טאגבוך א' וישלח תש"ע: נסיעת ידידים 2

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

טאגבוך א' וישלח תש"ע: נסיעת ידידים 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זונטאג וישלח תש"ע איז אין א געוויסע מאס באשטאנען פון תורה עבודה וגמילת חסדים. תורה (נו, דאס איז דאך יעדן טאג..) עבודה (אויסער דאס דאווענען פון יעדן טאג, האבן מיר געזאגט תהלים בציבור ביים ציון פון א צדיק) און גמילת חסדים איז געווען די קלימאקס פונעם טאג/נאכט ווען איך האב (בהשתדלות וויכטיג-מאכער) אנטיילגענומען ביי די הצלת נפשות טעסט-דרייוו אין די גאראדזש פון חברה הצלה אויף פען סטריט ביי בראודוועי.

דא אין "על הצדיקים ועל החסידים" וועלן מיר אבער ארומשמועסן איבער די חלק העבודה, נעמליך די לאנג געפלאנטע געהויבענע נסיעה צו א בית החיים וואס געפונט זיך ממש סמוך ונראה צו וויליאמסבורג, פוקד צו זיין דעם ציון פון הרה"צ מ'סאדיגורא זצ"ל וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן שבת קודש פרשת ויצא י"א כסלו העעל"ט.

א קליין אומשולדיגע נאטיץ אויף די שפארעס פון על הצדיקים האט געמאלדן איבער א געפלאנטע שטרעזל מיט א פארלאנג אז פאראינטערסירטע זאלן זיך מעלדן צום גבאי ביהמ"ד. איינס ביי איינס האבן זיך צוזאמגעקליבן א מנין אידעלעך וואס האבן איינגעזען די וויכטיגקייט פון קומען מתפלל זיין ביים קבר פון א בנן של קדושים, דור רביעי להרה"ק מ'רוזין זי"ע, אינאיינעם מיט קאלעגע קרעטשמעריסטן וואס האבן געוואלט די זכיה האבן זיך באקענען פון דער נאנט מיט די חשוב'ע פיאנירן און רוקנביינער פון אונזער/אייער פעסט-אהערגעשטעלטן על הצדיקים אפטיילונג פון אידישע וועלט פארומס.

אזוי ווי ביי די ערשטע נסיעת ידידים זענען אויך דאסמאל ארויסגעפארן אויטאס פון פארשידענע אידישע געגענטער, אריינגערעכנט קרית יואל, מאנסי, בארא פארק, און בעדפארד-סטייוועסענט.. מיין פריוואטער מנהיג איז געווען הרה"ח ר' שמחה שליט"א מותיקי עדתינו, וועלכער האט אויך אויפגענומען ידידנו הרב די-פאקט ני"ו (דער לעצטער האט אפגעראכטן א גרויסע עבודה ביים תהלים זאגען, ואכמ"ל).

**


אויפן וועג האט ר' שמחה איבערדערציילט שיינע שמועסן וואס ער האט לעצטנס געהערט פון הרה"צ מ'לימנוב שליט"א ביי א דרשה אין סטאלינער בית המדרש אין ב"פ. איין מעשה האבן מיר שוין היינט באשריבן (זעה: דא). די צווייטע געשיכטע איז ווי פאלגענד: דער לימנובער רב האט באזוכט ביי זיין פעטער דער ירושלימ'ער רב שליט"א (וועמענס רעבעצין איז א שוועסטער מיט הרבנית מ'סיגעיט תחי', אם הרב מ'לימנוב), האט אים דער ירושלימ'ער רב פארבעטן מיטצוקומען אויף א מסיבה וואס א נגיד האט געפראוועט לכבוד דעם וואס ער האט זוכה געווען מחנך צו זיין א ספר תורה. אינמיטן די מסיבה האט זיך דער נגיד אויפגעשטעלט רעדן אפאר ווערטער, און פאלגענד זענען אויסצוגן פון זיינע רייד: מורי ורבותי, איך וויל דא עפנטליך פארענטפערן די וואונדער פון מיין פאמיליע און גוטע פריינט וואס פארשטייען נישט וואס האט מיך איבערגעוואויגן צו לאזן שרייבן א ספר תורה. איך וועל ענק צוריקפירן צענדליגער יארן, ווען איך האב געלערנט אין די ישיבה פון הרב שניידער ז"ל אין לאנדאן ענגלאנד. איך האב געהאט גאנץ א שוואכן קאפ און זיך גוט געמוטשעט אויף תורה, אבער די חברים האבן נישט צוגעלייגט קיין האנט מיר ארויסצוהעלפן. צוויי חברים האב איך געהאט אין די ישיבה וואס זענען שטענדיג געווען גרייט צו ענטפערן מיינע פראגעס און צולערנען מיט מיר א שטיקל גמרא, אבער די איבריגע האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיר, אדרבה, זיי האבן מיר מדחה געווען בלך ושוב.

פאר אינטערסאנטקייט - איז דער רעדנער ממשיך - האב איך באשלאסן נאכצופאלגן די קאריערעס פון מיינע קאלעגע ישיבה בחורים, צו זעהן וואס וועט זיך אויסלאזן מיט זיי. איך קען זאגען אז די אלע וואס האבן מיך מדחה געווען, האבן זייער שיין מצליח געווען אין זייערע פאסטענעס, אבער זיי זענען נישט אויסגעוואקסן קיין כלי קודש. דער איז א געלונגענער גראסערי-מאן, דער צווייטער פירט אן א גרויסע פלאמבינג סופליי א.א.וו. בלויז די צוויי בחורים וואס האבן מיר גענומען אונטער זייער שיץ און ארויסגעהאלפן מיט יעדע שוועריקייט ביז איך האב באקומען א געשמאק אין תורה אזש ביזן לאזן שרייבן א ספר תורה פון מיין געלט - זיי זענען געבליבן ביים לערנען, און טאקע אויסגעשטיגן גרויסע תורה ריזן: איינער פון זיי זיצט אויף מיין רעכטע זייט (הרה"צ ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א גאב"ד ירושלים עיה"ק תובב"א) און דער צווייטער זיצט אויף מיין לינקע זייט (הרה"צ ר' משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד עדה החרדית). ע"כ המעשה.

**


עס איז געווען אפגעשמועסט זיך צו טרעפן אויפן בית עולם אום 12:30 מיטאג. אבער מיר יעקער זענען שוין אנגעקומען אהין ארום 20 מינוט פריער ווי דער זמן, האבן מיר אויסגענוצט די צייט אויפצוזוכן די מציבות פון א פארפאלק ע"ה, פעטער און מומע פאר - פונאנדערגעשיידט - ידידינו הר"ר שמחה ני"ו.

ארום 12:40 האבן מיר זיך צוגעשארט צום אנגעגעבן חלקה וואו מיר האבן אנגעהויבן זוכן דעם אוהל פונעם סאדיגור'ער רבי'ן. א שפאציר ארויף א בארג, און אראפ פון די אנדערע זייט, א בליק רעכטס און דערנאך לינקס, אה, דא איז עס. א נידריגע שטובעלע קוים כגובה איש. מיר גייען אהין מיטן געדאנק צו טרעפן דעם גאנצן מנין, אבער אנשטאט האבן מיר בלויז געטראפן 2 פרעמדע אידן, איינער מיט א געשוירן בערדל און דער צווייטער מיט א סאמעטענע היט וואס האט זיך געשאקלט אויפן תהלים'ל און ניטאמאל אויפגעהויבן די אויגן צו אונזער ריכטונג (ביז נאכן ענדיגן זיינע קאפיטלעך, ווען ער האט זיך געוואונדערט אויפן קול אז עס איז זיך צוזאמגעקומען א גאנצע מנין אין די צייט וואס ער האט גערעכנט צו זיין דער איינציגער דורכגייער דארט במשך'ן טאג).

ר' שמחה, דער-פאקט, און איך, האבן אנגעהויבן זאגען קאפיטלעך תהלים ווארטנדיג דער איבריגער עולם זאל אנקומען. איך האב עספיהט צו זאגען איבער 20 קאפיטלעך ביז די טעלעפאנען האבן אנגעהויבן קלינגן מיט פארלאנגן פאר פונקטליכע אנווייזונגען צוצוקומען צום ציון. און דער היימישער עולם האט זיך צוביסלעך צוזאמגעקליבן: דא גייט פארשלאפן, הונטער אים מיללער, באגלייט דורך יוסלמאן. אביסל שפעטער ערשיינען הרב הבד"ץ ופמליא דיליה, שטיקל גבאי, בן בוזי, און נאך (ביז די קומענדיגע נסיעה וועלן זיי שוין פילייכט פארשאפן א ניק).

הרב בד"ץ נעמט איבער דאס רעדל. אזוי ווי ביי די ערשטע נסיעה האט מען יעצט אויך געזאגט די מזמורים וואס מען פירט זיך אין רוזין צו זאגען אויפן בית החיים. גראדע איז אויפן שטיין פונעם צדיק שוין געליגן גרייט אזעלכע זאגערלעך, אבער הרב בד"ץ האט געהאט אן אנדערן סיסטעם און מען האט זיך געפירט ווי זיין צעטל קטן. אנגעהויבן מיט רננו צדיקים, דערנאך זיבן מאל אנא בכח (דאס האב איך נאך מיטגעהאלטן, אבער ווען מען האט אנגעהויבן שיסן מזמורים בדילוג, האב איך ממשיך געווען צו זאגען תהלים על הסדר ווי איך האב געהאלטן, אנקומענדיג ביז ליום שלישי) און אזוי ווייטער ביז קמ"ג און מי יתן מציון און יהי רצון (מען האט דערמאנט ידידינו לחם לפי הטף לרפו"ש).

אינמיטן תהלים איז אנגעקומען א קבוצה אין שפיץ פון נחמן נתן און זיין זיידע שליט"א. מען האט געמאכט א ווארע אינעם צושטופן אוהל פארן זיידן, אבער די קבוצה באגלייטער האבן געמוזט בלייבן אינדרויסן מאפס מקום (איך בין געשטאנען ביי איינע פון די פינות האוהל, און ווען די לעצטע קבוצה איז אנגעקומען בין איך שוין ממש צודרוקט געווארן בין בד"ץ לכותל.. אזא קליינע אוהל איז דאס).

ביים ארויסגיין פון אהל האט מען זיך האלב באגריסט מיט אן ערנסטקייט (ווי מיללער האט אנגעהויבן דעם שמועס מיט נחמן נתן'ס זיידע: מען געט דאך נישט די הענט אין בית עולם), פרעגנדיג שטיל אין אויער אויף דעם און יענעם "ווער איז ער? זיין אמת'ע נאמען? זיין ניק?".

א לעבעדיגע שמועס איז ענטשטאנען צווישן די אריות שבחבורה, סקרענטאנער רב האט גענומען דעם עלטערן איד אויף א היסטאריע פארהער, באגלייט מיט פראגעס פון יוסלמאן און קאמענטארן פון פארשלאפן, בשעת די איבריגע אנוועזנדע הערן זיך צו פונדערזייט מיט נייגער און אינטערעסע.

ווען דער זיידע האט זיך צוריקגעקערט צו זיין אויטא האט זיך דער עולם צושיידט אויף עטליכע מחנות, אויסצושפיאנירן דעם בית החיים לאורכה ולרוחבה. פארשלאפן מיט מיללער און יוסלמאן זענען געגאנגען רעכטס, בד"ץ וסיעת מרחמוהי זענען געגאנגען די אנדערע זייט רעכטס, און אונזער אויטא האט זיך פארקירעוועט אין ריכטונג צום אויסגאנג, האפנדיג אז מען האט אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס. אמן כן יהי רצון.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טייערער טאג-בוך,

איך קען צו אייך שרייבען און וויסען אז איר הערט מיך אויס און האט הנאה פון מיינע הצלחות פונקט ווי איך אליינס, טאג-בוך זיסער, מיר האבן געהאט אן אויסערגעווענליכען שיינע נסיעה א שאד אז איר זענט נישט מיטגעקומען, איר זענט מיר דאך א גוטער פריינט, גלייבט מיר איר וואלט הנאה געהאט, אבער כאטש האט איר דאס געהערט פון ידידינו החשוב מייסד ומחולל היכלנו ומראשי האתר עד היום, ה"ה הרב מוה"ר שלמה זלמן קרעמער שליט"א וועלכער האט במתק לשונו ובפרי עטו אראפגעשטעלט דעם ניווא פונעם צאמקום ועליה אין מה להוסיף.

אזויפיל וועל איך דיר יא זאגן טאג-בוך מיינער, יעדע חלק פון די נסיעה פאר זיך איז ווערט אן עקסטער בלעטל אין דיין בוכל, און יעדע פרט פונעם טאג האט אויסגעצאלט די שפעזן פי-כמה, איך מיין טאג-בוך אז דאס פארפאסן דעם זיידען לאויט"א פון ידידי המרומם הרב ר' נחמן נתן הי"ו, א איד מיט א טעם זקינים כל מה שמזקינים דעתן מתיישבת, וועלכער געדענקט נאך אזעלכע צדיקים פונעם פריערדיגען דור, איז עפעס ווי א חסרון שלא יוכל להמנות.
אדער דאס אז מיר האבן זוכה געווען להתאחד עם אחד מחשובי המקום לשעבר ווועלכער האט צוליב זיין אנגשטרענגטע סדר היום געברויכט פארלאזן אונזער קרעמל, דאס איז דער באגאבטער ידען ובקי נפלא, ששימש תלמידי חכמים ואנשי שם המפורסם במחנינו כראבד"צ הקהילה שליט"א, דאר ראב"ד האט פארגעזאגט די פסוקי תהלים על דרך בית רוזין וועלכע האט זיכער בוקע געווען רקיעים, דער סאדיגורא-רימינובער רבי וועלכער איז אזוי עלנד אוועקגעריסען געווארן אין א אינגען עלטער בארץ לא לו, וועט זיכער זיין א מליץ יושר לו ולכל הנלווה אליו להוושע בכל מילי דמיטב.

מיר האבן -טאג-בוך טייערער- געשפרייזט איבער די לענג און ברייט פונעם ריזיגען 250,000 מציבות'ער בית עולם, אזש אז מיר האבן געשטוינט פון וואס מיר זעהן, דער בית החיים דאטירט צוריק ביז צו די תר"נ יארען על אדמת אמעריקא, א צייט ווען אידישקייט דאהי איז געווען א יקר המציאות ווער רעדט פון תורה-טרייע אידישקייט, טאג-בוך זיסער אז די וועסט אריינקוקען אינעם דערנעבנדיגען 'זכור ימות עולם' אשכול ווי מיר רעדן איבער דאס אידישקייט אין אמעריקא בימים ההם, וועסטו פארשטיין וואס מיר מיינען.

ווי קען מען פארגעסן פון אונזער פריינט און רבי, הרב החשוב המרומם ר' שמחה פון בארא-פארק שליט"א, נתת שמחה בלבי, מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו, מיר האבן געהאט אן אמת'ע שמחה להתאחד עם אחד המיוחד שבחבורה, זאלסט וויסען טאג-בוך, אז אזא איד ווי ר' שמחה אז מ'קען זיך מיט אים פון דער נאנט איז ווערט א מאיאנטעק, דאס אמת'ע ערליכקייט און יראת שמים, דאס בקיאות בכל מכמני התורה, די ידיעות בקורות ימי ישראל, איז עפעס וואס מ'טאר נישט פארפאסן, בריך רחמנא דיהבת לן.

א פארשלאפן? וואס איז פארשלאפן?, אני ישנה ולבי ער קול דודי דופק פתחו לי, הנה לא ינום ולא ישן, ווער קען שלאפן לעבן אזא אידן, שינה לצדיקים רע להם, דאס איז נאר בל' סגי נהור, זיינע מדות תורמיות וועל איך נישט דא באפליצירען ווייל טאג-בוך מיין פריינט, איר זענט נישט דער איינציגער צו זעהן וואס איך שרייב, אנדערע אידען קוקען דא אריין און קענען קומען לידי גילוי חלילה, ולפני עור לא אתן מכשול, אבער מעגסט וויסען אז אזא חבר ווי פארשלאפן האב איך ווייניג ודי בזה.

לאמיר נאר שנעל אראפשרייבען א יישר-כח פאר דעם בן הבוזי, וועלכער איז געשטאנען פונעם טאג וואס די גבאים האבן מייזם געווען דעם פלאן, און מנצח געווען על מלאכת הנסיעה בטוב טעם ודעת (ווי דער ביכל איז אוועקגעקומען איז נאך א מיסטעריע) און דארטהאט ער בכח פאוטא-אפאראט אפגעבילדערט דעם גאנצען ארום, לטובתינו ולטובת בית מרזיחינו, זאל אים דאס וואול באקומען בברכת כט"ס.

ואתו עמו כלומר אליו, דער שטיקל גבאי מיט די אנדערע שטיקלעך וואס האבן איבערגענומען די לייצעס נאך תהלים און געזוכט און געפונעם מציבות פון פיינע אידען (וואס טייל זענען שוין פובליצירט, די אנדערע טייל ליגט נאך בכח ויה"ר שיוציאו מכח אל הפועל די רבנים ממשפחת לייטער, הרב עפשטיין אב"ד זשורסי סיטי ועוד).

יוסלמאן, דיר קומט אן עקסטערע דאנק אבער דאס וועלן מיר מוזען מאכען פערזענליך, דא וועלן מיר דיר נאר וואונטשן ברכה והצלחה בפרי עמליך, בכל אשר תפנה תצליח.

טאג-בוך, איך ברויך לויפן א קוק טאן וואס טוט זיך אויפן פארום, צום ווידערזעהן.

יעקב דוב
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאנקע קרעמער און מיללער פארן שיינעם טאג בוך.

מיר ווארטן אויף אן ענטפער פון טאג-בוך..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מיינע געפילן ווערן דערהויבן אלץ מער און מער, ליינענדיג די הערליכע ארבעט פון ידידינו מו"ה קרעמער שליט"א און ידידנו הרב מיללער שליט"א, אראפ לייגענדיג הערליך שיין דעם נסיעת ידידים א' וישלח העבר עלינו לטובה. כ'וואלט ווען געוואלט אויך אויסדרוקען מיינע התרגשות'דיגע געפילן וואס כ'האב געהאט מיטן זיך טרעפן מיט מיינע נאנטע ידידים און קאלעגער כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך, וועלכער ארבעטן שוין צוזאמען א לענגערען צייט האנט ביי האנט לפאר ולרומם קרן קרעטשמתינו.

דער זיידע שליט"א האט אויסערגעווענליך גאר שטארק הנאה געהאט פון די נסיעה, ס'האט איהם באנג געטאהן אז ער האט נישט געקאנט מרחיב זיין דעם דיבור מיטן חשובען ציבור, ווי ער וואלט געוואלט, ווי אויך האט ער נישט פאספירט ארום צושפרייזן צווישן די לאנגע paths, ווייל ער האט זיך געיאגט צו א סיום מסכתא ווי ער איז געווען פון די מסיימים (גערופן אויף 2:30).

כ'האף צום באשעפער צו קענען ווידער אדרעסירן דעם טעמע אביסל מער בהרחבת היריעה, אבער לעת עתה ירט הדרך לנגדי ולסבא קדישא שליט"א, כידוע למשתתפים ביום א', ואי"ה בהזדמנות על מיר ממשיך זיין.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

קרעמער; אפילו די פארעכנסט זיך צו זיין פון די בעסטע - אויב נישט די גרעסטע שרייבער דא, ווילעך דיר זאגן אז מיט יעדן ארטיקל באקומט דיין פעדער צו מער און מער חן און זיסקייט!
מיללער; יא, דאס איז מיר שוין א געוואלדיגע סורפרייס, אזא וואונדערבארע שריפט צו פארמאגן.
כן יוסיף ד' להלאה, און מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס.
און א דאנק פאר אלע חשובע חברים פארן מיטטיילן די פרטי הנסיעה.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

דערווייל קען כ'נאך נישט שרייבן קיינע לאנגע מעשות, כ'בין נאך צו פארנומען אראפצונאגלען דעם קאפ, אבער א דאנק בראש וראשון פאר מורינו הרב קרעמער שליט"א, אי לאו האי קרעמער כמה קרעטשמעס איכא, אנע קרעטשמע איז נישטא גארניקסט. ס'געווען א פארגעניגען צו זעהן מיט די אויגן, יראו עינינו, האי גברא יקירא, זאלט איר האבן פון אלעם גוטן.

וודאי און אוודאי פארן גבאי, דער ארגאנאזירער פונעם געהויבענעם נסיעה, געמאכט א דזשאב עי-וואן, די מציבות האבן שיין אפגעווארט ווי פאראויס געפלאנט, ממש א קידוש השם! זאל דער אויבערשטער געבן לאנגע יארן ונזכה לראות בהתרוממת בית מדרשינו.

הרב מילער, מ'האט שוין גערעדט אז ס'וועט זיין פערזענליך...

שטיקעל ובוזי ועל ראשם מרן הראב"ד שליט"א, קיין נייעס איז עס ב"ה נישט געווען, אבער זיין במחיצתו פונעם דיין און כאטש איינמאל (מ'האפט אויף נאכאמאל) זאגן תהילם על נוסח אדמור"י רוזין זי"ע איז שוין פיינע נייעס. א שיינעם דאנק.

ר' שמחה א גרויסן ישר כוח פארן געבן די זכיה צו זעהן א טייערן איד, מפארי בית מדרשינו, א שטיק איידעל איד וואס איז זעלטען צו געפינען. זאלט איר זיין געזונט און שטארק.

ואחרון חביב ידידינו, היינט שוין ש"ב, הרב נחמן נתן שליט"א וואס האט אונז געגעבן די זכיה צו לערנען קענען דעם חשובען זיידן זז"ג, א קורת רוח געווען צו זיין מיטן זיידען, ס'מאכט זיך נישט יעדן טאג צו רעדן מיט א שריד דור הישן, א איד וואס האט געקענט צדיקי אמת מדור הקודם. עוד ינוב בשיבה דשנים, זאל מיר נאך לאנגע יארן האבן די זכיה זיך צו דערקוויקן מיט די רייכע ידועת פונעם זיידן שליט"א.

און אויב כ'האב איינעם אויסגעלאזט, זייטזשע מיר ביטע מוחל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אזוי ווי געפלאנט פון פראנהויז זענען מיר אנגעקומען אין ביה"ח ארום א פערטל צו איינס, הארט פארן אריינפארן אין ביה"ח האט מיר שוין מיללער גערופן אז ער איז דא, אויף מיין וואונדער אז איך זע אים נישט נ'ערגעץ ווער איך געוואויר אז ער איז אריין פון אן אונטער טירל ביז ויפגע במקום מיר האבן זיך באגעגנט ביי שטעגל נומער צוויי צוואנציג וואו עס געפונט מקום מנוחתו פון דעם בעל הילולא, ארויסשטייגענדיג פון וועגעלע האב איך געטראפן מיט ידידנו היקר ר' יוסלמאן שיחי', און צוזאמען האבן מיר אריינגעשפרייזט צום אוהל צו.

ביים אהל האבן מיר שוין געזען אז ר' שמחה האט אונז מקדים געווען מיט זיינע מיטפארערס, ווייזט אויס אז ער איז אויפן יעקישן זייגער, און די האבן ערנסט געזאגט תהלים בכוונה רבה, מיר האבן אבער ערשט אביסעלע זיך ארומגעקוקט אויב עס פארהאן עפעס אינטערעסאנטס עד שבא רב בד"צ עם פמילייתו און שטיל ווי ער וואלט געווען אויף א תענית הדבור איז ער אריין אין אוהל אין אנגעהויבן פארזאגן תהלים אויפן ריזשינער סדר און דאס התעוררות האט זיך געהויבן העכער אלע שטאפלען, שפעטער אביסעלע איז ר' נחמן נתן ערשיינען מיט זיין סוויטע ובראשם זיין חשוב'ן זיידן, מיר האבן הנאה געהאט פון זיין באטייליגונג.

נאכן ענדיגן און שמועסן אביסעלע האבן מיר אנגעהויבן שפרייזן צו די קארס צו און ספאנטאן אן קיין פריערדיגן פלאן האב איך געזען צווישן א ים מיט מציבות צוזאמען מיט מיללער'ן אין ר' יוסלמאן, קרעמער האט מיך אריינגערופן אויפן בילדער מאכער אז ער איז אין א געיעג [ווען איז ער נישט?] ממילא האב איך נישט געהאט די זכי' ער זאל זיך צוריק קערן קיין וומ"ס מיט אונזער וועגעלע, ער וועט מיך אודאי מוחל זיין אויף די עולה פון אפזאגן דעם קרעמער אליין, אפשר נ'אנדערס מאל וועלן מיר עס באצאלן.

פארבליבן זענען מיר צוויי גרופעס ארומקלעטערנדיג על ההרים והגבעות צווישן מציבות און מוזעליאומס, שיינע שטעגן מיט זומפיגע וועגן, א מזל א עס איז נישט געגאנגען פריערט קיין רעגן, ווייל אזוי האב איך מיך אויך געטראפן איינמאל מיטן פוס אין א צוויי פיסיגע לאך איבער א קבר.

למעשה זענען מיר געגאנגען כמין גמ"א לאורך ולרוחב, נאר צו ארויסהאבן בערך דעם ארץ אוכלת יושבי', בילדער האבן מיר געכאפט פון פארשידענס, אבער דאס איז נאר אפס קצהו פון וואס דער ביה"ח אנטהאלט, אפשר וועלן מיר נאך צוריק קומען ביי א געלעגנהייט כדי צו קענען מער פאטאגראפירן אפשר מיט א בעסערן סדר וועלן מיר מער אנקומען.
מיר שפרייזן און שפרייזן, לויט ווי פון אויבן טוט מען אונז פירן און ווייזן, ביז מיללער האט אונז אויפגעמעקט וואו דער זייגער האלט און מ'דארף שוין אהיים רייזן.

א דאנק אלע משתתפים מיר האבן הנאה בגשם וברוח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ווען גייט די קרעטשמע אראנזשירן א גרויסארטיגע נסיעה קיין אייראפע?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מעזיכט איינעם ספאנסערען די טיקעטס..
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

farshlufen האט געשריבן:ביים אהל האבן מיר שוין געזען אז ר' שמחה האט אונז מקדים געווען מיט זיינע מיטפארערס, ווייזט אויס אז ער איז אויפן יעקישן זייגער,

הרב פארשלאפען, איך האב געהאט א ספעציעלער כונה (א איד טוט דאך גארנישט אהן א כונה...א חוץ די שמונה עשרה)אהנקומען א ביסעל פריערט.
גארנישט צו טוהן מיט יעקיש.

דער בית החיים האט א אנליין סייט.
זיכענדיג אויף יענעם סייט בין איך אויפגעקומען אז מעקען טוהן א סורטש אויף אלע קברים וואס זענען דארט.

פון מיין שווער ע"ה משפחה, זענען געווען עטליכע וואס זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקא נאך און די תר"ס יאהרען. זיין טאטע האט געהאט עטליכע עלטערע ברידער וועליכע זענען ארויסגעקומען און יענע יאהרען.

'דשאסט פאר פאן' האב איך אריינגעלייגט אונעם סורטש באקס מיין שווער'ס פאמיליע נאמען און עס איז ארויף געקומען דער נאמען פון א פארפאלק. נאכקוקענדיג און א געדרוקטען יחוס ביכעל וואס אינז האמער פון זיין משפחה, האב איך דערזעהן אז דער ווער עס ליגט דארט און בית החיים איז טאקע א פעטער פאר מיין שווער ע"ה.

אהנקומענדיג און בית החיים בין איך אהון געפארען צו יענע חלק און צוזאם מיט 'קרעמער' און 'דעפאקט' האמער א ביסעל געזיכט און מעהאט עס געטראפען. 'קרעמער' האט נאך געמאכט א באמערקונג אז טראטץ דעם אז די דאטום איז געווען געשריבען און ענגליש, אבער עס איז געווען די אידישע יאהרען און די גויאישע יאהרען זענען בכלל נישט געשטאנען. דער פעטער איז נפטר געווארען בשנת תשי"א.

דער חלק דארט זעהט אויס צו זיין א משפחה חלק. דארט זענען געווען עטליכע האראוויטץ (מיין שווער'ס באבע איז געווען א האראוויטץ) און דער פעטער ווער עס ליגט דארט, זיין מאמע איז אויך געווען א האראוויטץ, א שוועסטער פאר מיין שווער'ס באבע.
און יענעם חלק ליגען אויך פון די משפחת וועבערמאן (פון די מלאכים וועבערמאן). זיי זענען אויך האראוויטץ אייניקלעך.
בקיצור, עס איז געווען א שטארקע איבעראשונג פאר מיין בני בית ווען איך האב זי דערציילט וואס איך האב געזעהן דארט, און איך האב אוהר געוויזען א בילד פון אור עלטער פעטער'ס מצבה.


דערנאך, זענען מיר צו געגאנגען צום אוהל פון סאדיגערער רבי'ן און עס איז נאך אלטץ געווען פרי
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

scy4851 האט געשריבן:
און יענעם חלק ליגען אויך פון די משפחת וועבערמאן (פון די מלאכים וועבערמאן). זיי זענען אויך האראוויטץ אייניקלעך.


משפחת האראוויטץ מארגערעטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון די מצות?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, יא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

farshlufen האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
און יענעם חלק ליגען אויך פון די משפחת וועבערמאן (פון די מלאכים וועבערמאן). זיי זענען אויך האראוויטץ אייניקלעך.


משפחת האראוויטץ מארגערעטן.


מיין ווייב איז א מארגארעטען.
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”