גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ס'יז אייך שוין זיכער אויסגעקומען צו ליינען אזוינע מפוקפק'דיגע מעשיות איבער צדיקים. אבער טיילמאל איז די מעשה נישט נאר מפוקפק נאר אפילו מופרך במציאות לויטן מהלך המעשה.
אין אזא פאל פלעגט דער דברי יואל זצ"ל פארציילן די באקאנטע מעשה מיט די רויבער אויפן שיף וכו' ווען יעדער האט יעדן געהרג'ט, טא ווער האט פארציילט די מעשה...?

נאר וואס דען, מען ברויך גלייבן אז עס וואלט ווען געקאנט פאסירן ביי אזא צדיק.

דעם שבת האב איך געזען אין איינע פון די אויס-גבאי'ס בשם מאמר מרדכי מסלאנים אזא סארט מעשה, איך מיטשע זיך צו פארשטיין ווער ס'האט עס פארציילט.
אטעטשמענטס
IMG00046-20091213-1509.jpg
IMG00046-20091213-1509.jpg (32.72 KiB) געזען 8297 מאל
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מאנטאג פעברואר 20, 2012 2:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

און וויזוי איז די מעשה געגאנגן פאבליק?

משה קאפויער האט געשריבן:
בעת שמרן שימש ברבנות בעיר לובלין דר שם אברך חשוב שהיה לו כמה מעלות ומדות טובות קרה אסון ל"ע בביתו שאשתו נחלה במחלה קשה האברך לא חס כח וטרח למצוא רופאים וכו' והתפלל להשי"ת אבל שערי הרחמים ננעלו ועלתה נשמתה הטהורה המזוככת להשמים דאבונו וכאבו של האברך הי' גדול עד מאוד.

סדר העולם בדרך כלל וגזירה מהשי"ת הטבע של שכחה אבל כאן האברך לא שכח וישב ובכה מאין הפוגות אף שהיו כבר אחר הייארצייט הראשונה וישב בעצבות ומרה שחורה וקרוביו רצו לילך לרבו המהרש"ל ולספר את הדברים האלה שיבא ויחזק אותו.
המהרש"ל קרא אותו ושאלו מה זה ועל מה זה כ"כ להספיד ולא רצה לענות אותו גזר המהרש"ל בכח תורתו שיאמר ונענה האברך ואמר בזמן קצר לפני פטירת אשתו בקשה ממנו בשבועת תקיעת כף שלא ישא מעולם אשה אחר ובעת ההוא שהיתה מוטלת על ערש דוי רצה לשמח אותה ושבעה לה.

וזהו הגורם לצערו הגדול שהרי הוא עדיין צעיר לימים ואינו רוצה לחיות כל ימיו יחידי והלא יכול להעמיד דורות.
כששמע זאת המהרש"ל אמר לו אינך רשאי לציית את התקיעת כף ולך לישא אשה ואין אתה צריך לירא, וזהו על אחריות שלי.
כששמע זאת נכנס בברית האירוסין עם אשה חשובה ובהסכמת רבו נשא בשטו"מ, לא עבר רק ימים מועטים ומת האברך פתאום ל"ע ותהם כל העיר על האסון הנורא כזו.

גם לאזני המהרש"ל בא השמועה אודות פטירת תלמידו ולא הי' עצב וצוה לחברא קדישא שיעשו לו טהרה ולפני הקבורה יקראו לו, וכך עשו וקרה לו.

יצא להבית החיים וצוה ליתן פתקא להחברא קדישא ויתנו בידי הנפטר ולא יכסו את הקבר ותיכף יעזבו את המקום.
על הפתקא היה כתיב: "שלום לכם פמליא של מעלה איך יתכן והלא עשה דוחה לא תעשה שבתורה גוזרני עליכם בכח התורה שתחזירו לי את האברך הזה"... דהיינו מצות עשה של פרו ורבו דוחה לא תעשה של ולא יחל דברו.

וכך עשו החברא קדישא ותיכף נעשה מהפיכה בכל העיר שזו האברך שלפני שעה אחת ילוו אותו והספידוהו אותו הוא כאן והולך ברחובות העיר מלובש בתכרוכים.

