רבי ישראל פרידמאן מהוסיאטין זי"ע - כ"ט כסלו ה' דחנוכה תש"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

רבי ישראל פרידמאן מהוסיאטין זי"ע - כ"ט כסלו ה' דחנוכה תש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

היינט אום פינפטע לעכטל חנוכה געפאלט אויס דער הילולא פון מרן הרה"ק ר' ישראל מהוסיאטין, וואס האט בסוף ימיו געוואוינט אין תל אביב.

נולד בשנת תרי"ד או תרי"ח לאביו ר' מרדכי שרגא בנו הצעיר של מרן הרה"ק מרוזין, נשא בזיווג ראשון את הרבנית נחמה גיטל בת ר' אבי עזרי זעליג שפירא ממאגליניצא (חתן מרן אדה"ז מסא"ג), ונולד לו בת הרבנית חי' שרה רחל א"ח מרן בעל אהלי יעקב זי"ע בנם היה מרן בעל השיח יצחק זי"ע, ועוד בת הרבנית חוה שנשא את בן אחיו ר' מנחם נחום ברש"י מהוסיאטין לעמבערג ולא היה להם זש"ק. בזיווג שני נשא את בת ר' חיים מאנטניא.

בפטירת אביו כ"ב אייר ל"ז בעומר שנת תרנ"ד מילא מקומו בהוסיאטין עד שנת תרע"ב בפרוץ מלחה"ע הראשונה שברח כשאר אדמורי בית רוזין לוויען הבירה.

ווי מיר האבן שוין גערעדט כמ"פ האט דער הוסיאטינער רבי געהאט א שטארקער חיבת הארץ, און שטענדיג משתוקק געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל, און דעריבער בשנת תרצ"ז עלה לארץ, ווי ער איז פארביי געפארן זענען זיך צוזאמען געלאפן טויזנטער אידן זיך פון איהם צו געזעגענען, און דערביי האט זיך דער צדיק געבעטן ביי די אידן צו פארלאזן די ברענענדיגע ערד, אין קראקא האט ער געזאגט 'ווער עס האט שכל זאל שוין אנטלויפן אפילו מיט די פאנטאפל'! און אין לעמבערג האט ער געזאגט 'ווער עס קען פארקויפן זיינע זאכן זאל פארקויפן, און ווער עס קען נישט זאל איבערלאזן אלסדינג און אנטלויפן מיט די טורבע אויפן פלייצע"!

ער איז נסתלק געווארן בכ"ט כסלו נר חמישי דחנוכה שנת תש"ט.

ער האט געבעטן אין זיין צוואה אז מ'זאל איהם לאחר פטירתו מקבר זיין אויפן הר הזיתים און אויב דאס וועט נישט מעגליך זיין דאן זאל מען איהם לייגן אין צפת אדער טברי', ובהיות די ירדנ'ער האבן דאן געוועלטיגט אויף ירושלים איז נישט געקומען אין באטראכט איהם צו לייגן דארט, און ס'איז געועון פרייטיג דעריבער איז שווער געווען מסדר צו זיין אין צפת האט מען איהם געלייגט אין טברי' ושם מנו"כ.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

------------------------------

דער הוסיאטינער רבי איז געווען א סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, ער האט געדרייעט וועלטן עולמות ומלואו, און זיך געדרייעט דא אויף דער וועלט ווי א פשוטער מענטש, געגאנגען יעדן טאג שפאצירן און געלייענט די צייטונג אויפן גאס וכו', אבער ווי מען ווייסט צו דערציילן אויף איהם איז ער געווען אויסגעטוהן פון דער וועלט.

כ'האב געהערט פונעם בעל מספר הנפלא הגה"צ מראדוויל שליט"א החונה במאנסי א מעשה וואס ווייזט נישט אזוי ווייט דאס גדלות ווי דאס אז ער איז געווען אויסגעטוהן פון דער וועלט, אז דער הוסיאטינער רבי איז אמאל געגאנגען אויף רחוב אלעמבי און ס'איז איהם שטארק געפעלן געווארן א פאר שיך וואס ער האט געזעהן אין די שוי קעיס פון א פרויען שיך געשעפט, איז ער אריין אין געשעפט און זיך איינגעהאנדלט אזא פאר שוך, דערביי האט ער איבערגעלאזט זיין אייגענע שוך אין געשעפט און אהיים געגאנגען מיט די היי היל שיך, ער קומט אהן אהיים האבן די בני בית געזעהן וואס דא גייט פאר, האבן זיי זיך געבעטן ביי איהם אז ס'פאסט נישט וכו' אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן, ער פארשטייט נישט וואס ס'איז שלעכט דערמיט, ביז איינער האט זיך אנגערופן אז ס'איז פרויאישע שוך, האט ער דאס געגעבן א טראסקע אוועק.... דערנאך האט נאר איינער געדארפט צוריק גיין אהין איהם ברענגען זיינע פאר שוך.

עס זענען דא אומצאליגע סיפורים איבער דער הוסיאטינער רבי און דער מערסטע באוואוסט איז וועגן די תפלות וואס ער האט אפגעראכטן ביים ציון האור החיים הק' ביום ההילולא דשנת תש"ב ווען ס'איז געווען ברור אז דער דייטש דערנענטערט זיך קיין ארץ ישראל, אבער נאך די תפלות צוזאמען מיט ר' שלמה'קע זוועהילער האט ער זיך אנגערופן אז דער רשע וועט נישט אנקומען אהער, ווייל ער זעהט אז דער שם הוי' שיינט כסדרן.

אן אינטערעסאנטע סיפור האבן חסידים פארציילט אז אמאל אלס קינד האט איהם א חסיד געפונען האלטנדיג א גרויסער קיכל אין דער האנט און ער וויינט, פרעגט איהם דער חסיד, פארוואס וויינסטו? זאגט ער ווייל ער וויל עסן, אויב אזוי דאן עס, זאגט דער חסיד, ענטפערט דער קליינער קינד: דער טאטע האט מיר געזאגט אז ווען ס'וויל זיך איז בעסער נישט צו עסן, און איך וויל דאך עסן אבער איך קען נישט.
אטעטשמענטס
צרות קדשו של מרן מהוסיאטין
צרות קדשו של מרן מהוסיאטין
husyatin Reb Yisroel.jpg (42.47 KiB) געזען 4560 מאל
מימין לשמאל הדמשק אליעזר מוויזניץ, ר' דוד'ל או ר' אברהם דוב מראחמסטריווקא, ??, הרה"ק מהוסיאטין (כמדומה לי עומד בקצה השמאלי הבית ישראל או ר' שלמה'ניו מסא"ג)
מימין לשמאל הדמשק אליעזר מוויזניץ, ר' דוד'ל או ר' אברהם דוב מראחמסטריווקא, ??, הרה"ק מהוסיאטין (כמדומה לי עומד בקצה השמאלי הבית ישראל או ר' שלמה'ניו מסא"ג)
ציון הרה"ק מהוסיאטין
ציון הרה"ק מהוסיאטין
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

שיינעם דאנק בוזי פארן עפענען דעם אשכול. ס'דא אסאך מעשיות פלאים איבערן הוסיאטינער, אפענע רוח הקדוש. ערגעץ האך איך געזעהן אז ער איז אויך געווען א גאון בנגלה ובנסתר.

זי"ע.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

דער הייליגער הוסיאטינער זצ"ל - זייענדיג אין ווינא - האט פארפירט אז דער עולם זאל עולה זיין קיין ארץ ישראל, ווייל עס ווארט אפ שרעקליכע זאכן פאר כלל ישראל אין אייראפע, דאס האט ער געזעהן מיט זיינע הייליגע אויגן עטליכע יאהר בעפאר מען האט גע'חלומ'ט אז עפעס גיין זיין.
אין אן אנדערן אשכול (דאכצעך פונעם הייליגן בעלזא רב זצ"ל) האט מען שוין געשריבן איבער דעם וואס דער הוסיאטינער איז געווען אין ברלין אין די פריעה תר"צ יאהרן, און פאר-ארבייט מעשים אקעגן דעם צורר ישראל ימ"ש.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

א איד איז אמאל געקומען צום בעלזן רב אז ער האט קשיות איז די אמונה רח"ל, האט ער אים געשיקט צום הוסיאטינער רבין.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בן בוזי האט געשריבן:ער האט געבעטן אין זיין צוואה אז מ'זאל איהם לאחר פטירתו מקבר זיין אויפן הר הזיתים און אויב דאס וועט נישט מעגליך זיין דאן זאל מען איהם לייגן אין צפת אדער טברי', ובהיות די ירדנ'ער האבן דאן געוועלטיגט אויף ירושלים איז נישט געקומען אין באטראכט איהם צו לייגן דארט, און ס'איז געועון פרייטיג דעריבער איז שווער געווען מסדר צו זיין אין צפת האט מען איהם געלייגט אין טברי' ושם מנו"כ.


בימיו האט דאס געהייסן א פלא, פארוואס זאל מען נישט קענען לייגן אויפן הר הזיתים, אבער סופו הוכיח.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מפי השמועה האב איך געהערט, אז מ'האט געזאגט אויף איהם אז זיין זיו איקונין איז געווען דומה להרה"ק הס"ק מרוזין זי"ע
לחיים ולברכה!
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

קרעדיט יוסלמאן שיחי'
אטעטשמענטס
g.JPG
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

נאט אייך נאך א פיינעם בילד.
אטעטשמענטס
reb y.jpg
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

האדמו"ר:
אטעטשמענטס
0139.gif
0139.gif (11.99 KiB) געזען 4379 מאל
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

רבי ישראל מהוסיאטין זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

היום כ"ט כסלו הוא יאצ"ט של הרה"ק רבי ישראל פרידמאן מהוסיאטין זי"ע בן הרה"ק רבי מרדכי שרגא פייוויש בן הרה"ק רבי ישראל מריזין זי"ע.
נולד תרי"ח ונשא שמו של זקינו הק' מריזין.
חתן רבי אבי עזרא זעליג מסאדיגורא-סטרי[ קוזניץ] , ובזו"ש חתן רבי חיים מאטיניא.
במלחמה הראשונה עבר לגור בווינא ומשם לאר"י בשנת תרצ"ז וגר בתל אביב.
נסתלק שנת תש"ט ונטמן בטבריא.
יש עליו הרבה סיפורים ממופתים מופלאים שעשה, אהב"י שלו, , התנהג מאד באתכסיא , והיה גאון עצום בתורה כפי שהעידו עליו.
היה אחרון מנכדי הריזינער זי"ע.
אפשר שהחבריא קדישא דהקרעטשמע יכתבו ויוסיפו כיד ה' הטובה עליהם.
זי"ע ועכ"י, ויה"ר שימליץ טוב בעדינו לפני מלך הכבוד.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שוין ערגעץ זיכער דא אן אשכול אדער געשריבן וועגן אים, כ'וואלט געזוכט אבער ביי מיר איז דערווייל אייוועלט נאך צו שטאט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

א צייט צוריק האב איך געזען אדער געהערט, איך געדענק נישט וואו אדער פון וועמען, צוויי מורא'דיגע זאכן וועגן הרה"ק מהוסיאטין זי"ע.

די ערשטע זאך איז מער באקאנט, אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה, ווען דער צורר היהודים האט געהאלטן ביים אריינשיקן זיין נאצי ארמיי אין ארה"ק, איז דער צדיק, צוזאמען מיט'ן טהרת הקודש ושומרי אמונים זי"ע און הרה"ק רבי שלומ'קע זוועהילער זי"ע, געווען איינרייסן ביים ציון הק' פון אור החיים הק', און אויסגע'פועל'ט רחמים בשמי מעל אז די גזירה זאל נישט אריינקומען אין ארץ ישראל.

צווייטנס, וואס איז נישט באקאנט, אז דער ענין פון רבינו הק' מסאטמאר מעורר צו זיין אזויפיל וועגן חטא הידוע האט דער רבי גענומען פון דעם צדיק ווען זיי האבן זיך געטראפן אין ארה"ק נאך די קריג. דער הוסיאטינער האט געזאגט דער רבי זאל איינרייסן דערויף ביי כלל ישראל, און דער רבי האט עס אנגענומען. תדע, אז אין דער היים איז די גאנצע זאך נישט געווען איינגעפירט ביים רבי'ן, אויסער גאר גאר זעלטן, און דא נאך די קריג איז עס געווארן א שרייענדער אויסרוף מי לד' אלי, קדושים תהיו.

אויך איז ידוע אז דער רבי זי"ע איז געזעצן שעות ארוכות מיט'ן הוסיאטינער צדיק, ביידע שטיל און פארשוויגן אן איין ווארט ארויסרעדן, וסוד ד' ליראיו.

-
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

זיין איידעם דער אהלי יעקב שרייבט, נאך די פטירה איז אריין געקומן א ייד נישט קיין שומתומ"צ אין שטארק געוויינט, האב איך געפרעגט, וואס וויינט איהר אזוי, האט ער גזאגט, איין מאל בין איך געגאנגען אויפ'ן גאס און דער רבי איז מיר אנטקעגין געקומען, און האט מיר צוגערופן, און אויס געפרעגט וואס איך מאך און ווי גייט מיר די ביזנעס, מיט גרויס ליבשאפט , און איך פלעג גיין מיט א הויל'ן קאפ אין די גאס, אבער פון דאן האב איך אנגהויבן צו גיין מיט א הוט לכבודו, זיין השפעה אויף מיר איז געווען זייער שטארק בלויז פון איין שמועס…

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
וחיי עולם נטע
חיס
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיס »

בביקור בבית חרושת ליבר בתל אביב
אטעטשמענטס
בביקור בבית חרושת ליבר בתל אביב.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאמר ב'מחזיקי הדת' לפטירת אביו הרה"ק מרדכי שרגא פיבוש מהוסיאטין זצ"ל:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיללער האט געשריבן:מאמר ב'מחזיקי הדת' לפטירת אביו הרה"ק מרדכי שרגא פיבוש מהוסיאטין זצ"ל:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true


דער נאמען שרגא קומט ווייל ער איז געבוירן אין חנוכה. מרדכי נאכן פעטער הרה"ק המגיד ר' מרדכי'לע זי"ע (ער האט נאך געלעבט כידוע אז דער רוזינער האט געגעבן א נאמען נאך אים בחייו) און שרגא ווייל ס'איז געווען יו"ט חנוכה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איז ער געווען א שני בשני מיט רבי שלמה'קע?
די מעשה מיט די פרויען שיך איז עפעס המממ, וואו די מקור?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מאמר ב'מחזיקי הדת' לפטירת אביו הרה"ק מרדכי שרגא פיבוש מהוסיאטין זצ"ל:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true


דער נאמען שרגא קומט ווייל ער איז געבוירן אין חנוכה. מרדכי נאכן פעטער הרה"ק המגיד ר' מרדכי'לע זי"ע (ער האט נאך געלעבט כידוע אז דער רוזינער האט געגעבן א נאמען נאך אים בחייו) און שרגא ווייל ס'איז געווען יו"ט חנוכה.

רק למען הדיוק שמו שרגא פייוויש הי' אחר חותנו של המלאך ר' משולם פייוויש מקרעמעניץ בעל משנת חכמים על משניות שיום פטירתו הוא בכ' כיסלו . כמו שמרנא ורבנא הרה''ק מבאיאן-נוא יארק נבג''מ הי' תמיד מזכיר בטיש י''ט כיסלו והחוט המשולש לא במהרה ינתק ח''י כסלו יומד''ה של הרה''ק הר'ר'ר ברוך וי''ט של המגיד הגדול וכ' של ר' פייווישעל קרעמעניצער זכותם יגן עלינו
אגב באתי להזכיר את הברכה שבצוואת בעל ההילולא שצילומו בריש ספר אהלי יעקב ח''ר וזה לשונו הקדוש ותראו במהרה בימינו בשוב ד' את שבות עמו ובביאת גואל משיח צדקנו אמן
וגם בעולם העליון אתפלל בעדכם אי''ה לטובה לכם כל הימים .ע''כ לשון קדשו
עכ''פ מקדים ותראו במהרה בימינו בשוב ד' את שבות עמו ואח''כ ביאת הגואל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

האדמו"ר רבי ישראל מהוסיאטין זצ"ל עם האדמו"ר רבי משה מבאיאן-קראקא זצ"ל הי"ד

92245.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

חכמת אדם תאיר פניו

30008.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ברחובות העיר

30029.JPG
30034.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בקריאת קוויטל מאחד מחסידיו

30010.JPG
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

פון די בילדער אליין קען מען טאפן די קדושה!

http://www.bholworld.com/Article.aspx?id=54248
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בעריכת שלחנו הטהור

30011.JPG
30009.JPG
30033.JPG
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”