הרבי ר' שלום שכנא מלובלין זי"ע - א' כסלו שי"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

הרבי ר' שלום שכנא מלובלין זי"ע - א' כסלו שי"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הגאון רבי ר' שכנא איז געווען פון די ערשטע באלייכטערס פון יהדות פולין.

יונגערהייט האט ער געלערנט ביי הגאון רבי יעקב פולק.
זיין רבי איז באקאנט אלס דער בעל החילוקים, אדער מער באקאנט צו אונז בעל הפלפולים, כידוע איז געווען א שטארקע התנגדות קעגן עם לגבי דער שיטת הלימוד, איינער פון די קעגנערס איז געווען דער מהר"ל פון פראג. אויך האט ער אמאל מתיר געווען פאר א יתומה קטנה מיאון, און אסאך גדולי ישראל האבן זיך קעגן געשטעלט, למעשה האט זי על סמך דער מיאון יא נאכאמאל חתונה געהאט, אבער כותבי היסטאריע פארצייכענען אז דער זיוג האט "נישט" עולה יפה געווען.

שפעטער איז ער נתקבל געווארן אלס אב"ד און ר"מ און ק"ק לובלין.
לובלין איז למעשה אלעמאל געווען א קליין שטעטל, עכ"ז האט זי זוכה געווען אז די שענסטע רבנים האבן געדינט אין איר קהלה אלס אב"ד, דער סיבה איז גאנץ פשוט, ווייל די ועדי ארבע ארצות פון פולין האבן זיך דארטן צוזאמגעטראפן, ממילא איז עס געווען זייער א פאפולערע שטעטל.

די גרעסטע רבנים פונעם קומענדיגן דור זענען געווען זיינע תלמידים.
הג"ר שלמה ליבוש'ס באקאנט אלס מהרש"ל השני, הג"ר חיים אחי המהר"ל מפראג, הג"ר זכרי' הנביא (אבי ההויכער רבי ר' ליב), הג"ר אליעזר בעל מעשה ד', זיין זוהן הג"ר ישראל ר"מ בלובלין, ועל צבאםזיין איידעם הגאון רבינו משה איסרל'ס בעל המפה - רמ"א.

נישט בחינם האט ער זוכה געווען צום טיטל "אב"ד האב"דים וגאון הגאונים".
אינטערסאנט אז זיין זוהן איז אוועק גענוי 40 יאהר שפעטער אויך ר"ח כסלו.
מנוחתו כבוד בק"ק לובלין און זיין מצבה שטייט נאך (למיטב ידיעתי)

עס דארף באטאנט ווארן, אז רוב פון די וואס זענען זיך מתיחס צום רמ"א, איז עס פון די רמ"א'ס זיוג שני, ממילא זענען זיי נישט קיין אייניקלעך פון די רבי ר' שכנא.

עס איז מעקווירדיג, אז דער רמ"א ברענגט אראפ אסאך מאל פון זיין רבי דער רבי ר' שכנא, אבער נאר איינמאל דערמאנט ער עם מיטן טיטול "מורי חמי", כפי הנראה נאך דעם וואס ער האט נאכאמאל חתונה געהאט, האט משום כבודו פון זיין נייעם שווער, נישט גערופען זיין אלטען שווער "חמי".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איטשע האט געשריבן:הגאון רבי ר' שכנא איז געווען פון די ערשטע באלייכטערס פון יהדות פולין.


שפעטער איז ער נתקבל געווארן אלס אב"ד און ר"מ און ק"ק לובלין.
לובלין איז למעשה אלעמאל געווען א קליין שטעטל, עכ"ז האט זי זוכה געווען אז די שענסטע רבנים האבן געדינט אין איר קהלה אלס אב"ד, דער סיבה איז גאנץ פשוט, ווייל די ועדי ארבע ארצות פון פולין האבן זיך דארטן צוזאמגעטראפן, ממילא איז עס געווען זייער א פאפולערע שטעטל.


מנוחתו כבוד בק"ק לובלין און זיין מצבה שטייט נאך (למיטב ידיעתי)


איך ווייס נישט צו דאס איז א פערצופאל צו דאס האט טאקע געפירט אז ר' איטשע זאל עפענען דעם אשכול, אבער נעכטן האב איך פונקט געשטעלט דעם בילד פונעם מציבה אינעם אשכול איבער דעם רמ"א, פאלגענד איז דער בילד פון די מציבה.
אטעטשמענטס
Shachna.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דוכט זיך אז ער דער ערשטער באטיטולט צו ווערן מיטן יחידישן טיטול "רבי ר'" (דאס איז א נושא פאר זיך אליינס).
אויך איז דער מהרש"ל - זיין מ"מ ברבנות לובלין - געווען זיינס א תלמיד.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווען די רמ"א ערשטע רעבצין איז אוועק איז געווען זייער קאלט .
אין די ערד איז געווען זייער שווער אויסציגראבן אין עס איז נישט געווען קיין כבוד פארן נפטר אז עס נעמט אזוי לאנג
איז דער רמ"א ציגעגאנגען אין ער האט געטון וואס ער האט געטון
אין די ערד איז געווארן ווייעך
ער האט איר זייער שיין מספיד געווען אין עס האט נישט געפאלן זיין שווער
ווייל ער האט געטראכט אז דער רמ"א האט זיך פארגעקיקט א הספד ווען זי האט נאך געלעבט
און וועגן דעם האט ער אים נישט געוואלט געבן זיין צווייטע טאכטער פאר א רעביצן
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

דע טיטלען אויף רש"ש איז מוראדיג ("איש קדוש ונורא" וכו'). עס איז ממש שלא במציאות אזעלעכע טיטלען יענע צייטען.

אויך שטייט "החזיר [הדור] ליושנה, והעמיד תלמידים הרבה".

אין מליצי אש (דאכצעך מיך) שטייט, אז די סבה פארוואס הגה"ק ר' יעקב פולק האט אנגעפאנגען מיט די דרך הפילפול - איז געווען כדי מחזק זיין די לימוד התורה, אין אריינברענגען חשק אין די בחורים. ווייל די לימוד התורה (אין יענע געגענט?) איז געווען שוואך דעלמאץ. - אין ווי ס'זעט אויס פין מצבה האט הגה"ק ר' שלום שכנא דאס משלים געווען.

די זעלבע זאך האט מען געזאגט אויף הגאון ר' חיים בריסקער, כדי האבן א וואפען קעגען די משכילים דורך אריינברענגען א חשק אין די בחורים, דורך לערנען טיעף אין מפלפל זיין.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אמאל האט ער געמערקט אז א בחור ביים עם אין ישיבה, גייט עס שווער צו לערנען, האט ער עם מייעץ געווען צו גיין יעדן טאג אין מקוה.

ס'איז ידוע אז ער האט געזאגט אז לאחר פטירתו וועט ער ווייטער מגין זיין אויפן שטאט לובלין, איינמאל האט אויסגעבראכן א שווערע שריפה אין שטאט, האט ר' ליבלי איגר געשיקט שליחים צו זיין ציון אז ער זאל איינהאלטן זיין צוזאג, ווי נאר די שליחים האבן עס דערמאנט אז דער פייער איינגעשלינגען געווארן!

די רבי פון לובלין האט אויך אסאך געשיקט צו זיין ציון מתפלל זיין, זאגנדיג אז אלע צדיקים אין לובלינער בית עולם זענען שוין נישט דארט, חוץ פון דער רבי ר' שכנא. ווי באקאנט ליגט די רבי פון לובלין בשכינות מיט'ן רי ר' שכנא.

נאך איינער פון זיינע תלמידים איז געווען די מהר"ם פאדווא.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל ביים קבר פון רבי שלום שכנא זצ"ל נאכן געקרוינט ווערן אלס אבדק"ק לובלין
אטעטשמענטס
Reb Meir On kever R' Shulem Shachne.jpg
Reb Meir On kever R' Shulem Shachne.jpg (27.2 KiB) געזען 3461 מאל
לחיים ולברכה!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

און מפיהם ומפי כתבם, ח"ב, ברענגט ער בשם ר' יענקאלע זצ"ל, וויאזוי ר' שלום שכנא איז געווארען א תלמיד פון רבי יעקב פולאק.

דער ר' יעקב פולאק איז אין זיין יוגענט געווען א מלמד אין א דארף איינגעשטעלט ביי א בעה"ב כנהוג אין יענע יארן, דארט האט געוואוינט א איד א ת"ח וואס זיך זייער געפרייט אז דער ר' יעקב איז געקומען וואוינען דארט, און ווען עס איז איהם עפעס שווער געווען אין לערנען פלעג ער דאס פארלייגן ר' יעקב'ן, ווען דער לעצטער האט איהם אלס געענטפערט צופרידנן שטעלנד.

לימים האט זיך דער ת"ח זעהט אויס געפכאפט אז דער רבי יעקב פארקויפט גאר א נייעם דרך הלימוד וואס מ'האט נישט געהערט ביז היינט, איז ער זייער בייז געווארן אויף רבי יעקב'ן, ביז ער האט אנגערעדט ביי ר' יעקב'ס בעל הבית, אז דעם מלמד'ס דרך הלימוד איז נישט אויסגעהאלטן, און יענער האט אים טאקע אויפגעזאגט און פארשיקט.

שפעטער האט דער ת"ח שטארק חרטה געהאט אויף זיין טאהט, און ווען ס'איז אים געבוירן געווארן א זוהן, ויקרא שמו בישראל, 'שלום שכנא', וועלכער איז געווען א גרויסער עילוי, האט ער געוואלט אז ער זאל דוקא לערנען תורה ביי דעם ר' יעקב פולאק.

אזוי ווי דער טאטע האט מורא געהאט אז ר' יעקב וועט אויף איהם ברוגז זיין, און נישט וועלן לערנען מיט זיין שלום שכנא, האט ער געהייסן זיין זוהן פארן קיין לובלין, וואו ר' יעקב פולאק האט איצט געהאט א ישיבה, און ער זעל איהם נישט פארציילן וועמענס זוהן ער איז.

ווען שלום שכנא איז אנגעקומען קיין לובלין, האט אים ר' יעקב פארהער, ווען ער האט געזעהן וואספארא כלי מפואר דאס איז האט ער זיך אויסגעדרוקט: און זכות וואס עס האט איהם וויי געטוהן די מעשה (פון מצער זיין ר"י), האט ער זוכה געווען צו אזא קינד.

(כתבתי כפי הבנתי בס' הנ"ל)
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום זונטאג נאוועמבער 15, 2009 6:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער רבי ר' שכנא'ס פאטער האט געהייסן ר' יוסף און האט געוואוינט אין דער שטאט הורבאשוב און דערנאך אין לובלין, זיין מוטער האט געהייסן גאלדא, ווי עס זעהט אויס איז זי אוועק ינוגערהייט, ווייל איר אייניקל דער טאכטער פון דער רבי ר' שכנא און זווג ראשון פון דער רמ"א האט געהייסן נאך איר גאלדא.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ווער איז דער וואס ליגט פארנט פון ר' שלום שכנא? אויף די לינקע מצבה זעה איך "הורוויץ"

IMG_3071.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שנאפס האט געשריבן:ווער איז דער וואס ליגט פארנט פון ר' שלום שכנא? אויף די לינקע מצבה זעה איך "הורוויץ"

נישט דער אייזערנער קאפ?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מעיקס סענס, איך געדענק שוין נישט, שוין דורך אפאר יאר צו גוטן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מאמר לתולדות הגאון רבי שכנא מלובלין
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 96&hilite=
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

שנאפס האט געשריבן:ווער איז דער וואס ליגט פארנט פון ר' שלום שכנא? אויף די לינקע מצבה זעה איך "הורוויץ"


מימין רבי עזריאל הלוי הורוויץ אב"ד לובלין הנודע בכינויו "ראש הברזל"
ומשמאל מצבת בנו ר' שאול פישל אפרים זצ"ל
אטעטשמענטס
מצבת רבי שלום שכנא בבית החיים בלובלין.jpg
מצבת רבי שלום שכנא בבית החיים בלובלין.jpg (287.1 KiB) געזען 970 מאל
ר שלום שכנא.jpg
ר שלום שכנא.jpg (47.32 KiB) געזען 970 מאל
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

נחמן נתן האט געשריבן:הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל ביים קבר פון רבי שלום שכנא זצ"ל נאכן געקרוינט ווערן אלס אבדק"ק לובלין


בפשטות איז דע בילד און בית החיים פיעטרוקוב.
ר' שלום שכנא'ס קבר קוקט דאס אויך אינגאנצן אנדערש.
אטעטשמענטס
‏‏לכידה.JPG
‏‏לכידה.JPG (74.69 KiB) געזען 958 מאל
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מיללער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:הגאון רבי ר' שכנא איז געווען פון די ערשטע באלייכטערס פון יהדות פולין.
מנוחתו כבוד בק"ק לובלין און זיין מצבה שטייט נאך (למיטב ידיעתי)


איך ווייס נישט צו דאס איז א פערצופאל צו דאס האט טאקע געפירט אז ר' איטשע זאל עפענען דעם אשכול, אבער נעכטן האב איך פונקט געשטעלט דעם בילד פונעם מציבה אינעם אשכול איבער דעם רמ"א, פאלגענד איז דער בילד פון די מציבה.



האבן הזאת אשר שמתי מצבה, יהי' בית
מלון לאיש אלהי' קדוש ונורא, אשר
הרבה בישראל בישראל תורה, יותר מכל אשר היו
לפניו בדרי' בתרא, והחזיר ליושנה העטרה,
והעמיד תלמידים הרבה, עד שכל דרי
ארעא, מפיו חיין ומימיו שותים
בהדרא, הלא הי׳ אפ"ו? [לכאורה: אמ"ו] עטרת תפארת
ראשי אלפי ישראל, כ"מ [כבוד מורינו?] גדול קדוש ה"ה מופת
הדור והדרו, ראש (גלות) [גולת] אריאל מאורן ורבן
אב ב"ד ישראל, גאון הגאונים מוהר״ר
שלום המכונה שכנא ב"ר יוסף זקצ"ל,
ה״ה החסיד והעניו, אשר נאסף אל עמיו,
ביום ו' ר"ח כסליו שי"ט לאלף השישי ליצירה,
תהא נפשו צרורה, בצרור החיים עם
נפשות הצדיקים שבג״ע אמן


אין לקורות הדורות בלובלין איז דא די צווייטע זייט פון די מציבה:

ש'לו"ם הרבה ועוז התאזר – והרבי' והנהי' לעם מפוזר – וממונו לה' פיזר,
ישיבה תפס מ' שנה באהבה בלי דורון,
כ'לו יכלו – ימות עולם – ויתחדש אבלו
לבל יבוא לדור אחרון,
נ'שבה ארון הקודש ונתבקש למעלה – בישיב"ה [או: בשיב"ה] מהוללה – נתפס החסיד בעון הדור היו לוחות לשברים,
א'מרו בקבר זה מקור חכמה נקבר ועולם בא בעורון
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הרבי ר' שלום שכנא מלובלין זי"ע - א' כסלו שי"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די גאון וקדוש רבי שכנא פון לובלין זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

מיללער האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
הגאון רבי ר' שכנא איז געווען פון די ערשטע באלייכטערס פון יהדות פולין.


שפעטער איז ער נתקבל געווארן אלס אב"ד און ר"מ און ק"ק לובלין.

מנוחתו כבוד בק"ק לובלין און זיין מצבה שטייט נאך (למיטב ידיעתי)
שמעתי מכ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
שאמר בשם צדיק (איני זוכר בשם מי והיודע יודיע)
שאצל כל הצדיקים אין ענין ללכת לקבריהם רק בער"ח ובט"ו לחודש שאז הנשמה שורה על הקבר, אבל בשאר זמנים אין הנשמה שם ורק ההבלא דגרמי שורה על הקבר,
זולת הצדיק ר' שכנא מלובלין שגם ההבלא דגרמי שלו הוא במדריגת נשמה, יכולין לפעול שם בכל זמן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הרבי ר' שלום שכנא מלובלין זי"ע - א' כסלו שי"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 12:52 am
היינט נאכט די הילולא קדישא פין די גאון וקדוש רבי שכנא פון לובלין זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”