בלאט 1 פון 1

שושלת מונקאטש-דינוב

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 11, 2009 1:10 pm
דורך נחמן נתן
די מונקאטשער/דינובער דינאסטיע איז ביי אונז אין קרעטשמע שוין דעבאטירט געווארן זייער אסאך מאל אין כמה וכמה באזונדערע ערטער. א גרויס חלק איז געווארן אדורך געשמועסט אינעם אשכול פונעם הייליגען מנחת אלעזר, אזוי אויך איז אומאפיציעל געווען געקליבענע שטיקלעך און בילדער אויף דעם עמוד, און נאך פלעצער. ווידער דער אשכול פון בני יששכר איז בעיקר באצירט איבער צאצאים וועלכע זענען דינובער אייניקלעך, אבער מיט קיין שום שייכות צום דאזיגען דינאסטיע, אזוי אז ס'איז זעיר פה וזעיר שם, דעריבער האב איך באשלאסן צו גרינדען דעם אשכול, און להרחיב זיין דעם דיבור איבער די הייליגע שושלת החל ממרן בעל בני יששכר זי"ע און אזוי ווייטער, ווי אויך וועט דאס דינען צו שילדערן איבער מונקאטשער חסידים לדורותיהם.

שרייבן דעם סדר התולדות באריכות וועל איך לאזן אויף שפעטער, נאר אין קורצן איבער גיין די שושלת עד היום הזה.

דור ראשון: הרה"ק רבי צבי אלימלך בעל בני יששכר זי"ע, נסתלק ביום ח"י טבת.
דור שני: הרה"ק רבי אלעזר מלאנצהוט זי"ע בעל יודעי בינה, נסתלק י"א אלול.
דור שלישי: הרה"ק רבי שלמה ממונקאטש זי"ע בעל שם שלמה, נסתלק כ"א סיון.
דור רביעי: הרה"ק רבי צבי הירש ממונקאטש זי"ע בעל דרכי תשובה, נסתלק ט"ז תשרי.
דור חמישי: הרה"ק רבי חיים אלעזר ממונקאטש זי"ע בעל מנחת אלעזר, נסתלק ב' סיון.
דור ששי: הרה"ג רבי ברוך יהושע ירחמיאל ממונקאטש ז"ל, נסתלק כ"ז כסלו.
דור שביעי: יבלחט"א כ"ק אדמו"ר רבי משה יודא לייב ממונקאטש שליט"א / כ"ק אדמו"ר רבי יצחק יעקב מדינוב שליט"א.

מכאן ואילך, ווערט דער עולם געבעטן אז אלעס ארום דינוב-מונקאטש זאל ביטע ווערן דא דעבאטירט. יישר כח.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 12, 2009 10:27 pm
דורך נחמן נתן
אדמור"י מונקאטש:

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 3:03 am
דורך שטרויזאק
די וואך ז"ך כסלו איז די יארצייט פון כ"ק ר' ברוך יהושע ירחמיאל זצ"ל, הנקרא ר' ברוך'ל.

בד"וו האט דער דינובער רבי שליט"א דערמאנט ביים טיש די וואך בתוך הדברים אז זיין זיידע דער מנחת אלעזר איז געווען א דזשיקובער אייניקל,
ווייסט איינער וויאזוי?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 7:44 am
דורך אלד וויליאמסבורג
דער דרכי תשובה'ס שווער -ר' חנינא הורוויץ מאולינוב ב"ר יעקב ממעליץ- איז געווען א איידעם ביי ר' אליעזר דשיקובער

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 11:50 am
דורך מיללער
נחמן נתן,
איך בין מסכים צום טיילונג אבער עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז אינעם אשכול פונעם מנחת אלעזר איז דא גאר אסאך ווערטפולע חומר איבער שושלת מונקאטש.

עס איז כדאי צו מערקן אז 'סטריזוב' איז אויך א פליגל פון מונקאטש-דינוב, ר' משה לייב סטריזובער איז געווען א זוהן פונעם שם שלמה און אן איידעם ביי ר' ברוך גארליצער, אזוי ארום איז סיי דער דברי חיים און סיי דער ייטב לב געווען מחותנים מיטן שם שלמה.

דער שם שלמה איז געווען א חסיד פון צאנזער רב איידער ער איז געווארן א מחותן, געקומען קיין צאנז איז ער דורך זיין מחותן ר' נתן דוד משידלאווצי, דער שם שלמה איז געווען אן איידעם ביי ר' שמעלקא ב"ר משה לייב מסאסוב זצ"ל.

ביי וועם איז דער דרכי תשובה געווען אן איידעם? ער האט געהאט נאר דעם בן יחיד דער מנחת אלעזר זצ"ל וואס ער האט נאר געהאט דעם בת יחידה הרבנית פרימא אשת ר' ברוכ'ל הנ"ל.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 1:15 pm
דורך פרעגער
מיללער האט געשריבן:נחמן נתן,
ביי וועם איז דער דרכי תשובה געווען אן איידעם? ער האט געהאט נאר דעם בן יחיד דער מנחת אלעזר זצ"ל וואס ער האט נאר געהאט דעם בת יחידה הרבנית פרימא אשת ר' ברוכ'ל הנ"ל.


ער שרייבט דאך אז דער דרכי תשובה איז געווען אן איידעם ביי ר' חנינא הורוויץ אב"ד אולינוב.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 1:19 pm
דורך פרעגער
נחמן נתן האט געשריבן:ד
דור חמישי: הרה"ק רבי חיים אלעזר ממונקאטש זי"ע בעל מנחת אלעזר, נסתלק ב' סיון.


המנחת אלעזר זצ"ל נקרא בשם 'אלעזר' ע"ש זקנו הרה"ק מלאנצהוט זצ"ל, והוסיפו לו השם 'חיים' ע"פ הדברי חיים מצאנז בהיותו חולה מסוכן בגיל שתים.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 2:04 pm
דורך נחמן נתן
שטרויזאק האט געשריבן:די וואך ז"ך כסלו איז די יארצייט פון כ"ק ר' ברוך יהושע ירחמיאל זצ"ל, הנקרא ר' ברוך'ל.

אני הקטן כותב השורות האט אנטייל גענומען ביים אפגעבן כבודו האחרון. אזוי אויך מיטגעפארן מיטן ווען פון מטה צום ביה"ח סגולה. יהא זכרו ברו"ך!

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 2:10 pm
דורך נחמן נתן
כ"ק האחים האדמורי"ם ממונקאטש ודינוב שליט"א ביים לייגן דעם גרונדשטיין פאר חצר הקודש דינוב אין וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 9:58 pm
דורך שאץ מאץ
דער שטיין איז א אבן פונעם ביהמ"ד אין די שטאט מונקאטש אוואו די אדמור"י בית מוקאטש האבן געדאוונט,
ויקח מאבני המקום וישם מראשותיו.....

עס דארף אויך דערמאנט ווערן אין דעם אשכול שלשלת בלאזוב וואס ציט זיך ביזן בני יששכר, ווי אויך קיוויאשד,

בלאזוב
א) בני יששכר
ב) ר' דוד'ל מדינוב (ממלא מקומו)
ג) ר' צבי אלימלך מבלאזוב (חתן ר' משה מראזוואדאוו)
ג) ר' ישעי' נפתלי הירץ (בן ר' דוד'ל מדינוב מח"ס הנותן אמרי שפר)
ד) ר' יושע מריבעטיטש (מח"ס קרן ישועה שנדפס יחד עם הצבי לצדיק) (חתן דעלעטין)
ה) ר' ישראל מבלאזוב (מב"פ, שנפטר בהיות בן מאה שנים)

קיוואשד
ב) ר' אלעזר מלאנצוט
ג)ר' צבי אלימלך מבערטש (חתן ר' יודא ממעליץ)
ד) ר' מרדכי מבערטש (חתן ר' א"ש מבארנוב)
ה) ר' אלעזר מקיוואשד (שגר בוומס"ב ברחוב פען סט.)
.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 8:26 am
דורך יוסלמאן
נחמן נתן האט געשריבן:כ"ק האחים האדמורי"ם ממונקאטש ודינוב שליט"א ביים לייגן דעם גרונדשטיין פאר חצר הקודש דינוב אין וויליאמסבורג


אויף די רעכטע זייט פון אדמו"ר ממונקאטש שטייט ר' חיים שעהנפעלד, וואס רופט זיך א תלמיד פונעם דינובער, ס'געווען א דינוב'ע ישיבה אמאל?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 8:48 am
דורך farshlufen
הרב יוסלמאן, יא עס איז געווען.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 9:05 am
דורך פרעגער
שאץ מאץ האט געשריבן:דער שטיין איז א אבן פונעם ביהמ"ד אין די שטאט מונקאטש אוואו די אדמור"י בית מוקאטש האבן געדאוונט,
ויקח מאבני המקום וישם מראשותיו.....

