בלאט 1 פון 5

שושלת פשעדבורז - ראספשא

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2009 2:11 pm
דורך מיילעך
אהל ר' עמנואל מפשעדבורז:
בילד

שושלת פשעדבורז

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 8:00 pm
דורך יהיה כן
ווער איז דער צדיק
א פוילישער רבי, (זיין נאמען איז אפשר נישט אזוי באקאנט) אבער איז געווען אן איידעם ביי א בארימטן צדיק וקדוש אין גאליציא, און איז עווען אן אור אייניקל פון איינעם פון די גרעסטע צדיקי החסידות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 11:44 pm
דורך מיללער
חענטשין?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 13, 2009 11:37 am
דורך יהיה כן
מיללער האט געשריבן:חענטשין?


ניין, דאס איז נישט חענטשין, אבער כהעל עס לייכטער מאכן, ער איז געווען אן אייניקל פון וועם דער חענטשינער איז אן אייניקל (נאר נישט קיין בא"ב)

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:23 pm
דורך מיילעך
הרה"ק ר' אברהם משה וועלטפרייד מראספעשא-פשעדבורז.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:28 pm
דורך יהיה כן
הה"ק ר' אברהם משה'לע מראספשע זי"ע בן הה"ק ר' עמנואל מפשעדבורז זי"ע בן הה"ק ר' ישעי' מפשעדבורז זי"ע
הה"ק ר' עמנואל היה חתן הה"ק ר' ישראל בן החוזה הק' מלובלין זי"ע
הה"ק ר' אברהם משה היה חתן הה"ק ר' מאיר מדזיקוב בעל אמרי נועם, וקיבל סמיכה לנהוג באדמורו"ת על ידי מרן הק' בעל דברי חיים מצאנז זי"ע

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:58 pm
דורך מיילעך
יהיה כן האט געשריבן:הה"ק ר' אברהם משה'לע מראספשע זי"ע בן הה"ק ר' עמנואל מפשעדבורז זי"ע בן הה"ק ר' ישעי' מפשעדבורז זי"ע
הה"ק ר' עמנואל היה חתן הה"ק ר' ישראל בן החוזה הק' מלובלין זי"ע
הה"ק ר' אברהם משה היה חתן הה"ק ר' מאיר מדזיקוב בעל אמרי נועם, וקיבל סמיכה לנהוג באדמורו"ת על ידי מרן הק' בעל דברי חיים מצאנז זי"ע

ר' אברהם משה לא הי' חתן ה'אמרי נועם' רק
בנו ר' עמנואל וועלטפרייד מפאביאניץ-לאדז הי' חתן ה'עטרת ישועה' מדזיקוב.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 2:27 pm
דורך יהיה כן
גערעכט
טעיתי, וטעותי נובע מזה שחתנו של הה"ק ר' עמנואל, ה"ה ר' מנחם דוד מדזיקוב היה בנו של ר' אלטיר'ל הי"ד, והיה בזכרוני ששושלת פשעדבורז היה מחותנים שני פעמים עם דזיקוב, הכרתי חסידי ראספשע, שהגדירו את ר' עמנואל כממשיך דרך דזיקוב, ולכן חשבתי שהיה נכד דזיקוב, וטעות לגולם חוזק

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 18, 2009 12:26 am
דורך אורח לרגע
שושלת אדמורי פשעדבורז, מוצאם ממשפחת רבנים בן אחר בן, אחד מראשי משפחתם הוא הגאון ר' אליקום געץ אב"ד הילדסהיים, בעהמ"ח שות אבן השהם ומאירת עיניים, וספר רפדוני בתפוחים על אגדתא דרבה בר בר חנה.
זה עתה נדפס ספר אגדתא דבי רב, אשר בו בא הספר רפדוני בתפוחים, ביחד עם שאר פירושים על אגדתות דרבה בר בר חנה. בסוף הספר נדפסו תולדותיהם של המחברים בפירוט רב, המעיין שם ירווה נחת.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2009 8:05 am
דורך מיילעך
הרה"ק ר' ישעי' מפשעדבורז זי"ע
נולד בשנת תקי"ח בלאסק לאביו ר' מאיר ולאמו הרבנית פייגא.
נשא את הרבנית נעכא בת ר' דן לוינבערג מעשירי פשעדבורז.
תלמיד הרבי מלובלין שכינוהו "מיין ספרים שאנק".
משנת תקמ"ח אב"ד פשעדבורז.
מתלמידיו: הס"ק מראדושיץ-תפארת שלמה-ר' משה מלעלוב-ועוד.
(אגב, הרה"ק מצאנז קרא בנו ר' ישעי' מטשעחויב ע"ש רבינו מפשעדבורז)
נסתלק ד' אלול תקצ"א ומנו"כ בפשעדבורז. זי"ע.

בנו:
ר' עמנואל מפשעדבורז.
חתנו:
ר' דוב בעריש וויינבערג מפשעדבורז.


הרה"ק ר' עמנואל מפשעדבורז זי"ע.

נולד בשנת תקס"ב. השם "עמנואל" ניתן לו ע"י החוזה מלובלין כסגולה מאחר שאחיו מתו בילדותם.
בזיוו"ר נשא את הרבנית צביה בת ר' ישראל בן החוזה מלובלין.
בזיוו"ש נשא בת ר' משה אהרן אב"ד קוטנא.
עם הסתלקות אביו בתקצ"א סירב לכהן בפני רבו הס"ק מראדושיץ.
אז הוכתר הס"ק גם כרב מפשעדבורז, אך את המשכורות מקהילת פשעדבורז שלח לר' עמנואל, לאחר הסתלקות הס"ק בתר"ג הסכים לשמש כאדמו"ר אך לא ברבנות ומסרה לרבי משה מלעלוב, וכשעלה לאר"י בתר"י קיבל רבי עמנואל גם את הרבנות.
נסתלק כ"ז שבט תרכ"ה ומנו"כ בווארשא. זי"ע

בניו:
מזיוו"ר:
ר' אברהם משה מראספעשא.
מזיוו"ש:
ר' צמח אב"ד סילוב
ר' נח מבענדין
ר' שלום פנחס מפשעדבורז(חתן ר' אפרים משעננא בן הרה"ק ר' יחזקאל מקאזמיר).
ר' יחזקאל יחיאל משפערוב.

חתניו:
מזיוו"ר:
ר' משה אונגער בן ר' אברהם אלחנן בן הרה"ק מדאמבראווא.
מזיוו"ש:
ר' קלונימוס קלמן בעער מווידאמא.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 8:40 am
דורך מיללער
אינעם לעצטען מדור 'ויתילדו' פון ר' נפתלי אהרן וועקשטיין פון אשדוד ווערן באהנדעלט עטליכע פרטים בתולדות משפחת בית פשעדבורז, אינצווישען ווערט דערמאנט איבער א משפחה בשם 'רישפאן' וועלכע זענען געווען פשעדבורז און ראדושיצער אייניקלעך און זיי האבן געפליכטעט קיין אמעריקע פאר די קריג.

די רעדע איז פון מרת שבע פערל רישפאן מצאצאי משפחת פשעדבורז וראדושיץ ובעלה ר'ישעי' שלמה רישפאן וועכלע זענען געקומען קיין אמעריקא צווישען די יארען תרל"ח-תרמ"ב, דער מאן ר' ישעי' שלמה איז געוואר דא אגרויסער עושר ונפטר בסביבת שנת תרס"ו, די פרוי איז אוועק בשנת תרע"ח און די דעמאלטסדיגע צייטונגען איז געווען באשריבען אז זי האט איבערגעלאזט א משפחה עניפה מיט אריבער 100 אייניקלעך.

זיי האבן געהאט איין זוהן ר' משה רישפאן און 7 טעכטער, צווישען די באקאנטע אייניקלעך איז געווען ר' חיים יחזקאל מאזעסאהן חתן ר' משה רישפאן, דער הרב מאזעסאן איז געווען גאר שטארק אקטיוו אין עטליכע ישיבות ווי; ר' חיים ברלין, תורה ודעת און תפארת ישרושלים ער איז אוועק ח' אייר תשט"ו.

מציבת רח"י מאזעסאהן מאתר קברים

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:24 pm
דורך מיילעך
מצבת הרה"ק ר' ישעי' מפשעדבורז זי"ע בפשעדבורז:

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:26 pm
דורך מיילעך
אהל ר' עמנואל וולטפרייד מפאביאניץ-לאדז בן ר' אברהם משה מראספעשע וחתן ה'עטרת ישועה' מדזיקוב.
בלאדז:

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 7:18 am
דורך יהיה כן
בינעך געווען לעצטע וואך אין אפיס פון אבותינו,
האט מען מיר געוויזן בילדער פון די בית החיים אין פשעדבורז, מען האט מגלה געווען עטליכע מצבות פון אייניקלעך פון ר' ישעיה'לע, צווישן זיי א גרויסע מצבה פון הה"צ ר' ישכר בעריש בן הה"צ ר' קלונימוס קלמן מווידאמא זצ"ל נכד הה"ק ר' עמנואל (איינע פון די טעכטער פון ר' קלמן איז געווען הרבנית גיטל אשת הה"צ ר' אביגדור מטשענסטחוב זצ"ל [צווייטע שוויגער פון הה"ק מסאטמאר זי"ע]
דער בית החיים זעהט אויס צו זייער אן אלטער, וויבאלד מען טרעפט דארט מצבות נאך פון די ערשטע העלפט ת"ק יארן
א גרויס חלק פון די מצבות זענען נישטא, אדער ליגן זיי דארט אין פשעדבורז אין שול-הויף,
לויט מיין כמעט זיכערע השערה ליגט אויך אויף דעם בית החיים מיין זיידע הה"ח ר' חיים ווילהעלעם ז"ל, פון וועמען עס איז פארהאן כהיום פילע אייניקלעך, צווישן זיי נכדי הה"ח ר' נחמן יוסף ווילהעלם ז"ל, ואחיו ר' בנימין, וואס צווישן זייערע אייניקלעך ציילן זיך האדמורי"ם שליט"א לבית ראחמיסטריווקא, והגאון ר' ישראל בעלסקי שליט"א ועוד רבים
אבותינו זוכט זייער גואלים וועלכער זאלן מנדב זיין די גרויסע קאסטן צו ראטעווען דעם היסטארישן בית החיים מכליון ואבדון, ולמצוה וזכות גדולה יחשב

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:02 am
דורך מיללער
יהיה כן האט געשריבן:בינעך געווען לעצטע וואך אין אפיס פון אבותינו,
האט מען מיר געוויזן בילדער פון די בית החיים אין פשעדבורז, מען האט מגלה געווען עטליכע מצבות פון אייניקלעך פון ר' ישעיה'לע, צווישן זיי א גרויסע מצבה פון הה"צ ר' ישכר בעריש בן הה"צ ר' קלונימוס קלמן מווידאמא זצ"ל נכד הה"ק ר' עמנואל (איינע פון די טעכטער פון ר' קלמן איז געווען הרבנית גיטל אשת הה"צ ר' אביגדור מטשענסטחוב זצ"ל [צווייטע שוויגער פון הה"ק מסאטמאר זי"ע]
דער בית החיים זעהט אויס צו זייער אן אלטער, וויבאלד מען טרעפט דארט מצבות נאך פון די ערשטע העלפט ת"ק יארן
א גרויס חלק פון די מצבות זענען נישטא, אדער ליגן זיי דארט אין פשעדבורז אין שול-הויף,
לויט מיין כמעט זיכערע השערה ליגט אויך אויף דעם בית החיים מיין זיידע הה"ח ר' חיים ווילהעלעם ז"ל, פון וועמען עס איז פארהאן כהיום פילע אייניקלעך, צווישן זיי נכדי הה"ח ר' נחמן יוסף ווילהעלם ז"ל, ואחיו ר' בנימין, וואס צווישן זייערע אייניקלעך ציילן זיך האדמורי"ם שליט"א לבית ראחמיסטריווקא, והגאון ר' ישראל בעלסקי שליט"א ועוד רבים
אבותינו זוכט זייער גואלים וועלכער זאלן מנדב זיין די גרויסע קאסטן צו ראטעווען דעם היסטארישן בית החיים מכליון ואבדון, ולמצוה וזכות גדולה יחשב



פאראיארן האב איך באגעגנט א חשוב'ען איד פון לאנדאן מיטן נאמען "כהנא", ער פארנעמט זיך מיטן הייליגען תפארת שלמה, ער דרוקט די ספרים און מאכט יארצייט סעודות וכו', האט ער מיר דערציילט אז ער האט לעצטענס אפירגעטראפן מקום מנחות קדשו פון רבי ישעי'לע מפשעדבורז און ער שטעלט צוזאמען געלט יעצט צו פרעזערווירען די ביה"ח.

איז דאס דער זעלבער בית החיים?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:44 am
דורך יוסף שרייבער
דערמאנט מיר, איך האב אמאל געזעהן אין סיה"ל א ספר מיט א סטעמפעל "חסידים הנוסעים לפשעדבורז" אן בית המדרש וכ' ווייס איך נישט אויב זיי האבען פשוט פארגעסען צו שרייבען די ווערטער בית המדרש אדער אפשר איז עס גאר א ספר וואס מען האט געלערענט דערין אויפען וועג צום רבין?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:15 am
דורך יהיה כן
הרב מיללער
נעוואדע דער זעלבר בית החיים

ר' ישראל מאיר גבאי האט געשטעלט א מצבה על מנוחת קדשו פון רבי ישעיה, אבער כמנהגו איז ער נישט קראנט, ער שטעלט אוועק א מצבה אבי געזונט, אן חוקר ודורש זיין המקום המדויק

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:01 pm
דורך מיללער
מיילעך האט געשריבן:הרה"ק ר' אברהם משה וועלטפרייד מראספעשא-פשעדבורז.

מכתב הזמנה מרבי אברהם משה מראספעשא לחותנת בן אחיו:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=198

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:03 pm
דורך שמעלקא טויב
ס'איז מיר א חידוש, כ'האב קיינמאל געוויסט אז הגאון ר' ישראל בעלסקי שליט"א שטאמט פון חסידישע רביים, אינטערסאנט.

ישר כח יה' כן

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:10 pm
דורך SPUSMN
זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון רבי בנימין ווילהעלם, פון די מייסדים פון תורה ודעת.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:13 pm
דורך יהיה כן
ר' שמעלקא, איר האט נישט גוט פארשטאנען
כ'אב נישט געשריבן אז הג"ר ר' ישראל בעלסקי שליט"א שטאמט פון חסידישע רביים!!

איך האב געשריבן אז ער שטאמט פון משפחת ווילהעלם אשר במקורם הם מעיר פשעדבורז - ווידאמא, (אמו היתה בתו של הה"ח ר' בנימין ווילהעלם ז"ל, אחיו של ר' בנימין הה"ח ר' נחמן יוסף מלאדז ירושלים היה חותנו של האדמו"ר ר' יוחנן מרחמיסטריווקא זצ"ל) ער איז א קרוב מיט חסידישע רביים לבית רחמיסטריווקא
וגם אחד מן הסבתות שלי היתה בת למשפחת ווילהעלם הנ"ל

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:18 pm
דורך יהיה כן
כ'האף בקרוב צו שרייבן דא פון ר' בעריש וויינבערג ז"ל חתן הה"ק ר' ישעיה ויו"ח, לויט אינפא. וואס כ'אב לעצטנס געקריגן פון אן אייניקל

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:32 pm
דורך מיללער
יהיה כן האט געשריבן:כ'האף בקרוב צו שרייבן דא פון ר' בעריש וויינבערג ז"ל חתן הה"ק ר' ישעיה ויו"ח, לויט אינפא. וואס כ'אב לעצטנס געקריגן פון אן אייניקל

א זון פון דעם רבי בעריש וויינבערג איז געווען רבי משה בעמח"ס אהל משה, שטימט?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:45 pm
דורך יהיה כן
יא, אבער ער האט געהאט נאך פינף קינדער

צאצאי כ"ק אדמו"ר ר' יוסף מדעעש אילאנדא זצ"ל נכד הה"ק מפשעדבו

געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:54 pm
דורך יהיה כן
חותנו של האדמו"ר ר יוסף פאנעט זצ"ל מדעעש - אילאנדא, היה הגה"ח ר' דוב בעריש וויינבערג ז"ל מחשובי עואב"י קראקא, שהתייחס אחר הה"ק ר' שלמה מקאשאנוב והה"ק ר' ישעיה מפשעדבורז

לכאורה הכוונה שהיה נכדו של רבי בעריש וויינבערג חתנו של הה"ק ר' ישעיה, ונקרא על שמו
מי יודע האיך היה ר' דוב בעריש נכדו?
ויוצא מתוך זה שכל נכדיו האדמו"ר מדעעש, משפחת חתנו רבי צבי הירש מווייטצען, ומשפחת לויפער, ואדמור"י דעעש בדורינו, ועוד ועוד, כולם הם נכדיו של הה"ק ר' ישעיה!!