ר' יצחק פריעדמאן מסאדיגורא-רימינוב בניו יארק ז"ל - י"א כסלו תרפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

ר' יצחק פריעדמאן מסאדיגורא-רימינוב בניו יארק ז"ל - י"א כסלו תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

וואו זענען די חלקה'ס לבית רוזין אין אמעריקא?
אין איינס בין איך געווען פאריאר ביום י"ד כסלו ביים רימענאווער זצ"ל זוהן פון רבי ישראל סאדיגורער 5 מינוט פון וויליאמסבורג. אבער עס זענען דא נאך
תכלית הידיעה אשר לא נדע
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

א גוט ווארט האט געשריבן:וואו זענען די חלקה'ס לבית רוזין אין אמעריקא?
אין איינס בין איך געווען פאריאר ביום י"ד כסלו ביים רימענאווער זצ"ל זוהן פון רבי ישראל סאדיגורער 5 מינוט פון וויליאמסבורג. אבער עס זענען דא נאך




c
ב''ה זיין יאהרצייט איז " י''א-- כיסלו "
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בקרוב פאלט אויס די יארצייט פונעם איינציגען ריזישינער אייניקל בן-אחר-בן וואס ליגט דאהי אין אמעריקא, די יארצייט וועט זיין שב"ק פר' ויצא י"א כסלו, מיר זענען נתעורר געווארן דורך ידידינו היקר באנשים אז אפשר וואלט כדאי געווען צו מאכען א שטיקל 'נסיעת ידידים חלק ב' זונטאג דערויף א' וישלח תש"ע הבעל"ט.

דער סאדיגורא-רימינובער רבי איז געבוירען ב' חשון תרמ"ו צו זיין פאטער ר' ישראל בן ר' אברהם יעקב מסאדיגורא בנו של הרה"ק ר' ישראל מריזשין זצ"ל, און צו זיין מוטער הרבנית שבע בתו של ר' שלום יוסף בנו של הרה"ק ר' ישראל מריזישין זצ"ל.

בשנת תרס"ד כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' אשר הורוויץ מרימינוב בעמח"ס מעדני מלך בן האמרי נועם מזשיקוב ונכד הרה"ק מראפשיץ זצ"ל, וחתן ר' יוסף פריעדמאן מרימינוב בן ר' צבי הירש מרימינוב [בנו חורגו פונעם הייליגען ריזשינער וועלכער האט חתונה געהאט בזוו"ש מיט די אלמנה פון רבי הערשעלע רימינובער זצ"ל].

נאך די חתונה האט ער קודם געוואונט אין סאדיגורא און שפעטער איז ער אריבער קיין רימינוב וואו ער האט נוהג געווען באדמורו"ת, בשנת תרע"ה ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער ווי טייל פון די ריזישינער אייניקלעך אריבער קיין וויען הבירה ביז תרפ"ד ווען די ריזשינער און סאדיגורא חסידים פון ניו יארק האבן אים פארבעטן אז ער זאל ארויסקומען קיין אמעריקא אנצופירען מיט זיין הויף צווישען זיי, א זאך וואס ער האט אנגענומען בלית ברירה נאכדעם וואס דארט איז שוין געווען גאר ענג.

דאהי האט ער זיך באזעצט אין די איסט-סייד קודם אויף אטורני סט. קעגן איבער די סאדיגורא קלויז, שפעטער האט מען אים געבויעט א הויז אויף איסט-בראדוועי, וואו ער האט געוואונט מיט א באשיידענהייט, זעלטן וואס ער איז ארויס פון שטוב, ער איז איז געזיצען און עוסק געווען עה"ת ועל העבודה, און ארויסגעגאנגען אין די מקוה און צום דאווענען.

אנהויב יאר תרפ"ה האט ער מחליט געווען אז ער וויל צוריקפארען קיין וויען [צו די משפחה] און עס האט טאקע אזוי געהייסן אז אום חודש כסלו וועט ער אהיימפארען און די הכנות זענען געמאכט געווארן, למעשה איז ער קראנק געווארן שבת פר' תולדות און א וואך דערויף פרייטאג צונאכטס ביי חצות שבת פר' ויצא האט ער אויסגעהויעכט זיין נשמה במעמד המקורבים, נאכען זיך אונטערזינגען דעם 'נענועים' ניגון.

אויפצומארגנס איז אנטשטנאען א שטיקל מחלוקה צווישען די סאדיגורא חסידים און די קהילה פון די רומענישער שוהל 'שערי שמים' וועלכע האבן זיך שטארק אפגעגעבן מיט אים, ווער עס זאל זוכה זיין אז דער נפטר זאל ליגען אין זייער חלקה, מ'האט געזעצט א בי"ד פון ר' ישראל גוטמאן מקאמעניץ (עי' אשכול מיחוד אודותיו) און ר' אפרים זלמן האלפערין מדענווער, עס האבן אויך אנטייל גענומען אינעם זיצונג; דער טאלנער רבי פון ניו יארק ר' דוד מרדכי, דער טאלנא-וויזניצער רבי ר' מרדכי חודרוב און ר' יהודה לייב הורוויץ, די די"ת האט געפסקענט אז מ'זאל אים לייגען אינעם סאדיגורא חלקה אויף מט. ציון מיט א תנאי אז די אינקנופטן פון 32 קברים ארום דעם קבר זאל גיין פאר די יורשים פונעם רבי'ן.

דערנאך האט מען אנגעפאנגען די לוי' וועלכע האט זיך אפגעשטעלט ביים טאלנע ביהמ"ד און ביי ישיבת ר' יצחק אלחנן, ביז מ'איז געגאנגען צו די קבורה.

נאך די פטירה האט זיין מקורב ר' יוסף ב"ר ישראל רפפאפארט מטשארטקוב אפגעדרוקט א הספד מיט אביסל פון זיין ביאגראפיע אין א ספר עקידת יצחק לשמו ולזכרו.

עס זענען פארבליבען דורות פון דעם סאדיגורא-רימינובער רבי, מיר ווייסן נישט אין וועלכע אידישקייט צושטאנד, אפשר ווייסט איינער מער פרטים.

יהא זכרו ברוך
אטעטשמענטס
24-24214.jpg
sad-rebbe.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 2:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך זיין פטירה האט זיך געגרינדעט א וועד וועלכע זאל זיך אפגעבן מיט די פאנד פאר זיינע יתומים, אנגעפירט דורך פראמינענטע רבנים און רביים פון יענע צייט ווי אויך נגידים ועסקנים וועלכע זענען געווען נאנט מיטן סאדיגורא-רימינובער רבי.
דער דערמאנטער 'עקידת יצחק' ווידמעט עטליכע בלעטער אנגעהויבען זייט 46 (מדפי היברו-בוקס) איבער דעם פאנד און אירע מיטגלידער וועלכע איז זייער היסטאריש, איך וויל מיך דא אפשטעלן איבער א רבי וואס ווערט דארט דערמאנט, ר' יצחק לייפער נכד ר' מרדכי'לע מנאדבורנא ער האט אין יענע יארען בשנת תרפ"ה געוואונט אויף 135 סאוט 9טע. סט. אין וומ"ס, איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם נאדבורנא אייניקל?
אטעטשמענטס
Liefer.JPG
Liefer.JPG (11.72 KiB) געזען 8018 מאל
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

הייסט ער איז נאכנישט געווען קיין בן ארבעים?! כ'בין שוין כמה פעמים געווען אויפ'ן ציון, כ'א'נאר נישט געוויסט אז ער איז געווען אזוי אינג.

מילער, סאדיגער האט געהאט עפעס אן ערנסטער קלויז דא, אדער א שטיבל?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיללער האט געשריבן:נאך זיין פטירה האט זיך געגרינדעט א וועד וועלכע זאל זיך אפגעבן מיט די פאנד פאר זיינע יתומים, אנגעפירט דורך פראמינענטע רבנים און רביים פון יענע צייט ווי אויך נגידים ועסקנים וועלכע זענען געווען נאנט מיטן סאדיגורא-רימינובער רבי.
דער דערמאנטער 'עקידת יצחק' ווידמעט עטליכע בלעטער אנגעהויבען זייט 46 (מדפי היברו-בוקס) איבער דעם פאנד און אירע מיטגלידער וועלכע איז זייער היסטאריש, איך וויל מיך דא אפשטעלן איבער א רבי וואס ווערט דארט דערמאנט, ר' יצחק לייפער נכד ר' מרדכי'לע מנאדבורנא ער האט אין יענע יארען בשנת תרפ"ה געוואונט אויף 135 סאוט 9טע. סט. אין וומ"ס, איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם נאדבורנא אייניקל?

ר' יצחק לייפער מבראנקס (נפטר תשכ"ז) בן ר' יוסף מנירעדהאז בן הרה"ק ר' מרדכי מנאדבורנא זי"ע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב מיללער, וואו איז געווען די דערמאנטע "שערי שמים" שול, וואס האט געהאט מעמבערס בלויז שומרי שבת?

א זוכעניש האט מיר געגעבן א גאס "האפקינסאן עוו." אין די איסט ניו יארק געגנט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:רב מיללער, וואו איז געווען די דערמאנטע "שערי שמים" שול, וואס האט געהאט מעמבערס בלויז שומרי שבת?

א זוכעניש האט מיר געגעבן א גאס "האפקינסאן עוו." אין די איסט ניו יארק געגנט.


ניין, מ'רעדט פון די לאוער איסט סייד, עס איז אויך באקאנט אלס פירסט ראמעניען אמעריקען קאנגראגעישאן, ר' ברוך אמסעל אין קברים.קאם האט עטליכע רבנים וואס האבן דארט משמש געווען ברבנות.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

סאדיגורא-רימינובער רבי
אטעטשמענטס
.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:רב מיללער, וואו איז געווען די דערמאנטע "שערי שמים" שול, וואס האט געהאט מעמבערס בלויז שומרי שבת?

א זוכעניש האט מיר געגעבן א גאס "האפקינסאן עוו." אין די איסט ניו יארק געגנט.


ניין, מ'רעדט פון די לאוער איסט סייד, עס איז אויך באקאנט אלס פירסט ראמעניען אמעריקען קאנגראגעישאן, ר' ברוך אמסעל אין קברים.קאם האט עטליכע רבנים וואס האבן דארט משמש געווען ברבנות.

ליין אויף פעידזש 36 מדפי ה"ב:
אטעטשמענטס
hopkinson st.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך ציטיר דא פון דער אינדיענאפאליס סטאר – דינסטאג דעצעמבער 9, 1924
(צוליעב וואס ס'איז צו קליינע ווערטער און אומקלאר וועל איך עס נישט אריין סקענען)

CHIEF GRAND RABBI DIES IN NEW YORK
New York: Dec 8 – Chief grand Rabbi Isaac Friedman reputed to be a direct descendant of King David, died today after a brief illness.
He came to this country June 3 of this year from his home in Vienna to promote Judaism and was planning to return to Austria Dec 27 where he left a wife and two children.
Chief grand Rabbi Friedman who was 39 years old was one of the highest ranking Jewish prelates of Europe. At the outbreak of the war he was living in his ancestral palace in Austria, but was forced to flee with his family while his property handed down by ancestors who for the last 800 years had been heads of Jewry in Austria, Galicia and Poland, was swept away.
Since the war he traveled extensively. He came to this country to appeal for the stricken populations of eastern Europe, and was greeted here by thousands who thronged the streets in front of the synagogue where he spoke.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

800 יאר, וואט אר דעי דריעמינג אבאוט??
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ממש די זעלבע לשון איז אויך געשריבן אין די אוקלענד טריביון וועלכע איז ערשינען אין אוקלענד קאליפארניע

farshlufen האט געשריבן:800 יאר, וואט אר דעי דריעמינג אבאוט??

וואס פארשטייסטו נישט דאס שטומט דאך מורא'דיג אויב מ'האלט אז די וועלט איז שוין עטליכע מליון יאהר אלט........
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן,
ווייס איך נישט, קען זיין אז עס טאקע געווען צוויי אזאנע שוהלען.

אינטערסאנט בן בוזי, ביסן אינדיאנעפעלאס סטאר, איך האב גראדע געזוכט אינעם טיימס ולא עלתה בידי, דערצווישען האב איך געטראפן עפעס א גניבה ביי א טשארטקובער אייניקל ווי וואנדאלען האבן אים אנגעבריקעט די ביינער, ווער ווייסט פרטים?
אטעטשמענטס
New Picture.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געטראפן ארטיקל אין 'טיים מאגאזין' בשעתו.

Religion: Chief Grand Rabbi
Monday, Dec. 22, 1924

Manhattan's East Side ghetto lay dank and dismal beneath a late autumn drizzle. In one narrow street, before a certain house, thousands of Jews milled about on the wet flagging and cobblestones, packing the whole block with their numbers. Grief was on their faces and in the low wailing that some set up as they waited. In the middle of the block stood a hearse.


Out of the house so intently watched by the throng came some rabbis, slowly bearing a coffin. The thousands in the street set up a louder cry and surged toward the hearse for a last look at the remains of their holy man, their "Chief Grand Rabbi." Called Isaac Friedman, he had come to them in the spring, from Sadagora, Austria, he saying, they believing, that he was of the seed of David in the legendary Messianic line that is to fulfill the Old Testament prophecy of the second coming of the Son of God. In their midst he had died. They carried him over the long river bridge in sombre procession to a hill without the city, and buried him at sunset, simply, in white shroud and plainest wooden coffin.

These mourners of Isaac Friedman were of the Hasidim, a cult of Judaism that had its origin among the Polish Jews in the 18th Century, as a movement of popular protest against the strict ritualism and insistence upon the immutability of the law as propounded by the Talmudists, or orthodox rabbis, whom the Hasidim call the Mitnaggedim, or "opposition." The belief in the miraculous powers of their rabbis, and in the blood-kinship with David of a line of rabbis now represented by Isaac Friedman's 17-year-old son, is essentially mystical and emotional in character. Orthodox Jews regard the cult as moribund, but admit its value and influence in the past. "Chief Grand Rabbi," say the orthodox, is meaningless ; as well say "King Kleagle Rabbi."



זעהט ווי עס ווערט דערמאנט אז א 17 יעריגער זוהן וועט ווערן ממלא מוקם.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

קוק דעם אויבער קעפעל אינעם טיימס: Miracle worker robbed, זעהט אויס אז א וואונדער רבי אין אונגארן איז א ניסים ארבייטער אין עסטרייך.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיילעך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נאך זיין פטירה האט זיך געגרינדעט א וועד וועלכע זאל זיך אפגעבן מיט די פאנד פאר זיינע יתומים, אנגעפירט דורך פראמינענטע רבנים און רביים פון יענע צייט ווי אויך נגידים ועסקנים וועלכע זענען געווען נאנט מיטן סאדיגורא-רימינובער רבי.
דער דערמאנטער 'עקידת יצחק' ווידמעט עטליכע בלעטער אנגעהויבען זייט 46 (מדפי היברו-בוקס) איבער דעם פאנד און אירע מיטגלידער וועלכע איז זייער היסטאריש, איך וויל מיך דא אפשטעלן איבער א רבי וואס ווערט דארט דערמאנט, ר' יצחק לייפער נכד ר' מרדכי'לע מנאדבורנא ער האט אין יענע יארען בשנת תרפ"ה געוואונט אויף 135 סאוט 9טע. סט. אין וומ"ס, איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם נאדבורנא אייניקל?

ר' יצחק לייפער מבראנקס (נפטר תשכ"ז) בן ר' יוסף מנירעדהאז בן הרה"ק ר' מרדכי מנאדבורנא זי"ע.
אטעטשמענטס
leifer3.jpg
leifer3.jpg (23.39 KiB) געזען 7858 מאל
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זאג נאר מיילעך'ל ביי וועמען איז ר' אייזיקל לאנגנער מסטרעטין טראנטא געווען אן איידעם? נישט ביי ר' אייזיק לייפער?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נעכטן זונטאג לסדר ונקומה ומעלה האבן מיר געהאט די זכי' צו משתתף זיין על קברו אשר בביה"ח הר ציון במעספעט ניו יארק צוזאמען מיט אריבער מנין טייערע אידן מעריצי בית צדיקים מסלתה ומשמנה פון אונזערע חברים דאהי, ויה"ר שיקובל תפלותינו ברחמים וברצון.

מער דעטאלן וועט נאכקומען בל"נ.

דער רעכטער טאוול איז דער אריגענעלער וואס פלעגט צו הענגען אינעם אוהל.
אטעטשמענטס
טאוועל אינדרויסן פון אוהל
טאוועל אינדרויסן פון אוהל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

די בילד איז א חלק פונעם גדר אויפן ביה"ח: חברת חסידי סאדיגערע תפארת ישראל מריזין אנשי ספרד נתיסדה כ"ו תשרי שנת תרפ"ג לפ"ק
( איך האף אז איך האב גוט ארויסגעליינט)
אטעטשמענטס
IMG_2614.jpg
לעצט פארראכטן דורך שטיקל גבאי אום מאנטאג נאוועמבער 30, 2009 10:21 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

א טעוועלע אונעם אוהל
אטעטשמענטס
IMG_2620.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

די אוהל פון אינדרויסען
אטעטשמענטס
IMG_2616.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מצבת ר' אבידור רעגנבויגן ראש חסידי סאדיגערע באמעריקא, הארט נעבן אהל.
אטעטשמענטס
רעגנבויגן.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א קלארערע בילד פון ר' אביגדור'ס מציבה, ער איז געווען דער פירער פון דער סאדיגערער קלויז און דער פועל פומבי פארן טשארטקאבער, ער אליינס איז געווען א טשארטקאבער חסיד.

אונטער איהם ליגט א קינד זיינס
אטעטשמענטס
P1030231.jpg
P10302771.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ווי גערעדט איז פארגעקומען געוואוסע ענינים צווישן די סאדיגורא חסידים און ר' יוסף ראפאפארט זוהן פונעם בארימטער טשארטקאווער חסיד ר' ישראל מח"ס דברי דוד, און דאהי איז ער געווען דער אפיציעלער משב"ק פונעם סאדיגערער רבין. ר' יוסף האט חוץ אלעמען אויך ארויס געגעבן דער עקידת יצחק הנ"ל אין אנדענק פונעם בעל ההילולא, תשוחח"ל. צוליב די זאכן איז ער נישט נקבר געווארן אין דער סאדיגערער חלקה לעבן זיין רבין.

ווי ר' יוסף ליגט איז מיר אומבאקאנט אבער אז כ'בין צו לעצט פארביי געפארן דער באהוש-שטעפינעשטער לאנדסמאנשאפט האב איך פראבירט א קוק טוהן צו ער ליגט אפשר דארט, און כ'האב אזויפיל געזעהן אויפן טויער אז ער איז געווען א קאמיטע מיטגלידער.

און זיין פרוי'ס מציבה האב איך יא געפונען זי איז אוועק אין טיפן עלטער פון 94 יאהר בשנת תש"י.
אטעטשמענטס
P10302762.jpg
P1030280.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”