די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
מיללער האט געשריבן:נחמן נתן,
ביי וועם איז דער דרכי תשובה געווען אן איידעם? ער האט געהאט נאר דעם בן יחיד דער מנחת אלעזר זצ"ל וואס ער האט נאר געהאט דעם בת יחידה הרבנית פרימא אשת ר' ברוכ'ל הנ"ל.
נחמן נתן האט געשריבן:ד
דור חמישי: הרה"ק רבי חיים אלעזר ממונקאטש זי"ע בעל מנחת אלעזר, נסתלק ב' סיון.
שטרויזאק האט געשריבן:די וואך ז"ך כסלו איז די יארצייט פון כ"ק ר' ברוך יהושע ירחמיאל זצ"ל, הנקרא ר' ברוך'ל.
נחמן נתן האט געשריבן:כ"ק האחים האדמורי"ם ממונקאטש ודינוב שליט"א ביים לייגן דעם גרונדשטיין פאר חצר הקודש דינוב אין וויליאמסבורג
שאץ מאץ האט געשריבן:דער שטיין איז א אבן פונעם ביהמ"ד אין די שטאט מונקאטש אוואו די אדמור"י בית מוקאטש האבן געדאוונט,
ויקח מאבני המקום וישם מראשותיו.....
עס דארף אויך דערמאנט ווערן אין דעם אשכול שלשלת בלאזוב וואס ציט זיך ביזן בני יששכר, ווי אויך קיוויאשד,
בלאזוב
א) בני יששכר
ב) ר' דוד'ל מדינוב (ממלא מקומו)
ג) ר' צבי אלימלך מבלאזוב (חתן ר' משה מראזוואדאוו)
ג) ר' ישעי' נפתלי הירץ (בן ר' דוד'ל מדינוב מח"ס הנותן אמרי שפר)
ד) ר' יושע מריבעטיטש (מח"ס קרן ישועה שנדפס יחד עם הצבי לצדיק) (חתן דעלעטין)
ה) ר' ישראל מבלאזוב (מב"פ, שנפטר בהיות בן מאה שנים)
יאסל האט געשריבן:דא איז שוין געווען אמאל א גאנצען שמועס צי סאיז נאך דא היינט צי טאג אייניקלעך בן אחר בן פונעם הייליגען בני יששכר, סהאט גענומען צייט אבער לבסוף האט מען געטראפן כאטש איינעם, אין ספיקות אויף נאך עטליכע. ווער קען אפירזוכען די געטיעכץ?
צוריק צו על הצדיקים ועל החסידים
באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער. און 3 געסט