פחד גדול נפל על כל העיר וכאו"א סגרו דלתי הבית ומהם גערו בקולי קולות מגודל פחד.
אבל האברך הלך כאילו לא היה וכל העיר רעש מגודל כח תורתו של האב"ד שראו תחיית המתים ממש לעיניהם והיה קידוש השם גדול.

אבל הכלה לא רצה לדור עמו שלא רצתה לדור עם נפטר גזר המהרש"ל בכח תורתו על שר השכחה שכל העיר ישכחו את כל המעשה וזכה להעמיד דורות ישרים ומבורכים ולבנות בית נאמן בישראל והאריך ימים אח"כ. (מעשה זו סיפר הגאון רבי מאיר שפירא אב"ד לובלין בניצוצי אור המאיר).



http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

להוי ידועה, די מעשה איז א מעשה אמת...
איך בין נישט משיג די מורא'דיגע קשיא ווער עס האט דאס פארציילט? פארוואס קען נישט זיין אז ר' אהרן מטיטיוב האט דאס אליין פארציילט און שפעטערע יארן? אדער האט איינער וואס איז דארט געווען דאן, זיך דערמאנט דערפון יארן שפעטער?
און די זעלבע לגבי די מעשה פון מהרש"ל, שכחה מיינט אז מען פארגעסט און מען דערמאנט זיך קיינמאל דערפון? מען פארגעסט אויפן מינוט, און יארן שפעטער קען מען זיך דערמאנען, האבן אונז נישט מעשיות יעדן טאג וואס נאך א טאג צוויי פארגעסט מען, און יארן שפעטער דערמאנט מען זיך??
בפרט אז די מעשיות האבן פארציילט צדיקים, נישט סתם עס האט זיך ארום געדרייט ביי עמך אידן די מעשיות וואס מען זאל זאגן אז איינער האט עס גע'חלום'ט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

די מעש מיטן מהרש"ל איז געווען פארשריבען אינעם לובלינער פנקס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

למעלה;
אמת מיר דערמאנען זיך יעדן טאג מעשיות פון יארן צוריק. אבער די סארט "שכחה" איז א נאטורליכע און קיין שום צדיק האט נישט געבעטן דערויף.
ווען א צדיק בעט א תפלה און דער רבוש"ע איז נעתר לבקשתו איז דאס א נצחית, לא עביד הקב"ה ניסא למגני אז אין צען יאר ארום זאל עס פלוני זיך דערמאנען, שכחה איז שכחה.

איך גלייב נישט די מעשה. אבער איך גלייב אז א צדיק איז געווען בכוח דאס צו טוען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך זאג דיר נאכאמאל די מעשה איז א מעשה אמת... צדיקי אמת האבן דאס פארציילט... ממילא אויף א מציאות איז נישט שייך צו זאגן די גלייבסט נישט, קענסט זאגן אז די גלייבסט נישט אז עס איז געווען א מציאות בכלל, אבער אז צדיקי אמת האבן דאס פארציילט ע"כ איז עס א מציאות...
פארוואס קען נישט זיין אז ער אליין האט דאס פארציילט? (באמת ליגט מיר אזוי אין קאפ אז איך האב ערגעץ געזען דאס, אז צוליב עפעס א מעשה האט ער דאס אליין פארציילט).
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

סיפורי צדיקים וועלכע שטומען נישט במציאות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ב"ה

איך עפן דעם אשכול צו דיסקוסירן סיפורים וועלכע שטומען פשוט נישט אין דער מציאות, הגם עס זענען פארהאן אומצאליגע מעשיות וועלכע זענען שגור בפי ההמון וועלכע האבן נישט קיין מקום אין שכל, אדער אזעלכע סיפורים וואס דער אדער יענער גלייבט עס נישט מחמת ס'געפעלט איהם נישט, איז דאס אבער נישט מיין ציל דא, דא וויל איך בלויז אזעלכע סיפורים וועלכע שטומען נישט אין דער מציאות, למשל צו זאגן אז דער מונקאטשער רב האט זיך געטראפן מיטן רוזשינער וכדו' וואס א געניט אויג פאסט תיכף אויף אז ס'שטומט נישט אין מציאות.

