ר' משה דוב וויינבערגער אב"ד פאיע ז"ל - כ"ג כסלו תש"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' משה דוב וויינבערגער אב"ד פאיע ז"ל - כ"ג כסלו תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ב"ה

מיט גרויס צער און ווייטאג האט כלל ישראל היינט כ"ג כסלו תש"ע אויפגענומען די בשורה לא טובה איבער דאס הסתלקות פון הגה"צ ר' משה דוב וויינבערגער אב"ד פאיע זצ"ל פון וויליאמסבורג.

דער פאיע רב ז"ל איז געווען א זוהן פון ר' יחזקאל שרגא וויינבערגער אב"ד אפאליע (פאיע) ז"ל-הי"ד בנו של ר' שלמה לייב וויינבערגער אב"ד ניר-באגאד וחתן ר' יהושע העשיל לאנדא אב"ד וויטקא (דער וויטקא רב איז געווען אן איידעם ביים באגאדער רב, אזוי ארום איז דער פאיאע רב געווען א דאפלטער אייניקל פונעם באגאדער רב).

דער באגאדער רב זצ"ל איז געווען גאר א חשובער רב אין אונגארען און איז געפארן צום הייליגען ייטב לב און צו אנדערע צדיקים (בספר מראה אש להרה"ח רא"ש פריעדמאן מביא הרבה סיפורים מהגה"צ מבאגאד), ער איז געווען א זוהן פון ר' שמואל וויינבערגער פון סוואליווא וואס לויט טייל מקורות איז ער געווען אפשטאמיג פונעם ברוך טעם (ביי די פאיאע רב'ס משפחה האט מען נישט גורס געווען דעם יחוס, נאר ביי זייערע קרובים ר' אשר יונה וו"ב ואחיו דער טורקא רב ווי שוין געשריבען באריכות).

דער פאיע רב ר' משה בער ז"ל איז געבליבען אן עלנדער יתום ביים קריג אלס בחור, ער איז צוגעצויגען געווארן צום סאטמאר רב זצ"ל ווי ער האט זוכה געווען לשמשו בקודש ולקבל לקח ממנו, ער איז געווען באוואוסט אלס א זעלטענער בעל זכרון ווי ער האט געדענקט פארשידענע דעטאלן און אנקעדאטן פונעם רבי'ן ז"ל און ער האט דאס מיטגעטיילט מיט רש"י געלבמאן און איז שפעטער געדרוקט געווארן אינעם חיבור 'מושיען של ישראל' לתולדות מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל.

ווען ער האט חתונה געהאט האט ער מייסד געווען דעם פאיאע ביהמ"ד אויף מארסי עוו. לזכרון אבותיו ווי ער האט געדינט אלס מרא דאתרא עד יומו האחרון, דער ביהמ"ד איז אלע יארען געווען נודע לשם ולתהלה אלס א צוצואינגס קראפט פאר די גאנצע געגנט סיי בימי החול און ביום שב"ק ומועדים אלס א חשוב'ע פלאץ תחת חסותו פונעם רב ז"ל.

צווישען זיינע קינדער ציילען זיך הרבנים הגאונים ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א חבר בית דינו של מהרי"י מסאטמאר ואחיו ר' שמעון יואל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ סקולען וחדב"ן כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

-

ווער עס האט מער פרטים פון די לוי' אא"וו אדער לתולדותיו (ביי וועם איז ער געווען אן איידעם, ווער זענען די אנדערע קינדער וכדו') זאל ביטע מיטיילען ותבא עליו ברכה.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 11:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

בד"ה, ביטערע נייעס, נאך אן ערליכער איד וואס האט געברענגט מיט זיך עפעס פון דער אלטער היים איז מער נישטא.

מ'האמיר ליידער נישט געהאט די זכיה צופיל צו זיין במחיצתו אבער אביסל אמאל אמאל מיטן טאטען זעמיר געווען.

דאכט זיך אז ר' פרץ לעפקאוויטש זז"ג דערציילט אסאך מעשיות פון רבו אביו מפאיאע זצ"ל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

בד"ה. דאכצעך אז דאס זענען די איינציגסטע 2 זוהן וואס ער האט.

מיללער, איך באוואונדער ווי שנעל די האסט געמאכט דיין באשרייבונג. קוים א שעה נאכן נפטר ווערן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

ביי וועמען איז דער פאיא רב - ר' משה בער זצ"ל געווען אן איידעם?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

הרה"ג משה שמעון ראטה אב"ד דיורע בן הרה"ג שמואל יעקב ראטה שו"ב קליינווארדיין
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פרטים נוספים:

ער האט טאקע נאר געהאט די צוויי זוהן, פאלגענד זענען זיינע 5 איידימער;

ר' שמחה ישראל בלום בן כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל
ר' שלמה אליעזר בהגרנ"י מייזעלס פון קר"י
ר' ? ב"ר מענדל שטיינמעץ מוומ"ס
ר' ? בהגרחמ"ד וויימאנדל מנייטרא זצ"ל
ר' ? בהגר"י טירנויער אב"ד שומר שבת שליט"א
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מיללער האט געשריבן:פרטים נוספים:

ער האט טאקע נאר געהאט די צוויי זוהן, פאלגענד זענען זיינע 5 איידימער;

ר' אלי יצחק מו"ל פון ספר תורת חמד מאביו הגדול בהגרחמ"ד וויימאנדל מנייטרא זצ"ל
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

ר' אלימלך בהגר"י טירנויער אב"ד שומר שבת שליט"א
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ברוך דיין האמת, א פארלוסט פון ממש די סאמע לעצטע שרידי הדור.

א חשובער רב געוועזן, זייער א באטעמ'טער איד. ס'האבן זיך געגאסן מעשיות פון אים. חבל על דאבדין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מיללער האט געשריבן:פרטים נוספים:

ער האט טאקע נאר געהאט די צוויי זוהן, פאלגענד זענען זיינע 5 איידימער;

ר' ? ב"ר מענדל שטיינמעץ מוומ"ס


ר' יואל הערש שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ פאיא
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

גאר א שטארקע פארלוסט.

ווי אלט איז ער געווען?
איז ער נישט געזונט געווען לעצטענס?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

ער האט געדארפט זיין בערך 85 יאר, שוין יארן לאנג וואס זיין מצב הבריאות איז נישט געווען דאס בעסטע, איך געדענק נאך פאר לערך 20 יאר צוריק פלעגט ער גיין שפאצירן אויף די וויליאמסבורגער גאסן צוליב זיין מצב הבריאות
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

זיין ביהמ"ד אין וויליאמסבורג. ווי מילער האט שוין געשריבן אין זיין באשרייבונג איז עס געווען א מקום תורה ותפילה א גאנצע וואך. מ'פלעג מיר כסדר גיין נאך געלד דארט.
אטעטשמענטס
ss.JPG
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כהאב אלעמאל געמיינט אז ער איז אסאך יונגער.
דעריבער איז עס מיר געווען א שטארקער שאק צו הערן
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:ב"ה

מיט גרויס צער און ווייטאג האט כלל ישראל היינט כ"ג כסלו תש"ע אויפגענומען די בשורה לא טובה איבער דאס הסתלקות פון הגה"צ ר' משה דוב וויינבערגער אב"ד פאיאע זצ"ל פון וויליאמסבורג.

דער פאיאע רב ז"ל איז געווען א זוהן פון ר' יחזקאל שרגא וויינבערגער אב"ד אפאליע (פאיאע) ז"ל-הי"ד בנו של ר' שלמה לייב וויינבערגער אב"ד ניר-באגאד וחתן ר' יהושע העשיל לאנדא אב"ד וויטקא (דער וויטקא רב איז געווען אן איידעם ביים באגאדער רב, אזוי ארום איז דער פאיאע רב געווען א דאפלטער אייניקל פונעם באגאדער רב).

דער באגאדער רב זצ"ל איז געווען גאר א חשובער רב אין אונגארען און איז געפארן צום הייליגען ייטב לב און צו אנדערע צדיקים (בספר מראה אש להרה"ח רא"ש פריעדמאן מביא הרבה סיפורים מהגה"צ מבאגאד),
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

.

אז די רעדסט פונעם באגאדער רב האסטי פארפעלט אז ער איז געווען פון די סאמע לעצטע וואס האבן זיך געווייקט ביים הייליגען דברי חיים, אין ווען ער איז אוועק אין די אנהויב צ' יארן האט דער רבי אים באוויינט אז די לעצטע וואס האבן אין דולה ושקה געווען מבית מדרשו פונעם הייליגען רב זענען שוין מער נישטא (דער נאסאדער רב איז אויך דאן אוועק)
אגב דאכט זיך מיר אז דער נפטר דער פאיער רב האט געהאט א שטיק צייט א ישיבה ווייסט איינער דערפון?
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

עס ברויך אויך דערמאנט ווערן אז דער פאיער רב האט אויך אמאל געפירט א שיינע ישיבה דאהי אין וויליאמסבורג, ווי ער האט טאקע ארויס געגעבן אסאך חשובע תלמידים. אסאך פון זיינע תלמידים האבן טאקע אויך ממשיך געווען נאך זייער חתונה צו דאווענען אין פאיע ביהמ"ד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
סיי זיין פאטער האט געהאט א ישיבה אינדערהיים, און ער זעלבסט האט - ווי ליסקא דערמאנט' געהאט א ישיבה דאהי פאר א שטיק צייט.

