משפחת גליקמאן נכדי הסב"ק מראדישיץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

badatz

משפחת גליקמאן נכדי הסב"ק מראדישיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

אין וומ"ס איז פארהאן א חשובע משפחה, משפחת גליקמא וועלכע זענען אנגעבליך ראדישיצער אייניקלעך .איך וואלט זייער געוואלט וויסען דעם יחוס צום סב"ק פון ראדישיץ.

בתודה מראש
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

אויף די אנפראגע איבער די יחוס פון משפחת המפוארה גליקמאן נין ונכד מגזע תרשישים וצדיקים מבעל אור החכמה ומהה"צ ישכר בער מראדאשיץ זצוקללה"ה ווי דער זיידע ר' ישכר בער פלעגט זיך אינטערשרייבן אויף די חתונה איינלאדונגען פון זיינע קינדער שיחי' האב איך מיר גענומען די מיה און אנגערופען איינע פון די חשובע קינדער הרבנים שליט"א אויספרעגן אביסל וועגן זייער יחוס.

ראשית כל האט דער זיידע ר' ישכר בער באקומען פאר ראש השנה פון הגה"צ מווידיסלאוו א לשנה טובה קארטל א יעדע יאר וואוינענדיג דא און אמעריקא און ער פלעגט צושרייבן בכתב ידו לכבוד ש"ב נכד בית אבא .... און נאך אפאר ווערטער לכבוד די נייע יאר, די קארטלעך ליגען ביי איינע פון די קינדער.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

זייט ווען האט מעהן גערופען דעם זיידען ר' ישכר בער האט עהר נישט געהייסען ר' יעקב ישכר .
פליז סקענט אריין א קארטעל פין אלופי ומיודעי מוואדיסלאוו זצ''ל .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
דברתי עכשיו עם בן ר' אברהם הערש נ''י ואמר לי שזקינו לא ידע מהיחוס רק ש''ב ר' מרדכי גליקמאן שהוא כבר דור שני מזקינו הוא שהביא את הידיעה.
הנה מה טוב הי' להכניס את מכתבי הרה''ג מוואדיסלאוו ושידעו גם משפחתו שיש להם קרובים חסידים ואנשי מעשה .
בדקתי עכשיו בספרים שהדפיס ר' יעקב ישכר ומעולם לא הכניס את היחוס .
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

אל כבוד הרב המכונה badatz

איך האב יעצט אראפ גלייגט די טעלפאון מיט ר' אברהם הערש גליקמאן אליינס און ער זאגט אזוי קודם כל זיין טאטע האט מען גערופען מיטן גאנצן נאמען ר' יעקב ישכר בער וואס וויפארשטענדליך איז דאס די נאמען פון הסבא קדישא מראדאשיץ זצוק"ל.

ראשית זאגט האט ער געזעהן פארן קריג ביי זיין טאטע א יחוס בריוו וואס דאס איז פארלוירן געווארן במשך המלחמה דעס וואס איר זאגט אז דאס איז נולד געווארן פון ש"ב ר' מרדכי וואס ער איז א דור שני דאס איז נישט ריכטיג ווייל ר' מרדכי זאגט די זעלבע זאך אז ער האט געזעהן א יחוס בריוו פארן קריג אין ר' מרדכי איז נישט א דור שני ר' מרדכי'ס טאטע איז געווען א ברידער פון ר' יעקב ישכר בער זצ"ל

צווייטענס וואס דארף מען נאך א שטערקערע באווייז פון דעם ווען די משפחה האט און באזוס א טאבאק פושקע פון הרה"ק הסבא קדישא זצוק"ל וואס איז געגאנגן בירושה דור אחר דור

איר זאגט אז איר האט דורך געקוקט אלע ספרים וואס ר' יעקב ישכר בער זצ"ל האט ארויסגעגעבן און דארט שטייט נישט קיין יחוס דאס מיינט אז איר האט נישט גוט געקוקט ווייל עס איז דא עטליכע ספרים וואס ביי די סוף פונעם ספר האט ער געשריבן זיין גאנצן יחוס מיט אלע יארצייטן

און צום סוף איז דא א צוואה פונעם טאט'ן פון ר' יעקב ישכר בער, ר' יהודה זצ"ל וואס ער שרייבט דארט מצד אבי אני נכד הסבא קדישא מראדאשיץ זצוק"ל ומצד אמי אני נכד בעל אור החכמה זצוק"ל שהם מתלמידי הבעש"ט וכו' וכו'
לעצט פארראכטן דורך salt אום דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 12:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

איך לייג ארויף א חתונה בריוו פון איינע פון די קינדער פון זייער זיידע ר' יעקב ישכר בער זצ"ל ווי ער אליין שרייבט זיך אינטער נין ונכד מראדאשיץ זצוק"ל וואס דאס איז שוין מער פון 50 יאר צוריק.

איך לייג ארויף א שטיקל פון די צוואה פון זייער עלטער זיידע ר' יהודה הלוי זצ"ל ווי ער שרייבט אז ער איז א אייניקל מגזע תרשישים וצדיקים וכו'

אויך לייג איך ארויף א בילד פון די מצבה פון זייער זיידע ר' יעקב ישכר בער זצ"ל ווי עס שטייט דארט ווי ער איז אן אייניקל פון הסבא קדישא מראדאשיץ זצוק"ל

אויך האב איך גערעד מיט הגה"צ מקאמינקא פון בארא פארק ממלא מקום חותנו בא"ב להרה"ק מראדאשיץ וואס ער קען גוט די משפחת גליקמאן הנכבדה און ער ווייסט אויך אז די משפחת גליקמאן זענען אייניקלעך פון ראדאשיץ

אויך הרב ר' ישראל דאכנער פון קרית יואל נו"נ להרה"ק מראדאשיץ איז דאס מאשר

אויך יצחק אלפסי נו"נ להרה"ק מראדאשיץ איז דאס מאשר און זיינע בריווען צו די משפחת גליקמאן

דאס זענען די דאקומענטן
דאס זענען די דאקומענטן
136.jpg (45.34 KiB) געזען 5565 מאל
לעצט פארראכטן דורך salt אום מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 1:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איין זאך איז מיר שווער, ווילאנג צוריק איז דען דער ראדושיצער אוועק, קען מען נישט נאכגיין א יחוס מיט פונקטליכע דעטאלן?

הרב זאלץ, איך זעה נאר אז דער זיידע האט געשריבען אז ער איז א ראדושיצער אייניקל, וויאזוי גייט דער יחוס לויט די גליקמאנס.
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

אויב איר האט גוט געקענט זייער זיידע ר' יעקב בער ז"ל האב יעצט באקומען א אינטרעסאנטע בריוו פון די גליקמאן משפחה וואס שטייט דארט אז ער איז געווען א רב ותופס ישיבה און געפסקנט שאלות פאר'ן קריג

אבער ווער עס האט אים געקענט דא אין אמעריקא מיינט אז איז געווען א פשוטע מוכר ספרים זאגט מיר אבער איינע פון די קינדער אז ער האט איבער געלאזט א ספר בכתב יד אויף קבלה וכל כתבי אריז"ל איינע פון די חשובע קינדער וואס ווי דערמאנט דא אין פארום איז א בן בית ביי הגה"צ מבורשטין שליט"א האט דאס געוויזן פאר אים וואס ווי באקאנט איז ער גאר א גרויסער ידען און קבלה און ער איז עוסק אין דעם לימוד ראשו ורובו האט ער געזאגט דאס איז צו באוואנדערן ווייל די ספרים וואס מ'האט היינטיגע צייטען איז נישט געווען בנמצא יענע צייטן און אזוי גוט זיך אויסקענען דאס איז צו באוואונדערן און ער שרייבט זיך אינטער אויף דעם ספר כתב יד אני הקטן יעקב ישכר בן הרב החסיד ר' יהודה (לייב) ב"ר משה ב"ר שלמה הלוי איש מצליח חתן הה"צ ר' חנינא שיין חתן הה"צ ר' מאיר באראן בן רבינו הסבא קדישא מהרי"ב מראדאשיץ זצ"ל
דא האט איר שוין די גאנצע יחוס


ביי א קומענדיגע גלעגענהייט וועל איך פרובירן ארויף צושטעלן די בריוו ווי א רב פון דערהיים פאר'ן קריג שרייבט אויף ר' יעקב בער אט גאר גרויסע הפלגות
לעצט פארראכטן דורך salt אום דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 4:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך מעג פרעגן סתם לידיעה בעלמא, ר' יעקב ישכר וועלכע איז געבוירן בלויז 50 יאהר נאך די הסתלקות פונעם ראדאשיצער איז א 6'טער דור, וויאזוי גענוי ארבעט אזא לאנגע רייע אין אזא קליינע צייט?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

בן בוזי האט געשריבן:איך מעג פרעגן סתם לידיעה בעלמא, ר' יעקב ישכר וועלכע איז געבוירן בלויז 50 יאהר נאך די הסתלקות פונעם ראדאשיצער איז א 6'טער דור, וויאזוי גענוי ארבעט אזא לאנגע רייע אין אזא קליינע צייט?



עס איז גארנישט אזא קשיא יעצט איז גענוי 163 יאר פון די פטירה פונעם סבא קדישא מראדאשיץ און ער האט געהייסן סבא קדישא פאר א סיבה ער איז אלט געווארן 72 יאר ווען ער איז נסתלק געווארן די חילוק איז נישט 50 יאר
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

דא האט איר דעם דאקומענט וואס איך האב אייך פארשפראכן, אויף דעם בריוו שטייט אז הרהגה"צ רבי יצחק צבי סופר אן אייניקל פונעם חתם סופר דער רב פון טעמעשוואר די שטאט ווי רבי יעקב ישכר בער גליקמאן זצ"ל האט געוואוינט ביזען קריג שרייבט די בריוו בכתב ידו הק' אז ער איז עדות אז ר' יעקב ישכר איז געווען רב אין ביהמ"ד און ער האט געהאט א ישיבה והעמיד תלמידים בהצלחה
אן אוטענטישע דאקומענט
אן אוטענטישע דאקומענט
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך וועל פרובירן טעארעטיש צו פארענטפערן בן בוזי'ס קשיא.
דער סבא קדישא איז געבוירן פאר 235 יאר צוריק 72+163=235, לאמיר זאגן ער האט געהאט זיין עלטצטע קינד ביי די 18, (מעגליך נאך פריער ווי ס'איז געווען בימים ההם) אשת ר' מאיר באראן, זי האט געהאט דאס עלטצטע קינד ביי די 18 אשת ר' חנינא שיין, יעצט גיי צו די טאכטער אשת ר' שלמה גליקמאן מיט'ן זעלבן חשבון, עס איז מעגליך אז ר' משה וואס איז געווען ר' יעקב ישכר'ס זיידע איז נאך געבוירן געווארן בחייו פונעם ראדעשיצער, פאר 165 יאר צוריק בשנת השבעים לחייו, לייג צו נאך 36 יאר שפעטער האט שוין ר' יעקב ישכר געקענט געבוירן ווערן אלץ 6'טער דור 106 יאר אחר לידת הסב"ק מראדשיץ.
דאס אלעס איז טעארעטיש ווייל איך האב קיין אנונג במציאות הענינים.
דרך אגב
מיין רעביצינ'ס זיידע איז נאך נישט קיין 80 און ער האט שוין חתונה געמאכט צוויי אור אייניקלעך (די באבע איז נאך יונגער לערך 77 ) זיי וועלן אי"ה זיין עלטער עלטער זיידע באבע בקרוב. און דאס איז בזמן הזה
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בערל שמח'ס טעאריע איז מעגליך לאמיר מאכן די חשבון צוזאמען:

לאמיר נעמען איינעם וואס וועט געבוירן ווערן יעצט תשס"ט ויקרא שמו בישראל אדם הראשון - אדם האט חתונה 20 יאהר שפעטער אין תשפ"ט - ער האט א קינד אברהם וועלכע האט חתונה מיט 20 יאהר שפעטער תת"ט - ער האט א קינד יצחק וואס ווערט געבוירן דעמאלטס און האט חתונה מיט 20 יאהר שפעטער אום תתכ"ט - ער האט א קינד יעקב וואס ווערט געבוירן דעמאלטס און האט חתונה מיט 20 יאהר שפעטער אום תתמ"ט - ער האט א קינד ראובן וואס ווערט געבוירן דעמאלטס און האט חתונה מיט 20 יאהר שפעטער אום תתס"ט, ער האט א קינד שמעון וואס ווערט געבוירן דעמאלטס און האט חתונה מיט 20 יאהר שפעטער אום תתפ"ט -
1. אדם הראשון -תשס"ט
2. אברהם - תשפ"ט
3. יצחק - תת"ט
4. יעקב - תתכ"ט
5. ראובן - תתמ"ט
6. שמעון - תתס"ט
7. לוי - תתפ"ט
האלטן מיר שוין יעצט ביי פונקטליך 120 יאהר פון דער געבורט פונעם זיידן און ס'שוין דא 6 דורות פון איהם און ווייטער, לאמיר זאגן אז דער יוד וועט ל"ע שטארבן ביי די 70 בשנת תתל"ט קען ביז 50 יאר שפעטער דהיינו בשנת תתפ"ט זיין פון איהם 6 דורות,
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 2:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

lebediger berel האט געשריבן:איך וועל פרובירן טעארעטיש צו פארענטפערן בן בוזי'ס קשיא.
דער סבא קדישא איז געבוירן פאר 235 יאר צוריק 72+163=235, לאמיר זאגן ער האט געהאט זיין עלטצטע קינד ביי די 18, (מעגליך נאך פריער ווי ס'איז געווען בימים ההם) אשת ר' מאיר באראן, זי האט געהאט דאס עלטצטע קינד ביי די 18 אשת ר' חנינא שיין, יעצט גיי צו די טאכטער אשת ר' שלמה גליקמאן מיט'ן זעלבן חשבון, עס איז מעגליך אז ר' משה וואס איז געווען ר' יעקב ישכר'ס זיידע איז נאך געבוירן געווארן בחייו פונעם ראדעשיצער, פאר 165 יאר צוריק בשנת השבעים לחייו, לייג צו נאך 36 יאר שפעטער האט שוין ר' יעקב ישכר געקענט געבוירן ווערן אלץ 6'טער דור 106 יאר אחר לידת הסב"ק מראדשיץ.

די גאנצע דיפרענץ איז א קנאפע 122 יאר פונעם הייליגען ראדעשיצערס געבורט ביז הרב גליקמאנס געבורט
ביזט גערעכט אז טעאריש איז גענוג ארום 108 יאר ווען איך גיי 6 מאל 18 אבער דאס מיזטי רעכענען אלע זענען געווען די עלטצטע איו אלע האבן חתונה געהאט ביי די 17.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עטליכע הערות
1) דער ר' יצחק צבי סופר פון טעמעשוואר איז נישט קיין אייניקל פון חת"ם סופר ער איז פון די פאקשע משפחה.
2) וואס לייגט דער בריוו צו צום יחוס, אויסער אז ר' יעקב ישכר איז געווען אן ערליכער איד און א רב אין א ביהמ"ד?
3) פארוואס איז דער יחוס געווען פארלוירן ביי די מלחמה און די ערשטע העלפט דעבאטע, און געפינען געווארן פלוצים ביים סוף?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:3) פארוואס איז דער יחוס געווען פארלוירן ביי די מלחמה און די ערשטע העלפט דעבאטע, און געפינען געווארן פלוצים ביים סוף?

איך האב געפרעגט פריער דער קשיא און ס'מיר נאכנישט פארענטפערט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יאסל כתב
די גאנצע דיפרענץ איז א קנאפע 122 יאר פונעם הייליגען ראדעשיצערס געבורט ביז הרב גליקמאנס געבורט
ביזט גערעכט אז טעאריש איז גענוג ארום 108 יאר ווען איך גיי 6 מאל 18 אבער דאס מיזטי רעכענען אלע זענען געווען די עלטצטע איו אלע האבן חתונה געהאט ביי די 17.
לויט מיין טעאריע וואלט ער געקענט געבוירן ווערן 108 יאר אחר לידת הסב"ק
אויך האט מען ביי חסיד'ישע אידן חתונה געהאט בימים ההם נאך פריער וואו 17
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

אט א דא לייג איך ארויף א שטיקל פונעם ספר נפלאות הסבא קדישא
ווי עס שטייט די מציבה פון ר' מאיר בן הרה"ק מראדאשיץ
און מ'זעהט אז זיין איידעם האט געהייסן ר' חנינה שיין זצ"ל
אטעטשמענטס
137.pdf
די קינדער פון ר' מאיר
(147.66 KiB) געווארן דאונלאודעד 317 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ב"ה
דער ראדאשיצער האט געהאט 5 קינדער, 2 זוהן ר' ישראל יצחק וועלכע האט ממלא מקום אביו געווען, און ר' מאיר, 3 טעכטער צוויי האבן חתונה געהאט ר' יצחק אב"ד ראדאשיץ, און דער דריטער האט חתונה געהאט צו הר' חיים יוסף (?).
ר' ישראל יצחק וועלכע איז געווען עלטער פון ר' מאיר איז נסתלק געווארן אין ווארשע תרי"ח זייענדיג אין עלטער פון 48 יאהר קומט אויס אז ער איז געבוירן בשנת תק"ע, בשעת ווען דער ראדאשיצער (וועלכע איז געבוירן תקל"א) איז אלט געווען 37 יאהר, ממילא קומט אויס אז ר' מאיר וועלכע איז נישט געווען דער ראשית אונו פונעם ראדאשיצער איז נישט געווען דער עלטסטער און כ'ווייס נישט צו די טעכטער זענען געבוירן פאר איהם ממילא דאס איז זיכער אז פאר תקע"א איז ער נישט געבוירן , (אגב ר' מאיר אליינס איז אויך אוועק אין א יונגן עלטער אין יאהר תרכ"ב בלויז פיר יאהר שפעטער פון זיין עלטערע ברודער וועלכע איז נסתלק געווארן תרמ"ח אין עלטער פון 48 יאהר).

ווידער ר' מאיר אליינס האט געהאט 6 קינדער 2 זוהן און פיר טעכטער, 2 פון די איידעמער ווייסט מען ווער זיי זענען און דער צווייטער אין די רייע פון וועלכע מען ווייסט איז ר' חנינא שיין (ס'קען זיין אז ער איז טאקע געווען דער צווייטער אבער ס'קען אויך זיין אז ער איז געווען דער זעקסטער קינד), האלטן מיר שוין ווידער ביי דעם אז ר' חנינא איז נישט געווען דער עלטסטער ביי זיין שווער ר' מאיר.

לאמיר נעמען לויט די חשבונות פון געבן 20 יאר לכה"פ פאר יעדעם;
א) ר' מאיר בהרה"ק מראדאשיץ – תקע"א (ס'איז בלויז א טעאריע, דאס איז בלויז דער פריערסטע וואס כ'קען איהם געבן)
ב) ר' חנינא שיין חותנו – תקצ"א
ג) ר' שלמה הלוי איש מצליח חותנו – תרי"א
ד) ר' משה בנו – תרל"א
ה) ר' יהודא לייב בנו – תרנ"א
ו) אויב אזוי וויאזוי איז בנו ר' יעקב ישכר (וועלכע איז געבוירן 50 יאהר פון די הסתלקות פונעם ראדאשיצער תר"ג) געבוירן אין שנת תרנ"ג, אתמהה?

[אלע אינפארמאציע קומט פונעם ספר נפלאות הסבא קדישא]
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ס'איז זייער שווער צו ענטפערן טעאריעס ווייל באלד קומט א צווייטער און ער ווייזט אויף פונעם פאקט אדער דאקומענט וואס קען אויך זיין גרייזיג אז ס'איז אנדערש.
1. איך וועל צוריק גיין צום כלל פון אין אדם מוריש שקר לבניו.
2. און איך וועל אננעמען דעם פאקט אז ר' יעקב ישכר איז געווען אן אויסגערופענער ערליכער איד.
3. און כ'וועל זאגן אז דער לשון אינעם יחוס צעטל איז טאקע פון ר' יעקב ישכר,
דאן איז דא גענוג דוחקים אריין צושטעלן און פארענטפערן די קשיא,
איך וואלט אויך ענדערש געלייגט א טעות סופר אדער א טעות הדפוס אינעם נפלאות, ווי איידער אפצופרעגן די אויבנדערמאנטע פונקטן.
אבער איך מוז נישט צוקומען דערצו ווייל איך זע נאך נישט ווי שטייט ווען ר' יעקב ישכר איז געבוירן.
אויך מיין איך אז יאסל'ס צוואנציג יאר פאר יעדן איז היפש איבערגעטריבן ווייל די גדולים בימים ההם האבן שוין חתונה געהאט ביי די בר מצוה.
דרך אגב, פון די גאנצע משפחה קען איך נאר ר' אברהם הערש און זיין חשיבות טוישט זיך נישט ביי מיר צו ער איז א ראדעשיצ'ער אייניקל צו נישט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

lebediger berel האט געשריבן:אויך מיין איך אז יאסל'ס צוואנציג יאר פאר יעדן איז היפש איבערגעטריבן ווייל די גדולים בימים ההם האבן שוין חתונה געהאט ביי די בר מצוה.
.

יאסל האט נישט געגעבן א שיעור פון 20 נאר שוין האבן דאס קינד ביי 18,
אין זאל דיר נישט בייפאלען אז די רבישע טעכטער אמאל האבן שוין געטראגן ביי די 15,
אגב ווי נעמט דאס טאקע אז הרב גליקמאן איז געבארען תרנ"ג?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אגב ווי נעמט דאס טאקע אז הרב גליקמאן איז געבארען תרנ"ג?

ס'איז אזוי געווען אנגענומען ביז יעצט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

1) צו מפקפק זיין איבער א אנגעבליכע יחוס, איז נישט קיין עוולה עס איז פשוט א האַבי ווי אלע חקרנות וואס מענטשן האבן ליעב צו דערגיין, עד שיבורר הדברים כשמלה.
2) ווי שוין געשריבען צענדליגע מאל דא אליינס, ווערט נישט דער באטרעפנדער א פינטעלע קלענער אויב עס איז פארהאן ספיקות אין א יחוס צו א געוויסער צדיק.
3) דער יחוס פון ר' יעקב ישכר קיין ראדושיץ איז דערווייל א מיסטעריע אפי' נאך די דאקומענטן, פארקערט ווי בן-בוזי צייכנט אן האט דער 'נפלאות הס"ק' גאר שווערער געמאכט די קשיא.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

יאסל האט געשריבן:אגב ווי נעמט דאס טאקע אז הרב גליקמאן איז געבארען תרנ"ג?

מען רעדט גא די גאנצע צייט אז ער איז געבוירן 50 יאר נאכן הסתלקות פונעם ראדישיצער קומט אויס תרנ"ג.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:ב"ה
2) וויאזוי איז מעגליך אז אין 50 יאהר זאלן זיין 6 דורות יו"ח פונעם ראדאשיצער,
50 איז נישט אקוראט נאר 122 פונעם ראדעשיצערס געבורט ביז הרב גליקמאנס געבורט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”