עס איז דא נאך א פאל וואס געוואוסע מעשיות שטומען נישט מיט הלכה, דאס איז קאנטראווערסיאל און שוין ברייט אויס גערעדט געווארן אין כמה מקומות ואין כאן מקומו.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וזה החלי בעז"ה, אין דער לקראת שבת אויסגאבע פון דער וואך פרשת חקת (אויפן ערשטן דף) איז געברענגט געווארן א מעשה בשם דער 'שיח זקנים' (ח"ב עמוד נ"ח), אז דער טשערנאבילער מגיד איז אמאל געקומען צו פארן אין א שטאט אויף שבת און פרייטיג צו נאכטס האט ער זיך צוגעשטעלט דאווענען מנחה ביים עמוד, און כפי מנהג הבעש"ט האט ער געזאגט דער מזמור ק"ז הודו וגו', איז צוגעקומען צו איהם דער גבאי און איהם פארגעהאלטן מיט די טענה פון לא תתגודדו, האט איהם דער מגיד געענטפערט, ווי אונז קום מיר זענען מיר די רוב!

אז דער גבאי האט געזעהן אז ער האט צו טוהן מיט א גברא רבה האט ער איהם פארגעלייגט א שטיקל זוהר וואס ער האט נישט פארשטאנען פשט, שטייט אין רעיא מהימנא קרוב ה' לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו באמת בגין דאיהו יחיד ומיוחד.

האט איהם דער מגיד געענטפערט פשט אין דערויף אזוי, אין דער גאנצער מזמור פון (אשרי) תהלה לדוד ענדיגט זיך יעדער פסוק מיט דער אות וי"ו (אדער אז דער פסוק ענדיגט זיך מיט א ווארט וועלכע האט דער אות וי"ו), משא"כ דער פסוק פון קרוב ה' וגו' וועלכע ענדיגט זיך נישט מיט דער אות וי"ו, וואס איז פשט אין דעם? נאר אז א איד איז א קורא באמת איז דאס נאר דער אייבישטער וועלכע איז יחיד ומיוחד, נאר ער קען אויף דעם מעיד זיין, משא"כ א וי"ו איז מוסיף ס'קומט מרבה זיין, דערפאר שטייט נישט דארט קיין וי"ו. ע"כ הסיפור

ס'איז זייער א שיינע מעשה, אבער דער פראבלעם איז דאך אז עס זענען דא נאך עטליכע וועלכע ענדיגן זיך נישט מיט קיין וי"ו, און אויב אלס דער אות וי"ו דאן האט דער פסוק אויכעט א וי"ו.
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום מאנטאג יוני 21, 2010 9:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך ווייס נישט אויב דאס מיינט עס אבער ליישב בדוחק, ער האט נישט געמיינט די סוף פסוק, נאר די סיפא פונם פסוק.
גיב א קוק:
תְּהִלָּה לְדָוִד. אֲרוֹמִמְךָ אֱלוֹהַי הַמֶּלֶךְ. וַאֲבָרְכָה שִׁמְךָ לְעוֹלָם וָעֶד:
בְּכָל יוֹם אֲבָרְכֶךָּ. וַאֲהַלְלָה שִׁמְךָ לְעוֹלָם וָעֶד:
גָּדוֹל יְדֹוָד וּמְהֻלָּל מְאֹד. וְלִגְדֻלָּתוֹ אֵין חֵקֶר:
דּוֹר לְדוֹר יְשַׁבַּח מַעֲשֶׂיךָ. וּגְבוּרֹתֶיךָ יַגִּידוּ:
הֲדַר כְּבוֹד הוֹדֶךָ. וְדִבְרֵי נִפְלְאֹתֶיךָ אָשִׂיחָה:
וֶעֱזוּז נוֹרְאֹתֶיךָ יֹאמֵרוּ. וּגְדֻלָּתְךָ אֲסַפְּרֶנָּה:
זֵכֶר רַב טוּבְךָ יַבִּיעוּ. וְצִדְקָתְךָ יְרַנֵּנוּ:
חַנּוּן וְרַחוּם יְדֹוָד. אֶרֶךְ אַפַּיִם וּגְדָל חָסֶד:
טוֹב יְדֹוָד לַכֹּל. וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו:
יוֹדוּךָ יְדֹוָד כָּל מַעֲשֶׂיךָ. וַחֲסִידֶיךָ יְבָרְכוּכָה:
כְּבוֹד מַלְכוּתְךָ יֹאמֵרוּ. וּגְבוּרָתְךָ יְדַבֵּרוּ:
לְהוֹדִיעַ לִבְנֵי הָאָדָם גְּבוּרֹתָיו. וּכְבוֹד הֲדַר מַלְכוּתוֹ:
מַלְכוּתְךָ מַלְכוּת כָּל עוֹלָמִים. וּמֶמְשַׁלְתְּךָ בְּכָל דּוֹר וָדֹר:
סוֹמֵךְ יְדֹוָד לְכָל הַנֹּפְלִים. וְזוֹקֵף לְכָל הַכְּפוּפִים:
עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ. וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ:
פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ. וּמַשְׂבִּיעַ לְכָל חַי רָצוֹן:
צַדִּיק יְדֹוָד בְּכָל דְּרָכָיו. וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו:
קָרוֹב יְדֹוָד לְכָל קֹרְאָיו. לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת:
רְצוֹן יְרֵאָיו יַעֲשֶׂה. וְאֶת שַׁוְעָתָם יִשְׁמַע וְיוֹשִׁיעֵם:
שׁוֹמֵר יְדֹוָד אֶת כָּל אֹהֲבָיו. וְאֵת כָּל הָרְשָׁעִים יַשְׁמִיד:
תְּהִלַּת יְדֹוָד יְדַבֶּר פִּי. וִיבָרֵךְ כָּל בָּשָׂר שֵׁם קָדְשׁוֹ לְעוֹלָם וָעֶד:
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

למעלה
לדבריך האט דער פסוק קרוב ה' אויך א וא"ו יקראהו
אויב מיינסטו די אנהויב פון די סיפא, דאמאלטס איז שווער פסוק ח' ארך אפים וגדל חסד, והבן
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גערעכט אז עס האט א וא"ו אבער עס איז נישט קיין וא"ו המוסיף, עס א חלק פון די ווארט, משא"כ די אנדערע איז א מוסיף.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דער אמרי חיים האט אמאל דערציילט:

נאכן פטירה פונעם בארדיטשובער רב זי"ע זענען געווען חסידים וואס זענען געקומען צו פארן צום אור המאיר, און האבן געזאגט אז הגם זיי נעמען יעצט אן דער אור המאיר פאר רבי, אבער ווען משיח וועט קומען פארן זיי צוריק צום בארדיטשובער, ווייל ביים אור המאיר איז א איד קיינמאל נישט יוצא פארן באשעפער'ס וועגן און ביים בארדיטשובער רב איז דער באשעפער קיינמאל נישט יוצא פאר א איד'ס וועגן.

דארט איז געזעצן דער חסיד ר' דוד לייב שווארץ, און רופט זיך אן שטיל צו א חבר אז די מעשה קען נישט שטימען, ווייל דער אור המאיר איז אוועק נאכן בארדישטובער רב.

ווען דער אמרי חיים האט געענדיגט דערציילן די מעשה, האט ער זיך אנגערופן: "איך ווייס אז די מעשה קען נישט שטימען, אבער אזוי וויל איך דערציילן..."

ומי יבין בסוד קדושים...
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

א דיון צי א געוויסע מעשה קען שטימען צי נישט:
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p350847
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

די אשכול דא איז צו מעשיות שטימען במציאות, יענע אשכול איז צו די מעשה שטימט לויט דיין דרך הלימוד.....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אויב געדענק איך גוט (אין די יארן..), האט חכ' אלפסי א דיון אויף עטליכע באוואוסטע חסיד'ישע מעשיות, וועלעכע ער האלט אז זיי שטימען נישט אין מציאות, קען איינער דאס מברר זיין?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אגב, למעלה משבעים'ס תירוץ איז גאר מסתבר, יהי' כן'ס קשיא מוז נישט שווער זיין אז מ'וויל נישט,
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זיס האט געשריבן:דער אמרי חיים האט אמאל דערציילט:

נאכן פטירה פונעם בארדיטשובער רב זי"ע זענען געווען חסידים וואס זענען געקומען צו פארן צום אור המאיר, און האבן געזאגט אז הגם זיי נעמען יעצט אן דער אור המאיר פאר רבי, אבער ווען משיח וועט קומען פארן זיי צוריק צום בארדיטשובער, ווייל ביים אור המאיר איז א איד קיינמאל נישט יוצא פארן באשעפער'ס וועגן און ביים בארדיטשובער רב איז דער באשעפער קיינמאל נישט יוצא פאר א איד'ס וועגן.