די מודעה פון חב"ק דקיט"ל סאטמאר איבער די לוי'
אטעטשמענטס
Levaya.jpg
Levaya.jpg (8.37 KiB) געזען 5872 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:יאסל,
סיי זיין פאטער האט געהאט א ישיבה אינדערהיים, און ער זעלבסט האט - ווי ליסקא דערמאנט' געהאט א ישיבה דאהי פאר א שטיק צייט.


זיין זון הרה"ג ר' שלמה לייב (לכאורה דער ממלה מקום) האט טאקע געלערנט אלץ בחור ביי זיין פאטער אין פאיע.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

ליסקא האט געשריבן: שוין יארן לאנג וואס זיין מצב הבריאות איז נישט געווען דאס בעסטע, איך געדענק נאך פאר לערך 20 יאר צוריק פלעגט ער גיין שפאצירן אויף די וויליאמסבורגער גאסן צוליב זיין מצב הבריאות

יא, איך געדענק עם אויכעט פין ארים 20 יאר ציריק, ער האט שוין דעמאלץ אויסגעזעהן נישט-געזינט.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

קבלתי מא' באימעיל
בעזהשי''ת

איך קום יעצט פין דיא לוי' עהר האט געשריבן אין דיא צואה אז מען זאל איהם נישט מספיד זיין אין טהין מיט עהם נאר אזוי וויא מיט א פשוט'ן יוד . ס'האבען זעך געזעגנט בניו ר' שלמה לייב אין שמעון יוא'ל אין דער איידעם שמחה ישרא'ל בלום מקאשוי . וואס האט באוויינט אז ס'איז נישט דא היינט מעהר איינער מיט דיא אמונה טהורה . אין ס'איז נישט דא קיין צדיקי אמת .נאך דעם האט דער ראש הקהל ''קליין'' זייער שיין גערעדט אין מכתיר געווען בנו הגדול ר' שלמה לייב אלס ממלא מקום אין ביהמד''ר . ובא השמש וזרח השמש . ובילע המות לנצח ומחה ד' דמעה מעל כל פנים אמן ואמן
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ברוך דיין האמת.

מיר פלעגן זיך אלס קינד ווייקן אין די פאיער מקוה, און עס פלעגט צומאל אויסקומען צו זעהן דעם חשוב'ן רב ז"ל ביי די עבודת התפלה, ברכות זאגן פארן עמוד, א.ד.ג.

נאר 85 זאגט מען? מיר האט ער שוין מיט 20 צוריק אויסגעקוקט דעם עלטער..
גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרוש »

אויב פאר 20 יאר צוריק איז ער געווען עלטער ווי 85, דארף ער יעצט זיין ווייניגסטנס 106
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35150
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ליסקא האט געשריבן:עס ברויך אויך דערמאנט ווערן אז דער פאיער רב האט אויך אמאל געפירט א שיינע ישיבה דאהי אין וויליאמסבורג, ווי ער האט טאקע ארויס געגעבן אסאך חשובע תלמידים. אסאך פון זיינע תלמידים האבן טאקע אויך ממשיך געווען נאך זייער חתונה צו דאווענען אין פאיע ביהמ"ד
לפי דעם יארגאנג פון די תלמידים איז דאס געווען בערך פון סוף כ' יארן ביז ל"ה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

קרעדיט vosizneias.com
אטעטשמענטס
pye4-225x300.jpg
pye4-225x300.jpg (18.11 KiB) געזען 5782 מאל
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35150
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געקריגן פון א ידיד אין אישי:
דער פאיע'ר רב איז געווען א חשוב'ע רב, א גרויסע תלמיד חכם אין ידיעת התורה, ער האט געהאט א מורא'דיגע שטארקע זכרון, און א שטארקע מוח, מעשיות פון אמאליגע צדיקים האט זיך געגאסן פון אים, אויסערדעם האט ערגעהאט א שטארקע חוש צום לוח, ער האט געקענט און סעקונדען אויסרעכנען, ווען עס גייט אויסגעפאלן א טאג און סיי וויפיל יאר שפעטער, פונקטליך דעם טאג פון די וואך, אדער אין זמנים ווען עס גייט זיין די שקיעה א צייט ארום און וויפיל מאל מ'האט אים נאכגעזוכט און איבערגעטשעקט איז ער געווען גערעכט.

מ'דערציילט אז אמאל ווען א איד האט אפגעשוירן א קינד, ווען ער האט דארט געענדיגט אנווינטשן צופרי אין בהמ"ד, זאגט ער אזוי גלייך, ווען די בר מצוה גייט זיין וועלכע טאג אין די וואך און אין וועלכע סדרה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”