רבי משה מח"ס מהדורא בתרא - ח' כסלו תכ"ט
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 6:35 am
קומענדיגע וואך פאלט אויס דער יארצייט פון דער שווער מיט איידעם, הגאון מהרש"א - ה' כסלו שנת שצ"ב, און זיין איידעם הגאון בעל מהדורא בתרא - ח' כסלו שנת תכ"ט.
לעצטע וואך האב איך געעפנט א שמועס איבער דער רבי ר' שכנא, לכבוד די יארצייט וואס פאלט אויס דער וואך דערויף.
עס קומט מוצאי שבת, אלע פארציילן מעשיות פון די רבי'שע הויפן, און פון אוזערע הייליגע רבי'ס וואס האבן געלעבט פאר זיי, ווייסט מען קוים פרטים, למעשה האט זיך עס שוין אויסגעארבייט, לכן קלער איך אפשר צו עפענען יעדער וואך אזא שמועס און בארייכערן אונזערע ידיעות איבער אט די גדולים, וואס מיר לערנען א גאנצע וואך זייערע חידושים.
רבי משה ב"ר יצחק בונמי'ס אבד"ק לובעמלא ולובלין.
געבוירן איז ער אין קראקא צו זיין פאטער ר' יצחק בונימ'ס, וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' שמחה בונים מייזליש חדב"ן רבינו הרמ"א בעל המפה.
זיין ברודער איז געווען ר' [שמעון] וואלף ווילנער דער שווער פון הגאון בעל הש"ך.
ער האט שפעטער געדדוקט זיין שווער'ס חידושים צוזאמען מיט זיינע אייגענע חידושים, און ווערט אויף דעם גערופען בעל "מהדורא בתרא"
אין ספר עיר תהלה ברענגט ער פון סעראצקער רב אז ער איז הערשט אוועק כ"א כסלו תכ"ט, אבער אין מליצי אש שטייט ווי געשריבן אויבן.
אין לקורות היהודים בלובלין צייכנט ער צו אז זיין מצבה איז שוין בשעתו געווען אומפינדבאר.
זי"ע