דארט איז געזעצן דער חסיד ר' דוד לייב שווארץ, און רופט זיך אן שטיל צו א חבר אז די מעשה קען נישט שטימען, ווייל דער אור המאיר איז אוועק נאכן בארדישטובער רב.

ווען דער אמרי חיים האט געענדיגט דערציילן די מעשה, האט ער זיך אנגערופן: "איך ווייס אז די מעשה קען נישט שטימען, אבער אזוי וויל איך דערציילן..."

ומי יבין בסוד קדושים...


מיינסט אפשר צו זאגן פארקערט אז דער בארדיטשעווער איז אוועק נאכן אור המאיר?

.
---
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אגב איז באקאנט אויף עטליכע צדיקים (צווישן זיי הרה"ק ר' יאנקעלע מ'פשעווארסק זי"ע) וואס וועלנדיג ממשיך זיין א ישועה פאר א איד פלעגן זיי דערציילן א מעשה, אפילו אויב די מעשה איז דערציילט געווארן אביסל אנדערש פון וויאזוי ס'האט באמת פאסירט.

.
---
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

שטארק זיך האט געשריבן:אגב, למעלה משבעים'ס תירוץ איז גאר מסתבר, יהי' כן'ס קשיא מוז נישט שווער זיין אז מ'וויל נישט,
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

סאדע_באטל האט געשריבן:די אשכול דא איז צו מעשיות שטימען במציאות, יענע אשכול איז צו די מעשה שטימט לויט דיין דרך הלימוד.....

:wink:
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

בשבילי נברא האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער אמרי חיים האט אמאל דערציילט:

נאכן פטירה פונעם בארדיטשובער רב זי"ע זענען געווען חסידים וואס זענען געקומען צו פארן צום אור המאיר, און האבן געזאגט אז הגם זיי נעמען יעצט אן דער אור המאיר פאר רבי, אבער ווען משיח וועט קומען פארן זיי צוריק צום בארדיטשובער, ווייל ביים אור המאיר איז א איד קיינמאל נישט יוצא פארן באשעפער'ס וועגן און ביים בארדיטשובער רב איז דער באשעפער קיינמאל נישט יוצא פאר א איד'ס וועגן.

דארט איז געזעצן דער חסיד ר' דוד לייב שווארץ, און רופט זיך אן שטיל צו א חבר אז די מעשה קען נישט שטימען, ווייל דער אור המאיר איז אוועק נאכן בארדישטובער רב.

ווען דער אמרי חיים האט געענדיגט דערציילן די מעשה, האט ער זיך אנגערופן: "איך ווייס אז די מעשה קען נישט שטימען, אבער אזוי וויל איך דערציילן..."

ומי יבין בסוד קדושים...


מיינסט אפשר צו זאגן פארקערט אז דער בארדיטשעווער איז אוועק נאכן אור המאיר?

.


גערעכט, דאס האב איך געמיינט.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

שטארק זיך האט געשריבן:אויב געדענק איך גוט (אין די יארן..), האט חכ' אלפסי א דיון אויף עטליכע באוואוסטע חסיד'ישע מעשיות, וועלעכע ער האלט אז זיי שטימען נישט אין מציאות, קען איינער דאס מברר זיין?


יא, אין די שבועות'דיגע משפחה איז געוועהן א לענגערע ארטיקל אינטערוויו סטיל מיט חסידישע הויפן, און לעגענדארע חסידות פארשער, און פראקטיצירער, פרעגט דארט יאיר וויינשטאק אן אלפאסי'ן איבער נישט געשטויגענע סיפורי צדיקים.

און ער רוקט דארט ארויס צוויי אלס משל, איינס איז די באקאנטע עובדא מיט ר' אייזיק ר' יעקל'ס מיט'ן אוצר פון אונטערן בריק, ווייזט ער אן אז דער ר' יעקל איז געוועהן א ריזן גביר מעולם, און אין קראקא דוכטזיך איז אפילו געוועהן א גאס ביזן קריג ע"ש פונעם גרויסן גביר

צווייטנס, שטעלט ער זיך אויף דער "באקאנטער" מעשה איבער וויאזוי ר' לייב שרה'ס האט געכאפט די גרויסע נשמה פון ר' אייזיקל קאלובער פון אונגארן קיין ר"ר שמעלקא'ס חדר און אזוי ארום מקרב געוועהן לאור הבע"ש, און די מעשה לויטעט אז ר' אייזיקל איז געוועהן א יתום מאב, און איין טאג איז ר'לייב שרה'ס אנגעקומען אין פעלד ווי ר' אייזיקל האט פארבראכט, און זאפארט אריין צו זיין מאמע'ן די אלמנה און געבעטן אים צו געבן דאס קינד, ווארום ער פארמאגט א גרויסע נשמה, וכולי. צייגט אלפאסי אן, אז ר' אייזיקל האט געהאט א טאטן און ער איז געוועהן געזונט און פריש, און אפילו געהאט אפאר טאלער, ממילא איז די מעשה מיט די יתום ואלמנה א נישט געשטויגענע...

פירט ער אבער אויס מיט די באקאנטע הדרכה מקובל פון הרה"ק דער רבי פון לובלין, אז אויפן בע"ש גלייבט ער אלע מעשיות, ווייל אפילו עס איז נישט געוועהן אמת, גלייבט ער אבער אז עס וואלט געקענט זיין אמת...איז עס אבער פארשטענדליך נישט נוגע דארט ווי מען פרובירט סתם צו פארדרייען פאקטן, צו מאכן די פאסירונג און לעגענדע אויסקןקן מער דראמאטיש, ווי למשל דער פון הייליגן קאלובער.
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

דאס ווייסט יעדער איינער אז ביי חסידים איז שטענדיג געווען א שטארקער עיקר סיפורי צדיקים. אבער, קען זיין איר וועט זיין שאקירט, א שיין חלק פון די מעשיות און די מעשה ביכלעך איז אויסגעזויגן פון די פינגער. נאך מער, א חלק פון די מעשיות זענען גאר אויסגעטראכט געווארן דורך משכילים כדי צו קענען חוזק מאכן דערפון!!!
מ'פארציילט אויף א מלמד אין א ליטווישער חדר וואס פלעגט פארציילן פאר זיינע תלמידים סיפורים פון חסידישע רבי'ס, ויהי היום, דער מנהל באפעלט אים צו פארציילן אויף די ליטווישע גדולים דוקא, ער זאל אויפהערן מיט די חסידישע שטיק דא, בקיצור דער מלמד איז נישט געווען קיין נער, צומארגענס שטעלט ער זיך אויף אן קיין פראבלעמען און פאנגט אן צו פארציילן א מעשה אויף דער ווילנער גאון וואס יעדע שבת האט ער איינגעשפאנט די פערד און ארויס אויפן וועג....,
ווי געזאגט דער געדאנק איז נישט קיין נייער, און די גוטע צייטן ווען חסידות האט זיך צושפרייט און אלע ווינקלען פון פוילן, איז געווען אן אפטע ערשיינונג צו 'באשאפן' א ערצעהלונג, און כדי ס'זאל זיך גוט פארקויפן האט מען עס 'ארויפגעקלעבט' אויף א באקאנטער רבי...
מ'דארף אנצומערקן, אז כמעט יעדער איז מודה אז לכתחילה איז נישט גוט אזא איינפירונג. די שאלה איז בדיעבד צו מ'קען עס נוצן.
מקען הערן א טענה אז א נישט פארלעסליכע מעשה קען מען אנפאנגען נישט צו גלייבן אויך אין די אמת'ע סיפורים, אז זיי זענען אויך אויסגעדארשען פונעם פינגער, חלילה.
וועגן דעם סיבה שרייט דער 'שם הגדולים החדש' אויפן ספר 'שבחי הבעל שם טוב' אז ער האט נישט גוט געטוהן מיטן אויסמישען אמת'ע מעשיות מיט מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און האט נישט קיין שום מקור.
גאר שארפע ווערטער שרייבט דער מונקאטשער רב זי"ע און 'דברי תורה' (ח"ב אות עח): ואמת כי סיפורי מעשי הצדיקים האמיתיים הם גורמים ליראת שמים ומסוגלים לכל דבר, על כן לעומת זה התגברו הכזבנים הנ"ל ומדפיסים ספרים מזה מלאכים סתירות ושקרים, והמה מבלי ומחריבי עולם בדברי כאלו שהם נגד התורה, וגם יביאו את ההמון וגם ביותר את הסכלים המשכילים בעניהם בראותם המעשיות הכוזבות כאלו הידועים שהם שקרים, ועל ידי זה יתלו בוקי סריקי בכל רבותינו ואבותינו הקדושים זי"ע, וגם בכל סיפורי תורת אגדות חז"ל ורוב מעשי הראשונים כמלאכים לחשוב עליהם מחשבות פיגול כו"ח, וכן קיבלתי ביחוד מפי אאזמו"ר הגה"ק [מהר"ש] זי"ע אשר צווח על ספרים מסיפורים כאלו שאינם בדוקים ולא מדוייקים ומעורבים בהרבה כזבים, והוא ז"ל דייק וגרס ביותר רק מה ששמע ממגידי אמת המדייקים ויודעים ורובם המקובל איש מפי איש מרבותינו הקדושים.
און אינזער דור איז באקאנט וואס דער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט שטענדיג אוועקמאכן די אלע סיפורים וואס האבן נישט קיין געהעריגען מקור.
אזוי אויך דער פשעווארסקער רבי ר"ר יענקעלע זי"ע, ווייסט דאך יעדער איינער ווי ער פלעגט מדייק זיין ממש יעדע ווארט עס איבער צופרציילן גענוי ווי אזוי ער האט עס געהערט.
פון די אנדערע זייט זענען געווען גדולי ישראל וואס האבן נישט אזוי מדייק געווען אין די אמת'קייט פונעם מעשה, און פלעגן צו זאגן: איינער וואס גלייבט אז די אלע מעשיות האבן ווירקליך פאסירט איז א - שוטה. און איינער וואס גלייבט נישט אז עס האט געקענט פאסירן איז א - כופר....
אן אייניקל פונעם הייליגער תפארת שלמה פארציילט (נפלאות התפארת שלמה) אז איינמאל האט דער תפארת שלמה זיך אביסל אפגערוהט, און געבעטן פונעם משמש ער זאל אים ברענגען דעם ספר 'שבחי הבעל שם טוב', און האט אריינגעקוקט דערון, האט אים דער משמש געפרעגט: די רבי האלט אז די אלע מגוזם'דיגע מעשיות זענען פארגעקומען און די ווארהייט?
האט אים די תפארת שלמה גע'ענטפערט: אפילו ס'קען זיין אז נישט אלע מעשיות זענען באמת געווען, אבער על כל פנים איז זיכער אז דער הייליגער בעל שם טוב האט געהאט די כח צו טוהן די אלע וואונדער, אויב אזוי וואס א חילוק צו ס'איז במציאות טאקע געווען?
און דער אייניקל גייט נאך ווייטער, ער שרייבט דארט אז נישט נאר בדיעבד מעג מען פארציילן די אלע מעשיות, ער האלט גאר אז ס'איז גאר א לכתחילה, ער שלאגט פאר פאר אלע דרשנים אז אויב וויל מען פארציילן א מעשה וואס איז קיינמאל נישט פארגעקומען, זאל ער עס נישט פארציילען אלס א 'משל, נאר זאל זאגן א 'מעשה שהיה'. איי ס'איז דאך שקר, ברענגט ער צו די גמרא און מס' בבא בתרא (דף טו.) וואו סווערט געברענגט א דעה אז ספר איוב איז א מעשה שלא היה ולא נברא, און די גאנצע זאך איז גאר א משל, און אין ספר איוב איוב זעלבסט ווערט נישט דערמאנט אפילו ברמז אז ס'איז נישט אמת!

אנטשולדיגט פארן מאריך זיין. וה' הטוב יכפר
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער ספר שבחי הבע"שח איז צופעליג יא אנגענומען אלס מהימן,
אויב קיינער וועט מיר נישט אויסכאפן האף איך בעז"ה אביסל אראפצוברענגן דעם השתלשלות.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס איז נישט לאנג צוריק געווען דא א אשכול איבער דעם, א מעשה אז דער צדיק האט געבעטן ביים מזוזה יעדער זאל עפעס פארגעסן (זעהט אויס איך האב שוין אויך פארגעסן), און אז יעדער האט פארגעסן טא ווער האט פארציילט די מעשה??

איך קען נישט טרעפן יענער אשכול היצטער.
אפשר קעמען שמעלצן, הא ליפא?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”