עס דארף אויך דערמאנט ווערן אין דעם אשכול שלשלת בלאזוב וואס ציט זיך ביזן בני יששכר, ווי אויך קיוויאשד,

בלאזוב
א) בני יששכר
ב) ר' דוד'ל מדינוב (ממלא מקומו)
ג) ר' צבי אלימלך מבלאזוב (חתן ר' משה מראזוואדאוו)
ג) ר' ישעי' נפתלי הירץ (בן ר' דוד'ל מדינוב מח"ס הנותן אמרי שפר)
ד) ר' יושע מריבעטיטש (מח"ס קרן ישועה שנדפס יחד עם הצבי לצדיק) (חתן דעלעטין)
ה) ר' ישראל מבלאזוב (מב"פ, שנפטר בהיות בן מאה שנים)


ו) האדמו"ר הנוכחי (שהוא בעצם בן חורגו של האדמו"ר זצ"ל - שם משפחתו האמיתי 'קושיצקי').

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 10:24 am
דורך יוסלמאן
[quote="פרעגערו) האדמו"ר הנוכחי (שהוא בעצם בן חורגו של האדמו"ר זצ"ל - שם משפחתו האמיתי 'קושיצקי').[/quote]

אביו היה רבי ישראל אברהם קושיצקי הי"ד. ער איז אלט געווען צוויי יאר ווען דער פאטער הי"ד האט אים ארויסגעווארפן פון פענסטער אויפ'ן באן, בדרך פלא איז ער געבליבן לעבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 10:51 am
דורך יאסל
דא איז שוין געווען אמאל א גאנצען שמועס צי סאיז נאך דא היינט צי טאג אייניקלעך בן אחר בן פונעם הייליגען בני יששכר, סהאט גענומען צייט אבער לבסוף האט מען געטראפן כאטש איינעם, אין ספיקות אויף נאך עטליכע. ווער קען אפירזוכען די געטיעכץ?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 11:07 am
דורך 11211
[quote="שטרויזאק"]די וואך ז"ך כסלו איז די יארצייט פון כ"ק ר' ברוך יהושע ירחמיאל זצ"ל, הנקרא ר' ברוך'ל[quote]
די נשמה זאל האבן אן עלי',

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 11:15 am
דורך בן בוזי
יאסל האט געשריבן:דא איז שוין געווען אמאל א גאנצען שמועס צי סאיז נאך דא היינט צי טאג אייניקלעך בן אחר בן פונעם הייליגען בני יששכר, סהאט גענומען צייט אבער לבסוף האט מען געטראפן כאטש איינעם, אין ספיקות אויף נאך עטליכע. ווער קען אפירזוכען די געטיעכץ?


נ-נח האט שוין אין זיין פתיחה צוגעלינקט אהין

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 8:59 am
דורך מיללער
די מודעה איבערן ערשטן טיש פון אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אין ב"פ. (קרעדיט, הירשל ציג אין זיין צירקוס בלאג)

דער בעל אכסניא הרה"ח ר' משה ירוחם טערקלטויב הי"ו לרפו"ש פון ב"פ איז א פייערדיגער מונקאטשער חסיד און תלמיד פונדערהיים און אן אייניקל בא"ב צום ברידער רבי זי"ע הרה"ק ר' אהרן צבי טויב, ער איז געווען פון די פיאנירען להתיסדות קהל ומוסדות מונקאטש בארה"ב און דאס התמנות פונעם מונקאטשער רב שליט"א.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 1:38 pm
דורך נחמן נתן
לאו בהכרח אז דאס איז דער 'ערשטער טיש', ס'איז אבער גאנץ אנהויב, בעסער געזאגט 'אין די בראשית יאהרן'...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 21, 2010 2:46 pm
דורך מיללער
ווער איז ר' שלמה ב"ר משה ב"ר זאב וואלף טורק פון שיקאגו וועלכער איז ברוגז אויף די נטו"ק און שרייבט זיך אונטער 'ענף מגזע אדמורי"ם ממונקאטש'?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 2:28 pm
דורך נחמן נתן
הספד פון מרן רשכבה"ג בעל דברי חיים מצאנז זצוקללה"ה, על הרה"ק רבי אלעזר מלאנצהוט זצוקללה"ה בעל יודעי בינה, בן מרן בעל בני יששכר זצוקללה"ה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 2:02 pm
דורך נחמן נתן
זייער א זיסער בילד; בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל ביים זיך משתתף זיין ביי שבע ברכות להרב ירוחם פישל שליט"א בן כ"ק רבינו שליט"א וחתן אב"ד קירלהאז שליט"א

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 10:13 am
דורך יוראפ
הוצאה חדשה פון דרכי תשובה (כ'מיין בערך תשי"ב)

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 7:28 am
דורך msp
נעכטכן ביינאכט געליינט אין עבודת עבודה אז דער הייליגער בני יששכר זי"ע
האט נישט געוואלט דער עולם זאל קומען צום ציון ביומא דהילולא דיליה
און מען פלעגט גיין אדער א טאג פאר דעם אדער א טאג נאך דעם
איז דא נאך א מקור אויף דעם?