משפחת הכהנים לבית ראפאפארט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:21 pm

דער ש"ך שרייבט אויף זיך "כי מזרעא דאהרן קאתינא" (בתוך הקדמתו לפירושו שפתי כהן על שו"ע יו"ד ולספרו תקפו כהן) איז דאס נישט גענוג ראיה אז ער איז געווען א כהן מיוחס? אדער די פאקט אז ער שרייבט זיך אונטער אין זיינע ספרים "שבתי בן לא"א הגאון מוהר"ר מאיר כ"ץ ז"ל" אדער אז ער האט א נאמען געגעבן זיינע ספרים "שפתי כהן" תקפו כהן"
צוגעלייגטע
shach.jpg
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:22 pm

מיללער, הייסט דאס אז ר' שמחה - וועלכער איז מתחילה געווען א וויין סוחר - האט איבערגענומען דעם עלטערער ברודער זיינעם ערשט אין וואלערשטיין - בשנת תקל"ב - און דערנאך אין בונא, ווען איז ר' יצחק נסתלק געווארן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:26 pm

farshlufen האט געשריבן:וועמענס זון איז געווען רבי ברוך כהנא ראפאפארט אב"ד פיורדא הנ"ל?


די מוציאים לאור מחדש פונען חידושי הרשב"ץ הנ"ל שרייבען עפעס וואס איז מיר נישט מסתבר, דערפאר האב איך עס מתחילה נישט נאכגעשריבען, לויט זיי איז ר' ברוך כהנא געווען בנו של ר' משה מאיר הכהן ב"ר שמחה הכהן רפאפורט מהוראדנא ולובלין הנ"ל.

לויט ווי מיר האבן דא אויבן געזעהן איז נישט דערמאנט צווישען די קינדער פון ר' שמחה א זוהן ר' משה מאיר, ולא עוד נאר אז דענסמאל קומט אויס אז די אייניקלעך ר' יצחק ואחיו ר' שמחה בנום וועלכע זענען געווען נפטר געווארן בשנות התק"ע זענען געווען א דור חמישי צו ר' שמחה וועלכער איז נפטר געווארן אינגאנצן 100 יאר פארדעם, עפעס שטומט נישט.

דער אמת איז אז די אנדערע חלקים זעה איך יעצט שטימט אויך נישט אינגאנצן, אבער דאס איז זיכער אז די ברודער זענען געווען אייניקלעך פון דעם ר' ברוך כהנא רפאפורט אב"ד פיורדא וועלכער איז געווען אן איידעם ביים 'תפארת למשה' און זיין פאטער האט געהייסען ר' משה מאיר, ע"כ וואס איך ווייס דערווייל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:31 pm

איין ניקל,
וואו ליגט דער ש"ך, נישט אין לעמבערג?

farshlufen האט געשריבן:מיללער, הייסט דאס אז ר' שמחה - וועלכער איז מתחילה געווען א וויין סוחר - האט איבערגענומען דעם עלטערער ברודער זיינעם ערשט אין וואלערשטיין - בשנת תקל"ב - און דערנאך אין בונא, ווען איז ר' יצחק נסתלק געווארן?


ר' יצחק איז נסתלק געווארן תקמ"ח קוק דא.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:32 pm

מיללער האט געשריבן:אבער דאס איז זיכער אז די ברודער זענען געווען אייניקלעך פון דעם ר' ברוך כהנא רפאפורט אב"ד פיורדא וועלכער איז געווען אן איידעם ביים 'תפארת למשה' און זיין פאטער האט געהייסען ר' משה מאיר, ע"כ וואס איך ווייס דערווייל.

אזוי שרייבט זיך ר' שמחה בונם אב"ד בונא אונטער:
הכ״ד הצעיר דמן חברייא זעירא וחדל אישים בדעחי בחדירא שמחה המכונה בונים בן לא״א הגאון מהור״ר צבי
המכונה הירש זצלה״ה כהנא רפאפורט חונה בק״ק וואלרשטיין והמדינה יא״א
.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:38 pm

המרכז לחקר משפחת רפפורט
http://rapaport-heb.blogspot.com

ספרים פון כהנים רפפורט אויף היברו-בוקס:
בני בנימין רפפורט, משה הכהן אונגוואר תרכו
דרך המלך רפפורט-הרטשטיין, אליעזר ב"ר אברהם אבלי בודפשט תרפב
דרך המלך-חלק ראשון רפפורט, דובעריש ב"ר שמואל הכהן כ"ץ לבוב תרנב
דרך המלך-חלק שני רפפורט, דובעריש ב"ר שמואל הכהן כ"ץ לבוב תרנד
מאיר עינים רפפורט, משה ב"ר מאיר הכהן אמשטרדם תרמה
מנחה בלולה רפפורט, אברהם מנחם ב"ר יעקב הכהן וירונה שנד
מנחה בלולה רפפורט, אברהם מנחם ב"ר יעקב הכהן המבורג תקפ
מנחת כהן רפפורט, מאיר הכהן קראקא תרעה
נקי כפים ובר מצוה רפפורט שרענציל, אברהם כ"ץ פפד"מ תרפה
ספר גבולת בנימין רפפורט, בנימין בן שמחה לבוב
ספרא רפפורט, צבי הירש הכהן פרעמישלא תרסז
ספרא רפפורט, צבי הירש הכהן ווילנא תרה
ערך מלין רפפורט, שלמה יהודה ליב הכהן פראג תריב
שכל טוב רפפורט, שמחה הכהן דיהרנפורט תצה
שמלה שניה רפפורט, בנימין זאב ב"ר יצחק הכהן וינה תקס
תורת כהנים רפפורט, צבי הירש הכהן
תורת כהנים-חלק ראשון רפפורט, צבי הירש הכהן פרעמישלא תרסא
תורת כהנים-חלק שני רפפורט, צבי הירש הכהן
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:40 pm

הרב הנכד, תני ושייר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 5:53 pm

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:וועמענס זון איז געווען רבי ברוך כהנא ראפאפארט אב"ד פיורדא הנ"ל?


די מוציאים לאור מחדש פונען חידושי הרשב"ץ הנ"ל שרייבען עפעס וואס איז מיר נישט מסתבר, דערפאר האב איך עס מתחילה נישט נאכגעשריבען, לויט זיי איז ר' ברוך כהנא געווען בנו של ר' משה מאיר הכהן ב"ר שמחה הכהן רפאפורט מהוראדנא ולובלין הנ"ל.

לויט ווי מיר האבן דא אויבן געזעהן איז נישט דערמאנט צווישען די קינדער פון ר' שמחה א זוהן ר' משה מאיר, ולא עוד נאר אז דענסמאל קומט אויס אז די אייניקלעך ר' יצחק ואחיו ר' שמחה בנום וועלכע זענען געווען נפטר געווארן בשנות התק"ע זענען געווען א דור חמישי צו ר' שמחה וועלכער איז נפטר געווארן אינגאנצן 100 יאר פארדעם, עפעס שטומט נישט.

דער אמת איז אז די אנדערע חלקים זעה איך יעצט שטימט אויך נישט אינגאנצן, אבער דאס איז זיכער אז די ברודער זענען געווען אייניקלעך פון דעם ר' ברוך כהנא רפאפורט אב"ד פיורדא וועלכער איז געווען אן איידעם ביים 'תפארת למשה' און זיין פאטער האט געהייסען ר' משה מאיר, ע"כ וואס איך ווייס דערווייל.


אפשר איז נאר דער טעות אז ר' ברוך איז א זון פון ר' משה מאיר ברודער פון ר' שמחה, נישט זון פון ר' שמחה, דא ווערט דערמאנט אז ר' ברוך (אברהם) אבד"ק פיורדא איז געווען א זון פון דעם ר' משה מאיר כ"ץ, די ברודער פון ר' שמחה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 8:44 pm

איטשע האט געשריבן:3. אייניקלעך פונעם כתר כהונה אן אייניקל בן אחר בן פונעם ש"ך, דער ש"ך האט זיך קיינמאל נישט גערופען "רפאפורט" און זיינע קינדער אויכעט נישט, אז דער ש"ך איז א כהן "מיוחס" דאס דארף א מקור אדרבא זאל איינער שרייבן.

און דער הקדמה פון זיין ספר 'שפתי כהן' אויף שו"ע יורה דעה, שרייבט דער ש"ך
שלא באתי לעשות קטיגוריא בין הלומדים כי מזרעא דאהרן קאתינא אוהב שלום ורודף שלום



אגב: איך און מאשקע זעמער אייניקלעל פון כתר כהונה
the SCY is the limit

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 8:03 am

פון דעם וואס ער שרייבט "מזרעא דכהנא קאתינא" איז נאך נישט קיין ראי' אז ער איז א כהן מיוחס, יעדע כהן גייט אריין אין דער קאטעגאריע פון "מזרעא דכהנא אתי"...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 8:24 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 8:53 am

יישר כח הקוטשער להעתקת דברי ר' אהרן וואלדען בענין יחוס של הר"ב מפיורדא, וזה מה שמצאתי בספר מליצי אש אודותיו, וכן מצאתי פרטים בספר יש מנחילין ווי ער ברעגנט אויך אראפ נוסח מציבת ר"ב אב"ד פיורדא, לאמיר פרובירען צאמצונעמען וואס מיר טרעפן דערווייל.

דור ראשון; האחים בני ר' נחמן
1) ר' שמחה הכהן רפאפורט אב"ד הראדנא ולובלין (בניו הופרטו למעלה)
2) ר' משה מאיר כ"ץ רפאפורט פו"מ בלבוב ואב"ד סמטור

בני ר' משה מאיר מלבוב
1.1) ר' יצחק רפאפורט אב"ד אוסטראה (חתן ר' מרדכי ר' לייביש'ס פרנס ד' ארצות)
1.2) ר' ברוך [אברהם כ"ץ] כהנא-רפאפורט אב"ד פיורדא (חתן בעל תפארת למשה על יור"ד)
1.3) ר' משה כ"ץ רפאפורט אב"ד טארנאפאל
1.4) ר' ישראל כ"ץ רפאפורט אב"ד ביחאווי

בני ר' ברוך אב"ד ארלא, מינסק, ווילנא ופיורדא( נולד בשנת תכ"ח נפטר כ"ג ניסן תק"ו) ואשתו חיה שרה בת ר' משה חריף בעל תפארת למשה *
2.1) ר' ארי' לייב כהן רפ"פ אב"ד שנייטוך, הערצפעלד ווירצבורג
2.2) ר' צבי הירש כהנא רפ"פ אב"ד וואלערשטיין, ז' תשרי תקכ"ג
2.3) ר' בנימין זאב וואלף כהנא רפ"פ מ"מ אביו בפיורדא
2.4) פערל אשת ר' ישראל אשכנזי ברנ"ה מלבוב
2.5) חתנו ר' שמואל שפירא
2.6) לאה אשת ר' דוב בער אפפענהיימ[ער] אב"ד פרידבורג ב"ר יחיאל מיכל חתן ר"ד אופענהיים
2.7) חתנו ר' נתן נטע אב"ד טורבין (חותן ר' יוסף תאומים אב"ד אוסטראווצא)

בני ר' צבי הירש כהנא רפפאפורט מוואלערשטיין
2.2.1) ר' יצחק איציק כהנא רפ"פ אב"ד בונא
2.2.2) ר' שמחה בונם כהנא רפ"פ אב"ד וואלערשטיין ובונא מח"ס חי' הרשב"ץ ופרפרת הרשב"ץ

*ובטעות התייחס המליצי אש את הספר עיטור ביכורים לר"ב מפיורדא הזה, אחרי שלא ראהו אלא ממה שהביא בשה"ג, ובאמת זה ר"ב מפיורדא אחר ב"ר אלקנה ש"ץ דשם, הספר נדפס בשנת תקי"ב בעת שהמחבר היה בחיים והר"ב מפיורדא הנ"ל נפטר בשנת תק"ו.
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 9:07 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 8:56 am

אינטרעסאנט עס ווערט נישט דערמאנט דא, דער גאונישער ספר שמלת בנימין, הרה"ג ר' בנימין ראפאפארט זצ"ל אב"ד פאפא, דאכט זיך אז ער איז געווען אייניקל פון ר' ברוך אב"ד פיורדא.

גערעכט?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 8:58 am

א גאר באקאנטע אייניקל פון ר' ברוך אבד"ק פירט, איז געווען דער ברוך טעם.
(בן ר' יהושע פייבל תאומים בן ר' יוסף תאומים חתן ר' נטע אבד"ק טורבין חתן ר' ברוך דידן).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 9:21 am

פריילאך האט געשריבן:אינטרעסאנט עס ווערט נישט דערמאנט דא, דער גאונישער ספר שמלת בנימין, הרה"ג ר' בנימין ראפאפארט זצ"ל אב"ד פאפא, דאכט זיך אז ער איז געווען אייניקל פון ר' ברוך אב"ד פיורדא.

גערעכט?

ר' יהודא בנימין זאב כ"ץ רפפאפורט אב"ד פאפא ב"ר ב"ר יצחק אב"ד לייפניק [ב"ר וואלף מפיורדא ב"ר ברוך אב"ד פיורדא?]

דף השער מספרו 'שמלה שניה' (אינטערעסאנט די צוויי זיגלעך 'יוסף פריעדמאן' און 'נחום דובער פריעדמאן' מי הם? לכאורה נכדי רוזין)
צוגעלייגטע
24-23750.jpg

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:17 am

דאס ספר איז ניי איבערגעדריקט געווארן דורך אן אייניקל ר' יעקב יודא דייטש ע"ה מחשובי מתפללי פאפא, איך דענק ווען ער איז ארום פאר מעות קדימה, און געוויזן די הסכמה פון חתם סופר אויפן ספר.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:34 am

הרב פריילאך,
איר האט דעם ספר? אפשר שרייבט ער מער פונקטליך די יחוס צו ר' ברוך אא"וו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:42 am

מיללער האט געשריבן:בני ר' צבי הירש כהנא רפפאפורט מוואלערשטיין
2.2.1) ר' יצחק איציק כהנא רפ"פ אב"ד וואלערשטיין ובונא
2.2.2) ר' שמחה בונם כהנא רפ"פ אב"ד וואלערשטיין ובונא מח"ס חי' הרשב"ץ ופרפרת הרשב"ץ

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 9:36 am

מיללער האט געשריבן:הרב פריילאך,
איר האט דעם ספר? אפשר שרייבט ער מער פונקטליך די יחוס צו ר' ברוך אא"וו



היינט אין ביהמ"ד, האב איך א בליק געטוהן, איז דא דארט אינעם פארנט פון ספר שמלות בנימין, די תולדות שמלות בנימין, געשריבן דורך הגה"צ ר' משה יודא כ"ץ בעל ויגד משה, איידעם ביים ויגד יעקב זצ"ל, (שטייט דארט די יחוס איז בכת"י ביי די סאמבאטהעלי רב שליט"א, היינט וויען) שרייבט ער: בנימין זאב כ"ץ הנקרא וואלף ראפאפארט בן הג"מ יצחק איצק כ"ץ מלייפניק ב"ר וואלף פירדא ב"ר ברוך ראפאפארט אב"ד פירדא.

אויך שרייבט ער דארט די שמלת בנימין איז געווען א איידעם ביי ר' דוד באסקאוויץ מאויבן ישן (-וואס מיינט דאס?), און ר' דוד האט געהאט נאך א איידעם הרה"ג ר' וואלף בן בעל המחצית השקל, ר' דוד פלעגט זיך אפט רימען: ווען איך רוק זיך ארויס ארויס מיט מיין צוויי "וועלף", ציטערט פון מיר די גאנצע וועלט.
לעצט פאראכטן דורך פריילאך אום מאנטאג דעצמבער 28, 2009 1:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 10:14 am

'אויבן-ישן' איז 'בודא' וועלכע האט זיך שפעטער צאמגעשטעלו מיט 'פעסט' און היינט איז דאס 'בודאפעסט', עס ווערט אויך גערופען 'אלט-אויבען', דער מהר"ם מינץ איז געווען רב אין אויבן ישן און אזוי אויך נאך חשובע רבנים, עס איז פון די עלטסטע אידישע ישובים אין אונגארן.

דער ר' וואלף קעלין-באסקאוויץ בן המחצית השקל האט מחבר געווען דעם 'סדר משנה' אויפן רמב"ם.

ייש"כ הרב פריילאך
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מאנטאג דעצמבער 28, 2009 12:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 11:06 am

ווי קעו מען פארגעסן דער שער אפרים (זקינו של החכם צבי) איז געווען רב דארטן און רבי עקיבא כ"ץ הנשיא מאויבן (זקינו של השל"ה הק').

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 1:56 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 04, 2010 12:46 pm

farshlufen האט געשריבן:תולדות משפחת רפאפורט



דער דעת קדושים איז פאהאן אויף היברו בוקס איך האב עס אינדערהיים, עס איז כולל נישט בלויז משפחת רפפאפורט נאר אסאך גרויסע משפחות ווי; באב"ד, הורוויץ, היילפרין און נאך, עס איז אבער נלקה בחסר וביתר הברבה מקומוות.
צוגעלייגטע
28-6832.jpg

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » מאנטאג פאברואר 08, 2010 2:54 am

מילער
אובן איז בודא, אובן ישן איז א שטאט פאר זיך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 08, 2010 8:33 am

פייש קרויז האט געשריבן:מילער
אובן איז בודא, אובן ישן איז א שטאט פאר זיך.


קען זיין, ואם טעיתי ה' הטוב יכפר בעדי, אבער אויב אזוי אפשר צייגט איר מיר אן ווי אויבן-ישן איז היינט?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט