מצבות רבנים ואנשי שם בבתי-עלמין בדייטשלאנד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

מצבות רבנים ואנשי שם בבתי-עלמין בדייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך לעצטענס געטראפן א דייטשע וועבזייטל וואס האט אריינגעסקענט מציבות פון פארשידענע בתי חיים אין דייטשלאנד, עטליכע מיט מערערע מציבות און עטליבע מיט גאר ווייניג, מיר האט נאר געכאפט צוויי בתי חיים וואס זיי האבן מיט עטליכע טויזנט מציבות, 1) אלטונא האמבורג מיט קנאפע זיבן טויזנט! מציבות, 2) פראנקפורט ד'מאיין מיט לערך פיר טויזנט מציבות, עס איז אביסל שווער צו כאפן אנהייב וויאזוי מען באגייט זיך דארט ווייל עס איז אויף דייטש, אבער נאך אביסל ארומשפילן קען מען טרעפן אסאך אינטערעסאנטע זאכן,

עטליכע אפציעס און מעלות, זיי האבן מעתיק געווען די נוסחאות המציבה סיי אויף לשה"ק און אויך איבערגעטייטשט אויף דייטש, ווי אויך האבן זיי א זוך אפציע צו זוכן נעמען און ווערטער אינעם דאטאבעיס, אדער קען מען יעדע ביה"ח זוכן א ליסטע לויט די נעמען.

נאך איין געוואלדיגע זאך וואס איך האב געזעהן ביי די האמבורג ביה"ח אז זיי האבן בילדער פון אסאך מציבות וואס זענען געכאפט געווארן איבער זעכציג יאר צוריק און וויאזוי עס קוקט יעצט אויס, אזוי האבן זיי געקענט מפענח זיין די מציבה פון הרבנית אשת היעבץ בזיוו"ר וואס היינט איז שוין מציבה צובראכן זיי האבן אבער אן אלטע בילד וויאזוי עס איז נאך גאנץ.

די בילדער זענען אלע שווארץ און ווייס אבער עפ"י רוב גרויסע רעזאלוציעס,

דא איז די לינק צום סייט, און ביי דעם לינק איז דער סוירטש אפציע עס ווערט געזוכט אינעם גאנצן דאטאבעיס פון אלע בתי חיים וואס זיי האבן, מען קען זוכן אויף אידישע אותיות און אויף ענגלישע אותיות.

דא איז א לינק צו מצבת הגאון היעב"ץ זי"ע, איך האב אהערגעברענגט א קאפי פונעם בילד.
אטעטשמענטס
היעבץ-התמונה בשנת תשסא COPY.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסען יישר-כח הרב הרחמן, שכרך הרבה מאד!

מציבת בעל הערוך לנר הרה"ג ר' יעקב יוקב עטטלינגער אב"ד אלטונא
אטעטשמענטס
Etlinger.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הגה"ק ר' משה רוטנבורג אב"ד אלטונא והאמבורג ב"ר מרדכי זיסקינד אב"ד לובלין בעמח"ס שו"ת מהר"ם זיסקינד, בביה"ח באה"ו.

(עס איז אויך דא דארט א זון מיט א טאכטער פון דעם ר' משה)
אטעטשמענטס
00000235.jpg
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מצבת הבע"ש ממיכלשטאט:
אטעטשמענטס
BaalShemMichelshtat.jpg
BaalShemMichelshtat.jpg (55.37 KiB) געזען 7887 מאל
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

תלי"ת אז מקום קבורת הבע"ש ממילכשטאדט זי"ע איז געווארן אין די לעצטערע יארן א תל תלפיות, ווי ביומא דהילולא דיליה אום צום גדלי' שטראמען שווערע הונדערטער אידן פוקד זיין דעם ציון הק', וברם יזכרו לטוב די חשובע עסקנים וועלכע האבן דארט אויפן פלאץ צוגערישט געוואלדיגע תיקונים פארן ציבור וואס קומט מתפלל זיין בכלליות במשך דעם יאר, ובפרט ביומא דהילולא.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

א גרויסן ישר כוח בן הרחמן און מילער.

א טאכטער פון יעב"ץ.

כ'האב שוין אמאל געפרעגט צו איינער ווייס עפעס פונעם יעב"ץ'ס רעבעצין זאל ליגן אין מאנהעטן. א איד האט מיר געזאגט אז ער האט עס יארן צוריק געזעהן ערגעץ אויף די זיבעצענסטע גאס. וויל איינער גיין זוכן?
אטעטשמענטס
yavetz daughter.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסלמאן האט געשריבן:א גרויסן ישר כוח בן הרחמן און מילער.

וועמענס ווייב איז הרבנית נחמה בתו של היעב"ץ געווען?
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מיללער האט געשריבן:

עפעס א הרר" אליעזר ב"ר ברוך. פון Russland
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הגה"ק ר' יחזקאל ב"ר אברהם קצנלנבויגען אב"ד אה"ו זצ"ל בעמ"ח ספרי כנסת יחזקאל, לחם יחזקאל ומים יחזקאל.
אטעטשמענטס
Katzenelenbogen.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הגה"צ ר' ישראל משולם זלמן מירליש בן הגאון ר' יעקב עמדין היעב"ץ, אב"ד דקהילת האמבורג בלונדאן ומנו"כ בביה"ח בהאמבורג-אלטונא.
אטעטשמענטס
Mireles.jpg
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ליגט נישט ר' יונתן אייבשיץ לעבן ר' יעקב עמדין? עפס דערציילט מען אז דער נודע ביהודה האט געהייסן מ'זאל זיי לייגן איינס לעבן צווייטן צו ווייזן אז זיי האבן שלום געמאכט.

אויב יא, קען איינער אפירזוכן דעם מציבה פון רבי ר' יונתן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הגה"ק ר' אברהם אביש אב"ד פראנקפורט בבה"ח דשם.

(עי' בספר אהל אברהם לתולדותיו שמביא בהגהות נוסח מצבתו שרשם ר' מרדכי הורוויץ אב"ד פראנקפורט בספרו אבני זכרון שמתאים עם הנוסח שלפנינו, ועי"ש שמנו"כ אצל המהרשש"ך זצ"ל)

וזהו נוסח מציבתו:

‎‏ה״ה אמ״ו הגאון הגדול ה[חסיד והעניו המ]פורסם מפה מהור״ר‏‎
‎‏אברהם מליסא זצ״ל אב״ד ור״[מ דקהילתינו יע״א] נפטר ביו׳ ה׳ לע״ע י״א תשרי‏‎ [הערת הכותב: תקכ"ט]
‎‏ונקבר למחרתו עש״ק י״ב תשרי‏‎
‎‏פה גנוז וטמון א״מ ורבינו עטרת תפארת ראשינו‏‎
‎‏מחמד עינינו אבי אבי רכב ישראל ופרשיו שהאיר‏‎
‎‏עיני הדור בתורת אמת שהית׳ בפיו פיו מפיק מרגליות׳
‎‏בחידושיו רוח המקום נחה עליו ונגלה ונסתר בקנה א׳‏‎
‎‏עולה בשפתיו קיים כל מילי דאבות ועשה צדקה‏‎
‎‏[וג״]ח לכל הבא אליו בחס[ידות] ובענוה לא הניח כמותו‏‎
‎‏בדורותיו לו עשר ידות בסגולה וברפואו׳ ומ[בק] ש?‏‎
‎‏וריפא בס״ד נפשות רבות חנם אין כסף ברפו[אותיו]‏‎ ‎‏במקום דלא של[טה ביה] יד ועין חימש? א[וצרותיו?]‏‎
‎‏שקולים א[צלו מצות קלות כחמו]רות [והי׳ מהדר]‏‎
‎‏[להיות סנדק ומוהל ופיזר עליו] פיזרונות רבים כל‏‎
‎‏[ימי]ו וזכותו [י]גן [עלינו ונצב״ה ע]״נ אי״ו ושצ״ו בג״ע א״ס‏‎
אטעטשמענטס
Frankfurt.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:מציבת הגה"צ ר' ישראל משולם זלמן מירליש בן הגאון ר' יעקב עמדין היעב"ץ, אב"ד דקהילת האמבורג בלונדאן ומנו"כ בביה"ח בהאמבורג-אלטונא.

תולדותיו בקצרה בספר חכמי אה"ו תשוח"ח להרב החוקר ר' בנימין מפתח-תקוה בעל הבלוג תולדות ושרשים בעם ישראל על הקישור.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

יוסלמאן האט געשריבן:כ'האב שוין אמאל געפרעגט צו איינער ווייס עפעס פונעם יעב"ץ'ס רעבעצין זאל ליגן אין מאנהעטן. א איד האט מיר געזאגט אז ער האט עס יארן צוריק געזעהן ערגעץ אויף די זיבעצענסטע גאס. וויל איינער גיין זוכן?

אין דעם דערמאנטן זייטל האב איך געטראפן די מצבות פון די ערשטע און די צווייטע רעבעצין'ס פונעם יעב"ץ אינעם אלטונא-האמבורג ביה"ח, די ערשטע איז נפטר געווארן בשנת תצ"ח, און די צווייטע בשנת תק"ג, ממילא, ווייס איך נישט וועלכע רעבעצין פון יעב"ץ זאל קענען ליגן אין מאנהעטן, דאכט זיך אז עס איז געווען נאך איינער וואס האט געהייסן יעקב יעבץ (אין פראנקפורטער ביה"ח איז דא א מציבה פון אשת יעקב יעבץ), ממילא קען זיין אז דאס האט שייכות מיט יענעם.

איך וועל דא ארויפלייגן עטליכע בילדער

1) מצבת זיווגו הראשונה של היעב"ץ הרבנית רחל בת ר' מרדכי כ"ץ אב"ד דק"ק פוזנא, געכאפט אין יאהר תש"ג, (דארט שרייבן זיי צו פון אונטן אז זי איז אוועק ביים געבורט פון איהר טאכטער וואס הייסט נאך איהר?)
Copy of רחל אשת הגאון יעבץ בזיווג ראשון.jpg

2) נאך א בילד ממצבה הנ"ל געכאפט תשס"ב ווי מען זעהט אז עס איז צובראכן.
Copy of רחל אשת הגאון יעבץ בזיווג ראשון-כעת נשברה.jpg

3) מצבת זיווגו השנית של היעב"ץ הרבנית שרה בת המנוח פ"ו ר' נפתלי הירץ מה"ש [=מהאלבערשטאט?]
sarah second wife of yaavetz.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אויך האב איך געטראפן א מצבה אין האמבורג ביה"ח פון איינעם אריה יהודה בן יעקב יעבץ, נפטר בשנת תקל"ה איין יאר פאר פטירת היעב"ץ, עס שטייט אויף די מצבה גזע ישישים תפארת בחורים וכו' וירא את ה' מנעורים, בין איך נייגעריג צו דאס איז טאקע א זון פון הגאון היעב"ץ זי"ע ווייל עס שטייט סתם יעקב יעבץ אן די סימני ר"ת " און עס שטייט נישט קיין שום טיטול, (דער יעב"ץ האט געהאט א זון ארי' יהודא).
אטעטשמענטס
arye yehuda son of yaakov yaavetz.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הגה"צ ר' שניאור זיסקינד גונדרשהיים זצ"ל ראב"ד פפד"מ ואב"ד קאבלענץ, בעמח"ס מקור חיים תפארת צבי על הל' נדה - בביה"ח בפפד"מ.
אטעטשמענטס
54-8242.jpg
ffb1571A.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:אויך האב איך געטראפן א מצבה אין האמבורג ביה"ח פון איינעם אריה יהודה בן יעקב יעבץ, נפטר בשנת תקל"ה איין יאר פאר פטירת היעב"ץ, עס שטייט אויף די מצבה גזע ישישים תפארת בחורים וכו' וירא את ה' מנעורים, בין איך נייגעריג צו דאס איז טאקע א זון פון הגאון היעב"ץ זי"ע ווייל עס שטייט סתם יעקב יעבץ אן די סימני ר"ת " און עס שטייט נישט קיין שום טיטול, (דער יעב"ץ האט געהאט א זון ארי' יהודא).

ניין, ר' יעקב עמדין האט נישט געהאט א זוהן ארי' יהודה, ווארשיינליך איז דאס נישט פון די פאמיליע בכלל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הגה"צ ר' גומפריך ב"ר קאפל מיללער ז"ל אב"ד בינגא בביה"ח דשם (הוספד ע"י מהרצ"ה הלוי הורוויץ אב"ד פראנקפורט בספרו 'לחמי תודה')
אטעטשמענטס
0348_bng.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הגה"צ ר' נתן נטע יוסף עללינגען אב"ד בינגא זצ"ל (ראה תולדותיו)
אטעטשמענטס
0270_bng.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:אויך האב איך געטראפן א מצבה אין האמבורג ביה"ח פון איינעם אריה יהודה בן יעקב יעבץ, נפטר בשנת תקל"ה איין יאר פאר פטירת היעב"ץ, עס שטייט אויף די מצבה גזע ישישים תפארת בחורים וכו' וירא את ה' מנעורים, בין איך נייגעריג צו דאס איז טאקע א זון פון הגאון היעב"ץ זי"ע ווייל עס שטייט סתם יעקב יעבץ אן די סימני ר"ת " און עס שטייט נישט קיין שום טיטול, (דער יעב"ץ האט געהאט א זון ארי' יהודא).

ניין, ר' יעקב עמדין האט נישט געהאט א זוהן ארי' יהודה, ווארשיינליך איז דאס נישט פון די פאמיליע בכלל

איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז דער יעב"ץ האט נישט געהאט קיין זון ארי' יהודא, אבער אין ספר תולדות יעב"ץ אויף עמוד 30 ברענגט ער אז דער יעב"ץ האט געהאט א זון ארי' יהודה און ער צייכנט אן אז אין סוף ספר מור וקציעה ח"ב איז דא א תשובה פון בנו של היעב"ץ ר' משלם זלמן און נאך די תשובה איז דא צוגעשריבן אפאר שורות (בדרך חרוזים) פון זיין ברודער אריה יהודה וואס האט מגיה געווען די תשובה זעה דא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביזט גערעכט הרב הרחמן, ואתך הסליחה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לא ידעתי אי' מקומן האב איך עס דא פלאצירט.

בילדער פון בתי חיים און מציבות אין אייראפע.

בד"וו, קען מען ערגעץ זען אנליין די פילע בתי חיים וואס "אבותינו" HPJC בראשית הרב היקר ר' קלמן ליבערמאן זז"ג טוט פארעכטן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

ווייסט איינער אויב ס'איז דא א ליסט פין די מצבת אין פרשבורג?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

farshlufen האט געשריבן:לא ידעתי אי' מקומן האב איך עס דא פלאצירט.

בילדער פון בתי חיים און מציבות אין אייראפע.

בד"וו, קען מען ערגעץ זען אנליין די פילע בתי חיים וואס "אבותינו" HPJC בראשית הרב היקר ר' קלמן ליבערמאן זז"ג טוט פארעכטן?

HFPJC איז די נאמען.

גראדע האב איך פונקט געהערט פון אן עסקן דארט אז הר"ר קלמן וויל בשיטה נישט שטעלן קיין אינפארמאציע אויפן נעט, נישט צו געבן נאך א תירוץ פאר די קלעטערער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, לדעתי טוט ער א נארישקייט, כדאי צו קאנען אנקומען צו אלע יוצאי חלצים שמכל עיר ועיר וואלט שטארק כדאי געווען צו שטעלן אלעס אנליין אויף עטליכע שפראכן, למשל די אידן אויף דזשואיש דזען זענען זייער שטארק פאר פרעזערוועישאן, בנוסף וואס זיי האבן גוטע לאקאלע קאנעקשאנס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”