת ר' דוב בער אפפענהיימ[ער] אב"ד פרידבורג ב"ר יחיאל מיכל חתן ר"ד אופענהיים
2.7) חתנו ר' נתן נטע אב"ד טורבין (חותן ר' יוסף תאומים אב"ד אוסטראווצא)

בני ר' צבי הירש כהנא רפפאפורט מוואלערשטיין
2.2.1) ר' יצחק איציק כהנא רפ"פ אב"ד בונא
2.2.2) ר' שמחה בונם כהנא רפ"פ אב"ד וואלערשטיין ובונא מח"ס חי' הרשב"ץ ופרפרת הרשב"ץ

*ובטעות התייחס המליצי אש את הספר עיטור ביכורים לר"ב מפיורדא הזה, אחרי שלא ראהו אלא ממה שהביא בשה"ג, ובאמת זה ר"ב מפיורדא אחר ב"ר אלקנה ש"ץ דשם, הספר נדפס בשנת תקי"ב בעת שהמחבר היה בחיים והר"ב מפיורדא הנ"ל נפטר בשנת תק"ו.


פייש קרויז האט געשריבן:בנוגע ר' וואלף ב"ר ברוך כהנא ראפאפורט, ממלא מקום אביו בפיורדא, אוסיף כמה הערות.
ער האט ממלא מקום געווען דעם פאטער אין פירטה, דערנאך איז ער געווארן דיין אין ניקלשבורג, אוועק איז ער אין יאר תק"ל,
ער האט געהאט א זון ר' יצחק איצק לייפניקער רב, דער פאטער פון ר' בנימין זאב אב"ד פאפא, [מילער, הצעיר באלפי יהודה, איז נאכנישט זיין נאמען.] ר' יצחק איז געווען אן איידעם ביי ר' גרשון פוליץ רב ניקשלבורג והמדינה.
נאך א זון האט ר' וואלף געהאט ר' ברוך רויסטיץ.

ר' בנימין זאב אב"ד פאפא, איז געבוירן תקי"ג, תקמ"ג געווארן רב אין פאפא, נפטר ט' ניסן תקצ"ז מנו"כ בפאפא.


ע"פ בקשת הרב מיללער ברענגען מיר אריבער די בילד פון די מצבה פון הגאון ר' זאב המכונה וואלף ב"ר ברוך כהנא ראפופורט רב בק"ק פיורדא, דיין דק"ק ניקלשבורג, נפטר י"ז בתמוז תקל"ד

IMG_3502.jpg
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 25, 2011 12:06 pm

באדיבות ידידי הרב ר' פישל מבראנסוויל יצ"ו האמיר געטראפן אין א בוך אן אלט בילד פון א מציבה ממשפחת הכהנים הזה, ווייס איך אבער נישט ווי די מציבה געפונט זיך און ווער דער רב איז געווען, והנה מציבת ר' צבי הירש ב"ר מרדכי ארי' לייב כ"ץ-רפאפארט ז"ל נפטר כ"ו אב תק"ץ.

הילף עמיצער?
צוגעלייגטע
123.JPG


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט