גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:47 am

געזעהן אין א קינדערישע קאמיקס
א אדם גדול לעת זקנתו איז שוין געווען א כלוא בבית האט געבעטען א תלמיד
גיין אין פאסט קויפען א פאסאטמארק
דער בחור קומט צוריק מיט דעם STAMP נעמט דער גדול א קאנווערט און קלעבט ארויף דעם פאסטמארק
יעצט זיי אזוי גוט און ווארף עס אריין אין פאסטקעסטיל
פרעגט דער תלמיד: פארוואס האט דער ראש ישיבה מיר נישט געגעבען דעם קאנווערט ווען איך בין געגאנגען
קויפען דעם פאסטמערק?
דער ר"י : אין דעם קאנווערט שיק איך תמיכה פאר א ת"ח א נצרך, גיין אין פאסט אפיס קען איך טאקע נישט אבער קלעבן
א פאסטמארק קען איך נאך פארוואס זאל איך דערלייגען דעם חלק פון טירחא פאר א מצוה?
שטימט?
דאס איז גענוג צורך אויף מטריח זיין דעם בחור צווי מאל?
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום זונטאג נובעמבער 11, 2018 10:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:52 am

יא
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג נובעמבער 11, 2018 10:12 am

דער בחור איז נישט געגאנגען אין פאסט ווייל ער האט עפעס געדארפט אין פאסט אפיס, ער איז געגאנגען צו טוהן די רצון פון אן אדם גדול, וואס איז די חילוק צווישן איין מאל און צוויי מאל?

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:30 pm

געווען אמאל אן אסיפת הרבנים און רבינו הק' בעל ברך משה מסאטמאר איז געזעצן דארט האט איינער פארציילט א מעשה פון איינע פון די תלמידי בעש"ט (געדענק איך נישט יעצט ווועלכע צדיק) אז איינער איז אים געקומען פרעגן אז ער האט שוין 2 קינדער וואס זענען נעבעך געשטארבן מחמת מילה און יעצט האט ער געהאט א דריטע קינד און ער וויל וויסן וואס ער האט יעצט צוטוהן האט אים די צדיק געזאגט אז ער זאל מאכן די ברית און ער האט אים אנגעוואונטשן אז די באשעפער וועט העלפן און ס'וועט גארנישט געשעהן, האט זיך די רבי די ברך משה אנגערופן אז די מעשה איז נישט אמת ווייל ס'איז דאך קעגן די הלכה וואס זאגט מתו אחיו מחמת מילה מאכט מען נישט קיין ברית, און ס'האט זיך געטוהן דארט צווישן די רבנים איבער די מעשה, פלוצלינג איז די רבי בעל דברי יואל אריינגעקומען און ער פרעגט פון וואס רעדט מען דא? האט אים איינער פארציילט די מעשה וואס יענער האט פארציילט און נאך פאר מ'האט אים געקענט זאגן אז די ברך משה האט געזאגט אז ס'קען נישט זיין אמת רופט ער זיך אן די מעשה איז זיכער נישט אמת ווייל ס'איז דאך קעגן די הלכה וואס שטייט אז מתו אחיו מחמת מילה זאל מען נישט מאכן קיין ברית.
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:05 pm

די רבי ז"ל פלעגט לייקענען אפילו 100% קראנטע מעשיות, איינער האט אים אמאל געפרעגט אויף א מעשה וואס די רבי די בעל דברי יואל האט געלייקענט, אז ער ווייסט דאך 100% אז עס איז אמת, האט ער אים געזאגט האסט נישט געזעהן ווער עס איז געשטאנען נעבן דעם בשעת מען האט עס פערציילט? מען דארף האבן שכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 6:21 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די רבי ז"ל פלעגט לייקענען אפילו 100% קראנטע מעשיות, איינער האט אים אמאל געפרעגט אויף א מעשה וואס די רבי די בעל דברי יואל האט געלייקענט, אז ער ווייסט דאך 100% אז עס איז אמת, האט ער אים געזאגט האסט נישט געזעהן ווער עס איז געשטאנען נעבן דעם בשעת מען האט עס פערציילט? מען דארף האבן שכל.

בנוסח אחר: און דו גלייבסט נאך אז איך האב עס געלייקענט?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 6:25 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:די רבי ז"ל פלעגט לייקענען אפילו 100% קראנטע מעשיות, איינער האט אים אמאל געפרעגט אויף א מעשה וואס די רבי די בעל דברי יואל האט געלייקענט, אז ער ווייסט דאך 100% אז עס איז אמת, האט ער אים געזאגט האסט נישט געזעהן ווער עס איז געשטאנען נעבן דעם בשעת מען האט עס פערציילט? מען דארף האבן שכל.

בנוסח אחר: און דו גלייבסט נאך אז איך האב עס געלייקענט?

עס וואלט ווען געקענט זיין, אבער די מציאות איז אז יענע איד איז געשטנען בשעת די רבי האט עס געלייקנט האט ער אים איבערגעפרעגט האט ער געזאגט האסט נישט געזעהן אז ........ שטייט דא.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 8:59 pm

איך מיין אבער ארויסצוברענען מיט די מעשה פון די אסיפת הרבנים מיט די ברית מילה אז אפגעזעהן צו די רבי האט געהאט אן ענין צו לייקענען מעשיות צו נישט אבער מיר דארפן וויסן אז א מעשה וואס איז קעגן די הלכה איז זיכער נישט אמת ווייל די צדיקים האבן זיך נישט אוועקגערירט פון די שו"ע קיין קוצו של יוד.
דרך אגב מענין לענין שלא .. באותו ענין איז דא א ווארט פון ר' דוד'ל דינוב'ער עין רואה די מעגסט זעהן וואס דיין רבי טוהט, ואוזן שומעת די מעגסט הערן וואס דיין רבי טוהט, אבער וכל מעשיך וואס די דארפסט טוהן בספר נכתבים שטייט אין שו"ע....
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 9:31 pm

פאר מיר הפעוט איז די מעשה פון א זא שמיעס ביי א אסיפת רבנים אביסעל מאדנע
וואס איז געווען דער דיון ביי די אסיפה? ווי אזוי איז די מעשה אריין אין א ערנסטען דין ודברים
די אלע רבנים האבען געדארפט האבען אז מען זאל זיי אויפמערקזאם מאכען
אז עס שטימט נישט? ווער האט דערציילט די מעשה ? א בעה"ב וואס איז
פונקט דארט געווען?
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 9:51 pm

דו מוזט טאקע נישט גלייבן אויף א מעשה אז ס'האט פאסירט, אבער אפגעזעהן אויב מ'איז מחליט צו גלייבן אדער נישט, קען פאקטיש זיין אז אזוי איז באמת געווען די מעשה כאטש נישט יעדער האט עס ליב...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 10:26 pm

פשט איז אז ווען עס איז נוגע להלכה ולהשקפה איז דאך תלוי אין אזויפיל פרטים, און אפילו א חוט השערה מאכט דאך אנדערש די גאנצע מעשה, ממילא איז שוין גרינגער צו זאגן איך גלייב נישט די גאנצע מעשה און פטור.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 12:33 am

איטערעסאנט אייוועלט לאזט אפען אזא אשכול
מיר האט מען געמעקט זאכען וואס איז האלב פין דעם
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 12:50 am

יידישע קהילות האט געשריבן:פשט איז אז ווען עס איז נוגע להלכה ולהשקפה איז דאך תלוי אין אזויפיל פרטים, און אפילו א חוט השערה מאכט דאך אנדערש די גאנצע מעשה, ממילא איז שוין גרינגער צו זאגן איך גלייב נישט די גאנצע מעשה און פטור.

זייער ריכטיג געזאגט.

רוב א.ג. שווערע מעשיות קענען גרינג נתיישב ווערן! איבעית אימא דורך פארשטיין די מציאות ארום די מעשה, ואבע"א מיט א קליינע שינוי אדער בתוספת פרט קטן.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 12:58 am

זייער קלוג האט געשריבן:איטערעסאנט אייוועלט לאזט אפען אזא אשכול
מיר האט מען געמעקט זאכען וואס איז האלב פין דעם

וואס זעהט איהר ראונ"ג אין דעם אשכול?

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:35 pm

בנוגע די מעשה ביי די אסיפת הרבנים איז זייער פשוט אז ס'געווען אנפאנג פון די אסיפה און נאך פאר מ'האט אנגעפאנגען דן זיין אין די נושא אויף וואס מ'האט זיך צאמגעקומען האט איינער פון די רבנים דערציילט די מעשה פשוט ווייל פארוואס דארף מען זיצן שטיל און ער האט געהאט געהערט די מעשה ערגעץ, און צווישן מיר אין דיר ווען איך הער ווען די מעשה סתם אזוי פון איינעם וואלט איך עס אויך געגלייבט ווייל אויבנאויף זעהט עס אויס א פיינע מעשה מיט א גוטע מופת, און ווען די רבי האט געהערט די מעשה האט ער עס פשוט געלייקנט, איך זעה נישט וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין דערפון....
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:40 pm

דוכט זיך ס'איז פארהאן מעהר ווי איין אזא מעשה און אפילו אין מקורות'דיגע ספרי תולדות ומפי השמועה...

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 7:25 pm

אדרבה אפשר ברענגסטו אהער איינס פארשטייט זיך פון א עכטע פארלעסליכע מקור
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג ינואר 28, 2019 8:00 pm

רבי זושא מאניפולי היה עני מרוד, ובכל-זאת פתח את ביתו לפני עניים ועוברי אורח. פעם אחת קיבל עשרה רובלים, והניחם בתוך החומש, בפרשת יתרו, ליד הפסוק "לא תגנוב".

הבחין בכך אורח לא מהוגן, לקח חמישה רובלים ואת החמישה הנותרים טמן בחומש ליד הפסוק "ואהבת לרעך כמוך".

כשבא רבי זושא לקחת את הכסף, לא מצאו במקום שהניחו, עד שמצא את חמשת הרובלים ליד הפסוק "ואהבת לרעך כמוך". נענה ואמר: "אוי זושא, כשהיו לך עשרה רובלים לקחת את כולם לעצמך; ואילו היהודי הזה, כשבא סכום זה לידיו, נטל מחצית בלבד, ואת החצי השני הניח לזושא, מתוך אהבת ישראל"

דאס שטימט מיט ספר חסידים תתצ"ט, תתק"ג והלאה??

DEDUCTIONS.JPG
DEDUCTIONS.JPG (94.01 KiB) געזעהן 691 מאל
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 500 ??

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:14 am

באקומען מאחורי הפרגוד א העתקה פון שו"ת מהרש"ג
אינטערסאנט איז אז דער מהרש"ג האט נישט געוויסט פון ספר חסידים

image002.jpg
image002.jpg (251.1 KiB) געזעהן 649 מאל
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 500 ??

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:27 am

געשיקטער האט געשריבן:
רבי זושא מאניפולי היה עני מרוד, ובכל-זאת פתח את ביתו לפני עניים ועוברי אורח. פעם אחת קיבל עשרה רובלים, והניחם בתוך החומש, בפרשת יתרו, ליד הפסוק "לא תגנוב".

הבחין בכך אורח לא מהוגן, לקח חמישה רובלים ואת החמישה הנותרים טמן בחומש ליד הפסוק "ואהבת לרעך כמוך".

כשבא רבי זושא לקחת את הכסף, לא מצאו במקום שהניחו, עד שמצא את חמשת הרובלים ליד הפסוק "ואהבת לרעך כמוך". נענה ואמר: "אוי זושא, כשהיו לך עשרה רובלים לקחת את כולם לעצמך; ואילו היהודי הזה, כשבא סכום זה לידיו, נטל מחצית בלבד, ואת החצי השני הניח לזושא, מתוך אהבת ישראל"

דאס שטימט מיט ספר חסידים תתצ"ט, תתק"ג והלאה??

DEDUCTIONS.JPG

טאהש'ע רבי זצ"ל פלעגט אריין לייגן ענוועלאופס מיט געלט אין ספרים אין ביהמ"ד און ווען מ'איז געקומען צו אים פלעגט ער זאגן זיי מעין אין דעי און דעי ספר אויף דף...

ער פלעגט עס נישט טוען עמטליך נאר ווען ער האט געוואלט געבן פאר איינעם א גרעסערע סכום וואס ער האט נישט געוואלט אז מ'זאל וויסן דערפון
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג יולי 16, 2019 8:43 am

ליינעדיג די וואך אין די בצלא דמהימנותא פין צאנז קלויזנבורג נתני'

ברענגן זיי דארט וואס הרה"ג ר' מתתיהו דייטש שליט"א מירושלים דערציילט נאך פין זיין שווער הגה"צ ר' משה הלברשטאם זצ"ל וואס האט געהערט פין טשעבינער רב ז"ל:

אז ווען הגאון ר' מאיר אריק זצ"ל האט ארויס געגעבן די ערשטע חלק אמרי יושר, איז געוועהן פארשידענע זאכן ווי ער פרעגט אפ דער הייליגע דברי חיים מצאנז אדער ער איז חולק אויף איהם, ווען זיין רבי הגאון ר' יעקעלע מהורמילוב זצ"ל דער בעל כוכב מיעקב האט דאס געזעהן, האט ער איהם מעורר געוועהן איבער דער גרויסקייט פין די הייליגע צאנזער רב, אין מען דארף שרייבן מיט מער דרך ארץ... אין אזוי איז טאקע געוועהן אין מען זעהט טאקע אין די צווייטע חלק אמרי יושר שרייבט ער שוין מיט אסאך מער דרך ארץ אויף צאנזער רב... ע"כ הסיפור.

שומי שמים?? ווי קען דאס זיין? ווי אזוי שטומט מיט די יארן?

דער כוכב מיעקב זצ''ל איז דאך נפטר געווארן בשנת תרנ"ד, אין די תשובות אמרי יושר איז ערשט ארויס בשנת תרע"ג.... ווי אזוי קען זיין די מעשה....??
参考专家

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג יולי 16, 2019 10:52 am

מומחה יוחס האט געשריבן:ליינעדיג די וואך אין די בצלא דמהימנותא פין צאנז קלויזנבורג נתני'

ברענגן זיי דארט וואס הרה"ג ר' מתתיהו דייטש שליט"א מירושלים דערציילט נאך פין זיין שווער הגה"צ ר' משה הלברשטאם זצ"ל וואס האט געהערט פין טשעבינער רב ז"ל:

אז ווען הגאון ר' מאיר אריק זצ"ל האט ארויס געגעבן די ערשטע חלק אמרי יושר, איז געוועהן פארשידענע זאכן ווי ער פרעגט אפ דער הייליגע דברי חיים מצאנז אדער ער איז חולק אויף איהם, ווען זיין רבי הגאון ר' יעקעלע מהורמילוב זצ"ל דער בעל כוכב מיעקב האט דאס געזעהן, האט ער איהם מעורר געוועהן איבער דער גרויסקייט פין די הייליגע צאנזער רב, אין מען דארף שרייבן מיט מער דרך ארץ... אין אזוי איז טאקע געוועהן אין מען זעהט טאקע אין די צווייטע חלק אמרי יושר שרייבט ער שוין מיט אסאך מער דרך ארץ אויף צאנזער רב... ע"כ הסיפור.

שומי שמים?? ווי קען דאס זיין? ווי אזוי שטומט מיט די יארן?

דער כוכב מיעקב זצ''ל איז דאך נפטר געווארן בשנת תרנ"ד, אין די תשובות אמרי יושר איז ערשט ארויס בשנת תרע"ג.... ווי אזוי קען זיין די מעשה....??

די מעשה איז מעגליך 'איבערגעארבעט' פון דאס וואס אנדערע דערציילן:

מסע פולין.JPG
מסע פולין.JPG (26.85 KiB) געזעהן 349 מאל

בערך אין דעם נוסח ווערט די מעשה אויך געברענגט אין 'גשמי ברכה' פון ר' שמעון הירשלער, עמ' תקסד.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג יולי 16, 2019 10:57 am

הג"ר העניך פאדווא האט עס פארציילט אזוי.
זע צום סוף, וועסטו פארשטיין וויאזוי די מעשה איז 'נתגלגל געווארן' אין אזא טעות.

הליכותחנוך.JPG
הליכותחנוך.JPG (67.52 KiB) געזעהן 341 מאל
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:23 pm


די מעשה שטימט?
מיר גייט עס נישט אין קאפ אז דער כת"ס זאל דאס זאגעו
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:39 am

קיקיון האט געשריבן:
די מעשה שטימט?
מיר גייט עס נישט אין קאפ אז דער כת"ס זאל דאס זאגעו

בישיבת חת"ס למדו חסידים?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט